Under maintenance
הויפט זייט » מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10856
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:53 pm#435470
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין געווען דארט נעכטן, און איך האב באמערקט א מאדנע זאך. מ'האט געשטעלט א טענט מיט א חדר אוכל א גרויסע און א חדר לימוד א קליינער. אין די קליינער חדר איז געווען א גרויע צעטיל וואס מ'מעג נישט טון, למשל לאזען זאכען דארט. אבער אינטרעסאנט איז אז די צימער איז געווען פול מיט זאכען און ליידיג פון ספרים. נאר די נייע לשון קדשו קונטרסים, אזא חב"ד'סקע שטיק, ווי מ'דרקוט איבער די שלעשידעס תורות כלשון קדשו, אז מ'זאל עס שווער קענען ליינען, און פארשפרייטען אומעטום להגדיל שמות ולהאדירה. אז מ'וויל א חדר לימוד, זאל דען כאטש נישט זיין א משניות מיט א חומש דארט?

אסאך אידן און בחורים ווילן שטארק הערן די תורות אין אזא טאג, עס איז זייער א אויפגעכאפטע זאך אגאנץ יאר און איבערהויפט ביומא דהילולא
ווילסט לערנען גיי אין היכל רז"ב, עס האט מיט חב"ד גארנישט, עס איז אין די אייגענע ד אמות

(פאראכטן צום ריכטיגן תגובה וואס דו האסט דיך באצויגן אויף)
די חב"ד׳סקע שטיק איז געווען דאס איז מ׳דרוקט איבער אויף א וועג וואס מאכט עס ווייניגער פארשטענדליך און מער שוואנצאנות׳דיג. דברי יואל איז הערליך געשריבען, קלאר אן איבעריגע ווערטער. לשון קדשו איז געדרייט א קאפ, מיט צוגעלייגטע קעפלעך און אריינגעלייגטע ווערטער כאילו מ׳שרייבט מלה במלה און דאס האט א באדייט. און טאקע, מ׳האט געזען א פאר מענטשן עסן פרישטיג איבער דעם, אדער דרימלען זיך איין איבער די שמות.

אויב אפאר יודעלעך האבן געניסן פון די קונטרס'ליך לצורך אכילתם או לצורך שינתם, דאן איז דאך א ודאי אז ס'האט זיך געלוינט דאס גאנצע דרוקעריי פון אט די אלע 'שמות'
אזוי ווי ATUB @רביה''ק זי''ע ATUB אליין האט זיך אויסגעדרוקט אז אפילו פאר איין יחיד אליינס האט זי געלוינט אויף צו בלייבן אט די טטויזענטע נעכט און שרייבן דעם ספר הקדוש 'לשון קדשו'
:twisted: ;) :lol: