Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו)

קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10789
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:26 pm#345069
קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו)
עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם דריטן זשורנאל פון "דער וועקער" (אב תשע"ו), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט - החכם פיקאסא הי"ו. ווי אויך קומט א דאנק פאר החברים היקרים שלום שטיסל, געוואלדיג, און ראובן, פאר זייער הילף.

ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!


איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט וואס איז אריינגעגאנגען דערינען, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה.

ביז מארגן וועט אי"ה שוין זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן דעם זשורנאל אויף עמעזאן [קאלירט, און שווארץ/ווייס], און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.


גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.



ליינט און האט הנאה!


ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - שש משזר

Cover.jpg
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:59 pm#345076
א דאנק!
ווען קומט די הויכע-רעזאלוציע ווערסיע?
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:15 pm#345078
א דאנק פאר אלע שרייבערס און די אלע וואס מאכן דעם שרייבער אויסזען גוט, און אלע וואס פלייצען דערצו, און אלע ליינער, קאמענטירער, און קאמפלימענטירער.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:33 pm#345081
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
בילד

זייער קינדיש און אומפראפעסיאנעל, פאסט נישט אין א פרעסטיזשפולע אויסגאבע.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:41 pm#345084
אנווייזונג וויאזוי ארויסצו'פרינטן דעם זשורנאל אלס 'ביכל'/BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:

Under Page Sizing & Handling, choose Booklet
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT


ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:26 pm#345090
שמערל האט געשריבן:בילד

זייער קינדיש און אומפראפעסיאנעל, פאסט נישט אין א פרעסטיזשפולע אויסגאבע.

אנטשולדיג מיר, קודם זאגט מען א גוט ווארט, דערנאך קריטיקירט מען.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:31 pm#345091
ער האט טאקע אנגעהויבן מיט א גוט ווארט, ער האט נאכגעברענגט עפעס גאר א גוט ווארט...
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:33 pm#345093
איינער האט באמערקט אז מיר האלטן ביי חזקה? ס'איז באמת נישט צו גלייבן וואס שש משזר און פיקאסא באווייזן דא שוין דריי חדשים אין א צי. כמעשהו בראשונה ובשניה כך מעשהו בשלישי - א הערליכע אויסגאבע מיט הערליכע אייגנארטיגע ארטיקלען.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:41 pm#345096
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
ס'איז אבנארמאל וואס דא גייט פאר, ס'איז א שאלה פון צייט ביז דאס גייט זיך עמטליך פארקויפן אין אלע געשעפטן (עכ"פ מתחת לשולחן)!
מייסטער ארבעט!
גראפיקס פון די העכסטע קוואליטעט!
ארטיקלן פון די סאמע בעסטע און אינהאלטסרייכע!

כ'קען נישט גלייבן אז כ'באקום עס בחינם!!! סיריעסלי!
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:48 pm#345099
איך האלט אז די מינימום הכרת הטוב וואס אונז אקטיווע מעמבערס קענען געבן, איז צו קויפן די אויסגאבע אויף עמעזאן. וכן אני נוהג.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 3:50 pm#345107
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
וועט מען עס פארקויפען ביי די news stand אויף דרייצן?

lead, follow, or get out of the way
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:17 pm#345117
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
יאפס. מיר האלטן שוין ביי חזקה לכל הדעות! און ווי יעדער קען זעהן האלט מען שוין ביים עכטע "חזקה" על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, ה"ה החבר הרב אדנירם זז"ג וואס האט אנגעפירט דעם גאנצע זשורנאל מרישא עד גמירא מיט א מורא'דיגן אחריות כדרכו בקודש, און ב"ה האט ער זוכה געווען צו הזורעים בדמעה ברנה יקצורו מיט א געוואלדיגן הצלחה.

