Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10936
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 7:31 am#350517
מיין אפיניאן,
איך ווייס באמת נישט צו מאיז מקיים עפעס א ספעציעלע מצוה מיטן מחזק זיין דעם גר
ווייל א גר וואס האט די גאטס צו זאגן פאר א אדמו"ר אין פרצוף אריין גאו פ***** יורסעלף
איז שוין א פולי אינטעגרעטעד היימישער איד משלנו, ער איז שוין לאנג נישט קיין גר.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 8:38 am#350519
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
65th האט געשריבן:מיסטער יחד
מיסטער יחד
אז מע פארציילט א מעשה מיז עס שטימען
אז מע טראכט אויס א זאך מאכט זיך א טעות
לאמיר קיקען ווען איז דאס כלומפיש גישעהן
פרייטיג צי נאכט גייט דער רבי נישט קיין קאלירטע בעקעשע
ביי שלוש סעודות גייט דער רבי נישט קיין טלית
ווען גייט דער רבי סיי א קאלירטע בעקעשע אין סיי א טלית?
איך ווייס ווען
אין מיטן די נאכט
אין אייער חלום!
נעקסט טיים חלומט בעססער


Sent from my iPhone using Tapatalk

בארא פארקער זאגט אז ער האט געזעהן די מעשה מיט אפאר דיטאלען אביסל אנדערש אבער דער עיקר פון די מעשה איז אפילו פאר דער 48'ער פאסירט און אמת
האט ער נישט געכאפט אז סטראקעס מיט די ברייטע גארטעל איז שווארץ אויף שווארץ אבער עס פרעגט נאכנישט אפ די מעשה
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:43 am#350526
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
איך וויל מעורר זיין. ניבול פה מיינט רעדען געמיינע זאכען. דאס אויסדרוק וואס הרב יחד האט גענוצט איז נישט איידעל, אבער ניבול פה איז עס נישט. ס'איז נישט אזוי ווי הוגה את השם וואס דער דיבור איז דער איסור. דאס רעדען דברי תאווה, אפילו ברמיזה, איז דער איסור.

די מעשה אליינס -
א. דאס איז זיכער אז דאס איז א גר, נישט איינער פון 45 וואס האט געזוכט חוזק צו מאכען.
ב. אפילו דער 48ער פארטיידיגער איז מודה אז מ'האט איהם ארויסגעוארפען און נישט פאר אן איסור נאר צוליעב אן איינפיראכץ, ובפרט אז יעדער פארשטייט און זעט אז ער איז א פרעמדער און מ'עט זיך ניש לא אפלערנען פון איהם.
ג. דאס אז א איד, און זאגאר א גר, האט זיך באליידיגט, איז אויך קלאר.

יעצט וויל איך וויסען וויאזוי דער אכט און פערציגסטע רבי קען זיך פאררופען אלס ממשיך דרכו פון זיין טאטען. מיט וואס איז ער דער יורש? אויפ'ן געלט? אויב יא, וואס האט עס מיט רעביסטיווע? פארוואס זאל מען גייען מיט א קוויטעל צו דער וואס האט נאר געירשנ'ט דאס געלט? וויאזוי זעמו עטץ גרייט אויסצורופען אפיציעל אז די גאנצע זאך האט גארנישט מיט אמת, גארנישט מיט צדקות, גארנישט מיט א דרך אין עבודת ה', נאר דער בעלעבאס אויף א בנין?
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 10:38 am#350532
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
איך פרוביר צו פארשטיין ר ב"צ, הגם דער התנהגות זיינער ברענגט ארויף בייז בלוט פאר יעדעם אורח וואס פאלט אריין דארט פאר א שמחה וכדומה, נו איך וועל אים נאכגעבן ער איז נישט קיין גאסן רבי און וויל דוקא נישט די רעספעקט פון פרעמדע.
דא אבער האט ער דאך דאך מבזה און מצער געווען א גר אויף אזוי ווייט אז עס האט אים ארויסגענומען פון די כלים, פארוואס האט ער נישט די מינדערסטע דיסענסי אים פשוט אריבער צו רופן און זיך דורכקומען, איך רעד שוין נישט וויפל אנערקענונג אזא פיוס וועט אים ברענגן אבער אפילו אנדעם, איר זענט טאקע האלבערשטאם אבער ער איז בן אברהם.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 10:39 am#350533
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
עס איז נאריש צו פרובירן צו לייקענען די מעשה. אפיציעל איז דעך דער באבובער מקרב גרים, אלזא, פארוואס זאל א גר אים סתם אזוי אראפרייסן?!?
איר ווילט פארטיידיגן אייער רבי? זאג אז ער האט געהאט א שווערע וואך, זיך ארומגעקריגט מיטן רעביצין וכדו' און ס'האט געהאט א שלעכטע ווירקונג אויף אים (בס"ה איז ער א בו"ד ווי אונז אלע). אדער מאך עס הייליגער, אז ער האט געהאט שווערע פארפלאנטערטע שטיקער חסידות וואס האבן אים מרתח געווען ביז ס'איז צוגעקומען צו דעם. וכדומה.

לייקענען מיינט אין אנדערע ווערטער אז טאמער וועט מארגן נתברר ווערן בבירור גמור לעיני כל הקהל אז די מעשה איז געווען פונקטליך ווי ער דערציילט, ביסטו געקארנערט!

נעם ארויס א מוסר השכל אז אפילו א אדם גדול קען אמאל מאכן א טעות.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:35 pm#350555
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
גאלד האט געשריבן:מיין אפיניאן,
איך ווייס באמת נישט צו מאיז מקיים עפעס א ספעציעלע מצוה מיטן מחזק זיין דעם גר
ווייל א גר וואס האט די גאטס צו זאגן פאר א אדמו"ר אין פרצוף אריין גאו פ***** יורסעלף
איז שוין א פולי אינטעגרעטעד היימישער איד משלנו, ער איז שוין לאנג נישט קיין גר.


ישר כח! איך ניץ נישט כמעט קיינמאל נישט דער לשון ווען איך בין אויפגערעגט. אבער שבת.... א אדמו״ר.... פארשעימן ברבים פאר זיינע חסידים. ער דארף זייםנא דוגמא ווי אזוי א ערליכע איד דארף זיך אויספירן. וואס יעצט, זיין חסידים לערנען אויס אז מ׳מעג סתם אזוי פארשעימן אזוי...

