Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן

אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
91 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 283 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1114
דינסטאג יולי 17, 2012 9:47 pm#25302
אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
אין דער צייטונג "ישראל היום" ווערט באריכטעט אז אן אדמו''ר פון ירושלים איז דורכגעפאלן מיט א אשה ערומה.
ווער עס ווייסט וועלכע אדמו''ר דאס איז זאל ביטע שרייבן דא.
דינסטאג יולי 17, 2012 9:57 pm#25311
ר' ישראל לאזט נישט
דינסטאג יולי 17, 2012 10:00 pm#25312
הא הא הא הא הא הא,
אוי גייט נחום זיין ביזי,
אבער באמת כ'בין נישט שאקט, די דריי חמורות גייען ציזאמען, אסאך רבי'סטעוועס זענען ממש ע"ז, נאכדעם קומט ג"ע, אין ווארטס צי וועט עטץ זעהן שפיכות דמים צי פארשטילען די מעשה,
דינסטאג יולי 17, 2012 10:03 pm#25314
וואלט דוד המלך סורווייווט אין די היינטיגע ענווייערמענט? -- איך ווייס פון די גמרא "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה", דאךפרעג איך...
דינסטאג יולי 17, 2012 10:04 pm#25315
דורכגעפאלן איז ער ווייל מ'האט אים געכאפט, איזה טיפש.

אבער כגלייב נאכנישט די מעשה בכלל, איטס טו גוד טו בי טרו.
דינסטאג יולי 17, 2012 10:06 pm#25317
די ארטיקעל אןליין
m http://www.israelhayom.co.il/site/newsl ... 18.07.2012 m
דינסטאג יולי 17, 2012 10:17 pm#25328
קול גדול איז דא????

איך האב געדארפט שיקן א אשה ערומה אז דו זאלסט צוריקימען?
דינסטאג יולי 17, 2012 10:20 pm#25332
אין נאך מיט א טלית, גילו עריות מיט א טלית ?!
מסתם האט ער איינגערעדט די פרוי אז ער גייט איר מתקן זיין, יא יא דאס זענען די שבת לשבת אידען, פליען אין די הימלען אין זינקען אין די ערד,

אין טאמער האט מען געחאפט איינעם מסתם איז דא נאך, מען דארף מאכען א כינוס אז רבי'ס דארפען האבען סירקוט ווידיאו אין זייער שטוב געמאניטארד 24 שעה, טאמער נישט ווארפט מען ארויס זייערע קינדער פין די מוסדות אין מען טאר זיך נישט משדך זיין מיט זיי אין מען ווארפט זיי ארויס פין כלל ישראל, נישט אזוי?!

אדער אפשער נאר פאר די אומבאהאלפענע עמך איד טוט מען אזוי, אבער א רבי מעג טוהן ג"ע מיט א טלית,

אדער דארף מען מאכען פרויען רבי'ס, אין פרויען זאלען גיין צי פרויען רבי'ס אין מענער צי מענער רבי'ס, הא הא הא,
דינסטאג יולי 17, 2012 10:24 pm#25335
די מעשה סאנודט אזוי פאלש אז נאר. מיט א טלית?! און א אפענע ווינדאו שעיד?! אה, קאום אן!!
דינסטאג יולי 17, 2012 10:26 pm#25336
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אין נאך מיט א טלית, גילו עריות מיט א טלית ?!
מסתם האט ער איינגערעדט די פרוי אז ער גייט איר מתקן זיין, יא יא דאס זענען די שבת לשבת אידען, פליען אין די הימלען אין זינקען אין די ערד,

אין טאמער האט מען געחאפט איינעם מסתם איז דא נאך, מען דארף מאכען א כינוס אז רבי'ס דארפען האבען סירקוט ווידיאו אין זייער שטוב געמאניטארד 24 שעה, טאמער נישט ווארפט מען ארויס זייערע קינדער פין די מוסדות אין מען טאר זיך נישט משדך זיין מיט זיי אין מען ווארפט זיי ארויס פין כלל ישראל, נישט אזוי?!

