Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)

שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
156 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 181 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11010
מאנטאג מערץ 13, 2017 2:03 pm#365321
קורקלענד האט געשריבן:אזוי גאר? יעדער וואס פארמאגט נישט קיין סמאַרטפאן פירט זיך אויף ווי ראבינאוויטש. און יעדער וואס האט א סמאַרטפאן האט גע'וואטש'ט שטיסל און היהודים באים??

אונטערשטע שורה. לענ''ד האסטו אן ערנסטע פראבלעם.


ביטע אטאקיר נישט פערזענליך.

כלפי היהודים באים האב איך ספעציעל מדגיש געווען אז "טייל פון די כיבוד אב פארזארגער האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט".

כלפי שטיסל בין איך זיכער אז רובם ככולם פון די וואס שלאגן זיך קעגן ראבינאוויטש האבן נישט קיין פראבלעם צו וואטשן שטיסל אדער עפעס אנדערש מיט נשים חצופות.
מאנטאג מערץ 13, 2017 3:13 pm#365335
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:https://dl.dropboxusercontent.com/u/9440892/VID-20170308-WA0057.3gp


1 פוינט כאפט נישט דער אינגערמאן
אז ביינונז וועט זיין פיל מער גדרים איבער וואס איז יא מוכרח און וואס נישט, וועט נישט זיין אין עטליכע יאר אזא פארפלייצונג פון טעכנעלאגיע.
מאנטאג מערץ 13, 2017 5:30 pm#365353
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
איש את רעהו האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:https://dl.dropboxusercontent.com/u/9440892/VID-20170308-WA0057.3gp


1 פוינט כאפט נישט דער אינגערמאן
אז ביינונז וועט זיין פיל מער גדרים איבער וואס איז יא מוכרח און וואס נישט, וועט נישט זיין אין עטליכע יאר אזא פארפלייצונג פון טעכנעלאגיע.

זאג נאר, דיין אנוועזענהייט דאהי איז מוכרח צו נישט?!
מאנטאג מערץ 13, 2017 5:59 pm#365357
עפ"י הוראת הרבנים, יא
מאנטאג מערץ 13, 2017 8:54 pm#365368
שבת אחים האט געשריבן:איך האב פאר דיר א בעסערע עצה, האנדל דיך אן א באטל גפן tomato sauce מיט א פעקל בדיקה שמאטעס, טובל אריין די שמאטעס אין די חזרת... מאך די ריכטיגע קאנעקשאונס.

זאג נאר יונגעלע? פרעג דיין מאמע צו דאס באלאנגט פאר איר...

אנטשולדיגט פארן זיין אזוי גראפיק.


פארוואס זאל ער איבער צאלן פאר א הכשר?
מאנטאג מערץ 13, 2017 10:39 pm#365393
אן א הכשר וועט דאך די רב גלייך פסלן דעם שמאטע
פרייטאג מערץ 31, 2017 4:57 pm#367803
איין טאג ווען איך בין אהיימגעקומען נאך א שווערע טאג ארבעט פרעגט מיך מיין פיר יעריגער, טאטי! די זאך וואס דו האסט הייסט א סמארטפון? די זאך וואס אלע גוים האבן? אבער טאטי דו ביסט נישט קיין גוי איז פארוואס האסטו עס?
מוצ"ש אפריל 01, 2017 10:25 pm#367829
זאג איהם אז ס׳דא נערישע מענטשען וואס האבען נישט ליב גארנישט וואס ס׳סמארט. נאר די חברה זאגען אזעלכע זאכען.
זונטאג אפריל 02, 2017 2:07 am#367855
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:זאג איהם אז ס׳דא נערישע מענטשען וואס האבען נישט ליב גארנישט וואס ס׳סמארט. נאר די חברה זאגען אזעלכע זאכען.

מתאמרא משמיה ד׳פאפא רב, מיר זענען געוועהן די ערשטע אויסצורייסן די אלע סמארט זאכן, ודברי פי פאפא חריין
זונטאג אפריל 02, 2017 2:39 am#367859
davidganim2 האט געשריבן:איין טאג ווען איך בין אהיימגעקומען נאך א שווערע טאג ארבעט פרעגט מיך מיין פיר יעריגער, טאטי! די זאך וואס דו האסט הייסט א סמארטפון? די זאך וואס אלע גוים האבן? אבער טאטי דו ביסט נישט קיין גוי איז פארוואס האסטו עס?


שיק עס אריין צו מעלות ביי "קליינע אוצרות" :lol:
זונטאג אפריל 09, 2017 7:57 pm#368441
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
דרשת שבת הגדול מאת הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אבד ור"מ דקהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן יצ"ו.

אחרי שהאריך בפלפול ארוך מעניני דיומי והאריך למחות נגד מייקרי השער ושאר פירצות הדור.

"איך וויל יעצט רעדן אפאר ווערטער בנוגע די שומרים קארטלעך . ובאמת איז אביסעלע שווער צו רעדן ווייל דאס איז א האקעלע נושא. מצד אחד טוען אין דעם די געטרייע עסקנים וואס טוען אויף גדולות ונצורות להרבות קדושה וטהרה בקרב עם ישראל, אבער מצד שני האב איך מיך איבערגעקלערט און כ'בין געקומען צום מסכנה אז לא זו הדרך.
אבער קודם וויל איך מוחה זיין אויף די דאזיגע וואס האבן פארשפרייט מיין בריוו ווי איך שטיץ די עסקנים און די קארטלעך. ווי יעדע דא וואס זיצט דא, ווייסט מסתמא, אז איך שעהם זיך נישט מיט מיין דעה, און א זאך וואס איך בין קלאר אין, בין איך דאס גלייך מפרסם אויף די וואנט מיט מיין כתב יד, אזוי אז קיינער קען דאס נישט פעלטשען. אבער ביי די נושא פון השומרים קארדס האב איך נישט תיכף געשריבן א בריוו פארן ציבור, טאקע ווייל כ'בין נישט געווען זיכער אז דאס איז א גוטע זאך. כ'האב נאר געשריבן א בריוו צו אפאר יחידים, זיי צו געבן חיזוק אין זייערע הייליגע ארבעט, אבער ח"ו זאל דאס זיין אפגעטייטשט אז איך האב געשטיצט די אלע פעולות פון די עסקנים.

אצינד נאכן זעהן די תוצאות פון די לעצטע פאר חדשים, קען איך קלאר זאגן דא ברבים, אז דאס קארטלעך זענען רחוק משכר וקרוב להפסד. בו בזמן וואס איך האב געקלערט אז די קארטלעך זענען נאר פאר די קינדער, זיי אויפצוקלערען דאס חומר העניין פון די אינטערנעט ואביזרייהו, למעשה זענען די קינדער זיך דערמיט מתחצף צו זייערע עלטערן, און פארלירן דערמיט זייער קשר מיט זייערע עלטערן באופן מבהיל, וואס דאס איז כידוע די סאמע ערגסטע הירוס אין חינוך וואס קען נאר זיין. ובאמת נאכן זעהן די תוצאות מיט מיינע אייגענע אויגן, ווי קליינע קינדער שרייען נאך ערליכע בעלי בתים אויפן גאס, מער ווי איין מאל, איז דאס א דבר פשוט מאד, אז די גאנצע געדאנק פארט נישט און די גוטע ריכטונג, ממילא וועל איך דערין נישט מאריך זיין.

נאר איין נקודה וויל איך מוסיף זיין, ס'קומען צו מיר טאטעס וואס פרעגען מיר כסדר "וואס זאל איך זאגן פאר מיינע קינדער? מיינע קינדער קומען אהיים מיט קשיות פארוואס איך האב א סמארטפאון? לויט ווי ס'שטייט אין די קארטלעך ביזסטו נישט קיין איד, און אפילו נישט קיין מענטש נאר גאר א בהמה אדער חיה מן היער! וואס ענטפערט מען פאר זיי? דארף מען וויסן, יעצט קומט דאך פסח, גאנץ פסח איז געבויט אז די קינדער פרעגען שאלות, און מ'דערשרעקט זיך נישט, מ'קען זיי זייער שיין מסביר זיין, אז איך האב א כשר'ע כלי, און כ'פאלג אלע רבנים. מ'קען זיי אוודאי ווייזן די הכשר סטיקער אויף דעם, און זיי וועלן גלייך פארשטיין דאס אמת. מ'קען און מ'דארף דאס קלאר מאכן פאר די קינדער, די תורה רעדט דאך כנגד ארבעה בנים, דאס מיינט אז אלע קינדער, נישט קיין חילוק זייערע השגה, פרעגען שאלות און מ'דארף זיי ענטפערן קלארער תשובות. אויב א טאטע מיינט דאס אמת'דיגע גייט דאס אריין אין די קינדערס הערצער, ווייל דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.

זאל דער אייבישטער העלפן, אז מ'זאל זוכה זיין מרבה צו זיין קדושה ביי אידישע קינדער, אויף ערליכע און אויסגעהאלטענע אופנים, וחפץ ה' בידינו יצליח.

באקומען אין וואטסעפפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אפריל 09, 2017 9:03 pm#368444
ווייזען די סטיקער אויף די ווווווווואאאאאאסס??????!!!!!!!
מאנטאג אפריל 10, 2017 12:55 am#368458
בן אדם האט געשריבן:ווייזען די סטיקער אויף די ווווווווואאאאאאסס??????!!!!!!!

זיי דיר מסביר.
מאנטאג אפריל 10, 2017 12:04 pm#368466
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
IMG_20170410_120112.jpg
IMG_20170410_115551.jpg
דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:07 pm#368510
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דרשת שבת הגדול מאת הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אבד ור"מ דקהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן יצ"ו.

אחרי שהאריך בפלפול ארוך מעניני דיומי והאריך למחות נגד מייקרי השער ושאר פירצות הדור.

"איך וויל יעצט רעדן אפאר ווערטער בנוגע די שומרים קארטלעך . ובאמת איז אביסעלע שווער צו רעדן ווייל דאס איז א האקעלע נושא. מצד אחד טוען אין דעם די געטרייע עסקנים וואס טוען אויף גדולות ונצורות להרבות קדושה וטהרה בקרב עם ישראל, אבער מצד שני האב איך מיך איבערגעקלערט און כ'בין געקומען צום מסכנה אז לא זו הדרך.
אבער קודם וויל איך מוחה זיין אויף די דאזיגע וואס האבן פארשפרייט מיין בריוו ווי איך שטיץ די עסקנים און די קארטלעך. ווי יעדע דא וואס זיצט דא, ווייסט מסתמא, אז איך שעהם זיך נישט מיט מיין דעה, און א זאך וואס איך בין קלאר אין, בין איך דאס גלייך מפרסם אויף די וואנט מיט מיין כתב יד, אזוי אז קיינער קען דאס נישט פעלטשען. אבער ביי די נושא פון השומרים קארדס האב איך נישט תיכף געשריבן א בריוו פארן ציבור, טאקע ווייל כ'בין נישט געווען זיכער אז דאס איז א גוטע זאך. כ'האב נאר געשריבן א בריוו צו אפאר יחידים, זיי צו געבן חיזוק אין זייערע הייליגע ארבעט, אבער ח"ו זאל דאס זיין אפגעטייטשט אז איך האב געשטיצט די אלע פעולות פון די עסקנים.

