Under maintenance
הויפט זייט » מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10856
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:27 pm#347862
מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
איר ווייסט דאך אוודאי אז איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד, אבער אנדערש ווי מאנכע האבן געמיינט - בין איך ח"ו נישט קיין סאטמארער מתנגד. אין פאקט, האלט איך שטארק פון סאטמאר אלץ קהילה, און פון סאטמארער רב זצ"ל אלץ איר מייסד ומנהיג.

היינט בין איך געווען אין קרית יואל ביים ציון פון סאטמארער רב [גראדע נישט דאס ערשטע מאל], וואו איך האב געזאגט תהלים און מתפלל געווען פאר אלדאס גוטס, ויה"ר אז מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס בתוך שאר עמו ישראל.

איך האב געקלערט אראפצושרייבן פארשידענע אינטרעסאנטע אבזערוואציעס וואס איך האב געזען אין שטעטל קרית יואל, לאו דוקא די 'הימלישע אטמאספערע' אינעם אוהל וכדומה, וואס איך לאז איבער פאר חסידים צו דערציילן און קייען. איך וויל זיך דווקא אפשטעלן און באשרייבן אינטרעסאנטע אנעקדאטן, קרישקעלעך, און זאכן וואס זענען אייגנארטיג מיטן זיין אינעם שטעטל 'קרית יואל' ביומא דהילולא פון סאטמארער רב.

א בליק פון א 'דרויסנדיגער':


1.

מיין טאג האט זיך אייגנטליך אנגעהויבן אין 'גרויסמעדריש' [קרית יואל-סאטמארער רבי], וואו איך האב גע'מקוה'ט, געדאוונט, גע'לעקיך-בראנפנ'ט, און געפרישטאגט. פאר ווער ס'איז נישט באקאנט: די מקוה אין קרית יואל איז א ברכה צו מאכן. די בור האט געהאט שמוציגע וואסער אז נאר, אבער כ'בין עס תולה אינעם פארפלייצונג פון מענטשן וואס זענען אהינגעקומען לרגל כ"ו אב. די האנטוך איז קוים בכדי לכסות בשר ערוה, אבער כ'בין פארט מוותר. די שויער'ס זענען עפעס הימליש! קאכעדיגע וואסער, גוטע שטראם - נישט געקארגט, זייף/שעמפו צוגעשטעלט ביים שויער זעלבסט. א געשמאקע מקוה געווען...


2.

די מנין שחרית איז א חידוש. במחילת כבוד באבוב, וויזניץ, און נאך מקומות וואו כ'האב שוין געדאוונט. אין סאטמאר גייט דאס דאווענען מיט א משונה'דיגע ערנסטקייט. קודם כל, רוב עולם קומט אן צו הודו, נישט אינמיטן הללוקה'ס. צווייטנס, די הויכע דאווענען, אמן'ס, א.א.וו. האט מיך צוריק דערמאנט פון ישיבה. דריטנס, מ'כאפט נישט און מ'איילט נישט אין ערגעץ, ס'איז זייער רואיג און א ריכטיגע כבוד בית הכנסת. קודאס פאר סאטמאר! [גראדע אין סאטמאר 52 אין ב"פ, זענען די נקודות עפ"ר אויך ריכטיג].


3.

מילא די 'לחיים' נאכן דאווענען איז אויפן העכסטן קאליבער, נו, עפעס אנדערש וואלט געווען א פגיעה אין סאטמאר'ס ארויסגערופענע ברייטקייט, אבער די פרישטאג? ס'איז נישט קיין וויץ, מ'שטעלט צו פרישטאג פאר לכה"פ טויזנט מענטשן וואס עסן דארט ביומא דהילולא. ניין, נישט סענדוויטשעס און געגאנגען ווייטער. מ'געבט ברויט און טאוסט, אייער און טונא, גרינצייג סאלאט און קעזן אפאר סארטן, מאראנצן זאפט און קאווע, אלעס בחינם. סאטמאר בתפארתה! א איד זאל זיך דערכאפן דאס הארץ, און טאקע בחינם.


4.

היידא, געגאנגען צום ציון. אבער ס'גייט נישט אזוי שנעל, מ'דארף יעצט באווייזן אויסצוקרויזן די אומגלויבליכע מאס צדקה גייער'ס, וואס זענען אין א געפעכט מיט די פיס גייער'ס, ווער ס'וועט זיך ברעכן ערשט... אנצוקומען צום ציון אן 'צאלן' א פרייז, איז א טשאלענדזש וואס איך גלייב שווער אז איינער באווייזט. די געמישעכץ פון קולות דערמאנען אינעם בעפאר סוכות סעזאן אויף 13'טע עוועניו, ווען סוחרים ממולחים פרובירן איבערצושטייגן דעם צווייטנס קול, אריינצוכאפן דעם קאסטומער ביי זיך. הצד השוה פון די שנארערס, אז רובא דרובא באשטייען פון בחורים, און דייקא מחוצפים. מחוצפים זאג איך? ריכטיגע סאטמארע תלמידים, וואס מאכן זיכער אז סאטמארער רב'ס שפתיים זענען דובבות בקבר, לאמר: כזה ראה וקידשתי. סאטמארער רב האט אוועקגעשטעלט א גווארדיע פון זעלנער וואס גייען נאך זיינע פיסטריט מיט די בארימטע עזות און חוצפה [רוף עס עזות דקדושה], זיך נישט צו לאזן און נישט צו שעמען פון אנדערע, נאר טון וואס מ'האלט אלס ריכטיג. יעצט דארף קרן הצלה געלט, און כ'וועל דיר אריינשטעקן די הענט אין דיין נאז אז דו זאלסט זען אז איך בין דא פאר א דאלער...


5.

ווען איך באטראכט די שנארער און צדקה זאמלער למיניהם, טראכט איך צומאל: דא שטייען נאראנים וואס טוען אלעס וואס די פארטיי באפעלט אן טראכטן. וועלן זיי נאך אמאל אויסוואקסן? אבער במחשבה שניה, זע איך דארט א צוקונפטיגער יאיר, יואב, שמערל, שמעקעדיג, גראדעמעכעלע, שלום שטיסל, יואליש, און-ווער-ווייסט-וויפיל-נאך [וסליחה אם טעיתי באיזשהו זהות]. דאס קומען פון סאטמארע טשולענט איז גראדע בעסער ווי קומען פון א צווייטע טשולענט, בתנאי אז מ'קריכט טאקע ארויס דערפון... במחשבה שניה קלער איך אז אפילו יעצט קען ישראל קאפקא נאך שטיין דארטן און שנארן געלט פאר נטרונא, און קאך לעפל קען נאך יעצט שטופן מענטשן צו שטיצן דעם רבינ'ס צדקה קאסע. חכמה און פארטיי מוזן נישט זיין קיין סתירה, פינטל.


