Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11167
מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:56 pm#359909
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס׳איז שוין עטליכע מאל ארומגעשמועסט אין שטיבעל דער חילוק צווישען אייסיס און תורה, אזש מ׳דארף שוין גריבלען צו זוכען דער צושטעל.
דער לעבען איז נישט קיין בארעכטיגטע זאך. דער באשעפער האט עס אטנז געגעבען פאר זיין סבות און ער נעמט עס צו פאר זיין סבות.
ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, אז ער האט אונז אויסגעלערנט די כוונה פון לעבען און מ׳דארף זיך נישט וואלגערען און זוכען א גמטריא פאר׳ן נומער 42

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ממש גריבלען?
מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:25 pm#359912
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
פאר איך וועל אריינגיין אין די שאלה וויל איך בדרך חידוד מעורר זיין אז די עצם שאלה איז א פאראדאקס, דער זוהן דארף נישט קוקן אויף זיין משפחה און זאל נאר קוקן אויף זיך, און די טאטע מוז נאר קוקן אויפן משפחה און גארנישט קוקן אויף זיך.

אבער די חילוק איז אז דער טאטע האט אראפגעברענגט דעם קינד צו זיין משפחה און די קינד האט נישט אראפגעברענגט די טאטע, פרעגט זיך א שאלה ווער לאזט דעם מענטש אראפברענגען א קינד צו אזא אבסורד, שווערע און שלעכטע וועלט?

אבער דא שטויסט מען זיך אן אין א פרישע פאראדאקס, ווייל דאס געבורט פונעם קינד מאכט דעם טאטע'ן פאר א טאטע, א טאטע מיינט אז ער האט אנ'התחייבות צום קינד, קומט אויס אז דאס קינד מאכט דער טאטע, יעצט פרעגט זיך ווער האט געגעבן א רעכט פארן קינד געבוירן צו ווערן און מחייב זיין די עלטערן?

ס'איז א דבר פשוט אז רעליגיע קומט פאר פאמיליע. יעדע מענטש וואס פארשטייט רעליגיע אפילו נאר אויף אן עלעמענטארע דרגא וועט אייך דאס זאגן. יעצט איר האט קלארגעשטעלט אז איר רופט אלעס רעליגיע... איך ווייס נישט וואס אלעס מיינט. ס'זענען דא וועליוס-ווירדן וואס א מענטש האט, א מענטש מאכט יעדן טאג טויזנטער החלטות איבער וועליוס וואס וועגט איבער וואס, פון נעמען א בלויע אדער רויטע מילך, צו ער זאל עסן א שטיקל קעיק אדער פארלירן וואג, צו ער זאל זיך לייגן פרי אדער שפעט, פאמיליע איז א וועליו, רעליגיע איז די העכסטע וועליו ווירדע. גאט הייסט אברהם נעמען זיין קינד וואס גאט אליין האט אים צוגעזאגט גייט אים ירש'נען, וואס ער האט ליב באהבת נפש, גיי שחט אים, ער טענה'ט נישט ווי ביי סדום, ער פרעגט נישט פארוואס, נאר וישכם אברהם בבוקר, ער גייט אים שחט'ן.

יעצט לאז מיך דיך פרעגן א רעטארישן שאלה וואס וועט אייך אויפווייזן אז מיין טענה האט רעכט.

וואס איז וויכטיגער פאמיליע אדער געלט?
וואס איז וויכטיגער געלט אדער כבוד?
וואס איז וויכטיגער כבוד אדער צדק?
וואס איז אבער וויכטיגער ווי צדק?
דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:24 am#359943
פין די תורה קען מען ברענגן בעסערע ראיות, ביי די עגל שטייט איש בבנו ובאחיו מען האט געברויכט הרג'נען אייגענע קרובים טאמער האבן זיי געדינט די עגל.

אבער ס'איז נישט קיין ראיה. טאמער די אויבערשטער האט נישט פארלאנגט די זאלסט מרחק זיין און קריגט מיט די פאמיליע, איז עס א טפשות. און זאל מיר איינער טרעפען ווי אין שולחן ערוך איז געפסקענט אז מען דארף אויף א עבירה זיך צוקריגען מיט א קינד.

היינט איז עס נישטא קיין חיוב מיתה אדער מורידין ולא מעלין, אדער אפילו הרג'נען א מסור. דארף א מענטש שטיין משפחה צו די האנט אויף וויפיל מעגליך.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:34 am#359944
פארוואס איז היינט נישטא קיין חיוב פון שטראפן? זענען מיר קלוגער געווארן פון די תורה?

