קודם כל א ישר כח צו דער מענטש וואס האט ארויף געלייגט א עקלדיגע בילד פון מיך. פון אלע בילדער ווי איך קוק אויס ווי א נארמאלע מענטש, האסטו אויסגעוועהלט צו לייגן א בילד וואו איך קוק אויס ווי א אפגעפארנער.
א סך מענטשן האבן מיך געענטפערט אז איך זאג ליגענט, אז איך האב א אדזשענדע קעגן בובאב און זייער רבי. טראך אריין א ביסל... פון וואס דארף איך זאגן ליגענט. איך בין יעצט אנגעקומען אין אמעריקע, און אזוי ווי יעדעם ווען זיי קומען אן אין א נייע פלאץ, זיי גייען ארויס עקספלארען. איך האב קיינמאל נישט געדאווענט אין בובאב, איך ווייס ווייניג פון זייערע חסידות. איך האב געהאט א פאר בובאבער בחורים אין מיין דירה אין ארץ ישראל, און יעדע איינער האט געזאגט אז איך זאל אהין גיין אויסטשעקען די מצב. למה לא, איך בין געגאנגען.
איך בין מגייר געווען צוויי יאהר צוריק. איך קום פון א קליינע דערפל אין מיטן וואלד מיט ווייגער פון 100 איינוואוינער. אין מיין כיתה אין סקול ס׳געווען 20 קינדער. איך בין נישט צוגעוואוינט צו א גרועסע עולם און צו א סך מענטשן. די לעצטע יאהר האלב האט חרדה (anxiety), ובפרט חרדה חברתית (social anxiety), מיך זייער א סך אפעקטירט. ס׳איז שווער פאר מיך צו גיין צו שטיבלעך אדער גיין דאווענען אין א ריזיגע פלאץ - ס׳איז יום טוב אין דער וואכן, עס טוהט זיך, ס׳לייבידיג - איך קען עס נישט פארנעמען. איך פיל אזוי ווי איך קען נישט אטעמען, מיין קאפ הייב זיך אן צו דרייען.
דער שבת בין איך געגאנגען דאווענען אין באבוב 48. איך האב צוריק געקומען קיין אמעריקע כדי צו מטפל זיין אויף דער חרדה, און דער שבת איך האב מחלט געווייזן נישט צו לאזן דער חרדה איבער נעמען מיין לעבן. איך האב געטראפן א בענקל ביים זייט וואו איך האב געדאווענט מנחה. גלאך נאך מיין שמונה עשרה, איך האב געדארפט ארויסגיין. איך האב געפילט ווי מיין הארץ לויפט און ווי איך קען נישט אטעמען געהעריג. איך בין געשטאנען אויפן גאס אפשר צוויי מינוט, ווי נאכדעם איך ביו אריין געגאנגען כדי צו הערן קדושה און מיטהאלטן חזרת הש״ץ.
איך בין געגאנגען זיצן אין יענער קליינע שטיבל אויפן לינקע זייט. נישט געזאגט קיין איין ווארט צו קיינעם, און געזיצן דארטן מיט א סידור און א גליון וואס איך האב מיגעברענגט פון ארץ ישראל.
בשעת חזרת הש״ץ איך האב געוואלט צוריק שולט זיין אויף מיך גרייט אריין צו גיין פאר קבלת שבת און מעריב.
פליצלינג זעה איך א קבוצה אריין קומען - ס׳גענעמען א פאר שקאנגעס ביז איך האב געקענט פאקעסענען אויף דער מענטשן (איך דארף א העכערע נאמער גלייזער). פליצלינג זיי איך דעם רבין שטיין פאר מיך, ״גיי אריין אינעווייניג״. איך האב געענטפערט אז איך קען נישט אריין גיין, איך דארף א מינוט כדי צו אטעמען. איך האב נישט געוואלט זאגן ברבים צווישען פרעמדע מענטשן אז חרדה עפעקט מיך, ולכן איך האב נאר געזאגט דעס.
פליצלינג דער רבי הייבט אן צו שרייען (גענוג הויך אז מענטשן אין דער היכל האבן געהערט און ארומגעדרייט קוקן):
״גיי ארויס פון דא, דו האסט נישט קיין שום רעכט אריין צו קומען דא איבערדרייען דער מיך מדרש. דא האט מען א תקנה נישט צו זיצן דא ביים דאווענען״.
