Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)

שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
156 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 181 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11010
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 4:00 pm#352163
שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)
שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך

פון: שטילע אינגערמאן



מיין טייער לעכטיג קינד, תנחום'ל שיחי'.

א ביטערע טראגעדיע איז געקומען אויף אונז, אידן חיות רעות טוען אלע מיטלען אוועקצוכאפן אונזערע קינדער פון אונזערע הענט, זיי ווילן אויסלערנען אונזערע קינדער שלעכטע מידות, אפצו'חוזק'ן פון די עשרת הדברות, אין אפשפעטן פון די עלטערן.

אונזער פליכט איז אויסצולערנען אונזערע צאן קדשים דרך ארץ, מדות טובות, תורה, עבודה, וגמ״ח.

אבער ס׳דרייען זיך ארום נישט געזונטע מענטשן, און קומען דורך אלע מיני מיטלען און לערנען אויס פאר אונזערע קינדער דייקא שלעכטע און ווילדע מדות.

למשל: אז דיין טאטע איז נישט דיין עכטע טאטע, אדער דיין טאטע איז באמת א בהמה, אדער באמת איז דיין טאטע א שוואכע מענטש, ער קען זיך נישט אנהאלטן די תאוות ח״ו א.א.וו.
מינעוועט אונטער די רעספעקט פאר עלטערן.jpg

א חינוך פאר חוצפה און השחתה.jpg

***


אבער תנחום טייערע, וויסן זאלסטו דעם אמת, דיין טאטע איז אן ערליכער יונגערמאן, ער טוט וואס דער אויבערשטער הייסט, און טוט וואס חסיד'ישע ספרים הייסן.

דו זעסט יעדן אינדערפרי, ווען דו שטייסט אויף 7 אזייגער, אז טאטי איז שוין נישטא, דאס איז ווייל טאטי האט א חברותא פארטאגס.

נאכדעם גייט טאטי דאווענען פון אדון עולם ביז אדון עולם ערליך, אן ארויסקוקן פון סידור.

נאכדעם גייט טאטי אין די ארבעט, און זיצט אויף א געפילטערטע קאמפיוטער, און ארבעט שווער כדי צו קענען צאלן דיין שכר לימוד, און דיר צו קויפן עסן און קליידער.

טאטי גייט אוועק פון די ארבעט זייער מיד, אבער ערשט מאכט טאטי א סטאפ אין ביהמ״ד צו דאווענען מנחה.

טאטי קומט אהיים שוואך, אבער טאטע האט כח צו לערנען מיט דיר דיין חומש און משניות.

בעפאר דו גייסט שלאפן זעסטו אייביג אז טאטי גייט אוועק, דו ווייסט ווי איך גיי? כ'גיי נאכאמאל אין שול לערנען.

***


תנחום טייערע, זיידי האט מיר נישט געדארפט זאגן דאס אלס. ווייל ווען טאטי איז געווען א יונגל, האט זיידי נאר דעדארפט אנזאגן וועגן שלעכטע חברים, אדער גוים, אדער strangers.

אבער תנחום׳ל, היינט איז אנדערש. ב״ה מ'וואוינט נישט צווישן גוים, ב״ה שלעכטע מענטשן טראכטן שוין צוויי מאל בעפאר'ן צוקומען צו דיר מיט שמוציגע מחשבות, אבער היינט איז דא א נייע מכה, היינט קענען זיך דרייען מענטשן מיט ברייטע הוטן און בעקיטשעס אין די וואכן, און פון זיי דארף מען מער מורא האבן ווי פון דאס טויט.

זיי ווילן דיר זאגן אז טאטי איז ח״ו נישט ערליך, ווייל טאטי דארף ארבעטן.

אבער דו פארשטייסט אז טאטי מוז ארבעטן כדי אהיימצוברענגען פרנסה, דו פארשטייסט אז טאטי דארף צאלן רענט און שכר לימוד יעדע חודש, אמת?

טאטי קען נישט זיצן א גאנצע טאג אין ביהמ״ד, און פירן קופקעס אין מאכן ליצנות פון מענטשן, און מאכן געלט דערפון, ווייל טאטע איז נישט אויף פעי-ראלל אזויווי אנדערע.

***


אה תנחום, געדענקסט נאך ווען ביסט געווען ביים ציין דאקטער, און דעמאלס האב איך דיר גענומען צו דאווענען אין שוהל 12 אזייגער?

