Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?

קאווע שטיבל • קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11097
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 6:06 pm#355122
קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?
מ'הערט ידיעות אז דער באקאנטער אדמו"ר פון קרית יואל ר' אהרן טייטלבוים מסאטמאר האט אין די לעצטע טעג אויסגעדרוקט זיין קנאת סופרים אויף זיין שוואגער האדמו"ר ר' ישראל האגער מוויזניץ, אויף דעם וואס ער האט באוויזן צו זיין א צד אין דער מחלוקת בבית וויזניץ אבער האט פונדעסטוועגן זיך מתגבר געווען אויף דער תאווה זיך צו שלאגן מיט זיין ברודער האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ. ר' אהרן קוקט צו ווי זיין שוואגער פירט א חסידות פון טויזנטער מענטשן, און ווי ער האט דאס אלעס באוויזן אן אריינשלעפן זיין ציבור אין א גרויסער מחלוקת. דאס האט אים געברענגט צו טראכטן וויאזוי ער קען דאס נאך אפשר באווייזן ביי זיך, און אנטוויקלען א שטיקל שלום מיט זיין ברודער האדמו"ר ר' זלמן לייב מסאטמאר.

כ'גלייב אז דער אזוי-גערופענער שלום וועט אנקומען גאנץ בקרוב, ווייל ביי דער יעצטיגער פונקט אין היסטאריע האט ר' אהרן שוין גארנישט צו פארלירן. קיין אנגייענדיגע קאמפן געשעען שוין כמעט נישט, ביידע פארטייען זענען אוועקגעשטעלט אין אלע ערטער וואו סאטמארער חסידים וואוינען, און דער ריזיגער שטח פונעם "ביהמ"ד החדש" אין וויליאמסבורג איז געפרוירן – אין יוצא ואין בא. א שלום קען נאר ברענגען א פאזיטיווער ווינט אין דער קהילה, און וועט נאך געבן "בראוני פוינטס" איבער דער וועלט פאר דעם רבי'ן וועלכער האט "געמאכט שלום". (פאר האדמו"ר ר' זלמן לייב איז עס אביסל מער קאמפליצירט, היות א גרויסער פראצענט פון זיין עולם קלעבט צו אים בלויז ווייל זיי האבן פיינט ר' אהרנ'ען – אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.)

ווען ר' אהרן וועט דערקלערן שלום איז נישט קיין ספק אז ס'וועט טאקע זיין שלום ביי זיינע חסידים. הונדערטער פארווייטאגטע הערצער וואס האבן טענות ומענות אויף בני משפחה וואס האבן זיך געקליבן צום אנדערן צד וועלן פלוצלינג שפירן פיל לייכטער, און די באציאונגען וועלן א סך פארבעסערט ווערן. דאס איז א זאך וואס איז יעצט גאר שווער פאר פשוטי עם, ווייל דער רבי און זיינע נאנטע שטעלן אוועק דעם טאן, און אפילו איינער זאל מחליט זיין אז ער וועט נישט נעמען די מחלוקת צום הארצן, איז נאך אלץ לא ימלט אז ס'זאל נישט זיין א שטיקל קרירות אין הארץ. דאס איז אמת אפילו אין סאטמאר וואו די מחלוקת האט נישט געברענגט אזויפיל פירוד לבבות ווי אין אנדערע מקומות. מחלוקת שאדט גאר שטארק פאר משפחות, און דער פאקט אז ס'איז ערגער ביי אנדערע, נעמט נישט אוועק דעם חורבן וואס איז געשען דא.

פאר די לעצטע 18 יאר האבן די חסידים נישט געהאט דעם לוקסוס זיך ארויסצוזען פון דער מחלוקת מיט זייער אייגענעם ווילן. זיי האבן זיך געשלאגן פאר'ן רבי'ן ווען עס האט אויסגעפעלט, זיי האבן זיך פרייט מיט אים, געוויינט מיט אים, זיך באטייליגט ביי זיינע מסיבות, און געגעבן געלט צו בויען פאראלעלע קהילות אין די שטעט ווי דער ברודער האט מושל געווען. פלוצלינג, ווען דער רבי האט מחליט געווען אז אים לוינט זיך עס יעצט – אז ער האט שוין גארנישט צו פארלירן, נעמט ער זיך דעם רעכט צו געבן א פאכע מיט דער האנט: "שלום!"

שלום איז א פיינע זאך, און ס'איז טאקע העכסט צייט פאר שלום. אבער ס'איז ווידעראמאל א געלעגנהייט צו אריינצוטראכטן ווי ביים רבי'ן דרייט זיך אלעס ארום אים. קינדער וואס זענען געבוירן געווארן יענעם פסח ווען די סאטמארער מחלוקת האט אויסגעבראכן שטייען שוין אט אט אין שידוכים – א גאנצער דור האט ער ערצויגן מיט שנאה און השחתה, קארט קעיסעס, שמוציגע צייטונגען און פאשקעווילן, האטליינס, און פירוד לבבות. און יעצט, ווען ער האט שוין גארנישט צו פארלירן, וויל ער נאך זוכה זיין צו זיין א שיינער איד. א שלום-מאכער!

שלום ביים יעצטיגן מאמענט איז נאך א רינגל אין דעם קייטל פון זיינע אפארטוניסטישע מעשים. ביז יעצט האט זיך מיר געלוינט צו שלאגן; יעצט לוינט זיך מיר צו מאכן שלום. ר' איד, אויב איז געווען ריכטיג זיך צו שלאגן 18 יאר, זאלט איר מוחל זיין און זיך ווייטער שלאגן ביז'ן קבר אריין. אויב איז נישט געווען ריכטיג אנצוגיין מיט דעם הירוס אזויפיל יארן, דאן איז שלום נישט גענוג יעצט. דער רבי דארף זיך אויפשטעלן און האלטן א דרשה מיט א צעבראכענער שטימע, און וויינען אויף זיינע חטאים ופשעים פון די אלע יארן. ער דארף מודה זיין אז ער איז פארפירט געווארן פון דער עצת היצר, און בעטן זיינע חסידים אז זיי זאלן אים מוחל זיין פאר'ן זיי אריינשלעפן אין אזא חורבן. ערשט דאן קען ער בעטן זיינע חסידים אז זיי זאלן צוזאמען מיט אים מאכן שלום.

פערזענליך האף איך טאקע אויף אזא סצענע. דער רבי שטעלט זיך אויף, האט חרטה און נעמט אחריות אויף זיינע מעשים, און מאכט שלום. דאס הייסט א שלום, און אויף דעם קומט קרעדיט. נאר מיר ווייסן אוודאי, אז אויב וועט טאקע א שלום צושטאנד קומען וועט עס קומען מיט א באפעל פון אויבן. דער וואס האט ביז יעצט באפוילן אז מ'זאל זיך שלאגן, באפעלט יעצט אז מ'זאל זיין בשלום. דער רבי וועט מאכן א וויזיט ביים ברודער, קאמעראס וועלן בליצלן, בילדער-מאגאזינען וועלן ארומפליען איבער דער וועלט, און חסידים ואנשי מעשה וועלן אויסלויבן דעם צדיק וואס האט באוויזן צו מאכן שלום.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 6:49 pm#355127
יעדער עהרליכע איד ומדקדק בקלה כבחמורה איז מקפיד מקיים צו זיין דעם כל מחלוקת שאינה לשם שמים אין סופה להתקיים.

