אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
91 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 283 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1114
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:53 pm#355310
למשל דער ראדימנער count נישט. חוץ פון דעם וואס סאיז א מעשה נורא פונאנאנדער סארט.
דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:40 pm#394903
דינסטאג פעברואר 06, 2018 2:19 pm#394917
זר זהב האט געשריבן:וואלט דוד המלך סורווייווט אין די היינטיגע ענווייערמענט? -- איך ווייס פון די גמרא "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה", דאךפרעג איך...
דארפסט נישט צוקומען צו די היינטיגע ענווייראמענט די גמרא זאגט אז נאך בחייו פלעגט מען איהם באשמיצן "אפילו בשעה שעוסקין בנגעים ואהלות אומרים לי דוד הבא על אשת איש מיתתו במה ואני אומר להם מיתתו בחנק ויש לו חלק לעוה"ב אבל המלבין את פני חבירו ברבים אין לו חלק לעוה"ב" (ב"מ נ"ט:) ועיין שבת ל. אז זיי האבן נישט אויפגעגעבן אפילו נאך זיין טויט. ועיין באברבנאל שמואל ב' סוף פרק י"א וז"ל: והדברים האלה לחכמינו ז״ל הם דרכי הדרש... ולא כפשוטן... והכתוב מעיד על המעשה הרע כולו בפירוש, ואם דוד לא חטא איך אמר חטאתי להשם ולמה עשה תשובה מעולה... ולכן לא יסבול דעתי להקל בחטאת דוד, ולא אכחיש האמת הפשוט... סוף דבר אם הכתוב קראו חוטא והוא הודה חטאו, איך היה טועה אדם בהאמינו. טוב לי שאומר שחטא מאד והודה מאוד, ושב בתשובה גמורה וקבל עונשו ובזה נתכפרו עונותיו.
דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:53 pm#394944
הערט און האט הנאה
m http://breslevemet.net/2017/06/%d7%a8%d ... %98%d7%94/ m
m http://breslevemet.net/2017/06/%d7%a8%d ... %98%d7%94/ m
מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:15 am#394955
Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
דעטס איט... איך בין געווארן אויס חסיד פון ברלנד... אז די בעל הפתק בעצמו האט זיך אויסגעדריקט אויף איהם אזעלכע מורא'דיגע דיבורים היוצאים מנהמת לבו הטהורה מתוך צחוק מכאיב אז ממש כל השומע יצחק לי... יעצט איז שוין טאקע צייט צו פארלאזן ברלנד און זיך מדבק זיין אינגאנצן נאר אין נ נח נחמ נחמן...ברוך שפינוזה האט געשריבן:הערט און האט הנאה
http://breslevemet.net/2017/06/%d7%a8%d ... %98%d7%94/

מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:08 am#394973
Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
רוב ברסלבע'ר משפיעים פעלט א שראפל
מיטוואך פעברואר 07, 2018 8:29 am#394979
יהודי פשוט האט געשריבן:רוב ברסלבע'ר משפיעים פעלט א שראפל
די חילוק צווישן ברסלבע און אנדערע איז אז ברסלבע זענען איין מאל משוגע. די אנדערע זענען דאפלט משוגע, נישט נאר זיי זענען משוגע, זיי זענען נאך איינגערעדט אין זיך אז זיי זענען נארמאל, און דאס איז די בראך. זיין משוגע איז נישט קיין שום פראבלעם, אלע פראבלעמען קומען, פון זיין איינגערעדט אין זיך. קוק עס נאך וועסטו זען, אז די וואס זענען איינגערעדט אין זיך, בדרך כלל געלונגט עס זיי זיך צו האלטן אין די ראמען (אפילו הכי קען א געניט אויג באמערקן די צודראדלטקייט וואס ליגט אונטער די מאסקע) אבער ווען ס'קומט ארויס די אמת, רחמנא לישזבן.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 11:02 am#413909
