Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10816
זונטאג אוגוסט 21, 2016 12:52 pm#346591
פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
די וואך אינעם מאמענט האט "יואל אשר לאבין" געהאט א גאר באלערענדע עדיטאריעל. איך האב דאס געליינט מיט דערקוויקעניש, מיט געשמאקט און מיט אייפער. איך האב עס געליינט איינמאל, איבערגעליינט, און נאכאמאל געליינט. איך האלט אז פאר חבירים וידידים דא וועט דאס טרעפן אן עונג שכלי. דערפאר טייל איך דאס מיט, פאר די וואס האבן דאס נישט געליינט.

ליינט און האט הנאה:


פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

וואס איז דאס מיט דיר, קראקס? פרעגט מיר דער חבר וועלכער האט מיר געכאפט רויט-האנטיג, קראקס-טראגעדיג.
וואס איז די פראבלעם?
וואס הייסט וואס איז די פראבלעם, ביסט אויפן קאפ געפאלן? די גייסט קראקס?!
און וואס איז שלעכט אז מען גייט קראקס?
וואס הייסט? קיינער גייט נישט קראקס, ביסט קוקו! ביסט נישט נארמאל! קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט דיר!
וואס הייסט? מענטשן זוכן שידוכים דייקא מיט מענטשן וואס גייען נישט קראקס ווייל זיי האלטן אז ווי ווייניגער קראקס אלס בעסער, אדער ווייל זיי האלטן אז זייער קינד וועט האבן א בעסערע עתיד מיט א בן-זוג וועמענס עלטערן גייען נישט קראקס?
הער אויף זיין קיוט, עפעס איז אריין אין דיר א רוח של שטות, וואס איז דאס מיט דיר?
עס איז מיין פיס, איך מעג אויף עס אנטון קראקס.
יא, עס איז דיין פיס, אבער די מאכסט בושות פאר יעדן איינעם, פאר דיין גאנצע משפחה און פאר יעדן איינעם!
וואס הייסט? איז דא אן עניין צו גיין לעדערנע שיך דייקא, וואס מען האט אפגעשינדעט לעבעדיגערהייט פון א חיה, און פארקויפט אין א קארטון פאר 109.99? און מענשן שעמען זיך, הלמאי, איך פארשטיי נישט דעם ענין?
איז דא סיי וועלכער קפידה צו גיין "געווענליכע" שיך?
ניין, אבער מען גייט אנגעטון ווי אלע אידן.
אהא. איך פרוביר ווייטער צו האלטן די שמועס און איך זאג.
די רעקל וואס איך גיי איז פון דזשי-ענד-דזשי. איך האב זיך נישט גערירט קיין זיז כל שהוא. עס איז נישט ווייל די שניט פון די ספעציפישע רעקל איז בעסער, פראקטישער און מער אידישליך, נאר פשוט ווייל "בתוך עמי אנכי יושבת", און מן הסתם איז דא אן עניין דערין צו גיין אנגעטון ווי אלע, און בכלל איז דאך עס א גרויסער ענין צו זיין נארמאל.
די קאפל איז פון סאמעט, און נישט ווי די וואס האבן אזא פלושענע גלאנצ-לאזע קאפל, די ברילן זענען דאס וואס איז היינט סטייליש-חסידיש. איך קען דאך מיין בערך'דיגע סטאטוס, איך גיי נישט גיין גאר כניאקיש, ווייל אין די היינטיגע סטייל איז דייקא יענע ברילן זייער מאדערן, איך גיי דאס וואס האט געהייסן מאדערן פאר ניין יאר צוריק, וואס דאס הייסט היינט "מעין-סטריעם" חסידיש.
איך פארשטיי אז אויף פארשידענע מלבושים האבן מען אריינגעטייטשט חשובע באדייט און ערקלערט אירע כוונות,
אבער די שיך, רבונו של עולם, איז דאך בלויז שיך, וואס נאר ווען מען קוקט אויף דער ערד קען מען זעהן. קען איך נישט קלויבן צו גיין אנדערש?
אבער מיין מיטשמועסער פארשטייט נישט: פארוואס זאל א מענטש וועלן זיין אנדערש?

**
איך גיי קראקס, ווייל עס איז מיין פיס.
איך גיי קראקס, ווייל איך בין א יחיד, אן אינדעווידואל וועלכער מעג מאכן בחירות אויף זיין אייגענע לעבן.
איך לעב אין א געמיינדע ווי יעדער גייט אנגעטון גענוי די זעלבע. די האר און בארד איז די זעלבע און די הלוך ילך איז גאר ענדליך. פאר א דרויסנדיגער קען עס אויסזעהן ווי מען האט באשאפן איין פראט-טייפ, א סעמפל און דערנאך געמאכט טויזנטער קאפי פעיסט.
און איך וויל נישט, איך וויל זיין א יחיד. אן אינדעווידואל וואס מאכט כאטשיג עפעס פון זיינע החלטות אליין!
מיר לעבן אין א געמיינדע וואס איז "איין סייז שטימט פאר יעדן" א געמיינדע ווי מען באשליסט לויט די לעצטע נאמען אויב ער זאל זיין א מלמד אדער א ריעל עסטעיט סוחר. אזוי אז עס זענען פארהאן מלמדים אין זייער הארץ וואס מאכן ריעל עסטעיט דיעלס אן קיין ענטוזיאזם, און געריבענע סוחרים וואס זענען שטעקן אין א חדר.
מיר לעבן אין א סדום בעטל ווי מען שניידט אפ פיס וואס זענען צו לאנג און מען קוועטשט אראפ קעפ וואס זענען צו הויך. מיר לעבן אין א פלאץ ווי אסאך אידן וואלטן געוואלט לעבן אסאך פשוטער, מאכן ביליגערע חתונות, דרייוון גענוצטע קארס, גיין א שטריימל וואס איז נידריגער ווי דרייסיג אינטשעס.

אסאך אידן וואלטן געוואלט ארויסמופן פון די תחום המושב ווי מען וואוינט צוקוועטשט אין לעכער, מדחקות למרחב, מיט א רוהיגקייט, אבער מען האט מורא ווייל מען מוז זיין "נארמאל"
אסאך בחורים וואלטן געלערנט אין א ישיבה וואס איז אסאך מער צוגעפאסט צו זיינע כשרונות, און ווייניגער צו די "נאמען" פון די ישיבות, אבער מען האט מורא ווייל מען מוז זיין "נארמאל"
מיר לעבן אין א פלאץ ווי א קינד פון א נגידישע שטוב וועט נישט בלייבן ביים לערנען ווייל "אונז זענען א נגידישע שטוב" בעת וואס א קינד פון א תלמיד חכם ווערט געפרעשורט צו זיך מאכן כאילו ער איז אין כולל.
מיר לעבן אין א פלאץ ווי אויב איינער שפירט אז א געוויסע ספר, וואס זיינע עלטערן האבן נישט געלערנט, ווארעמט אים אן צו עבודת השם, דארף ער זעקס מאל טראכטן צו ער זאל עס לערנען, ווייל מען וועט זאגן אז ער איז געווארן א חסיד פון אן אנדערע מחנה.
מיר לעבן אין א פלאץ וואס איז נישט באזירט אויף די החלטות פון די איינוואוינער וואס האבן מחליט געווען וויאזוי צו לעבן, וואספארא סארט שטריימל צו אנטון און וויפיל רענט איז געאייגענעט לויט אונזער בודזשעט, נאר מען טוט וואס איז "נארמאל" און אויב איז א דריי טויזנט דאלארדיגע שטריימל נארמאל, טוט מען עס ווי א טאטעלע.

מיר לעבן אין א פלאץ ווי מען שאפט געלט אז ארימעלייט זאלן קענען מאכן א "נארמאלע" חתונה, אין א טייערע זאל ווייל יעדער טוט אזוי, און דאס ווערט אראפגעברענגט כמה פעמים אין די ספר "הלכות נארמאל"
באזירט אויף די זעלבע ספר "הלכות נארמאל" דארפן מענטשן מאכן החלטות ווי צו וואוינען, און אויב איז "נארמאל" צו צאלן דריי טויזנט דאלאר רענט פאר א בוידעם אין וויליאמסבורג, טוט מען אזוי און מען איז מקבל יסורים באהבה.
עס איז שווער צו זיין נארמאל? יא, אבער וואס טוט מען נישט צו מקיים זיין די דאזיגע ריזיגע מצוה?!


