Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?

קאווע שטיבל • קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11097
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:59 pm#355312
און די תירוץ אויף די שאלה צו ר' אהרן קען שלום מאכן מיט זיין ברודער יא ער קען און די גאנצע תגובה פון שם טוב קומט נישט דא אריין, די נושא דארף נישט קאליע מאכן זייער פריוואטע שלום כנ"ל
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:21 pm#355322
גאנצל האט געשריבן:און די תירוץ אויף די שאלה צו ר' אהרן קען שלום מאכן מיט זיין ברודער יא ער קען און די גאנצע תגובה פון שם טוב קומט נישט דא אריין, די נושא דארף נישט קאליע מאכן זייער פריוואטע שלום כנ"ל

דו ביסט פיינע נייעס... אפשר זאגסטו מיר וועם עס גייט אן אז די ברודערס גייען נישט צו משפחה שמחות? יא א שיינע זאך אז נאכדעם וואס 99.99 % פון אלע סכסוכים זענען שוין געזעצט מער ווייניגער און עס איז שוין נישטא וואס צו געווינען מיטן זיך שלאגן, און די בארד ווערט ווייסער אה ממאכט שלום.

גיב מיר א ברעך. יא יעצט זאל ער אויפהערן צו טערארזירן משפחות 3 אזייגער ביינאכט, ער איז דאך שטאטס רב ניין? זאל ער קער נעמען פון זיינע מטורפום, ער קען נישט קעיר נעמען? סנישט בידו? זאל ער אפטרעטן פון די רבנות.

אה ווייל מען איז מסדר קידושין שלא ברשותו האלט ער ממעג טערארזירן? אה פיין איז ער דאך יא א טעראריסט.

אגב מען רעדט שוין, זיין קליינע אומגעלונגענע ברודער וואס האט נישט קיין חסידים... האט שוין מיט א 10 יאר צוריק אפגעשטעלט זינלאזע טעראר, צו די האט ליין און די היידפארק גרופס, ווען ער האט געקענט געוואר ווערן ווער עס שטייט אונטער דעם, פרעג ח. ב. מ. אדער ס. ט. וואסערע פסקים זיי האבן אריינגעכאפט פון עם, וואס מיינסטו די פארמעגליך האט זיך פלוצלונג אפגעשטעלט? האלסט ער איז אויסגעלאפן פון סחורה??

@גאנצלע דו און דיינע חבירים שפרינגען לעצטענס געפערליך אונטער ווען מען רעדט פון די נושא, איך פארשטיי פארוואס...
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:29 pm#355324
נישט נאר דאס ער האט נאר אפען געזאגט אז ער געט צוריק ראדני פאר זיין ברודער און אזוי אויך די ירושה ער האט געהייסען זיינע מענטשן אין קר"י זאלן אויפהערן זיך צו שלאגן מיט די ווילעזש וכו' וכו'

דעס אז די מחלוקת האלט היינט נאר ביי די שטאפל אז שמחות איז די עיקר מחלוקה איז דאס וואס דארף געטון ווערן

יעצט לגבי די קאפלס פון בני יואל דארף מען מאכן שלום מיט די בני יואל בני יואל זאל אויפהערן גיין אקעגן די מרות פון שטעיטל און די טעראר וועט זיך אויפהערן

איר האט א שטארקע חשק אוועק צו דרייען די שמועס איבער ווער ס'האט געמאכט די מחלוקה אין סאטמאר סניף ברך משה לויפט איר צו בני יואל און דארט זענט איר אויך נישט גערעכט נעבעך

וואס מיינסטו די פארמעגליך האט זיך פלוצלונג אפגעשטעלט? האלסט ער איז אויסגעלאפן פון סחורה??

