Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » קוקן שאוס וואס האט פרויען

קוקן שאוס וואס האט פרויען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10972
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:40 pm#351133
קוקן שאוס וואס האט פרויען
דא איז געווארן א שטיקל ליצנות פון די אייוועלט חברה ווי איינער האט געמאכט א קאמפיין נישט צו קוקן די היינט נאכטיגע דעבאטע, ווייל מ'גייט דארט זעהן (אומצניעותדיגע) פרויען.

אנדערש ווי רוב ניקים דאהי, גלייך איך זייער נישט צו נוצן די טערם 'אויפגעקלערטער' 'פאנאטיקער' 'עקסטרעמיסט' וכו', די אלע לעבלס איז נישט מער ווי א גרינגע עקסיוס פון דארפן ענטפערן נארמאל און לאגיש, מ'שיסט א לעבל, און פטור אן עסק, יענעמ'ס טענות זענען אפגעפרעגט ווייל ער איז אן 'אויפגעקלערטער' אדער 'עקסטרעמיסט' וכו'.

קען איינער ביטע מסביר זיין הלכהדיג די צדדים להיתר אדער לאיסור אויף קוקט א דעבאטע וואס פיטשערט פרויען ? צו ס'איז די קאנדידאט אדער די מאדערעיטאר, אדער שארק טענק מיט בארבארא און לארי.

דא וואלגערן זיך דיינים און תלמידי חכמים אפשר איז כדי איינמאל פאר אלעמאל עס מברר צו זיין.

איך וועל אנהייבן מיטן ציטירן א תגובה אין יענעם אייוועלט אשכול פונעם ניק 'גערעכטער' און יעדער איינער איז מכובד מיטצוטיילן זיין מיינונג און ידיעות.

גערעכטער האט געשריבן:אין

לגבי די הלכהדיגע חלק: א סקרין איז נישט קיין איסור דאורייתא אויב עס ברענגט נישט קיין הרהור (שבט הלוי ושאר פוסקי דורינו)

די חילוק צווישן ראיה און הסתכלות לפי פשוטו איז 'ראיה' מיינט 'קוקן' 'הסתכלות' איז 'באטראכטן' (יש מחלוקת רמב"ם וראב"ד בדבר זה ואכמ"ל)
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:44 pm#351134
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
איך האב עס נישט דוירעכגעטוהן אבער לכאורה אהן קיין זינגען איז נישט דא קיין שום פראבלעם
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:46 pm#351136
ATUB @יעקב מענטש ATUB שכח פארן אןיפברענגען די טעמע איך וויל שוין לאנג וויס די הלכה.זייער אסאך חברה דא זעען און הערן פרויען זינגען ובתוכם איך... וויל איך טאקע וויסן.
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:56 pm#351138
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
טרויבן88 האט געשריבן:@יעקב מענטש שכח פארן אןיפברענגען די טעמע איך וויל שוין לאנג וויס די הלכה.זייער אסאך חברה דא זעען און הערן פרויען זינגען ובתוכם איך... וויל איך טאקע וויסן.

זינגען איז אינגאנצן אנדערש און לכאורה א קלארע הלכה אז מען טאר נישט
אויפן ראדיא איז דא מתירין אבער ווען מען זעהט איז לכאורה נישט שייך די היתרים
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:18 am#351179
די עיקר איסור פונעם אינטערנעט איז דאך נאר וועגן שמירת עינים, און יעצט פרעגסטו ווי שטארק די איסור פון שמירת עינים איז??? אתמהה...
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:14 pm#351201
דא האב איך געטראפן א שיינע ליקוט איבער דעם ענין, אבער מיין שאלה בלייבט נאך אומפארענטפערט (אויב ס'איז בכלל א שאלה). טוישט זיך די הלכה אויב ס'איז א קליפ ?

נו ? ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB ATUB @שש משזר ATUB ?
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:14 pm#351202
mevakesh האט געשריבן:איך האב עס נישט דוירעכגעטוהן אבער לכאורה אהן קיין זינגען איז נישט דא קיין שום פראבלעם

איך פארשטיי פון ר' יעקב שאלה אז ער איז נישט אינטערעסירט אין קיין 'לכאורה'ס' ער האט זייער שיין און איידל ארויסגעברענגט א שטארקע שאלה!
איז דא א היתר צו קוקען די אלע זאכען אויב יא וואס איז די היתר
- לכאורה איז נישט קיין פראבלעם - און די פארנאטיקער די קיק טאקע נישט - וכדו' פאר די אלע זאכען האבען מיר דא א איבערפלוס מיט אשכולות און פעלט נישט אויס נאך אן אכול פאר דעם
אז מ'האט נישט קיין קלארע ענטפער מיז מען נישט מגיב זיין...
איי פארוואס שרייב איך יא - ווייל איך וויל טאקע אויך וויסן! איך חליש צו קוקען די נעכטיגע דעבאטע אבער עס איז ווינציגער ווי א וואך פאר ראש השנה און עס האט מיך געכאפט אן התעוררות איך וויל וויסען צו מ'מעג אדער מ'טאר נישט!
חמשה עשר בשבט איז די זעלבע שאלה עס האט נישט מיט א וואך פאר ראש השנה אבער עס שטייט פארט אז אפילו דער וואס עסט פת פלטין און פת עכו"ם וכדו' א גאנץ יאר זאל זיך כאטש אין דיזע טעג מונע זיין...