געדענקסט אז כ'האב דיר דעמאלטס געזאגט, אז איך האב נאכנישט געדאווענט אזוי שפעט פאר צען יאר?

געדענקסט אז דארט איז געווען א פאני מענטש? יעדער האט געלאכט ווען ער האט געזאגט אז אלע טאטעס זענען מחללי שבת?

די סארט מענטשן דארף מען נאר גריסן, און ח״ו זיך נישט אפשטעלן.

ער זעט טאקע אויס ענליך צום רב, אבער דו ביסט א קלוג יונגל, לאז דיך נישט נארן פון זיין לבוש, טאמער וועסטו גוט קוקן וועסטו תיכף זעהן א חילוק צווישן אים מיטן דיין שליט"א, אפילו ביידע גייען מיט א בעקיטשע.

געדענקסט אז כ'האב דיר אמאל געזאגט, אז דער דיין איז אן איידעלער איד וואס דאוונט יעדן טאג מיט א מנין קבוע, ער קומט אריין אין ביהמ״ד מיט אן איידלקייט, ער האט זיך זיין מקום קבוע, ער רעדט נישט קיין עקסטערע ווערטער, ער איז אן ערענסטער מענטש, און ער שרייט נישט אין אזא הייליג פלאץ ווי א ביהמ״ד.

אבער די אנדערע סארט מענטשן קומען אלס זייער שפעט אין ביהמ״ד, זיי קומען אריין מיט א צולאזטקייט, אנגעטון שמוציג, לאכן זייער נישט איידל, שרייען אינמיטן דאוונען, ווארפן ארום נארישע קונטרסים מיט סי.די.'ס, און זענען זיך מתחצף צו עלטערע מענטשן.

***


תנחום, קוק פונדערווייטענס, וועסט זיכער תיכף זען א גרויסע חילוק צווישן זיי, אבער מ׳דארף פארט זייער אכטונג געבן: נישט בעטן צו קראסן די גאס, נישט פרעגן וויפיל אזייגער ס'איז, און טאמער וויל ער געבן א קענדי אדער א ביזנעס קארטל זאלסטו עס ח״ו נישט נעמען.

טאמער ווילסטו שטארק שפילן קארטלעך קענסטו שפילן "ברכות" קארטלעך, דאס וועט דיר אויסלערנען וואספארא פירות זענען פון די שבעת המינים, וואס איז א 'העץ', אין וואס איז א 'האדמה'. אדער קענסטו שפילן די "כיבוד אב" קארטלעך, ווי וויכטיג ס'איז צו פאלגן א טאטע. אזוי וועסטו ארויסקומען מיט עפעס ווערטפול פון די שפיל.

די היינטיגע קארטלעך, סיי די שומרים קארטלעך וואס לערנט חוצפה, אין סיי די מעמבער קארטלעך וואס לערנט נארישקייטן, איז נישט צוגעפאסט פאר אזא איידעלע יונגל ווי דיר, און ס'איז נישט צוגעפאסט פאר אונזער משפחה.
ארייננעמען קינדער אין אן ארגאניזאציע צו האקן אויף די עלטערן.jpg

פאר דיר פאסט צו וויסן, אז כיבוד אב איז פון די עשרת הדברות וואס איז געזאגט געווארן ביים בארג סיני, און חוזק צו מאכן פון א טאטע ווייל ער ארבעט שווער, איז נישט איידל.


תנחום געדענק: קיינער האט דיר נישט ליב ווי דיין טאטע, און קיינער מיינט נישט דיין טובה אזויווי דיין טאטע!