האהא מאכסטו מיר לאכן דער איז דאך ליגנער פון קאפ ביז פוס ניין ער איז נישט אויסגעלאפן פון סחורה ער קען פאבריצירן נאך און וויפיל ער וויל
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:47 pm#355327
גאנצל האט געשריבן:נישט נאר דאס ער האט נאר אפען געזאגט אז ער געט צוריק ראדני פאר זיין ברודער און אזוי אויך די ירושה ער האט געהייסען זיינע מענטשן אין קר"י זאלן אויפהערן זיך צו שלאגן מיט די ווילעזש וכו' וכו'

איך בארעכטיג נישט די מערכה וואס איז מעגליך די ארבעט פין אפאר היצקעפ, אין האט זיכער נישט מיט קיין קערפערשאפט, אבער דאס עפענען א זאל מיט א דירעקטע ציהל צוברעכן די רחניות'דיגע הנהגה פין שטאט נאכדערצו ווען לויטן דיין פין שטאט שפילט מיט הארבע חמורות, מיט דעם זעהן זיי נישט קיין פראבלעם,
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:53 pm#355328
עמעזאן האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:און די תירוץ אויף די שאלה צו ר' אהרן קען שלום מאכן מיט זיין ברודער יא ער קען און די גאנצע תגובה פון שם טוב קומט נישט דא אריין, די נושא דארף נישט קאליע מאכן זייער פריוואטע שלום כנ"ל

דו ביסט פיינע נייעס... אפשר זאגסטו מיר וועם עס גייט אן אז די ברודערס גייען נישט צו משפחה שמחות? יא א שיינע זאך אז נאכדעם וואס 99.99 % פון אלע סכסוכים זענען שוין געזעצט מער ווייניגער און עס איז שוין נישטא וואס צו געווינען מיטן זיך שלאגן, און די בארד ווערט ווייסער אה ממאכט שלום.

גיב מיר א ברעך. יא יעצט זאל ער אויפהערן צו טערארזירן משפחות 3 אזייגער ביינאכט, ער איז דאך שטאטס רב ניין? זאל ער קער נעמען פון זיינע מטורפום, ער קען נישט קעיר נעמען? סנישט בידו? זאל ער אפטרעטן פון די רבנות.

אה ווייל מען איז מסדר קידושין שלא ברשותו האלט ער ממעג טערארזירן? אה פיין איז ער דאך יא א טעראריסט.

אגב מען רעדט שוין, זיין קליינע אומגעלונגענע ברודער וואס האט נישט קיין חסידים... האט שוין מיט א 10 יאר צוריק אפגעשטעלט זינלאזע טעראר, צו די האט ליין און די היידפארק גרופס, ווען ער האט געקענט געוואר ווערן ווער עס שטייט אונטער דעם, פרעג ח. ב. מ. אדער ס. ט. וואסערע פסקים זיי האבן אריינגעכאפט פון עם, וואס מיינסטו די פארמעגליך האט זיך פלוצלונג אפגעשטעלט? האלסט ער איז אויסגעלאפן פון סחורה??

@גאנצלע דו און דיינע חבירים שפרינגען לעצטענס געפערליך אונטער ווען מען רעדט פון די נושא, איך פארשטיי פארוואס...

פרעג ר' אלתר קויפמאן וואס ער האט געליטן פין מהרז''לס זוהן אין זיין קליקע, כ'געדענק נאכדעם וואס ר' ישראל חיים מנשה האט פארלוירן די רבנות אין בי''ד וויפיל טעראר ס'געווען אלס נקמה, פרעג די אנדערע אידן וואס האבען געליטן זייט תשנ''ט, אפגערעדט וויפיל פרנסות האט מען צוגענומען, אין וויפיל מענטשן מ'האט חרוב געמאכט, יא אוודאי דארט ווי מהרז''ל קען גארנישט טוהן מוז ער הייבן די הענט, היידפארק גרופס האט מהרז''ל געהאלטן אפען ביז כינוס כלל ישראל, ער האט אפילו געהאט א אפציעלע פארמעגליך פארזעצונג מיט געפיטערטע היסטאריע פאר די קווינס בחורים וואס מ'פלעגט טיילן אין מהרז''ל'ס צענטערן, אין איז געווען ממש אקסעזשין, אין טאקע די פארמעגליך ארטיקלען האבען אנגעהאלטן ביז מ'האט געטראפען די בלעק בערי פין יענקי יאקבאוויטש וואס האט אסאך אויפגעדעקט ואכמ''ל אין דער הויפט שרייבער האט דעמאלטס באקומען ערגעץ א געהעריגע זשאב.
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 4:03 pm#355329
signout האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:נישט נאר דאס ער האט נאר אפען געזאגט אז ער געט צוריק ראדני פאר זיין ברודער און אזוי אויך די ירושה ער האט געהייסען זיינע מענטשן אין קר"י זאלן אויפהערן זיך צו שלאגן מיט די ווילעזש וכו' וכו'

דעס אז די מחלוקת האלט היינט נאר ביי די שטאפל אז שמחות איז די עיקר מחלוקה איז דאס וואס דארף געטון ווערן

יעצט לגבי די קאפלס פון בני יואל דארף מען מאכן שלום מיט די בני יואל בני יואל זאל אויפהערן גיין אקעגן די מרות פון שטעיטל און די טעראר וועט זיך אויפהערן

איר האט א שטארקע חשק אוועק צו דרייען די שמועס איבער ווער ס'האט געמאכט די מחלוקה אין סאטמאר סניף ברך משה לויפט איר צו בני יואל און דארט זענט איר אויך נישט גערעכט נעבעך

וואס מיינסטו די פארמעגליך האט זיך פלוצלונג אפגעשטעלט? האלסט ער איז אויסגעלאפן פון סחורה??

האהא מאכסטו מיר לאכן דער איז דאך ליגנער פון קאפ ביז פוס ניין ער איז נישט אויסגעלאפן פון סחורה ער קען פאבריצירן נאך און וויפיל ער וויל

איך בארעכטיג נישט די מערכה וואס איז מעגליך די ארבעט פין אפאר היצקעפ, אין האט זיכער נישט מיט קיין קערפערשאפט, אבער דאס עפענען א זאל מיט א דירעקטע ציהל צוברעכן די רחניות'דיגע הנהגה פין שטאט נאכדערצו ווען לויטן דיין פין שטאט שפילט מיט הארבע חמורות, מיט דעם זעהן זיי נישט קיין פראבלעם,

ניין זיי זעהן נישט. וואס קענסטו טון? אוו דער דיין איז דאך אויף א געהאלט ערגעץ...
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 11:50 pm#355367
כדי צו קענען מאכן שלום איז די ערשטע סטעפ אז מ'זאל וויסן איבער וואס מ'שלאגט זיך. נאך אזויפיל יאר און ברעין געוואשעכץ פון ביידע צדדים איז מען אינגאנצן פארפארן כדוגמת נשתכחה תורת בעה"ש.
ס'איז א פאקט: 50% ווילן ר"א און 50% ווילן רז"ל, נישט קיין נפק"מ די סיבות וואס האבן געפירט דערצי. ס'איז אויך א פאקט אז נכסי סאטמאר האט די מסבב כל הסיבות צוגעפירט אז ס'איז צוטיילט געווארן 50/50 צווישן די צוויי פראקציעס. טאמער וויל מען באמת שלום דארף מען גארנישט טון, בלויז נישט נאכקוקן וואס דער צווייטער טוט. אויב ס'איז א צורך השעה אז מ'דארף א כח הרבים, זאלן זיך די צוויי סאטמארס צאמשטעלן, אדערווייז זאל זיך יעדער גיין זיין וועג. ר"א זאל זיך וואטשן דאס מויל און ווען ער וויל פראקלאמירן א הידור אין מצות זאל ער עס נישט טון אויף אן אופן וואס קלאפט די אנדערע צד, און רז"ל זאל קאנטראלירן זיינע שרייבערלעך און נישט פירן א מערכה קעגן די ברידער'ס מבצעים. דעטס איט וואס פעלט אויס פאר שלום. טאמער ווילן זיך די ברודער איבערבעטן קענען זיי עס טון אבער ס'איז קיינעמס ביזנעס.
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:02 am#355368
Re: קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?
אלס א זייטיגע צוקוקער קוקט מיר אויס אז פון רבי אהרןס זייט קען די זאך ווערן מסודר איין צוויי ער מישט אריבער דאס בלעטל און אלע זיינע חסידים מישן מיט און גאר זיין שטאלץ פון זייער רבי דער וועלט בארימטע רודף שלום
ווידער ביי רבי זלמן לייב איז דער עסק קאמפליצירט א גרויסע עולם האט גאר א שטארקע פערזענליכע שנאה צו רבי אהרן אפגעזען וואס זייער רבי(?) האלט און נאכדעם איז נאך דא אסאך וואס זענען איבערצייגט אז די שנאה זייערע איז לויטער פארן באשעפער ממילא זעה איך נישט וויאזוי פון זיין זייט זאל די מחלוקת ווערן א פארגאנגענהייט
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:53 am#355370
mevakesh האט געשריבן:אלס א זייטיגע צוקוקער קוקט מיר אויס אז פון רבי אהרןס זייט קען די זאך ווערן מסודר איין צוויי ער מישט אריבער דאס בלעטל און אלע זיינע חסידים מישן מיט און גאר זיין שטאלץ פון זייער רבי דער וועלט בארימטע רודף שלום
ווידער ביי רבי זלמן לייב איז דער עסק קאמפליצירט א גרויסע עולם האט גאר א שטארקע פערזענליכע שנאה צו רבי אהרן אפגעזען וואס זייער רבי(?) האלט און נאכדעם איז נאך דא אסאך וואס זענען איבערצייגט אז די שנאה זייערע איז לויטער פארן באשעפער ממילא זעה איך נישט וויאזוי פון זיין זייט זאל די מחלוקת ווערן א פארגאנגענהייט

