Under maintenance
הויפט זייט » שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10862
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:41 am#358308
די דעבאטע
איך בין שאקירט געווען!!

נעכטען זיץ איך מיר ביי א מסיבה לכבוד חנוכה, דארט זענען געווען צוויי קרובים כולל אינגעלייט, און די שמיעס האט ארויפגעבערנט דעם ראבינאוויטש, און א דיבאטע האט אויסגעקראכט, טענער זיך געהויבן, געמיטער אנגעהיצט, די צדדים זענען געווען קלאר איז ער א צדיק אדער א עוכר ישראל.

די שמיעס איז געווען צוטיילט צווישען די ארבייט'ס קלאס און די כולל אינגעלייט, די כולל האט געטענה'ט אז ווען נישט ראבינאוויטש איז אזוי עקסטרעם וואלט יעדער היינט וואס וויל שפילן טעטריס, ראש אווער, טיקטא קטוי, אדער שאך געימס - געהאט א סמארט פאון. און נאר ציליב זיינע עקטרעימע נייגינגען האט דאס צוריק געהאלטן. ווען נישט אים וואלט יעדע הייזקע געהאט א קאמפיוטער טישל, און נאר ציליב דעם גדול וצדיק איז דאס פארמיטן געווארן.

אנשי בעלי בתים האבן אלע פה אחד געזען אין אים א סכנה גדולה, און איך בין געגאנגען אזוי ווייט ווי אויסדריקן עוכר ישראל, בעיקר ווייל ער מאכט שאדן פאר די גאנצע סיסטעם פון חינוך מיט זיינע שומרים קארטלעך, און ציליב אים איז נישטא קיין תורה אויף די אינטערנעט, צוליב זיינע פרימע שטיק קען דער רבי אדער בעלי מוסר נישט זעלבס שיקן טוויטס אדער עפענען א טעלעגראם טשענעל ווי זיי זאלן טעגלעך איבערגעבען דעם דבר השם, נישט אז עס איז נישט פארהאן, נאר די מאדערענע האבן דאס פארכאפט ווי תורה עניטיים, חב"ד, ישיבה.נעט, און ליפא שני וחמישי, אדער ATUB @לעקוואד ATUB מיט זיינע שיעורים, און שמעון סעמפ וכו'.

מיין מסכנה איז געווען אז די אנשי כולל זענען צושמיסן און שפירן זיך לער, דעריבער מחמת קונאה ברויכן זיי זיך שפירן עפעס בעסער, דעריבער קומט זיי צוניץ די פליפ פאון און גיבט זיי די קאנפידענץ אז זיי זענען די וואס טראגען די וועלט אויף זייערע פלייצעס און ווען נישט זיי וואלט דער באשעפער שוין לאנג געברענגט נאך א מביל אדער כאטש א צונאמי.

בלייבט איבער צו וואונטשען.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 2:25 pm#358323
אויף ווועלכע חלק ביסטו אזוי שאקירט? ביסט אזוי שאקירט אז אפאר פרומע כלל אינגעלייט האלטן אז דער פגר רע, דער חולה נפש ראבינאוויטש איז ממש די קאנטעמפערארי מושיען של ישראל? טאקע א חידוש. אין אנדערע נייעס האט די וועלטס ארגאנזאציע ׳התאחדות האבנים דארצות ברית טראמפ ואיוואנקא׳ געווארנט אלע אידן וואס פארמאגן א זיידענע רעשוואלקע געמאכט פון אייזן, אז זיי טארן בשום אופן פארן קיין מאמי צווישן זעקס און זיבן און גיין צום ביעטש מחמת חשש תולעים אין די י״ב חלות און אלץ התגרת באומת אויס .וואס אלע צרות קומען דורך די ׳אמן משוגעת קאמפיין׳ לעילו נשמת די ערשטע לעידי אקזילערי בזיווג ראשון און לזכר נשמת די באס פירמע לעידי פינגער און זייערע חשובע בעלי בתים.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:43 pm#358347
שבת ביסט מתוק מדבש, יעדע שורה האט געקאסט א אויספלאץ
מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 9:26 pm#358415
ס'איז גוט, שבת לייגט אין זעלבער טשולענט אלע זיינע פארהאקטע