**
מיר לעבן אין גרויסע שטעט, גרויסע קהלות, גרויסע מוסדות, גרויסע ארגענאזאציעס, אלעס איז מאסן פראדוקציע. א קינד גייט אין א חדר וואס פארמאגט צען-פופצן קלאסן, פינף און צוואנציג איטליכער, און ווערט געפירט ווי די גאנצע סטאדע. מיר ווערן נתחנך און אויסגעלערנט צו קאנפארמירן צו אונזערע ארומיגע, און זיך אנקוקן ווי א טייל פון "די זאך"
מאסן פראדוקציע האט מעלות, עס מאכט "מסודר'דיגע" און אפשר גאר "נארמאלע" מוסדות, עס פארזיכערט אז די פאבריק ארבעט און עס פראדוצירט גוטע פראדוקציע.
אבער לעומת זה, איז עס טאקע דאס, א פאבריק!
א קינד איז נישט קיין פאבריק פראדוקט, און א קינד וואס שפירט אז ער איז בלויז איין שרייפל פון א גרויסן בנין, א קינד שפירט אז ער גייט ארויף אויפן קאנוועיער בעלט און פארט אין א סיסטעם אבער מען שענקט נישט חשיבות צו זיין אינדיווידואליטעט און נשמה'דיגע חשיבות, איז א גאר גרויסע ווייטאג.

"מאך נישט קיין בושות" הערט א קינד ווען ער גייט נישט גענצליך אין שפאן. אבער צו דארף א מענטש קלויבן א לעבנס-שטייגער באזירט אויף "נישט מאכן בושות".
ווער איז ער? א רחמסטריווקער יונגערמאן! עס איז א פאקט אז מען קען הערן דעפינירן א מענטש לויט די שול ווי ער דאווענט אדער די רבי ווי ער געט א קוויטל. וואס מיינט דאס? א מענטש האט אזויפיל טויזנטער אייגענשאפטן און תכונות, אייגענארטיגע נקודות און טאלאנטן, רצונות און נסיונות, פינאנציעלע און אינטעלעקטואלע סטאטוסן, אבער מען איז אים מצמצם און מגביל צו די שול ווי ער דאווענט.

"אזוי טוט מען ביי'נאונז" איז אמת, אבער א מענטש איז א חלק אלקי ממעל, א יחיד אין די בריאה, האדם נברא יחידי, מיט אייגענע רצונות'ן און בחירות, און ער דארף אליין וועלן, זוכן, שטרעבן און ליב האבן צו דינען הקב"ה און גיין בדרכי האבות, און נישט בלויז "אזוי טוט מען, ווייל אזוי!"
צו מאכן אלע קינדער א סטאדע און זיי אלע אריינלייגן אין איין סדום בעטל איז נישט אויסגעהאלטן און צעקוועטשט זייער כשרון און זייער שמחת החיים.
יעדעס קינד האט זיינע כחות און דאס טייטשט "חנוך לנער לפי דרכו", יעדעס קינד האט זיין אייגענע וועג און זיין אייגענע בחירה.

דאס ווערט זייער קלאר געזאגט דורך חז"ל "אין אדם לומד אלא מה שלבו חפץ, ובמקום שלבו חפץ". א קינד קען לערנען ווי מען צווינגט אים, אבער אז די "לב" וועט פעלן איז עס א געשטארבענע חינוך וואס האט נישט קיין אמתע קיום.
די חינוך "צו זיין נארמאל", גיין אין שטראם. ווען מען גייט אין שוהל דארף מען מאכן א נארמאלן רושם, דאווענען ווי א מענטש צווישן מענטשן, "ביהעיוון". דער טאקטיק איז ווירקזאם, מענטשן שטעלן זיך צו צו נארמעס, יעדער וויל זיין נארמאל. אין גאנצעטע שטובער איז דער גאנצער מהלך זיך צו איינגלידערן, זיין פאסיג און נישט קיין גר. עס איז אפשר ווירקזאם אבער עס איז א פוסטער, נאקעטער הנהגה אן קיין שום חיות, אן קיין נשמה, אן דעם אידישן תוך, און אונטערדרוקט דעם נקודה פנימית פון אייגענע בחירה, דער יחיד אינעם יחד.

קאנפארמירן צו נארמעס, איז א גאנץ פאזיטיווע זאך פון געוויסע שטאנדפונקטן. מען דארף נישט זיין קיין איפכא מסתברא, מען טאר נישט שפייען אקעגן די ווינט וויל עס וועט צוריקקלאפן אין פנים, אל תפרוש מן הציבור. אבער א מענטש טאר נישט בשום אופן בלייבן אנאנים, ווילנסלאז און אומאייגענארטיג, נישט מער ווי א שרייפל אינעם געזעלשאפט וועלכער דינט געטריי די פארשריפטן. מען דארף פארשטיין צו הארמאנירן און צונויף קניפן דעם אייגענעם חותם, דעם "חביב אדם שנברא בצלם" צוזאמען מיט די געזעצן פון סאסייעטי.
א אידישע אויסשפראך, וואס איז מקובל דורי דורות, זאגט "אז דו ביסט דו ווייל איך בין איך, און איך בין איך ווייל דו ביסטו דו, ביסטו נישט איך און איך בין נישט איך"
אז יענער גייט אנגעטון אזוי וועגן יענער, און טוט אלעס וועגן יענער, און יענער טוט די זעלבע זאך וועגן דיר, האבן אלע געלעבט אן קיין מחשבה, און בלויז בלינדערהייט נאכגעמאכט איינער דעם צווייטן.

א מענטש מוז וויסן זיין חשיבות, זיין אידענטיטעט, זיין אייגענארטיגקייט און אינדיווידואליטעט.
א מענטש מוז ווייסן אז ער איז א יחיד, אינעם מענטש איז דא א נקודה פנימית פונעם צלם אלקים ווי ער פארעמט אויס זיין אייגענע גורל, זיין אייגענע רעאקציע צו אומקאנטראלירבארע געשעענישן און זיין אייגענע יחס צו די בריאה און איר באשאפער.
דער מענטש'ס אמתער מהות איז נישט וואס מען האט אים צוגעשאנקען, די געלט וואס ער האט גע'ירש'נט, די פאזיציע ווי מען האט אים אריינגעשטעלט מיט פראטעקציע, דאס איז אלעס דרויסנדיגע מאורעות הזמן וואס האבן זיך געדרייט ארום אים אבער זיין פנימיות איז מסתתר בשפריר חביון, באהאלטן אינווייניג, און זעהט זיך נאר ארויס אין קריזיס צייטן ווען די שאלעכץ קומט אראפ און דער אינערליכער מענטש קומט ארויס במלוא יפיה אדער מיטן גאנצן מיאוסקייט.
א מענטש טאר נישט ווערן פארלוירן אין די "נארמאל" ארום אים, ער מוז טרעפן וואס ער איז. וואס נארמאל איז האט גארנישט מיט אים, וואס ביסטו?

**

זיי דו, ווייל דו האסט נאכנישט קיינמאל געלעבט און דו וועסט קיינמאל נישט לעבן.
זיי דו ווייל אלע אנדערע מענטשן זענען שוין פארכאפט און דו ביסט דער איינציגסטער, עלנדסטער דו!
איך לערן תורה און איך הער דעם דבר השם, און איך זעה נישט ווי נארמאל, קאנפארמיטי און טרייבעליזם איז א חלק אין די ברית הר סיני.
איך ווייס אז מיין נשמה איז א יחיד, א אייגנע נשמה, וואס איז געווען תחת כסא הכבוד, איך בין געווארן פערזענליך באשוואוירן, באשוואוירן צו זיין א צדיק און נישט א רשע, און ניין, נישט באשוואוירן וועגן די קאליר פון די שירעם און נישט וועגן אין וועלכע מקוה איך זאל קוואקען.
איך ווייס אז מיין נשמה גייט אליין, איינע אליין, כבני מרון, אריבער צו אפגעבן דין וחשבון.
איך ווייס אז אין ארון גיי איך ליגן איינער אליין.