תהלה לקל אז כ'האב געהאט די זכיה צו דיזיינען דעם גאנצע זשורנאל, און מיט דעם האבן א חלק בזיכוי הרבים. השי"ת זאל מיר געבן צייט און כח ווייטער געזונטערהייט.

ברוך השם מ'קען זאגן אז ס'איז זיכער א בחינה פון מעלין בקודש, די תוכן איז מסלתה ומשתנה פון די טאלאנטפולער שרייבערס, מיט טיפע און געשמאקע עניינים וידיעות. איינס בעסער פון צווייטען. אשר על כן דאנק איך דא בשער בת רבים די אלע שרייבערס כל אחד בשמו הטוב יבורך אויף זייערע געלונגענע ארבעט. יו מעיק אס פראוד!

א דאנק דיר @שש. אין עליך!
א דאנק דיר @שטיסל פאר דיין פראפעשענעל הילף !
א דאנק @אבטולמוס וואס העלפט צו פון אונטער די פירהאנג.
א דאנק דיר @ליטוואק פארן העלפן מיט עמעזאן.
א דאנק דיר @געוואלדיג על העבר ועל העתיד
א דאנק אלע שטיצערס!
א דאנק די מפיצים הרוצים בעילום שמם! כמותם ירבו בישראל.

הכותב וחותם מתוך הכרת הטוב מעומק הלב לכולם
ידידכם עוז
פיקאסא
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:56 pm#345129
יעצט פיל איך גילטי אז כ'האב זיך געפרייט צו זען דעם דריטען דשורנאל ערשיינט אין די ניין טעג.

אבל כשהתחלתי לקראות, ראיתי את חורבן של ה'אכשר דרא' חזרתי להעצבות . . .
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:59 pm#345136
איך האב עס געדרוקט ביי מיר, ווייל די פאריגע האב איך נאר געליינט אןיפ'ן קאמפיוטער און ס'האט נישט די זעלבע טעם. איך האב אנגעהויבען ליינען און ס'האט אלע טעמים. איך זעי נישט וויאזוי די קאמאפאני'ס רייסען אזויפיהל געלט פאר זייערע אויסגאבע ווען מיר האבען אזוינס אומזיסט.

מ'דארף זיך מזדרז זיין און טרעפען וועגען פון אויסטיילען און ארומלייגען די אויסגאבע, ווייל לדעתי האט עס א שטארקער צוקונפט לפניה.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 6:48 pm#345150
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב עס געדרוקט ביי מיר, ווייל די פאריגע האב איך נאר געליינט אןיפ'ן קאמפיוטער און ס'האט נישט די זעלבע טעם. איך האב אנגעהויבען ליינען און ס'האט אלע טעמים. איך זעי נישט וויאזוי די קאמאפאני'ס רייסען אזויפיהל געלט פאר זייערע אויסגאבע ווען מיר האבען אזוינס אומזיסט.

מ'דארף זיך מזדרז זיין און טרעפען וועגען פון אויסטיילען און ארומלייגען די אויסגאבע, ווייל לדעתי האט עס א שטארקער צוקונפט לפניה.

די אמת'ע קשיא איז באמת אויף אונז פארוואס דאס איז בחינם... די ווייסט דאך יא ווי לאנג דאס נעמט צו באווייזן.

הלואי טרעפט מען א לעהזונג! א ריזיגע שאד אז אזא הערליכע אויסגאבע קומט נישט אהן צו איהר מקסימום עקספוזשער.

על אלה אני בוכיה.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:53 pm#345158
איך ברויך אן ערנסטע עצה פאר מיינע פינגער ווייטאג, צום דריטן מאל האב איך עפעס א מאדנע קרענק אז ערגעץ אנהייב חודש ווערן מיינע פינגער פארקלעבט זיי ווילן נישט פארלאזן דעם וועקער ביז מיינע אויגן לעהזן אלע ארטיקלען, איינס בעסער פונעם צווייטן און טאקע פון אלע מינים און אלע סארטן, א ריזן דאנק כל חברי המערכת ואני הגדול בתוכם.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:57 pm#345159
סמבטיון האט געשריבן:איך האלט אז די מינימום הכרת הטוב וואס אונז אקטיווע מעמבערס קענען געבן, איז צו קויפן די אויסגאבע אויף עמעזאן. וכן אני נוהג.