החותם בדמעות שליש וברגשי אהבה,
דער וואס זארגט זיך עכט פאר דיין צוקונפט,
דיין ליבליכע טאטע
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 4:07 pm#352164
אוי ווי ריכטיג די זאגסט!
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 6:58 pm#352177
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
תנחום טייערע איך בין טאקע נישט דיין טאטע, אבער דאך צוגייט מיין הארץ פאר דיר, וויסער זאלסטו אז איך האב דעם זעלבען פראבלעם מיט מיינע קיהדער, און איך קען פילע אנדערע קינדער און אנדערע טאטע'ס גענוי ווי דיין טאטע, און אלע אינאיינעם הייבען הענט צים גרויסן בראך, אבער וויסען זאלסטו אז אפילו היינט ביזטו נאך קליין, עס וועט נאך קומען א צייט ווען דו וועסט ווערן גרויס וועט אלעס קליפ און קלאר ווערן.
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 7:18 pm#352178
איך האב קודם געלייקט אבער גלייך צוריקגעצויגן, צו וואס זאל ATUB @שש משזר ATUB באקומען א לייק אויף שטילע'ס ארטיקל? ?
ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB וואו ביסטו? איך וויל אייך לייקן
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 7:46 pm#352179
שש משזר איז זיין יורש
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 8:41 pm#352180
אז מ'רעדט שוין:
האב איך היינט רעדנדיג צו קינדער זיי מסביר געווען אז ס'האט נישט קיין פשט צו נאכשרייען עלטערע מענטשען, איך האב דערמאנט די ברכות קארטלעך וואס פלעגט זיין און זיי געפרעגט אויב ווען דו זעהסט איינעם מאכן א האדמה אויף א העץ צו וועסטו איהם אויך צייגן די ברכה קארטעל......

איך האב זיי זייער שיין מסביר געווען און איך מיין אז זיי האבן פארשטאנען.
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:27 pm#352204
פליקער האט געשריבן:תנחום טייערע איך בין טאקע נישט דיין טאטע, אבער דאך צוגייט מיין הארץ פאר דיר, וויסער זאלסטו אז איך האב דעם זעלבען פראבלעם מיט מיינע קיהדער, און איך קען פילע אנדערע קינדער און אנדערע טאטע'ס גענוי ווי דיין טאטע, און אלע אינאיינעם הייבען הענט צים גרויסן בראך, אבער וויסען זאלסטו אז אפילו היינט ביזטו נאך קליין, עס וועט נאך קומען א צייט ווען דו וועסט ווערן גרויס וועט אלעס קליפ און קלאר ווערן.

תנחום, קוק נאר פליקערס חתימה וועסטו פארשטיין.
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:29 pm#352205
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
שמעקעדיג האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:תנחום טייערע איך בין טאקע נישט דיין טאטע, אבער דאך צוגייט מיין הארץ פאר דיר, וויסער זאלסטו אז איך האב דעם זעלבען פראבלעם מיט מיינע קיהדער, און איך קען פילע אנדערע קינדער און אנדערע טאטע'ס גענוי ווי דיין טאטע, און אלע אינאיינעם הייבען הענט צים גרויסן בראך, אבער וויסען זאלסטו אז אפילו היינט ביזטו נאך קליין, עס וועט נאך קומען א צייט ווען דו וועסט ווערן גרויס וועט אלעס קליפ און קלאר ווערן.

תנחום, קוק נאר פליקערס חתימה וועסטו פארשטיין.

איך האף דו מיינסט נישט מיין חתימה פון די קענסער סעריע.. עניוועי א חתימה טובה
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 4:55 pm#353004
ווילסט עפעס טוען דערצו?

די עסקנים האבן זיך באהאלטן אונטערן שלייער, איך האב א גוטע עצה...

אפשר האמיר דא געניטע דעזיינערס און מיר וועלן פארפלייצן די גאס מיט אונזערע קארטלעך

איך קען נישט די מלאכה אזוי גוט איז די bleed נישט אזוי אזוי, אבער נאדיר, דא האסטו קארטלעך וואס דו קענסט פארשפרייטן אנאנים.

דארפסט עס דרוקן אויף די זעלבע פאפיר ווי זיי, דוכט זיך אז עס איז 16pt glossy עס קאסט נישט קיין סאך צו באשטעלן אונליין און ווארפן אין די שולן....

דא האסטו א פראנט

m http://imgur.com/H19VBtb m

דא האסטו איין בעק

m http://imgur.com/cBzkr9b m

און נאדיר נאך איין בעק

m http://imgur.com/MOwscN3 m

m http://imgur.com/a/znsO9 m
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 10:52 pm#353051
די איידיע איז אייזן. איך וואלט רעקאמענדירט עס זאל שטיין סתם פילטער, נישט קיין גדר, משומר, אדער סיי וועלכע טערראר ארג.