אצינד נאכן זעהן די תוצאות פון די לעצטע פאר חדשים, קען איך קלאר זאגן דא ברבים, אז דאס קארטלעך זענען רחוק משכר וקרוב להפסד. בו בזמן וואס איך האב געקלערט אז די קארטלעך זענען נאר פאר די קינדער, זיי אויפצוקלערען דאס חומר העניין פון די אינטערנעט ואביזרייהו, למעשה זענען די קינדער זיך דערמיט מתחצף צו זייערע עלטערן, און פארלירן דערמיט זייער קשר מיט זייערע עלטערן באופן מבהיל, וואס דאס איז כידוע די סאמע ערגסטע הירוס אין חינוך וואס קען נאר זיין. ובאמת נאכן זעהן די תוצאות מיט מיינע אייגענע אויגן, ווי קליינע קינדער שרייען נאך ערליכע בעלי בתים אויפן גאס, מער ווי איין מאל, איז דאס א דבר פשוט מאד, אז די גאנצע געדאנק פארט נישט און די גוטע ריכטונג, ממילא וועל איך דערין נישט מאריך זיין.

נאר איין נקודה וויל איך מוסיף זיין, ס'קומען צו מיר טאטעס וואס פרעגען מיר כסדר "וואס זאל איך זאגן פאר מיינע קינדער? מיינע קינדער קומען אהיים מיט קשיות פארוואס איך האב א סמארטפאון? לויט ווי ס'שטייט אין די קארטלעך ביזסטו נישט קיין איד, און אפילו נישט קיין מענטש נאר גאר א בהמה אדער חיה מן היער! וואס ענטפערט מען פאר זיי? דארף מען וויסן, יעצט קומט דאך פסח, גאנץ פסח איז געבויט אז די קינדער פרעגען שאלות, און מ'דערשרעקט זיך נישט, מ'קען זיי זייער שיין מסביר זיין, אז איך האב א כשר'ע כלי, און כ'פאלג אלע רבנים. מ'קען זיי אוודאי ווייזן די הכשר סטיקער אויף דעם, און זיי וועלן גלייך פארשטיין דאס אמת. מ'קען און מ'דארף דאס קלאר מאכן פאר די קינדער, די תורה רעדט דאך כנגד ארבעה בנים, דאס מיינט אז אלע קינדער, נישט קיין חילוק זייערע השגה, פרעגען שאלות און מ'דארף זיי ענטפערן קלארער תשובות. אויב א טאטע מיינט דאס אמת'דיגע גייט דאס אריין אין די קינדערס הערצער, ווייל דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.

זאל דער אייבישטער העלפן, אז מ'זאל זוכה זיין מרבה צו זיין קדושה ביי אידישע קינדער, אויף ערליכע און אויסגעהאלטענע אופנים, וחפץ ה' בידינו יצליח.

באקומען אין וואטסעפפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך הער אז דער רב דקיט"ל ווימ"ס האט אויך משמיע געווען ענליכע דיבורים ביי די שבת הגדול דרשה

קודאס פאר די סאטמארע רבנים וואס וואקן נישט אין וואנט
זונטאג אפריל 16, 2017 12:20 pm#368558
באקומען אין ק/פ אבער זעט אויס ווי דברים היוצאים הלב:


א גוטן מועד, טייערע ליבע אידן.


איך וויל דא מיטטיילן מיט אייך מיינע ברויזנדע געפילן. א שרעקעדיגע מעשה האט ביי מיר פאסירט וואס האט געטוישט מיין בליק איבער די השומרים קארטלעך מן הקצה אל הקצה. די פאסירונג האט מיר אויפגעוועקט צו דעם מציאות פון מה גדלו דברי חכמים, און ווי ווייט מ'דארף זיין געווארנט נישט צו טון זאכן אויף די אייגענע האנט. יעדע זאך וואס א איד טוט דארף זיין מיט שיקול הדעת פון אלע צדדים, און חלילה קיינמאל נישט טון גארנישט אן קיין דעת תורה.

איך וויל אבער מקדים זיין, איך בין נישט קיין רב אדער דיין, נישט קיין רבי אדער בנשק'ל. איך בין בכלל נישט קיין הוגה דעות. איך הענג נישט קיין צעטלעך און מאך נישט קיינע אסיפות. איך קום נישט דא פסקנ'ן הלכות. דאס געהער די רבנים שליט"א. איך קום דא נאר מיטטיילן מיין קוק ווינקל לתועלת הרבים, און יעדער זאל זיך שואל עצה זיין מיט זיין רב, און ביי זיך אליינס אפמאכן.

איך בין א בעלאבאס וועלכער פירט א תורה'דיגע שטוב, א פרומע שטוב, ב"ה. ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין קאמפיוטער. ביי מיר קומט נישט אריין די אלע איבלן פון די גויאישע גאס. איך קויף נישט די אלע מאגאזינען למיניהם, אפילו נישט קיין "אידישע" מאגאזינען, און אודאי און אודאי פארמאג איך נישט קיין סמארטפאון. איך האב עס נישט, און איך דארף עס נישט, און איך בין ב"ה זייער צופרידן.

ווען מיינע אינגלעך האבן אנגעהויבן אהיימברענגען די השומרים קארטלעך, האב איך לכתחילה הנאה געהאט. איך האב געזען דערין א מיטל צו ראטעווען די דורות פון סכנת הסמארטפאון וואס אלע רבנים האבן גע'אסר'ט. איך האב פארשטאנען אז די קארטלעך זענען א געלונגענע מיטל צו אריינפרעגן אין אונזערע ליכטיגע קינדערלעך אן עקל אין אפשיי צו די טרפה'נע כלים. איך האב באוואונדערט די שעפערישקייט ווי א יעדעס קארטעל מאלט געניאל אראפ דאס ביליגקייט פון די סמארטפאון באניצער. איך האב געשעצט די עסקנים לשם שמים וועלכער געבן אוועק פון זייער צייט צו פארשפרייטן די קארטלעך צווישן די קינדער.