אדער אפשער נאר פאר די אומבאהאלפענע עמך איד טוט מען אזוי, אבער א רבי מעג טוהן ג"ע מיט א טלית,

אדער דארף מען מאכען פרויען רבי'ס, אין פרויען זאלען גיין צי פרויען רבי'ס אין מענער צי מענער רבי'ס, הא הא הא,


לקיים מה שנאמר מאפיל בטליתו
דינסטאג יולי 17, 2012 10:28 pm#25337
וויזוי ווערט מען געוואר צי די מעשה איז אמת אין טאמער יא ווי עס איז געשען, האמער דא א"י'דיגע ניקס ?
דינסטאג יולי 17, 2012 10:29 pm#25339
/
דינסטאג יולי 17, 2012 10:33 pm#25340
חברה, איר זאלט אלע געווארענט זיין! אויב אייער רעבעצין גייט צו א רבי'ן זיך קוויטלען ביחידות זאלט איר זיך נישט חידוש'ן אז די עקרה איז נפקד געווארן! און ווען די בן הנולד ענדעלט שטארק אינעם רבי'ן, אידאס נישט ווייל זי האט געטראכט פונעם רבי'ן ווען ... ! דאס איז נישט פון גוטע כונות נאר פון מעשים טובים אליין!
דינסטאג יולי 17, 2012 10:34 pm#25341
וויזוי ווערט מען א רבי? איך בין זייער אינטערעסירט דערינען. וואו נעמט מען שימוש?
דינסטאג יולי 17, 2012 10:35 pm#25342
דבילה האט געשריבן:חברה, איר זאלט אלע געווארענט זיין! אויב אייער רעבעצין גייט צו א רבי'ן זיך קוויטלען ביחידות זאלט איר זיך נישט חידוש'ן אז די עקרה איז נפקד געווארן! און ווען די בן הנולד ענדעלט שטארק אינעם רבי'ן, אידאס נישט ווייל זי האט געטראכט פונעם רבי'ן ווען ... ! דאס איז נישט פון גוטע כונות נאר פון מעשים טובים אליין!

ס'האט זיך ארויסגעשאסען א ווילדע אשפג...........
דינסטאג יולי 17, 2012 10:43 pm#25348
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:וויזוי ווערט מען געוואר צי די מעשה איז אמת אין טאמער יא ווי עס איז געשען, האמער דא א"י'דיגע ניקס ?

וועלכע אדמו"ר אין ירושלים "עיקר פעילותו של הרב היא בלילה: לא פעם הוא מקיים בשעות אלה שיעורים, מפגשים ומסעות לקברי צדיקים."?

איך גלייב אז די מעשה אין נישט געשטויגען, און אויב יא איז דאס ביי א קליינע רבי'לה וואס האט א פאר משוגעים כיפה של שרצים וואס רעדן זיך איין אז ער פליט אין די הימלען, איך גלייב נישט אז מ'רעדט פון א גרויסע רבי ווייל דאס איז ממש אוממעגליך טעכניש, ס'דרייען זיך כסדר דארט שטוב מענשן, גבאים וכדו'. און "האיש טיפס על חלון ביתו של הרב" מאכט אויך סענס אז מ'רעדט פון איינער פון די משוגעים.
דינסטאג יולי 17, 2012 10:48 pm#25350
זר זהב האט געשריבן:וויזוי ווערט מען א רבי? איך בין זייער אינטערעסירט דערינען. וואו נעמט מען שימוש?


קום כאפ זיך אן אין מיין גארטל און מיר וועלן גיין צוזאמען
דינסטאג יולי 17, 2012 10:51 pm#25352
זר זהב האט געשריבן:וויזוי ווערט מען א רבי? איך בין זייער אינטערעסירט דערינען. וואו נעמט מען שימוש?


מ'דארף קודם מאריך זיין ביי אהבה רבה, ס'נעמט זיך נישט אזוי גרינג
דינסטאג יולי 17, 2012 10:52 pm#25353
זר זהב האט געשריבן:וויזוי ווערט מען א רבי? איך בין זייער אינטערעסירט דערינען. וואו נעמט מען שימוש?

שימוש איז נאכן ווערן רבי...
דינסטאג יולי 17, 2012 11:05 pm#25363
יידל האט געשריבן:די מעשה סאנודט אזוי פאלש אז נאר. מיט א טלית?! און א אפענע ווינדאו שעיד?! אה, קאום אן!!


גיב זיך אכטונג. טראכטען איז נישט ערלויבט און די סארט אשכולות!!

און א דענעבעדיגע אשכול מיט א ענליכע מעשה ווי איך האב פראבירט צי טראכטען און האבן ספיקות אויף די מעשה האבן עס עטליכע זייער שווער אנגענימען, אזעלכע מעשות דארף מען גלייבען און פארטיג,

(פאקט: און יענע אשכול האט שוין דער פותח האשכול מודה געווען אז די מעשה איז שקר)
דינסטאג יולי 17, 2012 11:09 pm#25367
ידען האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וויזוי ווערט מען א רבי? איך בין זייער אינטערעסירט דערינען. וואו נעמט מען שימוש?