התאחדות מיט טראמפ און איוואנקא און ראבינאוויטש. און דער רעזעוואלקע וואס מען טראגט פרייטאג ביי נאכט, איי איי, פרייטאג ביי נאכט, די שורש פין אלע פראבלעמען. והמבין יבין.
זונטאג יאנואר 01, 2017 12:18 am#358423
אישתישבי האט געשריבן:ס'איז גוט, שבת לייגט אין זעלבער טשולענט אלע זיינע פארהאקטע

התאחדות מיט טראמפ און איוואנקא און ראבינאוויטש. און דער רעזעוואלקע וואס מען טראגט פרייטאג ביי נאכט, איי איי, פרייטאג ביי נאכט, די שורש פין אלע פראבלעמען. והמבין יבין.


אכן נודע הדבר! מ׳דארף נישט זיין קיין מבין, איך האב דאס געשריבן אט דא אויף ׳קאווע שטיבל׳, וואס איך טוה אדער האט נאר אמאר געטוהן קענסטו שרייבן אויף ׳טיימס סקווער׳ אויף די גרויסע סקרין אויף זיבעציג שפראכן, איך שעם מיך נישט מיט גארנישט ספיצעל וואס איך האב געטוהן איז בין אדם למקום און איך האב קיינעם גארנישט צוגענומען אדער דירעקט וויי געטוהן, און אפילו אויב בין איך באגעגאנגען א טעות אדער אפילו אסאך טעותים שעם איך מיך נאכאלץ נישט מיט דעם ווייל איך בין א פשוטע בשר ודם וואס לעבט אין די מאמענט. איינע פון מיינע רבי׳ס איז בודהא און ער האט אויסגעלערנט אז א מענטש קען גארנישט טוהן אויף זאכן וואס איז שוין געשעהן לשעבר און ס׳וועט אים גארנישט העלפן אז ער וועט זיך זארגן אויף די עתיד די איינציגסטע זאך וואס וועט העלפן איז זיך צו קאנצעטרירן אויף די יעצטיגע מינוט צוטוהן די ריכטיגע זאך געבויט אויף די טעותים פון די עבר- און אזוי טאקע פיר איך מיך, עכ״פ איך פראביר אזוי מיך צופירן, נישט אייביג איז עס גרינג, ווייל אסאך מאל באדערט שטארק זאכן וואס איז געשעהן אין די פארגאגענהייט, אבער די ריכטיגע וועג איז ווי בודהא זאגט, פארגעס וואס איז געוועהן און פראביר זיך ׳יעצט׳ אויפצופירן אין א וועג ווי סאיז ריכטיג און גוט פאר דיר אליינס. וכן נוהגים.


Do not dwell in the past, do not dream of the future, concentrate the mind on the present moment
Buddha
זונטאג יאנואר 01, 2017 12:22 am#358424
חוץ מזה אסאך אידן גיין מיט די רעשוואלקע שבת צופרי אויך :P :lol: (און אפילו ווען סאיז 90 דעגרי אינדורסן).
זונטאג יאנואר 01, 2017 12:38 am#358425
אויסער בבא "קמא" און "סטרא" אחרא, האט איר מיטען בודהא גארנישט.
זונטאג יאנואר 01, 2017 12:41 am#358426
אישתישבי האט געשריבן:אויסער בבא "קמא" און "סטרא" אחרא, האט איר מיטען בודהא גארנישט.


גערעכט. הוא מותיב והוא מפרק.
זונטאג יאנואר 01, 2017 7:22 am#358444
אישתישבי האט געשריבן:אויסער בבא "קמא" און "סטרא" אחרא, האט איר מיטען בודהא גארנישט.

בא תשבי והעמידן על אחת.
זונטאג יאנואר 01, 2017 7:39 am#358447
שבת אחים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אויסער בבא "קמא" און "סטרא" אחרא, האט איר מיטען בודהא גארנישט.