פרישע מעשה, דאסמאל אין מתמידים
m https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 71,00.html m
m https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 71,00.html m
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:12 pm#413933
Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
ס'שוין ארויס געקומען די צוויי זייט פון די מעשה...כלבאשבוע האט געשריבן:פרישע מעשה, דאסמאל אין מתמידים
https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 71,00.html
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:16 pm#413935
Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
מאת איש מתמידים
אז תראו לאחר שוודאי חלק ממכם קראתם את הסיפור המדמיע של eli hirschmann (קישור בתגובה הראשונה) אז בואו נמוסס קצת את הסיפור שהוא מנסה להציג כמושלם
דבר ראשון אפרט במי מדובר
לבן אדם הזה קוראים ברוך אלימלך הירשמן בן מתתיהו הירשמן (ויש מצב שאתם מכירים אותו מפנים אמיתיות שבאופן די מוזר לא העלה שם את הסיפור הזה....) הוא היה מ "חשובי" קהילה ירושלמית המתמידים בראשות הגאון רבי לייב מינצברג שליט"א במשך השנים שהוא נמנה על בני הקהילה הוא ואחיו ואביו התחילו בזיוף אלפי מסמכים ותעודות זהות כדי להוציא במרמה סכומי עתק מהמדינה תוך כדי רדיפה של עשרות מבני הקהילה שלא רצו להיות מעורבים בעניין והוערבו בעל כורחם
לפני כ 8 שנים היה פשיטה משטרתית על כמה ממשרדי הקהילה והוחרמו ראיות נגד משפחתו של הירשמן שבו התגלו שהם הגיע למעילה בכספי המדינה בסכום של 52 מליון שקל.....
כמובן באותו רגע eli hirschmann איבד את עשתונותיו והחל לשלוח בכל יום חברי קהילה שונים לבדיקות פוליגרף אצל חברו "חייט" כדי לבדוק אם אחד מהם הלשין עליו לרשויות
לאחר שסיים להטריד מאות מבני הקהילה הוא עלה להרב מינצברג בבקשו ברוב חוצפתו שגם הוא ילך להיבדק כי לדעתו הרב הלשין עליהם....
לאחר שבני ביתו של הרב סירבו בנחרצות לאפשר לרב ללכת להיבדק ולהשפיל את עצמו החל שלב האיומים....
Eli hirschmann
התחיל לאיים על הרב שאם הוא לא הולך אז הוא יפיץ נגדו סיפורים שהוא התעלל בו מינית וכ'ו....
הרי הדבר הכי קל זה להאשים מישהו בהטרדה מינית ודבר ראשון להכפישו בציבור
לאחר שהרב סירב בכל זאת להיבדק הלך ההוא ותבע את הרב על הטרדה מינית....
אחרי כמה וכמה דיונים שבו התגלו סתירות מכל צד וצד בסיפור המצוץ מהאצבע הוחלט פה אחד בבית המשפט שזה עלילת שווא
מאז הענינים התגלגל במהירות כשמשפחתו של הירשמן הורחקו מהקהילה עקב מעשיהם הנבזים ומכאן לשם עבר 8 שנים שבו היו דיונים בפרשיית המעילה ואחרי הכל הוחלט שבחודש הקרוב יכנסו בני המשפחה למעצר כל אחד בדרגה שלו
וכאן מצא eli hirschmann את ההזדמנות להפיץ מחדש את הסיפור והפעם בניסוח מופלא ומדויק וברשת החברתית שכאן אין דין ואין דיין.....
לאחר שהסיפור צבר תאוצה התחלתי לעבור קצת על התגובות וראה זה פלא אין כמעט תגובות סותרות.... נשמע די מושלם לא?
ואז התחלתי לחפור קצת והנה אני רואה פוסט מסוים שסותר את הסיפור שלו (יצורף בתגובות) אני מתחיל לקרוא ו....הופ.... התגובה נעלמה...
טוב חשבתי שזה מקרה בודד ואני מחכה כמה דקות והנה עוד פוסט שסותר ושוב אותו סיפור אני מתחיל לקרוא ו... זה נעלם שוב .... מוזר
ואז התחלתי לשים לב שכל מי שמגיב שלא לרוחו של eli hirschmann תגובתו נמחקת והפרופיל נחסם להגיב...
התחלתי לעשות צילומי מסך ואת אלו אני ימרף בתגובות חלק בלפני ואחרי וחלק ברק לפני לאחר שלא מצאתי את האחרי מרוב שינויים בתגובות
בכל אופן אתם יכולים לנסות תעתיקו את הטקסט הזה ותראו פלא.... התגובה נמחקת והפרופיל נחסם...
הכותב
גולש מאוכזב

זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:38 pm#413938
יא, די הירשמאן מעשה איז פארווייטאגט פון וועלכע זייט מען זאל נאר קוקן דערויף.
פון איין זייט, פארוואס זאל איינער גיין אויפמאכן אזא שרעקליכע באשולדיגונג אויף זיין אייגענע זיידע.
אבער מצד שני ווייסט יעדער אז זיין טאטע מיט עטליכע בני משפחה האבען געגנבט 52 שלמים און גייען בקרוב אריין אין חד גדיא. ער האט זיך גגט און דאכט זיך איז עמטליך ג. והעיקר עטליכע פון זיינע חברים זענען ארויס אין די עפנטליכקייט אז עמנו הייתם ווען מען האט אויפגעטראכט די מעשה צוזאמען.

זונטאג אקטאבער 07, 2018 11:50 pm#413969
און עס איז נאכאלץ א חידוש אז דער אייניקל זאל עס טוהן. וואס וויל ער מיט דעם העלפען זיין טאטע?
איך בין נישט מסכים מיט דעם וואס דער נפגע שרייבט אז קיין איינער וועט נישט אויפמאכן א מעשה אז מען האט זיי פוגע געוועהן. כבר היה לעולמים.
איך בין נישט מסכים מיט דעם וואס דער נפגע שרייבט אז קיין איינער וועט נישט אויפמאכן א מעשה אז מען האט זיי פוגע געוועהן. כבר היה לעולמים.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:31 am#415258
ברוך דיין האמת, האדמו''ר ר' לייבל מינצבערג זצ''ל ממתמידים
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 1:49 am#418088
נאר פאר די אינפארמאציע פון די וועלכע לעסטערן הרב בערלאנד שליט"א, זייענדיג פערזענליך גוט מיט עטליכע פון זיינע נענטסטע מענטשן און מיט עטליכע פון זיינע געוועזענע חסידים, וויל איך מגלה זיין אז די אלע וואס גלייבן די וואנזיניגע מעשיות אז דער איד איז קיין מנוול, ער ליידט פון מאניק אטאקעס און פון דארט נעמט זיך אלע זיינע אינטערסאנטקייטן, א עובד ה' איז ער און א קלוגער אינטעלעקטואלער מענטש אויך, פאר דער וואס ווייסט נישט, ער רעדט זיבן שפראכן.
סתם פאר אינטערסאנטקייט, זיין מאמע איז א סטראלאוויטש, ער איז אן ערשטע קוזין מיט הנגיד ר' יחזקאל סטרולאוויטש...
סתם פאר אינטערסאנטקייט, זיין מאמע איז א סטראלאוויטש, ער איז אן ערשטע קוזין מיט הנגיד ר' יחזקאל סטרולאוויטש...
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 1:53 am#418089
מאך זיכער האט געשריבן:ער ליידט פון מאניק אטאקעס און פון דארט נעמט זיך אלע זיינע אינטערסאנטקייטן און מנוולות,
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 7:04 am#418097
א נייע היתר צו זינדיגן, ליידט פון מאניק אטאקעס, סטראלאוויטש, זיבן שפראכן.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 9:39 am#418100
זיבן שפראכן
לשון קודש
אראמיש
עברית
אידיש
ענגליש
ואידך פירושא היא
לשון קודש
אראמיש
עברית
אידיש
ענגליש
ואידך פירושא היא
זונטאג פעברואר 10, 2019 11:25 am#424170
ארטיקל אין פארווערטס
איז הרבֿ אליעזר בערלאַנד אַ צווייטער שבתי צבֿי? (ערשטער טייל)
By יהושע כּהנא
הרב אליעזר בערלאנד, א ברעסלאווער רב אין דער אלטער שטאט ירושלים, א איד אין זיינע אנהויב אכציגער יארן, האט צענדליגער יארן געהאט א נאמען פון א ראדיקאלער צדיק, וואס דאוונט שעהען לאנג, מיט א טרייסלדיגער קערפער, רופט אפט צו תשובה און תעניתים, און הייסט גלייכצייטיג זיינע חסידים, די “שובו בנים” חברה, טון ווילדע אומ’אחריות’דיגע מעשים אזויווי גיין צו קברי צדיקים אונטער די פאלעסטינער טעריטאריעס טראץ די סכנת נפשות. בלויז זיין צורה מיט די צעשויבערטע פאות, זיינע פלייצעס פארוויקלט מיטן שטענדיגן טלית, און א הויפן ספרים פארנט פון אים, ווארפט אן א הייליגע אימה.