אלזא ווער עס ווייסט עפעס א תשובה איז מכובד צו קומען צום מייק.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:29 pm#351211
איך זאג קלאר אז איך חלש צו קוקן שארק טענק, די דעבאטעס, און איך פלעג אמאל קוקן אין גרויסן, אויב איינער קען "פליז" ברענגן א היתר וואלט איך אים מכיר טובה געווען, פון די פאר הלכה פלעצער אנליין קוקט נישט אויס אז ס'איז מותר.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:40 pm#351215
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
איך ווארט און איך ווארט און קיינער ברענגט נישט אויף קיין געהעריגע פסקים,
בפשטות איז עס אסור, און די אלע דיינים און רבנים כאפן נישט ווי ווייט אינז זעמיר פון זיי, און ממילא איז נישט דא איינער וואס וועט זאכן מותר... אדרבא לאמיר זען.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 3:51 pm#351223
דערווייל זאגט נישט קיינער וואספארא איסור עס איז פאראן. הסתכלות עקזיסטירט נישט ווען מען קוקט כדרך כל הארץ, און עס איז נישטא קיין איסור צו זען א פרוי ווי א מענטש צווישן מענטשן.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:08 pm#351226
ער זאגט אין קורצן אז להלכה איז נאר הסתכלות להנאה אסור, סתם ראיה נישט להנאה איז נישט אסור. לויט דעם אלץ די שמירת עינים׳דיגע חלק מעג מען קוקן די דיבעיט. כ׳גלייב נישט אז איינער קוקט אויף קלינטאן להנאה, אויב עפעס מיינעך אז איינער וואס איז נכשל געווארן אין שמירת עינים זאל קוקן אויף קלינטאן לכפרה. אבער איך בין נישט דער וואס קען פסק׳ן. אויך קען מען חושש זיין אז אויב קוקט מען די דיבעיט קען מען אויך זען אנדערע פרויען ווי ריפארטערס וואס דארט איז שוין יא דא הסתכלות להנאה.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:16 pm#351227
ביי DEFAULT איז אלעס מותר. קודם זיי מסביר די איסור.

"לא תתורו אחרי... עיניכם" מיינט הירהור פון זנות. עיין גמרא ופוסקים.

נישטא קיין שום איסור צו מיטהאלטן א דיבאטע פון א פרוי. אדער א ביזנעס פרוי.

אויב פון קוקן די שאוי באקומסטו א הירהור צו בועל זיין די פרוי (א מחשבה פון א מעשה איסור פון מזנה זיין מיט אן אשת איש וואס איז אסור בכרת) דאן איז אסור פאר דיר צו קוקן מחמת די מחשבת איסור נישט מחמת די קוקן.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:17 pm#351235
סימפל האט געשריבן:איינער וואס איז נכשל געווארן אין שמירת עינים זאל קוקן אויף קלינטאן לכפרה.

:lol: :lol: :lol: :lol:
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 6:25 pm#351243
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
סימפל האט געשריבן:ער זאגט אין קורצן אז להלכה איז נאר הסתכלות להנאה אסור, סתם ראיה נישט להנאה איז נישט אסור. לויט דעם אלץ די שמירת עינים׳דיגע חלק מעג מען קוקן די דיבעיט. כ׳גלייב נישט אז איינער קוקט אויף קלינטאן להנאה, אויב עפעס מיינעך אז איינער וואס איז נכשל געווארן אין שמירת עינים זאל קוקן אויף קלינטאן לכפרה. אבער איך בין נישט דער וואס קען פסק׳ן. אויך קען מען חושש זיין אז אויב קוקט מען די דיבעיט קען מען אויך זען אנדערע פרויען ווי ריפארטערס וואס דארט איז שוין יא דא הסתכלות להנאה.

וואס איז אנדערש קלינטאן ווי א ריפארטער?
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 6:46 pm#351246
די חילוק איז צו מען האט הנאה ווען מען קוקט אדער נישט.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 7:04 pm#351248
אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 7:27 pm#351250
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:14 am#351300
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
סימפל האט געשריבן:די חילוק איז צו מען האט הנאה ווען מען קוקט אדער נישט.

ריכטיג. אבער ביי די דעבאטע האסטו געזאגט אז ממעג. וויבאלד דארט איז נישט פאר א הנאה און ביי א ריפארטער זאגסטו אז סאיז א שאלה. איז פארווס איז א ריפארטער מער הנאה ווי א דעבאטע?
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:55 am#351314
נעגעל וואסער האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_14673_100.pdf

אינטערעסאנט
הנאה זאגט ר' משה מיינט אויך סתם באמערקען שיינקייט - מענליכע חטאים קימט נישט דא אריין אין די שמיעס
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:46 pm#351336
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
די Hebrew וויקיפידיא איז זייער שיין מסביר די ענין. איך ליין עס יעצט
m https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90% ... 7%95%D7%94 m


און געט א קוק וואס סקומט ארויף ווען מלייגט אריין "איסור"...
בילד
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:49 pm#351337
אבטולמוס האט געשריבן:אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."

ווער האט פארגעסן אז ׳א פרוי איז פונקט אזא מענטש ווי א מאן׳?
מען שמועסד דא דורך צו לויטן אידישן געזעץ מעג א מאן קוקן אויף א פרוי. דארף מען זען וואס די אידישע געזעץ עקספערטן זאגן, איינער פון די גרעסטע עקספערטן אין אידישע געזעץ איז די רמב״ם, שרייבט ער אזוי:
והמסתכל אפילו באצבע קטנה של אשה ונתכוין ליהנות כמי שנסתכל במקום התורף
(הרמב"ם בפכ"א מה' איסורי ביאה ה"ב)

אזוי אויך שטייט אין משנה ברורה:
"...וכל זה לא איירי אלא לאיסור קריאת שמע... אבל לענין איסור הסתכלות, לכולי עלמא המסתכל באשה, אפילו באצבע קטנה, כיון שמסתכל בה להינות, עובר בלאו ד"לא תתורו אחרי עיניכם" ואמרו שאפילו יש בידו תורה ומעשים טובים לא ינקה מדינה של גיהנם. וראיה בעלמא לפי תומו בלא נהנה שרי, אם לא מצד המוסר"
(משנ"ב, הלכות קריאת שמע סימן עה)
(טאקע געטרונקן לחיים נעכטן לכבוד די הייליגע חפץ חיים׳ס יארצייט...)

עס איז דא נאך אסאך מראה מקומות צו ברענגן כהאב פשוט נישט די צייט יעצט נאך צוקוקן.