וועלכע זייט פון וועלכע פראקציע פון וועלכע בית החיים איז אינטערסאנט נאר בלויז פאר וועלכע צייטונג וועט שענער דעקן מיין פטירה, אבער איך וועל ליגן אין דעם ארון: אליין.
אין עולם הבא גייט מען מיר נישט ליגן, נישט ביי די "ווי איי פי" און נישט ביי די פארענטשעס. נישט מיט די וואס גייען די שיך און נישט מיט די וואס גייען קראקס, נאר מיט נאך יחידישע נשמות, באזירט אויף זייערע אייגענע התנהגות ווען קיינער האט זיי נישט געזעהן. זייערע אייגענע נסיונות, זייערע אייגענע געפילן, זייערע אייגענע יסורים און זייערע אייגענע דערהויבנקייט.

**
נארמאל האט נישט בלויז שטארקע הלכות, נאר פארמאגט אויך שטייפע שופטים ושוטרים. די "נארמאל דזשאנדארן" זענען די יאכנעס. די יאכנעס זענען די וואס אין זיין טריביון, אויף די מקווה באנק, אדער די "סירקל אין קאנטרי" צונעמען זיי דעם וואס שפאנט אפ פון די נארמאל ליניעס.
די יאכנעס זענען די וואס באמערקן יעדע אפנויג פון נארמאל און מאכן קאמענטס אויף מענטשן, און פארשטייט זיך אז זיי האבן מיינונגען, יענער איז פאני, יענער איז פארפרומטער כניאק, יענער איז א שנארער און יענער איז א באם.
די ווילסט שטאף?
די ביסטו אויף די גאסיפ מארק ווי א זאמבי זוכט בלוט, נא דיר!
איך גיי קראקס!
אה, עס איז נישט נארמאל? איך וויל נישט זיין נארמאל.
איך האב געזאגט נעשה ונשמע, און איך האב קיינמאל נישט זיך אונטערגענומען צו זיין נארמאל!
די צלם אלקים איז די כח הבחירה. די מעגליכקייט אז א מענטש זאל קענען מאכן זיינע אייגענע החלטות אין זיין א יחיד בעולמו.
חביב אדם שנברא בצלם. די חביבות פון א מענטש איז זיין אייגענארטיגע צלם אלקים, דער אייבערשטער האט מיר שוין פארזיגלט אין זיין חותם, איך דארף בכלל נישט דיין חותם!
זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:18 pm#346596
איך וואלט געקוואט יעדע אייציגסטע סטעיטמענט! ישר כח פרייוויליג! און בעיקר א ישר כח פאר די מייסטער שרייבער און שריפט שטעלער הרב לאבין (אויב ער איז דא)..
זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:39 pm#346601
יעצט איז די קשיא "פארוואס גייסטו מיט א סאמעט קאפעל"??....

אפשר ווייל סמו"ט איז ראשי תיבות ס'ור מ'רע ו'עשה ט'וב, אם כן, שי"ך איז ראשי תיבות כ'ל י'רא ש'מים...
זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:21 pm#346620
יעצט כאפ איך מיך אז די צו די נושא האט הרב לעווין א פעטיש און ער האט שוין צאמגעגאסען טייכען טינט אויף די נושא אז ''יעדער מיז אויסקוקען אייניג'' אבער נאך אלץ איז אינטערסאנט ווי יעדעס מאל האט ער אן אדערע וועג און מהלך וויאזוי ער דרוקט זיך אויס זיין מיינונג איינמאל און נאכעמאל נא ער האט דאך א פעדער אין די האנט

אגב @קאווע טרינקער לעצם המשל איז קראקס א ביליגע מלבוש און רעספעקטירטע מענטשען וועלן נישט גיין דערמיט אין די עפענטליכקייט סתם אזוי, אבער ווי פארשטענדליך אז נישט דאס איז געווען זיין כוונה צו קאמפיינען פאר קראקס, זיין געדאנק איז געווען אז סאיז שוין העכסט צייט צו ארויסווארפען די סדום בעטל פון אנזער סייסייעטי מילא דיין קשיא פארוואס ער גייט יא אין סאמעט, איז אומרעלעוואנט אויב דו האסט עס געמיינט ערנסט צו פרעגן..
זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:32 pm#346626
א פוליצער ארטיקל. כ'גיי דאס ארויסדרוקן אין א קליינעם פארמאט און לעמינעיטן צו האלטן שטענדיג ביי זיך אין טאש.
זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:35 pm#346628
העניך האט געשריבן:א פוליצער ארטיקל. כ'גיי דאס ארויסדרוקן אין א קליינעם פארמאט און לעמינעיטן צו האלטן שטענדיג ביי זיך אין טאש.

אזוי סעלפיש צו זיין? דרוק עס און פארשפרייט עס!!.. :lol:
זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:23 pm#346637
פרייוויליג האט געשריבן:
פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

איך גיי קראקס, ווייל עס איז מיין פיס.
...איך בין געווארן פערזענליך באשוואוירן, באשוואוירן צו זיין א צדיק און נישט א רשע, און ניין, נישט באשוואוירן וועגן די קאליר פון די שירעם און נישט וועגן אין וועלכע מקוה איך זאל קוואקען.


:D :!: :D

פרייוויליג האט געשריבן:
וועלכע זייט פון וועלכע פראקציע פון וועלכע בית החיים איז אינטערסאנט נאר בלויז פאר וועלכע צייטונג וועט שענער דעקן מיין פטירה, אבער איך וועל ליגן אין דעם ארון: אליין.

:like :like :like :like :like :like
זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:55 pm#346640
"חביב אדם שנברא בצלם. די חביבות פון א מענטש איז זיין אייגענארטיגע צלם אלקים, דער אייבערשטער האט מיר שוין פארזיגלט אין זיין חותם, איך דארף בכלל נישט דיין חותם!"

ווערטער וואס מען דארף אויסהענגען ברחובה של עיר, וויכטיג און אמתע רייד
זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:32 pm#346650
א גאלדענע ארטיקל פון א גאלדענעם יונגערמאן מיט א גאלדענע פעדער!

ס'מיר טאקע אסאך מאל געווען אינטערעסאנט, מיילא זאכן וואס מ'רעדט אונז איין איז בגדר לבוש וואס מ'טאר נישט משנה זיין, ווי די הוט פון קרויס, רעקל פון G&G, ווייסע פערמענאנט פרעסס קנעפל העמד פון וויזנער, ecco אדער Rockport שיך, וכדו', אז איינער גייט מיט אנדערע שיך וואס איז עם מער באקוועם הייסט ער שוין אדער א נעבעך אדער א באם, געוואנדען אין וואסארא מיט באקוועמע שיך ער גייט. אבער ווען ס'קומט צו זאכן וואס האבן גארנישט מיט לבוש און דער עולם האלט זיך ביים מסורה און איז נישט משנה קיין זיז. איין דוגמה איז זון גלעזער. האט איר שוין אמאל געזען א זעלבסט ריספעקטירענד יונגערמאן טראגן סאנ-גלעססעס? קיינמאל! אפגעזען ווי שטארק די זון וועט עם שטערן, ווי מסוכן ס'איז ווען ער דרייווט, אדער ווי שטארק ער מיט פינקלעך מיט די אויגן ווען ער גייט אונטער די ברענעדיגע זון, קיין טונקעלע גלעזער וועט א נישט באם חלילה נישט טראגן. כ'קען מיך נישט דערטראגן צום סיבה פארוואס.
זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:44 pm#346652
Re: פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
כ'מיין אז זון גלעזער גייט אריין אין די זעלבע קאטעגאריע ווי א בעקפעק ר"ל.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:54 pm#346654
מאכן זיכער אז מענשטען האבן נישט קיין הרגש פון אינדיווידאעליטי, איז די יסוד פון אונזער אידשקייט, סאיז נישט סתם נאך א משוגעת.
אויב הייבט א מענטש אן האלטן און שפיערן אז ער איז עפעס, אז ס'עקזיסטירט אן "איך" . דעלמאטס הייבט דער מענשט אן טראכטן, פיעלן וואס איז אמת/ וויכטיג/ריכטיג.etc.
דאס לייגט און סכנה אלע משוגעתן וואס מיר האבן ציגעקלעבט צים עשרת הדברת
זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:54 pm#346655
מ'גיייט נישט נארמאל מיט קראקס אויף די גאס?
זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:58 pm#346656
געפילטע פיש האט געשריבן:א גאלדענע ארטיקל פון א גאלדענעם יונגערמאן מיט א גאלדענע פעדער!