אזוי איז אויך און באבוב.

צד 45 איז שוין לאנג גרייט צו מישן דאס בלעטל, אפילו בלי בנינים, אבער 48 קען נישט שלום מאכן ווייל עס איז דא אן אידיעלאגישע שנאה איינגעבאקן מימות מהר"ש.
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 1:48 pm#355401
און וואס פעלט יעצט אז מ'זוכט שלום?
חוץ פון גיין צו יענעם'ס שמחות זעה איך נישט אז מ'זאל זיך נאך עפעס שלאגן דא...
יעדער האט א באזונדערע ריזיגע קהלה צו פירן שבת פאר זיך.
ולשלום מה זו עושה?
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 1:49 pm#355402
איך האלט אז ר' ישראל וועט נאך שלום מאכן מיטן אינגערן ברודער
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 2:13 pm#355405
פון ווען האלטסטו אזוי? איך מיין אז זייט טראמפ האט געמאכט שלום מיט מרת קלינטאן און געזאגט אז ער וועט איר נישט איינזעצן...
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 2:25 pm#355408
שמעקעדיג האט געשריבן:פון ווען האלטסטו אזוי? איך מיין אז זייט טראמפ האט געמאכט שלום מיט מרת קלינטאן און געזאגט אז ער וועט איר נישט איינזעצן...

זיי זענען אייביג חברים געווען. נאר פאר די מערכה האבען זיי מסכים געווען זיך צו שלאגען. טראמפע איז דאך געווען ביי טשעלסי'ס חתונה, און ביידער זענען גוטע חברים מיט jeffrey epstein, דע רטרויעריגע בארימטע ניינצענסטע דור.
פרייטאג נאוועמבער 25, 2016 2:32 pm#355474
שמעון וואלף האט געשריבן:כדי צו קענען מאכן שלום איז די ערשטע סטעפ אז מ'זאל וויסן איבער וואס מ'שלאגט זיך. נאך אזויפיל יאר און ברעין געוואשעכץ פון ביידע צדדים איז מען אינגאנצן פארפארן כדוגמת נשתכחה תורת בעה"ש.
ס'איז א פאקט: 50% ווילן ר"א און 50% ווילן רז"ל, נישט קיין נפק"מ די סיבות וואס האבן געפירט דערצי. ס'איז אויך א פאקט אז נכסי סאטמאר האט די מסבב כל הסיבות צוגעפירט אז ס'איז צוטיילט געווארן 50/50 צווישן די צוויי פראקציעס. טאמער וויל מען באמת שלום דארף מען גארנישט טון, בלויז נישט נאכקוקן וואס דער צווייטער טוט. אויב ס'איז א צורך השעה אז מ'דארף א כח הרבים, זאלן זיך די צוויי סאטמארס צאמשטעלן, אדערווייז זאל זיך יעדער גיין זיין וועג. ר"א זאל זיך וואטשן דאס מויל און ווען ער וויל פראקלאמירן א הידור אין מצות זאל ער עס נישט טון אויף אן אופן וואס קלאפט די אנדערע צד, און רז"ל זאל קאנטראלירן זיינע שרייבערלעך און נישט פירן א מערכה קעגן די ברידער'ס מבצעים. דעטס איט וואס פעלט אויס פאר שלום. טאמער ווילן זיך די ברודער איבערבעטן קענען זיי עס טון אבער ס'איז קיינעמס ביזנעס.