את חטאי אני מזכיר היום. איך בין פון די סארט מענטשן וועלכע פרעגן זיך געווענטליך נאך אויף א יעדע זאך ווער ס'שטייט אונטער דעם און וועלכע רבנים שטיצן דאס. נאר אזוי קען מען שטיין פעסט על המשמר און נישט אריינפאלן אין דעם נעץ פונעם ס"מ, וועלכער זיכט אלס אן אונטער טירל אריינצודרינגען אין אונזער מחנה. אבער דא ביי די השומרים קארטלעך האב איך מיר נישט געהאט געהעריג נאכגעפרעגט, ווייל אין מיין מוח האב איך צאמגעשטעלט די קארטלעך קאמפיין מיט די הייליגע מערכה קעגן סמארטפאונס, וואס אלע רבנים האבן דאך אונטערגעשריבן דערקעגן.

דעריבער האב איך גאר געשטיצט מיינע אינגעלעך מיט זייערע זאמלונגען פון די השומרים קארטלעך. פון זאמלען קארטלעך איז די קאמפיין אריין אין אירע צווייטע פאזע: צו אויסטיילן קארטלעך פאר די "סמארטפאון-מענטשן", ווי מיינע קינדער רופן אן די אידן וואס קענען נעבעך נישט עומד בנסיון זיין. פון טיילן איז געווארן ווארפן, און פון ווארפן אריינזאגן א פארציע מוסר.

איך קען נישט זאגן בפה מלא איז איך האב הנאה געהאט פון דאס טיילן און אריינזאגן. ס'דאך פארט א שטיקל חוצפה, ונערים דוחקים זקנים. אבער כ'האב גארנישט געזאגט. קינדער זענען דאך פארט קינדער און זיי דארפן זיך אמאל אויסגעבן, און אז זיי ווערן דורכדעם נתחנך צו זיין עומד בגדר און צו ממאס זיין אין די טמא'נע כלים, איז דאך אודאי גוט.

און אזוי איז עס געפארן. מיינע אינגעלך זענען ב"ה זייער וואוילע קינדער, גוטע קינדער, איידעלע זרע ברך השם. יא, זיינע פארטיילן השומרים קארטלעך, און זענען זייער קעגן סמארטפאונס. זיי וועלן עס נישט האלטן און זיי וועלן עס נישט צורירן. אפילו בשעת הדחק גדול, אויב זיי דארפן בארגן אמאל א טעלעפאון און זיי קענען פארשאפן נאר א סמארטפאון, צווייפל איך צי זיי וואלטן עס געבארגט אויף אהיימצורופן.

ביז נעכטן.

נעכטן, א דחוה"מ פסח אום אווענט, פרעגט מיר מיין ניין-און-א-האלב יעריגער צדיק'ל, "טאטי, וואס מיינט סעקס?"

"וואס מיינט וואס?", פרעג איך אים צוריק האלב אוימגלויביג האלב ערשיטערט. מסתמא האב נישט גוט געהערט.

"סעקס. וואס מיינט עס? א טאטע האט מיר געזאגט אז דו און מאמי האבן ביינאכט סעקס."

"עה עהההם", האב איך מיר געטראפן אויסהוסטן א שטיק שליים אין האלז. "וועלכער טאטע האט דיר דאס געזאגט?"

"כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט", פארענטפערט זיך מיין אינגל, נאך וואס ער האט געשפירט אז זיין פראגע איז אפשר נישט אזוי אומשולדיג. "ער האט מיך געפרעגט אויב איך ווייס אז מיין טאטע און מאמע האבן סעקס ביינאכט, און אז איך זאל פרעגן מיין טאטע אדער מאמע וואס סעקס מיינט."

"וואו האסט אים אנגעטראפן?"

"אויפן גאס, לעבן באבי'ס הויז. היינט ווען איך בין אהיים פון חוה"מ חדר. ער איז געשטאנען אנגעליינט אויף
א קאר און זיך געשפילט אויף זיין סמארטפאון. האב אים געגעבן א שומרים קארטל. סאו, פרעגט ער מיך, 'אינגעלע וויאזוי הייסטו?', האב איך אים נישט געוואלט אויסזאגן. זאגט ער מיך, 'איך קען דיין טאטע'ן גוט. דיין טאטע און מאמע האבן סעקס ביינאכט. ווייסט וואס סעקס מיינט? פרעג דיין טאטע אדער מאמע.'"

"סאו, טאטי, וואס מיינט עס?"

"ס'נישט קיין איידעלע זאך, אהרעלע", האב איך אים אפגע'פטר'ט. "נישט יעדע זאך וואס איינער זאגט דארף מען אויסהערן", האב איך צוגעלייגט. "קענסט שוין ליינען קרישמע און גיין אין בעט. א גוטע נאכט."

ווי נאר מיין אינגל איז ארויס פון דיינינג רום, בין איך אריינגעפאלן אין סאפע אן מאכט. רבונו של עולם! מיר מוטשען זיך דא צו האלטן אונזער שטוב ריין און הייליג, מיר ערציהן אונזערע קינדער אויפן אויסגעטראטענעם וועג, שיקן זיי צו ערליכע מוסודות התורה, און זענען זיי מחנך נאר צו תורה ויראת שמים. רוקט זיך אן דא א מנוול אן אויסוואורף וועלכער זעט זיך אן א גאנצן טאג מיט כל דבר אסור אויף זיין שמוציגער סמארטפאון און פארדארבט מיינע קינדער?