6.

אריין אין אוהל. איי, ס'איז הייס. אבער סאטמאר שטעלט כאטש צו לופט ברענגער, אז אטעמען זאל מען קענען. די געדרענג איז גרויס, אבער ניין, ס'איז נישט מירון. הגם א געמישעכץ פון אלערליי סארטן אידן טרעפט מען יא דארט, אבער 95 פראצענט איז קלאר סאטמאר. איך בין מתפלל, רוב תהלים אויסגעזאגט, און די ביינער זאגן מיר 'גענוג'. א רגע בעפאר'ן ארויסגיין, כ'שטופ מיך צו צום ציון זעלבסט, א קורצע תפילה, און ארויס צו די פרישע לופט, און... "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס, שטיצט מוסדות - - -".


7.

אויסגעטריקנט און אויסגעדרעשט ווי א זית, גיי איך צוריק אראפ צום צענטער פון סאטמאר'ס לאגא: 'חסד'. עסן און טרינקען, דאס שענסטע און בעסטע, איי איי איי, קיינער - אבער קיינער - האט נאכנישט באוויזן וואס סאטמאר באווייזט. פון א פרעמדער'ס בליק, איז עס צום שטוינען. צווישן די ספרים וואס מ'קען זיך איינהאנדלן און די מאכל ומשתה, האט מען טעכניש וואס צו טון א גאנצע טאג...


8.

יעצט דארף איך מחליט זיין ביי וועלכע פון די דריי פראקציעס איך זאל אנטיילנעמען אין די יארצייט סעודה. ווייסט איר וואס? מוחל טובות פון זיי אלע. איך קען אליינס פראווען, און דא האב איך אקארשט געענדיגט זאגן תורה. לחיים, לחיים טובים ולשלום. זאל דער רבי זיין א מליץ יושר, אפילו פאר די וואס גייען נישט אין זיין אויסגעטרעטענעם וועג, נאר גלייבן אינעם שיטה הקדושה פון אנדערע גדולי ישראל.



זכותו יגן עלינו.



----
נ.ב. איר קענט דא צולייגן אייערע אבזערוואציעס.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:02 pm#347870
זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.

כ'בין נישט אנגעקומען היי יאר, אבער אין די פארגאנגענהייט האב'ך שוין געזען גרויסע ישועות ביים מתפלל זיין אין ק"י ביים ציון.

זי"ע
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:28 pm#347877
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
איך האב געחלומ'ט פון עפענען אזא אשכול פאראיאר'ן און איך האב זיך געפוילט. שש האט געטוהן די ארבעט בעסער ווי איך האב געקענט.

א פאר הערות:-

באטראכט'ס די אלע דורכגייער'ס, רוב געבען נישט קיין פרוטה פאר די בחורים. זיי האלטען נישט אז דו דארפסט געבען. ער מוז שרייען און דו גיי ווייטער. מ'דארף זיך גארנישט שרעקען פון זיי, ובפרט ווען מ'בעט פאר נטרונא מיט נאך אזעלכע חשובע אינסטיטוציע'ס. און טאמער דו קענסט באווייזען עפעס אנדעריש צו טוהן, ווי למשל רעדען אויפ'ן טלפון צו אנכאפען א קינד'ס האנט, נאך בעסער. אפשר זאל מען עפענען א ביזנעס פארדינגען קינדער צו כאפען די הענט.

איינער פון מיין קינדער האט געטענה'ט אז די פערפעל פון פאראיאר'ן האט געהאט א בעסערע טעם ווי היי יאר, די אנדערע דינגט זיך שטארק. וואס האלט די עולם?

איך בין אנגעקומען ווען דער קאידלאק פון די רעבע פון די זאלי פארטיי איז געווען דארט, כמעט, אבער נישט אינגאנצען, ליידיג, מיט נאר א רעבע דארט אינעווייניג. ווען די קאר'ס האבען גענומען פייפען און רודערען מיט זייער גאנצע שווארצקייט, זע איך א קיפקע בחורים לויפט נאך די שיירא. טאקע רוב בחורים האבען ווייטער אריינגעשויפעלט פערפעל מיט פארווע טשולענט (און א פיקעל אויף די זייט), אבער כאטש פופציג בחורים זענען געלאפען. רבונא דעלמא כולא, וואס לויפען זיי? ער האט זיי עפעס געגנב'ט און זיי ווילען עס צוריק (פלניא גזלנא הוא!) זיי האבען א פארמעסט ווער קומט אן ערשט?

ווער און וויאזוי איז מען מחליט וויפיהל וואסער באלאנגט אין די פאנטש? וויאזוי קען מען וויסען פאראויס צו היי יאר וועט זיין א פארוואסערטע צו א זיסע? ווען איך האב געזען א קראן מיט א טאוועל'קאלט וואסער', האב איך זיך געפרייט און צוגעגאנגען נעמען. ערשטוינטעהייט האט ארויסגערינען קאלירטע טרינקאכץ. ער האט זיך אויך אביסל געשעמט און ער איז געווארען רויט, אבער וואסער איז עס נישט געווען.

איך האב מיר אביסל אונטערגעהאלטען הערענדיג די בחורים שמיעסען צווישען זיך צו מ'זאל שפעטער גייען צו עפעס א בית המדרש ווי מ'צאלט פינעף דאללאר פאר דער וואס לערנט אביסל על הגאולה אין יענעם דערהויבענעם טאג.

די ביה"כ אין בית החיים וואלט מען עפעס געקענט מאכען (no pun intended). כ'מיין, מ'שטייט אין רייע צו קטנ'ן!?

איך האב נישט געדאווענט שחרית אין מאנרא און נישט זוכה געווען צו אומזיסטע פת שחרית, דעריבער האב איך נישט וואס צו זאגען אויף דעם.

וועגען די יארצייט סעודות, וויל איך טאקע וויסען. ווען קומען זיי פאר? ביי וועמען ציט מען דאס ווייניגסטע? ווער שטעלט צו דער נארמאלסטע? איך מיין נישט גוטע עסען, איך מיין מסודר, ריין און מיט א שמייכעל.


איך גיי נישט אלס חסיד, מיין קינדער בעטען זיך ביי מיר צו פארען דריי שעה צום פערפעל, און דאס איז דער וואקאציע פאר זיי אין זייער בין הזמנים.

פועל'ט אלס גוטס!
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:33 pm#347879
היינט געוואויר געווארן אז יואב מיט יאיר זענען סאטמורים... פשש א חידוש...
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:36 pm#347880
שש משזר. ריזיג אראפגעלייגט. עך האב זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט איך קען שמייכלען פון איינעמס באזיך אין א ביה"ח
זאלסט האבן געפועלט אלעס גיטס.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:44 am#347888
שש קאם אן, יו סקיפד די קאלעי וואסער, ווי קען מען שרייבן פון כ״ו און ארויסלאזן די קאלעי? געב איבער דיין באריכט אויף היכל רז״ב.... אפשר קומט גאר א עקסטערער אשכול דערויף.

