Under maintenance
הויפט זייט » שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10862
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:21 pm#417834
אבער אויב איינער וויל אוועקלייגן אלע הספדים אין א זייט, באטראכט די קליפס פון זיינע דרשות. הער אויס די ביליגע ליצנות און באטראכט זיין צינישע שמייכעל. באטראכט מיט וואסארא אפעטיט ער רעדט, ווי ער באסמאקאוועט זיך מיט יעדע נארישע דזשאוק
איד וואס איז מוחה קעגען א פירצה לשם שמים רעדט מיט א ווייטיק און מיט א צעבראכן הארץ, דער איד האט פשוט ענדזשויט די בדחנות אויפ'ן חשבון פון טויזענטער אידען
אויב מ'האט אים פארגעהאלטן און געהאט טענות, איז עס געווען "בזיונות" וואס ער האט נעבעך געליטן.
בקיצור א שיינע שפיל געוועזן
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:22 pm#417835
ער האט ליב געהאט אטענשאן אזויווי אסאך רעדנערס, גארנישט עפעס ספעציעל.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:25 pm#417836
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיין ציל איז געווען איינס און בלויז איינס: אטענשאן. ותו לא מידי

פון וואנעט נעמסטו דאס מיט אזא זיכערקייט?

פארוואס פרעגסטו נישט די אלע אידען וואס זאגן מיט א זיכערקייט אז ער האט געמיינט לשם שמים?
גראדע ווייס איך עס גאנץ קלאר און ס'איז נישט קיין חילוק ווי אזוי

ער האט ליב געהאט אטענשאן אזויווי אסאך רעדנערס, גארנישט עפעס ספעציעל.

אמת! אבער אנדערע רעדנערס רעדען נארמאלע זאכן, וואס גייט מיך אן אז ער באקומט אטענשאן
חתן דנן האט פארשעמט און מבזה געווען אידען מיט ריינעם ציהל צו באקומען עטענשען
שנייד די קרעפלעך
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:40 pm#417838
Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער
שושן פורים האט געשריבן:איי קענט העלפ מיי סעלף, אבער פון נאטור אויס רעספעקטיר איך מענטשן וואס גלויבן ערנסטערהייט אין וואס זיי טוען און קוקן נישט וויאזוי אנדערע נעמען דאס אויף אפילו זיי האבן בזיונות דערפון, און אפילו איך האלט פונקט פארקערט פון זיי.

מיין רויטע ליניע איז פיזישע ווייאלענס.

הרב ראבינאוויטש ז"ל גייט לדעתי אריין אין די קאטעגאריע, מיינע געדאנקען און תפילות זענען מיט זיין פאמיליע, קאנגרעגענטס, מעריצים, און גוטע פריינט, איך האף אז זיי זאלן טרעפן די כוחות זיך צו טרייסטן אויף זייער שווערן פארלוסט. בפרט גייט מיין הארץ אויס אויף בנו החתן ני"ו, פארלירן א נאנטן בעת שמחתו איז גאר א שווערע זאך ובפרט א טאטן, זאל ער געטרייסט ווערן צוזאמען מיט אלע וואס קלאגן אויף ציון און ירושלים.

איך קוק נישט אן הרב ראבינאוויטש'נס טויט ווי א שטראף פון הימל אדער א פארמעסט מיט די סיטרא אחרא, קענסער איז א ביטערע מחלה וואס האט שוין באטראפן פילע, אינג און אלט, גוט און שלעכט, און ער איז ליידער געפאלן א פרישע קרבן צו די סטאטיסטיק.

ת.נ.צ.ב.ה.
טאמער איר האלט אז באשמוצן דעם כלל און מבזה זיין מענטשן, אויפרייצן קינדער צו מתחצף זיין קעגן די עלטערן איז א בארעכטיגטע זאך, דאן דארפט איר מק"ו האלטן אז אים בארעדן איז אויך בארעכטיגט.
ס'קען זיין אז ער האט געמיינט אז ער מיינט גוט'ס, אבער ער האט נאר געמיינט.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:48 pm#417839
קל וחומר האט געשריבן:טאמער איר האלט אז באשמוצן דעם כלל און מבזה זיין מענטשן, אויפרייצן קינדער צו מתחצף זיין קעגן די עלטערן איז א בארעכטיגטע זאך, דאן דארפט איר מק"ו האלטן אז אים בארעדן איז אויך בארעכטיגט.
ס'קען זיין אז ער האט געמיינט אז ער מיינט גוט'ס, אבער ער האט נאר געמיינט.