הרב אליעזר בערלאנדס חסידים זענען מערסטנס בעלי תשובה, גלייך ווי הרב בערלאנד אליין. ער דערציילט אז אלס יוגנטליכער האט ער שפאצירט אויפן כרמל בארג אין חיפה און א געטליכער קול האט אים אויפגעוויזן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. זיינע חסידים האבן זייער רב פארגעטערט און פארהייליגט. גלייך ווי זייער ענטוזיאסטישער רבי האבן זיך אויך זיינע חסידים געשאפן א נאמען מיט די דאזיגע מידות, אדער ראדיקאלן, אדער גרויסע משפיעים. איינע פון זיינע באקאנטע תלמידים איז הרב שלום ארוש, וועמענס ספרים איבער אמונה און אנדערע לעבנס פארמעסטונגען זענען פארשפרייט געווארן איבער אלע שיכטן און קרייזן, אין עברית, ענגליש און אידיש.
פלוצלינג, ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג, האט אין 2012 זיך פארשפרייט א שמועה אז הרב בערלאנד דער ראדיקאלער צדיק איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר געכאפט געווארן ביי די מעשה. עמיצער א יונגערמאן א פייערדיגער חסיד זיינער, נחמן שלום הייסט ער, פלעגט אין די שפעטע נאכט שעה’ן קלעטערן אויף דעם רער פון דער געביידע ביזן רבי’נס פענסטער ערווארטענדיג צו זען א מלאך’ישער עבודה, און צו זיין שרעק זעט ער זיין רבי’ן ליגן מיט א חסידיתטע. דאס איז בלויז געווען דער אנהייב. באלד ווי די מעשה איז ארויס זענען צוביסליך נאך מעשיות ארויפגעשווימען דורך גבית־עדות פון אנדערע פרויען.
הרב בערלאנד האט דערשפירט די היץ, איז ער ארויס אין גלות, און אויסגעקליבן האט ער, ווי צו פארפעפערן די דראמע, דעם ווילדן… אפריקע. אין אנהייב — מאראקא און פון דארטן קיין זימבאבוויי און צום לעצט קיין דרום אפריקע. צוריק קיין ארץ ישראל איז בערלאנד געקומען אין קייטן, און אפגעזעסן א קורצע צייט.
הרב יום טוב חשין, א יונגער כאריזמאטישער ברעסלאווער רעדנער מיט א רויטער בארד, האט געבראכן דאס צעמישעניש ביים חרדישן ציבור. “יא יא, — האט חשין אויסגעשריגן אין איין רעדע נאך דער אנדערער — עס איז ליידער אמת אן ספק, דער הרב בערלאנד איז א רשע.‟ יום טוב חשין איז א געוועזענער מקורב פון נישט קיין צווייטער ווי הרב בערלאנד אליין, און ער איז מעיד אז דער געוועזענער רבי זיינער איז א שרעקליכער נואף. הרב חשין איז געווארן דער ערשטער און הויפט לוחם קעגן הרב בערלאנד.
בערלאנדס חסידים האבן מיט אלע כוחות פראבירט צו רייניגן זייער רבי’נס נאמען. זיי האבן געשריגן אז די גאנצע מעשה איז א בילבול און דער רבי ליידט פאר די זינד פונעם דור. נאך דעם ווי בערלאנד איז ארויס אויף דער פריי, האבן די חסידים זיינע מיטן כוח פון פראפעגאנדע פראבירט צוריקצוברענגען דעם כבוד פון בערלאנדס פערזענליכקייט. באמבאסטישע באזוכן זענען אפגעשטאט געווארן דורך די שובו בנים חברה מיט זייער רבין אין שטעט אין שטעטלעך איבערן לאנד, מיט שרייעדיגע פלאקאטן אז דער צדיק הדור און ניסים מאכער קומט אין שטאט.