גערעכט. הוא מותיב והוא מפרק.


Swearing on The Bible doesn't mean anything, because
Bible or no Bible, God or no God, if it suits their purposes, people are always going to lie in court. The police do it all the time

George Carlin

אדער:

Swearing in Buddha's name doesn't mean anyting, because
Buddha or no Buddha, God or no God, if it suits their purposes, people are always going to say what they want

Sheves Achim
זונטאג יאנואר 01, 2017 10:33 am#358450
וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אויסער בבא "קמא" און "סטרא" אחרא, האט איר מיטען בודהא גארנישט.


גערעכט. הוא מותיב והוא מפרק.


Swearing on The Bible doesn't mean anything, because
Bible or no Bible, God or no God, if it suits their purposes, people are always going to lie in court. The police do it all the time

George Carlin

אדער:

Swearing in Buddha's name doesn't mean anyting, because
Buddha or no Buddha, God or no God, if it suits their purposes, people are always going to say what they want

Sheves Achim

נישט קיין פארגלייך, ווי ווייט איך ווייס שווערן נישט קיין בודהיסטן אין בודהא׳ס נאמען, זיי האבן נישט קיין סיסטעמאטישע וועג פון שווערן אויף א הייליגע טעקסט.
זונטאג יאנואר 01, 2017 3:47 pm#358464
maybe the cha-buddhists do swear
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:33 pm#416941
ברוך דיין האמת.

ועוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:06 pm#416943
שיטה מקובצת האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

ועוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו.

פון וואו נעמסטו דיין הארצלאזיקייט? ליגט עס אין תורת רבי אביגדור ז"ל

צו דער איד איז גערעכט געווען אדער נישט איז עט די מאמענט נישט נוגע. פון וויפיל איך האב אים אבזערווירט האט ער עס ריכטיג געמיינט לשם שמים, מקריב געווען זיין לעבן און איבערגעלאזט זיין פרנסה צוליב דעם.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:13 pm#416944
איז עס אמת צי נישט?
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:14 pm#416946
יעקב מענטש האט געשריבן:פון וואו נעמסטו דיין הארצלאזיקייט? ליגט עס אין תורת רבי אביגדור ז"ל

צו דער איד איז גערעכט געווען אדער נישט איז עט די מאמענט נישט נוגע. פון וויפיל איך האב אים אבזערווירט האט ער עס ריכטיג געמיינט לשם שמים, מקריב געווען זיין לעבן און איבערגעלאזט זיין פרנסה צוליב דעם.

הארצלאזיקייט? האט ער דען תשובה געטוהן אין לויף פון זיין קראנקייט? בכלל נישט. נישט נאר דאס, נאר אפילו יעצט גייט זיין רשעות ווייטער אהן מיט'ן גאנצן שטארקייט. ער האט ארויסגעלאזט א מאנסטער וואס זייט אהן חורבנות און גייט ליידער ווייטער אהן. ווי קען ער דען תשובה טוהן ווען יעדע מינוט פליט ארויף נאך רשעות און אכזריות אויף זיין כף חוב.

פון ווי האט ער גענומען זיין הארצלאזיגקייט צו העצן קינדער קעגן זייערע אייגענע עלטערן?! ווי אין די וועלט איז געהערט געווארן אזא זאך אז א מענטש זאלן טיילן בילדער פון קינדער וואס מאלט אפ זייערע עלטערן אין שווארצע פארבן און שפאטישע פרצופים?!! ביי קיין שום אומה ולשון וועט איר נישט טרעפן אזא זאך. יעדער אין די וועלט פארשטייט אז מ'שטייט אוועק פון קינדער!! מ'העצט נישט קינדער קעגן עלטערן. ווי אזוי וואלט ער געשפירט ווען איך העץ זיין אייגן קינד קעגן אים?!