ריבונא דעלמא כולא! וויפיל קען מען פארלאנגען פון איין מענטש? איך בין ערליך, מיין פרוי איז ערליך, מיין שטוב איז אפגעהיטן און פרום, מיר גיבן אבאכט וואס עס קומט אריין אין הויז, מיר וואוינען אין א חסידישע געגנט, מיינע קינדער לערנען אין היימישע מוסדות, און וואס נאך? וואס ווילסטו פון מיר, טאטע זיסער? וויאזוי קען איך היטן די טייערע אוצר'לעך וואס דו האסטו מיר געשאנקען פון פאר'סמ'ט ווערן?

איך בין געזיצן אזוי פארגלייזט אויפן סאפע פאר א וויילע, און זיך נישט געקענט געהעריג צאמנעמען די מחשבות. ווען מיין פרוי איז אהיימגעקומען פון די חוה"מ סלייד פרעזענטעישאן, האב איך איר מיטגעטיילט די מעשה. איך האב איר דערציילט אז אהרעלע האט געוואלט וויסן וואס סעקס איז, ווייל עפעס איינער א שמוציאן פון גאס האט אים עס אריינגעלייגט אין קאפ אריין.

ווען מיין ווייב ווערט שטארק כעס'יג ווערט זי רויט ביי די אויערן וואס שטעקן זיך ארויס פון אונטערן טיכל, און די נאז לעכער פארברייטערן זיך אזוי. "איי קענט בעליוו דיס", האט זי ארויסגעקריצט פון צווישן די ציין. "ס'נישט קיין נארמאלע זאך", האט זי גע'טענה'ט."א שייגאץ פון די גאס האט נישט וואס צו רעדן צו מיין אהרן, עקסיוז מי! וואו איז ועד הצניעות ווען מ'דארף זיי?"

"נישטא צו וועמען צו רעדן", בין איך מסביר. "איך ווייס ניטאמאל דער נאמען פון דעם פערשוין."

"איז וואס האט אהרעלע געהאט צו רעדן מיט אים?", האט זי ווייטער געשוימט. "וואס האט אהרעלע צו צוגיין צו פרעמדע פארדארבענע יונגען און פירן שמועסן מיט זיי? א קינד דארף שטיין ווייט פון אזאלכע מענטשן, און אודאי נישט אריינגיין אין קיין געשפרעכן מיט זיי."

"ער האט אים געגעבען א השומרים קארטל", פרוביר איך איר צו בארואיגן. "אהרעלע האט דא גארנישט געטון שלעכט. ס'נישט זיין שולד."

"ניין, ס'איז דיין שולד!", שיסט זי אויס אויף מיר. "דו לאזט זיי טיילן די קארטלעך. לאז אפ מיט השומרים קארטלעך. ס'איז נישט אונזער זשאב צו פארריכטן די וועלט. א מענטש וויל האבן א סמארטפאון איז עס נישט אונזער דאגה. ער וועט פלאקערן אין גהינום פאר דעם, נישט דו. אז מ'טשעפעט זיי, טשעפען זיי צוריק. אפשר לאזט מען די מענטשן אפ און פארטיג?"

"אפשר", קלער איך ביי זיך הויך. "מ'דארף אנפרעגן ביי א קאמפעטאנטע דעת תורה." איך וועל מארגן צוגיין צום דיין נאכן דאווענען, און זיך דורכשמועסן מיט אים."

"נישט מארגן נאר שוין יעצט", האט מיין אשת חיל געפאדערט. "אהרעלע'ס מוח איז פאר'סמ'ט, און דו זאלסט יעצט קאלן דעם דיין, אדער וועם דו ווילסט, און עס אויסשמועסן. דו דארפסט וויסן וויאזוי צו האנדלן מיט אהרעלע, און וואס צו זאגן פאר די קינדער."

איך האב מיר געקווענקלט צו רופן דעם דיין אויפן טעלעפאון. פאר אזא שמועס ברויך מען עפעס מער פערזענדליך. אבער מיין פרוי האט מיר מחזק געווען אז דאס איז א שאלה ווי אלע שאלות און עס פאדערט א הלכה'דיגע תשובה.

דער דיין, פון די חשובע רבנים אין שטאט, האט מיר אויסגעהערט מיט א זיפץ. שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס ער הערט אזוינע און ענדליכע מעשיות. ער האט מיר מסביר געווען אז ס'ליידער דא אזעלכע בשולי המחנה, וועלכע קוקן אויס ווי חרדישע אידן, אבער אינעווייניג זענען זיי אינגאנצן דורכגעפוילט. סתם אזוי זוכן זיי נישט צו טשעפען, אבער אז מ'רייצט זיך מיט זיי, קענען זיי בייסן, ותוצאותיו מי ישורנה.

דער דיין האט מיר געגעבן דעם טעלעפאון נומער פון א געוויסער מחנך אין שטאט וועלכער איז מומחה אין באהאנדלן אזוינע פעלער. ער ערקלערט מיר אז לעת עתה האב איך מיר טאקע ארויסגעדרייט פון צו געבן מיין זון א דירעקטן ענטפער. אבער מיין אינגל האט זיכער געשפירט אז ער האט געטאפט א נערוו, און קינדער זענען פון נאטור אויס נייגעריג. אויב מען וועט דאס
נישט באהאנדלן מיט די ריכטיגע צוגאנג, וועט אים דאס ענין עגבערן אין זיין מוח'ל, און קען חלילה אנמאכן גרויסע שאדענס פאר זיין עתיד.

צום שלוס האט מיר דער דיין שליט"א געזאגט מיט ווייטאג אז די השומרים קארטלעך מערכה איז שוין געגאנגען צי ווייט, און עס האט זיך דערקייקלט ארויס פון יעדן קאנטראל. "איך ווייס פון רבנים וועלכע האבן דאס מתחילה אן געשטיצט און מחזק געווען, געהאלטן דאס פאר א גוטע זאך, אבער יעצט איז די זאך שוין ארויס פון זייערע הענט. די עסקנים וועלכע פארשפרייטן די קארטלעך צווישן די קינדער פרעגן נישט אן ביי קיין שום דעת תורה. זיי טוען אלעס לויט זייער אייגענע פארשטאנד, און די תוצאות האבן ליידער נישט פארשפעטיגט צו קומען."