וואס איז מיט די פרייוואטע ירושה פון ב"מ זצ"ל וואס מהר"א האט גארנישט באקומען?
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 12:54 am#355501
איך בין בכלל נישט באקאנט וואספארא ירושה ער האט איבערגעלאזט.
די איינציגסטע זאך וואס איך ווייס איז אז די ברך האט איבערגעלאזט עטליכע הייזער און צוויי דערפון האט מר"א באקומען. אז די ווייסט מער פרטים וועגן די ירושה, קענסטי לאזן וויסן.
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 1:59 pm#355539
אפיציעל ליגט די ירושה אוועקגעלייגט ביז ר' אהרן לייגט צוריק די הויז פון די ברך משה וואס ער האט באגנבט.

די ארונים פארשטייען נישט אז יעדע זאך האט קאנסקווענצן. אז דו רופסט אין קארט אין ווילימסבורג וועט מען פראבירן צו מאכן צרות אין קרית יואל. פארכאפסט די ברך משה'ס הויז וועט מען מעקב זיין די ירושה. וכן הלאה.

וואלטן זיי ווען איינגעריט לכתחילה וואלט מען זיי נישט געמאכט קיין פראבלעמן.

זיי זענען נאר געשטאנען צו מקיין זיין די רצון פון די רבי זכרונו לברכה די ברך משה בפה ובכתב אז רז"ל זאל ירשנען די אדמורות אין ווילימסבורג, אז דו פארפירסט וועט מען דיר שטערו אין דיין פראפערטי.
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 2:03 pm#355541
למען הפונקטליכקייט, קיינער האט גארנישט באקומען, יעדער האט זיך אליינס געכאפט וואס מ'האט געקענט
מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:19 pm#355579
עמעזאן האט געשריבן:אפיציעל ליגט די ירושה אוועקגעלייגט ביז ר' אהרן לייגט צוריק די הויז פון די ברך משה וואס ער האט בא'גנב'עט.
זייט ווען נעמט מען צו פריוואטע ירושה ווייל מען האט א טענה אויף א הויז?
די הויז אין קר"י האט צד מהר"א געענטפערט די הזמנה און געגאנגען צו ד"ת, צד רז"ל האט זיך ארויסגעצויגן נישט וועלנדיג נאכקומען די תנאים פון צד השני, וואס ב"ד האט מסכים געווען

די ארונים פארשטייען נישט אז יעדע זאך האט קאנסקווענצן. אז דו רופסט אין קארט אין ווילימסבורג מען האט גערופן אין קארט? נישט פאר מ' האט מסרב געווען לד"ת וועט מען פראבירן צו מאכן צרות אין קרית יואל. פארכאפסט די ברך משה'ס הויז וועט מען מעקב זיין די ירושה. וכן הלאה.
און ווער האט פארכאפט די הויז אין וומסב"ג?

וואלטן זיי ווען איינגעריט לכתחילה וואלט מען זיי נישט געמאכט קיין פראבלעמען.
וועלכער מענטש וואלט ווען איינגערוט ווען מ'בא'גנב'עט אים (לשיטתו) און מ'וויל נישט קומען צו ד"ת?

זיי זענען נאר געשטאנען צו מקיים זיין די רצון פון די רבי זכרונו לברכה דער ברך משה בפה ובכתב אז רז"ל זאל ירש'נען די אדמורות אין וויליאמסבורג, אז דו פארפירסט וועט מען דיר שטערן אין דיין פראפערטי.
נישט דא ווער זאל לאכן
מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:20 pm#355580
קען אהרן מסאקמאר מאכן שלום?

באמת? נישט, ער איז דאך פון די גרעסטע בעלי מחלוקת אין די וועלט.