הגם ס'קאסט א פרייז, איז עס ווערט, פאר די וועליו.

וכן אני נוהג כנ"ל
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 8:12 pm#345161
דאכצעך אז מ'מאכט כמעט נישט קיין געלד פון קויפן אויף עמעזאן, פרוטות אפשר.
אבער ווען איך ווייס אז ס'האט זיך זיך פארקויפט הונדערטע שטיק און א געהעריגן שיינעם פארמאט, דאנסמאל ווייס איך אז די יגיעה איז נישט געווען לריק. און מיין הארעוואניע האט זיך אויסגעצאהלט. דער הכרת הטוב איז אין געבן די הנאה אז די האסט הנאה.

מ'קען אויך אויסדרוקן הכרת הטוב מיט קאמפלימנטען, הארות, הערות, בלומען און מיט געלד..
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 8:44 pm#345164
איך שיק אפ אי״ה א קראנץ בלומען לכבוד שבת נחמו פאר מר ענד מרת פיקאסא, ווער ס׳וויל אריינטשיפן זאל אריינרופן 1800flowers און זאגן אז מ׳וויל צולייגן א רויז צו שטיסל׳ס קראנץ.

ווי אויך ווערט איינער געבעטן אויסצופילן די פאלגענדע שורות מיט עפעס קלינגעדיג. ATUB @בת קול ATUB קענסט מאכן עפעס ראמאנטיש? (אגב האסט עפעס פרישע רעצפעטן פאר סיום אין די ניין טעג?)
פ ........... פ
י ............ י
ק ........... ק
א ........... א
ס ........... ס
א ........... א


שטותים אין א זייט, כ׳וויל אויסדריקן א הארצליכע דאנק פאר די חשובע מערכת, אלעמען ערשטען פאר הרב שלום שטיסל פון ירושלים עיה״ק וואס קיינער ווייסט נישט מער ווי איך וויפל ארבעט ער האט יא און נישט דא אריינגעלייגט, ס׳דערקענט זיך דיין אומערמידלעכע ארבעט, כה לחי.

ווי קען מען אויסלאזן די איבריגע חברי המערכת, כל אחד בשמו הטוב יבורך, סאיז א פלעזשער צו ארבעטן מיט ענק. והעיקר די אלע חשובע חברי השטיבל וואס האבן ביישטייערט א ארטיקל.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:27 pm#345170
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
כה לחי!

איינער מערקט אז שטיסל האלט חשבון אויף יעדעם'ס שטות'ל מאז הייתה יהודי לגוי?

#זאגט נישט אז מ'האט נישט געווארענט.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:18 pm#345173
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:26 pm#345174
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
איך האב זיך אוועק געווארפן מיינע ביזיונות, און אריין אין א קאפי צענטער, גענוי וואס איך האב געטוען פסח, און זיך געלאזט פרינטען פונעם העכסטען קאליבאר, די בעסטע פאפיר וואס זענען גלאנציג, 8.5x11 און אריין געלייגט און מיין פאדערשטע זיץ פון מיין וויהקעל, זאלן די שונאים קראכן.

Sent from my VS987 using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:38 pm#345175
רעב שולעם, האסט דאך א רייכע ברודער נחום פון אנטווערפן, אפשר קען ער ביישטייערן אביסעל פאר דעם געוואלדיגן צוועק.. עפעס איז זיכער געבליבן פון די ירושה
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:44 pm#345176
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
Easy Shopping האט געשריבן:http://amzn.to/2b51N4u

ליהוי ידוע אז דאס איז א לינק צום אלטען וועקער, נישט די נייעם. מ'קען אלס טרעפען דורכ'ן זוכען די ווארט veker אין עמעזאן

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:17 pm#345181
שכוח שכוח פאר פיקאסא און שש מיט שטיסל מיט אלע וואס זענען עוסק אינעם מלאכת הקודש. הערליכע אויסגאבע!!