ס'מיר טאקע אסאך מאל געווען אינטערעסאנט, מיילא זאכן וואס מ'רעדט אונז איין איז בגדר לבוש וואס מ'טאר נישט משנה זיין, ווי די הוט פון קרויס, רעקל פון G&G, ווייסע פערמענאנט פרעסס קנעפל העמד פון וויזנער, ecco אדער Rockport שיך, וכדו', אז איינער גייט מיט אנדערע שיך וואס איז עם מער באקוועם הייסט ער שוין אדער א נעבעך אדער א באם, געוואנדען אין וואסארא מיט באקוועמע שיך ער גייט. אבער ווען ס'קומט צו זאכן וואס האבן גארנישט מיט לבוש און דער עולם האלט זיך ביים מסורה און איז נישט משנה קיין זיז. איין דוגמה איז זון גלעזער. האט איר שוין אמאל געזען א זעלבסט ריספעקטירענד יונגערמאן טראגן סאנ-גלעססעס? קיינמאל! אפגעזען ווי שטארק די זון וועט עם שטערן, ווי מסוכן ס'איז ווען ער דרייווט, אדער ווי שטארק ער מיט פינקלעך מיט די אויגן ווען ער גייט אונטער די ברענעדיגע זון, קיין טונקעלע גלעזער וועט א נישט באם חלילה נישט טראגן. כ'קען מיך נישט דערטראגן צום סיבה פארוואס.


סא בעלזע מנהג בילד
זונטאג אוגוסט 21, 2016 7:19 pm#346659
אן גין גאלד ארטיקל צו קושן יעדע ווארט זיינע, און ווען מען נעמט אין באטראכט זיין אייגענע בעקראונד אלס א בנש"ק וואס טרעט אויף זיין אייגענע שביל אין די תורה וועג זעהט מען א נאה דורש און א נאה מקיים, וע"ז אמר כפי ששמעתי הגרעק"א "פילע שיפן זענען שוין דורכגעשווימען דען ים, אבער קיינער האט נאך נישט אויסגעטרעטן דארט א וועג"

חן חן לך
:like :like :like :like :like
זונטאג אוגוסט 21, 2016 7:24 pm#346660
א דוגמא פאר אלע בנשקי"ם'לעך
זונטאג אוגוסט 21, 2016 7:42 pm#346662
Re: פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
אנשטאט אים באטיטלען כראוי, עמוד הכשרון ועסקנות, כתבא רבא, עמקן בישורון, איז מען פארנומען מיטן אים באטיטלען לויטן אפשטאם... (נאר א ווערטל - פאר די וואס כאפן נישט)

@געפילטע, איך קען מעיד זיין אויף מיר אז כ'דרייוו פלענטי מיט זון גלעזער אהן געבן קיין שו"ת פאר קיינעם, און איך בין בכלל נישט נאנט צו הייסן א באם.

מיר באדערט אז א בייסיקל הייסט מאדנע, הערסט א מעשה?!?
זונטאג אוגוסט 21, 2016 8:28 pm#346664
עס אנטוויקלט זיך אן ערנסטע פארוויקלטע הלכה שמועס
m http://din.org.il/2016/08/18/%D7%9C%D7% ... %A7%D7%A1/ m
א בית דין אין ארץ ישראל וואס ענטפערן שאלות אנליין ענטפערן די שווערע דילעמא צו מען מעג גיין קראקס אויפן גאס.
זונטאג אוגוסט 21, 2016 11:54 pm#346692
כמה טעמים על איסור לבושת קרוקס:

א׳ מכיון שאינה הדוקה לרגל בקלות יכולים לאבד אותה והתורה חסה על ממונם של ישראל.

ב׳ המנהג עד כה היו אצל הקצבים למכור הבהמות הטרפות, את בשרם נתנו לנכרים ועורם מכרו לסנדלרים. ואם כולם ילכו עם קרוקס שהם עשוי מפלסטיק, הקצבים לא יהיו להם למי למכור הטרפות, ויביא למכשול גדול רח"ל.

ג׳ ועוד, כשכולם ילכו בסנדלי קרוקס איך יתפרנסו העניים הסנדלרים.

ד׳ מכיון שהקרוקס מיוחד לימי אבלות הרי זה נחשב כיהרא לחבוש לבוש אבילות כל השנה, וכמעשה הידוע בש"ס על אותו זקן שלבש נעליים שחורים להתאבל על ירושלים וחכמים אסרוהו.

ה׳ לפי ההלכה שאסור ללבוש סנדלים המסומרים,בשבול הסכנה בשעת חירום, הרי הקרוקס דומה מאוד לאותם סנדלים האסורים.

ו׳ הקרוקס הוא מכלל חוקות הגוי, ויותר מזה בגד של פריקת עול.

ז׳ כידוע אצל החוקרים, שהרבה אנשים נזקים כשהם רצים או דורכים בטעות על קרוקס של חבריהם, הרי זה בגדר ונשמרתם לנפשותיכם.
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:17 am#346693
דער לאבין איז א ברכה צו מאכן, הגם ער גייט אויך נישט מיט קראקס......אבער קבל את האמת ממי שאמרו.
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:01 pm#346784
לעיקוואד האט געשריבן:מ'גיייט נישט נארמאל מיט קראקס אויף די גאס?

דו גייסט נישט נארמאל אויף די גאס ?

=======
נישט יושר אז דער פרייוויליג הייבט אריין אלע לייקס אויף לאבין'ס קאנטע
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:26 pm#346790
זייער א שיינע ארטיקל פון הרב לאבין. אבער מער פון וואס איך באוואונדער די פערל ווערטער אליינס, טוה איך גראטולירן די קוראדזש וואס ער פארמאגט מיטן ארויסגיין אין פאבליק און שרייבן אויפריכטיגע רייד אונטער זיין עכטע נאמען, און נישט אונטער די שלייער פון אנאנאמיס.

לגבי די עצם הדברים, אייגנארטיגקייט איז אן ארטיקל וואס פארמאגט נישט קיין פלאץ אין אונזער סאסייעטי.
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:32 pm#346793
הרב לאבין האט געשריבן א הערליכע מייסטערהאפטיגער ארטיקל, כדרכו בקודש.

איך האב נישט וואס צוצולייגן, א חוץ איין אינטרעסאנטע זאך: איך האב געהאט א גאר נאנטע חבר וואס פלעגט גיין מיט קראקס אין גאס, טאקע פייפנדיג אויפן היימישן געזעלשאפט'ס נארמע.

דאס איז אנגעגאנגען עטליכע יאר, ביז איין טאג האב איך אים באגעגענט מיט נארמאלע שיך. ער האט מיר ערקלערט, אז הגם ער האט יעדן אין באד, ווייסט ער אז עס טוט וויי פאר זיין מאמע וואס האט זיך שוין עטליכע מאל געבעטן אז ס'איז בושות וכו'. דערפאר האט ער מחליט געווען אז ס'לוינט זיך אים צוריק אנצוטון די שיך, פשוט כדי צו מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם מיט יעדע טריט וואס ער גייט... א חידוש פון א געדאנק.
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:58 pm#346797
א מורא׳דיגע הקרבה פון דיין חבר׳ס זייט.

עס ווייטאגט מיר זייער אז זיין מוטער ווייטאגט אזעלכע פראבלעמען. הייסט עס עס פעלט אונז צרות און פראבלעמען, אז מיר מוזן נאך צולייגן צו די ליסטע.

אבער, ווידער די פראבלעם איז נישט די מוטער אויך, דאס איז דער מציאות פונעם ארום, זי האט טאקע בושות, מ׳שאצט טאקע איהר משפחה׳ס ווערד לויט די שיך פון אירע קינדער.
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:20 pm#346800
שש משזר האט געשריבן:
דערפאר האט ער מחליט געווען אז ס'לוינט זיך אים צוריק אנצוטון די שיך, פשוט כדי צו מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם מיט יעדע טריט וואס ער גייט... א חידוש פון א געדאנק.

ממש ר' טרפון אליין, אנגעטוהך שיך פאר די מאמע'ס וועגן.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:32 pm#347075
דער ארטיקל פון הרב לאבין איז זיס ווי צוקער...