בד״וו עס איז הונדרעד פראצענט אמת אז א פרוי איז אסאך מער ווי א חפץ וואס איז געמאכט צו קוקן אויף דעם אין הנאה האבן. אבער די געדאנק פון מאכן אזא עיקר פון א פרוי צו הנאה האבן פון איר שיינקייט, מיינעך האט גארנישט צוטון מיט פערווערטירטע אידישקייט עס איז א אינטערנעשינל זאך. כמיין פארוואס ווען קעדילעק וויל עדווערטייזן די עסקעלעיד לייגן זיי א בילד פין א שיינע אינגע פרוי, אין מיין אפיניען זאל מען לייגן א בילד ווי היימישע הצלה וואלאנטיר פליט מיט דעם אויף א קאלל, ער ווייסט ווי אזוי צו מאנאווירן דעם קאר, פארוואס לייגט מען א בילד פון איינעם וואס זעט בכלל נישט אויס ווי זי קען פארקן די קאר...
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:02 pm#351340
סימפל האט געשריבן:בד״וו עס איז הונדרעד פראצענט אמת אז א פרוי איז אסאך מער ווי א חפץ וואס איז געמאכט צו קוקן אויף דעם אין הנאה האבן. אבער די געדאנק פון מאכן אזא עיקר פון א פרוי צו הנאה האבן פון איר שיינקייט, מיינעך האט גארנישט צוטון מיט פערווערטירטע אידישקייט עס איז א אינטערנעשינל זאך. כמיין פארוואס ווען קעדילעק וויל עדווערטייזן די עסקעלעיד לייגן זיי א בילד פין א שיינע אינגע פרוי, אין מיין אפיניען זאל מען לייגן א בילד ווי היימישע הצלה וואלאנטיר פליט מיט דעם אויף א קאלל, ער ווייסט ווי אזוי צו מאנאווירן דעם קאר, פארוואס לייגט מען א בילד פון איינעם וואס זעט בכלל נישט אויס ווי זי קען פארקן די קאר...

די אדווערטייזמענט דארף טאקע נישט ברענגען קיין הורהור, אבער עכ"ז איז דא עפעס א ענין צו לייגען דוקא א פרוי אויף די עדס, ווייל ס'איז דא עפעס א געוויסע נערוו וואס ווערט אנגעצינדען און ווילד קוקענדיג אויף דעם בילד און דאס איז שטארק משפיע אויף די מחשבה פון דעם מענטש, און אזוי כאפט מען אריין דעם קאסטומער כידוע ליודעי דבר... ;)
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:03 pm#351341
טרויבן88 האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:די חילוק איז צו מען האט הנאה ווען מען קוקט אדער נישט.

ריכטיג. אבער ביי די דעבאטע האסטו געזאגט אז ממעג. וויבאלד דארט איז נישט פאר א הנאה און ביי א ריפארטער זאגסטו אז סאיז א שאלה. איז פארווס איז א ריפארטער מער הנאה ווי א דעבאטע?

צוויי מענער קענען קוקן אויף די זעלבע פרוי איינער קוקט להנאה, דאס איז אסור, איינער קוקט לפי תומו איז מותר. דאס וואס כהאב געשריבן די חילוק פין די דיבעיט און ריפארטערס איז א מליצה אבער די פוינט איז לכאורה אמת, אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט קען איך דיר גערן מסביר זיין אדער אפשר ווארט ביסט דו ווערסט עלטער און די וועסט שוין דעמאלס פארשטיין...
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:11 pm#351344
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
סימפל האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:די חילוק איז צו מען האט הנאה ווען מען קוקט אדער נישט.

ריכטיג. אבער ביי די דעבאטע האסטו געזאגט אז ממעג. וויבאלד דארט איז נישט פאר א הנאה און ביי א ריפארטער זאגסטו אז סאיז א שאלה. איז פארווס איז א ריפארטער מער הנאה ווי א דעבאטע?

צוויי מענער קענען קוקן אויף די זעלבע פרוי איינער קוקט להנאה, דאס איז אסור, איינער קוקט לפי תומו איז מותר. דאס וואס כהאב געשריבן די חילוק פין די דיבעיט און ריפארטערס איז א מליצה אבער די פוינט איז לכאורה אמת, אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט קען איך דיר גערן מסביר זיין אדער אפשר ווארט ביסט דו ווערסט עלטער און די וועסט שוין דעמאלס פארשטיין...

קודם כל איך פארשטיין נישט די חילוק פון קלינטאן און א ריפארטער חוץ אויב די זאגטס אז קלינטאן איז מער בצניעות...

אבער ס'דא דא אן ערגערע פראבלעם וויאזוי איך ליין יעצט. ATUB @יעקב מענטש ATUB האט עס נישט אויפגעברענגט, די אלע פרויען זענען נישט אנגעטון צניעות'דיג און אסור להסתכל בערוה ?
ווי למשל בארבארא, לארי, היידי קלום, מעל ב, וכו'
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:54 pm#351377
אבטולמוס האט געשריבן:אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."

ATUB @אבטולמוס ATUB כאפ א בליק אויף דברי רבי משה פיינשטיין ז"ל:

עכ"פ ודאי אסור להסתכל באשה אפילו במקומות שדרכן להיות מגולות כשמתכוין לראותה, ועיין בב"ח או"ח סי' ע"ה סעי' א', וזה אסור בכל מקום אפילו ברחובות, ויש חיוב על כל אדם להביט כפי האפשר למטה כשהולך בשוק, אך לא באופן שיהיה פרוש קיזאי שיהיה מקיז דם לכותלים, עיין בסוטה דף כ"ב וברש"י שם ד"ה מקיז. וכן כשבאה אשה לשאול להרב שאלה בעניני איסור והיתר מחוייב להשתדל שלא להביט בפניה כדי שלא יבא ליהנות ח"ו מהראיה, וכן בכל מקום שפוגע בנשים.

בקיצור אויב דו 'קענסט' צוקומען לידי הנאה איז עס אסור, אויב קוקסטו א שוי אדער א מאווי ווי א פרוי אינטערטעינט, קומט עס נישט לידי הנאה?