שימוש איז נאכן ווערן רבי...

יא ס'סאונד די זעלבע :roll:
דינסטאג יולי 17, 2012 11:15 pm#25369
פריינדליך האט געשריבן:
גיב זיב אכטונג. טראכטען איז נישט ערלויבט און די סארט אשכולות!!
און א דענעבעדיגע אשכול מיט א ענליכע מעשה ווי איך האב פראבירט צי טראכטען
און האבן ספיקות אויף די מעשה האבן עס עטליכע זייער שווער אנגענימען, אזעלכע מעשות דארף מען גלייבען און פארטיג,
(פאקט: און יענע אשכול האט שוין דער פותח האשכול מודה געווען אז די מעשה איז שקר)


פריינטליך כ'האב א שאלה פאר דיר,
טאמער לאמיר זאגען אזא מעשה געשעהט ביי דיין רבי, אין ס'שטעלט זיך ארויס צי זייין אמת, גייסטע ווייטער גלייבען אין עים אדער נישט, אדער דא גייט אויך די זכות אבות אין די "זכות" פין "מנהיג העדה" מגין זיין אז די גייסט ווייטער גלייבען,
יא אדער ניין ?
דינסטאג יולי 17, 2012 11:19 pm#25370
עס אירעלעווענט און די אשכול וואס איך וואלט געטין ווען אזא שם גייט ארויס אויף מיין רבי אלמלא איך האב א רבי, איך וואלט זיכער אנגענימען סטעפס ווי אזוי זיך ווייטער צופירען,

פארוואס דארף מען גלייבען יעדע מעשה בעפאר עס האט די מינדערסטע באווייז אדער אפילו קאמען סענעס???
דינסטאג יולי 17, 2012 11:21 pm#25372
איז דאס א צוויבל סטייל אדער א געהעריגע צייטונג.
דינסטאג יולי 17, 2012 11:40 pm#25383
פריינדליך האט געשריבן:עס אירעלעווענט און די אשכול וואס איך וואלט געטין ווען אזא שם גייט ארויס אויף מיין רבי אלמלא איך האב א רבי, איך וואלט זיכער אנגענימען סטעפס ווי אזוי זיך ווייטער צופירען,

כ'האב נישט געזאגט אז ס'רעלעווענט, כ'האב דיר געפרעגט א שאלה, דעטס איט, טאמער די האסט נישט גענפערט קלאר אז די וואלסט נישט מער געגלייבט אין עים, ווייזט עס פאר דיר אליינס ווי די האלסט,

פריינדליך האט געשריבן:פארוואס דארף מען גלייבען יעדע מעשה בעפאר עס האט די מינדערסטע באווייז אדער אפילו קאמען סענעס???


קודם איינער גלייבט דען אז ס'האט זיכער פאסירט, מען רעדט דערפין ווען ס'איז ווען אמת,
די חילוק צווישען דיר אין אנדערע איז, אז די גלייבסט אז רוב רבי'ס זענען הייליג אין פליען אין הימל, אין אנדערע האלטען אז רוב רבי'ס זענען כ'וויל נישט זאגען וואס, ווייל פין מעשיות וויזוי זיי ביהעיווען זעהט מען אז די גאנצע אישו איז פראבלעמאטיש,

איז ממילא ווען עס קומט צי אזא מעשה שפרינגט מען דערויף ווייל עס ברענגט נאר מער ארויס מיט וואסערע מענטשען מען האנדעלט דא,

אבער די וואס די האלסט אנדרעש, ממילא ווילסטו נישט רעדען דערפין ביז ס'איז הונדערט פראצענט אמת אין אפילו נאכדעם ווייסעך נישט צי די וואלסט נישט געזאגט אז ס'געווען עפעס העכער'ס וואס מען פארשטייט נישט, אין אסור להרהר אחרי רבו אין אזוי ווייטער,
מיטוואך יולי 27, 2016 9:49 pm#343790
שש משזר, איך דערשרעק זיך נישט פון דיר, איי עם היער טא סטעי.

און עובר זיין אויף תקנות צו פארדרייען דעם שמועס דורך אטאקירן א ניק, וועט נישט העלפן.