רבי נישט קיין רבי, אזא מענטש באקומט נישט קיין כבוד. נאר, מ׳קוקט איהם אן אלץ נעבעץ ווייל ער האט אזוי שטארקע סעלף-עסטים פראבלעמען אז ער מיז זיך האלטן א דיקטעיטערשיפ. בן ציון באבובער, קים-דזשאנג-אן.... מה חילוק.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:46 pm#350558
ליעבער חיים יעקב נ''י, בנוגע וואס עס קאכט זיך איבער דיין געשיכטע, מיר האבען אלע גרויס מיטלייד מיט דיין ווייטוג, כ'ווייס נישט וואס דארט איז געווען, אויב איז אמת דיין סיפור איז לכאורה געשעהן א ערנסטע עוולה, אבער דעיס איז קלאר אז דער באבאווער רב האט נישט ג'חלומ'ט אז די ביזט א גר אין איז גארנישט סותר מיט דעם וואס מען זאגט אז ער איז מקרב גרים, עס איז זייער מעגליך אז ער האט דיך שלעכט פארשטאנען אין סאום האו געמיינט אז די ביזט אן עזות פנים וואס וויל אים אנפייפען אין זיצן דארט קעגן זיין תקנה למען קדושת ביהמ''ד אין האט שלעכט פארשטאנען דיין ענטפר, עס איז זייער מעגליך אז אויב איינער וועט אים קלארשטעלן איבער די מיספארשטענדעניש אין דיינע ליידען וואס די האסט געהאט וועגן דעם וועלן זיך אסאך זאכען טוישן, אין כ'מיין זאלסט זעהן אז ער זאל וויסן דערפון,
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:49 pm#350559
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
אהרן האט געשריבן:איך פרוביר צו פארשטיין ר ב"צ, הגם דער התנהגות זיינער ברענגט ארויף בייז בלוט פאר יעדעם אורח וואס פאלט אריין דארט פאר א שמחה וכדומה, נו איך וועל אים נאכגעבן ער איז נישט קיין גאסן רבי און וויל דוקא נישט די רעספעקט פון פרעמדע.
דא אבער האט ער דאך דאך מבזה און מצער געווען א גר אויף אזוי ווייט אז עס האט אים ארויסגענומען פון די כלים, פארוואס האט ער נישט די מינדערסטע דיסענסי אים פשוט אריבער צו רופן און זיך דורכקומען, איך רעד שוין נישט וויפל אנערקענונג אזא פיוס וועט אים ברענגן אבער אפילו אנדעם, איר זענט טאקע האלבערשטאם אבער ער איז בן אברהם.


א פאר זאכן איך האב אויסגעלערנט וועגן רעביסטווע. רוב רבי׳ס אין היינטיגן דור זענען גארנישט מיט נישט. נאר ווייל זיי זענען אייניקלעך פון צדיקים מיינט נישט אז זיי זענען רבי׳ס. נאר ווייל זיי האבן געירשנט א שול מיט א שטיק געלט מיינט נישט אז זיי זענען רבי׳ס. א אמת׳ע רבי איז צו איינעם וואס די עולם קוקט ארויף צו זיי. זיי זענען משפיע אידן אויף א ערליכן וועג. למשל אלימלך בידערמאן שליט״א. ער איז פון רבישן בלוט? ניין. ער האט געירשנט געלט און א שול? ניין. ער האט זיך אליינס אויפגעבויט און אידן גיין צו איהם. דאס הייסט א היינטיגן רבי. און ניין האב איך גארנישט מיט איהם - פשוט א דוגמא פון א רבי - א ביסל אנדערש פון דער דיקטעיטערשיפ פון באבוב 48 און סאפרים לידער קים-דזשאנג-בן-ציון.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:53 pm#350561
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
קל וחומר האט געשריבן:נעם ארויס א מוסר השכל אז אפילו א אדם גדול קען אמאל מאכן א טעות.


מ׳מאכט נישט די זעלבע טעות צוויי מאל. בטעות טערארייזט מען איינעם, א טעות. פירט מען און א הנהגה פון טעראר, הייסט נישט קיין טעות.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:02 pm#350564
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
signout האט געשריבן:ליעבער חיים יעקב נ''י, בנוגע וואס עס קאכט זיך איבער דיין געשיכטע, מיר האבען אלע גרויס מיטלייד מיט דיין ווייטוג, כ'ווייס נישט וואס דארט איז געווען, אויב איז אמת דיין סיפור איז לכאורה געשעהן א ערנסטע עוולה, אבער דעיס איז קלאר אז דער באבאווער רב האט נישט ג'חלומ'ט אז די ביזט א גר אין איז גארנישט סותר מיט דעם וואס מען זאגט אז ער איז מקרב גרים, עס איז זייער מעגליך אז ער האט דיך שלעכט פארשטאנען אין סאום האו געמיינט אז די ביזט אן עזות פנים וואס וויל אים אנפייפען אין זיצן דארט קעגן זיין תקנה למען קדושת ביהמ''ד אין האט שלעכט פארשטאנען דיין ענטפר, עס איז זייער מעגליך אז אויב איינער וועט אים קלארשטעלן איבער די מיספארשטענדעניש אין דיינע ליידען וואס די האסט געהאט וועגן דעם וועלן זיך אסאך זאכען טוישן, אין כ'מיין זאלסט זעהן אז ער זאל וויסן דערפון,


איך ווייס אז ער האט עס נישט געטוהן דווקא ווייל איך בין א גר. אבער טאמער ער האט עקספיריענס מיט גרים ווייסט ער אז א גאסט דארף מען איהם אויסלערנען, נישט פארשעימען.

איך האב דערציילט וואס איז געשען ווען איך בין אנגעקומען אין מיין חסידות די ערשטע מאל. ביי א יאהרצייט טיש פאר די בחורים איך האב געשטאנען און אפגערירט מיין הענט אויף א פאר ספרים. דער רבי האט געזעהן און געזאגט אין מיטן טיש ״יעקב חיים, וואס שטייסטו, קום זיצט זיך אראפ מיט דער בחורים״. דער חסידות האט געוויסט אז איך האב עפעס שלעכסט געטוהן? איך בין געווארן פארשעימט? נאכן טיש דער רבי שליט״א רופט מיך אריין אין זיין צימער און האט געזאגט ״ווייסט פארוואס איך האב דיך געזאגט אראפצוזיצן?״ איך האב געוויסט - ווייל איך האב אפגערירט מיין ארעם אויף א פאר ספרים.

דאס האט א רבי געטוהן וואס האט ווייניג עקספיריענס מיט נייע מענטשן קומען צום חסידות, און א רבי וואס האט יא עקספיריענס (באבוב) ווייסט נישט ווי אזוי אויסצופירען מיט א ביסל איידעלקייט?


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 2:36 pm#350581
אינטערעסאנט אז תשע"ו איז קיינעם נישט אייגעפאלן אפילו פאר א ווערטל אז אפשר האט מהרב"צ געוואלט ממתיק זיין דינים מיטן אנשרייען..
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:02 am#350687
יעדער איינער דא ווייסט אז איך בין א באבובער חסיד.

הער מיך אויס טייערע גאסט.
איך גיי דיר שרייבן - ״מיין פוינט״ אוו וויאו.

1. ווען סק׳ומט דיר אקייגן דער רב אין א בית המדרש, און ער בעהט דיר צו טוען עפעס, וואס איז מיסודו א תקנה. פאלגט מען! אויב וואסלטו געהאט אביסעלע אמונת צדיקים, און די וואלסט אריינגעגאנגען אין בית המדרש, ווער ווייסט צו פון הימל וואלט מיר דיר נישט אויסגעהיילט (צו ענק קאווע שטיבל ליינערס: איך גיי נישט דא אריין אין די גדלות פון דער רב שליט״א, נאר פשוטע אמונת צדיקים, פון מיודענו!).
2. ווען די שטעלסט דיך ווען אויף, און די זאגסט דעם רב שטילערהייט, אז די פילסט דיך נישט גוט, און די ווילסט זיין דא א פאר מינוט ביז די פילסט דיך בעסער, וואלט ער די גארנישט געזאגט, אדער נאך גאר געהאלפן.
3. למעשה האסטו דיך אויפגעהויבן, געשאלטן און ארויסגעגאנגען.
אין אדם נתפס בשעת צערו, יתכן אז מען וואלט דיר פון הימל מסתמא מוחל געווען.
די מעשה וואלט זיךך דא געקענט ענדיגן.