ענדערשט לאמיר מאכן א געהעריגער אינטערוויו. גרייט? גרייט! 123 גאו...
א גוטן הרב שש, אלעמען ערשטן שטייצעך זאלסט האבן געפויעלט אלעס גוטס.
וואס האט דיר געברענגט צו מאכן די רייזע ארויף קיין מאנרא?
וואס איז געווען דיינע געפילן ווען די ביזט אריינגעקומען אין אוהל?
ווי האט דיר געכאפט א התעוררת?
וואס איז געווען דיינע געפילן ווען די האסט געזעהן אפאר הונדערט בחורים קאלעקטען דאללערס?
פארוואס האסטו געטראכט אז די מוזט זיין ביים ציון?
האסט געוויס אינזין געהאט גאנץ קאווע שטיבל, פאר וועלכער ניק האסטו די מערסטע איינגעריסן?
וואס זאגסטו צו די עמך מאנדרא אידן מיט די לאנגע בערד? האסט פרובירט מעסטן די איי קיו?
פאר וועלכער מוסד האסטו געגעבן דיין קוואדער? (דאנט טעלל מיר פאר חכמת לב)
איז די קאלעי וואסער געווען צו זיס?
האסט באקומען א יטב לב לוח פארן נייעם יאר?
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:36 am#347891
מיינע תשובות זענען באלד.

שלום שטיסל האט געשריבן:שש קאם אן, יו סקיפד די קאלעי וואסער, ווי קען מען שרייבן פון כ״ו און ארויסלאזן די קאלעי? געב איבער דיין באריכט אויף היכל רז״ב.... אפשר קומט גאר א עקסטערער אשכול דערויף.
עיקר שכחתי, היכל ראזנבערג... זעסט אז אין ביהמ"ד בלא חידוש. עמיר נאך רעדן דערוועגן [עי' בסמוך].

ענדערשט לאמיר מאכן א געהעריגער אינטערוויו. גרייט? גרייט! 123 גאו...
א גוטן הרב שש, אלעמען ערשטן שטייצעך זאלסט האבן געפויעלט אלעס גוטס.
אמן, המברך יתברך.

וואס האט דיר געברענגט צו מאכן די רייזע ארויף קיין מאנרא?
כ'שטיי יעצט איין בגלילות מאנרא, איז עס געווען היבש גרינג אריינצופארן אין מאנרא צום ציון. הגם כ'בין צומאל יא ארויסגעפארן פון שטאט קיין מאנרא צום ציון, אויב כ'האב געהאט א געשמאקע חבר מיט וועם זיך מיטצוכאפן.

וואס איז געווען דיינע געפילן ווען די ביזט אריינגעקומען אין אוהל?
אז איך גיי צו אן ערליכן איד'ס ציון , אזויווי למשל סקולענער רבי זצ"ל, ריבניצער רבי זצ"ל, וכו'.

ווי האט דיר געכאפט א התעוררת?
ביים פסוק (קאפיטל קיט) קראתיך הושיעני ואשמרה עדותיך, און שפעטער ביים סיום: תעיתי כשה אובד... בקש עבדך...

וואס איז געווען דיינע געפילן ווען די האסט געזעהן אפאר הונדערט בחורים קאלעקטען דאללערס?
שוין געשריבן אויבן. כ'האב אויך געשפירט עקל פון די אומאיידעלע באנעמונג, געמישט מיט שעצונג צו בחורים'לעך וואס זענען זיך מבזה און שוויצן אין די היצן פאר עפעס וואס זיי מיינען אזוי ערנסט.

פארוואס האסטו געטראכט אז די מוזט זיין ביים ציון?
כנ"ל האב איך נישט געטראכט אז איך 'מוז' זיין ביים ציון. איך בין זייער טשי"ל אין אזעלכע מצבים, האב איך מיט וועם זיך אונטערצוהאלטן אויפן וועג, איז למה לא?

האסט געוויס אינזין געהאט גאנץ קאווע שטיבל, פאר וועלכער ניק האסטו די מערסטע איינגעריסן?
כ'האב אינזין געהאט גאנץ ק"ש ביים טראכטן און אבזערווירן. די מערסטע איינגעריסן האב איך פארן ניק שש משזר...

וואס זאגסטו צו די עמך מאנדרא אידן מיט די לאנגע בערד? האסט פרובירט מעסטן די איי קיו?
זייט כ'בין איינגעשטאנען אין @רויטע וואנצעס'ס הויז אין מאנרא, מיטן לאנגן בארד, זע איך אז איי קיו מעסט זיך נישט לויטן צושטרויבלטן בארד נאר לויטן קאפ העכער דעם. [במאמר המוסגר, אין ספר בן סירא איז ער יא מפרש אז די בארד צייגט אויף חכמה וטיפשות. דאס איז די סיבה פארוואס ספר בן סירא איז אריין בכלל ספרים חיצונים, ווייל ער רעדט שטותים, עי' גמ' סנהדרין ומפרשים].

פאר וועלכער מוסד האסטו געגעבן דיין קוואדער? (דאנט טעלל מיר פאר חכמת לב)
איך פרוביר געווענליך אויסצומיידן צו געבן געלט פאר מוסדות בדרך כלל, און דין קוואדער כדין מאה דאלער. טעמי ונימוקי עמי כשיטת הערשל שרייבער [מוסדות פאלן נישט צאם, ארימע שטיבער פאלן יא צאם]. נאמן לשיטה זו געב איך געווענליך פאר יחידים, אפטמאל מאות ואלפים.

איז די קאלעי וואסער געווען צו זיס?
זייט איך שפיר די זיסקייט פון וואסער, שפיר איך אן עקל אין די זיסע קאלעי וואסער. איך ריר עס נישט צו. די פשוט'ע קאלטע וואסער איז די זיסטע זאך אין אזא הייסע טאג.