"חוץ מזה וואס די לשונות דארט זענען זייער גראב און פראסט, חוץ וואס מ'טרענירט די קינדער צו א ווילדקייט, וואס ווי באקאנט פעלט זיך אויס צו מערכות א הייקעלע שיקול דעת צו וואס קינדער זענען אודאי נישט מסוגל דערפאר, נוצט מען אונזערע פקודונות, אונזערע אייגענע קינדער, פאר פיס סאלדאטן אויפן פראנט. אז מען פאטשקעט אין בלאטע ווערט מען שמוציג. צו וואס טויג אונז מקרב זיין דאס גאנצע האראוואניע וואס מיר לייגן אריין אין אונזערע קינדער פאר די מערכה?"

עס האט זיך געעפנט פאר מיר א נייער קוק ווינקל, און איך פארשטיי פשוט נישט וויאזוי איך האב דאס ביז יעצט נישט געזען. וויאזוי האב איך נישט פארשטאנען אז קינדער האבן נישט וואס צו פירן ויכוחים מיט עוברי עבירה? מען לערנט אלעמאל אויס די קינדער אז פון פרעמדע זאל מען אוועקשטיין. איז דאך על אחת כמה וכמה פון די סמארטפאון יונגען. וואו איז געווען מיין שכל? וויאזוי האב איך אזוי געבלאנדשעט?

דער דיין האט מיר געזאגט אז יעצט דעם חול המועד רעדן זיך רבנים צוזאם און זענען מטכס עצה וויאזוי צו באהאנדלן דעם השומרים קארטלעך פראבלעם. פון איין זייט טאר מען חלילה נישט אונטערגראבן די מערכה אויסצוראטן דעם נגע המשחית, דעם סמארטפאון, מקרב מחננו. אבער פון דער אנדערע זייט דארף מען זען צו איינצוימען אביסל די קארטלעך פענאמען וואס איז זיך צעוואקסן אויף א מאנסטערישן פארנעם. אויף ביזדערווייל, זאגט מיר אן דער דיין, זאל איך מפרסם זיין מיין מעשה, אראפשרייבן און פארשפרייטן אפילו אום חוה"מ. איך זאל זען צו משפיע זיין אויף אנדערע עלטערן, מ'זאל אנווארענען די קינדער, למען השם נישט צוגיין צו פרעמדע מענטשן, און נישט האבן קיין פארקער מיט זיי.

ויהא רעוא שבזכות זו זאלן מיר זוכה זיין צו אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות בדרך ישראל סבא. מען זאל קענען אנהאלטן אן אפגעזונדערטע אפגעהיטענע היים, בדד עין יעקב. און מיר זאלן אלע זוכה צו ערציען פרומע ערליכע אידן און אידענעס, ובפרט אהרן מיכאל בן חיה פעסל. אמן, און א גוטע מועד
זונטאג אפריל 16, 2017 1:14 pm#368559
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
דאס שטינקט פון אייוועלט, סיי צוליעב דער אומדערהייבבאר אריכות און סיי צוליעב דער זיך פאטשען אין בויך אויף שריט און טריט ועוד

וואס קומט פון דארט קען נישט פאראורזאכען קיין גוטס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אפריל 16, 2017 2:35 pm#368563
די פראבלעם פון די שומרים קארטלעך איז נישט אז די קינדער טשעפען די טאטע'ס, נאר אז די טאטע'ס טשעפען צוריק...
?got it
זונטאג אפריל 16, 2017 3:56 pm#368564
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס שטינקט פון אייוועלט, סיי צוליעב דער אומדערהייבבאר אריכות און סיי צוליעב דער זיך פאטשען אין בויך אויף שריט און טריט ועוד

וואס קומט פון דארט קען נישט פאראורזאכען קיין גוטס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נעה איי וועלט נישט . אויב עפעס איז עס פון אונזער עקספערעמענטירער... איינער קען טרעפן די קאדס?
זונטאג אפריל 16, 2017 3:59 pm#368566
Pow's law בתפארתה.
זונטאג אפריל 16, 2017 4:24 pm#368569
יאפ אויך באקומען אויף מיין לאקאלע שיל גרופע, און עס איז מיר אינטערעסאנט צו זען אז דער טאטע וואס וויינט קאזאק הניגזל, און באוויינט זיינע יארן שרייבט ווי א מומחה, און זאל ער פארן באבע'ן דערציילען אז ער איז נישט קיין לאנג יעריגער שרייבער.
אגב אייוועלט וואלט קיינמאל נישט ערלויבט צו שרייבען די מצוה אויף אינגעריש, נאר דאס א שיין שטיקל ארבייט, פון איינער וואס מאכט דאס ג'נער, און דאס זאל ארויסגיין ווי א ווארענונג, דער קינד וואס וועט מיר געבען א שומרים קארטל וועט פרעגען זיינע עלטערן נייע פיר מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות קשיות, גארענטירט.

אגב די קינד פון ברוך בער'ס ארטיקל ווייסט גוט וואס עס מיינט, האט נאר געוואלט זיכער מאכן אז זיין טאטע ווייסט.
זונטאג אפריל 16, 2017 4:32 pm#368571
יא יא, ויגזול את החנית מיד המצרי ויהרוג אותו בו. טאמער דער סמארטפאון ניצער איז אזא געמיינעם יונג, איז ער עלול אויפצוקלערן דיין קינד וואס מיינט ציונות אויפן אמת. טאמער דו לאזט צו דיין אינגעל טיילן שומרים קארטלעך איז עס א ראיה אז דו האלטסט אז ס׳איז גארנישט אזוי געפערלעך, און דער וואס האט א סמארטפאון מיינט נישט אז ער עסט נישט קיין קניידלעך אחרון של פסח, סך הכל האט ער א סמארטפאון. ווער וויל אז מ׳זאל איהם באשולדיגען מיט אזעלכע פאסקודנעווצעס?
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 1:35 am#420393
דער וואכעדיגע יתד נאמן
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 11:00 am#420427
בן תמליון האט געשריבן:Pow's law בתפארתה.

