הויפט זייט » שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10840
דאנערשטאג יולי 26, 2018 10:04 pm#409950
ס'נאך דא אסאך וואס צופארעכטן אין דעם הינזיכט, וואס איז מיט יום כיפור?
דאנערשטאג יולי 26, 2018 10:35 pm#409952
יין שרף האט געשריבן:להחזיר עטרה ליושנה..
מ'דארף ברענגען פרוף אז מ'איז סינגל?
פרייטאג יולי 27, 2018 12:35 am#409953
בן אדם האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:להחזיר עטרה ליושנה..
מ'דארף ברענגען פרוף אז מ'איז סינגל?
מ'וועט צושטעלן א בודקת אויפן פלאץ.
זונטאג יולי 29, 2018 12:27 am#409992
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
און וואס טוהט זיך מיט מחולות? דאס איז דאך דער עיקר.
פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:55 am#434904
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
היינט חזר'ט זיך די שמוציגע פרשה איבער
פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:42 am#434905
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נאך דא אסאך וואס צופארעכטן אין דעם הינזיכט, וואס איז מיט יום כיפור?
אונז האמיר א מחזור מיט א לאנגע מוסף שמו"ע און א סאך יוצרות. ווען מ'ענדיגט מוסף און מנחה איז שוין צייט פאר נעילה. ווער קען גיין אין פארק דאמאלס...?!
פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:57 pm#434907
נעגעל וואסער האט געשריבן:היינט חזר'ט זיך די שמוציגע פרשה איבער
ומה היו אומרות? בחור, שא נא עיניך וראה, מה אתה בורר לך, אל תתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה.
פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:55 pm#434911
האסט נישט געוואלט קוקן ווייטער?
"תנו רבנן, יפיפיות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם ליופי - שאין האשה אלא ליופי', מיוחסות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם למשפחה - לפי שאין האשה אלא לבנים', מכוערות שבהם מה היו אומרות? 'קחו מקחכם לשום שמים, ובלבד שתעטרונו בזהובים'.

פרייטאג אוגוסט 16, 2019 2:08 pm#434912
און גראדע די גמרא אין כתובות נט: פרעג זיי ביידע אפ...
פשט איז אז יעדער זאגט וואס קומט זיי אויס דאס בעסטע; די שיינע ווילן מ'זאל זיי אנקוקן זאגן זיי אז שיינקייט איז די זאך, און די מיוחסים ווילן מ'זאל זיי אנקוקן זאגן אז ייחוס איז די זאך, און רבינו הקדוש איז געווען א מיוחס האט ער נאר אריינגעלייגט אין די משנה די חלק פון תן עיניך במשפחה.

פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:18 pm#434915
רביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 7:54 am#437775
כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 11:16 am#437778
גוט געזאגט: היינטיגע צייטן (ביי געוויסע קרייזן) האלטן מיר שוין כמעט ביי א פארקערטן מצב. א יונגל קומט אהיים פון ישיבה קטנה. און די מאמע זאגט איהם אז ער דארף זיך אנטון שבת'דיג. (און אויספוצן די ציין). ווייל ער ווערט א חתן...לאל...!
דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:24 pm#455933
ס'שוין כמעט א מנהג ארויפצוברענגן דעם אשכול לכבוד ט"ו באב
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:16 am#455946
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
ער נעמט דאס פונעם אברבנאל. (:berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 10:40 am#455950
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!
ATUB @berlbalaguleh ATUB קוק דא וועגן די מעשה מיט רבן גמליאל און ר' יהושע דערציילט אין ראש השנה פ"ב ח-ט.
א שאד אז איך קען נישט אפלאודן די מאמר, עיי"ש ותמצא נחת, און א מעגליכע ענטפער אויף דיין שאלה.
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:19 pm#455957
מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
איי פארוואס? אפשר ווי @שש האט געשריבן, דענסינג קלעסעס....
אגב, עטליכע יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען צו באזוכן מצפה יריחו ארום די טעג פון ט"ו באב, איז געווען דארט פלאקאטן אין בעפארברייטונג פון מאסיווע מחולות בכרמים, וואס וועלן ווערן אפגעהאלטן ט"ו באב, מיט די באטייליגונג פון באקאנטע זינגערס און זינגערינס, ווייזט אויס אז דער מנהג גייט נאך אן מיט א פעסטקייט

מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:29 pm#455977
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
און איין מיידל האט זיך פארשטעלט פאר א בחור און צו איר האט מען אויסגערופן "בחור שא נא עיניך", איי ס'דאך לא תלבש? מילא יום כיפור האט מען געמעגט ווייל פורים כפורים און פורים שטייט דאך שוין אין די פוסקים אז מ'מעג, וואס איז אבער מיט ט"ו באב? קשיא.
אדער קען זיין אז מ'דארף גורס זיין "בחורה" מיט א ה"א, LGBT מן התורה מניין...
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 8:19 am#456045
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל
די מהרי"ל איז געווען א שדכן. עיין במנהגי מהרי"ל הלכות חנוכה.
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 2:50 pm#456085
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
שטייט דאָך בפירוש אין גמרא „מי שאין לו אשה נפנה לשם”
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:16 pm#456087
דוראק האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
שטייט דאָך בפירוש אין גמרא „מי שאין לו אשה נפנה לשם”
נפנה מיינט ביי דיר קוקן? איך האב מורא אז ביי דער מגיד שיעור, מיינט עס גאר עפעס אנדערש.
זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:28 pm#456128
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל
מ'דארף נישט גארנישט קיין שום עיון גדול. אמאל איז דאס געוען דער מנהג. און ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מ'זאלל עס צוריק איינפיהרן. ווייל דער איצטיגער סיסטעם ארבעט נישט...!
זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:18 pm#456157
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
מיין מגיד שיעור האט אויך געברעגט דערצי א ראי, מען האט זיך פשוט געדארפט בעטן ביין בחור וואו א גזלן "בחור שא נא עיניך"