האסט באקומען א יטב לב לוח פארן נייעם יאר?
ניין, ניטאמאל געזען אז מ'טיילט עס. כ'דארף זאפארט צוריקגיין...
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:52 am#347892
ס'איז א בפירוש'ע משנה. כל זמן שמזקיני"ן דעתן מיטפשת עליהן...
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:56 am#347893
די יאר כ"ו אב אין קרית יואל איז געווען עפעס מוראדיג מען האט געקענט צוקומען צום ציון, די עסן אין טרינקן איז געווען מיט א גרויסן ברייטקייט, סיי ביי די פרישטאג אין גרויסן ביהמ"ד, סיי ביים ציון, און סיי ביים יארצייט סעודה אין גרויסן ביהמ"ד, מנינים האבן זיך געשטעלט א יעדע פאר מינוט אויפן טאראסע פון די גרויסן ביהמ"ד און אויך אונטן פארן אריינגיין צו היכל ראזענבערג ווי מען איז געשטאנען איז געווען נאך א מנין מנחה אדער מעריב און צום לעצט די בשורה טובה ביים דרשה פון די רבי שליט"א איבער דיי נייע שכונת ויואל משה ווי מען גייט בויען בעזר השם 2000 דירות פאר אידישע משפחות,
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 6:51 am#347896
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
נאך קרישקעלעך:-

פאראיאר'ן האב איך באמערקט אז די גרעסטע בודקע איז געווען פאר'ן 'מערכה קעגען גיוס'. היי יאר זענען זיי געווען שטארק מערקבאר אין זייער אומאנגעוועזענהייט. מיין קוואדער ליגט נאך אין טאש און ערגעצוואו גייט אן אומשולדיגער מתמיד אנטוהן מונדירען פון די מדינת השמד.

חכמת לב האט פארנומען א שיינע ארט דארט. ווארשיינדליך איז עס צוליעב דער מחלוקת. אויב אזוי פרעגט זיך די פשוטע קשיא, ווי איז געווען א בודקע פאר די פראנצויזען? איך האב נישט געזען מער ווי איין בודקע פאר א מוסד אין פראנקרייך. די גאנצע קאליבער/רובי שרון ביזנעס איז דארט נישט געווען.

שש משזר טראכט עפעס אז די טרינקאכץ האט מיט זיסקייט. טרינקען פאנטש ביים רבי'ן איז פון די עבודות היום כ"ו אב, און אזוי דארף מען טוהן. נישט זיין קיין אויבערחכם און טרינקען עפעס אנדעריש.

אין יענעם טאג האב איך אריינגעכאפט דער ריבניצער רבי, דער סקולענער, ר' משה ניו יארקער און ר' מרדכי שוואב זכרון צדיקים לברכה. ווען די ישועה קומט באלד אן בעז"ה, וועל איך נישט וויסען וועמען צו דאנקען.

ס'איז צו באמערקען אז יעדעם אין קרית יואל'ער בית החיים איז געווען א תלמיד חביב צו מובהק לרביה"ק. קיין איין פלעינער מענטש ליגט נישט דארט.

ובזה באתי צום נעקסטען קשיא. שרייבען ליגענט אויף א מצבה איז א סכנה צום נפטר. וואס איז די שכל אזוי אויסצורימען יעדער שמענדריק? מ'גלייבט נישט אין השארת הנפש?

נאך איין שאלה, פאר וועמען דארף מען באדאנקען פאר'ן הערליכע וועטער? פאבליק סעיפטי? א מופת פון רבי'ן? צו גראדעהייט דער באשעפער?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 8:30 am#347897
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך קרישקעלעך:-

ס'איז צו באמערקען אז יעדעם אין קרית יואל'ער בית החיים איז געווען א תלמיד חביב צו מובהק לרביה"ק. קיין איין פלעינער מענטש ליגט נישט דארט.


קענסט לאזן צוואה אויף לאחר מו"ע צו ליגן אין קרית יואל וועסטו קענען זיין דער ערשטער.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:08 am#347903
לאמיך אביסל פארציילן די אנדערער זייט מטבע, אני ואפסי בין געווען פון די בחורים וואס זענען געשטאנען און געשנארט פאר'ן רבינס קאסע, יא, נישט מער געדאכט, סטיל האופ פאר די יומענ רעיס, לאך נישט פון קיין איין בחור וואס שטייט דארט, ער קען נאך אויסוואקסן א כוכב.

דער עיקר וואס איך וויל מיך באציען איז צו די פינאנצן. מיר זענען געשטאנען גאנצע פיר און צוואנציג שעה (יא, אריינגערעכנט א גאנצע נאכט) פיר בחורים אויף אמאל, און מ'האט זיך געטוישט משמורות יעדע עטליכע שעה, סוף טאג האט מען געהאט געלייזט 2200$, אז מ'מאכט א גלייכן חשבון קומט עס אויס צו אביסל מער ווי פינף דאלאר, פער בחור פער שעה.
אויפשטעלן א בודקע קאסט צוויי פופציג, דערצו זענען צוגעקומען הוצאות, די ישיבה האט באצאלט קאר סערוויסעס וכו'.
מיר זענען געווען א גוט גייענדע צוועק, מיט גענוג מען-פאוער און א ברייטע סטעף, אנדערע מאכן ווייניגער.
פארוואס די בחורים טוען עס? א גוטע קשיא! איך האב עס געטון בעיקר אלס געפיל פאר די ישיבה, יעדער בחור האט דאך פארשידענע התחייבות'ער וויפיל ער גייט אריינברענגען, כהאב מיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט, און כהאב געוואוסט אז ווען מיין טאטע וועט מיך חתונה וועל איך ווי א טאטעלע זיך שטעלן אין די רייע און "נעמען" פון די קאסע, האב איך מיט דעם יוצא געווען, ווייל ס'איז גרינגער דורכצושטופן א נאכט ווי גיין נאך געלט בין הזמנים.
כ'האב עס אבער למעשה אינזשויט, אפילו ס'האט גערעגנט. דאס נאכלויפן מענטשן אויף אזא צוגיינערישן אופן איז פשוט געווען קאמיש, און מיר האבן געלאכט פון זיך זעלבסט.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:59 am#347913
איך וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז שש און ליטוואק קומען צום ציון,
זעט אויס אז זיי זענן מבינים אויף א צדיק אמת

זאלט עטס האבן געפויעלט אלעס גוטס
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:04 pm#347915
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז צו באמערקען אז יעדעם אין קרית יואל'ער בית החיים איז געווען א תלמיד חביב צו מובהק לרביה"ק. קיין איין פלעינער מענטש ליגט נישט דארט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


נישט אמת, אסאך שטייט נאר אז ער איז געווען דבוק ומקושר

ביי מיין טאטע'ן ע"ה שטייט דאס אויך נישט, כאטש למעשה איז ער געווען
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:37 pm#347920
לדעתי איז די טיטל 'תלמיד חביב' זייער פאסיג פאר סאטמארער רב'ס תלמידים. אפגעזען צו מ'איז געווען א מקורב אין שטוב, איז יעדער תלמיד זיינער געווען זיינס א תלמיד חביב. ער איז געווען אן עקספערט אין זיין פריינדליך און ליבליך צו זיינע תלמידים פון יעדן גיל, און זיינע תלמידים זענען באמת געווען חביב בעיניו און דאס זעלבע פארקערט.

