Under maintenance
הויפט זייט » שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10840
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 5:23 pm#347424
שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
עס איז מיר זייער אומבאקוועם צו רעדן פון דעם פרשה, וואס איז אקארשט פארלאפן פאריגע וואך, אבער ההכרח לא יגונה והשקט לא אוכל. ליינט מיט שרעק איבער ווי ווייט די דור האט זיך דערקייקלט.


עפעס א בחור - לכאורה פון די אפפאל - פון א בארימטע ישיבה, איז געוואויר געווארן פון א געוויסע פלאץ וואו מיידלעך קומען זיך צאם, פאר 'דענסינג קלעססעס'. זייענדיג נישט קיין גרויסע יר"ש ויצרו בערה בו, האט ער געטראפן א וועג זיך אריינצובאקומען אין יענעם פלאץ. איך וויל נישט אריינגיין אין די פרטי פרטים משום הרחק מן הכיעור, כ'וועל נאר זאגן בקיצור נמרץ, אז ס'האט זיך אנגעהויבן מיטן פארשטעלן ווי א מיידל און צוקוקן, און נאכן געווינען טראסט האט ער צוביסלעך קאלט געמאכט די מיידלעך צום מושג פון 'נישט רעדן מיט א מאנסביל', און עווענטועל האט דער בחור אריינגעריקט זיינע חברים אינעם עסק, און ס'איז געווארן לעבעדיג.

כמובן אז כדי מ'זאל נישט כאפן וואס גייט פאר האבן די מיידלעך אנגעהויבן גיין אינדרויסן פון שטאט צום טאנצן, און זיי זענען געווארן גוט מיט די בחורים. כ'וויל מיך נישט פארשטעלן דאס ווייטערדיגע, אבער אזויפיל איז יא קלאר אז א שיינע פאר בחורים זענען 'געפאלן אין ליבע' פאר געוויסע מיידלעך, און זיי האבן מחליט געווען אז זיי ווילן הייראטן די מיידלעך. און דאס זעלבע פארקערט, געוויסע בחורים זענען געפאלן אין די מיידלעך'ס אויגן, און זיי האבן געזאגט עלי יניח צדיק את גופו.

יעצט קומט מען צום עיקר פראבלעם: בחורים און מיידלעך קומען אהיים אז זיי ווילן חתונה האבן מיט פלוני אלמוני/פלונית אלמונית, און זאכן הייבן אן פארן 'אאוט אוו קאנטראל'. ס'דויערט נישט לאנג, און נאך קורצע חקירות ודרישות שטעלט זיך ארויס די פרשה אין פולן פראכט: עוורידזש בחורים פון ישיבת.... האבן זיך געטראפן מיט מיידלעך, געפאלן פאר זייערע חנ'וועדיגע גופים, טענץ, און קול [הגה בעצמך, דער בחור האט קיין מושג אין די ענינים. ווען טרעפט ער זיך אמאל מיטן אפעזיט דזשענדער?!], און מחליט געווען אז זיי האבן 'ליב' די מיידל, און ווילן גאר חתונה האבן מיט זיי.


און יעצט האלט מען שוין בעפאר א שטינק אין גאס. די בחורים און מיידלעך האבן זיך זייערע באליבטע, און קענען בעצם טון כאוות נפשם, מיט הסכמה אדער אן. מצד שני, אויב מ'שטעלט זיך נישט צו צו זיי און זיי מאכן די שידוך אומאפיציעל, ווערט אן עמטליכער שטינק אין שטאט. און דא קומט אריין די הויפט פאקטאר: דאס וועט מאכן א שלעכטע נאמען פאר די 'פיינע ישיבה' וואו די קלי הדעת האבן געלערנט, און קומענדיגע זמן קענען זיי זיין אונטער גראטעס.

זעצן זיך צאם די חכמי כעלם אין ישיבה, לדעת את שלום הישיבה ומה יעשה בה. דער ראש ישיבה קומט אויף מיט א גראנדיעזע הצעה: די ישיבה קומט בעפאר אלעס, און מ'קען ח"ו נישט פארשמירן אונזער נאמען אין גאס. איי די הפקרות פון די בחורים? מ'קען עס פארענטפערן בגיבובי סרק. מ'גייט צאמרופן אלע בחורים שידם היתה במעל, און מ'וועט זיי זאגן אז פאקטיש טוען אזוי די ליטווישע בחורים [אזוי? שקר וכזב. זיי טרעפן דען מיידלעך טאנצן, וואס רייצן פשוט אן א בחור?!], און ס'נישט עק וועלט, און אדרבה די שידוכים זאלן גיין ווייטער בהסכמה, און מ'וועט לייגן לחץ אויף די עלטערן אנצושטעלן א פנים כאילו דאס האבן זיי גאר געוואלט, ושלום על ישראל. די מעשה האט פאסירט פאריגע וואך פרייטאג.

למעשה איז עס אנגעקומען צו די אויערן פון אפאר חשוב'ע רבנים ודיינים אין שטאט, און די כעס אקעגן די ישיבה שטייגט עד לב השמים. איינע פון די רבנים האט זיך אויסגעדריקט, אז מיט אזא צוגאנג 'אפיציעל מטעם הישיבה', וועט מען נאך איין טאג אפיציעל אויסקלאפן אין ישיבה אז בחורים דארפן הייראטן מיידלעך נאכן פאלן אין 'ליבע', וואס דער טריפה'נער גוי'אישער מושג מיינט אין אנדערע ווערטער - שמוץ בעפארן חתונה, וד"ל. פון איינע פון די גרעסטע רבנים אין שטאט האב איך געהערט נאכזאגן, אז ער פלאנט ארויסצוקומען מיט א שארפע קול קורא קעגן די ישיבה, זאגנדיג אז זייער צוגאנג פאסט ענדערש פאר משכילים וקלי הדעת, און תוצאתיה מי ישורנה.

ווי עס האלט יעצט, ווערט א באוועגונג ביי די רבני העיר ענטליך ארויסצוקומען בחרב ובחנית אקעגן די ישיבה, וואס האט כמעט ווי גע'כשר'ט אזא מנוול'ישע מעשה, אלעס צוליב אייגענע אינטערעסן. הגם די ישיבה לייקנט שטיין און ביין אז דאס זאל זיין זייער חשבון, און דער ראש ישיבה טענה'ט אז ער מיינט נאר די תועלת פון די בחורים, וואס וועלן האבן אן אומגליכקליך לעבן אויב זיי וועלן נישט חתונה האבן מיט זייערע באליבטע...



איך ווייס אז דער עולם וועט זיין סקעפטיש איבער אזא שמוציגע פרשה, און פארוואס זאל איינער גלייבן אז ראשי ישיבות האלטן אין אזא נידעריגע מצב, אבער כ'האב קלארע דאקומענטאציע דערוועגן, וואס איך גיי דא שוין אראפברענגען, כדי יעדער זאל קענען וויסן קלאר ווער עס זענען די משכילים און מהרסים מקרב המחנה.

דא האט איר דעם ערשטן דאקומענטירטן מעשה, בפשטות געשריבן דורך משכילים למיניהם:
משנה תענית כ"ו ע"ב האט געשריבן:"לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ, שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי לבן... ובנות ירושלים יוצאות וחולות בכרמים. ומה היו אומרות? 'בחור, שא נא עיניך, וראה מה אתה בורר לך, אל תתן עיניך בנוי - תן עיניך במשפחה', שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל (משלי לא, ל)".


אויב דאס איז נישט גענוג, זענען געקומען שפעטערדיגע מהרסים און צוגעלייגט שארפערס:
גמרא תענית ל"א ע"א האט געשריבן:"תנו רבנן, יפיפיות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם ליופי - שאין האשה אלא ליופי', מיוחסות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם למשפחה - לפי שאין האשה אלא לבנים', מכוערות שבהם מה היו אומרות? 'קחו מקחכם לשום שמים, ובלבד שתעטרונו בזהובים'. וברש"י ד"ה שאין אשה אלא לבנים: אם בניך יהיו מיוחסין, הכל קופצין עליהם, בין זכרים בין נקבות".


מ'שטיינס געזאגט, די גרעסטע יום טוב פאר כלל ישראל איז ווען בחורים טרעפן זיך מיט מיידלעך, זעען זיי טאנצן אנגעטון אין שיינע ווייסע קליידער, ווען די שיינהייטן טריצן 'קוקטס אויף ביוטי, אויף וואס דען בין איך דא?', און די ראשי ישיבה געבן גאר הסכמה דערצו. מיר זענען מוחה בכל התוקף קעגן די רעפארם ראבייס וואס האבן אפגענויגט פונעם דרך הישר - - -

- - - וואס שטייט אין גמרא.
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 5:29 pm#347425
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
זייער שטארק! לייק

לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 5:37 pm#347426
Wow

ווען כאב אנגעהויבן ליינען האבעך געמיינט אז דו פארציילסט א אמת'ע מעשה און אז דו ביזט מוחה. איך האב גלייך געטראכט צו מגיב זיין אז דיין באריכט דערמאנט מיר פון ט''ו באב!! ביז... כאב ווייטער געליינט....
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 5:51 pm#347429
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
פארוואס האב איך געוואלט מער דיטאלען אויפן משל

Sent from my VS987 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 6:08 pm#347431
שש איך קען דיר שוין, איך קוק קודם ביים סוף.
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 6:09 pm#347432
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
אייזן!
איך האב נאר א קליינע שאלה וואס וואלט דער חתם סופר געזאגט אויף אזא מעשה?
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 6:26 pm#347433
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
אין תרגום אויף איכה, אויפ'ן פסוק 'בתולותיה נוגות' שטייט אז ביים חרבן הבית האט זיך אפגעשטעלט די סארט פאסקודנעץ.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 6:42 pm#347434
:like שטארק! כ'האב שוין געוואלט פרעגן וואו די דענסינג קלעססעס קומען פאר. אשאד.
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 7:11 pm#347436
שש משזר: איך וואלט דיך נישט גענומען פאר א טור גייד.דו וואלסט מיר געגעבן דעם רושם אז דו פיהרסט מיך אין האלאקאוסט מוזעאום. דערווייל פיהרסטו מיך אין סמיטהסאניען אינסטיטוט...חזק ואמץ...גוט שבת...!
מוצ"ש אוגוסט 27, 2016 11:21 pm#347450
דער עולם וואס גייען דא אזוי ארויס פון די גלייזן זאלן מוחל זיין און טאקע שיקן זייערע טעכטער טאנצן פאר די בחורים, איך גאראנטי אז ס׳וועט שוין זיין בחורים וואס וועלן צוקוקן.