צו שטוינען אז מ'דארף בכלל ארויסברענגען די רשעות און קאלטבלוטיקייט. איך ווינטש נישט פאר ראבינאוויטש קיין צער און אוודאי נישט פאר זיין אומשולדיגע משפחה כאטש ער האט דאס יא געטוהן פאר מיך און פאר דיך. אבער ווען אזא זאך פאסירט דארף מען זיין הארצלאז נישט צו זעהן די אפענע מעסעזש פון הימעל.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:22 pm#416948
די סמארט פאונס האבן אים גע'הרג'עט. אין די ווירקליכקייט לעבט ער נאך.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:25 pm#416950
שמעקעדיג האט געשריבן:איז עס אמת צי נישט?

שקר וכזב, א פאלטשע שמועה ארויסגעלאזט דורעך די וואס שטופען די אגענדא פון טעקס מאשינען
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:29 pm#416953
יעקב מענטש האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

ועוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו.

פון וואו נעמסטו דיין הארצלאזיקייט? ליגט עס אין תורת רבי אביגדור ז"ל

צו דער איד איז גערעכט געווען אדער נישט איז עט די מאמענט נישט נוגע. פון וויפיל איך האב אים אבזערווירט האט ער עס ריכטיג געמיינט לשם שמים, מקריב געווען זיין לעבן און איבערגעלאזט זיין פרנסה צוליב דעם.

אויב מען טוהט רשעות לשם שמיים איז מען א קלענערע רשע אדער א גרעסערע?
אגב, דער איד האט געמאכט שיין פרנסה פון די טעקס מאשינען מערכה. פרעגט אייך נאך ביי הרב שרייבער פון מכון בי ענד עיטש.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:41 pm#416958
גדליה האט געשריבן:אויב מען טוהט רשעות לשם שמיים איז מען א קלענערע רשע אדער א גרעסערע?

יש ויש. ס'דא גוטע מענשטן וואס קענען אמאל טון רשעות מחמת זייער גוטסקייט, און ס'דא שלעכטע מענטשן וואס טרעפן זיך גוטע תירוצים זיך אויסצוגעבן זייער שלעכטסקייט.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:19 pm#416989
איך בין מוחה!!!

סתם אזוי אין אזא צייט בארעדט מען נישט קיין אידן נישט קיין חילוק צו ער איז יא גערעכט צו נישט, ער איז נאך אלעס א טאטע פאר קינדער, אין יידיש קינד.. זאל ער האבן אינגיכן א רפואה שלימה

שנית כל ער איז א איד וואס איז כל כולו לשם לשמים נישט געקוקט אויף קיין כבוד, ער האט עס אמת'דיג געמיינט, אין מען דארף איהם שטארק מכבד זיין, אין דאס זאל זיין טאקע א גרויסע זכות פאר איהם צו האבן א רפואה שלימה...

אויבן אין הימל קוקט מען ארויף אויף אזא איד..
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:47 pm#416993
Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער
וואס נאך טוט זיך אין הימל?!
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:57 pm#416998
מען גרייט זיך אויף חנוכה. די לעכטיגקייט שיינט שוין
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:01 pm#417000
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מען גרייט זיך אויף חנוכה. די לעכטיגקייט שיינט שוין

אלע גזר דינים ווערן יעצט אפגעזיגעלט און ענקריפטעד
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:05 pm#417001
Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מען גרייט זיך אויף חנוכה. די לעכטיגקייט שיינט שוין
ביינונז האט מען געזאגט, נשתכח תורת חנוכה, הא לן תורת שובבי"ם.
זונטאג דעצעמבער 02, 2018 2:08 am#417682
א פשוטע איד האט געשריבן:לענ"ד חוץ פון דעם וואס מען דארף מתפלל זיין פאר איהם ווייל ער איז פארט א איד, איז אויב ח"ו עס וועט זיין נצחו ארעלים, גייט די "מלחמה" אנטקעגען טעכנלאגיע ווערען ראדיקלזירט פול פאכיג, די חברה גייען איהם מאכען פאר א גאנצע קדוש עליון,
ה' ישמרנו וואס פארא משוגעתים די חברה גייען טון לעילו נשמתו הטהורה...איך מיין אז דאס איז גענוג א סיבה צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה...