ווען מ'האט געשפירט כ"ו אב אין סאטמאר אז 'די וועלט גייט אונטער', איז עס נישט נאר געווען אדאנק די פראפאגאנדע איבערן רבי'ן, נאר אויך צוליב די פריוואטע הרגשה ביי יעדן אז זיי האבן פארלוירן זייער טאטע - בנוסף צו רבי. א גוטע דוגמא פון א לעצטיגע גדול בדומה לזה, איז געווען הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל. ער איז אויך געווען א ליבליכע טאטע צו זיין עדה [מ'קען זען די קליפס פון יחידים אריינקומען, עפעס איידל און ליבליך שלא מעלמא הדין], און דערפאר האבן די ספרדים אים באוויינט בפטירתו פונקט ווי די פארלוסט פון א טאטע.

דא איז פאסיג דער טיטל 'תלמיד חביב'.


אגב, כ'האב אויך אן עלטער זיידע און באבע וואס ליגן אין ביה"ח אין קרית יואל. דער עלטער זיידע איז געווען א הייסע סאטמארע חסיד. כ'געדענק נישט אויב אויפן מצבה שטייט 'תלמיד חביב', 'אדוק ומקושר', אדער ביידע נישט. כ'בין אבער זיכער ביי מיר, אז ער האט זיך געשפירט בחייו פאר א 'תלמיד חביב אדוק ומקושר' צום סאטמארן רב.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:51 pm#347921
שש משזר האט געשריבן:לדעתי איז די טיטל 'תלמיד חביב' זייער פאסיג פאר סאטמארער רב'ס תלמידים. אפגעזען צו מ'איז געווען א מקורב אין שטוב, איז יעדער תלמיד זיינער געווען זיינס א תלמיד חביב. ער איז געווען אן עקספערט אין זיין פריינדליך און ליבליך צו זיינע תלמידים פון יעדן גיל, און זיינע תלמידים זענען באמת געווען חביב בעיניו און דאס זעלבע פארקערט.

ווען מ'האט געשפירט כ"ו אב אין סאטמאר אז 'די וועלט גייט אונטער', איז עס נישט נאר געווען אדאנק די פראפאגאנדע איבערן רבי'ן, נאר אויך צוליב די פריוואטע הרגשה ביי יעדן אז זיי האבן פארלוירן זייער טאטע - בנוסף צו רבי. א גוטע דוגמא פון א לעצטיגע גדול בדומה לזה, איז געווען הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל. ער איז אויך געווען א ליבליכע טאטע צו זיין עדה [מ'קען זען די קליפס פון יחידים אריינקומען, עפעס איידל און ליבליך שלא מעלמא הדין], און דערפאר האבן די ספרדים אים באוויינט בפטירתו פונקט ווי די פארלוסט פון א טאטע.

דא איז פאסיג דער טיטל 'תלמיד חביב'.


אגב, כ'האב אויך אן עלטער זיידע און באבע וואס ליגן אין ביה"ח אין קרית יואל. דער עלטער זיידע איז געווען א הייסע סאטמארע חסיד. כ'געדענק נישט אויב אויפן מצבה שטייט 'תלמיד חביב', 'אדוק ומקושר', אדער ביידע נישט. כ'בין אבער זיכער ביי מיר, אז ער האט זיך געשפירט בחייו פאר א 'תלמיד חביב אדוק ומקושר' צום סאטמארן רב.

ובפרט ביי די וואס זענען רח''ל געבליבן נאכן שואה אן עלטערן איז די רבי געווען א טאטע און א מאמע פיגור.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:53 pm#347923
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
דאס וואס מען האט געשפירט אז דער וועלט גייט אינטער, איז געווען ווייל רובא דרובא חסידי סאטמאר האבן זיך אין לעבן נישט געחלומ'ט אז זייער רבי גייט אמאל שטארבן. עס איז אפשר שווער עס היינט צו גלייבן אבער דאס איז דער מציאות.
כ"ו אב איז נישט געווען אזוי ווייט א טרויער טאג נאר פשוט א שאק. עס האט גענומען פאר מענטשן אפאר וואכן צו קומען צו זיך און צוריקגיין צו די טעגליכע רוטינען.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:53 pm#347924
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
ווען מיין עלטער שווער איז אוועק, האט מען איהם באשריבען אין דער איד. מ'האט געשריבען אז ער איז געווען דבוק ומקושר בלאה בלאה בלאה. כפי אונזער ידיעה, איז זיין שייכות מיט סאטמאר אז מ'האט געטראפען בריווען ביי איהם ווי מ'האט איהם געבעטען זיך אריינצומישען אינ'ם בערגער מחלוקת. פון דארט האט זיך אנגעהויבען און ביז דארט האט זיך גע'ענדיגט זיין שייכות.

א חבר זאגט מיר אז זיין זיידע, א נאנטע תלמיד פונ'ם פריערדיגען סאטמאר רב דער בעל קרן לדוד, האט מען אויך באשריבען אלס אדוק ומקושר.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:57 pm#347926
שמערל האט געשריבן:דאס וואס מען האט געשפירט אז דער וועלט גייט אינטער, איז געווען ווייל רובא דרובא חסידי סאטמאר האבן זיך אין לעבן נישט געחלומ'ט אז זייער רבי גייט אמאל שטארבן. עס איז אפשר שווער עס היינט צו גלייבן אבער דאס איז דער מציאות.
כ"ו אב איז נישט געווען אזוי ווייט א טרויער טאג נאר פשוט א שאק. עס האט גענומען פאר מענטשן אפאר וואכן צו קומען צו זיך און צוריקגיין צו די טעגליכע רוטינען.

נו, ליובאוויטש בתפארתה... :D
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:58 pm#347927
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
אין סאטמאר האט עס גענומען אפאר וואכן, ליובאוויטש איז קיינמאל נישט צו זיך געקומען...

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:41 pm#347933
שש משזר האט געשריבן:

אגב, כ'האב אויך אן עלטער זיידע און באבע וואס ליגן אין ביה"ח אין קרית יואל. דער עלטער זיידע איז געווען א הייסע סאטמארע חסיד. כ'געדענק נישט אויב אויפן מצבה שטייט 'תלמיד חביב', 'אדוק ומקושר', אדער ביידע נישט. כ'בין אבער זיכער ביי מיר, אז ער האט זיך געשפירט בחייו פאר א 'תלמיד חביב אדוק ומקושר' צום סאטמארן רב.


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען מיין עלטער שווער איז אוועק, האט מען איהם באשריבען אין דער איד. מ'האט געשריבען אז ער איז געווען דבוק ומקושר בלאה בלאה בלאה. כפי אונזער ידיעה, איז זיין שייכות מיט סאטמאר אז מ'האט געטראפען בריווען ביי איהם ווי מ'האט איהם געבעטען זיך אריינצומישען אינ'ם בערגער מחלוקת. פון דארט האט זיך אנגעהויבען און ביז דארט האט זיך גע'ענדיגט זיין שייכות.