ביטע אישי׳ן ATUB @יואב ATUB ווי די טענץ גייען פארקומען.
יואב מאך זיכער מיר איבערצוגעבן, האסט מיין נומבער....
זונטאג אוגוסט 28, 2016 1:30 am#347465
יואב האט געשריבן::like שטארק! כ'האב שוין געוואלט פרעגן וואו די דענסינג קלעססעס קומען פאר. אשאד.

יואב: דו ביסט שוין צו אלט... :lol:
זונטאג אוגוסט 28, 2016 1:36 am#347466
שלום שטיסל האט געשריבן:דער עולם וואס גייען דא אזוי ארויס פון די גלייזן זאלן מוחל זיין און טאקע שיקן זייערע טעכטער טאנצן פאר די בחורים, איך גאראנטי אז ס׳וועט שוין זיין בחורים וואס וועלן צוקוקן.

ביטע אישי׳ן @יואב ווי די טענץ גייען פארקומען.
יואב מאך זיכער מיר איבערצוגעבן, האסט מיין נומבער....

שלום שטיסל: זיי מוחל געב איבער דיין הצעה אויף בעדפארד קאר. ראסס סטר. אדער אויף 5 צאנז קאורט אין קר"י. סארי. וואו די (פארש-ינקענע) בני יואל פארזאמלען זיך ווייס איך ב"ה נישט...!
עמיר זעהן וויאזוי (און מיט וואס) דער עולם וועט דיך אנטפאנגען... :lol:
זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:18 am#347470
זייער שיין! @שש משזר.

יו גאט מי דיס טיים, כ'שעם זיך אביסל צו זאגן וואס כ'האב געטראכט בשעת'ן ליינען.. אבער אזוי ווי אלעמאל האסט מיך געכאפט.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:36 am#347472
berlbalaguleh האט געשריבן:
יואב האט געשריבן::like שטארק! כ'האב שוין געוואלט פרעגן וואו די דענסינג קלעססעס קומען פאר. אשאד.

יואב: דו ביסט שוין צו אלט... :lol:

הו! כאדם התולה קללתו בחברו.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:17 am#347482
berlbalaguleh האט געשריבן: סארי. וואו די (פארש-ינקענע) בני יואל פארזאמלען זיך ווייס איך ב"ה נישט...!

ניט שעהן צו רעדן אזוי פאר אזא אוהב ישראל ווי ר' בערל
זונטאג אוגוסט 28, 2016 12:15 pm#347491
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
וואס פארשטייען ענק..!
די מנהג איז אנגעגאנגען,
׳ווען פיקען א כלה איז געווען די זעלבע עבודה ווי פיקען א אתרוג..!׳

מהאט געקיקט אויף די ׳גידול׳ ׳חריצות ובליטות׳ די מראה,
געוויסע האבן געזיכט מיט א גארטל.. (waist line) וכו׳ וגו׳

א בחינה ווי אדם הראשון קודם החטא.. אן קיין שים ׳לאסט׳ אינוואלוד..!

אויף דעים וויינען מיר ״השיבנו ה אילך- חדש ימינו כקדם..
זונטאג אוגוסט 28, 2016 1:04 pm#347494
" אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה', שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל"
זייער שטארקע ווערטער וואס די הייליגע משלי שרייבט אין אידישע איבערזעצונג "געב נישט דיין אויגן אויף שיינקייט געב דיינע אויגן אויפן משפחה ווייל שקר איז חן און בלאף איז שיינקייט א פרוי וואס האט מורא פון די אייבערשטער איז געלויבט"
זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:00 pm#347496
town1 האט געשריבן:" אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה', שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל"
זייער שטארקע ווערטער וואס די הייליגע משלי שרייבט אין אידישע איבערזעצונג "געב נישט דיין אויגן אויף שיינקייט געב דיינע אויגן אויפן משפחה ווייל שקר איז חן און בלאף איז שיינקייט א פרוי וואס האט מורא פון די אייבערשטער איז געלויבט"