ערענסט גערעדט, אבער, די מחלוקת שלא לשם שמים איז די פראבלעם, נישט די שלום שלא לשם שמים. ס'איז קיינמאל פארהאן א שלעכטע סיבה צו זיין רודף את השלום.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 7:13 pm#355130
ראובן, די סאטמאר-וויזניץ אנאלאגיע גייט נאך טיפער. ביי ביידע האט מען קלאר געזעהן די צפיה צום יקרבו ימי אבל אבי און ביי ביידע איז געשעהן א שטוינענדע בליץ מהפכה.

ר''א איז דאך אלע יארן געווען פאניע בראט מיט משה גבאי מיט וועם ער האט צוזאמען פלאנירט אלע סאטמארע טעראר שטיק. און ר''מ האט געשיצט די וואס האבען בידים אראפגעקוילערט פון אלע טרעפ ר' ישראלטשע ווען ער האט פראבירט אנצוקומען צום טאטן נא אזויפיל יארן נע ונד.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 7:24 pm#355132
Re: קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?
בלוט זאל גיסן אבער שלום זאל זיין.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:04 pm#355135
איך כאפ נאך נישט פונקטליך די קנאת סופרים צו אדמו"ר מוויזניץ, ר' מענדעלע האט דאך ווי א טאטעלע זיך אפגעטראגן

אדמור מוויזניץ ןכן האדמור מטאהש האבן זיך געלערנט פון סאטמאר און באבוב אז ס'איז זיך נישטא פארוואס צו שלאגן ס'לוינט זיך נישט פיינענשעלי און וואס מכאפט האט מען סיי ווי

אגב ר' אהרן האט נישט מיט וועם צו שלום מאכם ווייל רז"ל מיט זיין סוויטע וועלן האבן נישט פארוואס דאס צו זוכן

איך זעי נישט אויף וואס ר' אהרן דארף זיך דא אויפשטעלן זאגן חטאתי ווען די 'גאנצע עצם' מחלוקה איז געווען נאר 'אים' צו ראטעווען סאו זיינע חסידים קענען ניט האבן קייו טענות ווייל זיי האבן דאך געוואלט אים ראטעווען פון אנקומען אין פלעטבוש

ראובן אזוי גלייכגילטיג מאכן הנחות און דרייען נישט ווייט פארגאנגענע היסטאריע און לויט דעם בויען הנחות איז א קונץ די גרעסטע שררייבער וואלטן געווארט עטליסט אז אידן וואס זענען יעצט און די דרייסיגער און אפ זאלן אנהויבן וועפן

נץבץ איך וואלט די שורות נישט געדארפט שרייבן משום כמה סיבות אבער שקר און בול שיט בלאף און היסטערי פארדרייעכץ ברויך נאטירלעך פארשריגן ווערן
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:25 pm#355136
גאנצל האט געשריבן: שקר און בול שיט בלאף און היסטערי פארדרייעכץ ברויך פארמעגליך פארשריגן ווערן
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:57 pm#355138
Re: קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?
ווי לאנג גייט געדויערן, ביז די אשכול גייט אנקומען אין צימעס?
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:39 pm#355140
איך געדענק נישט קיין פלאן צו גיבן די רבנות אין פלעטבוש פאר ר' אהרן דעמאלטסדיגע קרית יואלע רב.

אלס איינער וואס איז געווען ערוואקסען און מיט געהאלטן פון די נאנט פון די סאמע אנפאנג פאליטיק, געדענק איך נישט אז מען זאל עם וועלן אוועקנעמען די רבנות אין קר"י.
בסך הכל איז די רעדע אייביג געווען פון רבנות אין ווילימסבורג, און די רבי די ברך משה פלעגט אלס רעדן אז ר' אהרן אין קר"י און רז"ל אין ווילימסבורג, און די צוואה צו עס איז פאלש צו נישט ווערט אויך נאר דערמאנט די ווילימסבורג רבנות, זעהט מען קלאר אז די גבאים האט נישט געשטערט אז ער בליבט רבי אין קר"י.

מיר געדענקן נאך ווי ר' אהרן האט פון אנפאנג מקבל געווען אז רז"ל איז רב אין ווילימסבורג און דאס פראקלאמירט ברבים.
און ווען ער בלייבט מיט די טאן וואלט ער בעסער געשטאנען היינט.

באמת גרוילט מיר צו רעדן פון די נושא אבער ווי זאגט @גאנצל
איך אויך האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן: שקר און בול שיט בלאף און היסטערי פארדרייעכץ ברויך פארמעגליך פארשריגן ווערן
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:45 pm#355142
סאיז שרעקעדיגע נייעס, דאס מיינט אז די פאראייניגטע סאטמארע טאראר קומט צירוק?
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:58 pm#355146
ראובן: איך האב דיר געגעבן א לייק ווייל דו האסט ארויפגעברענגט די נושא. מיט אלע איבריגע סטעיטמענטס און הנחות וואס דו לייגסט דא אראפ ביניך אינגאנצן נישט מסכים.

איך בין נישט אזוי ווי מיין רבי, ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. איך האב נישט די כוחות. ער האט, נאכדעם וואס ק"ק סאקמער האט אנגעשטעלט א גוט שטיקל מיט רדיפות און ליצנות פון גדולים און צדיקים, ארויסגעגעבן א..."קונטרס הסברה"... וואו ער האט מסביר געווען בטוב טעם פארוואס מ'האט יענעם רב אדער רבי'ן געלייגט אין ד'רערד.

אויך איז דער מצב דא אינגאנצן אנדערש. ראשית כל. הר"ר אהרן שליט"א האט נישט געפיהרט קיין מלחמה מיט קיינעם לשם תאוות השררה. די גאנצע קאמפיין וואס ער האט אנגעפיהרט די אלע יארן איז געווען א דעפענסיווע מלחמה. כידוע, אז ר' משה פרידמאן/גבאי הי"ו האט געלאזט פאללן א סטעיטמענט אז ר' אהרן וועט אפשר זיין א רב אין א קליין בית מדרש'ל אין פלעטבוש. און פארשטייצעך אז ער האט געהאט זיינע אנהענגערס. און ווער שמועסט נאך אז די אנשי בליעל די אזוי-גערופענע בני יואל האבן געפיהרט א היציגן קאמף אקעיגן איהם און דעם ברך משה זצ"ל. זיי , די אלע אנשי מריבה האבן איהם געוואלט בארויבן פון זיין חלק אין די ירושה פונ'ם דברי יואל, זצ"ל. און ס'איז אלעס צוגעגאנגען מיט די גרעסטע בזיונות, אן חס צו זיין אויף זיין כבוד און די כבוד פון זיין משפחה און זיינע חסידים.