הונדערט פראצענט, אבער דו דארפסט נאר געדענקען אויך צו באשמוצן די זיידע אברהם שר"י טפוי טפוי וואס האט געוואלט אומברענגען זיין אייגן קינד. אויך די סנהדרין ימ"ש וואס האבן אומגעברענגט אומצאליגע אידן דורכאויס די יארן, וכן הלאה. אויך דארפסטו געדענקען צו באשמוצן זיך אליינס, ודו"ק.

אין אנדערע ווערטער. דו דארפסט פארשטיין, אז פונקט ווי דו ביזט איבערצייגט אז בארעדן איהם איז ריכטיג, איז ער אויך געווען איבערצייגט אז וואס ער האט געטון איז געווען ריכטיג.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:50 pm#417840

מה ענין שמיטה וכו'
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:54 pm#417842
גדליה האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיין ציל איז געווען איינס און בלויז איינס: אטענשאן. ותו לא מידי

פון וואנעט נעמסטו דאס מיט אזא זיכערקייט?

פארוואס פרעגסטו נישט די אלע אידען וואס זאגן מיט א זיכערקייט אז ער האט געמיינט לשם שמים?
גראדע ווייס איך עס גאנץ קלאר און ס'איז נישט קיין חילוק ווי אזוי

איך זאג עס נישט מיט זיכערקייט, מיר קוקט עס נאר אזוי אויס און על סמך דעם רעספעקטיר איך איהם.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:57 pm#417843
גדליה האט געשריבן:מה ענין שמיטה וכו'

כ'האב אמאל געפרעגט עפעס א סאטמארער פארוואס די חב"דסקער איז געווען א שגץ, זאגט ער מיר ווייל ער האט געגעבן די האנט פאר פרויען(!). פרעג איך איהם אז ר' יוחנן האט דאך געטון אסאך ערגערס. "פארשטייסט נישט" זאגט ער מיר, "ר' יוחנן האט געמעגט טאנצן מיט פרויען ווייל ער איז געווען א צדיק, אבער די חב"דסקער איז דאך געווען א שגץ..."

וחוזר חלילה.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:59 pm#417844
איז מיר קוקט אויס אז ער האט געמיינט עטענשאן און על סמך זה האב איך נישט קיין איין טראפ רעספעקט פאר אים
און איך בין דא מגלה בפני כל העם ועדה אז איך בין נישט מוחל שאול יצחק ראבינאוויטש פארן מיך פארשעמען און מבזה זיין ברבים.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:10 pm#417845
גלייבסט מיר אז די וואס האלטען אז טראמפ מאכט חרוב אמעריקא טראכטען נישט אז ער שטייט אויף אין דערפרי און טראכט וואס קען איך טון צו חרוב מאכען אמעריקא... עס איז נאר וואס מאנכע האלטען אז זיינע פאלעסיס, אדער צוגאנג צו געוויסע זאכען איז א חורבן..
די זעלבער איז גילטוג פאר די וואס האלטען אז אבאמע האט חרוב געליייגט אמעריקא....
לענינינו איז קלאר אז ר' שאול יצחק האט געהאט גוטע כוונות.. און אפשר אלס א איש פרטי וועט ער האבען א ליכטיגע גן עדן (איך פארגין איהם מיטען גאנצע הארץ) די שאלה איז נאר אויף די מאוומענט וואס איז געווארען, (ולענ"ד גייט עס יעצט ווערן שטערקער) אפגעזעהן וואס פארא כוונות זיי האבען, צו עס איז גוט פאר יהדות החרדית, וואס אני הקטן זעה איך א גרויסע נארישקייט אין דעם. ואכהמ"ל
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:15 pm#417846
גדליה האט געשריבן:און איך בין דא מגלה בפני כל העם ועדה אז איך בין נישט מוחל שאול יצחק ראבינאוויטש פארן מיך פארשעמען און מבזה זיין ברבים.

יעצט איז שוין אלץ פארשטאנדיג, איך האב נאר מזל אז מיך האט ער קיינמאל נישט פארשעמט ברבים, ווען יא וואלט איך אויך גערעדט אזעלכע שטותים ווי דיר.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:16 pm#417847
"לענינינו איז קלאר אז ר' שאול יצחק האט געהאט גוטע כוונות."