און טאמער ער האט א רפואה שלמה, איז עס נאר אין זכות פין זיין מלחמה. און ער וועט ארום גיין האלטען זיינע דרשות, און דאס מאל וועט קיינער נישט וואגן חוזק מאכן פין איינער וואס איז צוריק געקומען פין יענער וועלט נאר כדי צו קענען ראטעווען ווייטער די שארית הפליטה פין דער נגע ממאיר פגעי הטכלנוגיה.
זונטאג דעצעמבער 02, 2018 1:31 pm#417711
מען קען אלעס נוצן לרפואתו פונקט ווי לעילוי נשמתו.
(נישט "אנרירן" (דעמאנט עפעס פון חטא אדם הראשון) -- אפילו א צווייטנס -- אפילו מיט א פילטער.....)
אבי זיי רעדן נישט צו מיר; זיי רעדן נאר צו "אחים לדעה"....

.
זונטאג דעצעמבער 02, 2018 9:39 pm#417754
שמעקעדיג האט געשריבן:מען קען אלעס נוצן לרפואתו פונקט ווי לעילוי נשמתו.
(נישט "אנרירן" (דעמאנט עפעס פון חטא אדם הראשון) -- אפילו א צווייטנס -- אפילו מיט א פילטער.....)
אבי זיי רעדן נישט צו מיר; זיי רעדן נאר צו "אחים לדעה"....

.


אין אנגליש זאגט מען
wait and see....
את חטאי אני מזכיר, אמאל ווען איך גיי ליידיג (וד"ל) הער איך אויס די מעסעטשעס אויף די השומרים האטליין, איך האב אזא הרגשה לויט ווי די חברה רעדען אז די שגיונות איצטער איז נאר א משל אויף וואס עס קומט (אויב ח"ו...)
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 8:46 am#417776
ברוך דיין האמת
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 8:47 am#417777
ב.ד.ה.
נלב"ע
הלווייתו היום א' דחנוכה בעיה"ק ירושלים תובב"א
הקבורה לפני השקיעה.

_ _ _
איינער האקט שוין
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 9:09 am#417778
ב"ה האט ער זוכה געוועהן חתונה צו מאכן א קינד זיינע דאס לעצטע וואך דאנערשטאג
(כ"א כיסלו) ער איז פארבליבן אין ארץ ישראל זינט חודש תשרי (וואס ער איז דאן געקומען אויף יו"ט צו זיין טאטע יבדלח"ט)
וויבאלד די דאקטוירים האבן געזאגט אז ער איז צו שטארק אפגעשוואכט און זיין גוף וועט נישט קענען אויסהאלטן 2 פלי-רייזעס אין 6 וואכן.

היינט נאכט האט געזאלט געפראוועט ווערן דאס צענטראלע מעמד השבע ברכות המרכזי
אבער לדאבון רבים שבק חיים לכל חי.

יעזור השי"ת ולא יישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
וילכו כל ישראל בדרך הישר אן קיין סטראשונגען פון שומרים קארט"ן
(וואס כידוע שטייט פונעם הייליגן בארדיטשעווער בגנות נוצן אט די קארט"ן ובפרט בימי חנוכה)

איין זיסע עפיזאד מטו משמי',
ער האט דערציילט אז ארום חודש סיון ה'תשע"ז
(אין די פאר טעג בעפאר דעם גרויס-ארטיגן מעמד כינוס הרבבות להצלת אחינו הספרדים שבארץ ישראל ושבצרפת)
איז ער ארום געגאנגען און געהאלטן דרשות כדרכו משנים שנימה בכל תפוצות ישראל בגנות הטעכנאלאגיע הנוראה
און ער איז אנגעקומען אין עפעס א ביהמ"ד פון קהל ייטב לב ד'סאטמאר
(אויף 152 ראדני סט. הארט נעבן ביהמ"ד ישראל והזמנים, אמשינאוו, כוונת הלב און נאך :roll: )
און ביי אשרי-ובא-לציון האט ער אנגעהויבן אויפטרעטן כדרכו
און די גבאים און עסקנים האבן איהם ארויס-געזרק'עט פון ביהמ"ד
מיט'ן טענה אז ער מאכט קאלט די מערכה קעגן גזירת הגיוס...