א חבר זאגט מיר אז זיין זיידע, א נאנטע תלמיד פונ'ם פריערדיגען סאטמאר רב דער בעל קרן לדוד, האט מען אויך באשריבען אלס אדוק ומקושר.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

מיין זיידע (פון מיין מאמעס זייט) איז אויך געווען אדוק ומקושר צום רבי'ן, אבער ער ליגט נישט אין ק"י. און מיין אנדערע זיידע כאטש ער ער איז נישט געווען קיין סאטמארער האט ער געהאט א געוואלדיגע הערצה פאר סאטמאר און ער פלעגט כסדר קומען דארט צו די יארצייט סעודות און לחיים'ס. מיין טאטע איז געווען א גבאי ביים רבי'ן (ער'ט מיר אליין געזאגט) ביז די סטראוק.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:21 pm#347975
שמערל האט געשריבן:דאס וואס מען האט געשפירט אז דער וועלט גייט אינטער, איז געווען ווייל רובא דרובא חסידי סאטמאר האבן זיך אין לעבן נישט געחלומ'ט אז זייער רבי גייט אמאל שטארבן. עס איז אפשר שווער עס היינט צו גלייבן אבער דאס איז דער מציאות.
כ"ו אב איז נישט געווען אזוי ווייט א טרויער טאג נאר פשוט א שאק. עס האט גענומען פאר מענטשן אפאר וואכן צו קומען צו זיך און צוריקגיין צו די טעגליכע רוטינען.

איך קען א איד וואס האט געכאפט א נערווען בראך יענע טאג. אייגענטליך נישט איינס.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 8:58 pm#347995
אבני חסד
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:29 pm#348001
ונבנתה העיר האט געשריבן:ס'איז א בפירוש'ע משנה. כל זמן שמזקיני"ן דעתן מיטפשת עליהן...

ונבנתה: נו, ער (שש משזר) איז דאך נישט פון די אויף וועמען ס'איז געזאגט געווארן. חוץ אז דו האסט איהם פארהערט און ער האט נישט גע'יכול'ט... :lol: :roll:
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:37 pm#348003
נו, נישט בחינם איז ער דער אדמו"ר הזקן...
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:42 pm#348004
ונבנתה העיר האט געשריבן:נו, נישט בחינם איז ער דער אדמו"ר הזקן...

ונבנתה העיר: איך ווייס טאקע נישט וויאזוי 770 לאזט עס טאקע צו. מ'וואלט איהם געדארפט רופן צו ביה"ד הגדול פון התאחדות הגזלנים, מיט איצא שייגעץ בראש...און דעם קא-פישער זצ"ל. (דעם אנדער'ן פשט... :lol: :roll:
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:28 pm#348126
ATUB @שש משזר ATUB דו האסט באקומען די מאיענעז?...
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:31 pm#348127
ATUB @כוכב ATUB ביסט אויך געווען פון די קאנאן פלייש?
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:38 pm#348128
זיי חתמ'ענען זיך ריכטיג אונטער: א פארווייטאגטער איד...
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:49 pm#348130
סאשי פיש: כ'ווייס נישט. פאר סאם ריעזאן דערמאנסטו מיך די מעשה פון די גמרא אין מס' פסחים, וואו די גמ' פארציילט אז ר' יהודא פון די שטאט נציבין האט געפרעגט ביי דעם גוי וואס האטציך פארשטעלט פאר א איד, אויב מ'האט איהם געגעבן פון די אליה פונ'ם קרבן פסח...! דו פרעגסט אויכעט (לקנטר) אויב מ'האט איהם, שש'ן געגעבן מאיאנעיז אויכעט צו די טונא פיש...לאמור. אז מ'האט געוואוסט אז ער איז נישט עכט קיין היימישער. און מ'האט דיסקרימינעיטעד אקעיגן איהם...! אויב דאס איז דיין כוונה, ביניך מוחה אויף דעם. ווייל איך ווייס אז דאס איז נישט אמת. די סאטמאר'ע אידן זענען די גרעסטע און פיינסטע מכניסי אורחים אין די וועלט. ביז ס'קומט צו ציונות, רח"ל. נו. ס'איז דאך נישט אנגעשריבן אויף קיינעם'ס נאז אז ער איז א ציוני.(אזוי ווי איך,למשל.)
איך בין מיט א פאר יאר צוריק געווען א שבת נחמו אין קרית יואל, מאנרא ווייל איך האב שוין נישט געקענט אנקומען צו די קאלאני וואו מיין משפחה איז איינגעשטאנען. די התקרבות און הכנסת אורחים וואס אלע מענטשן האבן דארט ארויסגעוויזן קענמען ממש נישט באשרייבן. ס'איז אזוי ווי די שענסטע מעשיות בזמן תלמידי הבעש"ט הק'. גארנישט ווייניגער פון דעם...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:52 pm#348132
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
בערל איך פרעג בדרך הלצה
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:59 pm#348133
סאשי פיש האט געשריבן:בערל איך פרעג בדרך הלצה

או.קעי. איך פארשטיי. איך בין נישט אזא תמים. נאר איך האב סתם געוואלט ארויסברענגען אן אמת'ע נקודה. ווייל ווען סאטמאר זאללן וויסן וואספארא ציוני איך בין, וואלט איך געגעסן שבת אויפ'ן גאס...מסתמא אויסער'ן תחום שבת פון קרית יואל... :lol:
ערנסט גערעדט. די מצוה פון הכנסת אורחים זענען זיי מקיים אויף די העכסטע מדריגה...!
איך וואלט געקענט שרייבן א גאנצן אשכול איבער דעם שבת אין קר"י...!
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 6:58 am#348164
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
berlbalaguleh האט געשריבן:
איך וואלט געקענט שרייבן א גאנצן אשכול איבער דעם שבת אין קר"י...!


נו געגאנגען

lead, follow, or get out of the way
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:46 pm#348208
יעלה ויבא האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
איך וואלט געקענט שרייבן א גאנצן אשכול איבער דעם שבת אין קר"י...!