שוין ווייטער מיט די בי עס.
וואס מאכט דיך טראכטען אז ער האט געהאט גוטע כוונות? פארוואס איז עס אזוי קלאר?
מר ראבינאוויטש האט געהאט א ציהל צו העצען און אנזייען שנאת חינם. זיין הנאה איז געווען צו זעהן ווי יעדער לאכט פון זיינע וויצען, וויצן אויפן חשבון פון מיך און נאך טויזענטער אידען.
פארוואס איז דאס "גוטע כוונות"? ווייל ער איז שוין טויט?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:17 pm#417848
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:און איך בין דא מגלה בפני כל העם ועדה אז איך בין נישט מוחל שאול יצחק ראבינאוויטש פארן מיך פארשעמען און מבזה זיין ברבים.

יעצט איז שוין אלץ פארשטאנדיג, איך האב נאר מזל אז מיך האט ער קיינמאל נישט פארשעמט ברבים, ווען יא וואלט איך אויך גערעדט אזעלכע שטותים ווי דיר.

ב"ה איר האט נישט קיין טעקס מאשינען
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:17 pm#417849
Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:טאמער איר האלט אז באשמוצן דעם כלל און מבזה זיין מענטשן, אויפרייצן קינדער צו מתחצף זיין קעגן די עלטערן איז א בארעכטיגטע זאך, דאן דארפט איר מק"ו האלטן אז אים בארעדן איז אויך בארעכטיגט.
ס'קען זיין אז ער האט געמיינט אז ער מיינט גוט'ס, אבער ער האט נאר געמיינט.

הונדערט פראצענט, אבער דו דארפסט נאר געדענקען אויך צו באשמוצן די זיידע אברהם שר"י טפוי טפוי וואס האט געוואלט אומברענגען זיין אייגן קינד. אויך די סנהדרין ימ"ש וואס האבן אומגעברענגט אומצאליגע אידן דורכאויס די יארן, וכן הלאה. אויך דארפסטו געדענקען צו באשמוצן זיך אליינס, ודו"ק.

אין אנדערע ווערטער. דו דארפסט פארשטיין, אז פונקט ווי דו ביזט איבערצייגט אז בארעדן איהם איז ריכטיג, איז ער אויך געווען איבערצייגט אז וואס ער האט געטון איז געווען ריכטיג.
כ'גיי נישט יעצט אריינגיין אין די נושא, אבער ער האט געטוהן מדעת עצמו און נישט ע"פ הדיבור.

עכ"פ, בלייבט מיין ארגומענט אין קראפט, איך מעג אים באשמוצן פונקט ווי ער מעג מיך לשיטתו.
אזוי ווי איך האלט אז מ'מעג נישט הרגענען קיין מענטשן, אבער מערדער מעג מען יא ווייל זיי האבן זיך עס אויף זיך זעלבסט געפסקנט.

קיין טענות קענסטו נישט האבן אויף מיר.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:24 pm#417850
קל וחומר האט געשריבן:אבער ער האט געטוהן מדעת עצמו און נישט ע"פ הדיבור.
קיין טענות קענסטו נישט האבן אויף מיר.

א. דו טוסט אויך נאר מדעת עצמך.
ב. די סנהדרין האבן נישט געדערט מיט גאט אליינס.
ג. איך האב נישט קיין טענות פארוואס דו באשמוצט איהם, מיין טענה איז נאר פארוואס דו באשמוצט איהם יא אבער זיך אליינסט נישט. אמער, דו באשמוצט דאך אויך מענטשן, דארפסטו זיך זעלבסט אויך זיך באשמוצן.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:30 pm#417851
אין אנדערע נייעס האט די טעראר גרופע סמך מם ארויסגעגעבען א סטעיטמענט אין וועלכע זיי נעמען אחריות פאר די אקציע
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:54 pm#417859
מענטשן זענען אים מתאר אלס תמימות'דיג, פלאמעדיג, מיט ריינע כוונות. איך זע נישט פארוואס די תוארים זענען דוקא שבחים. רוב מענטשן פון די שטיבל דא מיינען נישט קיין שלעכטס, יעדער דא האט גוטע כוונות. אויסער א מסית ומדיח איז יעדער מענטש ביי דיפאלט אמת'דיג און אויפריכטיג. אפילו עמיצער וואס נוצט דעמאגאגיע מיינט דאס ריין לשם האמת, לויט וואס ביי אים מיינט "אמת", און "שם שמים". אפילו א מסית ומדיח קען זיין אן אונס, ווייל ער האלט אז דאס איז די אמת. כל שכן איינער וואס האלט דרשות, מילד גערעדט דעמאגאגישע דרשות, און ער אינסייט נישט קיין וויילענס, טוט ער נישט קיין שום עוולה אין טערמס פון "ריינע כוונות". זיין תמימות איז נישט אנדערש ווי אמסעל, געשטעטענער, קיינער פו זיי מיינען נישט קיין שלעכטס. They all speak their mind.