אבער איין זאך וואס קימערט מיך שוין לאנג,
אמת, קען זיין אז אונז זעממער א משוגענער סאסייעטי וואס קאטאגאראזירט מענטשן לויט זייערע לעצטע נעמען!
אמת, קען זיין אז מיר האבן מאדנע פארשריפטן פון דזשי ענד דזשי און ראקפארט שיך דייקא!
אמת, קען זיין אז איך לעב אין א געמיינדע ווי יעדער גייט אנגעטון גענוי די זעלבע... יעדער איז נאר קאפי פעיסט!
אמת, קען זיין מיר לעבן אין א געמיינדע וואס איז "איין סייז שטימט פאר יעדן" וכו' וכו' וכו'!
און אמת, קען זיין אז מיר לעבן אין א סדום בעטל ווי מען שניידט אפ פיס וואס זענען צו לאנג און מען קוועטשט אראפ קעפ וואס זענען צו הויך!

אבער וואספארא שווארץ יאר האט דאס צו טון מיט דיין גיין קראקס?! דיינע קשיות זענען גוטע, אבער די תשובה איז א שוואכע און האט קיין שייכות נישט צו די אלע פראגעס. מיט דיינע לעכעריגע קראקס ווילסטו נעבעך שיסן חיצים ובליסטראות קעגן דער עולם גולם, סארי איי פיל יאר פעין מען, אבער דו פארסט ווארשיינליך אין די ראנג דיירעקשאן. איך הער דיין טיפזיניגע וויי געשריי, ווילסט דערקלערן קריג קען אונזער מענטשהייט? דו פילסו אז דו האסט קוראזש, גא אהעד... שטעל זיך אפ אראפציען דיינע הויזן און דיינע גאטשעס פארנט פון שומר שבת אין א ליל שישי צום שיין פון א פראדזשעקטער, כולי האי ואולי, העממיר וויסן וואס דו ווילסט און הערן וואס דו שרייסט. ווילאנג דו פילסט אבער נישט רעדי אויסצוטון דעם רעקל און אראפנעמען דער קאפי-פעיסט היטל און דו ווילסט נאך זיין אביסל פארט פון די סאסייעטי כלפי חוץ, דאן זיי נישט קיין הירא מיט דיינע נעבעכדיגע קראקס... אויב די סטיקסט צו די ראלל'ס ניין און ניינציג פראצענט און ביי די קראקס האסטו געווינען די מלחמה קעגן חסידים ביסטו א גלאטער נעבעך-קעיס ותו לא! קיין שייכות מיט קיין הערואיזם קיינמאל נישט געהאט. דו דערמאנסט מיך פון דער קליינער אנגעבלאזענער יונגל אין שול וואס ער האט געכאפט א סילוק פון זיין טאטע און ער האט 'די גאטטס' צו זאגן שטילערהייט אריינמורמעלן אין זיינע ארבל ווען דער טאטע זעט נישט "משוגענער"...

און אויב איז דיין באגער אזוי גרויס "אז דו ווילסט זיין א יחיד. אן אינדעווידואל וואס מאכט כאטשיג עפעס פון זיינע החלטות אליין" הרי שלך לפניך: ביי דיר אינדערהיים פעינט די ווענט מיט וועלכע קאלליר דו ווילסט. אויפן וואנט אין די מעסטער בעדרום מאל אויס מיקי מאוסעס און סעסימי סטריט קאריקטארן, פיל זיך באקוועם און מאך דיין הויז אויסזען ווי א אפ-טו-דעיט פידיאטריק צענטער. ביינאכט גיי שלאפן מיט דזשינס הויזן אנשטאט פידזשאמעס, און מעגסט זיך אפילו ערלויבן אנצוקליידן מיט קורצע און שמאל געפאסטע העינס גאטקעלעך פון וועלכע סטייל דו ווילסט נאר. אויך א טי-שוירט מיט גרויסע לאזונגען קענען זיין מנת חלקך ווען איממער דו ווילסט נאר. ווען דו פארסט אויף וואקאציע און קיינער וועט נישט וויסן, עס נאר סאשי מיט פרינגלס ביי שאלעשידעס, און דערצייל א לאוו-סטארי ביי מלוה מלכה אנשטאט סיפורי צדיקים. אבער לכל הפחות אין גאס בלייב א נארמאלער מענטש (נארמאל לויט כלל ישראל'ס סטאנדארטן לעת עתה) און אז דו קענסט נישט, איז א סימן אז דו ביסט א לאזער און א שטיקל נאר. ווי זאגט די וועלט "תהיה חכם ואל תהיה צודק" ביסט גערעכט מיט אלע טענות, אבער דער קונץ איז צו זיין "קלוג" און נישט גערעכט, און אויב אויף די מינוט מיינט זיין קלוג איינצוהילן די פיס אין ראקפארט שיך, טו עס, זיי נישט קיין בהמה וואס האט פארקויפט זיין לעבן, זיין עתיד, זיין משפחה, צוליב א פאר קראקס. זענען מיר אין סדום-בעטל? אפשר, אבער דו זיי נישט אין משוגעים-הויז בעטל.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:59 pm#347082
חכם איינער, ער וויל דאך טאקע לויזער מאכן די סטאנדארטן. און אפילו די סטאנדארטן וועלן בלייבן בתוקפם האלט ער אבער אז עס איז "נישט קלוג" צו פארקויפן דעם זיך וועגן סדום בעטל פרעשור.

איי פארוואס פונקט קראקס? נו, עוד חזון למועד.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:04 pm#347083
moshav zekeinim האט געשריבן:איי פארוואס פונקט קראקס? נו, עוד חזון למועד.


דו מיינסט זיכער צו זאגן "ועוד חזון ללאבין"

און אגב צו דער וואס האט מיר אנגעפרעגט אין אישי:
איך בין זיכער אז לאבין נעמט דאס נישט פערסאנעל, ווייל כידוע ליודעים האט ער א ספעציעלער געשמאק צו מאלן וואסער און קייען בארשט. די אלע ווייטאגליכע לאזונגען און געקינצלטע פראזן האט ער געשריבן בין תנור לכירים ווען ער האט פשוט געדארפט אנפילן נאך א קאלום און צוענדיגן נאך א מאמר אז ס'זאל קענען גיין צום דריק. דער עולם האט טאקע געכאפט ענטואיזם און געווארן ווילד און הייס מיט זיינע שארף-צילנדע רייד אבער ער האט עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי איר האט עס גענומען...
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:05 pm#347084
געוואלדיג האט געשריבן:אן גין גאלד ארטיקל צו קושן יעדע ווארט זיינע, און ווען מען נעמט אין באטראכט זיין אייגענע בעקראונד אלס א בנש"ק וואס טרעט אויף זיין אייגענע שביל אין די תורה וועג זעהט מען א נאה דורש און א נאה מקיים, וע"ז אמר כפי ששמעתי הגרעק"א "פילע שיפן זענען שוין דורכגעשווימען דען ים, אבער קיינער האט נאך נישט אויסגעטרעטן דארט א וועג"

חן חן לך
:like :like :like :like :like

געוואלדיג: דברים של טעם. אבער איך מיין אז ס'איז אריינגעפאללן א טעות הדפוס אין דיין מאמר. אין אנהייב מאמר זאגסטו..."ער טרעט אויף זיין אייגענע שביל אין די תורה וועג. די פא סופית איז מן הסתם א טעות. דו מיינסט צו זאגן אז ער טרעט אויס א וועג.. ודפח"ח
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:06 pm#347085
יעקב מענטש האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:מ'גיייט נישט נארמאל מיט קראקס אויף די גאס?

דו גייסט נישט נארמאל אויף די גאס ?

=======
נישט יושר אז דער פרייוויליג הייבט אריין אלע לייקס אויף לאבין'ס קאנטע


היינט צוטאגס גייט ער אין די גאסן פון מיאמי
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:10 pm#347087
קל וחומר האט געשריבן:אנשטאט אים באטיטלען כראוי, עמוד הכשרון ועסקנות, כתבא רבא, עמקן בישורון, איז מען פארנומען מיטן אים באטיטלען לויטן אפשטאם... (נאר א ווערטל - פאר די וואס כאפן נישט)

@געפילטע, איך קען מעיד זיין אויף מיר אז כ'דרייוו פלענטי מיט זון גלעזער אהן געבן קיין שו"ת פאר קיינעם, און איך בין בכלל נישט נאנט צו הייסן א באם.