איך בין געווען אין שאק. אין מיין חסידות אין ארץ ישראל, וואו מ׳האט מער תקנות ווי דער באבובער האט חסידים, איך בין צוגעוואוינט צו תקנות. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט.
אזוי ווי ווען איך בין אריין די ערשטע מאל אין מיין חסידות אין ארץ ישראל איך האב געטוהן זאכן נישט וויסענדיק אקעגן די תקנות, מענטשן האבען צוגעקומען צו מיך זאגן ״איינשולדיגט אבער דא פירט מען זיך נישט צו טוהן אזוי״. בסדר גמר. איים סורי.
אפי׳ שבת קוק איך אויס ווי א בובאבער מיך שווארצע זאקן, פערטל שיך און א שיינע טיש בעקיטשע, פון דער לשון פונעם בובאבער רבי איך האב גלאך געוויסט אז ער האט געוויסט אז איך בין געווען א גאסט - טאמער ער וואלט געמיינט אז איך בין געווען א באבובער, ער וואלט געזאגט ״דו ווייסט דער תקנות - אריין אין בית מדרש״, און ער וואלט אויכעט נישט געזאגט ״האסט נישט קיין שום רעכט אריין צוקומען דא״.
מיט א גאסט שרייט מען נישט אן אזוי.
נישט לאנג נאך אנקומען אין מיין חסידות, איך בין געווען ביי די יאהרצייט טיש וואס דער רבי שליט״א האט געמאכט פאר די בחורים. איך בין געשטאנען אין בעק און איינגעלאדענט אויף א פאר גמרות. דער רבי שליט״א קוקט אויף מיך און זאגט אז איך זאל קומען זיצן מיט דער בחורים. נאכן טיש רופט ער מיך אריין אין זיין צימער און האט געפרעגט, ״ווייסט פארוואס איך האב דיך געזאגט אראפציזעצן?״ איך האב געוויסט אז מ׳טאר נישט אפרירען אויף ספרים. קיין איין מענטש האט געוויסט וואס דער רבי האט געטוהן - גארנישט געווען פארשעימט. דאס הייסט א רבי, און וועגן דעם ער איז מיין רבי - איינער וואס ווייסט איינער איז ניי אין בית מדרש, מ׳לערנט איהם אויס ווי אזוי פירט מען זיך דארטן. גראדע, נישט לאנג נאך אראפ זעצן, דער רבי שליט״א זאגט מיט א נארמאלע קול, ״אברומי, הער אויף צו רעדן און הער צו דער מעשה״. מיט איינער וואס ווייסט דער תקנות, מ׳קען זיין א ביסל שארפער, אבער קיינמאל נישט פארשעימן. עס שטייט אין אונזערע ספר התקנות אז א נייע מענטש וואס וויל ווערן איינער פון אנ״ש געבט מען איהם 3 חודשים כדי אנצוהייבן צושטעלן צום תקנות. טאמער ער שטעלט זיך נישט צו, ער הייסט נישט א חסיד. טאמער ער מאכט נישט קיין בעיות אין שול מעג יענער ווייטער דאווענען דארטן. נאר טאמער דרייט ער איבער די פלאץ מעג מען איהם ארויס שיקן.
אגב נאכ׳ן סעודה איך בין געגאנגען צו בובאב 45. דארטן איך האב געטראפן א חבר און מ׳האט געשמועסט. ווען דער רבי דארטן האט אנגעהויבן זאגן תורה, איך בין ווייטער געשמועסן. מענטשליך הער איך איינעם זאגן שטילערהייט ״דא רעד מען נישט ביים רבין׳ס תורה״. איך האב געבעהטן מחילה און גלאך פארמאכט מיין מויל. האכ׳ן טיש איך בין געגאנגען מיט מיין חבר באגלייטן דעם רבין אהיים, און אזוי ווי איז דער וועד געווען אין בובאב ביין אלטע רבין זי״ע, ער האט באמעקט א נייע פנים, און ער איז צוגעקומען צו מיך געבן שלום, און האט געפרעגט פון וואו קום איך און וואו איך וואוין. דאס הייסט א עכטע רבי!