און אפי' אויב יא (ח"ו) דארף ער זיין א בהמה אויב ער מאכט שלום, ער מאכט דאך 100 מאהל מער מיט מחלוקת
מוצ"ש דעצעמבער 03, 2016 8:44 pm#356099
Re: קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?
ליפא האט געשריבן:איך האלט אז ר' ישראל וועט נאך שלום מאכן מיטן אינגערן ברודער

די וויזניצע ברודער רעדן יא,
מוצ"ש דעצעמבער 03, 2016 9:28 pm#356100
קאסטנער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:איך האלט אז ר' ישראל וועט נאך שלום מאכן מיטן אינגערן ברודער

די וויזניצע ברודער רעדן יא,

כ'רעד פון ר' ישראל טויסיג
מוצ"ש דעצעמבער 03, 2016 10:19 pm#356103
נע, עס שטייט בפירוש "וימלוך שלמה על ישראל"
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 12:16 am#356111
די מעשה איז אזוי משה גבאי איז אפטרופות אין הגריח פרמ שליט"א האט א צוואה (כך שמעתי נישט קאנפירמט)
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:37 am#356114
צום קעפל.

למעשה איז ראובן נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל צד רז"ל וועט פארלאנגן אויפצוגיבן אפיציאל די ווילימסבורג אמפעריע דאס הייסט די נייע בית המדרש אויף ראסס, און זיי וועלן פארלאנגען א טיר פון זייער בית החיים צום אלטע בית החיים, און א בשוטפות'דיגע בעלות אויף די אוהל.

למעשה דארף נאך מהר"א אויפגיבן היבש בעלות כדי עס זאל ווערן שלום, און אפשר איז דאס וואס האלט עם נאך צוריק פון שלום.
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 11:47 am#356124
א ארטיסט מאלט אויס א שלום
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:05 pm#356135
עמעזאן האט געשריבן:צום קעפל.
...
למעשה דארף נאך מהר"א אויפגיבן היבש בעלות כדי עס זאל ווערן שלום, און אפשר איז דאס וואס האלט עם נאך צוריק פון שלום.

ווייס מיר שוין וואס מהר"א דארף אויפגיבן
און וואס מהרז"ל דארף אויפגיבן כדי עס זאל זיין שלום ווייסטו אויך? אפשר קענסטו דאס אויך ביטע מיטיילן

ס'דאך נישט מער ווי יושר אז יעדער זאל עפעס אויפגעבן, אז מ'רעדט דאך פון שלום,
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:46 pm#356141
די נושא האשכול איז געווען די השערה אז ר' אהרן וויל שלום, וואס אויף דעם האט זיך ידידנו ראובן ארויפגעשטעלט מיט א טענה אז יעצט ווען ער האט נאר צו פארדינען זאל ער נישט קומען ווי א צדיק און א אוהב שלום.
אויף דעם ארויף שרייב איך אז ער דארף היבש אויפגיבן אויב וויל ער שלום.
רז"ל ווער רעדט פון שלום? ער זוכט דאס בכלל נישט.
@גאלד דארפסט נישט אנקוקען יעדע זאך מיט פארכמורעטע ברילן...
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 2:05 pm#356144
הייסט רז"ל זוכט בכלל נישט קיין שלום, אקעי, מסכים, שכוח פאר די אויסקלארונג, הצלחה.
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 3:03 pm#356146
וואס די ברודער זיכען יא צו נישט דאס ווייס איך נישט און מסתם דו אויך נישט, דא האט זיך געשאפן אן אשכול דורך ראובן וואס לפי שמועתו זיכט ר' אהרן צו זיין א רודף שלום, אויף די שמועה באציט זיך די גאנצע שמועס צו ר' אהרן האט נאך די מעגליכקייט צו זיין א רודף שלום, סוי ווי קומט אריין ר' זלמן לייב דא אין בילד??
@גאלד בארוהיגט אייך און פאר איר ענטפערט טראכט אריין צו עס איז מן הענין...
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 4:23 pm#356158
די בני יואל זאל איז אויך שלא מן הענין דא רעדט מען צו ר' אהרן קען שלום מאכן מיט רזל ?
מאנטאג יאנואר 09, 2017 8:04 pm#359376
כ'הער אז די שלום איז אין פילסטע שוואנג.
ערענסטע פארהאנדלונגען יעדן טאג צווישן אהרונים און זלונים
דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:45 pm#359447
עפעס הער איך אז ר' בערל ווייס פון לאס אנזשעלעס איז גרייט צי צאלן 10 מיליאן דאלער עס זאל ווערן שלום, ווייסט איינער מער פרטים דערוועגן?
דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:07 pm#359450
איך פערזענליך בין גרייט צי מאכען שלום פאר 5 מיליון
מיט וועמען דארף מען רעדן?
דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:29 pm#359454
מיט וועם שלאגט איר זיך?
דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:02 pm#359459
פאר 5 מיליאן דאללאר? וועמען דו ווילסט נאר!
דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:45 pm#359468
דערמאנט די מעשה מיט דעם שנארער וואס איז געקומען אנטראגן פאר ראטשילד א געווואלדיגער דיעל, ער קען דערויף פארדינען א האלב מיליאן פראנק.