און דא האט זיך אנגעהויבן די גרויסע מלחמה קעגן הרב בערלאנד וואס האט פארשלעפט דעם מצב אַלץ טיפער און טיפער.
ווי קען מען דען לאזן אזא פארשוין געניסן כבוד ביי כלל ישראל?! נאך איינער קען זיך נאך חלילה טועה זיין אז ער איז א צדיק. האט יום טוב חשין צוזאמען מיט אנדערע ברעסלאווער משפיעים אריינגעלייגט כוחות אז די גאס זאל וויסן ווער דער אזוי גערופענער צדיק איז. א רעקארדירונג איז פארשפרייט געווארן ווי בערלאנדס אייגענע רביצין באקלאגט זיך ביטערליך וואס פאר א מעשים „איום ונורא‟ זי האט געזען איר מאן אפטון רח”ל. דער ציל איז פארשטענדליך.
אזוי ווי עס איז נישט געבליבן א ברירה, האבן טייל בערלאנדער פארטיידיגט דעם רב, זאגנדיק: „דער רב איז קודש הקדשים, א צדיק העכער פון געווענדליכע מענטלישע באגריפן, און זיינע מעשים, וואס זיי זאלן נאר זיין, קען מען נישט שאצן.
נאר אזעלעכע ווערטער האבן אויסגעפעלט… א ויצעקו איז געמאכט געווארן אין די געסעלאך פון מאה שערים: „געוואלד געשריגן, א רבי רעכט אפ זינדיגע מעשים מיט חסידיתטעס וועלעכע קומען צו אים פאר א ברכה מיט די אויסרייד אז דאס וועט זיין א תיקון פאר זייער נשמה! דאס איז דאך שבתאות! אויך שבתי צבי מיט זיין נאכפאלגער יעקב פראנק האבן געטון מעשים מגונים און די נאכשלעפער האבן אלעס פארטיידיגט מיטן אויסרייד פון הויכע נשמות און אנדערע מיסטישע גלויבנס.‟
עס איז יעצט געווארן קלאר אז נישט נאר איז אלעס מותר פאר זייער רב, נאר דער רב זייערער איז כמעט איינס מיט גאט. אנדערע האבן געזאגט אז שוין פון יארן טוען די בערלאנדער פארגעטערן זייער רב ענליך ווי די נאכפאלגער פון יאשקען. רעקארדירונגען זענען פארשפרייט געווארן פון הרב בערלאנד און זיינע גרויסע תלמידים וואו עס ווערט ארויסגעברענגט כמעט בפירוש אז ער, הרב בערלאנד, איז גאט אין מענטשליכן געשטאלט.
שרייעדיגע מחאות זענען ארויס קעגן דעם משיח שקר, דעם נייעם יעזוס. די בערלאנדער זענען געווארן ווילד, אפילו אפגעראכטן פיזישע וואנדאליזם און געשלעגן.
אזוי, זיי קענען טיילן מכות אויכעט? שרייעדיגע קול קורות זענען יעצט ארויס אז די בערלאנדער זענען „רוצחים‟. אנדערע האבן געזאגט אז שוין פון יארן האט זיך דערקענט א בארבארישע טענדענץ ביי די חברה, ספעציעל דורך אירע גבאים, און דאס אלעס נעמט זיך פונעם חינוך פון דעם וואנזיניגן, צערודערטן רבי’ן זייערער. אויך אויף דעם איז דא רעקארדירונגען. די רביצין זיינער דערציילט אז איר מאן’ס אייגענע געשוויסטער האבן אים גערופן היטלער און א סאדיסט. מען הערט אויף מער ווי איין רעקארדירונג ווי בערלאנד אליינס איז אין די רציחה און שרייט אויס: „איך וועל אייך שיסן מיט א ביקס‟; „כ’וועל אייך צערייסן אויף שטיקער‟ און „איך בין מפקיר זיין בלוט‟.