אבער:
האסט באשאלסן צו מקיים זיין מצות לשון הרע, רכילות און הוצאת שם רע אויף א מנהיג בישראל.
האסט מפרסם געווען אויף א מיאוסע גרויליגע וועג די מעשה, און די האסט נאך צוגעלייגט אן עקלהאפטיגע ניבול וואסט די האסט געמערמלט אונטער דיין נאז.
עס איז שוין א דורך גאנץ שבת, האבט עס גוט דורך געטראכט, האסט עס מסתמא דורכגעשמועסט מיט דיינע חברים.

איין זאך איז זיכער, יעצט איז די באלל אין דיין קוירט.
כ׳גיי דא שרייבן עטליכע ווערטער, וואס גאנץ א פאר ליינער און שרייבער גיין צולאזט ווערן:
דער וואס קען פערזענליך, דער באבובער רב, ווייסט אז ער איז גאר א צוגעלאזענע מענטש, צייג דיך איבער, גיי אריין צו עם, זאג עם ווער די ביסט, ער וועט זיך מסתמא אנטושלדיגן, און ער וועט דיר נאך מקרב זיין, דו וועסט נאר פארדינען דערפון.

שרייבן, פאוסטן, וכו׳, געסטו נאר שטאף פאר די וואס זוכן א גאנצן טאג חוזק צו מאכן פון ערליכע יודן.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:38 am#350699
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
א 'מנהיג' האט נישט מער רעכטען ווי א צווייטען נאר ווייניגער. טאמער מ'וויל איהם פארשטעלען אלס אן ערליכע מנהיג, דארפסטו ווייזען אז ער איז העכער ווי א צווייטען. טאמער ער ווערט ווילד ווייל איינער פארלעצט 'זיין' תקנה, איז ער מעגליך נאך נישט קיין רשע מרושע, אבער מ'דארף איהם פארענטפערען אלס פשוט'ע איד.
און דער טפשות הנקרא אמונת צדיקים, א זאך וואס האט נישט קיין מקור אין תורה, האסטו שוין פיין אליינס אפגעפרעגט.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:29 am#350712
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א 'מנהיג' האט נישט מער רעכטען ווי א צווייטען נאר ווייניגער. טאמער מ'וויל איהם פארשטעלען אלס אן ערליכע מנהיג, דארפסטו ווייזען אז ער איז העכער ווי א צווייטען. טאמער ער ווערט ווילד ווייל איינער פארלעצט 'זיין' תקנה, איז ער מעגליך נאך נישט קיין רשע מרושע, אבער מ'דארף איהם פארענטפערען אלס פשוט'ע איד.
און דער טפשות הנקרא אמונת צדיקים, א זאך וואס האט נישט קיין מקור אין תורה, האסטו שוין פיין אליינס אפגעפרעגט.

כמיין אז דו האסט נאכנישט אפגעפרעגט זיין נקודה, נאר די חלק פון אמונת צדיקים,

אבער אז סאיז געווען א מיסטפארשטענדיש און אז דער 48 קען מעגליך גאר האבן א לעגעטימע סיבה, און דא אנשטאטס זיך וועלן פארשטיין, איז ער געגאנגען און עס מפרסם געווען, איז דאן
איין זאך איז זיכער, יעצט איז די באלל אין דיין קוירט.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:17 pm#350735
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
מארקוס האט געשריבן:יעדער איינער דא ווייסט אז איך בין א באבובער חסיד.

הער מיך אויס טייערע גאסט.
איך גיי דיר שרייבן - ״מיין פוינט״ אוו וויאו.

1. ווען סק׳ומט דיר אקייגן דער רב אין א בית המדרש, און ער בעהט דיר צו טוען עפעס, וואס איז מיסודו א תקנה. פאלגט מען! אויב וואסלטו געהאט אביסעלע אמונת צדיקים, און די וואלסט אריינגעגאנגען אין בית המדרש, ווער ווייסט צו פון הימל וואלט מיר דיר נישט אויסגעהיילט (צו ענק קאווע שטיבל ליינערס: איך גיי נישט דא אריין אין די גדלות פון דער רב שליט״א, נאר פשוטע אמונת צדיקים, פון מיודענו!).
2. ווען די שטעלסט דיך ווען אויף, און די זאגסט דעם רב שטילערהייט, אז די פילסט דיך נישט גוט, און די ווילסט זיין דא א פאר מינוט ביז די פילסט דיך בעסער, וואלט ער די גארנישט געזאגט, אדער נאך גאר געהאלפן.
3. למעשה האסטו דיך אויפגעהויבן, געשאלטן און ארויסגעגאנגען.
אין אדם נתפס בשעת צערו, יתכן אז מען וואלט דיר פון הימל מסתמא מוחל געווען.
די מעשה וואלט זיךך דא געקענט ענדיגן.

אבער:
האסט באשאלסן צו מקיים זיין מצות לשון הרע, רכילות און הוצאת שם רע אויף א מנהיג בישראל.
האסט מפרסם געווען אויף א מיאוסע גרויליגע וועג די מעשה, און די האסט נאך צוגעלייגט אן עקלהאפטיגע ניבול וואסט די האסט געמערמלט אונטער דיין נאז.
עס איז שוין א דורך גאנץ שבת, האבט עס גוט דורך געטראכט, האסט עס מסתמא דורכגעשמועסט מיט דיינע חברים.

איין זאך איז זיכער, יעצט איז די באלל אין דיין קוירט.
כ׳גיי דא שרייבן עטליכע ווערטער, וואס גאנץ א פאר ליינער און שרייבער גיין צולאזט ווערן:
דער וואס קען פערזענליך, דער באבובער רב, ווייסט אז ער איז גאר א צוגעלאזענע מענטש, צייג דיך איבער, גיי אריין צו עם, זאג עם ווער די ביסט, ער וועט זיך מסתמא אנטושלדיגן, און ער וועט דיר נאך מקרב זיין, דו וועסט נאר פארדינען דערפון.

שרייבן, פאוסטן, וכו׳, געסטו נאר שטאף פאר די וואס זוכן א גאנצן טאג חוזק צו מאכן פון ערליכע יודן.


ביסט א באבובער סא זיכער גייסטו מאכן עקסיאסעס.

ליין וואס איך האב געזאגט. איך האב איהם צוריק געענטפערט איידעלעהייט אז איך קען נישט אריין גיין אז איך דארף א מינוט. איך רעד קיינמאל נישט אין מיטן חזרת הש״ץ, אפילו ווען מיין בעסטער חבר רעד מיט מיך. אבער ווען דיינע רבי האט מיך געזאגט עפעס, איך האב איהם געענטפערט אלץ זיין כבוד. נאר ווען ער האט מיך אנגעשריגן פאר גארנישט האב איך געזעהן אז ער איז נישט קיין שום צדיק, און נישט קיין רבי, דעמאלטס איך האב איהם געגעבן דער פסק וואס באקומט איהם.

דו מאכסט אויס כאלו אלעס איז מיין פאולט.