"תנו רבנן, יפיפיות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם ליופי - שאין האשה אלא ליופי', מיוחסות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם למשפחה - לפי שאין האשה אלא לבנים', מכוערות שבהם מה היו אומרות? 'קחו מקחכם לשום שמים, ובלבד שתעטרונו בזהובים'. וברש"י ד"ה שאין אשה אלא לבנים: אם בניך יהיו מיוחסין, הכל קופצין עליהם, בין זכרים בין נקבות"
זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:45 pm#347500
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
town1 האט געשריבן:" אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה', שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל"
זייער שטארקע ווערטער וואס די הייליגע משלי שרייבט אין אידישע איבערזעצונג "געב נישט דיין אויגן אויף שיינקייט געב דיינע אויגן אויפן משפחה ווייל שקר איז חן און בלאף איז שיינקייט א פרוי וואס האט מורא פון די אייבערשטער איז געלויבט"

שטייט - כ'דענק נישט פון וועם- אז חן און יופי לכשעצמם זענען טאקע שקר און הבל, אבער מיט יראת ה' צוזאמען איז עס תורה וגדולה במקום אחד.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:57 pm#347501
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
עס קומט אויס פון די גמרא אז עס איז געווען דריי כתות
א- די שיינע
ב- די מיוחסות (נישט שיינע ווייל עס איז שוין די צווייטע דרגה)
ג- מכוערות

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:12 pm#347503
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
געזען ר' חיים ברענגט אין טעמא דקרא בשם זיין זיידן ר' ארי' לעווין ז"ל פשט אינעם גמ'. ער פרעגט וואסארע מין חוצפה פון די מכוערות צו בעטן שתעטרונו בזהבים?? ביסט מיאוס ווי דע גלות, פריי זיך אז איינער איז מסכים דיר צו נעמען!?! . זאגט ער אז יעדער האט געמיינט לש"ש, די שיינע האבן געזאגט נעמט אונז כדי שלא תתנו עיניכם באחרות. די מיוחסות האבן געזאגט אז למעשה האבן זיי אויך זיך אינזין מיט די שיינקייט און ס'איז נישט אינגאנצן לש"ש, ענדערש קוקט נאר אויף יחוס אזוי וועט מען קענען גרינג חתונה מאכן די קינדער ואין אשה אלא לבנים. האבן די מכוערות געזאגט דאס איז נאכאלץ נישט אינגאנצן לש"ש ווייל סוף כל סוף האסטו חשבונות דערמיט, נעמט אונז אבער דריי זיך נישט ארויס פון באצאלן ווייל דאן וועסטו ווייטער האבן א חשבון, אז ס'איז בחינם... ובלבד שתעטרונו בזהבים. ודפח"ח.
(ולפ"ז קומט אויס אז אפילו די יפיפיות שבמיוחסות האבן פראמאוטעד יחוס)
זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:16 pm#347504
@סימפיל אין אידישע איבערזעצונג די פרויען זאגן אז מען זאל געבן פאר שיינקייט, זאגט די הייליגע משלי אז שקר איז חן, און שיינקייט איז בלאף ,
זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:23 pm#347505
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
עיין בפלא יועץ אות י' יופי, ווי ער רעדט ארום פון שקר החן והבל היופי, אבער ער ענדיקט צו אז מ'זאל זיין געווארנט צו חתונה מאכן די קינדער מיט שיינע מוידן אזוי וועלן זיי זיין צופרידען וכו' עיי"ש. א שאד די היינטיגע שרייבן נישט ס'זעלבע..
זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:26 pm#347506
שטודיעס שטיצן אונטער די "תן עיניך ביופי" ארגומענט
m http://www.huffingtonpost.com/2013/11/1 ... 99002.html m
זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:36 pm#347509
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:שטודיעס שטיצן אונטער די "תן עיניך ביופי" ארגומענט
http://www.huffingtonpost.com/2013/11/1 ... 99002.html

ער זאגט טאקע אין די שטודיע אז ווען די מאן איז בעטטער לוקינג פון די ווייב טויג טאקע נישט.
קען מען זאגן בדרך אפשר ,אונז אלע ווייסן אז ס'קומט א צייט וואס די מאן זעהט טאקע אויס בעסער אויס ווי די ווייב און קען זיין דעמאלסט הייבט זיך אן די מיד לייף קריזיס.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:52 pm#347515
town1 האט געשריבן:@סימפיל אין אידישע איבערזעצונג די פרויען זאגן אז מען זאל געבן פאר שיינקייט, זאגט די הייליגע משלי אז שקר איז חן, און שיינקייט איז בלאף ,


בד"וו די פארשטייסט פשט אינעם פסוק? די ווילסט מיר זאגן אז די חילוק פון האבן א פינעף הונדערטיגע אפריקאנע פרוי ווי איידער האבן א יפת תואר איז שקר און בלאף?
זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:59 pm#347520
האט דאך שוין הגה"ק בעל משלי שש געזאגט דערויף א פשט, שיכריע ביניהם, וזל"ק:
שקר החן והבל היופי - א בפירוש'ע אסמכתא ליב צו האבן שיינקייט אין דעם עולם השקר.