„ניין ניין,‟ שרייען זיינע נאכשלעפער ווען די וואסער דערגרייכט שוין דעם גארגל. „דאס זענען בלויז העכערע אויסדרוקן פונעם רב, כדי מבטל צו זיין שלעכטע גזירות!‟
בלויז אויסדרוקן? הרב אמנון יצחק האט זיך צוגעשטעלט צו דער מלחמה אנטקעגן הרב בערלאנד, ער האט ברבים אנטדעקט וואס פאר א צווייפלהאפטער מענטש ער איז, ער איז פארבונדן מיט פארברעכער. א רעקארדירונג האט ער ארויסגעלאזט ווי דער פארשוין דערציילט אז ער האט געגעסן „מענטשן פלייש‟ אין כינע, און עס איז געשמאק, זאגט ער גראב ארויס… עדות זענען דא ווי ער שיקט חסידים צו שווארצע געשעפטן און פארלאנגט א פראצענט. אנדערע רעקארדירונגען זענען פארשפרייט געווארן ווי בערלאנד מיט זיינע גבאים פראבירן ארויסצוקוועטשן גרויסע סומעס געלט פון משפחות פון קראנקע אויף וועם דאקטוירים האבן אויפגעגעבן מיט פאלטשע צוזאגן אז מיט דער „פדיון נפש‟ פארן רב וועט דער חולה אויפשטיין תחיית המתים…
און די געפאנגענע שובו בנים’ניקעס כארכלען ווייטער: „צדיק צדיק צדיק יסוד עולם‟.
„וואס צדיק ווער צדיק?‟ שרייט הרב חשין, דער דרייסטער קעמפער קעגן דעם בערלאנד קליפה. „אפילו דער עבודת השם וואס מען זעט ביי זיין דאווענען איז א בלאף,‟ אנטפלעקט חשין נאכאנאנד צו זיינע צוהערער. „אינדערהיים היפערט ער איבער דאס דאווענען, ער איז א קל און פרא אדם וואס שרייט אויף די עביצין מיט באנומענע קולות.‟
הכלל, א שארלאטאן, אן איש מושחת איז אנטדעקט געווארן אין דעם כלומרשטן צדיק וקדוש, א פארדארבענער משיח שקר. נאך די אלע שמועות, גיט שוין זיין בהלה’דיגער צורה נישט דעם אש קודשדיגן איינדרוק, נאר ליבערשט אן אנבליק פון א פארצוקענדיקער טיגער.
וואלט דאך אצינד געדארפט זיין א דבר פשוט אז יעדער חרדישער רב זאל זיך פון דעם בערלאנדער משיח שקר אפטרײסלען. א גרויסער חידוש אבער וואס געציילטע חשובע חרדישע אידן, אזוי ווי הרב שלום ארוש, דער מחבר פון „אין אמונה גארטן‟, און הרב מוטה פראנק, שטיצן ווייטער בערלאנד און מען שרייט געוואלד. נאך די אלע זאכן וועלעכע שרייען ביזן הימל קען נאך דער מאניאק זיין לעגיטים ביי חרדים?
(המשך קומט)
נאָך אידיש מיט אן „א” ←
© 2019 Forward Association, Inc. All Rights Reserved.
גאַנצע זײַט View full site →
זונטאג פעברואר 10, 2019 11:41 am#424171
שוין באלד ווי די בּלאַט , רב ברלנד איז נישט קיין בעל תשובה
זונטאג פעברואר 10, 2019 12:32 pm#424173
טאקע נישט בעל תשובה, אבער ער קומט נישט פון א פרומע משפחה.
זונטאג פעברואר 10, 2019 12:48 pm#424175
איך מיין גראדע אז ער אליין זאגט אז ער טוט תשובה אויף אלע עבירות מיט אלע פרויען.
זונטאג פעברואר 10, 2019 1:56 pm#424181
איסר האטלקי האט געשריבן:טאקע נישט בעל תשובה, אבער ער קומט נישט פון א פרומע משפחה.
דו מיינסט צו זאגן ״חרדי׳שע משפחה״
זונטאג פעברואר 10, 2019 2:47 pm#424184
כ'מיין צו זאגן אז ער האט נאכנישט תשובה געטון...