ממילא האט ער געמוזט פיהרן א שטארקן קאמפיין, וועלכעס האט בעז"ה מצליח געווען און געלייגט די שונאים אויף זייער פלאץ. היינט, ווען מ'קוקט צו אז אפילו אינמיטן דעם קאמפיין וואס מ'האט אנגעפיהרט אקעיגן די שונאי שנאת חינם, האטציך ב"ה די קהילה געבויעט מיט בתי מדרשים און ישיבות אויף פארשידענע דרגות, און כוללים. בשעת דער צווייטער צד (צד רז"ל) איז נאר נאכגעטאנצן. און אויך פרוביט צו מאכן ענליכע מוסדות. און לאמיר שוין נישט רעדן וויפיל שוועריגקייטן זיי האבן געמאכט (מיט מסירות, וד"ל) בשעת מ'האט געבויעט דעם ביהמ"ד אויף קיעפ סטריעט.

איך גיי שוין נישט רעדן פונ'ם חילוק אין די כישרונות ההנהגה און ידיעות התורה פון מהר"א און רז"ל. ממילא לאמיר קוקן ווער ס'קומט צום טיש מיט א גרעסערן און שטערקערן חלק פון זכות הנהגה. און אויב מהר"א שליט"א באשליסט צו מאכן א פאליטישן און אמת'דיגן שלום קומט דאס באגריסט צו ווערן.

יה"ר אז ס'זאלל מקויים ווערן די ברייתא...? א"ר אלעזר, אמר ר' חנינא, תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם...און אזוי ווי די משנה זאגט...אין לך כלי מחזיק ברכה יותר מן השלום...אמן...!
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:06 pm#355148
מיט א מימרא'לע וואס מתאמריה משמיה פון די גבאי משה וואס ער האט געזאלט צו זאגן פארענטפערט נאכנישט די מעשים.

פאקטיש איז קיינמאל קיין שטער געווען מתחילה צו די רבנות אין קרית יואל קיינמאל קיין דרשות געווען און אויך קיין מעשים.
און מצד די גבאי משה אויך קיינמאל. אלע דרשות והזהרות איז געווען כלפי ווילימסבורג אין די ערשטע עטליכע יאר.

און ווען ר' אהרן וואלט זיך באגנוט מיט תפשת מיעוט אין קרית יואל וואלט ער אסאך שענער געשטאנען און זיין ברודער וואלט נישט אנגעקומען צו האלב ווי ער שטייט היינט.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:38 pm#355149
צום נושא האשכול וועל איך מיטטיילען מיינע אבזערוואציעס פון די לעצטע צייט.

איך באגעגן זיך מיט האדמו"ר מהר"א פון צייט צו צייט סיי ארומגענומען מיט מאות חסידיו און סיי מער אויף א פריוואטע פארנעם, האב איך באמערקט לעצטענס אז זיין זעלבסט ווירדע האט זיך היבש געביטן, פון אן אמאליגע מלכות'דיגע כאראקטער כל כולו אומר כבוד, טראץ זיינע נאטורן ווי רעדן הויך ושלא מן הענין והזמן, וואס איז לאוו דווקא מן הנימוס בפרט פאר א מנהיג פון א גרויסע עדה, פארט האט געשפראצט פון עם מלכות, אזוי אויך זיינע מענטשען די גבאים האבן געהאט א יראת הכבוד ווען ער איז אנגעקומען ערגעץ האט זיך דערקענט אן אימה ויראת הכבוד כעומדים לפני המלך,
דאס אלעס איז נישטא ער איז אינערליך אנידערגעשלאגן און ער האט שוין נישט די מלכות פאוער און זיינע נאנטע מענטשען זעהט מען לאכן צווישען זיך ביליגערהייט ווען ער וויל עפעס בעטן דארף ער בפועל זיי רופען אנשטאט א ווינק.

און למעשה זעהט זיך דאס אן ביי די דרשות פומבי וואס אמאל איז דאס געווען פול מיט חידושים און תקנות פון מתקן זיין די וועלט, און אלעס האט זיך אויסגעלאזט ווי א זייף באלון, זיינע דרשות זענען סאליד און מיט כמעט חידושים.

דאס קען זיין א שטארקע פאקטאר צו זיין שלום זיכעריי למעשה ער מאכט זיך א חשבון וואס ער האט אויפגעטון מיט די מחלוקת וואס ער האט פארדינט דערמיט, דערזעהט ער זיך אז די ברודער איז א שטארקע נאמבער אין די וועלט און געווען מהעומדים הראש ביי די גרעסטע כינוס אפגעזען די סיבה פארוואס ער האט אפגעזאגט, האט עס למעשה זיין קליינע ברודער געמאכט אז ער איז א חלק פון די וועלט רבי'ס און עס גיט עם א שטארקע אימעדש וכדו' און למעשה פילט ער זיך אויסגעשפילט, אנדערש פון האדמור מבאבוב וואס זיכט דירעקט נישט צו זיין פון די וועלט באזארגערס, איז אונזער צדיק פון יא די טייג געקנאטן, און עס באדערט עם אז ער איז למעשה אונדרויסען, מיט זיינע סיבות משום קנאות איז ער א קול קורא במדבר.

נאך א חלק וואס קען צושפילען איז וואס די מאכער'ס טוישען זיך דור הולך ודור בא און די היינטיגע זעהן נישט קיין תועלת פון נאגעטיווע שריט ענדערש אויף א פאזיטיווע אופן, בפרט בפטירת הראש הקהל וואס ער איז אלס געווען העומד בראש.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:30 am#355167
אנדרעש ווי אלע וואס לייגען בוקי סרוקי אויף קדוש ישראל ר' אהרן, בין איך אבער מחולק מיט ראובן, שלום מעג זיין שלא לשם שמים, אין הכי נמי, די אמת'ע תשובה וואלט געוועהן א הודאה פין ביידע רבי'ס צום עולם, איך האב ענק מכשיל געוועהן מיט מיינע תאוות, און ענק אריין געצויגען אין מיינע רשעות. אבער א פאלשע שלום איז פארט בעסער ווי א אמת'ע מחלוקת.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:08 am#355169
אויך מיר א פארגלייך צו וויזניץ.
מיט וואס איז האדמו״ר ר׳ ישראל א צדיק?
וואס האט ער געגעבן דעם ברודער אויסער דעם נאמען וויזניץ?
וואס האט אים האדמו״ר ר׳ מענדל צוגענומען אויסער אפאר משוגעים?
קיין פרוטה אחת, קיין האלבער בעסמענט, און קיין שום חפץ ירושה.
איז פארוואס איז געווען א הוא אמינא אז האדמו״ר ר׳ ישראל זאל אים פייטן?
און דאס אלעס איז נאך וואס האדמו״ר ר׳ מענדל האט אלעס געהאט פאר וויפיל יאר?....
איך מוטשע מיר שוין מיט דעם יארן, אדרבה, אויב איינער קען מיר מסביר זיין.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 8:50 am#355174
איסר האטלקי האט געשריבן:אויך מיר א פארגלייך צו וויזניץ.
מיט וואס איז ישראל א צדיק?
וואס האט ער געגעבן דעם ברודער אויסער דעם נאמען וויזניץ?
וואס האט אים מענדל צוגענומען אויסער אפאר משוגעים?
קיין פרוטה אחת, קיין האלבער בעסמענט, און קיין שום חפץ ירושה.
איז פארוואס איז געווען א הוא אמינא אז ישראל זאל אים פייטן?
און דאס אלעס איז נאך וואס מענדל האט אלעס געהאט פאר וויפיל יאר?....
איך מוטשע מיר שוין מיט דעם יארן, אדרבה, אויב איינער קען מיר מסביר זיין.