עיין 'משלי שש' פרק ג' פסוק י"ב.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:16 pm#347563
@סימפיל איך פארשטיי ברוך השם זיער גוט פשט אין די פסוק די הייליגע משלי זאגט אז שקר איז חן, און שיינקייט איז בלאף,
זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:55 pm#347565
סימפל האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:@סימפיל אין אידישע איבערזעצונג די פרויען זאגן אז מען זאל געבן פאר שיינקייט, זאגט די הייליגע משלי אז שקר איז חן, און שיינקייט איז בלאף ,


בד"וו די פארשטייסט פשט אינעם פסוק? די ווילסט מיר זאגן אז די חילוק פון האבן א פינעף הונדערטיגע אפריקאנע פרוי ווי איידער האבן א יפת תואר איז שקר און בלאף?

סימפל: אבער דער פשוט'ער פשט איז אז שיינקייט פאר זיך אליין, אן אנדערע מעלות. אדער טראץ אנדערע חסרונות, איז א פלאטאנישע זאך. ס'האט נישט קיין ווערד. אזוי ווי די משנה אין פרקי אבות זאגט..."נזם זהב באף חזיר, אישה יפה וסרת טעם"...דאס איז נאר גוט ווען ס'קומט צוזאמען מיט אנדערע מעלות פון כאראקטער.
דאס קען אפשר זיין פשט אין פסוק...."שקר החן"...ווען די מיידל/פרוי האט נאר די איינציגע מעלה פון חן/גרעיס, דאס איז שקר. ווייל זי קען האבן א פארדארבענע כאראקטער, אדער זיין אומ-וויסנד. והבל (אויף ענגליש הייסט עס "וועניטי") פוסטקייט/ליידיגקייט היופי. דאס שיינקייט אן אנדערע מעלות איז גארנישט ווערד.
נאך א פשט האביך געהערט פון א איד א בעל עגלה..."הבל" היופי. דאס שיינקייט איז אזוי ווי דער אטעם פון א מענטש. וועלכעס האט נישט קיין ממשות. ס'האלט נישט אן. דו האסט שוין אמאל געזעהן (ר"ל) די פיקטשערס פון די שענסטע מאווי סטארס אדער ביוטי קווינס. און אויף די עלטער זעען זיי אויס ווי א אויסגעטרוקנטע פלוים. (פרון). און אויב זיי האבן נישט אנדערע מעלות, זענען זיי גארנישט ווערד. קיינער קוקט נישט אויף זיי...!
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:24 am#347577
town1 האט געשריבן:@סימפיל איך פארשטיי ברוך השם זיער גוט פשט אין די פסוק די הייליגע משלי זאגט אז שקר איז חן, און שיינקייט איז בלאף,

ביסט זיכער?
m http://tora.us.fm/tnk1/ktuv/mjly/mj-31-30.html m
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:45 am#347594
town1 האט געשריבן:@סימפיל איך פארשטיי ברוך השם זיער גוט פשט אין די פסוק די הייליגע משלי זאגט אז שקר איז חן, און שיינקייט איז בלאף,


Oh
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:52 am#347595
berlbalaguleh האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:@סימפיל אין אידישע איבערזעצונג די פרויען זאגן אז מען זאל געבן פאר שיינקייט, זאגט די הייליגע משלי אז שקר איז חן, און שיינקייט איז בלאף ,


בד"וו די פארשטייסט פשט אינעם פסוק? די ווילסט מיר זאגן אז די חילוק פון האבן א פינעף הונדערטיגע אפריקאנע פרוי ווי איידער האבן א יפת תואר איז שקר און בלאף?

סימפל: אבער דער פשוט'ער פשט איז אז שיינקייט פאר זיך אליין, אן אנדערע מעלות. אדער טראץ אנדערע חסרונות, איז א פלאטאנישע זאך. ס'האט נישט קיין ווערד. אזוי ווי די משנה אין פרקי אבות זאגט..."נזם זהב באף חזיר, אישה יפה וסרת טעם"...דאס איז נאר גוט ווען ס'קומט צוזאמען מיט אנדערע מעלות פון כאראקטער.
דאס קען אפשר זיין פשט אין פסוק...."שקר החן"...ווען די מיידל/פרוי האט נאר די איינציגע מעלה פון חן/גרעיס, דאס איז שקר. ווייל זי קען האבן א פארדארבענע כאראקטער, אדער זיין אומ-וויסנד. והבל (אויף ענגליש הייסט עס "וועניטי") פוסטקייט/ליידיגקייט היופי. דאס שיינקייט אן אנדערע מעלות איז גארנישט ווערד.
נאך א פשט האביך געהערט פון א איד א בעל עגלה..."הבל" היופי. דאס שיינקייט איז אזוי ווי דער אטעם פון א מענטש. וועלכעס האט נישט קיין ממשות. ס'האלט נישט אן. דו האסט שוין אמאל געזעהן (ר"ל) די פיקטשערס פון די שענסטע מאווי סטארס אדער ביוטי קווינס. און אויף די עלטער זעען זיי אויס ווי א אויסגעטרוקנטע פלוים. (פרון). און אויב זיי האבן נישט אנדערע מעלות, זענען זיי גארנישט ווערד. קיינער קוקט נישט אויף זיי...!


די בעל עגלה׳ס פשט האב איך זייער ליב. (וועלעכע בעל עגלה איז דעס? אלעקסיי?...)