POE
מיטוואך פעברואר 13, 2019 4:31 pm#424388
בילד
credit: kolhaolam
מיטוואך פעברואר 13, 2019 4:53 pm#424393
ס'אמתע בריוו ?
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:29 pm#424496
וויזניץ שיכון
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:41 pm#424498
איך פערזענליך האלט זייער שטארק פון די שומרים קארטלעך. די עיקר פראבלעם מיט די חרדישע סיסטעם איז אז מ'לערנט נישט אויס צו נוצן דעם דשעלי אין קאפ, איינמאל מ'לערנט אויס די קינדער צו טראכטן זעלבסשטענדיג זענען זיי שוין אין אונזערע הענט... די פאנאטישע חברה כאפן ניטאמאל אז זיי שפילן אין אונזערע הענט אריין, צדיקים - מלאכתם נעשית על ידי אחרים.
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:49 pm#424506
זיי בעסער מסביר ביטע
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 4:06 pm#424508
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:וויזניץ שיכון

די צעטל פארט שוין ארום איבער צוויי יאר, קיינער ווייסט נישט פון וואנעט דאס קומט, מסתמא פאלש.
האסטע פון נאוועמבער 2016
m https://t.co/YIsipVq1R0 m
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 11:48 pm#424531
.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 12:47 am#424534
ריכטיג האט געשריבן:
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:וויזניץ שיכון

די צעטל פארט שוין ארום איבער צוויי יאר, קיינער ווייסט נישט פון וואנעט דאס קומט, מסתמא פאלש.
האסטע פון נאוועמבער 2016
https://t.co/YIsipVq1R0

קרית טאהש
פרייטאג פעברואר 15, 2019 9:15 am#424544
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פערזענליך האלט זייער שטארק פון די שומרים קארטלעך. די עיקר פראבלעם מיט די חרדישע סיסטעם איז אז מ'לערנט נישט אויס צו נוצן דעם דשעלי אין קאפ, איינמאל מ'לערנט אויס די קינדער צו טראכטן זעלבסשטענדיג זענען זיי שוין אין אונזערע הענט... די פאנאטישע חברה כאפן ניטאמאל אז זיי שפילן אין אונזערע הענט אריין, צדיקים - מלאכתם נעשית על ידי אחרים.


נו אוודאי, זאג נישט הויך, זאלען זיי ווייטער מיינען.

מען לערנט אויס די קליינער קינדער, סמארטפאנס שמד פאן, עבודה זרה, גילוי עריות וכו'. שפעטער ווען ער געפינט אויס אז זיין טאטע האט איינס , לאכט ער פין אלעמען.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 10:28 am#424545
נאך א נקודה. די עלטערן און מחנכים ברעינוואשן די קינדער אפצוקויפן אלעס וואס מ'פארקויפט זיי, מ'טאר נישט זיין קלוגער פון די עלטערן, צאי לך בעקבי הצאן, חדש אסור מן התורה, וכו' וכו'. איינמאל ס'גייט אים אריין אין קאפ אז ס'איז דא אזא מציאות אז זיין טאטע ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך, פארלירט ער די גאנצע טראסט אין אויטאריטעט, און פאנגט אן נוצן זיין אייגענע שכל. אויב זיין טאטע קען זיין א שגץ, קען דאך יעדער זיין א שגץ, אפילו דער בעל השומרים קארטלעך זעלבסט. ס'ברענגט אונטער די גאנצע עבודה זרה פון "מ'דארף פאלגן אפילו מ'פארשטייט נישט", ס'שאפט אינגאנצן א נייע מציאות וואס איז גאר גאר געוואונטשן.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:28 pm#424556
.[/quote]
פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:23 pm#424559
אין די ערשטע סעריע פלעגען זיי שרייבן אסאך אז מען דארף נישט פאלגען ווען א טאטע הייסט קעגן די תורה. וואס געשעהט? א טאטע וויל נישט דער זוהן זאל גיין דער הוט, דארף דער זוהן נישט פאלגען. און די קינדער מאכען זיך שוין אייגענע גזירה שווות וואס נאך איז קעגן די תורה, אלעס וואס זיי ווילען איז דער תורה.

ביי מיר איז פשוט אז די בעלי השומרים קארטלעך זענען פשוט'ע מחבלים וואס מאכען חרוב אידישקייט.