נאך מעגליכע Themes פאר קארטלעך:

כיבוד אב
כיבוד הבריות
היטן פון פעדאפיילס
משא ומתן באמונה
עיוות הדין
שוחד
ערכאות עכו"ם
תורה עם דרך ארץ
חילול השם
גניבת עכו"ם
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 10:57 pm#353052
איך האב דעם יו"ט איבערגעהערט 2 אינגלעך זיך טענה'ן וועגן סמארטפאונס, איינער רופט זיך אן, די קארטלעך זענען טריפה מיין טאטע האט א גאנצע ביאור אינדערהיים פון דעם...
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 11:34 pm#353055
מען דארף דאס פארשפרייטן אויף די וואטסאפפ גרופעס, איך האב נישט קיין צוטריט..

און ביבער, די סיבה פארוואס איך האב געשריבן משומר און גדר איז ווייל דאס איז בהוראת אונזערע אדמורים, און די עסקנים מיט די טעראריסטן האבן נישט קיין תירוץ דערפאר... זיי קענען נישט שרייען די זענען טמנע קארטלעך, ווען עס האט א לאגא מיט א טעלעפאן נאמבער פון א סאטמארע קאמפאני...
זונטאג אקטאבער 30, 2016 3:09 pm#353175
ATUB @ביבער ATUB , דו מיינסט גניבת עכו"ם אדער גבינת עכו"ם, צוויי ערליי איסורים.
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 11:59 am#353655
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
בילד

בילד
איך ווייס נישט וועלכע אויסגאבע דאס איז אבער עס איז שיין און איידל ארויסצוברענגן די חורבן פון די קארטלעך
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 12:45 pm#353656
וירא שמעקעדיג כי טוב, ס'איז גוט אז מען נעמט די דרייסטקייט אפצושרייען די עקסטרעמע משוגעים.

די וואך אינעם מאמענט איז דא א אינטערוויאו מיט א חשוב'ן מלמד, פון 2 תשובות האט איך ספעציעל הנאה געהאט, ערשטנס וואס איז זיין מיינונג אויף די שומרים קארטלעך? זאגט ער אז ס'איז איבערגעטריבן; והשנית וועגן עדיוקעישאן, טענה'ט ער אז מען דארף מער לערנען די יונגלעך און בחורים אפילו קאמפיוטערס, ווייל למעשה זענען זיי די וואס גייען ברענגען פרנסה כל ימי חייהם און נישט די מיידלעך, ממילא פארוואס ביי די מיידלעך איז מען זיך מורה היתר אבער ביי די אינגלעך איז מען נישט מקיים דעם מלמדו אומנות.

כה לחי.
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 1:18 pm#353660
דער פראבלעם איז אז אפילי די קינדער שפילען מיט די קארטלעך האלטען זיי עס פאר א זשאוק
איך האב דע וואך געלערענט שבת אין שוהל נאכמיטאג און 2 קינדער לעבען מיר האבען געשפילט מיט שומרים קארטלעך און כהאב מיך ציגעהערט צו זייער שמועס
זאגט איין יונגעל אז ביי זיין קלאס האט א יונגעל אלע קארטלעך נאר נאמבער 99 פעלט עם, רופט זיך אהן דע אנדערע יונגעל אז ווען ער גייט האבען אלע וואסערע פרייז גייט ער באקומען? ענפערט דע ערשטע יונגעל א סמארטפאן, און זיי ביידע האבען אויסגעשאסען אין געלעכטער
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 11:01 pm#353722
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
בלויע רעקל האט געשריבן:ווילסט עפעס טוען דערצו?

די עסקנים האבן זיך באהאלטן אונטערן שלייער, איך האב א גוטע עצה...

אפשר האמיר דא געניטע דעזיינערס און מיר וועלן פארפלייצן די גאס מיט אונזערע קארטלעך

איך קען נישט די מלאכה אזוי גוט איז די bleed נישט אזוי אזוי, אבער נאדיר, דא האסטו קארטלעך וואס דו קענסט פארשפרייטן אנאנים.

דארפסט עס דרוקן אויף די זעלבע פאפיר ווי זיי, דוכט זיך אז עס איז 16pt glossy עס קאסט נישט קיין סאך צו באשטעלן אונליין און ווארפן אין די שולן....