די שאלה איז געווען דיירעקטעד צו דער מיינונג וואס מען האט אונז אויסגעלערנט אין ישיבה, על פי מסורה שטייטצעך. אז שיינקייט איז סתם פאלש און שקר, און אויב איז עס יא עפעס, איז עס נידריג, עקלדיג, און שמוציג. (שטייטצעך אליין מען האט נישט געניצט דעם שמוציגן ווארט ׳שיינקייט׳ מען האט עס דערמאנט ברמיזה) און מען האט עס געבויט אויף אזעלכע פסוקים, דערביי אוועק קוקענדיג אויף האלבע תורה פון פסוקים. דאס איז אמ״א לאדעקריס.

נאר פשט אין פסוק איז ווי אזוי דער בעל עגלה האט שוין זייער שיין מסביר געווען. אדער אויב מען קען עס ארויס ברענגען אביסל אנדערש: שיינקייט איז א מעלה ווי אלע אנדערע מעלות אבער נישט מער. שיינקייט איז אזא גרויסע מעלה אז מען קען דיך פארקויפן א בור ריק אונטער א מאסק פון שיינקייט, וואס דעס איז שוין גראב שקר. מען דארף עס אריין לייגן אין פראפארשען און נישט ווערן פארקויפט נאר פארדעם.

שמעקעדיג האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:@סימפיל איך פארשטיי ברוך השם זיער גוט פשט אין די פסוק די הייליגע משלי זאגט אז שקר איז חן, און שיינקייט איז בלאף,

ביסט זיכער?
http://tora.us.fm/tnk1/ktuv/mjly/mj-31-30.html


כהאב הנאה צו זען וואס דו לערנסט פינעף דרייסיג פארטאגס...
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:56 pm#352212
איך ברענג נאכאמאל ארויף דעם וויכטיגן אשכול, וויבאלד איך האב געהערט א שרעקליכע שמועה, אז די בחורים פלאנען מארגן ליידער אפצוטאן נאכאמאל די מעשה מנוולות, און דאסמאל גאר בעצם יום הקדוש!

היו לא תהיה!
ובמחשבה שניה: היה - לא תהיה.


ליינט דא מיט שאק:
משנה תענית כ"ו ע"ב האט געשריבן:"לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים, שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי לבן... ובנות ירושלים יוצאות וחולות בכרמים. ומה היו אומרות? 'בחור, שא נא עיניך, וראה מה אתה בורר לך.



פאר מער פרטים, ליינט דעם מודעה אנהייב אשכול.
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:59 pm#352213
מיינט עס בעיצומו של יום? איז זייער יום כיפור געוועהן גאר אנדערש ווי אונזערס,
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 2:47 am#352236
שש משזר: ייש"כ. איך מיין אז א סאך בחורים (און יונגעלייט) וואלטן געוואלט צוריקגיין צו די מנהגי ישראל פון די גמרא'ס צייטן. וויאזוי די אידן האבן פארברענגט דעם טאג יום כיפור. ווי איידער זיצן מיט'ן מחזור און זאגן...זאגן...און זאגן. איך כאפ כאטש א דרימל בשעת מ'זאגט די לאנגע עבודה. ביי כורעים בוק איך מיך מיט מיט'ן עולם. און אזוי גייט דער טאג ב"ה פאראיבער גאנץ געשמאק אין אן עירקאנדישאנ'ד ביהמ"ד...!
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 8:48 am#381343
.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 1:02 pm#381349
ער' דיפף
איך וואלט אייך געוואלט בעטן א טובה
נישט אלס מנהל אדער אחראי פשוט אלס חבר השטיבל
איך גיי דיר נישט ברענגן אז דו פארלעצט די תקנות ווייל דאס איז נישט מיינע געשעפטן
אבער ברענגן לינקס פון אויסלענדישער וועבסייטס און כמעט קיינמאהל נישט צושרייבן וואס דאס איז איז זייער זייער נורוו'רעקינג און טיים קאנסומינג
איך רעד אפי' נישט אז ס'זעהט אויס ווי ס'קומט נישט דא אריין אלס איך האב זיך ליב און אלס הוכח תוכיח זאג איך דיר עס
און ווי אונזערע מלמדים און מנהלים פלעגן זאגן איך מיין נאר דיין גוט'ס
ממילא אויפ'ן אשכול פונעם כינוס דארט איז די פריוואטע ווינקל פונעם קאווע שטיבל פון דו מיט איש טרינקען זיך איינער דער אנדער'ן'ס בלוט און אמאל יענעם'ס
אבער איבעראל אנדערש לענ"ד איז עס אביסל איבערגעצויגן די שטריק
ידידך
סקרן
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 1:36 pm#381351
סקרן האט געשריבן:ער' דיפף
ממילא אויפ'ן אשכול פונעם כינוס דארט איז די פריוואטע ווינקל פונעם קאווע שטיבל פון דו מיט איש טרינקען זיך איינער דער אנדער'ן'ס בלוט
סקרן