--דהיינו?

-- כ'האב געזען געמאלדן אז דו זאגסט צו א גאנצן מיליאן נדן פאר דיין טאכטער'ס חתן, איך בין גרייט איר צו נעמען פאר א האלב מיליאן :-)
מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:29 am#359511
גאנצל האט געשריבן:איך כאפ נאך נישט פונקטליך די קנאת סופרים צו אדמו"ר מוויזניץ, ר' מענדעלע האט דאך ווי א טאטעלע זיך אפגעטראגן

אדמור מוויזניץ ןכן האדמור מטאהש האבן זיך געלערנט פון סאטמאר און באבוב אז ס'איז זיך נישטא פארוואס צו שלאגן ס'לוינט זיך נישט פיינענשעלי און וואס מכאפט האט מען סיי ווי

אגב ר' אהרן האט נישט מיט וועם צו שלום מאכם ווייל רז"ל מיט זיין סוויטע וועלן האבן נישט פארוואס דאס צו זוכן

איך זעי נישט אויף וואס ר' אהרן דארף זיך דא אויפשטעלן זאגן חטאתי ווען די 'גאנצע עצם' מחלוקה איז געווען נאר 'אים' צו ראטעווען סאו זיינע חסידים קענען ניט האבן קייו טענות ווייל זיי האבן דאך געוואלט אים ראטעווען פון אנקומען אין פלעטבוש

ראובן אזוי גלייכגילטיג מאכן הנחות און דרייען נישט ווייט פארגאנגענע היסטאריע און לויט דעם בויען הנחות איז א קונץ די גרעסטע שררייבער וואלטן געווארט עטליסט אז אידן וואס זענען יעצט און די דרייסיגער און אפ זאלן אנהויבן וועפן

נץבץ איך וואלט די שורות נישט געדארפט שרייבן משום כמה סיבות אבער שקר און בול שיט בלאף און היסטערי פארדרייעכץ ברויך נאטירלעך פארשריגן ווערן

סתם געשאסן, ר׳ ישראל האט זיך געלערנט פון סאטמאר און באבוב גאר? וואס האט ער זיך געלערנט? ר׳ ישראל איז דער גרעסטער ׳בעל מידות׳ וואס איז פארהאנען צווישן היינטיגע רבנים, די גרעסטע ראי׳ איז אז אין זיין לעבן אפילו מ׳האט אים גערודפט עד חרמה האט ער נישט געפענט די מויל נישט נאר אקעגן זיין טאטען, נאר אפילו איינער האט גערעדט א ווארט א קעגן זיינע גרעסטע שונאים!. פיינענטשאלי זאגסטו? ער האט ארויסגעווארפן זיין נאנסטער אנהעגער און שטיצער ר׳ מ״ד טאבאק בימי חורפו ווייל ער האט געזאגט א סטעטמענט אקעגן זיין טאטען וואס ער האט נישט געוואלט צוריקציען כיודיע.

