פארומס › קאווע שטיבל • לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

קאווע שטיבל • לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

1,208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11252
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יאנואר 17, 2021 1:21 pm#465643
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
די דעמאקראטען האבן מורא געהאט אז טראמפ וועט פשוט נישט וועלן פארלאזען דאס ווייסע הויז, און מ׳וועט אים דארפען ארויסטראגען מיט געוואלד.. למעשה, נישט נאר ער גייט ארויס מיטן אייגענע רצון נאר ער פלאנט דאס צו טוהן פריער ווי געפלאנט.

טראמפ לאזט אונז איבער מיט דזשאו ביידען, וואס ער דארף צו זיין דער וואס וועט צוזאמברענגען דאס לאנד, קען מיר איינער זאגן וואס ביידען טוט דערצו? האט ער אפעלירט די פעלאוסי זי זאל זיך נישט נאכאמאל באנארישען מיט די אימפיטשמענט אקט? נישט קיין ווארט, פארקערט ער איז גאר באזארגט אויב די סענאט וועט קענען (שוין נאך טראמפ פארלאזט זיין אמט) זיין פארנומען מיטן אימפיטשמענט צוזאמען מיט פאר אויס שטיפען זיין נייע אגענדע..

און די מידיע צוזאמען מיט סאושעל מידיע העלפען נישט ארויס די מצב, גאר פארקערט, טוויטער בלאקירט טראמפ לצמיתות, פארוואס פונקטלעך בין איך נישט זיכער, אבער וועט דאס העלפען היילען דאס פאלק? פעסבאוק האט זיך מרחם געווען און אים צוריקגעלאזט אה! ממש א שיינע זאך..

און ווען די מידיע וואלט זיך אויפגעפירט צו טראמפ מער מענטשלעך לדוגמה אויב ער טוט עפעס גוט פארן לאנד זאלן זיי דאס געבן די פאדערשטע זייט, וואלט ער נישט געשריגען אויף זיי טאג און נאכט אז זיי זענען ״די פיינט פונעם פאלק״.

הלואי וואלטען די דעמאקראטען אריינגעוועלט איינער ווי טולסי גאבערד צי דזשאן דילעיני, אבער דזשאו ביידען? טאקע געווען ווייס פרעזידענט אבער קאלעכט אוועק, מ׳קען נישט וויסען און וועלכע מצב ער וועט זיין און א מינוט ארום, אזוי אויך האט ער נישט די איידילסטע שפראך און פערזענליכע היסטאריע ודי למבין, און זיין אגענדע איז נישט עפעס אזוי קלאר, אבער ווי זאגן זיי אבי נישט טראמפ, אבער יעצט אז טראמפ איז שוין נישט דא לאמיר האפען אויפן בעסטען.
זונטאג יאנואר 17, 2021 4:44 pm#465652
אמת וצדק

וואס איז מיט די צוויי?
מיט וואס זענען זיי בעסער\אנדערש אויף די אישוס וואס דו ברענגסט אויף?
זונטאג יאנואר 17, 2021 6:21 pm#465660
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
מנחם ציון
אמת וצדק

הלואי וואלטען די דעמאקראטען אריינגעוועלט איינער ווי טולסי גאבערד צי דזשאן דילעיני, אבער דזשאו ביידען? טאקע געווען ווייס פרעזידענט אבער קאלעכט אוועק, מ׳קען נישט וויסען און וועלכע מצב ער וועט זיין און א מינוט ארום, אזוי אויך האט ער נישט די איידילסטע שפראך און פערזענליכע היסטאריע ודי למבין, און זיין אגענדע איז נישט עפעס אזוי קלאר, אבער ווי זאגן זיי אבי נישט טראמפ, אבער יעצט אז טראמפ איז שוין נישט דא לאמיר האפען אויפן בעסטען.

וואס איז מיט די צוויי?
מיט וואס זענען זיי בעסער\אנדערש אויף די אישוס וואס דו ברענגסט אויף?
זיי האבן א גוטע טשאנס צו ארבעטן מיט ביידע פארטייען נישט זייענדיג אזוי לינק געשטימט, און אביסל בארואיגען די אנגעצויגענע מצב אין לאנד.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 12:49 am#466175
שבת אחים

דו רעדסט פון היץ? וואס האט טראמפ געטוהן פאר שלום???

טראמפ האט אין פיר חדשים געטוהן אזוי סאך פאר שלום ווי אבאמא אין אכט יאהר???

דו מיינסט אז מיר זענען קליינע קינדער??? וואס רעדסטו??? דו ביסט אינגאנצן פארנערט? דער מענטש האט אין זיין לעבן ״גארנישט״ געטוהן פאר שלום!!! גארנישט!!! זערו... נאדא... זילטש... אלעס וואס ער האט געטוהן איז ״פאר זיין איגאו״...

שלום??? ער איז א צודרוטלער בריאה! א נארסיסט!

אבאמא האט געמאכט די וועלט אומ-סטאביל??? ווידער טראמפ מאכט די וועלט מוראדיג סטאביל... אוואדי...!!!

סקומט זיך אים א נאובל פרייז??? כהאב געמיינט אז ער באקומט שוין צוויי סקאופס פון אייז קרים איז שוין גענוג??? 😂

שבת טייערע, האט געטוישט אייער מיינונג זינט דאן?
מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:56 am#545758
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

ס'איז צייט אראפ צו ווישן די שטויב פון די דאזיגע אשכול און עס צוריק ארויף ברענגען לאור עולם. כמים קרים על נפש עייפה.
מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:33 pm#545779
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר
קורקלענד #
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

ס'איז צייט אראפ צו ווישן די שטויב פון די דאזיגע אשכול און עס צוריק ארויף ברענגען לאור עולם. כמים קרים על נפש עייפה.
העילי איז שוין ארויס?
מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:59 pm#545784
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר
דארפסטו פרעגן קריס קריסטי....
דינסטאג מאי 7, 2024 9:59 am#561119
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר
איז מען געוואויר געווארן ווידער ווי פאלש און ברוטאל די אמעריקאנע DOJ איז.

https://www.declassified.live/p/the-dojs-doctored-crime-scene-photo