פשוט, ביים ליינען די ארטיקעל ליין מענדל אנשטאט ישראל.
אזוי האב איך געטוען, מאכט מער סענס
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 10:26 am#355180
Re: קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?
@איסר האטלקי נאר פאר איהם נישט דערגיין די יארן נאך אלע רשעות וואס ער האט איהם געטוהן קומט זיך איהם די טיטל צדיק - אדער כאטש א ר'. אבער למעשה האט ער איהם באשיצט פון זיינע שונאים און מאכט נאך זיכער ער זאל באקומען כבוד. ר' ישראל איז טאקע א צדיק.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:40 pm#355194
ירמי' האט געשריבן:איך געדענק נישט קיין פלאן צו גיבן די רבנות אין פלעטבוש פאר ר' אהרן דעמאלטסדיגע קרית יואלע רב.

אלס איינער וואס איז געווען ערוואקסען און מיט געהאלטן פון די נאנט פון די סאמע אנפאנג פאליטיק, געדענק איך נישט אז מען זאל עם וועלן אוועקנעמען די רבנות אין קר"י.
בסך הכל איז די רעדע אייביג געווען פון רבנות אין ווילימסבורג, און די רבי די ברך משה פלעגט אלס רעדן אז ר' אהרן אין קר"י און רז"ל אין ווילימסבורג, און די צוואה צו עס איז פאלש צו נישט ווערט אויך נאר דערמאנט די ווילימסבורג רבנות, זעהט מען קלאר אז די גבאים האט נישט געשטערט אז ער בליבט רבי אין קר"י.

מיר געדענקן נאך ווי ר' אהרן האט פון אנפאנג מקבל געווען אז רז"ל איז רב אין ווילימסבורג און דאס פראקלאמירט ברבים.
און ווען ער בלייבט מיט די טאן וואלט ער בעסער געשטאנען היינט.

באמת גרוילט מיר צו רעדן פון די נושא אבער ווי זאגט @גאנצל
איך אויך האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן: שקר און בול שיט בלאף און היסטערי פארדרייעכץ ברויך פארמעגליך פארשריגן ווערן

אינטערסאנט, ווי מ'האלט שוין אזויפיל יאר אריבער אין מ'קען שוין שרייבן וואס ביז פאר עטליכע יאר צירוק וואלטן מען די שרייבער אנגעקוקט פאר אן אינדיג/לויפער סטייל ליגנער, @ירמי' שרייבט כאילו מ'רעדט בס''ה פין רבנות אין וומ''ס, ווער געדענקט די אינוואזיע אין סאטמאר ב''פ אין נאכפאלגענדע טוישן גבאים פראוו, די פראוו איבערצונעמן די מוסדות אין בני ברק וואס איז נאך היינט געפרוירן אין בג''ץ, די פארכאפונג פין די ת''ת אין לאנדאן, ביהמ''ד אין אנטווערפן, מוסדות אין ירושלים, פראוו פין כאפען די מתיבתא בנינים, די פארכאפונג פין בית החיים, ביהמ''ד אין מאנטריאל, וכו' ווי מהרז''ל האט פראבירט אדער באוויזן צו כאפען 'אינדרויסן' פין וומ''ס, מען האט תשנ''ט געדארפט זיין בלונד צו זעהן וואס די פלאן איז, אין ווען ס'וואלט געלונגען פאר צד מהרז''ל צו האלטן דעם ציבור חסידים פין ברך משה בלינד וואלט עס זיכער געשעהן, איין טאג וועט מען גאר הערן אז מהרז''ל איז אלס געווען רב אין וומס''ב אין מהר''א איז געווען רב אין סיגוט ב''פ וכו'
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:44 pm#355195
ירמי' האט געשריבן:מיט א מימרא'לע וואס מתאמריה משמיה פון די גבאי משה וואס ער האט געזאלט צו זאגן פארענטפערט נאכנישט די מעשים.

פאקטיש איז קיינמאל קיין שטער געווען מתחילה צו די רבנות אין קרית יואל קיינמאל קיין דרשות געווען און אויך קיין מעשים.
און מצד די גבאי משה אויך קיינמאל. אלע דרשות והזהרות איז געווען כלפי ווילימסבורג אין די ערשטע עטליכע יאר.

און ווען ר' אהרן וואלט זיך באגנוט מיט תפשת מיעוט אין קרית יואל וואלט ער אסאך שענער געשטאנען און זיין ברודער וואלט נישט אנגעקומען צו האלב ווי ער שטייט היינט.

היטלער האט אויך נישט געוואלט כאפען די וועלטס מאכט, נאר געווען א מימרא'לע.. (סארי פאר די עקזעמפל) פאקטיש האט צד מהרז''ל עטליכע מאל געפראווט איבערצונמען אין צוברעכן די הנהגה אין קרית יואל, אבער יעדעס מאל צום סוף דורכגעפאלען, א גרויס חלק דערפון איז באקאנט פאר יעדן, לדוגמא, ווען צד מהז''ל האט אפגעמאכט צו טוישן גבאים אדער ארויסווארפן מענטשן פין ביהמ''ד אין קרית יואל אין זיך באניצט אז דער ברך משה האט געהייסן האט מען געוויזן וואס ב''פ האט נאכדעם געוויזן, אין ווען צד מהרז''ל האט געוואלט איבערנעמן די וויליזש אין אויך די וועד הקרי' אין קרית יואל האט אים רוב ציבור געוויזן די וועג, אפגערעדט אז די שטח פין ביהמ''ד הגדול האט צד מהר''א אין די לעצטע מיניט געראטעוועט, אין הויז פין ברך משה אין קרית יואל איז אויך שוין געווען אין די האנט פין מהרז''ל, ווער ס'געדענקט ווי די קווינס בחורים פלעגן זיצן שבתים, אזוי אויך מיטן בית החיים אין נאך אסאך מער וואס דער ציבור האט אפילו נישט מיטגעהאלטן
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:49 pm#355196
ירמי' האט געשריבן:צום נושא האשכול וועל איך מיטטיילען מיינע אבזערוואציעס פון די לעצטע צייט.