מיר באדערט אז א בייסיקל הייסט מאדנע, הערסט א מעשה?!?

קל וחומר: יעצט האסטו א גוטע דוגמא פון א קל וחומר...מה דאך אזא חשוב'ער איד ווי ק"ו גייט זון גלעזער בשעת ער דרייווט. כש"כ א פראסטער בעל עגלה ווען ער דרייווט דעם באס טוט ער אוודאי אן זון גלעזער... :lol: :roll:
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:17 pm#347089
אברך משי האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:איי פארוואס פונקט קראקס? נו, עוד חזון למועד.


דו מיינסט זיכער צו זאגן "ועוד חזון ללאבין"

און אגב צו דער וואס האט מיר אנגעפרעגט אין אישי:
איך בין זיכער אז לאבין נעמט דאס נישט פערסאנעל, ווייל כידוע ליודעים האט ער א ספעציעלער געשמאק צו מאלן וואסער און קייען בארשט. די אלע ווייטאגליכע לאזונגען און געקינצלטע פראזן האט ער געשריבן בין תנור לכירים ווען ער האט פשוט געדארפט אנפילן נאך א קאלום און צוענדיגן נאך א מאמר אז ס'זאל קענען גיין צום דריק. דער עולם האט טאקע געכאפט ענטואיזם און געווארן ווילד און הייס מיט זיינע שארף-צילנדע רייד אבער ער האט עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי איר האט עס גענומען...


א. עס איז נישטא דארט קיין ווייטוגליכע לאזונגען. און אפילו יא האט עס נישט צום ענין.

ב. ער מיינט עס יא ערנסט.

ג. געקינצלטע פראזן מיט געמאלענע וואסער שרייבסטו, און ווי שנעל ער שרייבט זיין ארטיקל און צו ער פילט אן נאך א קאלום האט נישא צון ענין.

סטאפ מיט דיין אומבאזירנדע לצנות נוסח ישיבה טינעידזשער.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:21 pm#347090
גערעכט.
איך אין מושב זקנים וועל מן-הסתם אויך גיין אנגעטון אין קראקס. איך פארשטיי דיין פיין.
כ'מיין אז כ'האב ארויסגיברענגט א שטיקל נקודה מיט מיינע רייד, כ'האב נישט געמיינט צו שרייבן גלאט לשם ליצנות, ואל כל חובשי הקראקס הסליחה.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:23 pm#347091
געזונטערהייט, אבער פון וועלעכער פיין רעדסטו?
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:34 pm#347095
איר קוקט אויס שטארק און פערזענליך פארווייטאגט איבער די נושא. איך וויל חלילה נישט טשעפען קיינעם פון די חסידישער-קראק-געזעלשאפט-אידעלאגיע-געמיינדע, און אויך נישט לאבין-סטייל-לופטיגע-באשרייבונגען-אנהענגער.
עס זעט מיר אויס אז איר געהערט צו ביידע פון די פריערדיג דערמאנטע געזעלשאפטן, און דעריבער קלער איך אז איר זענט ח"ו נפגע געווארן פון מיינע הומאריסטישע-אבער-אמתע דברים של טעם מיט מיינע שורות ווי איך האב גענומען די מיה מברר צו זיין די נושא אז דער וואס טוט אן קראקס איז נישט קיין חכם, און די מלחמה פון דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט קען נישט און וועט נישט געפירט ווערן דורך אנטון לעכעריגע קראקס. און אף על גב אז מיין הארץ איז מיט אייך, אבער מיינע פיס נישט...

ערנסט גערעדט, כ'מיין דער עיקר די נקודה וואס כ'האב געשריבן, אז איינער וואס איז א יוצא דופן פון זיין געזעלשאפט ווייל ער וויל ארויסשרייען זיין איינציג-מאן-זעלבסט-דערקלערטע-קריג קעגן די וועלט איז פאקטיש א שטיקל חסר דעה. ומכאן כרוזא נפקא צו אלע אונזערע גוטע פריינט, איידער איר שליסט זיך אן אנטייל צו נעמען אין די איינציג-מאן-זעלבסט-דערקלערטע-קריג-קעגן-סאסייעטי, טראכט איבער א קלארע מהלך וועלכע וועג איר נעמט. איר קענט שיסן פיילן אין דער קאראפטירטער סיסטעם, אבער מיט שכל! א קלוגער מענטש ווייסט וויאזוי צו בענעפיטירן פון די בעסטע פון ביידע זייטן.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 3:03 pm#347101
ווער איז דא פארווייטוגט? ווער איז דא נפגע געווארן? וועלעכע קראקס געמיינדע? און וואו פירט לאבין קריג מיטן סוסייעטי?

אפשר ביסטו מסביר אן קיין פלאטערלעך וואס דו רעדסט דא?
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 3:49 pm#347106
Re: פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
אינגערמאן. קודם הער אויף באטיטלן יענעם ליפטיג, און נאכדעם לאמיר דיר ענטפערן אויף דיין באמבע קשיא דעם אמת'דיגן ערנסטן תירוץ.
דו פרעגסט פארוואס גייט ער מיט קראקס? דער תירוץ איז ווייל עס איז ביליג, באקוועם, און נישט געמאכט פון בעלי חיים.
איי פרעגסטו פארוואס גייט ער ווייטער מיט א הוט? אויף דעם איז דער תירוץ פשוט, צו פארבלייבן אין אונזער געשמאקער סוסייעטי, פארלאנגט זיך א הוט, אבער נישט קיין שוך.

אויב טוט ער זיך אן א דאשיק, קען ער מער נישט שרייבן אין דער איד, אויפטרעטן אין ישיבות, און אנפירן צדקה ארגעניזאציעס. משא"כ מיט קראקס קען מען יא.

איז עפעס נאך געבליבן שווער?
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 3:58 pm#347107
ATUB @שמערל ATUB , :like .

לאמיך נאר צולייגן: ווען ווייניגער מענטשן וואלטן רעאגירט ווי אברך משי, וואלט ער טאקע געקענט גיין מיטן דאשיק וכו' און פארט שרייבן אין דער איד. אבער לפי המצב כעת, איז ער בוחר את הטוב במיעוטו, ווייל ובחרת בחיים כתיב.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 6:52 pm#347129
שש משזר האט געשריבן:@שמערל,

לאמיך נאר צולייגן: ווען ווייניגער מענטשן וואלטן רעאגירט ווי אברך משי, וואלט ער טאקע געקענט גיין מיטן דאשיק וכו' און פארט שרייבן אין דער איד. אבער לפי המצב כעת, איז ער בוחר את הטוב במיעוטו, ווייל ובחרת בחיים כתיב.

די נארמאל זשאנדארן
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:27 pm#347264
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:54 pm#347266
איך קלער אז די ארטיקל איז ק"ש צו פארדאנקן. דאס צייגט אז די מאמענט נעמט אן "די וועקער" אלץ א קאמפעטישין. ווען זיי נעמען נישט אן דעם ארטיקל פון ר' יואל אשר גייט עס אריין אין די וועקער...
ATUB @שש ATUB בוסט מסכים מיט מיר?
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:00 pm#347290
פרייוויליג האט געשריבן:די ביסטו אויף די גאסיפ מארק ווי א זאמבי זוכט בלוט, נא דיר!

קודאס הרב לאבין פאר האבן די דרייסקייט צו שרייבן אזא ארטיקל, אבער מרא דבשמיא וואס איז דאס א זאמבי ???
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:02 pm#347291
א שפאצירנדער טויטער, פון די וואודו לעגענדעס
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 7:52 pm#347305
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:די ביסטו אויף די גאסיפ מארק ווי א זאמבי זוכט בלוט, נא דיר!

קודאס הרב לאבין פאר האבן די דרייסקייט צו שרייבן אזא ארטיקל, אבער מרא דבשמיא וואס איז דאס א זאמבי ???

קודאס הרב בענזשאמין פארן אפשטאטן א באזוך אין שטיבל, אבער מרן דבשמיא וואו ביסטו פארשוואונדן געווארן? וואו ביסטו ווען מען דארף דיר? ווען וועסטו שרייבן נאך אביסל פרישע סחורה?
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 7:54 pm#347306
Re: פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
איך פארשטיי נישט וואס פאר לאבין וואונדערט אזוי שטארק, ווער לאזט אים נישט גיין קיין קראקס, איז שוין אמאל געווען א סיין אדער תקנות המוסדות שלא לילך קראקס, ער קען גיין קראקס, איך בין שוין מסכים, דארפסט נישט אזוי פארפירן, גיי האנדל איין א קראקער און גיי ביי ביי.