דא האסטו א פראנט

http://imgur.com/H19VBtb

דא האסטו איין בעק

http://imgur.com/cBzkr9b

און נאדיר נאך איין בעק

http://imgur.com/MOwscN3

http://imgur.com/a/znsO9


כגיי פארדעם געדאנק ווער נעמט זיך אינטער צו פארשפרייטן
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:04 pm#353751
קוקט אויס דער ארטיקל האט געשלאגן ווארצלן, די שומרים חברה לויפן יעצט ארום ווי פאר'סמ'טע מייז צו נעמען הסכמות פון רבנים.
https://t.co/pjGXQwNscj
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:22 pm#353754
"ונוחכה"? אה, ס'איז דאך בלתי מוגה.
אבער באמת איז דער גאנצער קונטרס בלתי מוגה, ביג טיים!
אזוינע קרומע סברות! וויפיל שטותים יענער רעדט צוזאם! וואלט איך געהאט אביסל צייט וואלט איך צונומען יעדן פארגראף און געמאכט דערפון מטעמים.
יעדער בעל דעת זעהט אז יענער האט אן אגענדע און מיינט בכלל נישט קיין באשעפער, וויל נישט זעהן דעם מציאות.
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:34 pm#353756
אויף אייוועלט צייכענט ער צו נאך א לינק פון הסכמות פון געציילטע (מערסט-עקסטרעמיסטישע) רבנים

m https://www.dropbox.com/s/5x9ddxqc2jc8h ... A.pdf?dl=0 m

אויפן דאטום קען מען זעהן אז דאס איז נארוואס לעצטנס גע'חתמ'עט געווארן.
זעהט אויס אז די עקסטרעמיסטן האבן געשריבן "בהסכמת הרבנים הגאונים" על שם העתיד.
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:34 pm#353757
הרב שמעקעדיג, כ'האב בטעות געהאט געלייגט די אנדערע לינק פון זיי, שוין פאראכטן.
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:39 pm#353759
דו מיינסט דעם גליון "לכו נא ונוחכה".....
m https://www.dropbox.com/s/oeijzkmgkjssb ... 4.pdf?dl=0 m
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:28 pm#353785
ר' מנחם מאיר ווייסמאנדעל איז הייס פאר די שומרים קארטלעך
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:32 pm#353786
פוי! א בושה, א גרויל און אן עקל.

אלה מנהיגיך ישראל, כ'שעם זיך צו באלאנגען צום כת החרדים אויב די זענען אירע רבנים און פארטרעטער.


אין א זייטיגן נאטיץ: ער איז גאר א זון פונעם 'חכימאה דיהודאה' ר' מיכאל בער! וויפיל חכמה ליגט אין די בריוו, שוין באלד מער געריבן ווי מאכן א קאר פארן אויף וואסער.
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:50 pm#353787
דער בריוו איז נישט חכמה און נישט טפשות, נאר געשטאנען צו אייןצד צוליעב פערזענליכע נויטען. די לשונות קוקען אויס ווי עברי טייטש אויף די ווערטער "אני רוצה להיות חלק פעיל מהממסד, ועכשיו נראה לי שמחלקי הקארטלעך הם בצד הנכון של היסטוריה, עכ"פ לטווח הקצר", נאר וויבאלד עברית איז אויך נישט אקצעפטבאר ביי די חברה וועמען ער וויל חנפנ'ן, דעריבער האט ער עס געשריבען אויף 'היימיש'
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:53 pm#353790
כ'האב די שומרים קארטלעך נישט געזען ביז היינט, די וואך האט עס עפעס א מזכה הרבים אויסגעטיילט בייז שלוש סעודות, מיין קליינער איז העפי ער האט א "שומרים קארט". קוק איך עס שטייט אזא בילד פון אזא ה. העכטקויפ קינד וואס שרייט לאמיר אנטלויפן פון דא דארט איז דא איינער מיט א סמארטפאן איך וויל נישט מטמא זיין מיין נשמה. כ'האב נישט געוואוסט צו לאכן אדער וויינען. די תוצאה קען זיין צוויי וועגן, אדער דאס קינד וועט זיך ארומדרייען מיט מחשבות מיין טאטע איז טמא וואס איז גארנישט מסוגל פאר חינוך, אפשר פרעגט רב ווייסמאנדל צו ער האלט אז יא, אדער וואס מיין ב'ה און יעדער נארמאלער קינד פארשטייט מיין טאטע ווייסט וואס איז גוט און די גאנצע סמארטפאן מערכה איז נישט מסודר, וואס ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער האבן קנאפ צוטרוי צום גאנצן ענין.