איך באגעגן זיך מיט האדמו"ר מהר"א פון צייט צו צייט סיי ארומגענומען מיט מאות חסידיו און סיי מער אויף א פריוואטע פארנעם, האב איך באמערקט לעצטענס אז זיין זעלבסט ווירדע האט זיך היבש געביטן, פון אן אמאליגע מלכות'דיגע כאראקטער כל כולו אומר כבוד, טראץ זיינע נאטורן ווי רעדן הויך ושלא מן הענין והזמן, וואס איז לאוו דווקא מן הנימוס בפרט פאר א מנהיג פון א גרויסע עדה, פארט האט געשפראצט פון עם מלכות, אזוי אויך זיינע מענטשען די גבאים האבן געהאט א יראת הכבוד ווען ער איז אנגעקומען ערגעץ האט זיך דערקענט אן אימה ויראת הכבוד כעומדים לפני המלך,
דאס אלעס איז נישטא ער איז אינערליך אנידערגעשלאגן און ער האט שוין נישט די מלכות פאוער און זיינע נאנטע מענטשען זעהט מען לאכן צווישען זיך ביליגערהייט ווען ער וויל עפעס בעטן דארף ער בפועל זיי רופען אנשטאט א ווינק.

און למעשה זעהט זיך דאס אן ביי די דרשות פומבי וואס אמאל איז דאס געווען פול מיט חידושים און תקנות פון מתקן זיין די וועלט, און אלעס האט זיך אויסגעלאזט ווי א זייף באלון, זיינע דרשות זענען סאליד און מיט כמעט חידושים.

דאס קען זיין א שטארקע פאקטאר צו זיין שלום זיכעריי למעשה ער מאכט זיך א חשבון וואס ער האט אויפגעטון מיט די מחלוקת וואס ער האט פארדינט דערמיט, דערזעהט ער זיך אז די ברודער איז א שטארקע נאמבער אין די וועלט און געווען מהעומדים הראש ביי די גרעסטע כינוס אפגעזען די סיבה פארוואס ער האט אפגעזאגט, האט עס למעשה זיין קליינע ברודער געמאכט אז ער איז א חלק פון די וועלט רבי'ס און עס גיט עם א שטארקע אימעדש וכדו' און למעשה פילט ער זיך אויסגעשפילט, אנדערש פון האדמור מבאבוב וואס זיכט דירעקט נישט צו זיין פון די וועלט באזארגערס, איז אונזער צדיק פון יא די טייג געקנאטן, און עס באדערט עם אז ער איז למעשה אונדרויסען, מיט זיינע סיבות משום קנאות איז ער א קול קורא במדבר.

נאך א חלק וואס קען צושפילען איז וואס די מאכער'ס טוישען זיך דור הולך ודור בא און די היינטיגע זעהן נישט קיין תועלת פון נאגעטיווע שריט ענדערש אויף א פאזיטיווע אופן, בפרט בפטירת הראש הקהל וואס ער איז אלס געווען העומד בראש.
נאכדעם וואס די האסט שוין געוויזן ווי די באלאנגסט אין ווי שטארק דיין דמיון גייט, איז שוין א שאד דיינע פרישע, #פארמעגליך היידפארק אלערט
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:52 pm#355197
איסר האטלקי האט געשריבן:אויך מיר א פארגלייך צו וויזניץ.
מיט וואס איז האדמו״ר ר׳ ישראל א צדיק?
וואס האט ער געגעבן דעם ברודער אויסער דעם נאמען וויזניץ?
וואס האט אים האדמו״ר ר׳ מענדל צוגענומען אויסער אפאר משוגעים?
קיין פרוטה אחת, קיין האלבער בעסמענט, און קיין שום חפץ ירושה.
איז פארוואס איז געווען א הוא אמינא אז האדמו״ר ר׳ ישראל זאל אים פייטן?
און דאס אלעס איז נאך וואס האדמו״ר ר׳ מענדל האט אלעס געהאט פאר וויפיל יאר?....
איך מוטשע מיר שוין מיט דעם יארן, אדרבה, אויב איינער קען מיר מסביר זיין.

פאר עטליכע יאר צירוק ווען ר''מ איז געקומען קיין אמעריקא, האבען זיי דעמאלטס צושפרייט אן ארטיקל אז דער נאבעל שלום פרייז קומט זיך פאר זיי, ווייל ר''י האט ממילא אלעס געהאט אין זיך קרוגען וואלטן זיי געדארפט אנהייבן, (פין וואס זיי וואלט ממילא גארנישט פארדינט, ווייל אין ארץ ישראל איז געווען אפגעזיגעלט אלעס פאר ר''י אין אמעריקא איז שוין געווען צוטיילט ביי דין תורה בחיי אביהם)
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm#355199
איך ווייס נישט פון מוסדות דא צו דארט, און פון לויפער קען איך אויך נישט. אבער וואס פארא ליגענט האסטו געכאפט ר' מיכל אינדיג? און וואס איז געשען תשע"ו אין די פלאץ ווי ס'רעגענט נישט? ר' אהרן איז א וועלטס ת"ח און נאר איהם קומט זיך מיט רעכט דער פארהייליגטע נאמען אדמו"ר מסאטמאר. די אלע רעכטען האבען נישט קיין כח צוריק צו האלטען דער רעגען. וע"ע כאן
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:06 pm#355201
ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב נאכנישט יורד געווען לעומקה פון דיין סארקאסטישע תגובה. נו, איך בין דאך נישט מער ווי א בעל עגלה... :roll:
איך האב א פאר זאפטיגע אויסדרוקן דיר צו זאגן אויף ענגליש. נאר מ'קען עס נישט איבערזעצן אויף אידיש. און אויב יא. האביך מורא אז איך וועל זיין לאקד-אוט פון קאווע שטיבל... :roll:
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:10 pm#355202
ווען דער בעלזער רבי האט געשיקט שלום מאכן מיט מהר"א מסאטמאר האט מען אויך פארלאנגט ער זאל זיך אויפשטעלן ברבים און זיך זעלבסט מבזה זיין פאר זיינע חסידים אז ער האט געטון שלא ביושר און יעצט זעהט ער איין דעם אמת?
איך מיין אז מען טרייבט איבער אויב מען פארלאנגט דאס.
הלואי זאל ווערן שלום מהיום והלאה, און די איבערגעבעטעכץ וועט שוין קומען פון זיך אליינס מיט די צייט ווען די הערצער וועלן ווייכער ווערן.

בכלל איז זייער שווער זיך פארצושטעלן וואס דער שלום אפמאך וועט אין זיך ארייננעמען, לגבי בנינים, מוסדות, ווייץ אויף מצות, שחיטה, אינטערנעט פילטערס, הדלקות ל"ג בעומר, ווי ווייט וועט מען זיך יא - אדער נישט - משוגע מאכן אויף יעדע פרט ופרט.
אבער אפגעזען פון די שוועריגקייטן, איז אסאך שווערער צו בלייבן צוקריגט. כ'רעד שוין נישט תורה'דיג, נאר פשוט פראקטיש. וויפיל געלט און עגמ"נ וואלט מען געקענט שפארן ווען מ'איז אינאיינעם, צב"ש א כ"א כסלו, א פראטעסט, א סיום מסכתא, כ"ו אב, ז"ך ניסן, א.א.וו.