נאר וואס דען, מיר זענען א הערד סאסייעטי, א הערד מיינט א סטאדע, מיר האבן א סטאדע מיינד סעט, א סטאדע גייט אין א שפאן, קיין איין לעמעלע גייט נישט ארויסגיין פין די ליניע, נישט ווייל קיינער לאזט אים נישט נאר ווייל א לעמעלע גייט נישט, פינטעל.

קראקס איז די פראבלעם?, א אינטער הויז וואס קיינער זעיט נישט קען מען אויך נישט טוישן, ווייל ווען מען גייט אין מקוה און מען וועט זעין אז מיין באדזשקעל איז בלוי וועט איינער מוציא שם רע זיין דורך קרימען מיט זיין נאניע, טאף לאק אזוי איז אינזער מוח.

משל למה הדבר דומה, דער שעיפעלע וואס גייט אין שפאן פארשטייט נישט אז דער פאסטעך ווייסט דעם סוד און לאכט פון אים, און ניצט אויס די פאקט אז לעמעלעך גייען אין שפאן פאר זיין טובה, לכבוד דעם וועט ער פירן זיין ביזנעס מיט דעם חשבון אז קיין איין לעמעלע וועט קיין קשיא נישט פרעגן ביים פאסטעך הלמאי איך קען נישט גיין לינקס ווען אלע גייען רעכטס, דאס איז דער תירוץ, מיר זענען א סטאדע און יעדע הינזיכט, אלע עדווערטייזמענט גייען אויפן סטאדע מענטעלאטי, ווי לויפט יעדער, יעדער קויפט ביי דזשי ענד דזשי, אלע פרויען גייען גיין צו די פארטי, מען גייט אין קאנטרי, יעדער גייט ארויסגיין פון עקסטאז, אלעס גייט שטיצען אין די ארמארי, אלע שטעלן זיך שוין אויף ביי ימין ושמאול תפרוצי, און אויב פאלט איינעם איין א שאלה ווערט מכונה בשם חכם, יא דו משיגענער קענסט גיין אויפן באן ווי יעדער, דו מיזט לויפן אין וואלד זיך באהאלטן, אהא שוין ווייטער גער אויבער חכם מיט זיינע צינישע קשיות אויף חסד לאברהם, מסתם איז ער העפטיג אויף קאווע שטיבל.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:06 pm#347308
Re: פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
אברך משי האט געשריבן:גערעכט.
איך אין מושב זקנים וועל מן-הסתם אויך גיין אנגעטון אין קראקס. איך פארשטיי דיין פיין.
כ'מיין אז כ'האב ארויסגיברענגט א שטיקל נקודה מיט מיינע רייד, כ'האב נישט געמיינט צו שרייבן גלאט לשם ליצנות, ואל כל חובשי הקראקס הסליחה.

איין זאך האב איך הנאה פון דיר, דו גיבסט נישט קיין ש*ט וואס די אלגעמיינע ק"ש עולם טראכט און האלט, דו גייסטעך דיין וועג פייפענדיג אויף יעדעם.
האסט געפראווט אז יואל אשר'ן האט יא עפעס אנהענגער.
כה לחי!
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:46 pm#347338
moshav zekeinim האט געשריבן:א שפאצירנדער טויטער, פון די וואודו לעגענדעס

נישט דאס האב איך געמיינט, אויב האב איך נישט געוויסט וואס זאמבי מיינט האב איך ב"ה א גוגל מיט א בינג. מיין שאלה איז געווען געוואנדען צו הרב לאבין, פון וואו זאל א וויליאמסבורגע מאמע וויסן פון א זאמבי צו זאגן? מנחם מנדל באשרייבט נישט קיין וואודו לעגענדעס, און מאוויס פון די זאמביס זשאנרא וואטש זי נישט, איז וואס מאכט ער א רעפרענס צו א טערמין... שוין ס'גוט.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 11:04 pm#347342
רב לאבין טוט פאר די וואס ליידן פון נירן, ער טוט פאר די וואס ליידן פון קרימינאלע אישוס, ער טוט פאר גרושים, פאר נצרכים און יעצט האט ער געטון פאר די וואס ליידן פון bunions

שקויעך רב לאבין
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:46 am#347600
אוי אינדעווידואליטעט, אינדעווידואליטעט, ווי נעמט מען זיך אביסעלע אינדעווידואליטעט.
וויפיל ס'הארץ האט שוין געווייטאגט אויף דעם, שעות פראבירן צו מסביר זיין פאר דעם 'נארמאלן' מענטש ווי 'וואנזיניג' ער איז.
רבי יואל אשר שמועסט מיט אונז אויס א פרט פון דעם גרויסן דערגרייכונג וואס הייסט אינדיווידואליטעט.
מיין היטל איז אויסגעטוהן פאר יואל אשר.
וואס איז שוין א לעבן אן אייגענשאפט'ן, אייגענארטיגקייט, זעלבסשטענדיגקייט, יחידיות, פערזענליכקייט, אינדיווידואליזם.
רבי יואל אשר, ווער עס ליינט זיינע ווערק זעהט דאס, האט אן אינדיווידואלעזירטע בליק, ער זעהט נישט מיט קיין מאסן-בליק, מענטשן און מענטשהייט, זענען ביי אים צונומען, צוטיילט, ער זעהט ליבערשט איניווידואלן.
מען דארף אפילו נישט אויסשמועסן, אז ווער עס כאפט זיך ארויף אויף די משל פון קראקס, האט נישט תופס געווען די גאנצע מושג פון דעם ארטיקל, און ער קען צוריק גיין אין די ליין ביי דזשי ענד בי.

וואס איז שוין דען א מענטש, אביסל אינדעווידואליטעט מיט א זעקל אבסעסיעס.
אקעי, איך זאג עס נישט גוט, א מענטש איז דאך איין שטיק אינדעווידואליטעט.
אז מען האט אן אבסעסיע צו אינדיווידואליטעט, איז דאס א מושג פון שלימות האדם.

איין זאך איז זיכער, דער קוצק'ער וואלט ענק אלע געשפיגן אין פנים.
'נארמאל' איז דער נייער נאמען פאר 'פאלשקייט', פאדארבענע שקר.
שוין דער קוצק'ער, בנ'אונז לערנט מען נישט די ספרים.
נא, וועט מען מיזען זאגן, אז ביי אונז עקזעסטירט נישט דער מיסטישער קאוד פון בנ'אונז.
פארלאנג איך דען דעם טראגישען קוצק'ן אמת?
יא מיט ניין. איך קען ענק שוין, עטס האלטס נישט ביי דעם. אבער אלעס מיט א גבול, מען דארף נישט פארדעם אדעפטירן דעם טראגישען נארמאל'ן שקר. די שקר פון נארמאלקייט.