...
אויב ווילסטו וויסן וואס עס האט ארויסגעברענגט שש משזר פון די כלים, ביז ער האט עס געמוזט שרייבן, דאן ליין דא די דריטע תגובה
l viewtopic.php?p=342011#p342011 l
קענסט אויך ליינען דארט די תשובה וואס מיר האבן אים געענטפערט בע"ה.
זונטאג יולי 31, 2016 2:56 am#343982
Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
זונטאג יולי 31, 2016 2:58 am#343984
Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
זונטאג יולי 31, 2016 5:57 am#343987
איז טאקע אמת אז ר׳ מוטה פראנק נעמט זיך אן אויף בערלאנד און האט געשריבן א גאנצע חיבור פארוואס ער איז אומשולדיג?. אויב יא האט ער אסאך explanations to do, די נעקסטע מאל איך וועל אריינגיין מיט א קוויטל צו אים גייט ער כאפן פון מיר. :דיסלייק: :אומגלויבליך:
זונטאג יולי 31, 2016 10:55 am#343996
בערני וויאזוי ביסטו אזוי זיכער אז ער איז יא שולדיג? איי מין דאס איז דאך כו"ע מודי אז עס זענען געווען אינערליכע פייט'ס אין די קהילה איבער געלטער וכו', און די מענטשן האבן אים געוואלט צוטרעטן בכל מחיר, סאו עס איז דא א סברא צו טראכטן אז די זאך איז א בלבול אלס נקמה.

נאכמאל איך זאג נישט אז עס איז יא אמת אדער נישט, ווייל איך ווייס נישט, אבער מוטה פראנק דארף נאך נישט כאפן פון דיר ווייל ער נעמט זיך אן פאר אים.
זונטאג יולי 31, 2016 11:05 am#343997
ATUB @אינטערסאנעטער ATUB די ווייסט נישט אז ביי חרדים איז די כלל Guilty until proven not guilty?
זונטאג יולי 31, 2016 11:19 am#343998
Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
ירח בן יומו האט געשריבן:@אינטערסאנעטער די ווייסט נישט אז ביי חרדים איז די כלל Guilty until proven not guilty?

מאיז זיך אליין שולדיג
אז יעדער איז ריין אפילו נאכן ווערן קאנוויקטעד טראסט מען שוין קיינער ווען מען זאגט אז יענער איז ריין אדער קען זיין ריין
זונטאג יולי 31, 2016 11:56 am#344000
שבת אחים האט געשריבן:איז טאקע אמת אז ר׳ מוטה פראנק נעמט זיך אן אויף בערלאנד און האט געשריבן א גאנצע חיבור פארוואס ער איז אומשולדיג?. אויב יא האט ער אסאך explanations to do, די נעקסטע מאל איך וועל אריינגיין מיט א קוויטל צו אים גייט ער כאפן פון מיר. :דיסלייק: :אומגלויבליך:


געברענגט אויבן דורך ATUB @הוגה ATUB
זונטאג יולי 31, 2016 12:09 pm#344002
יהושע חיים האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:@אינטערסאנעטער די ווייסט נישט אז ביי חרדים איז די כלל Guilty until proven not guilty?

מאיז זיך אליין שולדיג
אז יעדער איז ריין אפילו נאכן ווערן קאנוויקטעד טראסט מען שוין קיינער ווען מען זאגט אז יענער איז ריין אדער קען זיין ריין


איך ווייס נישט וואס מאכט דיך אזוי פארגלייבט אין די דורכגעפוילטע קאורט סיסטעם, עס שטימט נישט במציאות און נישט מיט עטיקס, מען קען חרוב מאכן מענטשן על לא דבר, און מענטשן קענען גיין פריי על עול קשה, עס קען ארויסקומען א מעכטיגע פסק אז יענער איז שולדיג, און דערנאך קומט אן אנדערע קאורט און שרייט אז ער איז נישט שולדיג, און יארן שפעטער ווערט מען געוואר אז מען רעדט פון א דריטן מענטש, הכלל אפילו ווען די קאורט שרייט אויף איינעם שולדיג, מיינט דאס נאכנישט אז דאס איז תורת משה
זונטאג יולי 31, 2016 1:22 pm#344005
Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
גערעכט אבער א קורט סיסטעם וואס יעדער אן קיין אויסנאם איז אדער גילטי אדער נישט נישט קיין נפ"מ וואס די מעשה איז געווען שטינקט אסאך מער
זונטאג יולי 31, 2016 2:14 pm#344008
עס ווענדט זיך אלעמאל די ארום און ארום, געווענליך ווען מען זאגט נישט גילטי איז וויבאלד מען קען נאך פאקטן ארום און ארום ווי צב"ש אז עס איז דא מענטשן וואס זיכן אינטערצוברענגען דעים אדער יענעם, און אין אזא פאל לאזט זיך גלייבן אז דאס איז בלבולים.