איך גיי נישט אריין גיין צו זעהן אזא מענטש. א מענטש, און דאך א רבי, וואס פארשעימט איינעם ברבים איז גארנישט אין מיין אויגן. איך דארף נישט אז ער זאל מיך מקרב זיין. טאמער ער וויל *מיך* איבערבעהטן, ער קען זיין א נארמאלע מענטש און נישט האלט זיך בעסער פון אנדערע אידן, און ער קען אריין קומען מו *מיך*.

מאכן חוזק פון א ערליכע איד? ער אליינס מאכט חוזק אויס זיך אליינס מיט דער וועג ווי אזוי פירט ער אויס. ערליכע איד? טאמער דו מיינסט אז ער איז ערליך דעמאלטס ביסטו ברעינוואשד.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:19 pm#350736
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א 'מנהיג' האט נישט מער רעכטען ווי א צווייטען נאר ווייניגער. טאמער מ'וויל איהם פארשטעלען אלס אן ערליכע מנהיג, דארפסטו ווייזען אז ער איז העכער ווי א צווייטען. טאמער ער ווערט ווילד ווייל איינער פארלעצט 'זיין' תקנה, איז ער מעגליך נאך נישט קיין רשע מרושע, אבער מ'דארף איהם פארענטפערען אלס פשוט'ע איד.


מיי פוינט עקסאקטלי.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:31 pm#350788
מדארף א רגע טראכטן כאילו משטייט דארט אונעם פאליש.
קומט א רבי אין בעהט די עולם אריין גיין דאוונען. זיצט א בחור אין רירט זיך נישט פון פלאץ, קוקט אן די רבי ווי א האן אין די בני אדם כאילו ״קוש מיך״
דארף די רבי אוועק וואקן? דארף די רבי וואינטשן די בחור גוט שבת? וואס גענוי פארלאנגט זיך די רבי זאל טוען כדי די עולם זאל מיט דאוונען אין נישט זעהן אז איינער זיצט עני וועי מעג איך אויך?

מקען נישט פארלאנגען די רבי זאל זיך אוועק זעצן לעבן יענער פרעגן וואס ער מאכט אין טאמער ער דארף א טיי, מ׳האלט אינמיטן הויכע שמו״ע (גרויסע צייט אין שומרי אמונים).

די רבי האט אלע רעכטן צו טראכטען ער האנדעלט מיט א מחוצף, ער איז נישט מחיוב צו וויסן פון א ראיה מחלות מענטשן ליידן פון.
נו האט ער געזאגט פארן בחור אדער גיי אריין מיט דאוונען אדער גיי ארויס.

נ.ב. כגלייב באמונה שלימה ווען די בחור וואלט געווען א רבי אין די רבי א בחור וואלט יעדער גענומען די אנדערע צד.
זהו דרך ק״ש.....
אין אז מרעדט שוין, סווייסט יעדער איינער ווי די באבובער רבי העלפט ״אסאך״ ארויס בעל תשובה מיט גרים.
נישט לאנג צירוק האט אפי א גר חתונה געהאט אין די גרויסע באבובער ביהמ״ד
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:45 pm#350789
דער בחור האט אים געזאגט ער פילט ניט גוט
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:24 pm#350792
גאנצל האט געשריבן:דער בחור האט אים געזאגט ער פילט ניט גוט

שקר וכזב, אפי יחד זאגט נישט אזוי
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 3:05 am#350803
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
[quote="גאנצל"]דער בחור האט אים געזאגט ער פילט ניט גוט[/quote

דער נייעסטע עבריה ביים היינטיגע אדמו״רים - פילן נישט גוט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 3:10 am#350804
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
בארא פארקער האט געשריבן:מדארף א רגע טראכטן כאילו משטייט דארט אונעם פאליש.
קומט א רבי אין בעהט די עולם אריין גיין דאוונען. זיצט א בחור אין רירט זיך נישט פון פלאץ, קוקט אן די רבי ווי א האן אין די בני אדם כאילו ״קוש מיך״
דארף די רבי אוועק וואקן? דארף די רבי וואינטשן די בחור גוט שבת? וואס גענוי פארלאנגט זיך די רבי זאל טוען כדי די עולם זאל מיט דאוונען אין נישט זעהן אז איינער זיצט עני וועי מעג איך אויך?

מקען נישט פארלאנגען די רבי זאל זיך אוועק זעצן לעבן יענער פרעגן וואס ער מאכט אין טאמער ער דארף א טיי, מ׳האלט אינמיטן הויכע שמו״ע (גרויסע צייט אין שומרי אמונים).

די רבי האט אלע רעכטן צו טראכטען ער האנדעלט מיט א מחוצף, ער איז נישט מחיוב צו וויסן פון א ראיה מחלות מענטשן ליידן פון.
נו האט ער געזאגט פארן בחור אדער גיי אריין מיט דאוונען אדער גיי ארויס.

נ.ב. כגלייב באמונה שלימה ווען די בחור וואלט געווען א רבי אין די רבי א בחור וואלט יעדער גענומען די אנדערע צד.
זהו דרך ק״ש.....
אין אז מרעדט שוין, סווייסט יעדער איינער ווי די באבובער רבי העלפט ״אסאך״ ארויס בעל תשובה מיט גרים.
נישט לאנג צירוק האט אפי א גר חתונה געהאט אין די גרויסע באבובער ביהמ״ד


נישט אזוי. מ׳האט געקענט זעהן אז איך האב נישט געקענט אטעמען געהעריג. מ׳זעהט איינעם זיצן איידעל און שטיל, מאכן נישט קיין פראבלעמען, און ווען ער בעהן א מינוט ווייל ער פילט נישט גוט - שרייט מען נישט יענעם אן.

איך האב געזעהן די וועג ווי אזוי נארמאלע רבי׳ס אויס פירן, און דער מענטש איז נישט איינער פון זיי.

גר נישט קיין גר, ס׳נישט קיין חילוק, שעימט מיט נישט ברבים אזוי ווי א עקלדיגע רוצח.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 9:43 am#350814
יחד טייערער

כ׳האב נישט געשריבען, צו ער איז גערעכט צו נישט.
וואס איז פארגעקומען בשעת מעשה האב איך נאר געזעהן וואס דו שרייבסט, נישט וואס דער רב פארציילט.

וואס איך שרייב איז, אפילו לאמיר זאגן אז דו ביסט 100 פארצענט גערעכט, איז אבער דיין התנהגות מוצאי שבת צו זונטאג ביז היינט, פאלש, נישט ריכטיג, האסט גארנישט אויפגעטוען נאר פארערגערט דיין סיטואציע.
האסט עובר געווען כמה איסורי תורה, עי׳ בס׳ חפץ חיים.
בפרט אז די מעשה זעהט אויס א געהעריגע מיספארשטענדעניש.

כ׳זאג דיר נאכאמאל, זיי נישט נאריש, גיי אריבער צו עם, דערצייל עם דברים כהוויתן, וועסטו זעהן, וועסטו דיך אליינס איבערצייגן אז יעדעס ווארט מיט וואס די האסט עם באשולדיגט און באשמוצט, איז גענוי דאס פארקערטע. בלויז מענטשן וואס קענען עם נישט, שרייבן וואס די און די ק״ש שרייבער שרייבען.