בכלל איז אריינברענגן א מהלך פין קארטונס וואס מאכען חוזק, כדרך הגוים, חוץ וואס עס איז קעגען די גמרא פין אל תפנו, וועלען די קינדער ווען זיי ווערן עלטער מאכען קארטונס קעגען אלעס וואס זיי האבן נישט ליב, אריינגערעכנט רבנים דיינים מחמירים און די פאסאביליטיס זענען ענדלאזע.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:30 pm#424561
דאס איז אלץ לשטיתם, אז אידישקייט מיינט גיין מיט די זעלבע הוט ווי די טאטע. לשיטתנו אבער, וואס אידישקייט מיינט טון וואס שטייט אין די הייליגע ביכער אפגעזען פון וואס די טאטע טוט, איז עס מער ווי געוואונשטן.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:35 pm#424563
ווען ס'קימט די צייט וועט ער זיך אליינס קויפן א סמארט פאן די שומרים קארטלעך וואס ער זעהט אלטץ קינד טוט אויף א מכה אבער די שאדן וואס ס'טוט אויף איז א פראבלעם דאס אז קינדער קיקן אראפ זייער טאטע
פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:43 pm#424564
שילדיג זענען מיר די נארמאלע מענטשן וואס קענען נישט ארויסקומען מיט אנדערע קארטלעך צו טיילן און מאכן א צימעשעניש אז ס'זאל זיי פארגיין דעם אפעטיט. די קיצונים טרעפן מעלער מיט איידיעס מיט עשירים צו שטיצן, זיי טויגן בעסער. אז די משוגעים זענען מער קריעטיוו זענען זיי גערעכט
פרייטאג פעברואר 15, 2019 4:00 pm#424566
דער עולם דא כאפט נישט אז די שומרים קארטלעך איז נישט מער ווי א תוצאה פון די נייע מציאות פונעם איין-און-צוואנציגסטן יאר-הונדרעט, אין די היינטיגע וועלט פון אינפארמאציע איז נאר דא איין וועג איבערצוצייגן א מענטש אז דיין וועג איז ריכטיג, פשוט פרעזענטירן די פאקטן און אים לאזן אליינס אפמאכן וואס צו טון דערמיט. אויב איז ער נישט איבערצייגט אין די ריכטיגקייט פון דיין שיטה, קענסטו זיין זיין טאטע/עלטער-זיידע/רבי/רשכבה"ג, ס'עט דיר גארנישט העלפן. ס'געענדיגט די אלטע צייטן וואו א טאטע אדער מחנך האט געקענט אריינבאקן אין זיין קינד וואס אימער ס'איז אים געפעלן, א רב האט געקענט מאכן גזירות און עולם גולם איז נאכגעטאנצן, קענסט זיין חשוב ווי משה רבינו, אויב האסטו נישט קיין הסבר אויף דיין שיטה קענסטעך האלטן דערמיט. אויב האלטסטו אז די שומרים קארטלעך פיטערט דיין קינד מיט פאלשע אינפארמאציע, ווייז אים אויף די פאלשקייט דערפון, אויב דו פארשטייסט עס איז נישט דא קיין שום סיבה ער זאל עס נישט אויך פארשטיין. אויב דיין קינד קוקט דיך אראפ און ס'שטערט דיר, איז דער איינציגסטער עצה אים מסביר צו זיין פארוואס דו ביזט גערעכט.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 4:11 pm#424567
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
ויקץ והנה חלום. אלס איז פונקט ווי פריער, דעמאלס האט מען נאר טיילמאל געפאלגט, ווי היינט. שקר האט געבונטעוועט, און אפילו די וואס פאלגן נישט האבען געמאכט אן אנשטעל כאילו מ׳פאלגט, און די גאלדענע קייט האט זיך ווייטער געצויגן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 15, 2019 4:28 pm#424569
שקר האט אלץ געבונטעוועט, און שקר וועט ווייטער בונטעווען. די חילוק איז נאר, אז אמאל איז עס געווען א מלחמה איבער אויטאריטעט - ווער ס'האט געהאט מער פאווער דער האט געווינען, און היינט איז עס א מלחמה פון אינפארמאציע - ווער ס'קען בעסער אהערשטעלן זיין מיינונג איז דער געווינער. אמאל אז די שקרנים און מסלפים זענען געווען אין אויטאריטעט און דו ביזט געשטאנען פון הינטן, האט קיינער אפילו נישט געהערט וואס דו זאגסט. היינט אבער קען יעדע שמויגער זיך עפענען א בלאג און זיך אויסטענהן אויף פארומס און יוטיוב קאממענטס, און ווער ס'וויל וואוסן דעם אמת קען עס זייער גרינג טרעפן.

כי מלאה הארץ דעה כמים לים מכסים.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 12:22 am#425333
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
קאמענטארן זענען איבריג
IMG_20190228_062149.jpeg


Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 4:00 am#425338
היינט שרייט מיך נאך א בחורל נו סמארט פאן
Shocking#
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:35 am#425340
משהה פרידמן האט געשריבן:קאמענטארן זענען איבריג
IMG_20190228_062149.jpeg


Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

קאנמענטארן זענען בכלל נישט איבריג. מ'שרייט שוין אזוי 8 יאר אז סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:53 am#425353
קאצקע ציקער האט געשריבן:היינט שרייט מיך נאך א בחורל נו סמארט פאן
Shocking#

ווען עס פאסירט צו יענעם, טויג עס נישט. ווען עס פאסירט צו דיר, איז עס שוידערליך.
דער חילוק צווישען א recession און א depression, והדברים עתיקים.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 12:05 pm#425356
איסר האטלקי האט געשריבן:סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.

שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.
פרייטאג מערץ 01, 2019 2:49 am#425452
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.

שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.


פארקויף נישט די נשמה פאר די שטן !
(ראדני בית כסא)

דאס מיינט ישיב לא נאמר כי אם ושב, אז די אייבערשטער איז מיט אונז אין גלות, און קען אויך פארקויפט ווערען.

אבער פארברענען די נשמה? גאט ב"ה איז אליינס אן אש אוכלה, איז דען שייך צו פארברענען פייער?
מיטוואך מערץ 06, 2019 7:07 pm#425896
היימישע געשעפטן דארפען באקומען פרעשור אז זיי זאלען נישט פארקויפען די אומווערדיגע קארטלעך.
מיטוואך מערץ 06, 2019 8:54 pm#425902
קיין איין געשעפט פארקויפט נישט די קארטליך. מ'טיילט עס אין חדרים און פריוואטע מענטשן טיילן עס ארום אין די בתי מדרשים.

(איך קום אין בית מדרש פארטאגס, טרעף איך די קארטליך נאך פאר ס'ווערט אוועקגעווארפן...)