אגב, וואס מיינט הנאה? נאר דוקא פון איר שיינקייט? אדער פון איר געלונגענע סענס אויף הומאר איז אויך אסור?

אגב דאגב, איך זעה נישט אין ערגעץ אז די איסור זאל זיין תלוי אין מיין מעגליכע ווילן איר בועל צו זיין, קען זיין אז דאס איז דער טעם פון די הלכה, אבער מאכט דאס אויס אויף למעשה?

איך פרעג פשוט ווייל איך וויל וויסן, און ס'איז מיר אומבאקוועם צו פרעגן א דיין
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 5:21 pm#351386
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
יעקב מענטש האט געשריבן:
אגב דאגב, איך זעה נישט אין ערגעץ אז די איסור זאל זיין תלוי אין מיין מעגליכע ווילן איר בועל צו זיין, קען זיין אז דאס איז די טעם פון די הלכה, אבער מאכט דאס אויס אויף למעשה ?


איז נישט דאס א חלק פון די חילוק פון א פנויה און א נשואה??? און די גמרא אין סנהדרין זאגט אז מען מעג קוקן אויף א נישט לעבעדיגע פרוי איבעראל, (כפי שראיתי בוויקיפידיע) ממילא איז א ווידעא אפשר אנדערש?
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 5:42 pm#351390
החכם עיניו בראשו
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 10:19 pm#390538
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
ווי עס פאלט מיר איין, די איסור פון פריצות איז דאס זיין פרוץ - אפען. א פרוי וואס ווייזט א מאן עפעס וואס דארף זיין פריוואט, איז עס אן איינליידונג צו איהר נאנטקייט, און נישט נאר אלס גזירה איז עס אסור, נאר דאס איז אליינס א זנות העין (כמבואר במס"י), א נאנטשאפט וואס ווערט געמאכט דורך די אויגען. מ׳קוקט, און זי לאזט קוקען און זי מאכט עס געשמאק צו קוקען, איז עס א באציאונג וואס איז אסור. און ווען זי לאזט נישט איז עס אן איסור מצד איהם, וואס ער כאפט א בליק פון א פרוי, כאילו ער כאפט א ריר שלא ברצונה.

אויף דעם דרשנ׳ט די גמרא פיהר זאכען, וואס זענען אויך ׳ערוה׳ און דאס האבען א שייכות מיט זיי איז א נאנטקייט וואס איז אסור. דאס איז קול באשה, שוק באשה, שער באשה און טפח באשה. ווען מ׳ווייזט די האר, איז עס אן עפענונג צווישען זיי.

לדעתי אויף א סקרין צו א בילד, הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. דער אוסר דארף דא ברענגען די ראיה, נישט דער מתיר.

דאס איז אוודאי, אז עפעס וואס ברענגט צו לידי הרהור איז אסור מטעם ובתחבולות עשה מלחמה, אז מ׳לאזט זיך אריין אין אן איסור פון הרהור, וואס איז לא תתורו אחרי לבבכם, נישט עיניכם. אבער דער חפצא של איסור איז דער הרהור, נישט דער ראייה. דער ראייה איז די הכנה צו דער איסור, אנדערש ווי ביי א לעבעדיגע פרוי וואס ראייה אליינס איז אסור.

און זינגען אויף א מאווי ווייס איך נישט ווי עס קען זיך אנהויבען אן איסור בכלל. קיין פרוי זינגט דא נישט, זי קען נאך זיין טויט אויך, און דער מאשין זינגט ווייטער.

אזוי זעט מיר אויס מסברא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 9:50 am#390551
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
ראובן האט געשריבן:אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."

הייסט עס אז א גוי וואס איז נישט אויפגעוואקסן מיט די "פערוועטירטע" השקפות קוקט אהן א פרוי פונקט ווי א מאן בלויז אלס א יומען ביאינג. אהא, דעמאלטס פארוואס קוקט א גוי נאך יעדע שיינע פרוי אויפן גאס, אזש כמה פעמים זעהט מען ווי ער דרייט זיך אויס נאכציקוקען א נקיבה. זי איז דאך די זעלבע בשר ודם ווי דער זכר, פארוואס איז זי מער אינטערעסאנט?

און ווען 2 גוים גייען צוזאמען און מען האט נישט וואס צי רעדן, קודם רעדט מען פון די אויסזעהן פון די פרויען וואס גייען דורך (מיטגעהאלטן אפאר מאל פון מיינע ארבעטערס). אז דו וועסט פרעגן א גוי אויפן גאס וואס ער וויל יעצט די מערסטע, אויב וועט ער זיין אויפריכטיג וועט ער ענטפערן צי האבן אין בעט די ארימיגע פאר נקיבות. א איד אויך ווייל דאס איז די טבע, אבער אויב ער זעהט נישט האט ער ממילא נישט די תאווה.

איך מיין אז מען מוז מודה זיין אז חז"ל זענען גערעכט מיט הרחקות
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 10:36 am#390554
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
ס׳איז דא נידריגע גוים און בעסערע גוים. אבער ביי אידען, אפילו א בעסערע איד האט אזא בליק, ולק"מ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 10:43 am#390555
פין ווי נעמט איר ר' טמיר אז ראובן האט מחלק געוועהן צווישן א איד און א גוי?

די גוים וואס רעדן אלץ אזוי און זעהן נישט א פרוי אלץ א מענטש נאר א חפצא דזנות רעדן אזוי אויך.