שטילע'ס ארטיקל איז אייזן
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:25 pm#345185
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
מיין וועקער, די פאפקארן איז נאר פאר שיינקייטבילד
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:41 am#345199
פאר ווער עס וויל ארויסדרוקן דעם זשורנאל "דער וועקער",
מיט א העכערע רעזאלוציע [ארום 25 מ"ב], וואס מאכט עס פיל קלארער:


אויף גוגל דרייוו.



***

דא האט איר דעם זעלבן הויכן רעזאלוציע, מיט bleed marks, וואס איז געמאכט גלייך צו שיקן צום פרינטער עס ארויסצופרינטן. די מעלה דערפון איז, אז עס קומט ארויס די פונקטליכע ריכטיגע סייז [אנדערש ווי פאריגעס מאל]:


אויף גוגל דרייוו.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:59 am#345202
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב עס געדרוקט ביי מיר, ווייל די פאריגע האב איך נאר געליינט אןיפ'ן קאמפיוטער און ס'האט נישט די זעלבע טעם. איך האב אנגעהויבען ליינען און ס'האט אלע טעמים. איך זעי נישט וויאזוי די קאמאפאני'ס רייסען אזויפיהל געלט פאר זייערע אויסגאבע ווען מיר האבען אזוינס אומזיסט.



די שוסטער גייט בורוועס/אן שיך ?
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:43 am#345203
אנבעליוועבאל!!
ס'איז שוין שטיל ב"ה, די לעכטיגע קינדערלאך שלאפן שוין, מ'גרייט זיך אן א פיינע הייסע קאווע, מיט אביסל מילעכיגע טשאקלעד, מ'מאכט זיך באקוועם אויף די קאוטש, און מ'נעמט אפיר דעם נייעם 'וועקער' שוין אזוי לאנג געווארט, ענדליך שוין דא, לאמיר גיין.

פאר מ'פאנגט אן ליינען, קען מען נישט צו זיך קומען, פון די וואונדערליך שיינע גרעפיק ארבייט, פון @פיקאסא! יעדע דיטעיל גיבט אזויפיל צו, ס'ברעגט ארויס דאס געשריבענע ווארט, אזוי סאך קלארער.

מ'הייבט אן די עדיטאריעל, דאס מוז זיין @שש משזר! מיט אן איינגעהאלטענע אטעם, לויפן די אויגן איבער די שורות, ס'קומט טרערן, ווען די קינדער פארשטיין אפי' נישט אז עפעס פעלט זיי, צום סוף איז מען מחליט, יא אונז ווילן ארויס קומען פון גרוב.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:44 am#345204
מ'גייט ווייטער, מיט א שמייכל ליינט מען וואס באדערט @שטילע אינגערמאן! ס'איז טאקע אזוי, וויפיל וואלטן געווען שטארקער מיט תפילה בציבור, אן דעם אנשיקעניש מיט די שטיקל זילבער פון הונטען..

מ'ווערט אביסל צומישט, ליינענ'דיג ווייטער, מ'קען זיך אליינס זען אין די ווערטער, א רחמנות אויף ר' נחמן, (אונז אלע) ווי טרעפט מען א ר' אביגדור? @ליטוואק פון בודאפעסט! גיבסט אונז צו טראכטען.