ער האט זיך וואס צולערנען ביי אזעליכע שקצים מידות און מעש״ט אז ער האט געהאט אזא עלטער זיידע ווי דער אהבת ישראל? דעס האט דאך געבעטן סאשע פון איר מאן ביי די מחלוקה מיט די בני יואל, אז ער זאל טוהן אזויווי איר זיידע האט געטוהן מיט זיינע שונאים ווען ער האט זיך באזעצט אין גרויסווארדיין וואס זיינע גרעסטע קעגענער זענען צום סוף געווארן זיינע גרעסטע חסידים איינזעהנדיג זיין יושר, אמתקייט, אהבת ישראל, און אויסערגעווענטליכע מידות טובות, אבער למעשה האט ער עס געטוהן די ׳טייטלבוים וועג׳ און נישט וויאזוי א אמת׳דיגע ערליכע אויסגעארבעטע איד.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:52 am#359529
C/P
*ברעיקינג:* נאך לאנגע פארהאנדלונגען, איז געלונגן פאר הרבני הנגיד ר' *בערל ווייס* הי"ו פון לאס אנדזשעלעס צו אראנדזשירן א שבע ברכות בחצרות קדשינו, נכדי הברך משה זצ"ל, וואס וועט פארקומען *זינטאג מיטאג, בביתו נאווה קודש אין קרית יואל אויף איהעל קט.* מיט די השתתפות פון ביידע אדמורי"ם שליט"א, ואחיהם הגה"צ מ'זענטא שליט"א (דער ריכטיגער בעה"ב פונעם הויז), פון דארטן וועט רבינו שליט"א ארויפפארן קיין *קרית יטב לב בלומענבורג* ווי ס'וועט פארקומען א שבע ברכות לרגל שמחת בנו יקירו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:08 pm#359547
ארשיווע רב וועט אויך דארט זיין?

מ'האט זיך אן עצה געגעבען מיט גולובנציץ? ווייץ איז טאקע ערלעדיגט ווייל היי יאר איז קיינער נישט געגאנגען קיין אריזאנא.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:43 pm#359552
יעלה ויבא האט געשריבן:מיט די השתתפות פון ביידע אדמורי"ם שליט"א, ואחיהם הגה"צ מ'זענטא שליט"א (דער ריכטיגער בעה"ב פונעם הויז), פון דארטן וועט רבינו שליט"א ארויפפארן קיין *קרית יטב לב בלומענבורג* ווי ס'וועט פארקומען א שבע ברכות לרגל שמחת בנו יקירו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א

פון ווי שטאמט זיין בעלות?
מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:13 pm#359560
בעלות אהין בעלות אהער..
געענדיקט מיט די מחלוקת... מ'מאכט דאך שלום!
מיטוואך יאנואר 11, 2017 5:31 pm#359571
איינער האט א קראנטע מקור?
מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:26 pm#359575
ר׳ אהרן ווייסט שוין פון דעם? מ׳דארף איהם וויסענדיג מאכען. וואס איז זיין ניק?
מיטוואך יאנואר 11, 2017 7:54 pm#359582
וועלן מיר די אהרונים געבען קרעדיט פאר די ארץ החיים אפצאל, אדער זיי האבן מיך אינדער ערד?
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 5:23 pm#359643
פליקער האט געשריבן:וועלן מיר די אהרונים געבען קרעדיט פאר די ארץ החיים אפצאל, אדער זיי האבן מיך אינדער ערד?

יא, ווען די זאליס וועלן מיר צוריקגעבן די געלט פון מיין זיץ אין ראדני און פון נייעם ביהמ"ד וואס די געלט ליגט ביי זיי, וועלן די ארונים בעטן די זאליס זיי זאלן צוריקגעבן די ארץ החיים געלט וואס ליגט ביי די זאליס
פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:19 am#359674
איך האב אלס נישט פארשטאנען ווי קומט געלט אריין? טאמער שלום איז א ווירדע....

יעצט זע איך שוין. דער האט א זיץ אין ראדני און יענער פעלט א פלאץ אין ביה"ח. מ'דארף אלס ערלעדיגן, קאסט דאך געלט!
פרייטאג יאנואר 13, 2017 11:01 am#359696
מאנטאג פעברואר 13, 2017 6:00 pm#362714
ס'איז שטייט דארטן: "גורמים בחסידות אומרים על כך - "כמו שנתניהו אומר על החקירות שלא היה כלום כי אין כלום"
ס'הערט זיך עפעס נישט גוט, מען נעמט א מראי מקום פון ביבי...
בכל אופן, ס'שטייט נישט וואס פונקטלעך די פראבלעם היינט, נאר אז ס'האט זיך פארסטופט.
בעזר השם ס'וועט זיין גוט...
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:43 am#362962
הלואי ביי אונז אין ניו יארק אזאלעכע בילדער
הלואי ביי אונז אין ניו יארק אזאלעכע בילדער
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 4:30 pm#363001
די קרקע אין סאטמאר איז שוין רייף פאר א פרישע ספליט
קודם דארף מען פאראייניגן די אלטע שניט
ערשט נאכדעים וועט זיך אנהייבן די ריכטיגע פילוג.