א מענטש דארף אריין נעמען אין קאפ דער יסוד און א פרוי ווערט א מענטש, און די באנעמונג ווערט אינגאנצען אנדרעש.
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:07 am#390556
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
ווי איך פארשטיי פון די אשכול און פון סתם אזוי, אז א גרויס עולם קוקט כמעט אלע טי-ווי שאוס יא פרוי נישט פרוי, קוים וואס עס איז א נושא, ובתוכם אני הקטן, די נושא דא איז צי עס איז אויסגעהאלטן לויט הלכה, "כמעט זיכער נישט" נאר דא קומט אריין די מיליאן דאלאר קשיא פארוואס אויב עס כמעט זיכער אסור קוקט מען עס נאכאלץ, איך לדעתי האלט אז איז א קולטור וואס האט זיך געטוישט, ווען חז"ל האבן געאסרט און געמאכט די אלע הרחקות איז עס נישט נאר אסור געווען ביי אידן, נאר אין די גאנצע וועלט איז געווען די הרחקות עס איז געווען א פארשטענדליכע זאך, צי עס איז דא לאגיק זעכער אזוי, אבער עס איז אן אנדערע וועלט פרוען דרייען זיך איבעראל פונקט ווי מענער און מען מער ציגעוואונט צי זען פרויען סא איז עס נישט אזא פראבלעם,

פון דער גוי איז א קנאפער ראיה ווייל די סיבה פארוואס ער האט נישט קיין פראבלעם מיט די אלע זאכן וויבאלד אויב ער פארליבט זיך אין א פרוי מאכט ער אפ צי וואונען מיט איר, איז זי מסכים טוט מען עס און פארטיג,

(איך מיין חלילה נישט צי מזלזל אין חז"ל איך זאג נאר לדעתי די "פאקט" פארוואס א ריזן ציבור קוקט טי-ווי, אנשטאט מיר קריטיקירן, זאג א צווייטע הסבר פארוואס מקוקט טי-ווי )
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 12:19 pm#390560
טמיר האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."

הייסט עס אז א גוי וואס איז נישט אויפגעוואקסן מיט די "פערוועטירטע" השקפות קוקט אהן א פרוי פונקט ווי א מאן בלויז אלס א יומען ביאינג. אהא, דעמאלטס פארוואס קוקט א גוי נאך יעדע שיינע פרוי אויפן גאס, אזש כמה פעמים זעהט מען ווי ער דרייט זיך אויס נאכציקוקען א נקיבה. זי איז דאך די זעלבע בשר ודם ווי דער זכר, פארוואס איז זי מער אינטערעסאנט?

און ווען 2 גוים גייען צוזאמען און מען האט נישט וואס צי רעדן, קודם רעדט מען פון די אויסזעהן פון די פרויען וואס גייען דורך (מיטגעהאלטן אפאר מאל פון מיינע ארבעטערס). אז דו וועסט פרעגן א גוי אויפן גאס וואס ער וויל יעצט די מערסטע, אויב וועט ער זיין אויפריכטיג וועט ער ענטפערן צי האבן אין בעט די ארימיגע פאר נקיבות. א איד אויך ווייל דאס איז די טבע, אבער אויב ער זעהט נישט האט ער ממילא נישט די תאווה.

איך מיין אז מען מוז מודה זיין אז חז"ל זענען גערעכט מיט הרחקות

חז"ל זענען ווייניג אנגעוויזען אויף אינזער מודה זיין.
א פוינט קען געמאכט ווערן אז אן די אלע הרחקות וואלט ווען מער פרויען און מער צייטן געווען "ווייסע קאטשקעס" - דאס טוישט אבער נישט חז"ל

מיר קוקט אויס אז ראובן'ס השקפה נעמט זיך פין די "פעמעניסט מאוומענט", ס'האט נישט מיט ריאלעטי\טבע גארנישט -און זיכער קימט דאס נישט אריין ווען די שאלה איז הלכה.
ווען איך דארף ווען געסען ווער ס'האט דאס געשריבן וואלט איך געזאגט - הוגה אדער ראובן
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 12:25 pm#390561
טרויבן88 האט געשריבן:אנשטאט מיר קריטיקירן, זאג א צווייטע הסבר פארוואס מקוקט טי-ווי )

קען זיין ליטוואק איז גערעכט, און א וועג ביסטו אויך גערעכט, און מען טרעפט דעם היתר אין די פוסקים, אבער ביי רוב עולם קיקערס וואלט איך געזאגט אז זיי ניצען דעם דעם היתר פין עבר ושנה

זאג, דיין טאטע וואס לעבט מיט דעם זעלבן קאלטער וואו אינז, קוקט אויך?
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 12:30 pm#390562
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
הקטן האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:אנשטאט מיר קריטיקירן, זאג א צווייטע הסבר פארוואס מקוקט טי-ווי )

קען זיין ליטוואק איז גערעכט, און א וועג ביסטו אויך גערעכט, און מען טרעפט דעם היתר אין די פוסקים, אבער ביי רוב עולם קיקערס וואלט איך געזאגט אז זיי ניצען דעם דעם היתר פין עבר ושנה

זאג, דיין טאטע וואס לעבט מיט דעם זעלבן קאלטער וואו אינז, קוקט אויך?
איך האב גיטראכט פון עבר ושנה, אבער לדעתי ליגט עפעס מער פון דעם, אידן ירא שמים לכל דבר פונקט דא פירן זיי זיך בהפקר???

זאג די טוסט אלעס וואס דיין טאטע טוט? זיין ווען איז די טאטענדער מעסטער?
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 12:37 pm#390564
ATUB @הקטן ATUB - דאס אנרופען א מיינונג מיט א נאמען פרעגט עס נישט אפ, פונקט ווי דאס אנרופען א מענטש מיט א נעמען מאכט נישט אז ער זאל פארשוואונדען ווערען.

