Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10816
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:53 pm#347707
ונבנתה העיר האט געשריבן:@אחד העם, געטליכע רייד.

viewtopic.php?f=50&t=7219

דער געזאנג פינעם אינדיווידואל!

אגב, איך האב גראדע אביסל געזוכט איבער די גראמאטיק, צו די ווערטער ווי אינדיווידואליטעט, אינדיווידואליזם, אינדיווידואלעזירן, וכולי, זענען אויסגעהאלטן אין די יידישע גראמאטיק.
נישט אז עס איז בכלל נוגע צו די מושג.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:35 pm#347716
אברך משי, דו קענסט אפשר מסביר זיין וואס דיין דראנג איז צו מאכן דעם אנשטעל אז די וואס גייען קראקס פירן קריג מיט כלל ישראל. איך מיין אז דיין אזוי גערופענע "קראקס-געמיינדע-(לעילא-מן-כל-ברכתא-ושרתא)" פירט קריג בלויז מיט דיר און מיט דיין פערזענליכער אבסעסיע פון עפעס א סארט נארמאל, און כלל ישראל גופא איז זייער פיין מיט די אידן וואס גייען קראקס, און זענען אפילו צופרידן אז עס זענען דא אזעלעכע וואס מאכן אביסל לויזער די אזוי אנגעשטרענגטער אטמאספער מיט אזא איידעלער פרידליכער זאך ווי גיין קראקס.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 12:47 am#347763
האט זיך די וואך אפגעטוהן וועגן קראקס. איך מיין נישט אויף די יודישע וועלט, איך מיין אויף די אלגעמיינע וועלט.

קימל אויף זיין שאוי די וואך האט געפרעגט הילערי אויב זי מיינט אז טים קעין וועט אנקומען צו א אפיציעליע מיטינג מיר קראקס?

זי האט אנגעהויבן צו רעדן ווי באקוועם קראקס איז.

ווי ס'יודיש'ט זיך אזוי קריסטילט זיך. אדער אפשר האט דשימי אויך געליינט לאבין'ס ארטיקל.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:31 pm#347830
moshav zekeinim האט געשריבן:אברך משי, דו קענסט אפשר מסביר זיין וואס דיין דראנג איז צו מאכן דעם אנשטעל אז די וואס גייען קראקס פירן קריג מיט כלל ישראל. איך מיין אז דיין אזוי גערופענע "קראקס-געמיינדע-(לעילא-מן-כל-ברכתא-ושרתא)" פירט קריג בלויז מיט דיר און מיט דיין פערזענליכער אבסעסיע פון עפעס א סארט נארמאל, און כלל ישראל גופא איז זייער פיין מיט די אידן וואס גייען קראקס, און זענען אפילו צופרידן אז עס זענען דא אזעלעכע וואס מאכן אביסל לויזער די אזוי אנגעשטרענגטער אטמאספער מיט אזא איידעלער פרידליכער זאך ווי גיין קראקס.


מושב זקנים טייערער, כ'בין נישט ברוגז אויף אייך. כ'בין נישט ברוגז אויף הרב לאבין שליט"א. כ'בין נישט ברוגז אויף קיינעם. כ'בין נישט געקומען קיינעם פייטן אדער אטאקירן ח"ו. כ'האב נישט קיין טשיילדהוד פעין קעגן מיינע עלטערן און מחנכים. כ'בין נישט קיין פאנאטישער יונגערמאן (זיידן - יא! פאנאטיש - נישט!). כ'האב זייער ליב קראקס באופן אישי. און כ'קען אפילו אמאל גיין מיט קראקס אין פאבליק און כ'האב קיינמאל נישט געגעבן קיין *** פאר קיינעם. מיין רעקל קומט טאקע פון G&G אפילו איך טו עס גאנץ ווייניג אן.