:lol: :lol: :lol: :twisted: :twisted: :twisted:
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 9:12 am#417779
בחדרי חרדים:

ברוך דיין האמת: מבית החולים 'שערי צדק' בירושלים מגיעה הידיעה על פטירתו בדמי ימיו של הרה"צ רבי שאול יצחק רבינוביץ זצ"ל, רב בית המדרש משכנות הרועים בקרית יואל מונרו ובנו של האדמו"ר ממשכנות הרועים - שנפטר לאחר שנאבק במחלה קשה והוא בן 50 בפטירתו.

הרב זצ"ל התפרסם בשנים האחרונות בזכות מלחמתו ללא פשרות בפגעי הטכנולוגיה המתקדמת.

במהלך כל השנים האחרונות כיתת את רגליו ממקום למקום למסור דרשות כנגד הסכנות, לאחר שראה הידרדרות אצל אברכים צעירים שמחזיקים בכיסם מכשיר סמארטפון.

הרב רבינוביץ אף הגה ויזם את רעיון "כרטיסי השומרים" של הילדים - מה שכונה בשפת היידיש "שומרים קארטלעך", שכבר מגיל צעיר לימדו את הילדים איך להיזהר ולהישמר ממי שמחזיק מכשיר לא כשר.

לרב רבינוביץ היה קו טלפון שנקרא על שמו - "קול רבינוביץ" - שם מסר שיחות וזעקות כנגד הטכנולוגיה אף ממיטת חוליו; עד לפני מספר שבועות היה מדבר בטלפון אפילו מבית החולים ומביתו, שעה שכבר היה באפיסת כוחות ממש.

כאשר היה מגיע לדבר בבתי כנסת בסיום התפילה היה דופק על הבימה ומבקש את רשות הדיבור בהקדימו שהוא לא בא לבקש כסף כמו גבאי צדקה, ואז היה מדבר על הצורך להישמר מפגעי הטכנולוגיה. הוא היה מרתק את השומעים", מספרים החסידים ל'בחדרי חרדים', "היה לו כושר דיבור מיוחד. הוא היה מרתק את כל שומעיו".

רבי שאול יצחק זצ"ל, נולד בירושלים בל' שבט תשכ"ח, לאביו האדמו"ר ממשכנות הרועים המנהיג את קהילתו במאה שערים ולו בתי מדרשות רבים, בנו של חבר בד"ץ "העדה החרדית" הגאון הצדיק רבי בנימין רבינוביץ זצ"ל, ולאמו הרבנית רבקה בתו של רבי אפרים פישל גרובר זצ"ל.

בביתו ינק תורה ויראת שמים והיה חסיד באיאן בכל נימי נפשו, הוא היה המשגיח של החבר"ה של ילדי באיאן שהיו מתאספים בשבתות ובימים טובים.

לפני כ-14 שנה פתח את בית המדרש "משכנות הרועים" בקרית יואל מונורו בארה"ב, שם הנהיג את בית המדרש והקהילה של משכנות הרועים במקום, ובחדשי החגים היה מגיע לארץ הקודש והיה מתפלל בין היתר בחצר באיאן בימים הנוראים ובשמחת תורה.

אחד החסידים מספר ל'בחדרי חרדים' כי לפני שש שנים החל את מלחמתו הגדולה בטכנולוגיה המתקדמת ולא התייאש אף פעם, ופעם אחר פעם לחם את מלחמתו מלחמת הקודש ללא אינטרסים ונגיעות כלל.

פטירתו המצערת אירעה לאחר חתונת בנו שנערכה ביום חמישי כ"א כסלו בבני ברק, עם נינת האדמו"ר בעל ה"אריה שאג" מצאנז ז'מיגראד זצ"ל, בת לנכדו הרה"צ רבי יונה זאב וינברג.