די תורה זאגט אונז 'אל תרבה שיחה עם אשה'. וואס מיינט עס מרבה זיין בשיחה? פארשטייט יעדער איינער אז ס'ווענדט זיך לויט די אומשטענדען. טאמער מ'דארף רעדען, איז עס נישט מרבה זיין. א מענטש וואס דארף רעדען מיט א דאקטאר, דארף רעדען וויפיהל ס'פעלט אויס. ווען ער דארף זיך פיהרען מיט דרך ארץ כלפי אנדערע, איז אלס געמאסטען לויט דער צורך. יעדער מצב לויט זיינס. דעריבער איז עס טאקע געוואנדען אויף די אומשטענדען, די האפענונגען פון די ארומיגע, און צומאלל די גוים אויך. ווען מ'ארבעט אין אן אפיס און מ'גריסט נישט נארמאל ווען א מענטש קומט אריין, און מ'ענטפערט נישט אפ זייער גוט מארגען, האט מען זיך געפיהרט אן דרך ארץ, וואס דאס איז אויך א צורך וואס איז נישט קיין ריבוי. און אין א סביבה ווי זאגען א נארמאלען גוט מארגען צו גוט שבת צו א שכנ'טע אדער א שוויגער\שוועגערען\שנור וכו' איז געהאפט, איז מען גארנישט מחויב זיך צו האלטען שטיל.

און ווען איינער זאגט א סברא אז גאנץ הלכות צניעות ווענדט זיך אויף די האפענונגען פון די ארומיגע, וואס הייסט צוגעדעקט און וואס הייסט א פריצות זאל זיך ווענדען אויף וואס אנדערע ארום טראגען, וואלט איך אויך נישט געווען אזא פארחידוש'ט. ס'האט א שטארקען סברא.

בקיצור, די הלכה פיהרט זיך מיט פרויען נישט נאר אלס אבדזשעקט, נאר אלס א סאך זאכען, און יעדער מצב האט זיך איהרע הלכות. דאס אנקוקען א פרוי נאר אלס א שטיק עבירה איז א תוצאה אדער פון גויישקייט וואס האט זיך אריינגערוקט אין אונזער מחנה, אדער איז עס א קטנות פון תלמידים שלא שמשו כל צרכם.
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 1:22 pm#390568
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
הקטן האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:אנשטאט מיר קריטיקירן, זאג א צווייטע הסבר פארוואס מקוקט טי-ווי )

קען זיין ליטוואק איז גערעכט, און א וועג ביסטו אויך גערעכט, און מען טרעפט דעם היתר אין די פוסקים, אבער ביי רוב עולם קיקערס וואלט איך געזאגט אז זיי ניצען דעם דעם היתר פין עבר ושנה

זאג, דיין טאטע וואס לעבט מיט דעם זעלבן קאלטער וואו אינז, קוקט אויך?


ער קוקט טאקע נישט קיין טעלעוויזשאן אבער געוויסע פרויען באקומען פון אים א אנדערע באהאנדלונג ווי א אנדערע ( איך מיין נישט מיין טאטע ח"ו איך מין בכלליות א גרויס חלק פונעם עלטערן דור)
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 4:03 pm#390582
@ליטוואק פון בודאפעסט.

שיין צולייגט די הלכה מיסודו, אבער איך מיין אז אין 'מציאות' איז שווער צו זאגן אז א עקטרעס וואס די פראדוסערס פוצן אויס און גרייטן צו אז זי זאל צוציען מענטשען צום שפיל זאל נישט ברענגן צו קיין הרהור.

די אלע תורות אז פרויען זענען נישט קיין אבדזשעקטס זענען אמת, אבער במציאות איז דא עפעס אינעם מוח וואס צינדט זיך אן ווען א פרוי איז אטראקטיוו, ביי א פרומען אינגערמאן ארבעט עס שנעלער, און ביי א אנגעקוקטער אינגערמאן דארף עס זיין א אתרוג הדר, אבער די טשיפ אין מוח געפינט זיך ביי יעדן מאנספערזאן.

אדרבא, זאלן קומען די וואס קוקן מאוויס כסדר, קומען דא אין פארציילן צו זיי איז קיינמאל נישט דורכגעלאפען אין מחשבה בשעת'ן קוקן "wow" זי איז שיין וכו' און מ'כאפט שנעל נאך א בליק.
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:24 pm#390615
זאגען אז א פרוי איז שיין איז לאו דוקא הרהור. ס'דא מענער וואס זענען אויך שיין, און מען קען באוואונדערן זייער שיינקייט. אין די גמרא זעהט מען אויך אז זיי האבען באוואונדערט פארשידענע מענער פאר זיין שיין, צ.ב.ש. ר' יוחנן, און עס האט גארנישט מיט זנות וכו'.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:12 am#390651
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
ראובן האט געשריבן:אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."

משא''כ ווען מען וואקסט אויף מיט האליוואד מאוויס ווייסט מען מבחין צו זיין אז נאר שיינע פרויען גייען סינאנים מיט מענליכע גלוסטונגען.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:04 pm#390670
אישתישבי האט געשריבן:זאגען אז א פרוי איז שיין איז לאו דוקא הרהור. ס'דא מענער וואס זענען אויך שיין, און מען קען באוואונדערן זייער שיינקייט. אין די גמרא זעהט מען אויך אז זיי האבען באוואונדערט פארשידענע מענער פאר זיין שיין, צ.ב.ש. ר' יוחנן, און עס האט גארנישט מיט זנות וכו'.

על כך אמרו חז"ל: "כל המסתכל באצבע קטנה של אשה, כאילו מסתכל במקום התורף[ וכפירוש הרמב"ם ונתכוון ליהנות - כמי שנסתכל במקום התורף (=איבר מינה) לדעת הרמב"ם מדובר במקום באיסורי עריות וכן כתב הרמב"ם: "המסתכל בעריות, מעלה על דעתו שאין בכך כלום, שהוא אומר וכי בעלתי או קרבתי אצלה, והוא אינו יודע שראיית העיניים עון גדול, שהיא גורמת לגופן של עריות, שנאמר: 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם' (במדבר טו, לט)

בחז"ל מובאת דוגמה לאיסור כדרשה לפסוק "יָד לְיָד לֹא יִנָּקֶה רָּע" - "המרצה מעות לאשה מידו לידה כדי להסתכל בה אפילו יש בידו תורה ומעשים טובים כמשה רבינו לא ינקה מדינה של גיהנם". חז"ל הטעימו את האיסור בכך שאיסור זה הוא גדר לעריות: "העין רואה והלב חומד וכלי המעשה גומרים" וש"אל יהרהר אדם ביום ויבוא לידי קרי בלילה"[21], שיש בכך הוצאת שכבת זרע לבטלה שנאסרה בחז"ל.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:14 pm#390671
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
שטעלסט צוזאמען צוויי זאכען. הרהור ביום איז נישט עריות, נאר איסור הוצאת זרע. נישטמנאר הוצאת זרע איז אסור, נאר דאס וואס ברענגט דערצו אויך.
ולא תתורו איז אויף די כלי המעשה פון עריות, אז מ׳גייט צום סוף זינדיגען מיט א פרוי.