ס'איז א כלל, מאסן פראדוקציע איז א שואה.
וואס זאג איך דא?
די וועלט עקזעסטירט נישט בעצם. סווענד זיך נאר וועלכע ברילן מען ניצט פארן מסך צווישען דעם נאקעטן אויג און דער ווארהייט.
אז מען איז א קוצק'ער, גייט מען בכלל נישט קיין ברילן, אפילו דער דינסטער מסך המבדיל, צווישען דעם אויג מיטן פאקט, איז א שטער צו דעם נאקעטן אינטימישן קשר פון דעם פליישיגען אויג מיט די ווירקליכקייט און אמת.
ס'גארנישט פארהאנען אויף די וועלט, א חוץ א פאר אויגן, און די גאנצע וועלט, דער גרויסער יקום, חסרונות און כשלונות, מעלות און הצלחות אלעס עקזעסטירט נאר אין איין פאר אויגען. וועמענס? דיינס.
פון די צוויי רינדיגע אביעקטען זעהט זיך א גאנצע וועלט.
אלעס ווענד זיך פון וועלכע ברילן מען קוקט ארויס.
און די ברילן איז דער מסך המבדיל פון דעם אמת, דעם ריאליטעט, דעם אובייעקטיוון ריינעם בליק.
דאס זענען די פאדעמענטאלע יסודות אין קוצק.
גייסטאך יא ברילן, קוקסט יא ארויס פון מאחורי המסך. אבער כאטש זאלן די ברילן זיין ריין, די ריכטיגע ברילן.
אבער אויב קוקט מען לכתחילה מיט א מאסן בליק, ברילן וואס מען זעהט פון זיי נאר כלליות'דיג, נישט פרטיות'דיג, גיב כאטש דעם קרעדיט פאר דזשאסעף גאבעללס.
דער מאסן קוק איז די דיירעקטע סתירה מיט אינדעווידואליטעט, אייגענשאפט, רעכטן, מיינונגען. קען מען זיך דען פארווירקליכן ווען מען איז נישט מער ווי א פרט פון איין גרויסען כלל?
דער אמת איז, אז א מענטש איז טאקע נישט מער ווי א פרט פון איין גרויסען כלל, זיין אייגענעם כלל, נישט יענעמ'ס.
ווען מען איז א חלק פון יענעמס כלל, באגראבט מען דעם אייגענעם עקזיסטענץ, אייגענשאפט, און ווען א גאנצע דור באגראבט זיך, און דערשטיקט זיך מיט דעם שעדליכן גאז גערופן נארמאל, איז דאס נישט נאך א חורבן?
האבן מיר דען א מושג, וויפיל מיר האבן האבן פאלוירן ביי דעם דאזיגן חורבן?
מענטשען וואס ווען זיי וואלטן ווען געהאט די יכולות זיך צו מקשר זיין מיט זייער אינערער נפש, יכולות, טאלאנטן, וואלטן זיי צוגעבען נישט נאר פאר אונז, נאר פאר די וועלט, הערטס עטס נישט די דערשטיקטע קולות וואס שרייט ארויס פון זיי אלע?
איך בין שוין טויב פון די קולות.

עטס כאפסט, אלעס שטייט אויף אינדעווידואליטעט. אין א נאיווער וועלט, קוקט מען אויף אלעס מיט איין אויג, מען פארעט זיך נישט צו אינדיווידואלעזירן די אינווידואלן, ביז עס קומט א איינשטיין און אינדיווידואלעזירט א יקום ביז צו די מינימאלע אינדיווידואלן, און ער אנטפלעקט גאר אז די, אינדיווידואלעזירטע, זענען די סודות פון די יסודות פינעם יקום. אדער רעליגיעז גערעדט, ביז עס קומט א רבי חיים, וואס פארעט זיך צו אינדיווידואלעזירן די הלכה'ישע אינדיווידואלן, און עס וואקסט ארויס פון דעם צוויי דינים, און נאר נאכן אינדיווידואלעזירן קען מען דערגרונטעווען די יסודות פון דער הלכה'ישער און דער תלמוד'ישער פארשטאנד, און דערנאך האבן מיר א חזון איש וואס איז מסביר און מכריח וועלכעס איז באמת אן אינדיווידואל און פארוואס.
עטס זעטס, אלעס באשטייט אויף אינדיווידואליטעט, איך ווייס נישט אויב אין דער יידישער לעקסיקאן איז בכלל פארהאנען אזאנע ווערטער ווי אינדיווידואליטעט, אינדיווידואלעזירן, אינדיווידואלעזירטע, אבער איך וויל ענק נאר ווייזען אז אלעס באשטייט פון אביסעלע אינדיווידואליטעט און אינדיווידואלעזירן.
און איך וועל ענק זאגן, אז אלעס וואס מען זעהט אין די וועלט, איז נאר א משל לשבר את האוזן, א שפיגל וואס קומט פאר צווישען מענטשן און מענטשהייט, אינדיווידואליטעט איז איר יסוד.

דער שגעון פון נארמאלקייט איז אין לשער.
זיי מאכן אז עס זאל זיך דאכטן אז גאט רעכענט זיך מיט די הלכות נארמאל, אז א מאמע איז נעבעך משוגע געווארן, און סגייט איר אן אז איר זון גייט קראקס, אנשטאט איר גיבן די נויטיגע הילף, טוט ער גאר אויס די קראקס, און לויפט אין שול ווי א כיבוד אם הירו, פאני.
און ווען די רעדסט מיט דעם נארמאלן, איז עס ווי די רעדסט צו דעם פראג'ן גולם.
איך בין שוין היבש אויסגעברענט פון אזויפיל רעדן פון דעם, איך רעדט שוין נישט פון דעם מיטן זעלבן אייפער ווי אמאל, א חידוש איז וויאזוי הרב לאבין האט נאך די מוט.

כ'מיין ווי געטליך קען מען שוין זיין, ווען יעדע געטליכע מעשה וואס מען וויל נאר טוהן ווערט באטראכט מיט נארמאלע בליקן, געטליכקייט איז נישט קיין נארמאלע זאך, איז עס?
און יעצט קען מען דן זיין, ארעסטאנטן אין א 'נארמאלע' תפיסה, וואס זענען די ארעסטאנטן?
אוי געוואלד ווי נעמט מען זיך אביסל חירות הנפש.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:16 pm#347611
פליקער האט געשריבן:אלע שטעלן זיך שוין אויף ביי ימין ושמאול תפרוצי, און אויב פאלט איינעם איין א שאלה ווערט מכונה בשם חכם...


:lol: :lol: :lol:

זייער גוט געזאגט! אבער מיין שאלה צו אלע התלהבותדיגע-קראק-מאוומענט-אנהענגער איז הא גופא, פארוואס וויל נישט יעדער פון אייך 'אויפשטענדלער' און 'אויבער חכמים' טאקע שיסן אזעלכע סארט פיילן ווי אויפשטיין ביי בואי בשלום דווקא? זיץ שטילערהייט אויף דיי פלאץ און מאך זיך ווי דו האסט זיך פארקלאצט, און 'בטעות' ביסטו אויפגעשטאנען ביי בואי בשלום. און מיט דעם האסטו געשאסן חצים ובלסטראות אויף גאנץ כלל ישראל, דו ביסט נאר וואס באגאנגען א שטילע אבער בייסיגער אויפשטאנד און דערקלערט קריג קעגן דער רבי זי"ע וכל הנוהים אחריו עד ביאת משיח ומלכנו בראשינו. אדער טראג טאקע א בלויע באדזשיקעלע (מיט פאקעדאטס פארשטייט זיך אויב מעגליך) אבער דארט ווי קיינער זעט נישט (אפילו אין מקוה) און מיט דעם ביסטו א זיכערע געווינער קעגן די גאנצע סטאדע ווייל דו טוסט דאך יעצט וואס דו ווילסט און נישט וואס יענער צווינגט דיר צו טון...

אה, ס'איז נישט גענוג א שטארקע מערכה? ווייל וויאזוי וועט יענער וויסן אז 'איך בין אנדערש' און איך געב נישט קיין צואה פאר די מענטשהייט... אמור מעתה, אז דו ווילסט נישט זיין אנדערש באמת ביי דיר, ווייל ווען יא וואלסטו געטראפן א מיליאן און איין בעסערע וועגן וויאזוי צו זיין א אייגנארטיגע שעפעלע, און נישט נאכטאנצן די גאנצע סטאדע. אפשר ווי ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB רופט עס 'אנצוהייבן קודם מיט די פנימיות'. אדער אפילו אין חיצוניות טו וואס דיין הארץ באגערט ווען קיינער זעט נישט. פאר אוועק אויף א געזונטע וואקאציע וככל העולה על רוחך עשה, אזויווי פילע צענדליגע פון אונז טוען כסדר. אויב איז קראקס דיין וועג פון אויסרופן זיג אנקעגן די מענטשהייט האסטו נאך א לאנגע וועג צו קריכן צו צופרידנהייט, ווייל נישט די 'סטאדע' און נישט די 'קאמפאני' און נישט די 'קאפי פעיסט' איז דיין פראבלעם. עס איז עפעס א קינד-אין-דיר וואס איז געבליבן דארט סטאק און קען עפעס נישט ארויסקריגן, ווילאנג דו וועסט נישט 'ווייזן פאר יעדעם' אז דו ביסט מעכטיג און 'דו פייפסט אויף די וועלט'...

יעדער האקט!
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 3:58 pm#347642
ATUB @אחד העם ATUB , געטליכע רייד.

l viewtopic.php?f=50&t=7219 l