מיט א גאר נאנטע משפחה מיטגליד, וואס גייט ליידער דורך די שרעקליכע מחלה הידוע רח"ל, (השי"ת זאל שוין שיקן א רפואה שלימה בקרוב) לייענט זיך אינגאנצן אנדערש וואס @פליקער! שרייבט, ס'איז ליידער נישט מעגליך משיג צו זיין, וואס מ'גייט אדורך, קיינער זאל נישט גע'פריווט ווערן.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:45 am#345205
הר"ר יהודה מ. שליט"א צילייגט די זאך זייער קלאר, עמער זען נעקסטע חודש, וואס די סעלאשען איז, לויט ווי אראפ געלייגט די פראבלעם, מוז זיין אז די עצות אויף דעם זענען אסאך בעסער.

@כעלעם'ר מגיד! שרייבט זייער שיין און טיף, איינס בעסער פון צווייטען.

ווייטער, @שש משזר! פונקט ווי אלעמאל, נאר די בעסטע אייגענע משלים, מ'וויל קוועטשן דעם האנט וואס ווייזט אויף ארויף, ס'גייט נישט, אויש ס'איז נאר א פאפיר.

אז @רויטע וואנצעס! שמועסט מיט גאט, וואס קען מען אריינרעדן.

יעצט איז מען זיכער, ס'קומט א זאפטיג שטיקל פאליטיק, אפשר וועגן טראמפ? אה, @געוואלדיג! די ביסט גוט, עמער זיך נעמען אין די הענט אריין, און אויפהערן באשולדיגן יעדעם.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:46 am#345206
@דער געוואגטער יונגעל! שרייבט זייער שיין, מ'דארף זיך אפלערנען פון די צדיק, אוועק צוגיבן פון זיך, פאר א צווייטע יוד, זי"ע.

און אזוי ליינט מען ווייטער און ווייטער, ווען מ'באמערקט די קאווע איז שוין קאלט געווארן, די טשאקלעד ליגט נאך אין א זייט, גארנישט געכאפט ווי די זייגער ריקט זיך, אזא וועקער! נאכנישט געווען!

מעומק הלב, א ריזן דאנק! פאר אלע וואס האבן א חלק אין אויפוועקן דעם עולם, ס'דערקענט זיך די שווערע ארבייט, וואס ליגט אונטער אזא פראיעקט.

זאלט עטס אלע געבענטשט ווערן, מיט אלע ברכות!!
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:18 am#345212
ATUB @דער דאס ATUB , זייער שיין און ייש"כ פארן אראפלייגן דיינע געפילן און באאבאכטונגען איבער די ארטיקלען פונעם וועקער.

ממנו ילמדו ויעשו.
איך אפעליר צום עולם, יעדער זאל זאגן וואספארא ארטיקל האט אים געצויגן, פון וואס ער האט הנאה געהאט, א.א.וו.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:07 am#345213
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
איך האב געהאלטען א וויינעדיגער קינד אין איין האנט און פראבירט צו ליינען מיט'ן אנדערען. די הקדמה פון ר' שש מיט די מאמר פון שטילע, די שרעקעדיגע מעשה פון דער קענסער פאציענט און א חלק פון די מאמר אויף חינוך האב איך אנגעיאגט צו ליינען.
איך קען נישט אויסוויילען וועלכע האט מיר מער געצויגען, הגם דער בעל תפלה סומאטוכע איז מיר פערזענליך נישט קיין פראבלעם, יעדער מנין האט זיך זיין חשבון און מ'וויילט אויס לויט'ן דעמאלסדיגען סדר היום. אבער ס'איז אזוי הערליך געשריבען אז ס'קען זיך דאכטען אז מ'איז געגאנגען קיין וומסב"ג אויף א באזוך.
איך האב נאר איין עצה פאר די מענטשען מיט טענות אויפ'ן בעל תפלה. גייט'ס אליינס צו צום עמוד. זאג נישט אפ ווען מ'בעט דיר, מאכט'ס אן אפמאך צווישען די מתפללים אויף יעדען טאג זאל א צווייטען צוגייען, דער גייט יעדער מאנטאג, צו יעדער צווייטען מאנטאג און דער דינסטאג וכו' וכו'. דער שיף טאשיגע, ברייט הוטיגע, שווארץ זאקיגע, האריג טלית בייטעלדיגע וועט שנעל כאפען וואס דא טוט זיך. איך גלייב אז מ'קען טרעפען פאר איהם א מנין כרוחו פאר סוף זמן תפלה. און טאמער נישט, האט ער א בעסערע עצה. זאל ער אליינס עפענען א שטיבעל און אלע זיין פראבלעמען וועלען געלייזט ווערען.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:35 am#345232
שלום שטיסל האט געשריבן:איך שיק אפ אי״ה א קראנץ בלומען לכבוד שבת נחמו פאר מר ענד מרת פיקאסא, ווער ס׳וויל אריינטשיפן זאל אריינרופן 1800flowers און זאגן אז מ׳וויל צולייגן א רויז צו שטיסל׳ס קראנץ.