נישט אז עס כאפט א נ"מ לגבי דיין נקודה, אבער נאר קלאר צו מאכען

כדי ליהנות איז מסתמא אויך אן ערוה׳דיגע הנאה. איינער וואס האט הנאה צו קענען אסאך מענטשען, און דעריבער מאכט ער זיכער צו קוקען ווי אימער איז דאס נישט עובר (מ׳רעדט אלס טאמער עס איז טאקע אזוי, נישט קיין תירוץ בעלמא). נאר הנאה צוליעב דעם וואס זי איז א פרוי און דער פרויערישע געשטעל האט עפעס א כח צו אנטציקען א מאנספארשוין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 2:13 pm#390681
פין אגרות משה קימט אויס אז נאר באמערקן שיינקייט, אן הנאה (וואט עוער הנאה מיינט) איז אויך אסר

beta.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14673&pgnum=100
געווען געלינקט פריער

ליטוואק איז לכורה גערעכט, אויב באקים איך א טאלער פאר א יעדער פנים וואס איז זעה, נישט דאס וועט הייסן הנאה
באמערקען שיינקייט איז שוין עפעס אנדערש

מעגליך אז די דיזייענער האט געמאכט א פרוי אויסקיקען די וועג וואו אזוי זי קיקט אויס און געגעבן פארן מאנס פרעזאן א רייץ צי די סארט דיזיין אלס "קיום המין", און די זאכן לאזן זיך נישט טיילן
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 2:35 pm#390687
הקטן האט געשריבן:מעגליך אז די דיזייענער האט געמאכט א פרוי אויסקיקען די וועג וואו אזוי זי קיקט אויס און געגעבן פארן מאנס פרעזאן א רייץ צי די סארט דיזיין אלס "קיום המין", און די זאכן לאזן זיך נישט טיילן

זיכער אזוי.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 3:32 pm#390693
קלאפ דיר אויף די מויל!
וואו אזוי רעדסטו!
דו ביסט עובר אויף "אבדשעקעטעפייען"
Sexual objectification

דו טראכסט אזוי נאר ווייל דו האסט באקימען די פאר... חסידישע חינוך
אויך באמערק איך דו האלסט אז די וועלט האט א דיזיינער וואס באשאפט זאכן מיט א חשבון

נארמאל גערעד:
קען social re engineering טוישן די בעסיק בריאה?
קען מען ברען וואשען די מענשטהייט אז זו זאל נישט האבן קיין סעקסעיעל המשכה צי די אנדערע מין
אדער איז דאס הארד-ווייערעד און די סייקי פין די בריאה?
וואו נישט וואו איז דאס אדאפטיוו

איך בין זיכער אז וויינשטיין און פרענקין האבן געגעבן אסך געלט פאר די פעמעניסט מאוומענט.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 5:09 pm#390708
צוריק צום נושא. קיינער האט נאך נישט געברענגט דא דעם היתר פונעם בני יששכר אז בזמנינו זענען מיר אלע אין די מדריגה אז נשים דמיין להו כקאקי חיורא.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:14 pm#390724
הנה הנה הוא מוזהר מן התורה ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם לאפוקי אם ראה פתאום בלא הודע שלא בכוונה אינו עובר אבל צריך תיכף להיות עוצם עיניו...

ח) עוד נכלל בכלל אזהרה זו, אזהרה מדיבורי המותרות עם האשה כמו שהזהירו חז"ל [אבות פ"א ה] אל תרבה שיחה עם האשה באשתו אמרו ק"ו וכו', ומידי דברי בזה אזכור להזכיר זה לי ולבני גילי מה שנראה לי בזה, דהנה לפי הדין כמעט הוא דבר שאי אפשר להיזהר כי צריך האדם לספור ולמנות התיבות שמוציא מפיו בעת דברו עם האשה שלא יוסיף תיבה אחת בשפת יתר כמ"ש בגמ' [עירובין נג ע"ב] בההוא דשאל לאיתתא באיזו דרך ללוד והשיבה לו ריקה לא כך אמרו חכמים אל תרבה שיחה וכו' דהיה לו לומר באיזה ללוד, הנה על שאמר תיבה יתירה שהיה אפשר לקצר הוכיחתו, הנה בענין הזה כמעט אי אפשר ליזהר, ובפרט העוסק במשא ומתן וכיוצא, הנה המון עם הדבר הזה הוא להם כשחוק ולא יחשבו לעון אפילו המרבה לספר בדברי שחוק וליצנות עמהם וחושב שהמחמיר בזה ממדת חסידות.