חלילה, כ'געב אים תשומת לב ר'זאל קענען אנגיין
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 1:41 pm#381352
That was only a side note But you might be right on that particular part of my message
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 1:45 pm#381353
The rest I dont mind
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 4:14 pm#381377
diff האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:ער' דיפף
ממילא אויפ'ן אשכול פונעם כינוס דארט איז די פריוואטע ווינקל פונעם קאווע שטיבל פון דו מיט איש טרינקען זיך איינער דער אנדער'ן'ס בלוט
סקרן

חלילה, כ'געב אים תשומת לב ר'זאל קענען אנגיין


חלילה, טי ס'ןישט, ניש דינ ביס, ניש דינ הניג.
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:54 pm#381393
היימישע בחורים טרעפן זיך מיט מיידלעך
איך האלט שוין לאנג אז די היינטיגע סיסטעם פון א שדכן אדער טובים שידוכים פאר א קאנטינענטאל חתונה וכדומה איז א דיזעסטער סאיז היינט דא וועגן דעם טויזענטער אלטע בחורים און גרושים ווייל דער בחור אדער מיידיל האט נישט די געלעגענהייט זיך צו טרעפן מיט זיין אירס גלייכען וכדומה ווייל עס פאסט נישט פאר דעם טוב אדער שיינע יוד וכדומה מוואלט ווען געדארפט מאכן עמטליכע שבתוןס אזוי ווי די ליטווישע און די מאדערן ארטהאדאקס קאמיוניטי אזוי אז מזאל געבן די געלעגענהייט אפילו פאר איינעם וואס ער קומט נישט פון אן אזוי גערופענע בעסערע עליטע משפחה זיך צו טרעפן מיט זיין ריכטיגע פאר סאיז דא צווישן די אזוי גערופענע נעבעכדיגע משפחות אסאך קלוגע געריבענע בחורים און זיי ווערן אביוזט פון די משוגענע סיסטעם וועגן דעם איז דא אזוי פיל גרושים וויל עס פאסט דאך נישט פאר דעם בעסערע עליטען זיך משדך צו זיין מיט דעם נעבעך קעיס קאט די קרעפ
מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 10:08 pm#381406
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
ס׳איז דען טאקע דא ווייניגער עלטערע בחורים און מיידלעך ביי די מאדערן ארטאדאקס? ווייניגער גיטין? פרעג זיך נאך.

ווען א בחור צו א מיידעל האט א ריזיגע אויסוואל, קען עס מאכען א פארקערטע פראבלעם. מ׳טאנצט פון איינס צו א צווייטען, מ׳צוברעכט הערצער רעכטס און לינקס.

ס׳איז גארנישט גליקליכער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 10:50 pm#381409
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
ריכטיג, אבער כאטש ווייסט מען אז מ'האט קיינעם נישט צו בליעמען חוץ זיך אליינס, פארן נישט טוהן די ריכטיגע החלטה. משא"כ אויב אלס ווערט מוחלט לויט די עלטערן פילט מען ביי זיך אז מ'איז אפשר אריין אין פעקל על לא דבר. מהיכי תיתי ס'דארף בכלל צו ארבעטען.
און נניח אז צום סוף איז דא ס'זעלביגע צאל קעיסיס, איז עס ביי די היימישע דיירעקט די שולד פון נישט פרובירן אפילו צו זעהן אויב די שידוך קלאפט צווישן זיי. דעס איז א עוולה. ס'נישט קיין תי' צו זאגן פאר א קינד אז כ'גיי דיר נישט לאזן זוכן א פאסיגע מויד, ווייל ס'דא א טשענס אז די וועסט מארגן טרעפן עפעס בעסערס און אפלאזן דער. (ובכלל איז יתכן ביי די מאדערנע דא מער קעיסיס ווייל ס'נישט אזא טאבו, וכבר דשו בזה רבים)
מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 11:03 pm#381413
אלעס גוטע טעאריעס. אבער פאקטיש גערעדט ווען א טאטע געט פאר א חסידישע בחור אלע רעכטן זיך אליינס צו טרעפן זיין בת זוג, קען ער דען טרעפן? האט ער אפי' וואו צו זיכן? ועל כולם ווייסט ער דען אויף וואס צו קוקן?
זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:53 am#381428
ביי חסידים אדער ליטאים איז דא די ווייניגסטע גיטין, נישט ווייל די סיסטעם פין מזווג זיין זיווגים דורך יענטעל ארבעט, נאר ווייל א גט איז א דראמאטישע סאציאלע עקספיריענס וואס מאכט אז עס איז פיל גרינגער צו לעבן מיט א ווייב אדער מאן וואס איז נישט פאסענד ווי זיך צושיידען.