דאס לעצטע שורה מיינא:
דיינע תגובות, זענען נישט בארעכטיגט אפילו דו האלסט אז ער האט דיר בא׳עוולה׳ט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:47 am#350820
בארא פארקער האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:דער בחור האט אים געזאגט ער פילט ניט גוט

שקר וכזב, אפי יחד זאגט נישט אזוי


ATUB @יחד ATUB וואס איז די אמת האסט עפעס געזאגט פאר'ן רב אדער איגנארירט ?
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 7:31 am#351305
ב״ה דער געמיינע אשכול האט זיך בארואיגט, לאמיר אראפצוען דיין שלייער ״ליטוואק פון בודאפעסט.״ און אויפדעקען דיין געמיינער פרצוף.


רשע מה הוא אומר:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:...און דער טפשות הנקרא אמונת צדיקים, א זאך וואס האט נישט קיין מקור אין תורה.

וואס ביי דיר ווערט פאררעכנט ״טפשות״ - עפ״ל, און די קלעימסט אז ס׳האט נישט קיין מקור אין די תורה.

עפען פרקי אבות, פרק ו׳ - ווייסטו וואס, עפען נישט, כ׳וועל עס אהער ציטירן, משנה ו׳:
״הַתּוֹרָה נִקְנֵית בְּאַרְבָּעִים וּשְׁמוֹנֶה דְבָרִים, וְאֵלוּ הֵן... בֶּאֱמוּנַת חֲכָמִים...״

אבער ביי דיר איז עס טפשות!
ידע הקהל וישפוט, וואספאר סארט נידערטכעטיגע אפיקורוס, און כופר די ביסט...
קער דיך צוריק קיין בודאפעסט, און גיי שרייב דיינע אפיקורסישע ווערטער ערגעץ אנדערש, ווייל דא האסטו נישט קיין מקום...
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:02 am#351306
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
וויאזוי איז חכמה, א זאך וואס ווערט געמאסטען מיט די שבעה דברים בחכם און די זאכען וואס איז פארשטענדליך לפי חקי החכמה, פארוואנדעלט אין צדקות וואס ווערט געמאסטען לויט די פסק ב"ד/קאורט ווער ס'זאל ירשנ'ן די נכסים?

ר' יחד האט זיך נישט מגייר געווען צו קיין באוועגונג, ער האט זיך אונטערגענומען דער בונד צווישען דער אויבישטער און זיין פאלק, וואס ווערט אויסגערעכענט אין די באשעפער'ס תורה בכתב ובעל פה. דארט ווערט נישט דערמאנט קיין גלויבונג און דער יורש פון א זוהן פון א בן ת"ח
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:19 pm#351330
ליטוואק פון בודאפעסט פארוואס לויפסטו פון איין זאך צום צווייטן מ'רעדט יעצט פון וואס דו האסט זיך פריער פאררעדט און ארויסגעלאזט אפאר לויזע ווערטער זאג אנשולדיג און גיי ווייטער
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:59 pm#351339
ס'איז נאכאלס נישט דא אין תורה דער מושג פון אמונת צדיקים און דער פארטיי פארטיידיגער האט קיין ראיה נישט געברענגט. ער וויל אריבערפירען א מושג פון אמונת חכמים צו צדיקים און ס'איז פשוט פאר יעדער אז א צדיק איז נישט אנדעריש ווי דער וואס זיצט אויף א געוויסע אמט.

איך קען איינחזר'ן אז אמונת צדיקים איז נישט קיין תורה'דיגע מושג, און דער וואס וויל זאגען פארקערט דארף אויפווייזען. ואגב אורחא, אפילו ווען ער ווייזט אויף, דארף ער אויך ווייזען פארוואס איינער ווערט אן אפיקורס פאר'ן נישט גלויבען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:32 am#351438
אמונת חכמים מיט אמנות צדיקים היינו הך, ס׳איז נישט תלוי אינ׳ם חכם און נישט אינ׳ם צדיק, ס׳איז תלוי אינ׳ם מענטש וואס גלייבט.
אבער דו האלט דיך מיט דאס דייניגע, אן אפיקורס בלייבט אן אפיקורס.

״אמר רבי שמעון בן לקיש רשעים אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין!!!!״
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:56 am#351439
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
מארקוס האט געשריבן:אמונת חכמים מיט אמנות צדיקים היינו הך, ס׳איז נישט תלוי אינ׳ם חכם און נישט אינ׳ם צדיק, ס׳איז תלוי אינ׳ם מענטש וואס גלייבט.
אבער דו האלט דיך מיט דאס דייניגע, אן אפיקורס בלייבט אן אפיקורס.

״אמר רבי שמעון בן לקיש רשעים אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין!!!!״


ווייל ער האט פארשטאנען עפעס אנדערש פון א פסוק מיינט נישט אז ער איז א אפיקורס. עס מיינט פשוט אז ער האט א אנדערע דעה.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 8:10 am#351442
יחד טיערער
״פארשטיין עפעס אנדערש פון א פסוק״, און ״שרייבן אויף דברי חז״ל - טפשות [עפ״ל]״ איז צוויי גאר באזונדערע זאכן.
ליטוואק, מיטן חוזק מאכן פון חז״ל, האט זיך אהער געשטעלט אלס אן ערטש קלאסיגער אפיקורס, מין, צדוקי קראי, וכו׳ וכו׳.
גענוי אויף אזוי איינעם ווי עם האבן חז״ל געזאגט ״כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת.״
אבער אזוי ווי ליטוואק לאכט פון דער ערשטער חז״ל, מסתמא לאכט ער פונעם צווייטען אויכעט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:58 am#351447
Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים
דאס האט מען שוין לאנג געזען. פארטיי טוישט טייטש, פארטיי טוישט פאקטען, פארטיי טוישט געפילען. דער פארטיי איז ליידער שולט אויף אלעם.
נאר איין זאך. אויפ'ן פארטיי וועסטו נישט קענען זיך פארלאזען אין עולם העליון. דארט שטייט מען אליינס, יעדער איינער, דער רעבע, דער גאבע און דער ק"ש שרייבער. דארט וועט עס מוזען שטימען מיט שכל און תורה.
מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:29 pm#352289
מארקוס האט געשריבן:אמונת חכמים מיט אמנות צדיקים היינו הך, ס׳איז נישט תלוי אינ׳ם חכם און נישט אינ׳ם צדיק, ס׳איז תלוי אינ׳ם מענטש וואס גלייבט.
אבער דו האלט דיך מיט דאס דייניגע, אן אפיקורס בלייבט אן אפיקורס.

״אמר רבי שמעון בן לקיש רשעים אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין!!!!״

און דו האלט דיך מיט דאס דייניגע, א טיפש בלייבט א טיפש.


מילא אויף דיין רעבע האב איך קיין סאך נישט צו דערציילן, אוודאי נישט צדקות, און ער איז נישט ווערד געווען כ'זאל אפילו מגיב זיין אין דעם אשכול.

אבער דיין רשעות, חוצפה, אמעראצעס, און איבערהויפט - בלינדע טיפשות, נישט צו קענען אפלערנען א פשוט'ע מאמר חז"ל, נישט צו פארשטיין אז איר שייכות צו דיין רעבע איז ווייניגער ווי נול און היבש מער פון אבסורד, און נישט צו כאפן די אויפריכטיגע ווערטער פון ליטוואק פון בודאפעסט, דאס איז שוין יא ווערד א תגובה.