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:53 pm#449233
די זעלבסשטענדיגע בית דין וואס איז געשטעלט געווארן בהסכמת ביידע צדדים צו דערגיין די אמיתות הדברים אויב די מעשיות אויף הרב בערלאנד איז אמת, איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז יא, די מעשים זענען געטאן געווארן און מען ברויך זיך טאקע דערווייטערן פון בערלאנד
דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:27 pm#449243
שושן פורים האט געשריבן:די זעלבסשטענדיגע בית דין וואס איז געשטעלט געווארן בהסכמת ביידע צדדים צו דערגיין די אמיתות הדברים אויב די מעשיות אויף הרב בערלאנד איז אמת, איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז יא, די מעשים זענען געטאן געווארן און מען ברויך זיך טאקע דערווייטערן פון בערלאנד
קען זיין
אבער נישט דאס שטייט אין די מכתב וואס דו האסט דא געברענגט
דאנערשטאג מאי 21, 2020 5:39 pm#449255
הקטן האט געשריבן:שושן פורים האט געשריבן:די זעלבסשטענדיגע בית דין וואס איז געשטעלט געווארן בהסכמת ביידע צדדים צו דערגיין די אמיתות הדברים אויב די מעשיות אויף הרב בערלאנד איז אמת, איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז יא, די מעשים זענען געטאן געווארן און מען ברויך זיך טאקע דערווייטערן פון בערלאנד
קען זיין
אבער נישט דאס שטייט אין די מכתב וואס דו האסט דא געברענגט
וואס דען מיינען די ווערטער.
"ובמהלכו התקבלו עדויות מפורשות וראיות על מעשים שלא ייעשו, ומהם חמורים ביותר, ברור שעפ"י דעת תורתינו הקדושה מי שאינו שומר על דברים שהם מג' חמורות ואביזרייהו, שומר נפשו ירחק ממנו ומחוייבים לפעול בזה."
דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:03 pm#449272
די בריוו האט שוין צובאקומען נאך פילע מכתבי גדולי הרבנים:
דאנערשטאג מאי 21, 2020 10:34 pm#449300
שושן פורים האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:שושן פורים האט געשריבן:די זעלבסשטענדיגע בית דין וואס איז געשטעלט געווארן בהסכמת ביידע צדדים צו דערגיין די אמיתות הדברים אויב די מעשיות אויף הרב בערלאנד איז אמת, איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז יא, די מעשים זענען געטאן געווארן און מען ברויך זיך טאקע דערווייטערן פון בערלאנד
קען זיין
אבער נישט דאס שטייט אין די מכתב וואס דו האסט דא געברענגט
וואס דען מיינען די ווערטער.
"ובמהלכו התקבלו עדויות מפורשות וראיות על מעשים שלא ייעשו, ומהם חמורים ביותר, ברור שעפ"י דעת תורתינו הקדושה מי שאינו שומר על דברים שהם מג' חמורות ואביזרייהו, שומר נפשו ירחק ממנו ומחוייבים לפעול בזה."
זיי האבן מקבל געווען עדות, זייער ארבעט איז ארויס ציקימען און זאגן אויס ס'אמת. איך זעה נישט זיי זאלן דאס זאגן
וואס יא, זיי מאכן קלאר אז אויב אויב דאס איז אמת איז דאס געפערליך אין מעג נישט ווערען בארעכיגיט, אזוי וואו א חלק פין זיינע חסידום ווילן זאגן
די בריוו איז אפצישלאגן די דעה אפיקורסית
דאס איז די וועג וואו אזוי איך ליין דאס, וואו גיי איך ראנג?
פרייטאג מאי 22, 2020 8:27 am#449320
די גייסט ראנג ווייל א בי"ד ווייסט קיינמאל נישט מער פין דעם, זיין קענען מען א קבלת עדות און זאגען אויב זיי האבן עס אנגענומען אדער נישט, אמאהל זענען עדות נישט כשר, אמאהל זענען עדות שקרנים, אמאהל זענען ראיות נישט גוט. דא שרייבן זיי אז זיי האבן אנגענומען די עדות און ראיות אלץ מפורשות. ער קען דער נישט זאגן קיינמאל אז עס איז "אמת" דאס ווייסט נאר דער אויבערשטער.