איז ממילא אויב ביי די מאדערנע איז די מער גיטין צייגט עס נישט אויף א שוואכערע סיסטעם. ווען ביי אונז וואלט מען זיך גע'גט אויף וואס מען גט זיך ביי זיי וואלט נישט איבערגעבליבן מער ווי צען פראצענט חתונה געהאַט.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:50 am#381447
ק/פ
מעשה מהאדמו"ר מסאטמר, ט"ו באב, ושלוש שבועות

שמעו סיפור מעניין על רבי אהרן טייטלבוים, אדמו"ר מסאטמאר,
נקלעתי לבית מדרשו בהרי הנופש בארה"ב.
(הוא נופש עם מניין מצומצם מחסידיו המובחרים)
ובתוך דרשתו בסעודה שלישית - הזכיר בהבלעה את העובדה שהיום הוא יום מיוחד, ט"ו באב שבו בנות ישראל יוצאות וכו',
והוסיף דרך אגב שבוודאי אין זה כפשוטו,
(דהיינו העובדה המצויינת בסוף מסכת תענית שפעמיים בשנה היו בנות ישראל יוצאות ורוקדות בכרמים למול הבחורים למטרת נישואין - לא התרחשה באמת במציאות!!)


ניגשתי אליו ביום ראשון אחר התפילה,
שאלתי אותו הייתכן? לומר על משנה שלא כפשוטו? וכי היכן מצאנו דבר כזה?
בתחילה הוא ניסה לנפנף אותי בתמיהה רבתי עלי אישית: "מה? אתה לא מבין לבד? אתה לא קולט למה אי אפשר לומר שזה כפשוטו?"
כאילו חסר לי ביראת שמים בעצם השאלה המטונפת הזאת.
אך אני לא ויתרתי: "מילא אגדות רבה בר בר חנה במסכת בבא בתרא - הייתי מבין אם היית אומר שזה שלא כפשוטו, אך כאן מדובר במשנה! וכן במקרא מפורש בסוף שופטים! "הנה חג לה' מימים ימימה" וגו' שבני בנימין חטפו להם נשים מהמחולות הללו,
האם גם מקרא זה יוצא מידי פשוטו??


הוא שב וקבע בנחרצות: "עם ישראל - היה תמיד עם קדוש, ומוכרח הדבר שלא היה יכול להיות כפשוטו,
ואם אין אתה מבין לבד - אין אני יכול להסביר לך!"

כאן כבר לא יכלתי להתאפק מלהתחצף קצת, עניתי:
"אם ההתייחסות למשנה היא כזו - אז אולי נפרש המימרא 'שלש שבועות השביע' (-הבסיס של התזה האנטי ציונית בספר ויואל משה) גם שלא כפשוטו!

מיד ברחתי משם...

אגב:
בעלון השבועי שחסידי סאטמאר מדפיסים (את דברי התורה בסעודה שלישית)
- הושמט המשפט הזה.



ע"כ מצוטט מתוך בלוג פלוני אלמוני.

ולמרות שהבלוג ההוא ידוע באי אמינותו,
הריני לאשר ששמעתי סיפור זה מיהודי ששמע מבעל המעשה בעצמו.

אם כי יש לציין שסופו של המעשה,
דהיינו האם ואיך הגיב האדמו"ר להשוואה של האברך הנ"ל,
- לא זכור לי.


מאנטאג יולי 23, 2018 6:49 pm#409613
ארויפגעברענגט לכבוד היו"ט הבעל"ט.

נעכטן תשעה באב ביינאכט, לערנענדיג אביסל איכה מיט מפרשים, זעה איך
תרגום אויפן פסוק בתולותיה נוגות והיא מר לה האט געשריבן:
בתולתהא ספדן על די פסקו למיפק בחמשא עשר יומין באב וביומא דכפוריא די הוא בעשרא יומין בתשרי לחינגא בחינוגין אף איהי מריר ליבא לחדא

איבערגעטייטש אין אידיש: די מיידאלאך האבן געיאמערט, אויף דעם וואס מען האט אויפגעהערט צו ארויסגיין - די פופצנטן טאג אין אב, און יום כיפור, די צענטן טאג אין תשרי - צו טאנצן מיט געטענץ, אויך זיי ביטערט דאס הארץ לחדא
מאנטאג יולי 23, 2018 7:28 pm#409617
Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!
כ'האב הנאה ווען מען ברענגט ארויף אן אשכול פון @שש, אבער עס בלוטיגט מיר ווען כ'זעה ער איז א פארגאנגענהייט.
גוטע צייטן געווען. ועל זה דוה לבנו!
מאנטאג יולי 23, 2018 7:30 pm#409618
יין שרף האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד היו"ט הבעל"ט.

נעכטן תשעה באב ביינאכט, לערנענדיג אביסל איכה מיט מפרשים, זעה איך
תרגום אויפן פסוק בתולותיה נוגות והיא מר לה האט געשריבן:
בתולתהא ספדן על די פסקו למיפק בחמשא עשר יומין באב וביומא דכפוריא די הוא בעשרא יומין בתשרי לחינגא בחינוגין אף איהי מריר ליבא לחדא

איבערגעטייטש אין אידיש: די מיידאלאך האבן געיאמערט, אויף דעם וואס מען האט אויפגעהערט צו ארויסגיין - די פופצנטן טאג אין אב, און יום כיפור, די צענטן טאג אין תשרי - צו טאנצן מיט געטענץ, אויך זיי ביטערט דאס הארץ לחדא

l viewtopic.php?p=347433#p347433 l