אין אנדערע ווערטער ביי רוב היימישע מענטשן וואס איז לעצטנס געווען (נישט אלע אבער רוב) איז קלאר געווען ארומיגע אגענדע'ס וד"ל
זונטאג יולי 31, 2016 6:00 pm#344044
אינטערסאנטער האט געשריבן:בערני וויאזוי ביסטו אזוי זיכער אז ער איז יא שולדיג? איי מין דאס איז דאך כו"ע מודי אז עס זענען געווען אינערליכע פייט'ס אין די קהילה איבער געלטער וכו', און די מענטשן האבן אים געוואלט צוטרעטן בכל מחיר, סאו עס איז דא א סברא צו טראכטן אז די זאך איז א בלבול אלס נקמה.

נאכמאל איך זאג נישט אז עס איז יא אמת אדער נישט, ווייל איך ווייס נישט, אבער מוטה פראנק דארף נאך נישט כאפן פון דיר ווייל ער נעמט זיך אן פאר אים.


סאיז דאך דא א רעקארדינג ווי ער איז אליינס מודה אין די גאנצע מעשה, האסט עס געהערט? סאיז פאלש? איך האב עס געוואטש.
זונטאג יולי 31, 2016 6:11 pm#344046
שבת אחים האט געשריבן:סאיז דאך דא א רעקארדינג ווי ער איז אליינס מודה אין די גאנצע מעשה, האסט עס געהערט? סאיז פאלש? איך האב עס געוואטש.

אויב דו גלייבסט עס, וויאזוי קען עס זיין פאלש?
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 11:02 am#344875
א לאנגע בריוו ווי איינער ענפערט פאר ר' מוטה פראנק ברחל בתך הנאקעטע. די עיקר 'פלייש' איז ביי עמ 18 און עמ 26-30.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:37 am#346850
עס איז ארויסגערינען א טעיפ ווי ער רעדט מיט זיין פרוי זייער אפען ווען זיינע מעשי נשים און איז מודה אויף אלעס.

דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:36 am#354841
ער האט מודה געווען אין עקסטזענדזש פאר 18 חדשים תפיסה

מנהיג קהילת "שובו בנים", הרב אליעזר ברלנד, הודה והורשע בבית המשפט בעבירות של מעשים חמורים במסגרת הסדר טיעון שמבקש להשית על הרב 18 חודשי מאסר

m http://www.kikar.co.il/214737.html m
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:49 am#354842
די פרוי אין די רעקארדינג האט א ספרדישע אויסשפראך. זי איז עפעס א ספרדישע? איך האב נישט אזוי געדענקט? ווער ווייסט אין די זאכען?
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 5:29 pm#354871
מ'פירט אים צום קאורט פאר זיינע אנגעבליכע מעשים טובים און איינער אין דער זייט כאפט אריין זיך מזכיר צו זיין "יהודה בן חנה לשמירת הברית"..

דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 5:37 pm#354873
יענער שיינט צו זיין א געריבענע לץ.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:59 pm#355247
m http://www.jewishpress.com/news/breakin ... 016/11/22/ m
הסתר פנים במלוא מובן המילה. :oops:
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 7:56 pm#355253
עס הייסט ער גייט זיצען גאנצע צוויי חדשים.

לכאורה איז זיין מהלך פין מודה זיין דוגמת וויאזוי דער דברי חיים פלעגט רעדען, איך בין א חוטא וכו'. ווי אויך דער ייטב לב און אסאך אנדערע צדיקים, און צום לעצט דער יצי"ב.
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:38 am#355287
לייג צו "להבדיל".
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:59 am#355288
איז געווען אמאל רביים וועמען מיר ווייסן פון נאך היינט וואס מ'האט באשולדיגט אין מעשיות נוראות? (פארכטיגע ערציילונגען בלע"ז)
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:36 pm#355306
טאמבל סאס האט געשריבן:איז געווען אמאל רביים וועמען מיר ווייסן פון נאך היינט וואס מ'האט באשולדיגט אין מעשיות נוראות? (פארכטיגע ערציילונגען בלע"ז)

וואס מיינט דאס, וואס מיר ווייסן פון נאך היינט?
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:50 pm#355308
וועמען*