אדרבה, טרעפט מיר איין מענטש וואס טוט עפעס שלא לשם האמת, און שלא לשם ריינע כוונות, לדעתו. ריינע כוונות, פלאמעדיג, אדער תמימות'דיג זענען גוט פאר א הספד.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 5:59 pm#417860
Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:אבער ער האט געטוהן מדעת עצמו און נישט ע"פ הדיבור.
קיין טענות קענסטו נישט האבן אויף מיר.

א. דו טוסט אויך נאר מדעת עצמך.
ב. די סנהדרין האבן נישט געדערט מיט גאט אליינס.
ג. איך האב נישט קיין טענות פארוואס דו באשמוצט איהם, מיין טענה איז נאר פארוואס דו באשמוצט איהם יא אבער זיך אליינסט נישט. אמער, דו באשמוצט דאך אויך מענטשן, דארפסטו זיך זעלבסט אויך זיך באשמוצן.
פארשטייסט א מעשה, ער גנב'עט ארויס טעקסט און ער קומט מיר נאכדעם באפאלן...

איך טוה מדעת ר' שאול יצחק פאר ר' שאול יצחק. פאר מיר טוה איך לפום דעתי הקלושה.

וועגן סנהדרין וועט מען רעדן א צווייטע מאל.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 6:03 pm#417861
פרייוויליג האט געשריבן:אדרבה, טרעפט מיר איין מענטש וואס טוט עפעס שלא לשם האמת, און שלא לשם ריינע כוונות, לדעתו.

איך ווייס נישט צו איך קען אפילו איין מענטש וואס איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, לדעתו.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 6:05 pm#417862
Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:אדרבה, טרעפט מיר איין מענטש וואס טוט עפעס שלא לשם האמת, און שלא לשם ריינע כוונות, לדעתו.

איך ווייס נישט צו איך קען אפילו איין מענטש וואס איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, לדעתו.
נו, ווילאנג ער באפאלט נישט אנדערע וועל איך אים אויך נישט באפאלן.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 6:06 pm#417863
קל וחומר האט געשריבן:איך טוה מדעת ר' שאול יצחק פאר ר' שאול יצחק. פאר מיר טוה איך לפום דעתי הקלושה.

וועגן סנהדרין וועט מען רעדן א צווייטע מאל.

און איך האב געמיינט אז די החלטה צו טון מדעת ר' שאול יצחק קומט אויך פון דיין דעתי הקלושה, האב איך געמאכט א טעות.

וועגן סנהדרין וועט מען קיינמאל נישט רעדן...
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 6:10 pm#417864
רביה"ק
איר פארשטייט טאקע נישט די חילוק צווישען א פריוואטע מענטש וואס לעבט בשלום מיט יעדעם און א מענטש וואס גייט ארום העצען אין שוהלן קעגען אומשולדיגע מענטשען?
דער ערשטער איז אן עוולה נוראה אים צו בארעדען, די צווייטע איז א מצוה לגלות קלונו ברבים ווייל ער איז א שעדליכע מענטש פאר סאסייעטי. איר פארשטייט נישט אזא פשוטע חילוק?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 6:45 pm#417865
Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:איך טוה מדעת ר' שאול יצחק פאר ר' שאול יצחק. פאר מיר טוה איך לפום דעתי הקלושה.

וועגן סנהדרין וועט מען רעדן א צווייטע מאל.

און איך האב געמיינט אז די החלטה צו טון מדעת ר' שאול יצחק קומט אויך פון דיין דעתי הקלושה, האב איך געמאכט א טעות.

וועגן סנהדרין וועט מען קיינמאל נישט רעדן...
דאס קומט גראדע מבן בנו של ק"ו פון זיין מיינונג.

סנהדרין איז באשטאנען פון עא זקנים וואס האבן געפאלאוט א טעקסט בוך וואס זיי האבן געהאט מקובל פון גאט.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 8:02 pm#417866
אבידה שאינה חוזרת
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 1:40 am#417889
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער האט ליב געהאט אטענשאן אזויווי אסאך רעדנערס, גארנישט עפעס ספעציעל.

פעה, פוי, עפרא לפומי'
אזוי צו זאגן אויף א מענטש וואס האט זיך מבזה געוועהן פאר כבוד שמים.....

ער איז כל כולו קדוש לד', א הייליגע איד,
אוי מי יתן לנו תמורתו !!!