וואס איז געווען איז געווען - איבער גענוג שברי לב. זאלן ביידע בלייבן זיצן אינאיינעם און יעדער זאל משפיע זיין די חלק וואס ער קען בעסער, און שלום על ישראל.

# א שיינעם חלום האב איך געזען
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:14 pm#355204
איך ווייס נישט ווטס די גאנצער וויכוח איז דא.
אויב א איד מיט א גרויסע חסידות איז גרייט 11 יאר נאכן פירן זיין קהלה שלום צו מאכן, אפגעזען צו ער מוז צו נישט, און וואס עס איז געווען פארדעם, פאר דעם אליין אז ער איז גרייט מודה צו זיין אז ביז יעצט איז ער געווען א בעל מחלוקה וכדו', פאר דאם אליין דארף ער גראטולירט ווערן!
קומט אים א קלאפ אין רוקן. בראווא!
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:20 pm#355205
sighnout@

איך האף אז דו האסט גענוג צייט צו ענטפערן פאר דעם ליגנער דו רעדסט דא מיט איינעם וואס איז אדער געווען תשנ"ט און אין די פאלגענדע יארן אונטער 5 אדער איינער וואס איז אדורך א אייסיס סטיל ברעין פארניכטוגונג סאו נעמסט אויף דיר א שווערע זאך

צוריק צום נושא פון @ראובן ווי גלייך איינער רעדט שוין פון שלום און דו שטעלסט שוין אויס ווי זוי די שלום דארף אויסקוקן ..........
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:32 pm#355208
גאנצל האט געשריבן:sighnout@

איך האף אז דו האסט גענוג צייט צו ענטפערן פאר דעם ליגנער דו רעדסט דא מיט איינעם וואס איז אדער געווען תשנ"ט און אין די פאלגענדע יארן אונטער 5 אדער איינער וואס איז אדורך א אייסיס סטיל ברעין פארניכטוגונג סאו נעמסט אויף דיר א שווערע זאך

צוריק צום נושא פון @ראובן ווי גלייך איינער רעדט שוין פון שלום און דו שטעלסט שוין אויס ווי זוי די שלום דארף אויסקוקן ..........

איך ווייס נישט ווי אלט ירמי איז דעמאלט געווען, דיין תגובה יעצט ווייזט נאר ווי אלט די ביסט יעצט..

ירמי דאס זענען טיפיקעל די ארונישע שרייבער דא. אפשר דא איין גאלד אדער נאך 1 2 וואס קענען ענטפערן א זאך נארמאל, אן היידפארק סטייל תגובות.. גיי אן ווייטער, שרייב ווי א מענטש און ווער נישט איטימידעטעט.

בכלל העסטו באמערקן אז ווען אימער עמיצער גיט א כאראקטער אנאליז אויף זייער רבין, דאס נעמט זיי ארויס פון די כלים מער ווי די ערגסטע קללות.. והטעם פשוט ומובן...
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:35 pm#355209
ירמי' גיי אן איינער דארף וויכטיג דיין חיזוק
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:37 pm#355210
אוודאי איז שלום א גוטע זאך, נאר איך רעד וועגן דעם מציאות פון האדמו"ר ר' אהרן -- און אנדערע אדמו"רים -- וואס קענען פירן וויפיל מחלוקת זיי ווילן, און ווען זיי ווילן אנדערש, האבן זיי נאך דער לוקסוס צו נעמען קרעדיט פאר'ן מאכן שלום.

געוויסע האבן זיך דא אריינגעלאזט אין א דין ודברים צי האדמו"ר ר' אהרן איז געווען גערעכט מיט זיין מחלוקת און צי האדמו"ר ר' ישראל האט געקענט האבן טענות אויף האדמו"ר ר' מענדל. דאס איז נישט די שמועס דא. לאמיר אפילו אננעמען אז האדמו"ר ר' אהרן איז געווען גערעכט מיט זיין מחלוקת, למעשה האט ער מחליט געווען אז ער וויל נישט אראפשלונגען זיינע "גערעכטע" טענות פאר דער טובה פון כלל ישראל, נאר אז ער וויל זיך אויסשלאגן עד סוף. ער האט נישט געפירט די מחלוקת פאר אידישקייט און פאר דער טובה פון זיינע חסידים, נאר פאר זיינע פערזענליכע "גערעכטע" טענות. ער האט געמאכט א החלטה אז היות "עס קומט אים" צו האבן פארשידענע פאזיציעס און רעכטן, האט ער רעכט צו פירן א מחלוקת פאר לאנגע יארן און דערין אריינשטעלן אלופי אלפי ישראל. עס איז געווען זיין טשויס, און יעצט זאל ער מיר נישט קומען ווי א צדיק און פרעדיגן שלום.

און לגבי ר' ישראל איז נאריש אים נישט צו געבן כאטש אביסל קרעדיט. אפילו אויב זאל איינער אננעמען אז ר' מענדל איז דער גרעסערער צדיק דא, ווייסן מיר זייער גוט אז אין ר' ישראל'ס אויגן און אין די אויגן פון זיינע חסידים זענען דא גענוג סיבות אויף צו שטעלן פיסלעך פאר ר' מענדל. ר' ישראל האט געמאכט די החלטה אז ער וועט עס נישט טון, און עס קומט אים קרעדיט.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:42 pm#355212
תיקון טעות ר' אהרן איז נישט געווען 'גערעכט' מיט זיין מחלוקת

די מחלוקת האט מען געמאכט 'מיט אים' ער איז געווען די 'מיטל' די טאאל פונעם מחלוקה מ'האט אים דא געוואלט מסדר זיין און ס'איז ביי דיר נישט קיין נייעס פינטל
זיינע חסידים האבן אים געראטעוועט און זיך נישט געלאזט ווארפן ווי א דאגי דעטס אלל דו ווייסט עס זייער גוט

איך האב נישט קיין פראבלעם ווען איינער זאגט אז ר' אהרן איז א שוטה בעל גאוה נואף זאג וואס דו ווילסט און ירמי' מיט'ן תמים קענען שרייבן אנאליזן אזוי גרויס ווי דעם אסיף אויפ'ן פרעזענליכקייט פון אהרן איך האב נישט קיין שום פראבלעים איך ליין עס מיט הנאה

אבער די פאקטן פארדריי נישט פליס

היות אבער ווי ראובן האט למעשה דא געוואלט מאכן א פוינט וואס איז א גוטע פוינט (ער האט נאר נישט גענוצט די גוטע נעמען אין זיין סטארי.........) דעריבער וועל איך מיך איינהאלטן צו אנווארטן די אלע סברות כרסיות און ליגענט
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 3:28 pm#355219
לפענ"ד, לעת עתה, איז נאר דא איין וועג פאר שלום.