הערב אמורה להיערך שמחת שבע ברכות מרכזית בבית המדרש משכנות הרועים במאה שערים.

מסע הלוויה היום (שלישי) בשעה 15:15 לפני השקיעה מבית הלוויות שמגר בירושלים להר המנוחות שם ייטמן.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 10:11 am#417782
אוי וויי בד"ה
מיר האבן געמיינט אין געדאוונט אז מיר זאלן נאך נהנה זיין מאורו הבהיר

יה''ר אז ער זאל זיין א גוטע בעטער פאר אונז אלע אין עס זאל אראפ קומען א רוח טהרה וקדושה צווישן אונז אלע..

מען דארף פארשפרייטן שטערקער די שומרים קארטלעך לזכותו ולעילוי נשמתו
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 11:46 am#417788
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מען דארף פארשפרייטן שטערקער די שומרים קארטלעך לזכותו ולעילוי נשמתו

ביטע שיין
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:06 pm#417789
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מען דארף פארשפרייטן שטערקער די שומרים קארטלעך לזכותו ולעילוי נשמתו

:lol: :lol:
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט, איי ביסטו א לץ....
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:07 pm#417790
ער האט אנגענומען דער שטן אליינס, און ס'האט אים ל"ע געשאדט. נו, זאל ער אראפגיין אין היסטאריע ווי דער קאזשניצער מגיד, דער חוזה און דער אפטער און די פיס טריט פון הקדוש יוסף דולורינו.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:08 pm#417791
שמעקעדיג האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מען דארף פארשפרייטן שטערקער די שומרים קארטלעך לזכותו ולעילוי נשמתו

:lol: :lol:
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט, איי ביסטו א לץ....


שוין גארנישט א ליצנות... דאס גייט געשעהן...
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 1:21 pm#417797
זכותו יגון עלינו
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 1:23 pm#417798
אויף זיין מצבה קען מען שרייבן:
האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר ואת בניו לא ידע כי שומרים כרטיסך...
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 2:06 pm#417801
Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער
ער פלעג זאגן אז די קינדער פון עלטערן מיט א סמארפאון האבן נישט קיין טאטע, דער רבש"ע זאגט, מען קען האבן א פליפ פאון און פארלירן א טאטע.

וויפול ער האט געמיינט לשם שמים וועט מען אין הימל באשטעטיגן.

מיר האפן אז עס וועט בקרוב זיין א פרישע ציון צו קענען זעהן אפענע נסים ונפלאות דורך דעם וואס מ'ווארפט אהין דעם סמארפאון מיט א פילטער (אהן א פילטער קען ער נאך נכשל ווערן אין קבר רח"ל).
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 2:29 pm#417802
ר' מיכלע נתניה פלעגט נישט אויפהעצן קינדער ארויסצואווארפן דעם טעלעוויזיע פון די עלטערן? (איך קען נישט קיין דעטאלן). איך מיין אז ראבינאוויטש איז זייער ענליך צו אים. א תמימותדיגער פלאמעדיגער איד מיט ריינע כוונות. מען האט שוין געשריבן דא אז דער עיקר שולד ליגט אויף די קאמיוניטי וואס אקצעפטירט אים, און נישט אויף א נישט אזוי קלוגן יוד מיט א געבראכענעם אידיש. יעצט ווען ער לעבט נישט איז זיכער נישט שייך צו בלעימען נאר די היץ קעפ וואס רייטן אויפן מציאות צו נאשן כבוד פאוער און אויטאריטי. זאל ער רוען במנוחה אין זיין קבר ביז זיין גוף וועט ישוב זיין לעפרו. זי"ע.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 2:41 pm#417803
איך האב זיך באקענט מיט אים טאקע דורך זיינע דרשות שווער אפצושאצן

שווער צו זאגן אז ער איז געווען סתם א שלעכטער ווייל ער איז נישט געווען ער איז גראדע געווען א באטעמט אידל אין זיין באקס ווי מ'זאגט