ווי אויך ווערט איינער געבעטן אויסצופילן די פאלגענדע שורות מיט עפעס קלינגעדיג. @בת קול קענסט מאכן עפעס ראמאנטיש? (אגב האסט עפעס פרישע רעצפעטן פאר סיום אין די ניין טעג?)
פ ........... פ
י ............ י
ק ........... ק
א ........... א
ס ........... ס
א ........... א



פייער
ווערקס
קנאקן
אויף
ס'וועקער
אונזערע!

פיקאסא
You're the firework
Come on
Let your colors burst
Make us go
Oh, Oh, My!
As you shoot across the skyyyyy...

(Tune- Taylor Swift)
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:40 am#345233
שקויך ATUB @בת קול ATUB שיין שיין!

די ניגון איז פון איהר בעלת פלוגתא פערי, אבאר שוין.
יעצט איז שוין א האלבע גילוי אז די ביזסט טאקע א "בת" קול, ווארום די הערסט צו פרויענישע זינגערס..
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:36 pm#345290
פיקאסא האט געשריבן:שקויך @בת קול שיין שיין!

די ניגון איז פון איהר בעלת פלוגתא פערי, אבאר שוין.
יעצט איז שוין א האלבע גילוי אז די ביזסט טאקע א "בת" קול, ווארום די הערסט צו פרויענישע זינגערס..

ATUB @פיקאסא ATUB , אי משום הא ביזטו אויך אן אשה, ווארום דו הערסט אויס פערי און דו ווייסט אז די ניגון איז גאר אירע...

-------
ווער לייגט ארויף א לינק צום ניגון דירעקט?
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:41 pm#345292
גראדע האב איך קאפי פעיסטעד די ווערטער און גוגעל צו זעהן במה דברים אמורים.

שוין, צוריק צום נושא..
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:08 pm#345299
וואס שטערט דיר אז ער איז דיר חושד אלס אן אשה?
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:15 pm#345301
שש משזר האט געשריבן:-------
ווער לייגט ארויף א לינק צום ניגון דירעקט?

יעצט אינמיטן מלחמת תשעת הימים??
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:19 pm#345304
מיט א סיום מעג מען (סיום פון דער וועקער #3)
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:35 pm#345306
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:47 pm#345309
שש משזר האט געשריבן:-------
ווער לייגט ארויף א לינק צום ניגון דירעקט?



רק מילים, בלי כלי שיר

m https://www.youtube.com/watch?v=hx8seY-wdEY m

פאר נעקסטע וואך, ארגינעלע מיט מוזיק

m https://www.youtube.com/watch?v=QGJuMBdaqIw m

ס'האט היינט נאנט צו 800 מיליון וויוס אויף יו טוב.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:50 pm#345310
וואסי פשט אז זי געבט ארויס א ניגון אן מוזיק. איז עס פארן היימישער ציבור (שטייצעך נאר פרויען)???
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:15 pm#345316
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:47 pm#345340
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
שש משזר האט געשריבן:ביז מארגן וועט אי"ה שוין זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן דעם זשורנאל אויף עמעזאן [קאלירט, און שווארץ/ווייס], און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.