דער רמב"ם, דער רשב"א, דער רא"ש און אנדערע ראשונים ואחרונים פסק'ען קלאר אז אז כאטש היינט איז נישטא קיין כוח בית דין צו באשטראפן, זאל מען אבער כופרים וואס שעדיגן אנדערנס אמונה באשטראפן בפלילים, מיט טריקס, דאס רעכנט אריין טויט און אברים אפהאקן. (יא, היימישע ראשונים)
דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:09 am#359951
א.ט.ד. חשוב כמת!
דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:26 am#359953
פארוואס מער חשוב כמת ווי אפיקורסים מימי הרמב"ם? דו הלאסט דאך אודאי אז אטד חשוב כמת צוליב זיין כפירה, איז דאך דער פארצייטישער אפיקורס פונקט אזא מחותן אין חשובות כמת?!
דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:37 am#359954
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס מער חשוב כמת ווי אפיקורסים מימי הרמב"ם? דו הלאסט דאך אודאי אז אטד חשוב כמת צוליב זיין כפירה, איז דאך דער פארצייטישער אפיקורס פונקט אזא מחותן אין חשובות כמת?!

אנטשולדיגטס אבער ס'מיר גאר שווער צו דעבאטירן מיט מתים.
ואתכם הסליחה.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 3:49 am#359959
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
נישט איעדע א.ט.ד. איז א אפיקורס

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:24 am#359969
מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:נישט איעדע א.ט.ד. איז א אפיקורס

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk

לויט @מושב מייניך אז יא.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:33 am#359973
מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:נישט איעדע א.ט.ד. איז א אפיקורס

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk

אבער יש אומרים אז א מחלל שבת בפרהסיא איז א כופר במעשי בראשית כפשוטו.

איש תשבי, פון וואנעט נעמסטו אז מורידין ולא מעלין גייט נישט אן היינטיגע צייטן? אויף אפיקורסות זאגט טאקע דער חזון איש אזוי, אבער אויף א מסור לית מאן דפליג.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:53 am#359974
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
דער סברא פון חזו"א גילט ביי א מוסר אויך.

ער טענה׳ט דאך אז ווען דער וועלט פיהרט זיך אויסגעהאלטען אידישלעך, און איין מחוצף שטעלט זיך אויס אפצוקילען דער וואנע, דארף מען איהם אפשטעלען באצייטענס. היינט וואס אפיקורסים שטייען אויף יעדער ווינקעל, וועט מורידין גארנישט אויפטוהן.
ווען אידען זענען פאראייניגט, און מ׳היט אפ איינער דער אנדערע׳ס סודות, איז דער מוסר א מחוצף שאין כדוגמתו, וואס טוט אונטערברענגען די יסודות פון דער קהלה. היינט וואס מ׳לעבט סייווי אפגעזונדערט, מ׳ווייסט שוין נישט צו געבען קיין שום צוטרוי פאר א צווייטען אן א סבה, וועט מען גארנישט פארדינען פון הרגנ׳ן א מוסר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:01 pm#359975
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
ריכטיג האט געשריבן:
מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:נישט איעדע א.ט.ד. איז א אפיקורס

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk

אבער יש אומרים אז א מחלל שבת בפרהסיא איז א כופר במעשי בראשית כפשוטו.

איש תשבי, פון וואנעט נעמסטו אז מורידין ולא מעלין גייט נישט אן היינטיגע צייטן? אויף אפיקורסות זאגט טאקע דער חזון איש אזוי, אבער אויף א מסור לית מאן דפליג.

אה איך האב נישט פארשטאנען די כוונה
דינסטאג יאנואר 17, 2017 8:53 pm#360026
דער נימוק פון חז"א שטימט לכאורה נישט ווייל צו דען זענען בימי הרמב"ם נישט געווען קיין אפיקורסים פון אלע זייטן? און אויב רעדט זיך עס פון אן איינציגער אפיקורס אין א קהילה, איז דען נישטא אזעלעכעס היינטיגע צייטן?

און וועגן א מוסר איז דאך אויך נישט אזוי פשוט ווייל עפ"י רוב האבן די אידישע מוסרים עס געטון פאר זעלבסשיצונג און נישט סתם ווייל זיי זענען אויפגעשטאנען איין טאג און מחליט געווען אז מען גייט האבן פאן.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:38 pm#360032
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער סברא פון חזו"א גילט ביי א מוסר אויך.

ער טענה׳ט דאך אז ווען דער וועלט פיהרט זיך אויסגעהאלטען אידישלעך, און איין מחוצף שטעלט זיך אויס אפצוקילען דער וואנע, דארף מען איהם אפשטעלען באצייטענס. היינט וואס אפיקורסים שטייען אויף יעדער ווינקעל, וועט מורידין גארנישט אויפטוהן.
ווען אידען זענען פאראייניגט, און מ׳היט אפ איינער דער אנדערע׳ס סודות, איז דער מוסר א מחוצף שאין כדוגמתו, וואס טוט אונטערברענגען די יסודות פון דער קהלה. היינט וואס מ׳לעבט סייווי אפגעזונדערט, מ׳ווייסט שוין נישט צו געבען קיין שום צוטרוי פאר א צווייטען אן א סבה, וועט מען גארנישט פארדינען פון הרגנ׳ן א מוסר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

א מסור איז וועגן ער איז א רודף. האט גארנישט מיטן מורידים ולא מעלים. און עס דארף פשטות אנגיין אלעמאל און אייביג, ואפילו כשהרודף שוגג או אנוס (דאפי' בעובר קטן אומרים כן, ועיין בספרים).