נו געגאנגען

lead, follow, or get out of the way

יעלה ויבוא: אי"ה, בלי"נ. בקרוב בימנו. ווייל ס'איז דא א סאך צו שרייבן...!
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:48 pm#348210
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
מיר ווארטן מיט שפאנונג

lead, follow, or get out of the way
מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 10:12 pm#382839
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
איך בין היי יאר נישט געפארען, איך האב אבער געהערט אז א ריזיגע חידוש איז נתחדש געווארען בבי מדרשא. איך האב געהערט אז סמוך ונראה, הארט לעבען דער ציון המצוינת, צווישען די פערפעל און די פאנטש, האט מען פארטיילט בארשט פאר׳ן דארשטיגע הונגעריגע ציבור, וואס לעכצען נאך התעוררות ביים רבי׳ן און רויטע זופ. איך האב נאך נישט באשטעטיגט צו ס׳איז געווען געשטעלטע צו געקאכטע, ווי אויך צו ס׳איז געווען פליישיג. דער וואס האט אן אפדעיט, ווערט געבעטען צו מעלדען זאפארט פאר׳ן לעכציגע ציבור.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 10:38 pm#382840
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין היי יאר נישט געפארען, איך האב אבער געהערט אז א ריזיגע חידוש איז נתחדש געווארען בבי מדרשא. איך האב געהערט אז סמוך ונראה, הארט לעבען דער ציון המצוינת, צווישען די פערפעל און די פאנטש, האט מען פארטיילט בארשט פאר׳ן דארשטיגע הונגעריגע ציבור, וואס לעכצען נאך התעוררות ביים רבי׳ן און רויטע זופ. איך האב נאך נישט באשטעטיגט צו ס׳איז געווען געשטעלטע צו געקאכטע, ווי אויך צו ס׳איז געווען פליישיג. דער וואס האט אן אפדעיט, ווערט געבעטען צו מעלדען זאפארט פאר׳ן לעכציגע ציבור.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
@ליטוואק, דו רעדסט פונעם בארשט מיט א גרויס זלזול, מ'דערקענט אויף דיר אז דו האסטוך קיינמאל נישט געדרייט בצלא דמהימנותא, ווען מ'רעדט פון בארשט, ביים רעבעזעכרוינעלעבראכע מיינט עס "זויערע" קאלטע בארשט דייקא, און דאס איז געווען א ספעציעלע יו"ט מיטל נאכט מאכל כמבואר בהרעסיפי בוק הנקרא זמירות דברי יואל, עיי"ש ותמצא נחת, און דאס האט מען נישט גערופן מיט א ביטול דער רויטע זופ.
מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:07 pm#410725
די הייליגע יארצייט נעכטן, ברענגט ארויף די זיסע באריכט אויפן זכרון.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 1:21 am#410746
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
איין גאר שיינע זאך האב איך געזעהן דארטן, ווי א חניאקישער יונגערמאנטשיק מיט גרויסע שווארצע גלעזער, און א געבויגענעם רוקן, שטייט לעבן א גרויסע סיין we mean business און טיילט קונטרסים.
איך בין זיכער אז דער יונגערמאן קען נישט ליינען וואס שטייט אויף יענעם סיין. ביזנעס, טפוי.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 9:01 am#410756
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
איך מיין אז ער איז נישט דער נער דא. We mean business איז דער זינלאזע אטאקע אויף אינטרנט און סמארטפאונ׳ס, כאילו עס איז פארצופאל בעסער פאר ביזנעס אז דו האסט נישט קיין סמארטפאון און האפעדיג נישט קיין אינטרנט אדער אפילו עלעקטער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 10:34 am#410760
אז מ'טראכט אזוי אריין שטעל זיך עטוואס ארויס, אז ביי צדיקים וועלכע האבן געטאן פארן דור, און נישט בלויז געזיצן איינגעשפאנט אין זייער פיר איילן פון עבודת השם, טיט זיך מער-ווייניגער א גרויס געפארעכס, אפילו גאנצעטע גענעראציעס נאך זייער הסתלקות לחיי העולם הבא.

ביי מאנכע פארשטארבענע צדיקים שטעלט זיך ווארשיינליך ארויס, אז טראץ וואס זייערע אנהענגער און שטיצער פראבירן אנצודרייען א מאסן-געפארעכס צו זייער ציון, מאנכע צוליב ביזנעס און מאנכע צוליב קעלבענע-שוואנצונעס. ווערט דער אלגעמיינער ציבור נישט צו שטארק באיינפלוסט דערפון. אפגעזען פון די גוט-אהערגעשטעלטע סדר הבאסעס, און דאס גראנדיעזע פרעסעריי, און די פון פאראויס-צוגעזאגטע אנגעבליכע ישיעות שלא כדרך הטבע, וועלכע די געטרייע עסקנים שלא ע''מ לקבל פרס שטעלן צי אויסשליסליך לטובת הכלל.

ביי רבי שמעון אין מירון איז דאס התערורת און די פרייד באנאזאם אויף די העכסטע שטיפעס, אזש דער המון חוגג וואקסט גאר פון יאר צו יאר. אז מ'קוקט אריין אינעם הייליגן געזאנג וועלכע איז פארפאסט געווארן דורכן הייליגן רב פון באגדאד רבינו יוסף חיים זי''ע. און מ'זעט די הייליגע לויב פראזן מיט וועלכע ער לויבט אויס דעם הייליגן רבי שמעון, וו.צ.ב.ש. זָכָה וְרַבִּים זִכָּה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחַאי...בִּטֵּל כַּמָּה גְּזֵרוֹת...א נאך. פארשטייט מען עטוואס דאס שייכות און געפיל וואס איטליכער איד שפירט ביי זיין הייליגען ציון, אפגעזען פון דעם וואס ס'איז שוין פאריבער אזוי פול גענעראציעס פון ווען רבי שמעון איז שוין נישט מיט אונז.

דאס זעלבע אויך ביים ציון המצינת אין קרית יואל יצ''ו. דער ציבור משתטחים וואקסט פון יאר צו יאר. דער שייכות און געפיל צום הייליגן צדיק וואס האט אזוי פול געטאן פארן דור, אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקע, אפגעראטעוועט א באדייטענעם טייל פונעם כלל ישראל נישט צו ווערן נאכגעשלעפט פון די קליפת הציונות. עכ''פ למחצה, ולשליש, ולרביע...און נאך. וואקסט באשיינפערליך פון יאר צו יאר אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. אפגעזען פון דעם וואס די רבי איז שוין נישט מיט אונז פאר כמעט 40 יאר! ווער קען זיך דען דאס גלויבן?

תורתו מגן לנו, הוא מאירת ענינו, הוא ימליץ טוב בעדינו, אמן ואמן.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 10:55 am#410764
קאך לעפל: איך האב נישט געליינט מער ווי דעם ערשטן פאראגראף פון דיינע געפירקלעכץ. איך האב נישט געקענט, (און נישט געדארפט) ליינען ווייטער. נאכמער. ביי דיינע ערשטע צוויי ווערטער האביך שוין געזעהן וויאהין דו און דיין שמוציגער פארדרייטער קאפ ציהלן...!