פרייטאג מאי 22, 2020 9:52 am#449323
מקבל זיין עדות, מיינט נישט אז ב"ד שאצט און נעמנט אן ס'איז אמתאישתישבי האט געשריבן:די גייסט ראנג ווייל א בי"ד ווייסט קיינמאל נישט מער פין דעם, זיין קענען מען א קבלת עדות און זאגען אויב זיי האבן עס אנגענומען אדער נישט
אין זייער מיסשען-סטעטמענט זאגן זיי יא אז זיי זענען דא "לבירור"
זיי קענען שרייבן מיר האבן מקבל געווען די עדים און ראיות און דערנאך צילייגן לויט אינזער מיינאנג איז דא א אומדנא דמוכח ונכרים דברי אמת, ושמר נפשו זאל אוועק שטיין פין אים!
זיי שרייבן, סך הכול, אז פין איינער וואס טוט אזאלכע זאכן דארף מען אוועק-שטיין - לאפיקא די דעה פין זיין חסידום
בשעתן שרייבן יעצט טראכט איך קען זיין ס'איז אזוי געשריבן נישט צי קענן ווערן אנגעגלאגט געריכטלעך.
דארף מען הערן מפיהם ולא מפי כתבם
פרייטאג מאי 22, 2020 1:06 pm#449337
איך ווינדער מיר נאר פארוואס די בריוו אקעגן ר שמואל ניימאן איז געווען צען מאל שארפער פון דעם.
סקען זיין זיי האבן מורא פון די ברלנדיסטן ארויסצוקומען דירעקט שארף.
סקען זיין זיי האבן מורא פון די ברלנדיסטן ארויסצוקומען דירעקט שארף.
פרייטאג מאי 22, 2020 1:18 pm#449340
אוי פרעגסטו גוט! די תירוץ איז היינו טעמא דשטערן היינו טעמא דקידטשאטשקע.real fake news האט געשריבן:איך ווינדער מיר נאר פארוואס די בריוו אקעגן ר שמואל ניימאן איז געווען צען מאל שארפער פון דעם.
סקען זיין זיי האבן מורא פון די ברלנדיסטן ארויסצוקומען דירעקט שארף.
פרייטאג מאי 22, 2020 1:21 pm#449342
והיינו טעמא דהחילוק בין גוי לגוי גמור..
מאנטאג מאי 25, 2020 10:13 am#449560
ווי זאגט יענער , א גוי גמור איז גיווענטליך א איד
מאנטאג מאי 25, 2020 10:33 am#449563
פשיהא! אזא דרגא פון נהגו כבוד זה בזה, באמערקט'ס זיין נאמען ווערט נישט דערמאנט (בס''ה מאנס געווען, ''נעבעך ער איז דארוך געפאלען'' ''ער האט שוין געהאט געניג ביזיונת'').
זונטאג מאי 31, 2020 5:47 pm#450005
ארי נוהם האט געשריבן:די בריוו האט שוין צובאקומען נאך פילע מכתבי גדולי הרבנים:
ס׳איז א דעגרייכונג.
סאיז נישט גרינג צו מחליט זיין צו חתמנן אויף אזא בריוו.
זונטאג מאי 31, 2020 6:00 pm#450010
במדבר האט געשריבן:פשיהא! אזא דרגא פון נהגו כבוד זה בזה, באמערקט'ס זיין נאמען ווערט נישט דערמאנט (בס''ה מאנס געווען, ''נעבעך ער איז דארוך געפאלען'' ''ער האט שוין געהאט געניג ביזיונת'').
טעות
ער האט קיינעם נישט מאנס געווען, אויב האט ער געפעצלט איז עס געווען מיטן פולסטן הסכמה פון די פרוי.
די וועלכע האבן אים געוואלט באגראבן האבן פרובירט צו נוצן דעם תירוץ און ווען עס איז זיי נישט געלונגען האבן זיי אים געמאסערט אויף הלבנת הון.