כ'וועל ווידעראמאל איבערחאזערן מיינע רייד צום זיבעטן מאל, כ'האב געמאכט גאנץ א קלארע סטעיטמענט. האסט עס ליב - עס עס, האסט עס נישט ליב - לאז עס איבער. ס'קוקט מיר אויס אז דער עולם איז אזוי פארווייטאגט אויפן סיסטעם אזש מ'קען שוין נישט טראכטן גראד, יעדער איז אזוי העפפי און פאמפד-אפ אז מ'קען טראגן קראקס און זיין אנדערש ווי יעדעם!!! יעך האב ליידער נישט זוכה געווען צו שפירן א טעם אין די געהויבענע שמחה, גאט האט מיר זעט אויס אנדערש באשערט, נו, פרייט אייך אלע טאנצט און קוועלט מ'קען שוין גיין קראקס אויף די וועלט.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:14 pm#347836
אברך משי האט געשריבן:כ'וועל ווידעראמאל איבערחאזערן מיינע רייד צום זיבעטן מאל
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 4:50 pm#347844
האסט שוין זיבן מאל איבערגעחאזערט, און איך פארשטיי נאך נישט וואס עס קוועטשט דיר. וואס ווילסטו דא מיט דיין גאנצע געפלאטערטע געשרייבעכטץ? ברעכן א נארמע מאכט געוויסע מענטשן שפירן גוט, איז וואס ווילסטו דא? סתם מיניפולירן?
פרייטאג יולי 19, 2019 11:18 am#433378
Re: פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
פרייוויליג האט געשריבן:
די וואך אינעם מאמענט האט "יואל אשר לאבין" געשריבן:

מיר לעבן אין גרויסע שטעט, גרויסע קהלות, גרויסע מוסדות, גרויסע ארגענאזאציעס, אלעס איז מאסן פראדוקציע. א קינד גייט אין א חדר וואס פארמאגט צען-פופצן קלאסן, פינף און צוואנציג איטליכער, און ווערט געפירט ווי די גאנצע סטאדע. מיר ווערן נתחנך און אויסגעלערנט צו קאנפארמירן צו אונזערע ארומיגע, און זיך אנקוקן ווי א טייל פון "די זאך"
מאסן פראדוקציע האט מעלות, עס מאכט "מסודרדיגע" און אפשר גאר "נארמאלע" מוסדות, עס פארזיכערט אז די פאבריק ארבעט און עס פראדוצירט גוטע פראדוקציע.
אבער לעומת זה, איז עס טאקע דאס, א פאבריק!
א קינד איז נישט קיין פאבריק פראדוקט

מענין לענין באותו ענין, אז א חדר/סקול קען נישט זיין אזויווי א פאבריק.
m https://youtu.be/O9TUrHMZMno m


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג יולי 19, 2019 11:31 am#433380
פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
זבולון האט געשריבן:א מורא׳דיגע הקרבה פון דיין חבר׳ס זייט.

עס ווייטאגט מיר זייער אז זיין מוטער ווייטאגט אזעלכע פראבלעמען. הייסט עס עס פעלט אונז צרות און פראבלעמען, אז מיר מוזן נאך צולייגן צו די ליסטע.

אבער, ווידער די פראבלעם איז נישט די מוטער אויך, דאס איז דער מציאות פונעם ארום, זי האט טאקע בושות, מ׳שאצט טאקע איהר משפחה׳ס ווערד לויט די שיך פון אירע קינדער.

ענליך. אין תוס׳ שבת נ:
IMG_5017.jpg

הגם, דא איז אנדערש (כמובן) אז די מאמע שעהמט זיך פאר אים און נישט ער אליין.
דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:48 am#434757
מען זעהט אסאך מאל אידן אין וויליאמסבורג וואס ווען די עולם איז אין קאנטרי פירן זיי זיך אויף אין וויליאמסבורג אינגאנצן אנדערש למשל רעדן אויף עירפאונס אויפן גאס, אינגעלעעט וואס שעמען זיך צו רויכערן סתם אינמיטען יאר אויף לי עוו, וועלן עס און די זומער וואכן יא טוען וואס איז פשט פון דעם אויב די האסט עס ליב טוה עס א גאנץ יאר אפשר קען איינער מסביר זיין פארוואס די עולם גולם האט אזא פרעשור פון אנדערע ביים טוען נערמאלע זאכן, למשל אין אר"' אדער אפי' מאנסי גייט נישט אן די גאנצע סאמאטוכע פארוואס?