ער האט גענומען גאר גאר א עקסטרעימע מהלך אין דעם דאס איז איינמאל זיכער, און ער האט אויך באמת געהאלטן וואס ער זאגט

לכוארה ווען ער וואלט געווען מער אפען אויסצוהערן אנדערע און דער מציאות פון בעלי פרנסה אין דעם ענין וואלט ווען אנדערש געווען

איי דאונט נאו
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 3:04 pm#417808
זיין ציל איז געווען איינס און בלויז איינס: אטענשאן. ותו לא מידי
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 3:22 pm#417811
איי קענט העלפ מיי סעלף, אבער פון נאטור אויס רעספעקטיר איך מענטשן וואס גלויבן ערנסטערהייט אין וואס זיי טוען און קוקן נישט וויאזוי אנדערע נעמען דאס אויף אפילו זיי האבן בזיונות דערפון, און אפילו איך האלט פונקט פארקערט פון זיי.

מיין רויטע ליניע איז פיזישע ווייאלענס.

הרב ראבינאוויטש ז"ל גייט לדעתי אריין אין די קאטעגאריע, מיינע געדאנקען און תפילות זענען מיט זיין פאמיליע, קאנגרעגענטס, מעריצים, און גוטע פריינט, איך האף אז זיי זאלן טרעפן די כוחות זיך צו טרייסטן אויף זייער שווערן פארלוסט. בפרט גייט מיין הארץ אויס אויף בנו החתן ני"ו, פארלירן א נאנטן בעת שמחתו איז גאר א שווערע זאך ובפרט א טאטן, זאל ער געטרייסט ווערן צוזאמען מיט אלע וואס קלאגן אויף ציון און ירושלים.

איך קוק נישט אן הרב ראבינאוויטש'נס טויט ווי א שטראף פון הימל אדער א פארמעסט מיט די סיטרא אחרא, קענסער איז א ביטערע מחלה וואס האט שוין באטראפן פילע, אינג און אלט, גוט און שלעכט, און ער איז ליידער געפאלן א פרישע קרבן צו די סטאטיסטיק.

ת.נ.צ.ב.ה.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 3:32 pm#417814
ברעיקונג
מען האט יעצט אין בי"ד של מעלה געפסק'נט ר' שאול יצחק צו גיהנם, זיין גיהנם איז א קאמפיוטער מיט א אומברעכבארע פילטער.
(מפי הנדון בעצמו)
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 3:42 pm#417819
גדליה האט געשריבן:זיין ציל איז געווען איינס און בלויז איינס: אטענשאן. ותו לא מידי


איינער וואס גלייכט אטענשאן הייבט ניט אן ביי די 40 יאר ער טרעפט סאך פריערט ווי עס צו קאלעקטן
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 3:45 pm#417822
גאנצל האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיין ציל איז געווען איינס און בלויז איינס: אטענשאן. ותו לא מידי


איינער וואס גלייכט אטענשאן הייבט ניט אן ביי די 40 יאר ער טרעפט סאך פריערט ווי עס צו קאלעקטן

מצא מקום להתגדר בו
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:10 pm#417830
גדליה האט געשריבן:זיין ציל איז געווען איינס און בלויז איינס: אטענשאן. ותו לא מידי

פון וואנעט נעמסטו דאס מיט אזא זיכערקייט?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:12 pm#417831
גדליה האט געשריבן:זיין ציל איז געווען איינס און בלויז איינס: אטענשאן. ותו לא מידי

ווער, גדליה?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:13 pm#417832
שושן פורים האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיין ציל איז געווען איינס און בלויז איינס: אטענשאן. ותו לא מידי

פון וואנעט נעמסטו דאס מיט אזא זיכערקייט?

פארוואס פרעגסטו נישט די אלע אידען וואס זאגן מיט א זיכערקייט אז ער האט געמיינט לשם שמים?
גראדע ווייס איך עס גאנץ קלאר און ס'איז נישט קיין חילוק ווי אזוי