ביידע צדדים זאלן אינגאנצן זיך געזעגענען פון בנינים, נכסים, וכדומה, וואס זענען נישט תחת ידם, דאס איז צו א קלעבעדיגע פונקט. פארגעס דערפין. ביי ביי.

נאר איין זאך זאל מען פאוקס; די רבי'ס פערזענליך זאלן זיך צוריק מאחד זיין ווי ברודער כימי קדם, איינמאל דאס געשעהט איז די מחלוקה אטאמאטיש בטל לגמרי כמאן דליתא,

מאך נישט קיין אסיפות, קיין החלטות, קיין גארנישט, ר' אהרן זאל במלא הדרו אריינשטורעמען צו די ברודער'ס שמחה כאילו לא הי'

ממה נפשך, אויב נעמט מען אויף בכבוד הראוי' איז דאך גוט, אויב ווארפט מען איהם ארויס ווי א כלב, איז אויך נישט שלעכט, ווייזט ער דאך פאר די וועלט אז ער איז נישט דער שטער פאר שלום,
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 3:33 pm#355224
מיינסט אז די נועם המדות פארטיי וועט ארויסווארפן מהר"א ווי א הונט אויב ער קומט צוליב שלום?
וואס וועט זיין פארקערט, אויב מהרז"ל וועט אריינשטורמען צו א חתונה פון זיין ברודער, וועט מען אים אויפנעמען בסבר פנים יפות? :P
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:05 pm#355225
1000 פראצענט אז יא מ'גייט אויפנעמען רז"ל שיין ביי מהרא
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:34 pm#355228
פאר מיר זעלבסט, מאכט עס גארנישט אויס צו מ'מאכט שלום צו נישט. אלס בלייבט דער זעלבע ביי מיר אין לעבען.


אחוץ איין זאך, א קליינער אבער גאר א וויכטיגער. דער חתימה פון ATUB @גאלד ATUB וועט זיך טוישען.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:52 pm#355231
Re: קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?
מהרא שליט"א. אז נאך היינט או סצנה!

Sent from my LG-K120 using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:09 pm#355234
ביידע וועלן באקומען כבוד מלכים ווען מ'וועט אריינשטורעמען צום ברודער, דערין איז נישטא קיין ספק.
די שאלה איז: ווער וועט זיך דער ערשטער אראפלאזן און איינמאל פאר אלעמעל ברעכן די קאלטע אייז?
הלוואי וועט עס געשען, העכסט צייט אפצושטעלן די קינדערישע מחלוקה!
:roll: :roll: :roll:
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 7:07 pm#355249
גאנצל האט געשריבן:1000 פראצענט אז יא מ'גייט אויפנעמען רז"ל שיין ביי מהר"א

ממש אזוי? מאך עס 999.99%.

שמעלקא'לע האט געשריבן:ביידע וועלן באקומען כבוד מלכים ווען מ'וועט אריינשטורעמען צום ברודער, דערין איז נישטא קיין ספק.

איך מעג מהרהר זיין דערין און האבן א ספק-ספיקא?
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 8:51 pm#355257
ערלעדיגט זאל זיין 9999999999 אבער דאס איז די מציאות

אגב פאר אינטערסאנקייט די פארגאנגענע וואך אין משולחן מלכים ביי איינע פון די תוכן פולע שמועסן רעדט ר' אהרן פון זיין ברודער
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 9:13 pm#355260
יעדעס יאר ראש השנה ביינאכט טראכט איך צו מיר ווי שיין וואלט געווען ווען רז"ל שפאצירט אריבער צו זיין ברידער, (שפעט ביינאכט, נאכ'ן טיש) אליינס מיט זיין הויז בחור, מ'בעהט זיך איבער און מ'ווינטשט א גוט יאר. דאס איז סאך גרינגער ווי אריינשפאצירן צו א שמחה בפני קהל ועדה
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 10:00 pm#355262
גאנצל האט געשריבן:אגב פאר אינטערסאנקייט די פארגאנגענע וואך אין משולחן מלכים ביי איינע פון די תוכן פולע שמועסן רעדט ר' אהרן פון זיין ברודער

וואס איז די אינטרעסאנטקייט, אז ער האט עם יעצט דערמאנט אדער אז ביז יעצט האט ער עם נישט דערמאנט?
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 10:13 pm#355263
בן אדם האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אגב פאר אינטערסאנקייט די פארגאנגענע וואך אין משולחן מלכים ביי איינע פון די תוכן פולע שמועסן רעדט ר' אהרן פון זיין ברודער

וואס איז די אינטרעסאנטקייט, אז ער האט עם יעצט דערמאנט אדער אז ביז יעצט האט ער עם נישט דערמאנט?



משולחן מלכים איז געווענליך פלפולים חידושי תורה היסטאריע פון תלמידיבע"ש איך מיין צווישן פלפולים און חידושי תורה האט ער אים נישט צופיל ווי צו דערמנען

אגב ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס ער דערמאנט צווישן שמועסן פון משפחה זאכן

(פארשטייט זיך אליין אז ז"ל האלט אין איין רעדן בשבחו פון זיין ברודער)
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 10:53 pm#355267
אפשר קען מען אנהייבן מיט בעיבי סטעפס למשל צו באפעלען זיינע מטורפים זיי זאלן תיכף אויפהערן צו טעראריזירן, פארשעמן, רודפן און צאפן דאס בלוט פון אומשולדיגע קליינע קאפלעך וואס האבן חתונה געהאט אין וואדבערי וואס זענען שוין געבוירן געווארן לאנגע יארן נאך התייסדות קרית יואל מיט בני יואל צוזאמען, נאכדעם עמער רעדן פון שלום מאכן מיטן ברודער
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 11:11 pm#355269
Re: קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום?
גאנצל האט געשריבן:
אגב פאר אינטערסאנקייט די פארגאנגענע וואך אין משולחן מלכים ביי איינע פון די תוכן פולע שמועסן רעדט ר' אהרן פון זיין ברודער

אפשר ברענגסטו אראפ אן אויסצוגעפונען וואס ער האט גערעדט פון זיין ברודער?
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:31 am#355280
א איד: מסתמא אז דער פאטעיטא קוגל ביי זיין טיש איז געווען זייער גוט און געשמאק. ס'האט געהאט א סאך פעפער... :lol: :roll:
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 2:14 am#355285
איסר האטלקי האט געשריבן:אויך מיר א פארגלייך צו וויזניץ.
מיט וואס איז האדמו״ר ר׳ ישראל א צדיק?
וואס האט ער געגעבן דעם ברודער אויסער דעם נאמען וויזניץ?
וואס האט אים האדמו״ר ר׳ מענדל צוגענומען אויסער אפאר משוגעים?
קיין פרוטה אחת, קיין האלבער בעסמענט, און קיין שום חפץ ירושה.
איז פארוואס איז געווען א הוא אמינא אז האדמו״ר ר׳ ישראל זאל אים פייטן?
און דאס אלעס איז נאך וואס האדמו״ר ר׳ מענדל האט אלעס געהאט פאר וויפיל יאר?....
איך מוטשע מיר שוין מיט דעם יארן, אדרבה, אויב איינער קען מיר מסביר זיין.