צוריק אין 48 ביים דאווענען, איך האב געזעהן ווי צווישן 20 און 30 חבר׳ה אין יענער צימער, מיך נאך א פאר נייגעריגע אויגן אריין קוקן פון דער היכל - און ווייל דער רבי האט מיך אנגעשריגן פאר זיי (און וועגן די חרדה איך האב פיינט צו זיין סענטער אוו אטענשען), איך בין געווארן אזוי אויפגערעגט.
נישט נאר דעס, אין מיין חסידות רעד מען נישט קיין שום ווארט ביים דאווענען. מיין רבי שליט״א האט דערציילט ביי דער יאהרצייט טיש היי יאהר פון זיין זייעדע א מעשה.
אינדערהיים ס׳געווייזן א גאר גרויסע צדיק (איך האב פארגעסן ווער). ער האט קיינמאל נישט געטוהן קיין עבירה. ווען ער איז נסתלק געווארן און אנגעקומען אויף יענער וועלט, האט ער געדארפט געבן דין וחשבון. דער באשעפער האט איהם געזאגט אז זיין גאנץ לעבן האט ער געטוהן איין עבירה, נאר איינס. פאר דעם האט ער א ברירה - 3 מינוט אין גהינום במדרגה הכי קלה, אדער צוריק גיין צום עולם העשיה צו מתקן זיין דעם חטא. דער צדיק האט געוואלט שוין אריין גיין אין גן עדן, ולכן ער האט אויסגעוועהלט 3 מינוט אין גהינום. יענער צדיק איז געווען אין גהינום (במדרגה הכי קלה!) פאר נאר א פאר שקאנדעס, און ער האט עס נישט געקענט פארנעמען. ער האט גלאך געבעהטן דער באשעפער א נייע גלגול אין עולם העשיה. וואס איז געווען זיין עבירה? אלץ אינגל (יא, אינגל!) האט ער גערעדט איין מאל אין מיטן חזרת הש״ץ.
בחיים שלי רעד איך נישט ביים דאווענען, ביי אונז מיינט עס אויכעט אין אנדערע צימער אינדרויסען פון דער מיך מדרש.
איך האב געבעהטן שיין פונעם רבי אין בובאב א מינוט אראפ זעצן וויל איך האב נישט געקענט אריין גיין, דאס האט מיך שוין אויפגערעגט אז ער האט מיך גורם געווען צו רעדן ביים חזרת הש״ץ, אבער נאך דעם קומט ער מיך אנשרייען?
איך בין דאך א בן אדם - איך בין געווארן אזוי אויפגערעגט און איך האב אויפגעשטאנען און געזאגט קודם אויף ענגליש ״גיי דיך פאקען״, און נאכדעם אין אידיש ״דאס איז א מעסט אפ פלאץ״.
מענטשן זאגן מיך יעצט אז קיינער האט זיך נישט געהערט. איין ווארט האב איך צו דעם - ליידער!
איך גלייב נישט וואס מענטשן זאגן מיך וועגן רבי׳ס און חסידות׳ן, כדי אנצוקומען צו וואו איך בין אנגעקומען איך האב אייביג אליינס אויספראבירט. מענטשן האבן מיך א סך מאל געזאגט שטיתים קעגן סאטמאר, און איך בין אפילו אויסגעווארפן געווארן פון א ישיבה ווייל איך בין געגאנגען באצוכן דעם סאטמאר רבי (קעי דשזעי) נאך ווען דער ראש ישיבה האט מיך געזאגט אז ער איז א רשע. נאכדעם בין איך געשלאפן אינעם גאס א פאר טעג - 3 טעג נאכן ברית מילה!
איך בין אליינס געגאנגען אויסטשעקן סאטמאר, און איך האב געזעהן וואו וואס מענטשן האבן גערעדט איז געווען שטיתים מיט לוקשען.
און יעצט מיט בובאב. מענטשן האבן מיך געזאגט אז ער איז טעראריסט, אז ער איז א משוגע מענטש מין מענטעל פראבלעמען. איך האב נישט געוואלט גלייבן ולכן איך בין אליינס געגאנגען קוקן. און ohhh האט ער מיך אליינס געוויזן וואס ער איז.