די מארגן האט שוין אויפגעשיינט ווי עס קוקט אויס גיי איך עס שוין נישט האבן אויף שבת חזון.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:24 am#345368
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
דער פראבלעם מיט אמאזאן איז אז ס'דארף דורך גיין זייערע אוטומאטישע סיסטעם. מ'רעדט צו א מענטש וואס פארשטייט צו פרינטינג און מאכט עס רעדי צו פרינט, דא דארף אלס קלאפן הונדערט פערסענט פאר ער איז גרייט צו עס דרוקן.
דערפאר אויב איז דא איין ווארט וואס איז צו נאנט צו די מארדזשינס אדער איין פיקטשער וואס די רעז איז נישט גענוג הויעך וכדומה וועט ער דאס נישט אדורעך לאזן. רשעים ארורים.
דערנאך ווען מ'פאררעכט עס שוין נעמט עס נאך 12 שעה בדרך כלל ביז זיי קומען צוריק מיט א תשובה אויב ס'איז דורך אדער נישט. אשר על כן שלעפט זיך די צייט. ואתכם הסליחה.

@ליטוואק פון בודאפעסט העלפט באמת שטארק ארויס מיט דעם און לייגט אריין כחות דאס צו ערמעגליכן. תשוחח"ל.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:35 am#345369
מיט גרויס פרייד קענען מיר יעצט מעלדען אז מ'קען שוין קויפען דער וועקער אויף די אינטערנעט.
ס'איז שוין בנמצא דא אין קאליר און דא אויף שווארץ און ווייס. אין א קורצע וויילע וועט מען עס קענען זוכען און קויפען אויף אמאזאן אויך.

ביטע ארומשיקען אין אייער וואטסעפפ גרופעס, צו סיי וועלכע סאציאליע פארבינדונס מיטעל, אז מ'קען עס אויפזוכען אויף עמעזאן. דאס שטארקער פארשפרייטונג איז א שטופ אויף ווייטער צו גייען.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 8:16 am#345370
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
וויפיל האט זיך פארקויפט פאריגע חודש?
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:10 am#345382
ס'איז שוין אויף אמאזאן בשעטו"מ. ביטע ביטע ביטע, פארשפרייטסט די ידיעה אויף אייער סאציאלע פארבינדונגס מיטלען. פארלאז זיך נישט אויף קיין צווייטען דאס צו טוהן. דער זעלבע חשבון פארוואס דו שטופסט עס אפ האט דאך יענער אויך, און אזוי וועט עס נישט ווייטער האלטען. די הצלחה פון די פראיעקט איז געוואנדען אויף דעם אז ס'איז ברייט אנגענומען, ס'ברענגט אביסל געלט צו דעקען די געוואלדיגע ארבעט פון די עסקנים (ואני אינני בתוכם) און אז שרייבערס שפירען א תועלת בעבודתם. מיין נחת רוח וועט זיין טאמער איך גיי אריין אין א ביהמ"ד ערגעץ און איך זעי א קאפי דארט אין ביהכ"ס, צו מ'זעט אז די 'אלגעמיינע' צייטונגען הייבען אן שמועס'ן פון די נושאים וואס פאר דעם וואלטען זיי נישט געטראכט דערפון.
און טאמער איינער דא האט א ביזנעס און ער האט א תועלת פון מפרסם זיין, ביטע זיך איינמעלדען. ברגע ס'איז דא א פאר אדווערטייזמענט'ס, ווערט עס אנגעקוקט ווי א נארמאלערע זאך און אחוץ די געלט בענעפיטען םון ברענגען נאך אדווערטייזער'ס, העלפט עס אויס מיט די פארשפרייטונג פון די זאך.

שווארץ און ווייס און קאליר