דו ביסט פון קאפ געפאלן? פארוואס זאל ער אים עפעס געבן? רוב עולם איז דאך נישט מיט אים! חוץ מזה ער האט באקומען אפאר מיליאן דאללער בירושה מעהר פון ר׳ ישראל, דעס ווייסטו אויך?

ר׳ ישראל איז שוין איינמאל א צדיק! איך קען אים שוין יאהרן פערזענליך, א אויסערגעוונטליכע בעל מידות און א לב טוב, רעדט נישט קיין נערישקייטן, ווען ר׳ מענדלע איז געוועהן אין פאוער איז ר׳ ישראלטשע געוועהן א ארחי פרחי און געשלאפן אין הקדש אן קיין פרוטה אין טאש, באקומען פאוני קאולס יעדע נאכט, געכאפט מכות מיט שטיינער ביי שמחות און לוית, מ׳האט אים און זיינע קינדער גערודפט אויף טריט און שריט פאר צוואנציג יאהר, יעצט ווען די רעדל האט זיך געדרייט און ר׳ ישראלטשע איז יעצט אין פאוער זענען ביידע ברודערס גרויסע רבי׳ס און ביידע קענען זיך רופן וויזניץ (אפילו די טאטע האט געלאזט צוואה אז נאר ר׳ ישראלטשע זאל זיך רופן וויזניץ), ר׳ ישראלטשע איז א סימבאל פון אמתע ״אהבת ישראל״ און פון א א אוהב ורודף שלום.
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:49 pm#355299
shem-tov האט געשריבן:אפשר קען מען אנהייבן מיט בעיבי סטעפס למשל צו באפעלען זיינע מטורפים זיי זאלן תיכף אויפהערן צו טעראריזירן, פארשעמן, רודפן און צאפן דאס בלוט פון אומשולדיגע קליינע קאפלעך וואס האבן חתונה געהאט אין וואדבערי וואס זענען שוין געבוירן געווארן לאנגע יארן נאך התייסדות קרית יואל מיט בני יואל צוזאמען, נאכדעם עמער רעדן פון שלום מאכן מיטן ברודער


איך האב א גרינגערע בעבי סטעפ קודם זאל זיך אויפהערן די חוצפה און עזות קעגן א מרא דאתרא און א דומץ דמתא און קעגן תקנת ראשונים זיך נישט ארום צו שפילן מיט סדור קידושין און צוזאמענהאנג מיט דעם זאל זיך אויפהערן דאס רודפן און יורד זיין לחייו פון 100'טער מענטשן אין ק"י וואס דארפן נייטיג האבן די ענעקסעישן און נאכדעים איז אלעס בשלום סיי ווי
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:57 pm#355301
האסט שוין דיין תשובה. ר' אהרן האט דא געשריבען, אדער געשיקט שרייבען, אז ער האלט נישט דערביי.

גראדע פארשטיי איך איהם. ס'איז נישט זיין פייט, ס'איז גאר די ראשונים. פערצופאל איז ער דער וואס איז איינגעוויילט דורך רוב איינוואוינער אלס רב אין שטאט (נישט ח"ו מכח געלט צו מאכט, וואס איז דאך נגד תקנת הראשונים), און דעריבער איז עס א מחלוקת ארום איהם. ווען א צווייטער וואלט געווען רב אין א שטאט, וואלט ער פונקט אזוי זיך געשלאגען. וואס פאר א רעכט האט ער שלום צו מאכען? זאלען די ראשונים קומען שלום מאכען
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:02 pm#355302
אינטערסאנט נאך די תגובה פון בן אדם האסטו נישט געזען קיין שליחות פון רז"ל אז ער וויל נישט נאכגעבן דא באמערקסטו עס תיכף ומיד

#אינטערסאנטע ספעקטאל
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:03 pm#355303
גאנצל האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:אפשר קען מען אנהייבן מיט בעיבי סטעפס למשל צו באפעלען זיינע מטורפים זיי זאלן תיכף אויפהערן צו טעראריזירן, פארשעמן, רודפן און צאפן דאס בלוט פון אומשולדיגע קליינע קאפלעך וואס האבן חתונה געהאט אין וואדבערי וואס זענען שוין געבוירן געווארן לאנגע יארן נאך התייסדות קרית יואל מיט בני יואל צוזאמען, נאכדעם עמער רעדן פון שלום מאכן מיטן ברודער


איך האב א גרינגערע בעבי סטעפ קודם זאל זיך אויפהערן די חוצפה און עזות קעגן א מרא דאתרא און א דומץ דמתא און קעגן תקנת ראשונים זיך נישט ארום צו שפילן מיט סדור קידושין און צוזאמענהאנג מיט דעם זאל זיך אויפהערן דאס רודפן און יורד זיין לחייו פון 100'טער מענטשן אין ק"י וואס דארפן נייטיג האבן די ענעקסעישן און נאכדעים איז אלעס בשלום סיי ווי

לאל. כאילו די טעראר אלע יארן אין די מ''םס און נו''נס האבן נישט געהאט דעם זעלבן תירוץ אז מ'שלאגט זיך מיט מחוצפים אא''וו. (בני יואל) און אויף יענע צייטן האבן דאך די ארונים געשריגן אז משה גבאי האט דאס אנגעדרייט... און יעצט (יעצט, פון תש''ס) אן משה וועט דאס מער נישט זיין.
שטעלט זיך די פראגע, ווער שטייט היינט אונטער די 'אויסגעהאלטענע' טעראר? ווער העצט היינט ר' אהרנען??
איך האלט שוין פון לאנג אז משה איז נאך סיקרעטלי גוט מיט דיין רבי...
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:08 pm#355304
עפעס קענען מיר נאך פון קראלע און צו דעם האב מיר זיך געלערנט פון משה ווי זוי ער האט זיך געווארפן מיט ר' אהרן'ס מענטשן אין ראדני ביז זיי האבן זיך באזעצט אין הופער

ביי די וועי די היינטיגע מכריז זיין וועמענס קידושין ס'טויג נישט צו וויסן אויף שפעטער ביי שידוכים קומט דען צו צו די טעראר וואס משה גבאי האט אנגעפיכט אלע יארן ?....
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:47 pm#355307
גאנצל האט געשריבן:אינטערסאנט נאך די תגובה פון בן אדם האסטו נישט געזען קיין שליחות פון רז"ל אז ער וויל נישט נאכגעבן דא באמערקסטו עס תיכף ומיד

#אינטערסאנטע ספעקטאל


ס'איז מעגליך אביסל שווער, אבער ליין איבער די שאלה. קען האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר מאכן שלום? אויף דער אנדערע צדיק לבית סאטמאר, קען מען עפענען א באזונדערע אשכול צו ער האלט דערביי. אפשר דארף ער אויך קודם טרעפען ראשונים אויף אנצונעמען פאר זייער כבוד.