סקרן האט געשריבן:ט"ו שבט
ר' גדלי' אהרן מסוקליבקה ב"ר יצחק יואל מליניץ זי"ע
חתן ר' שמואל אבא מסלאוויטא זי"ע
נסתלק שנת תרל"ח לפ"ק
ר' שלמה מראדזימין ב"ר יעקב ארי' זי"ע
נסתלק שנת תרס"ג לפ"ק
איך האב די וואך געליינט אין די עלים לתרופה א מעשה אויף די ר' ג"א הנ"ל
ברענגן זיי אז ווען ער איז געווען א אינגערמאן איז ער געזעסן אינטערן אפטער רב און די שמועס איז געווען וועגן זאגן תחנון אויף א רבינ'ס יאהרצייט האט ער זיך אנגערופן אז ער האלט מ'דארף יא זאגען ויהי לפלא ער איז אוועק אויף א טאג מ'זאגט סייווי נישט קיין תחנון
שיינע מעשה אבער א קליינע הערה
ער איז אוועק תרל"ח ווען ער איז געווען 63 יאהר אלט איז ער געבוירן תקע"ה
אפטער רב איז אוועק אין תקפ"ה
איז לכאורה אדער איינע פון די נעמען פון די מעשה א טעות אדער ביידע