מורידין ולא מעלין, לא מעלין ולא מורידין, זענען עפעס גאר אינטערעסאנטע ענינים, וצ"ע המקור לזה ועל מה בנוי, אולי אויפן בי"ד מכין ועונשין שלא על פי תורה, עכ"פ צ"ע הרבה בזה, בפרט צי ס'איז גאר אן עבירה צו מעלה זיין אן א"י, און א חיוב אויפן יחיד צו מוריד זיין א מין, די אלע זאכן זענען דברים נפלאים מיט ווייניג הסברים.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:12 pm#360035
עס איז גאר נישט עפעס אזוי נפלא, פשוט רציחה וזהו
מיטוואך יאנואר 18, 2017 12:09 am#360043
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
דו פארגעסט אז מען רעדט דא פונעם פאלק וואס האט יא מקבל געווען די תורה מיטן לא תרצח אינאיינעם, נישט פון די גוים שחיים על חרבם.
מיטוואך יאנואר 18, 2017 12:29 am#360049
איך האב פאר דיר נייעס, אלע אומות העולם האבן מקבל געווען א תורה מיט א לא תרצח. עס איז א אפענער רש"י אין פרשת חוקת. (דעת תורה וועט נאר גלייבן מיט א תורה'דיגער מקור).
.
מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:39 am#360052
מושב, דיין שוידערליכע שנאה צו אידן (לאו דוקא חרדים) וואקסט מיט יעדע תגובה דיינע.
מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:49 am#360053
וואס זאגט רש"י?
מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:50 am#360054
איך שרייב נישט מער ווי פאקטן. סתם זיך אריין שטעקן דעם קאפ אין זאמד איז נישט קיין קינץ.
מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:11 am#360068
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
מושב, דו דערמאנסט מיר פון א פריי-געווארענער חבר מיינער וואס ווען ער האט אנגעטוהן דער קאפל, משום איזה סיבה שהוא, אין א נישט פרומע עריע, האט ער זיך אויפגעפירט מיט א געפערליכע לייכטזיניגקייט און דיסרעגארד צו די מענטשן ארום מיט די בארעכטיגונג אז ער וויל אז מענטשן זאלן גיכער איינזעהן וואס פרומע זענען. ;)

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 18, 2017 11:36 am#360074
moshav zekeinim האט געשריבן:שוין צייט איינצוזעהן אז אידן זענען למעשה פונקט אזעלעכע רוצחים ווי די אומות העולם. ולולי מוראה של מלכות זאל אונז גאט באהיטן. גענוג וואס מען טוט אזוי אונטערן טיש.

אידן פארמאגן די זעלבע שס"ה גידים ורמ"ח אברים ווי יעדער באשעפעניש, פון אינדרויסן זעען מיר אויס די זעלבע, און פון אינעווייניג interior organs זעען מיר אויך אויס די זעלבע. מיר האבן אלע אין זיך די זעלבע תאות און רצוניות ווי יעדער מענטש.
אבער איין זאך מאכט אידן אויסזען אנדערש און דאס איז תורה. ווען דו זאגסט אז אידן זענען פונקט אזעלכע רוצחים ווי די אומות העולם, קען דאס ביי דעפינישן זיין גערעכט, אבער אידן ווערן געפירט לויט א געטליכע scroll וואס ערלויבט נישט צו הרג'נען מענטשן, דערפאר זענען מיר נישט קיין רוצחים, ווייל מיר הרג'נען נישט. (אפילו את"ל אז מיר וואלט יא געוואלט הרג'נען).

האסט נישט געטראפן עפעס אנדערש אויסער רציחה?

תען כאולתו.
מיטוואך יאנואר 18, 2017 12:19 pm#360077
וואס מיינסטו צו זאגן אז אידן הארגענען נישט, אז זיי הארגענען נישט פאר שוואוילטאג?
מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:11 pm#360120
קום שוין צו צום ווארט נאר איינער, וואס די בעילה ווילסטו? האלסט אז איינער גיבט א פ וואס דו האלסט איבער היימישע אידן?
מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:32 pm#360124
א שיין פעדערל קיין עין הרע. נו, א מתנה פון הימל
מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:38 pm#360127
moshav zekeinim האט געשריבן:א שיין פעדערל קיין עין הרע. נו, א מתנה פון הימל


ד.מ. אז פון הימל קומט יא אראפ מתנות. דעמאלטס זענען זיי נישט אזוי שלעכט..
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:18 am#360147
א מסור הרג'ט מען נישט היינט ווייל אמאהל האט מסירה געמיינט אז דער מסור איז א רודף ווייל אפילו ער איז נאר מוסר ממון ישראל, איז דער גוי וועט צום סוף זיין א גובה נפשות. היינט אין אמעריקע איז נישט אזוי, ווייל אפילו אמעריקא וואס האט יא א דין נפשות, דהיינו זיי הר'גנן צומאל, איז עס נאר אויף רציחה.