והנה עוברים על דברי חז"ל בשאט בנפש ועונשם סגי, אין התימא עליהם כי לא יבינו אל פעולת ד' הן המה דברי חז"ל אשר רוח ד' דיבר בם, אבל מן התימא על בעלי תורה ויראת השם אינן נזהרים בזה לשקול בפלס הדיבורים שמדבר עם האשה שלא יעדיף תיבה אחת הבלתי מוצרכת:
ולא מצאתי לי היתר מספיק בעניינים כאלה, רק תמכתי יתידותי על הענין הנאמר בספר חסידים [סימן שצ"ג וסי' תתש"כ] הובא בבית שמואל באה"ע [סימן ס"ב סקי"א] דבסעודות חתונה אם ישנם לשם אנשים ונשים בחדר אחד לא יאמרו בברכת הזימון נברך שהשמחה במעונו כי כביכול אין שמחה במקום שיצה"ר שולט, והנה לא ראינו מעולם מי שחשש לזה, ומצאתי בלבוש במנהגים [סוף או"ח] כתב דעכשיו אין נזהרין בזה, אפשר משום דנשים מורגלות בינינו עכשיו הרבה בין האנשים (היינו במשא ומתן ואומנות וחנויות וכיוצא) ואין כאן הרהורי עבירה כל כך דדמיין עלן כי קאקי חיורי מתוך רוב הרגלן בינינו וכיון דדשו דשו עכ"ל, וצריך לומר לפי"ז דבעת שהיה קרן ישראל על מכונו והיתה הפרנסה מצויה לא היו רואים שום אשה בחוץ כי לא היו עוסקים במשא ומתן, וא"כ כאשר הזדמן לאדם לראות איזה אשה היה חידוש ונפל ההרהור במחשבה ובלב, משא"כ עתה בכובד הגלות וקושי הפרנסה הנשים עוסקות במשא ומתן, אין כאן חידוש בראיית נשים כי הוא דבר המורגל ולא יתפעל האדם כ"כ בהרהור, א"כ הכי נמי בנידון דידן בענין מרבית השיחה י"ל שלא יתפעל האדם במרבית הדיבור לבא לידי הרהור מחמת ההרגל המצוי:

אבל אעפי"כ יש לדון שאין הנדון דומה לראיה, דהלא כאן במרבית השיחה אסרו אפילו באשתו שרגיל בה (כי הדיבור והקול הוא מענייני ערוה כי הוא מהאמור בפסוק כי קולך ערב ומראיך נאוה [שה"ש ב יד]) ואפשר בזמן שהיה הדיבור עם האשה בחזקת איסור ועלול להרהור עשו גדר לגדר לאסור גם באשתו, אבל כעת שאין מסוכן מחמת ההרגל אין כאן בית מיחוש:

ט) והנה זה כתבתי ללמוד זכות על רוב העולם, ובפרט על בעלי תורה שראיתי כמה וכמה אינן נזהרין בזה וכמעט אי אפשר להיזהר בזמן הזה, אבל הירא את דבר ד' יזהר עכ"פ בעת דיבורו להסתכל לצד אחר ושיראה כמדבר עם אחר ולא יעבור על דברי חכמים, וכן יש לדקדק מדבריהם שאמרו אל תרבה שיחה עם האשה ולא אמרו אל האשה, ואמרו עם יורה דוקא כאשר ידבר איש אל רעהו פנים בפנים וזה לקראת זה (כמ"ש בפסוק [תהלים קמח יב] בחורים וגם בתולות זקנים עם נערים יהללו וכו', שדקדקו המפרשים למה לא נאמר בחורים עם בתולות, ואמרו כי תיבת עם יורה חיבור זה לקראת זה ואין זה מדרך כבוד לומר כן בבחורים ובתולות), אבל כשמסתכל לצד אחר לית לן בה כי יש לו היכר במה שמשנה, וההיא תנא דשאל באיזה דרך ללוד היה באפשר במוכרח להסיב פניו אל האשה להראות שהוא שואל אותה הדרך הנכון ולולי זאת לא היתה יודעת את מי שואל על כן הוכיחתו מרביית השיחה אפילו על תיבה אחת, זה מה שנראה לי:

פרייטאג פעברואר 02, 2018 3:35 am#394646
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
פונקט ווי מען מעג קוקן אויף א אידישער פרוי אויף די גאס, מעג מען קוקן אויף א גוישע פרוי. דער חילוק איז נאר אז ביי א גוישע פרוי קען עס צוברענגען צו הירורים, וויבאלד מען שטויסט זיך אן אין בילדער וואס איז נישט צוניסדיג, דאס איז שוין עפעס אנדערש ווילאנג מען טוט נישט למעשה. אבער סטאם אזוי וואלט נישט געדארפט זיין קיין שום איסור צו קוקן אויף פרויען, דאס איז דאך א חלק פון דער באשאפונג. דאכט זיך מיר אז עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקן אויף פרויען. איז איינער איז מסכים מיט מיר?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 02, 2018 9:27 am#394650
לכאורה ביסטו נישט גערעכט, עס שטייט אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקען אויף פרויען, אין אבן העזר.

עס קען זיין אן אנדערע היתר, אז א גויטע איז נישט בכלל איסור, ו אדער א ווידעא איז נישט בכלל, ווי אויבן דערמאנט.
פרייטאג פעברואר 02, 2018 11:45 am#394659
א שרייבער האט געשריבן:פונקט ווי מען מעג קוקן אויף א אידישער פרוי אויף די גאס, מעג מען קוקן אויף א גוישע פרוי. דער חילוק איז נאר אז ביי א גוישע פרוי קען עס צוברענגען צו הירורים, וויבאלד מען שטויסט זיך אן אין בילדער וואס איז נישט צוניסדיג, דאס איז שוין עפעס אנדערש ווילאנג מען טוט נישט למעשה. אבער סטאם אזוי וואלט נישט געדארפט זיין קיין שום איסור צו קוקן אויף פרויען, דאס איז דאך א חלק פון דער באשאפונג. דאכט זיך מיר אז עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקן אויף פרויען. איז איינער איז מסכים מיט מיר?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk

א שרייבער: ס'זעהט אויס אז דו ביסט נאך א קליין יונגל און דו לערנסט נאכנישט קיין רש"י. רש"י זאגט אויפ'ן פסוק ..."ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עינכם"... (איך ווייס איך האב עס נישט גוט געספעללט. איך גיי עס איבערשרייבן וועסטו עס בעסער קענען ליינען...בעלאוי סאאסיערי אחראיי לעבאפחעם וע אחראיי איינייחע(ל)ם...!). אחרי לבבכם זה עריות. ואחרי לבבכם זה מינות...!. איז פון דא א רייאעה אז מ'מעג קוקן אויף מיסס אמעריקא אדער אויף מיסס יוניווערס...!