דער חידוש איז ווי די באזעסענע עיני העדה וואס פארשטייען אז די אומקאנטראלירבארע עקסטרעמיסטן האבן קיין דאך און וועלן אלעס חרוב מאכן, ציטערן צו זאגן א ווארט ווייל ווער וויל זיך אנהייבן מיט די אנעמפלויד סיקריקין. מען גייט זיך דא חאפן אין יארן ארום אז עס איז גרויסע צרות.
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:58 pm#353792
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
בילד
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:01 pm#353793
מיך אויסגעכאפט
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:04 pm#353794
פליקער, דו האסט אונז געזאגט וועלכע רבי דאס איז.


לדעתי מיינט עס אז די ארטיקלען דאקעגען האבען מצליח געווען אז די שוויצער'ס זע'ען איין אז די עקסטרעמיסטען זענען נישט אין שפאן מיט'ן ציבור. זיי מעסטען דער ווינט און פסקנ'ן על פיו. דערנאך זענען זיי אריין צום וויזניצער רבי'ן מיט'ן געפערליכע פרצה.....
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:10 pm#353795
מאיזה אדמו''ר יצא הפקודה?
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:16 pm#353798
שש משזר האט געשריבן:פוי! א בושה, א גרויל און אן עקל.

אלה מנהיגיך ישראל, כ'שעם זיך צו באלאנגען צום כת החרדים אויב די זענען אירע רבנים און פארטרעטער.


אין א זייטיגן נאטיץ: ער איז גאר א זון פונעם 'חכימאה דיהודאה' ר' מיכאל בער! וויפיל חכמה ליגט אין די בריוו, שוין באלד מער געריבן ווי מאכן א קאר פארן אויף וואסער.

גערעכט אדער נישט, אבער שרייבן "בחכמה בעצה ובבינה יתירה עושים מעשים כבירים"? דאס איז טאקע אבנארמאל! ער מאכט די עקסטרעמיסטן גאר פאר די חכמי הדור.
מיט אזעלכע חכמים, ווער דארף נאך טיפשים.
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:17 pm#353799
פליקער האט געשריבן:מיך אויסגעכאפט

Me 2
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:17 pm#353800
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
וועלכע רבי איז דאס?
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:19 pm#353801
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פליקער, דו האסט אונז געזאגט וועלכע רבי דאס איז.



אדמור מוויזניץ
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:27 pm#353802
מחלוקת הפוסקים

אנדערע זאגן אז די מקור איז רחמס"ט
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:31 pm#353803
אוהב ספרים האט געשריבן:אנדערע זאגן אז די מקור איז רחמס"ט

מער מסתבר
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:44 pm#353804
צו וויזניץ צו רחמס"ט זעען מיר אז די אלטע רבנים, די זקני העדה, וואס האבן מיטגעהאלטן אלע מערכות ביז היינט, ווייסן שוין אז לא זו הדרך, און נישט מיט אזוניע מהלכים פארעקלט מען קינדער פון די משוקצ'דיגע אומגעפילטערטע שמוציגע פאונ'ס. :שטיל
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 6:38 pm#353807
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
איך ווער נישט אזוי אנציקט פון דעם בריוו, אפילו אויב ס'איז אוטענטיש.
מ'גייט אריין צו אן אלטן רבי מ'דערציילט איהם די געפערליכע חורבן פון א פירצה און נעקסטע טאג האסטו א בריוו! איך זיך נאך א רב וואס דרייט זיך אויף דער וועלט, און זעהט די מציאות מיט זייערע אייגענע אויגן, און זאגט זיין מיינונג.

לדוגמה די בריוו פון ווייסמאנדל איז מיר מער משכנע לעת עתה.. הגם איך גלייב אז ער האט נישט געזעהן אלע די בייזע קארטלעך. איך קען איהם פערזענליך און ער איניש אינגאנצן משוגע. (איך האב געראדע געוואלט רופן היינט פרעגען בשלמי הרעה הזאת, אבער נישט אנגעקומן צו דעם.)
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:02 pm#353812
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
אז מען לערנט די קינדער צו רעוואלטירן געגן די עלטערן, ווער גאראנטירט דען אז ס'וועט נישט גיין both ways? אין עצה ואין תבונה זאגט דער פסוק. מיינע קינד האט עס אהיימגעברענגט. חוץ פון אים אויסלערנען וועגן פלעגאריזם און פון וואו טייל פון די בילדער קומען באמת און ווי זיי זענען ארויסגענומען פון קאנטעקסט, האב איך נישט קיין עסק געמאכט. עניוועי, ער זעט דאך קלאר א מציאות וואס דעפייט די (אזוי אומגעלונגענע פירקלעכצער) מאלערייען. א טאטע מיט א סמארטפאון וואס האט פלענטי אף טיים צו אים. נאכמער ווי זיינע חברים'ס פארפלאגטע טאטעס נעבעך.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:02 pm#353813
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
IMG-20161107-WA0014.jpg


Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:41 pm#353819
טאמבל סאס האט געשריבן:
IMG-20161107-WA0014.jpg


Sent from my SM-G903F using Tapatalk



דאס איז עס..

זיי האבן א האלבע בריוו פון הרב פאדוואה - וואס קוקט אויס אביסעל גרייזיג- אדער ער אדער די דרוקער האט זיך געיאגט ביים שרייבן די בריוו..
איך גלייב שווער אז ער האט געעזעהן אלע קארטלעך.

פון דא גייען זיי צו יעדע רב אין לאנדאן "קוק די רב האט ג'חתמעט און די מוזסט אויך טוהן די זעלביגע זאפארט" דעס איז יעצט אין סטייל.

פון דארט פארט עס ווייטער צו רבנים דאהי דערנאך אין א"י. און די מייונונג פון 98.5% פון חרדי'שע יודן גייט ווערן נאך מער צוקוועטשט!

די מערכה איז פארלוירן :x
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:43 pm#353821
.
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:47 pm#353823
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
"משמרת" על צד השני

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:49 pm#353824
א בעסערע ווערזיע פון די בריוו אינ'ם לאנדאנער אויסגאבע. שיקטס ווייטער
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:08 pm#353825
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
איך ווייס איינער וואס האט געסטראשעט עמיצן לעצטנס אויב הערט זי נישט אויף צו פרובן באאיינפלוסן זיינע קינדער און פערדרייען זיי א קאפ וועט ער פארציילן אירע קינדער ווי אזוי עלטערן מאכן בעיביס. ס'ארבעט בדוק ומנוסה!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:10 pm#353826
איך האב גערעדט מיט א זון פון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געזען די קארטלעך און ער האט געמיינט אז דאס איז א מעסיגע זאך נישט וויסנדיג אז דאס איז א ראדיקאלע אונטערנעמונג פון יחידים. ער האט זיך מיינסטנס פארלאזט אויף אנדערע רבנים וואס שטיצן עס.
ער איז יעצט אין אויסלאנד און ווען ער וועט צוריקקומען וועט ער א בליק טון אויף די השומרים קארטלעך.
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:15 pm#353828
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
כוכב האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט א זון פון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געזען די קארטלעך און ער האט געמיינט אז דאס איז א מעסיגע זאך נישט וויסנדיג אז דאס איז א ראדיקאלע אונטערנעמונג פון יחידים. ער האט זיך מיינסטנס פארלאזט אויף אנדערע רבנים וואס שטיצן עס.
ער איז יעצט אין אויסלאנד און ווען ער וועט צוריקקומען וועט ער א בליק טון אויף די השומרים קארטלעך.

Beep me ווען ער ציהט צוריק...
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:18 pm#353829
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נאך א גרעסער חוכא ואיטלולא. ער אסר'ט ע"פ שמועה. ערז'ך סומך. ווען א איסור זאגט זיך לייכט איז דאס צוריקציען אויך נישט מ'קען שוין מיינען וואספארא פלאפ. הפה שהתיר הוא הפה שאסר א מינוט צוריק. נעם עס נישט צו ערנסט. בכלל איז דער ווייסמאנדל צושטארק אינוועסטעד. ער לייגט זיין מויל ווי זיין געלט איז ווייל פון דער מויל נעמט ער דאס...

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:24 pm#353835
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
C/p
בענין הקארטליך פליגי בה הני בוקי סריקי רב רחמסטריווקאי מריח טאבאק''א אוסר ורב פדוואי ערל שפתתאי מתיר.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:27 pm#353836
קריכטץ ארויס פון דעם חרדישן דרעק, חרדיזם גייט סייווי אונטערגיין בקרוב. דאס זענען די גסיסה צאנקען פאר עס פארלעשט זיך. זייט נישט פון די לעצטע אפצולאזן חרדיזם.