ממילא איז הגם דער דין איז נישט בטל אבער דער מציאות אז דער מסור איז א רודף איז בטל.


מושב,
ווען די זאגסט אז אידען הרג'נען פונקט ווי גוים, קענסטו מיר אנווייזען מער ווי פינעף היימישע רציחות?
יא, עס איז דא דער אלטער יושב וואס זיצט אלס די הגדת עדות פין טענדלער, און? דעטס איט. כ'דענק נישט עס זאל זיצן נאך א רוצח אין תפיסה. אויב יא, אדרבה, דערמאנט מיר ביטע.

און אפילו כ'וועל אננעמען אז דער מעשה אין ראדני פין שטיפען אן עלטערע איד אראפ די סטעפס איז אמת, איז עס אויך נאר איין מעשה.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:41 am#360149
איך פארשטיי אז באציסט זיך נאר אויף די וואס @מושב ציטירט אייביג אלס חרדים. נישט אויף אידישקייט בכלל. אויב אזוי האסטו נאר איין ספק די מעשה אין ראדני אדער מנחם שטארק לויט שש.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:44 am#360152
עס ליגט מיר נישט אין קאפ ווי א היימישער איד אין 2000 זאל דערשיסן אדער דערווארגן אן אנדערן איד צום טויט.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 5:32 am#360233
דערווייל דערמאן איך זיך נאר פון לוי אהרן דער וואס האט געהארגעט לייבי קלעצקי, און דער אנדערן איד וואס האט געהארגעט באבא לאזאר, פון מארק שפירא פון ביתר עילת וואס האט געהארגעט דעם חלפן, און פון דעם ישי וואס האט געשטאכן אפאר אפענע געי אידן (טאקע נישט קיין היימישע אידן).
פרייטאג יאנואר 20, 2017 5:43 am#360234
אבער פון פראוועס צו הארגענען ווייס איך שוין מער. אזוי ווי שואלי שפיצער אויף ראטענבערג, אהרן גולברג אויף מאסארי.

טיילן טויטליכע קלעפ אדער אנדערע עונשים אשר כדי להמית קען איך אויך א שיינע פאר.

און אויך מעשים וואס האבן אויף א דירעקטער אופן גורם געווען צו היימישע אידן'ס טויט איז מיר באקאנט. פון הבא במחתרת ובתחבולות איז אפגערעדט.

און פון סתם שווערע אביוז וואס האט געדעמעדזשט מענטשן לעבןס פאר אייביג ווייס איך ליידער גאר א סך.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 5:50 am#360235
וואס איך וויל ארויס ברענגען דערמיט איז, אז כאטש וואס א חרדי שפירט זיך ווי א ברודער ווייל מען גייט צוזאמען אין מקוה און מען טרינקט פונעם זעלבן קאווע קעסל, מיינט עס אבער נישט אז מען קען דעם ברודער געטרויען.

"אמרו לחכם, מי תאהב יותר: אחיך או חברך? ואמר: אינני אוהב אחי עד שיהיה חברי" (ר' שלמה אבן גבירול)
פרייטאג יאנואר 20, 2017 6:07 am#360236
נע, ביסט מגזם אביסלע מושב, חרדים האבן אסאך פראבלעמען, הארגענען און שלעגערייען איז אבער נישט איינע פון זיי. איך גלייב אין אנדערע סאסייעטי׳ס און קולטורס איז דא פונקט אזויפיל שלעגערס און געשלעג ווי ביי חרדים (פאר אנדערע סיבות). קוק אויפן גאנצן בילד און אויף נומבערס און דאטא איז די חרדישע געגענטער אין ניו יארק און ווי אימער זייער נידריג אין קריים. כך נראה לי.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 6:30 am#360237
אפענע גאסן רציחות און קריים זענען טאקע דא ווייניג ביי חרדים (אזויווי אין 90% אלגעמיינע געגנטער אין אמעריקא), אבער פארט איז דא. באהאלטענע (קלוגע) רציחות און קריים איז אבער דא א געוואלד.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 6:33 am#360238
moshav zekeinim האט געשריבן:אפענע גאסן רציחות און קריים זענען טאקע דא ווייניג ביי חרדים (אזויווי אין 90% אלגעמיינע געגנטער אין אמעריקא), אבער פארט איז דא. באהאלטענע (קלוגע) רציחות און קריים איז אבער דא א געוואלד.

אויף קלוגע גנבים זאגט דאך שוין די גמרא רוב גנבי ישראל נינהו...אידן זענען מעהר שווינדלער ווי רוצחים.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 6:47 am#360239
לאמיך עס מאכן בקיצור: חרדיזם ןןאס שטאלצירט מיט איר ריינקייט פון גאסן קריים איז פאקטיש נישט אזוי ריין דערפון ווי מען מיינט, און אז עס איז ריינער פון די צעהן פראצענט קרימינאלער געגנטער, איז דאס אבער אויפן חשבון פון אינערליכע באהאלטענע קריים.

און לאמיר נישט אריין גיין אין דעם אז חרדיזם איז איין גרויסער נעטווארק פון טאטאלע מענטשליכער אביוז בכל תחומי החיים. עס בלייבט שוין נישט איבער מיט וואס זיך צו גרויסן אפילו כלפי די גרועים שבאומות.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 6:53 am#360240
שבת אחים האט געשריבן:אויף קלוגע גנבים זאגט דאך שוין די גמרא רוב גנבי ישראל נינהו...אידן זענען מעהר שווינדלער ווי רוצחים.

אין איין ווארט, אידן טוען נישט קיין גאסן קריים, זיי זענען קלוגער פון דעם. אבער מיט געקינצלטער אונטערערדישע קריים זענען זיי גארנישט הינטערשטעליג, און דאס רעכנט אריין רציחה אויכעט.

שתי פנים ליהדות, איינס איז דער אידעלע וואס לויפט אין מקוה אריין, און דער צווייטער...
פרייטאג יאנואר 20, 2017 7:28 am#360242
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
דאס אז ס'נישטא קיין חרדישע רוצחים איז א מעטטער אף נאמבערס. ווי גרעסער די כלל, אלס גרעסער די ווערייעטי.
די יומען קאנדישען באשטימט אז קאנפליקט איז אינעוויטעבל. אבער דיפרענט סיסטעמס פראוויידען פאר דיפרענט אפראטשעס. איין אפפראעטש איז דורך אפראפריעט פשרה און ענגיזשמענט (פראגמאטיזם) צו אפשטיפן קאנפליקט אויף א צייט, מיט א קלענערע און באשטימטע צאל מענטשן אינוואלווד און נאר אויף בעסיקס אף סוירווייוועל, אבער דעמאלס ווען קאנפליקט געשעהט אין די ענד איז עס פיהל מער סעווער און סיסטעמאטיק. א צווייטע אפפראטש איז אז מען קען דורך אונקאמפראמיס און דיסענגיזשמענט (אידעאליזם) צעטיילן די קאנפליקט אויף מערערע קלענערע קאנפליקטס, איבער קלענערע צייט אינטערוואלס, מיט אלעמען אינוואלווד און (אפילו) פאר דברים וואס זענען נישט א פראגע פון לעבן אדער טויט און אסאך ווייניגער אבער דעמאלט קומט עס נישט אן צו אזלעכע גרויזאמע קאנפליקט. די נקודה being אז דאס נעמט נישט אוועק פון די הארבקייט פון די עבירה. די הארבסטע אגרעססאר אין די צווייטע קאטעגאריע איז אויף די זעלבע לעוול ווי דער 'רוצח' (אדער וואס אימער עס איז דער הארבסטער) אין די ערשטע קאטעגאריע.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 20, 2017 10:57 am#360246
איך בין א שטענדיגע באזוכער אין שטיבל, אבער א זעלטענער שרייבער. דאס קען איך אבער זאגען אז די חברה ווי ATUB @moshav zekeinim ATUB זענען די חרבן פון שטיבעל. פיהל אירע וואס קומען נאר אריין אויף א וויילע און זעען זיך אן מיט אזא פארשוין ווי איהם, אנטלויפען וואס שנעלער. וואס דארף ער זיך אנשטעקען מיט אזא באשעפעניש? איינער וואס איז לא במקרא ולא במשנה ולא בדרך ארץ, נישט ער קען עפעס א נושא, נישט אז ער האט א טראפ איידעלקייט, נישט אז ער האט עפעס מענטשליכקייט צו אייגענארטיגע געדאנקען, פשוט נישט צו גאט און נישט צו לייט. ליגענט און אמת איז ביי איהם גלייך, און ביי קיין שום מאראלישע ווירדע רשימה איז זיין גאנג נישט אויסגעהאלטען. א מאדנע קוק אויף די וועלט, כאילו אלע שלעכטס קומען בלויז פון אנטווערפען (א שטאט וואס פיהל אמעריקאנער האבען אין זייער לעבען נישט געהערט דערפון), אבער ער אליינס שפיגעלט אפ יעדער שלעכטס וואס אנטווערפען האט, כגון נישטערען אין יענעמ'ס ביזנעס, זיך כלומרש'ט באקלאגען יענעמ'ס צרות, ווען למעשה האט ער א געשמאק אין קייען איבער יענעמ'ס ווייטאג. יעדער איינער פון זיין טענות אויף דער סיסטעם גילטען פונקט אויף איהם זעלבסט, און דער היפאקריטיסווע שרייט ארויס פון כמעט יעדער תגובה זיינער.
דער זעלבע וואס ווייסט נישט וויאזוי אויפצוהויבען זיין הויזען ווען זיי פאלען, איז דער וואס גייט איינטיילען וויאזוי אנדערע זאלען זיך פיהרען. דער זעלבע וואס האט נישט קיין שום פלאן פאר קיינעם, נאר אנארכיע, ער איז גאר דער בויער פון די וועלט.

און דיין גאנצע קרומע באוועגונג פון באשולדיגען יעדער איינער וואס פארטיידיגט עפעס וואס האט מיט חרדישיזם אלס עפעס וואס מיין קאמפיוטער לאזט נישט אויסשרייבען, ער איז גאר דער גרעסטע פארטיידינגונג. יא יא, דער גרעסטע סבה נישט אוועק צו גייען פון דער סיסטעם, איז דאס וואס זיי זאגען אונז אלע. גיי נישט ארויס, קוק וואס איז געואורען פון אזעלכע חברה. נישט קיין ארבעט, נישט קיין תוכן, נישט קיין פרייהייט און נישט קיין שמחה אין לעבען. א מענטש וואס זעט אזא פארשוין ווי מושב זקנים ווייסט אז ס'איז איהם בעסער צו בלייבען מיט א שמוציגע מקוה, א רב וואס דערגייט איהם די יארען און קינער וואס ווייזען איהם זייערע שומרים קארטלעך, אבי נישט אויסצוזעהן ווי מושב זקנים.

יא יא! דו האלטסט אויף דער סיסטעם, און צו דיר דארף מען שיסען אלע פאלען! גיי קיין פאליש און לאזט אונז אפ!
פרייטאג יאנואר 20, 2017 2:07 pm#360253
שלום עלכם א גאסט פון אנטווערפן! ערעב נאך א מיינונג, נאך פאר איך גיי מיך אננעמען אויף מיין עלבון וואס דו ביסט געקומען מיר אטאקירן פערזענליך על לא דבר, וויל איך דיר זאגן אז א פעדער איז נישט הפקר אינגאנצן, סתם שיסן ווערטער און פראזן וואס קלעבן ווי ארבעס צו די וואנט איז א זינד פארן כח פון שריפט.

עס איז קענטיג אז משום איזה סיבה קרענקען דיר מיינע העצעס קעגן חרדים, קען זיין אז דו ביסט גאר איינע פון די מסוכן'דיגע טראבל מעיקערס וועמען איך האב אמאל מגלה געווען קלונם, גיי ווייס, אבער בכל אופן אז דו האסט נישט עפעס אנדערש ווי בלויז געבארגטע פראזן וואו איין ווארט קלעבט נישט מיטן אנדערן און האט כמעט נישט מיטן מציאות (אשר לא קרא ולא שנה וכדו'), טאמער ווילסטו האקן אויף מיר שריי סתם אזוי אפאר קללות פון דיין אנגעביטערט צינג.

אבער איין זאך זאל זיך דיר נישט דאכטן, נישט דיר און נישט דיינע חברים די עדיקטיוו חרדיסטן, מיינט נישט אז מיט אפאר ביליגע לופטיגע חרדישע שאנד אויסדרוקן וועסטו מיט דיינע פאר חברים מיר באוועגן אפצושטעלן מיינע העצעס קעגן די חרדים, אדרבה ואדרבה, ווען איך זעה אזעלעכע מסוכן'דיגע פארשוינען ווי דיר דרייען זיך אויף דער פריי אנצוגיין מיט די אלע פארברעכן'ס כאוות נפשכם דורך די טרויעריג בארימטער מיניפולאציע אפאראדן, בין איך איבערצייגט אז איך וועל נאר פארשטערקערן די מלחמה קעגן ענקער פארברעכן'ס.

קענסט שרייבן מיט די גרעסטע קידוש לבנה אותיות דיינע קרעציגע סטעיטמענטס, אבער דאס מיינט נישט אז דיינע ווערטער זענען בשם כל הקהל. דאס מיינט בסך הכל אז דו ביסט אן אנגעביטערטע חרדי וואס איז נישט סובל קיין אמת'ע קריטיק אויף זיין סעקטע.

און מיין נישט אז מיין מלחמה קעגן אזעלעכע חרדישע שמוציאנען ווי דיר בלייבט שטעקן אין די ד' אמות פון קאווע שטיבל, איך פלאן אנצוקומען גאר ווייט להעביר רוע החרדים.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 2:44 pm#360256
און ווער עס וויל זעהן וואס עס מיינט רעדן צו דער זאך, זאל קוקן דעם פריערדיגן תגובה פון טאמבל סאס וואו ער צונעמט דעם ענין פראפעשענל. א שאנדע צו זעהן באלד דערנאך אזא לופטיגע דעמאגאגישער תגובה פון דעם אנטווערפענעם @נאך א מיינונג.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 5:05 pm#360264
הייסט דו פירסט זיך אויף ערגער ווי @נאך א מיינונג אבער דו פארשטייסט אז דיר דארף יעדער געבן דאס זעלבע לעוועל כבוד וואס טאמבל געט דיר.
דו דארפסט זיך נישט אויפירן צו יענעם אזוי ווי טאמבל נאר יענער דארף זיך אזוי באגיין מיט דיר.
במחילת כבודך אדער שלא במחילת... וואוסן זאלסטו (און מן הסתם ווייסטו) אז דא שרייבן אסאך גרעסערע שקצים און אויפגעקלערטע מיט אסאך מער קאנטראווערציאנעלע מיינונגן ווי דיר און קיינער האט נישט קיין שום פראבלעם מיט זיי. פונקט פארקערט מען האט שטארק הנאה צו הערן אן אנדערע מיינונג און אפילו דעבאטירן אויף א פרידליכע פארנעם און דייקא פארדעם שטייט דאס פלאץ.
צום באדאערן האסטו דא אנגעברענגט א נייע מהלך פון האס און שנאה. דו פירסט אן אגענדע אונטער צו ברענגען דיין אזוי גערופענע "חרדזים" און די האסט מיט דיין פעדער צוגרינד געלייגט אזא שיין און רואיגע פלאץ וואס פלעגט זיין א געשמאקייט זיך צו דרייען דא.
מוצ"ש יאנואר 21, 2017 11:02 pm#360277
בארואיגט אייך מיסטער קורקלענד, בעפאר דו האקסט פעך און שוועבל אויף טאמבל סאס, גיב קודם א קוק וואס ער האט געשריבן.

און בכלל פארשטיי איך דיר נישט על מה יצא הקצף, מילה מיסטער נאך א מיינונג, ער האט זיך צוויי מאל גע'גט, און האט געשמאכט אין תפיסה זעקס חדשים, איז ער גאר פארביטערט. אבער דו האסט דאך יא א גוט לעבן?
זונטאג יאנואר 22, 2017 5:20 am#360288
ATUB @נאך א מיינונג ATUB

איך וואלט געוואלט אויפמערקזאם מאכן א נקודה פאר דיר און פאר אלע ק״ש לייענער. כמיין ח״ו גארנישט פערזענליך, נעם עס נישט אן אלץ א פערזענליכע אטאקע.
יעדע מאל עס איז פארהאנען א ויתרוצצו הבנים סיטשאעישאן אין שטיבל קומט איינער מיט פערזענליכע אטאקעס אויפ׳ן צד שכנגדו ווען ס'פעלט נישט אויס און ס'קומט נישט אריין אין די ארגעיומענט בכלל. מאז קאווע היתה לגוי איז אייביג געוועהן ניקס וואס האבן געהאקט און געבראקט אויפן סיסטעם און ס׳וועט אייביג זיין, אז נישט מושב וועט עס זיין א צווייטער, אז נישט אויף ק״ש וועט עס זיין אויף א צווייטע פארום, קענסט עס נישט אפהאלטן אדער אפשטעלן, די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט/זאלסט טוהן איז ענטפערן אין א ציוויליזירטע וועג און אפפרעגן וואס יענער האט געשריבן דורך שרייבן דיין פראספעקטיוו און דיינע מיינונגען, אז יענער זאגט רויט זאגט דו גרין, יענער זאגט טאג שריי דו נאכט, אבער פערזענליך וויי טוהן איז א עוולה און סגייט נישט העלפן אפשטעלן אטאקעס קעגן חרדזים נאר אדרבה ס׳וועט לכאורה ברענגן מעהר העסליכע אטאקעס פון די אנדערע זייט.

די אייגענארטיקייט פון קאווע שטיבל איז אז סאיז זייער קאלירפול מיט כל מיני מיינונגען פון אלע סארטן מיר פארמאגן א ליטוואק, א ברסלבר, חבדסקער, סאטמארע, בעלזער, גורער, וויזניצער, סקווירער, פאפנע, ווינע, באבובע, 45׳טע, קלויזנבורגע, תולדות אהרנע, העלבראנץ, אמשינאווע, אייזענבערג'ע, טאהשע, מונקאטשע, יונג איזרעאל, מאדערן ארטאדאקסישע, אגודהיסטן, פרומע, פרייע, אטד״ס, אשכנזים, ספרדים, גאליציאנע, אונגארישע, מארמארישע, יעקישע, פולישע, רוסישע, קאנאדישע, ענגלישע, אויפגעקלערטע, האלבע גלייביגע, אינגאנצן געבאקענע, דורכגעפוילטע, דורכגעווייקטע חסידישע אידן, ירא שמים, כולל אינגעלייט, בני ישיבות, תורה אידן, דענקערס, סופרים, שרייבערס, מעקערס, היסטאריקער׳ס, בעל עגלה׳ס, רביזיכרונוליוורוכע אידן, ציונים, אנטי ציונים, קנאים, ליבעראלע, קאנסערוועטיווע, קבלה׳יסטן, טראדיצאנלע, סייענטיסטן, דאקטורים, פאליטקאנטן, ביזנעסלייט, רעכטע, לינקע, קאמיוניסטן, סאושליסטן, קעפטעליסטן און בודהיסטן, ביינאנזם אינטער איין דאך- אפילו א בת קול האבן מיר איינגעהאנדלט (וואס לייגט ארויף פאלשע בילדער פון איר טאכטער אויפן פארלאנג פון @בן אדם :roll: ) און אט די דור הפלגה מאכט ׳קאווע שטיבל׳ אינטערעסאנט און אנדערש פון ׳איי וועלט׳ און ׳פאליש׳ -טאקע דערפאר ווייל אזויפיל מיינונגען קאו-עקזעסטירן אינאיינעם ווי מ׳קען אלעס דעבעטאירן אויף א מענטשליכע ציווילזירטע וועג ווי יעדער האט די פרייהייט פון ווארט ווילאנג עס גרעניצט זיך מיט די תקנות.

אויב מעג איך אריינווארפן מיין מיינונג וואלט איך געזאגט אז כ׳גלייב שווער אז דו האסט באמת אינסייד אינפארמאציע אין שטיבל און דו ווייסט פון קראנטע מקורות אז קאווע שטיבל איז געפאלן וועגן @מושב אנוועזענהייט אין שטיבל, און אפילו מ׳וועט איינזעצן אז סאיז יא אמת איז דעס זיכער נישט די ריכטיגע צוגאנג צו אטאקירן יענעם מיט ׳עד האמינעם׳ אטאקעס, סאיז דא אסאך בעסערע מיטלען צו האנדלן מיט אזא פראבלעם (לו האי ס׳וואלט טאקע געוועהן אזא פראבלעם) און אויב וואלסטו פשוט געמיינט ערנסט די טובה פונעם ציבור וואלסטו אים געקענט שיקן א אישי אדער אריינגעבן א קאמפלעינט פאר די גבאים און אחראים פונעם מקום.

@מושב זקנים האט לדעתי אסאך צוגעלייגט צו קאווע שטיבל, ער איז א כאראקטאר וואס קאווע דארף האבן, און צו זיינע מיינונגען האסטו צוויי אפציעס אדער אינגאנצן איגנארירן וואס דיר געפעלט נישט אדער ענטפערן און אפפרעגן וואס ער שרייבט אן פערזענליך אטאקירן.
זונטאג יאנואר 22, 2017 2:18 pm#360309
נאך אלעם, דער עיקר טענה איז געבליבען אומ'פארענטפערט. מושב זקנים האלט אויף די סיסטעם מער ווי סיי וועמען.
דאס אז אויף אייוועלט קענען זיי זאגען אז דער וואס פרעגט אויפ'ן סיסטעם מיינט דער אויבישטער, איז ער דער ראיה דערצו.
דאס וואס זיי זאגען אז ארויס גייען מיינט פארביסענקייט און טענות, איז ער דער ראיה דערצו.
דאס וואס זיי זאגען אז מ'האט נישט קיין הצלחה דארט, איז ער דער ראיה דערצו.
דאס וואס זיי זאגען אז אלע האבען שלעכטע מדות, איז ער דער ראיה דערצו.

בקיצור געדינגען דורך סקולענער רבי און הרב יוסף ראזענבלום אויפצוהאלטען דער ווערטשאפט, און נישט לאזען די חכמי קאוועשטיבעל טוישען א כיהואזה לטובה אויף סיי וועלכע ריכטונג.
זונטאג יאנואר 22, 2017 4:07 pm#360320
@נאך א מיינונג, שלינג קודם איין דיינע פילן. דער דאקטאר האט דיר שוין עטליכע מאל געווארנט אז טאמער נעמסטו עס נישט רעגלמעסיג קען זיך עס ענדיגן נישט גוט.

האסט שוין איינמאל געשמאכטעט אין תפיסה, כאפ דיר באצייטנס. אפשר וועסטו נאך קענען טרפן א דריטער שידוך. איך מיין באמת לטובתך.