ווען חז"ל רעדן פון אמונת חכמים, רעדט מען פון גלייבן די ווערטער פונעם חכם. נישט גלייבן אז ער איז א חכם. ווען איינער קומט זאגן אז ער איז א תלמיד חכם, איז נישטא קיין 'אמונת חכמים' צו גלייבן זיינע ווערטער. אויב איינער ווייזט אויף אז ער איז א תלמיד חכם, דארף מען גלייבן זיין פסק הלכה [אפילו ווען ס'איז אומפארשטענדליך], באזירט אויף דעם אז ער איז א ת"ח וואס ווייסט געוויס וואס ער האט גע'פסק'נט. לענינינו, ווען איינער איז א צדיק דארף מען [אפשר, פאקטיש נישט, וכדלהלן] גלייבן זיינע ווערטער בתורת 'אמונת צדיקים'. מ'דארף אבער נישט גלייבן אז ער איז א צדיק. אויב ר' בצ"ל קומט פארקויפן אז ער איז א צדיק, איז נישטא קיין 'אמונת צדיקים' צו גלייבן זיינע ווערטער. אויב ער ווייזט אויף אז ער איז א צדיק, דארף מען [וכנ"ל] גלייבן זיינע ווערטער. דער רעבע דיינע האט נישט אויפגעוויזן אז ער איז א צדיק, ער האט אויפגעוויזן אז ער איז אויפגעוואקסן על סיר הבשר ביי א טאטן א רבי, ער האט אויפגעוויזן אז ער האט אסאך שונאים מבית ומבחוץ - הרב יחד איינע פון זיי, און ער האט נישט געוויזן פארן גאס אז ער איז א צדיק. די סארט אמונת צדיקים איז אזויווי איך זאל זאגן אז דו האסט א חיוב צו גלייבן אין מיר ווייל איך זאגט דיר אז איך בין א צדיק.

אויב דיין מח דחוק קען פארנעמען עפעס מער טיף, לאמיר גיין א שטאפל ווייטער. 'אמונת חכמים' איז איינע פון די מ"ח קנינים, ווייל אויף צו מקבל זיין תורה דארף מען גלייבן דעם רב/ת"ח אפילו דו ביזט נישט יורד לסוף דעתו. 'אמונת חכמים' מיינט אבער נישט אז מ'דארף גלייבן אז ער קען אסטראנאמיע, אז ער פארשטייט צו מענטשליכע פראבלעמען, אז ער איז א צדיק, אז ער איז א בעל מידות, אז ער האט הארות מן השמים. עס מיינט אזויפיל, אז ווען ר' יחזקאל ראטה זאגט א פסק דין, זאלסטו האבן 'אמונת חכמים' אין זיין פסק, ווייל ער פארשטייט וואס ער רעדט [הגם ס'קען ליגן מער אין דעם אפטייטש, איז דאס אבער פשוט פשט ופשטות הענין והכונה]. דערפאר, אפילו לו יהא די מדובר איז נאר אמונת חכמים, איז ווייטער נישטא די סארט בלינדע כלליות'דיגע אמונה פון וואס דו רעדסט. עס איז אראפגעבינדן צום נושא פון קונה זיין תורה, וואס דארט איז דער חכם מימות חז"ל דער לייב וואס ווייסט וואס ער רעדט. זהו.

אויב דו האסט נישט געדארפט ארומוויקלן א נאסע שמאטע ארום דיין זיס קעפעלע ביז דא, צוליב די געפערליכע טיפקייט פון די פשוט'ע מושגים וואס דו האסט משום מה נישט פארשטאנען ביז יעצט, דאן עמיר גיין צום נעקסטן נקודה, וואס דאס איז בעיקר וואס ליטוואק האט לכאורה פרובירט ארויסצוברענגען - מיט ווייניג ערפאלג [ווייל שרייען קענסטו בעסער, ביז איינער קען שרייען בעסער פון דיר]. ווען מ'קומט מדמה זיין 'אמונת צדיקים' צו 'אמונת חכמים', איז עס ניטאמאל לאכעדיג. ס'איז בלינדע חסידישע אמעראצעס. דו טרעף די נושא פון אמונת צדיקים אין איר חסידישער אפטייטש אין חז"ל. עס איז פשוט נישט צום געפונען. אוודאי וועט מען בלית ברירה זיך ארויפכאפן אויף א לשון וואס איז ממש נישט נוגע דא אהער, אבי צו קענען מאכן א נארישע צד השוה צווישן אמונת צדיקים און אמונת חכמים, אבער די שייכות, סיי צווישן דעם חכם און דעם צדיק, און סיי צווישן די זאך איבער וואס די אמונת חכמים און אמונת צדיקים דרייט זיך, איז בעצם - נול, זילטשא, נאדא, אדער בלשונינו הטמאה: אפס.


אה, און שיער נישט פארגעסן. צייט זיך צוריקצוזעצן דורכלערנען די טיפע סוגיות איבער מין, צדוקי, אפיקורס, רשע, לץ, און-ווייסעך-וואס-נאך. כ'זע אז דיין גרויסע פיסק און נאך גרעסערע מח האבן פארגעסן לרגע די טייטש דערפון, און ס'גליטשט זיך זייער שנעל ארויס פון דיין מויל טיטלען - ווען מ'רירט צו די קרוינדל פון דיין רעבע [כ'וואונדער מיך אויב דו וואלטסט אזוי געווילדעוועט ווען דאס זעלביגע וואלט פאסירט ביי ר' מ"ד. מסתמא יא, אקעגן יענע רעבע. אמונת צדיקים/חכמים/צדוקי, א שטויס אין אחור].


איידער איך יאג ארויס פונעם גרויליגן ווינקל הנקרא צימעס, און איידער דו גרייטסט צו דיין ענטפער, וויל איך שנעל מבהיר זיין. געווענליך שווייג איך אין צימעס, ווייל די מאס קליינקעפיגקייט און ביליגקייט איז אזוי נידעריג, אז ס'פאסט פשוט נישט צו אנהייבן זינקן אין די שמוץ. אבער כאן יצאתי מגדרי, האק אויף מרדכי דוד, מאך גרויס דיין בצ"ל, באליידיג אפילו יחד, טו וואס דו ווילסט, ווער ס'הערט דיין בויך וויי מאז ומקדם און האט נישט באקומען קיין עיק אינעם איצטומכא וועט נישט צושאקלט ווערן. אבער דא האסטו גענומען א ניק, זאגאר א חשוב'ע ניק א ת"ח ויודע ספר [כ'קען ליטוואק פערזענליך], און אים אראפגעריסן. נישט סתם אראפגעריסן, נאר זאגאר געקרוינט אלס מין ואפיקורס. און נישט סתם געקרוינט אלס אפיקורס, נאר זאגאר גענומען די תורה אויף דיין זייט מיט א משנה מפורשת אין מסכת אבות. ווען ליטוואק האט פרובירט מחלק צו זיין האסטו נישט געזען און נישט געהערט, ווייל דו ביזט נעבעך א פיצי מח און גרויסע שוואנץ פון דיין בצ"ל, און דו האסט ווייטער אראפגעריסן ליטוואק ללא עוול בכפו. לכן יצאתי מגדרי.