דו ודכוותך. קענען נישט ארויסברענגען א שבח פון א צדיק אנדעים וואס עטץ זאלטס אראפדריקן און באשמוצן אנדערע צדיקים יסודי עולם וועלכע האבן געשאקלט מיט וועלטן בשעתם. און לאחר פטירתם קלאמערט זיך דער עולם צו פארן אהינצו. און עסקנים, וואוילע אידן פרובירן זיך אנצוהאלטן אין די מידות טובות מיט די הויעכע מדרגות פון די פריער'דיגע צדיקים. כדוגמת הרהצה"ק ר' ישעיה'לע מ'קרעסטיר, זי"ע. אדער דער רביניצער רבי זי"ע. וואס בחיים חיותם עלי אדמות האבן זיי זיך מוסר נפש געווען פאר געוויסע מצוות. און זיי האבן אריינגעברענגט חיזוק און אמונה בהשי"ת אין די אידישע קינדער. א יעדער אויף זיין אייגנארטיגן אופן. קומסטו אזא בריה שפילה ונבזה און דו מאכסט חוזק און ליצנות און דו ביסט מבטל דאס גאנצע געפארעכץ און די אנדערע גוטע ערשיינונגען ארום אלס פוסטע ..."פרעסעריי"...רחמנא ליצלן מהאי דעתא. לידיעתך מנשה'לע פיליפ. אויף דעם קענמען זאגן רח"ל. קוק וואס דיין תלמיד חביב האט געשריבן. ער און דו זענטס מקיים דעם פסוק ..."ויהיו בוזים במלאכי אלוקים"...! פוי... יא. איך שריי פוי אויף ענק. נישט אויף בנימן נתניהו ווען ער קומט באזוכן אין ווייסן הויז... איך וואלט געפארן אפילו ביז אפ-ריקע צו שרייען פוי אויף ענק. נישט נאר ביז וואשינגטאן אין עירקאנדישאנד באסעס. וואו ענקערע אומגעוואשענע גופים זענען געפארן...!

נ.ב.: פאר די אלע מענטשן וועם ס'געפעלט נישט מיין תגובה בעט איך (נישט) אנטשולדיגונג. ווייל איך האבמיך נישט געקענט איינהאלטן אויף די חוצפה פון דעם בהמה...סארי...!
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:59 am#410776
.
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:54 am#435406
ווער עס האלט מיט עפעס אינטערעסאנט אין מאנרא דעם יארצייט, איז מכובד איבערצילאזן איינדריקן פארן ברייטן ציבור.


און דר'יקר: "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס", און "שטיצט מוסדות ... ד'סאטמאר", און פאר קינוח סעודה: "דער רבי האט מבטיח געווען אז ער'ט קיינעם נישט שולדיג בלייבן"
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 7:10 pm#435427
כ'קלער יעצט אזוי פארנדיג אויפן 17:

ביי צוויי געלעגנהייטן האט זיך דער עולם אפגעשטעלט אויפן 17 און אריינגעוואקט צופיסנס אין די שטעטלעך.

כ"ו אב תשל"ט און ביי וואדסטאק
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:09 am#435448
האט עס מיט די בארד צוטוהן?
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:33 am#435452
איך בין געווען דארט נעכטן, און איך האב באמערקט א מאדנע זאך. מ'האט געשטעלט א טענט מיט א חדר אוכל א גרויסע און א חדר לימוד א קליינער. אין די קליינער חדר איז געווען א גרויע צעטיל וואס מ'מעג נישט טון, למשל לאזען זאכען דארט. אבער אינטרעסאנט איז אז די צימער איז געווען פול מיט זאכען און ליידיג פון ספרים. נאר די נייע לשון קדשו קונטרסים, אזא חב"ד'סקע שטיק, ווי מ'דרקוט איבער די שלעשידעס תורות כלשון קדשו, אז מ'זאל עס שווער קענען ליינען, און פארשפרייטען אומעטום להגדיל שמות ולהאדירה. אז מ'וויל א חדר לימוד, זאל דען כאטש נישט זיין א משניות מיט א חומש דארט?
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:59 am#435461
[quote="ליטוואק פון
שש משזר טראכט עפעס אז די טרינקאכץ האט מיט זיסקייט. טרינקען פאנטש ביים רבי'ן איז פון די עבודות היום כ"ו אב, און אזוי דארף מען טוהן. נישט זיין קיין אויבערחכם און טרינקען עפעס אנדערש

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk[/quote]
היי יאר איז בכלל נישט געווען קיין קאלעי נאר קאלטע (?) וואסער
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:03 am#435463
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין געווען דארט נעכטן, און איך האב באמערקט א מאדנע זאך. מ'האט געשטעלט א טענט מיט א חדר אוכל א גרויסע און א חדר לימוד א קליינער. אין די קליינער חדר איז געווען א גרויע צעטיל וואס מ'מעג נישט טון, למשל לאזען זאכען דארט. אבער אינטרעסאנט איז אז די צימער איז געווען פול מיט זאכען און ליידיג פון ספרים. נאר די נייע לשון קדשו קונטרסים, אזא חב"ד'סקע שטיק, ווי מ'דרקוט איבער די שלעשידעס תורות כלשון קדשו, אז מ'זאל עס שווער קענען ליינען, און פארשפרייטען אומעטום להגדיל שמות ולהאדירה. אז מ'וויל א חדר לימוד, זאל דען כאטש נישט זיין א משניות מיט א חומש דארט?

אסאך אידן און בחורים ווילן שטארק הערן די תורות אין אזא טאג, עס איז זייער א אויפגעכאפטע זאך אגאנץ יאר און איבערהויפט ביומא דהילולא
ווילסט לערנען גיי אין היכל רז"ב, עס האט מיט חב"ד גארנישט, עס איז אין די אייגענע ד אמות
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:11 am#435464
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
היסטאריקער האט געשריבן:[quote="ליטוואק פון
שש משזר טראכט עפעס אז די טרינקאכץ האט מיט זיסקייט. טרינקען פאנטש ביים רבי'ן איז פון די עבודות היום כ"ו אב, און אזוי דארף מען טוהן. נישט זיין קיין אויבערחכם און טרינקען עפעס אנדערש

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

היי יאר איז בכלל נישט געווען קיין קאלעי נאר קאלטע (?) וואסער[/quote]גערעכט. אבער אין ישיבה איז געווען קאלעי וואסער און לעמאנעיד אויך, ב"ה.

די חב"ד׳סקע שטיק איז געווען דאס איז מ׳דרוקט איבער אויף א וועג וואס מאכט עס ווייניגער פארשטענדליך און מער שוואנצאנות׳דיג. דברי יואל איז הערליך געשריבען, קלאר אן איבעריגע ווערטער. לשון קדשו איז געדרייט א קאפ, מיט צוגעלייגטע קעפלעך און אריינגעלייגטע ווערטער כאילו מ׳שרייבט מלה במלה און דאס האט א באדייט. און טאקע, מ׳האט געזען א פאר מענטשן עסן פרישטיג איבער דעם, אדער דרימלען זיך איין איבער די שמות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk