דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:08 am#360789
moshav zekeinim האט געשריבן:אויסער א פאר פארבלענדעטע לאזונגען מיט א געשליפענע היימישע שפראך האט ער גארנישט געזאגט. א געשטיצטע בארד מאכט דא גארנישט אויס.
אדרבה פראביר אים צו ענטפערן. א מינוט א מלאך א מינוט א גלח. אין א געוויסע זין ריפלעקט ער וויאזוי אסאך היימישע אידן ביי אונז ווערן, ווען זיי לאזן אפ די חרדישע מחנה. מען ווייסט נישט פון קיין בארדער ליין, מ'פליט פון קלויסטער צום ביהמ"ד. א חרדישע פרוי וואס גייט פייפן, גייט גראד מיט הויזן, פארוואס גראד ביז דארט? מ'פארמאגט א שול, פאר יעדעם, נאכדעם געט מען עליות פאר מחללי שבתות, דערנאך פארלאזט די עולם די שול. פון וואראמע גייסטרייכע ניגונים צו היפסטער משוגענע דזשעז סטייל. פון שני בחמישי מיט א צוקאלעטשטע ענגליש ביז א צומזיק'טע העבראישער קאנצערט. היום בקאלעדזש ומחר 'שלא ישנו את לבושם' מיינט עפענען א טיר. דער מענטש שוועבט צווישן עולם עשיה און עולם היצירה.