פירות הנושרין להלכה:
1. דו קענסט נישט קיין פשוט'ע שטיקל פרקי אבות.
2. דו קענסט נישט קיין פשוט'ע אפטייטש פון מושג אמונת צדיקים.
3. דו קענסט נישט די פשט פון אפיקורס - מאי אהני לן רבנן.
4. דו קענסט נישט שווייגן ווען דו ביזט אן ע"ה, דו מוזט ווייזן פאר יעדן דיין אמעראצעס, פארגעסנדיג אן אנדערע שטיקל פרקי אבות (סיג לחכמה שתיקה. והקדימו שלמה המלך: גם אויל מחריש לחכם יחשב).
5. דו קענסט נישט שווייגן ווען עס קומט צו דיין אפגאט, זאלסטו רעדן ווי א טיפש, חצוף, אראגאנטער מענטש. זאלסטו זיך סותר זיין ווען די נידון וואלט געווען איינער פארקערט.
6. דו קענסט נישט שווייגן ווען איינער וואס קען לערנען און שאר מדעים לערך הונדערט מאל אזויפיל ווי דיר, החכם ליטוואק פ"ב, רעדט. ס'איז בערך ווי א קליין יונגל זאל זיך דינגען מיט דיין רעבעס וואונדערליכע ד"ח שיעורים שבת צופרי.
7. דו גייסט ווייטער ווייזן סיי דיין אי ידיעת התורה, און אי ידיעת חכמת השתיקה - מיט דיין נעקסטן תגובה.

מיר קענען קוים ווארטן.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:50 am#352328
אדנירם האט געשריבן: א טיפש בלייבט א טיפש.

אדנירם האט געשריבן:רשעות, חוצפה, אמעראצעס, און איבערהויפט - בלינדע טיפשות,

אדנירם האט געשריבן:אויב דיין מח דחוק קען פארנעמען עפעס מער טיף

אדנירם האט געשריבן:כ'זע אז דיין גרויסע פיסק

אדנירם האט געשריבן:א שטויס אין אחור

אדנירם האט געשריבן:קליינקעפיגקייט און ביליגקייט

אדנירם האט געשריבן:ווער ס'הערט דיין בויך וויי

אדנירם האט געשריבן:ווייל דו ביזט נעבעך א פיצי מח און גרויסע שוואנץ

אדנירם האט געשריבן:דו קענסט נישט שווייגן ווען דו ביזט אן ע"ה,

אדנירם האט געשריבן:זאלסטו רעדן ווי א טיפש, חצוף, אראגאנטער מענטש
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 9:28 am#352330
אדנירם.ייש״כ פאר די לאנגע פשעטיל, ביסט אריין ממש טיעף טיעף אין דברי חז״ל, ווידער מיינע ווערטער האסטו ניטאמאל פשוט אפגעליינט.
ליטוואק האט געשריבען:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דער טפשות הנקרא אמונת צדיקים, א זאך וואס האט נישט קיין מקור אין תורה.

כ׳קען דיר נישט העלפן, יעדער בר בי רב, פארשטייט אז אמונת חכמים און צדיקים איז היינו הך. כ׳גיי נישט אריין, ווער דער צדיק וואס דער צדיק, וויאזוי, ואס ער טוט.
ליטוואק האט גענומען א יסודות׳דיגע קאנצפעט פון חז״ל, און האט עס געגעבן א וויש אפ רח״ל. קענסט דרייען מיט דיין פינגער פשעטליך און לאנגע מגילות, וויפיל די וויסט. איינער וואס שרייבט די טרוקענע ווערטער וואס ליטוואק האט געשריבען, שרייבט ריינע אפיקורסות און מינות, איינער וואס פארשטייט דאס נישט, אדער איז ער דום, אדער איז ער אזיין אפיקורס ווי ליטוואק איז. און ס׳פאסט אויף ענק ביידער דאס טיטל פון חז״ל ״ושם רשעים ירקב״.
אבער עכ״פ פון די טויטע קללות וואס גיסט זיך פון די קיבוירד, פארשטיי, איז כ׳האב ענק געטראפן טיעף טיעף אין פינטעל.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:23 pm#352348
לית דין בר נש האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן: א טיפש בלייבט א טיפש.

אדנירם האט געשריבן:רשעות, חוצפה, אמעראצעס, און איבערהויפט - בלינדע טיפשות,

אדנירם האט געשריבן:אויב דיין מח דחוק קען פארנעמען עפעס מער טיף

אדנירם האט געשריבן:כ'זע אז דיין גרויסע פיסק

אדנירם האט געשריבן:א שטויס אין אחור

אדנירם האט געשריבן:קליינקעפיגקייט און ביליגקייט

אדנירם האט געשריבן:ווער ס'הערט דיין בויך וויי

אדנירם האט געשריבן:ווייל דו ביזט נעבעך א פיצי מח און גרויסע שוואנץ

אדנירם האט געשריבן:דו קענסט נישט שווייגן ווען דו ביזט אן ע"ה,

אדנירם האט געשריבן:זאלסטו רעדן ווי א טיפש, חצוף, אראגאנטער מענטש


און געשריבן מוצאי יוה"ק

דורך אדנירם » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:29 pm
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:34 pm#352352
פיהרען א ויכוח מיט א פארטיי מיטגעליד האט נישט קיין פשט, אבער פאר אנדערע וועט עס אפשר זיין א תועלת.


אמונת חכמים און אמונת צדיקים זענען פונקט פארקערט איינער פון די צווייטען. די ערשטע איז אן עיקר אין אידישקייט, דער צווייטע אן עיקר אין אומוויסענדקייט.

ווען איינער טרעפט זיך אין א סוגיא און ער טרעפט נישט קיין וועג ארויס, ער זעט ווערטער אין ראשונים אדער פוסקים וואס שטימט נישט אין זיין שכל, דארף ער אננמעמען אז וויבאלד דער שרייבער איז א חכם, שטעקט חכמה אין יעדעס ווארט זיינער, און ממילא זאל מען ווייטער פלאגען און זיך מוטשען ביז מ'פארשטייט. טאמער מ'האט נישט די אמונה, וועט מען זיך נישט מוטשען און נישט אנקומען צום גרונטליכער פארשטאנד אין לערנען. טאמער צום סוף פארשטייט מען נאכאלס נישט, פאדערט אמונת חכמים נישט אז מ'זאל נאכגייען דער פסק.

אמונת צדיקים איז אזא גלויבונג אזא אז ס'איז דא פארהוילענע מענטשען אין דער וועלט מיט א פארבארגענעם פארשטאנד, און וואס זיי טוהן, זאגען און טראכטען איז העכער וויכטיגער און ריכטיגער ווי א צווייטענס, און מיר דארפען שווייגען און פאלגען. דאס האט נישט קיין מקור אין אידישקייט, און דער וואס וויל גלויבען דערין, זאגאר בתורת בר בי רב, זאל וויסען אז ס'איז א פערזענליכע זאך, נישט תורה. אלס א ראיה קען איך פרעגען איין זאך, וויאזוי ווערט עס א קנין התורה? פארוואס דארף מען עס צו קענען תורה?
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:14 pm#352387
אדנירם האט געשריבן:7. דו גייסט ווייטער ווייזן סיי דיין אי ידיעת התורה, און אי ידיעת חכמת השתיקה - מיט דיין נעקסטן תגובה.