שבת ביי נאכט נאכן ארויס גיין און אנקומען צוריק, איך האב געהאט א פאניק אטאקע. מיין פיס זענען געווארן שוואך - איך האב נישט געקענט שטיין, ס׳געווען שווער צו אטענען, מיין הארצט האט געלויפן, און איך האב באקומען א ווייטאג אינעם חזה (chest) און אינעם קאפ.
איך האב נישט פארוואס צו זאגן ליגענט. איך זוך נישט קיין אקשען מיט אנדערע אידן (מיט אראבעס אין ארץ ישראל אההה בין איך גרייט אבער). דאס איז וואס איז געווען און זהו.
אפשר בין איך נישט געווען גערעכט צו זאגן פאק יו (אפי׳ אויב זיי האבן נישט געהערט), און נישט געווען גערעכט צו שרייבן ימח שמו אויף מיין פאסט, אבער דאס מאכט עס נישט אקעי וואס ער האט געטוהן. רש״י זאגט אז איינער וואס שעימט איינעם ברבים איז אזוי ווי א רוצח! מיין רעספאנס איז נישט געווען גערעכט, און חוץ פון דער באשעפער דארף איך נישט בעהטן מחילה פון קיין שום מענטש פאר וואס איז פארגעגאנגען.
יעצט באקום איך מעסעדזשעס פון מענטשן וואס זאגן אז מאה אחוז פירט ער זיך אויס אזוי, אז ער איז טאקע א טעראריסט און יעצט האט ער אליינס מיך געוויזן, און איך באקום מעסעדזשעס פון בובאבערס זאגן אז אלעס איך ליגענט, אז איך בין עובר די מצות און וועגן דעם ער רבי האט מיך אנגעשריגען.
נאכאמאל, האב איך נישט פארוואס צו זאגן ליגענט.
און ווייל איך בין עובר הלכה? מה פתאום. זיי קאכן שטיתים. פון ארויס גיין אן מיין הוט און רעקעל, גיין צום חוף הים (חוף הנפרד כמובן) מיט חברים, אדער קוקן א סרט א מאל א מאל מיט חברים, איך טוה גארנישט אנדערש פון היינטיגע בחורים.
איך האב געדארפט קומען אויף עם־הריקה (ככה קוראים את המקום בחסידות שלי) פאר א שידוך. א פאר טעג פאר דער פליגער דער שדכן קלונגט מיך אן זאגן אז זי איז געווארן א כלה. איך האב געוואלט מבטל זיין דער טיקעט און בלייבן אין ירושלים. איינער האט געזאגט אבער אז איך זאל נאך פארן איך גיין צום בובאבער 48 רבי ווייל ער העלפט א סך גרים. איך בין געגאנגען רעדן מיט מיין רבי, און ער האט געזאגט טאקע אז איך זאל נאך פארן.
און יעצט דאס איז געשען.
איך האב מפרסם געמאכט דער מעשה אויף מיין אינסטאגראם (שעימלעס סעלף פראמא - m
http://www.instagram.com/jerusalem_yachad m ) וואו איך האב כמעט 27 טועזענט עוקבים (followers) ווייל איך ווייז פאר מיין חסידים כאלו דער אידישע וועלט - דער גוט און דער שלעכט. האב איך אזוי פיל גרים און בעלי תשובות וואס נאכקוקן מיין פאסטס, און איך האב זיי געגעבן א ווארנונג - אפי׳ מ׳ליינט אז בובאב 48 איז א גוטע פלאץ פאר אונז נייע חבר׳ה - בלייב ווייט. א גר אדער נישט קיין גר, קיין איין מענטש טאר נישט ווערן פארשעמט ברבים על ידי רבי און א משפיע וואס האט חסידים (אפילו אויב זיי זענען געטערארייזטע חסידים). צו יעדע מענטש דארף מען געבן כבוד - פונעם גרעסטע צדיק, צום נידריגסטע איד, אבער ווען א רבי פירט זיך אויס אזוי גיי איך געבן מער כבוד צו דעם קעצי מיט נאר דריי פיסעלעך וואס גראבט אין דער מיסט קאסטן אין מאה שערים.