מיר קענען קוים ווארטן.

בין איך א חכם עדיף מנביא פארן וויסן פון פאראויס אז דער שיכור הנקרא מארקוס וועט סיי ווייזן זיין אי ידיעת התורה און סיי זיין אי ידיעת חכמת השתיקה מיט זיין תגובה אויף מיינע ווערטער? אדער בין איך פשוט נישט אזא טיפש ווי אים, און יעדער מיט א טראפ שכל וואלט פארשטאנען אז דער יצמח פורקניה וואס האט נישט קיין אנונג וויאזוי אפצולערנען א פשוט'ע משנה אין פרקי אבות וועט נישט פארשטיין מיין דעטאלירטע תגובה.

אבי דער טיפש אין מארק-וס, וואס דארף צו ווייזן פאר די וועלט וואספארא חכמים זיין רעבע האט באשאפן אין זיין הייליגן חצר, קען נאכבלעבלען א טיפיקל JOKER: "אבער עכ״פ פון די טויטע קללות וואס גיסט זיך פון די קיבוירד, פארשטיי, איז כ׳האב ענק געטראפן טיעף טיעף אין פינטעל". וואס מיינט צו זאגן אין אנדערע ווערטער: "איך פארשטיי נישט וויאזוי צו לערנען, דערפאר האב איך גארנישט פארשטאנען פון דיין תגובה בנוגע פשט הלשון 'אמונת חכמים', נאר קללות פארשטיי איך".

כ'בין זיכער אז דו ביזט א שטאלץ [שטאלץ-באבוב...] פאר דיין רעבע, דער גאון אדיר בהלכות ד"ח על התורה. איי געס דו האסט פון וועם זיך צו לערנען תלמוד חכם'שאפט.



-------
לית דן בר נש און היסטאריקער, כ'האב זייער גוט געענטפערט פאר איינער וואס האט פערזענליך אטאקירט א ניק א תלמוד חכם, מיט די ערגסטע טיטלען ווי אפיקורס, מין, און רשע, און איז א מסלף [בעסער געזאגט טיפש וואס כאפט ניטאמאל אז ער איז א מסלף] פון דברי חז"ל אבי צו קענען באשמוצן איינער וואס האט בארירט די קרוינדל פונעם בצ"ל. און יא, קיין חילוק אויב ס'איז מוצאי יום כיפור אדער מוצאי שושן פורים קטן, עם עקש תתפתל מיינט אז כ'גיי נישט לאזן א בהמה אטאקירן ת"ח מיט טיפשות - ווען אויפן וועג פארדרייט מען פשט פון דברי חז"ל צו בארעכטיגן די אטאקע.
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 1:59 am#352468
wow אויסגעפלאצט א מחלוקה צווישן די באבובע הויף און ליטוואק-בודאפעסט הויף

יעדער פארשטייט זיך מיינט נאר דעם אויבערשטן די תורה

יעדער האט שוין א חז"ל צו זיין זייט

ער שרייט אז ער איז עם הארץ און יענער שרייט אז יענער איז

בקיצור ס'גייט אויף הויכע טענער כאילו די שם שמים באדערט אבער אונז ווייס מיר דאך דעם אמת .........
זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:32 pm#352858
סאיז ליידער א שאנדע אז דער בור ריק ר׳ בנצוין מיט זיינע שיינע דזשעל אין די פיאות זאל זיך אויפפירן אזוי נידערטרעכטיג און אומ-מענטשליך בשעת ווען זיין טאטע ר׳ שלמה זצ״ל איז געוועהן אזא ליבליכע מענטש א אוהב ורודף שלום וואס האט קיינמאל נישט דירעקט וויי געטוהן קיין שום מענטש.

ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע זענען געוועהן א סעמפל פון וויואלע פיינע מענטשען מיט גיטע מידות, וואס פונקטליך איז געשעהן מיט דעם בהמה און דיקטעטאר ווייס איך נישט, ר׳ מרדכי דוד איז לדעתי צעהן מאהל מעהר נארמאל און געלונגען פון אים.

עני וועי, סארי פאר דיין שלעכטע עקספירענס און חזק ואמץ! די וועלט באשטייט נישט אויף ר׳ בנצוין באבובער און אויך נישט אויף איזי ענגלענדער.
און פארשפרייט די מעשה לעיני כל חי׳ זאלן יעדער וויסן מיט וועם מ׳האנדלעט דא.

הצלחה בכל ענינים
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 4:55 pm#353124
.
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 4:58 pm#353125
זיי קומען זיך אויס? איך האב געמיינט זי זענען טויט צוקריגט?
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm#353127
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיי קומען זיך אויס? איך האב געמיינט זי זענען טויט צוקריגט?

דאס איז דאך די מעסעדזש פון די בילד...
מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 9:56 pm#353137
אין מיי האמבל אפיניען, וואלט געווען מער פאסיג צו מאכן א קאריקאטור ארויסצוברענגען די נקודה.

פאטאשאפן איז אביסל דיסטרעקטינג.
זונטאג אקטאבער 30, 2016 10:13 pm#353209
good boy Jerusalem האט געשריבן:.

איר קענט ביטע אויפהערן אנחזרן דעם מקום מיט קינדערישע ארטס ענד קרעפטס
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 3:27 pm#353247
געב עס אפאר טעג צו אריין טראכטען און דעם.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:50 pm#357777
yachad האט געשריבן:
אהרן האט געשריבן:א פאר זאכן איך האב אויסגעלערנט וועגן רעביסטווע. רוב רבי׳ס אין היינטיגן דור זענען גארנישט מיט נישט. נאר ווייל זיי זענען אייניקלעך פון צדיקים מיינט נישט אז זיי זענען רבי׳ס. נאר ווייל זיי האבן געירשנט א שול מיט א שטיק געלט מיינט נישט אז זיי זענען רבי׳ס. א אמת׳ע רבי איז צו איינעם וואס די עולם קוקט ארויף צו זיי. זיי זענען משפיע אידן אויף א ערליכן וועג. למשל אלימלך בידערמאן שליט״א. ער איז פון רבישן בלוט? ניין. ער האט געירשנט געלט און א שול? ניין. ער האט זיך אליינס אויפגעבויט און אידן גיין צו איהם. דאס הייסט א היינטיגן רבי. און ניין האב איך גארנישט מיט איהם - פשוט א דוגמא פון א רבי

דוקא איז ער נאך מער רביש' פון אסאך אנדערע, זיין טאטע פון לעלוב, זיין שווער פון זוטשקא, און אן אייניקל פון ר' שלומקה זוויהעלער. ס'איז דא מער רבי'ש?
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:46 pm#357959
די פונקט איז לאו דווקא צו ער האט זכות אבות, געבוירן וערן מרחם הרבנית הצדיקת תליטא דיסקוואליפצירט נישט א מענטש פונקט אזוי שטארק ווי עס קוואליפצירט איהם נישט אויטאמאטיש.

די געדאנק לגבי הרב בידערמאן איז אז כאטש זיין טאטע האט זיך גערופן אדמו"ר האט ער נישט געירשנט בנינים פארענטשעס מיט אלע צאן ברזל דערינען והגלילות נאר מיט אן אייגנארטיגן אינדעווידואלן טאלאנט האט ער באוויזן צוצוציען צו זיך א שיינעם ציבור שומעי לקחו