Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

קאווע שטיבל • לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
300 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1210 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11252
דינסטאג יאנואר 24, 2017 3:29 am#360475
לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
טראמט איז טאקע נאר וואס אריינגעקומען צום העכסטן אמט פון לאנד, אבער איך שפיר אז ער גייט זיין אין די נייעס! איבער די קומענדיגע פאר יאר גייט זיין אן איבערקערעניש, אויף טישן און אויף בענק, לטוב לפי החסידים, און לרעה לפי המתנגדים.

יעדער(?) האטעך אבער א לייף, קען מען נישט אלעס מיטהאלטען וואס פאסירט שטענדיג, קען זיך אמאל מאכן אז מען פארפאסט עפעס וויכטיג'ס, האב איך געטראכט צו מאכן א ווינקל ווי מען וועט קענען אויס שמועסן די זאכן העומדים ברומו של עולם.
לאמיר האפן אז מיט יעדן'ס באטייליגונג העט זיין א דבר השלום.
דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:32 am#360481
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
טראמפ האט היינט געהאט א זיצונג מיט עטליכע גרויסע ביזנעס פירער ווי ער איז איבערגעגאנגאן זיינע פלענער, ער האט זיי געזאגט אז ער וויל שניידן טעקסעס מיט 15-20 פראצענט, און רעגולאציעס וויל ער שניידן מיט אזויפיל ווי זיבעציג! פראצענט, ער האט מסביר געווען אז עס גייט זיין אזויפיל אינסענטיוון צו פאבריצירן דא אין אמעריקא, אז עס גייט פשוט נישט לוינען צו אימפארטירן.

אינטערעסאנטע באמערקונג, ווען די זיצונג האט זיך אנגעהויבן האט טראמפ געמיינט אז זיין פלאץ איז אויבנאן, און ער זיך שוין געוואלט דארט אראפזעצן, ווען איינער האט אים אוימערקזאם געמאכט, איז ער געגאנגען צו זיין פלאץ אינדערמיט.
דינסטאג יאנואר 24, 2017 8:15 am#360490
די לייק איז פאר די צווייטע שטיקל...
מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:45 am#360582
עס וואלט געווען אינטרעסאנט אויסצושמועסן וואס דאס מיינט פאר רוב ביזנעסער אין אמעריקא, בפרט פאר אחינו בני ישראל. טראמפ וויל אנולירן דעם TPP (טראנס-פאסיפיק פארטנערשיפ) אפמאך, העכערן טעקסעס פאר אימפארטס, און נידערן שטייערן פאר פראדוקטן וואס ווערן געמאכט בתוככי די US.

למעשה ווערן מיליאנען פראדוקטן מאנופעקטשערד אין כינע, אינדיע, טערקיי, מעקסיקא, אן נאך פילע מקומות מחוץ לגבולי ארצות הברית, ובתוכם א געוואלד פראדוקטן וואס ווערן געמאכט דורך היימישע אידן, ווי צב"ש נר מצוה, און אסאך אנדערע. מיינט דאס טאקע אז די אלע ביזנעסער וואס קויפן איין פון אנדערע לענדער גייען אנהייבן באצאלן פעפערדיגע שטייערן אויף די אלע חפצים? וואס מיינט אז זיי וועלן מוזן ארויפגיין מיט די פרייזן?

בכלל וויל איך וויסן, וועלכע שטייערן גייט ער ביליגער מאכן, נאר די דוטי אויף די פראדוקטן? אדער בעצם אינקאם טעקס סוף יאר?
מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:51 am#360584
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
אן אריינגיין צו בעצם צו עס איז א חורבן נורא אדער א מעלה, אבער אז דו פרעגסט טראמפ, וועט ער זאגן, יא אלעס קען פאבריצירט ווערן דאהי, און דאמאלטס וועסטו נישט באצאלן קיין פעני אין אימפארט שטייער.
לויט ווי איך פארשטיי גייט ער נידערן אינקאם טעקס, ווי אויך קארפארעט טעקס אז עס זאל לוינען צו פאבריצירן דאהי.
מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:57 am#360586
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נאך א נקודה, טראמפ פארשטייט אויך לכאורה אז פאקטיש קען מען נישט פאבריצירן יעדעס איינציגסטע פראדוקט דאהי, און דא קומט זיין גאות וואס ער האלט זיך פאר די בעסטע פארמיטלער אין די וועלט! און ער גייט אויסארבעטן דיעלס מיט יעדן לאנד באזונדער לויט ווי ער פארשטייט.

דאס דארף אויך אפענטפערן טענות פון קעגנער, אז מיטן זיך ארויסציען פון TPP לאזט ער איבער די אלע לענדער פון די דיעל, רייף פאר כינע צו דיעלן מיט, היות זיי קענען נישט מאכן געשעפטן מיט אמעריקא, וועלן זיי גיין קיין כינע.
מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:58 am#360587
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
שמעקעדיג, עס וועט נאר ברענגען מער פרנסה פאר אחבי. די כולל יונגעלייט וועלן ביי לאנטש ארויפווארפן די ט"ק אויפן פלייצע, און דרייען די קנויטן פאר נ"מ
מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:03 am#360588
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
די ערשטע וויכטיגע אישו אויפן סדר היום איז וויפיל מענטשן איז געווען ביים איינשווערונג...
#קליינעקינדער
מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:08 am#360589
טמיר האט געשריבן:שמעקעדיג, עס וועט נאר ברענגען מער פרנסה פאר אחבי. די כולל יונגעלייט וועלן ביי לאנטש ארויפווארפן די ט"ק אויפן פלייצע, און דרייען די קנויטן פאר נ"מ

הונדערט פראצענט. מיר זענען טאקע געספוילט, אבער טויזנטער מיליאנען גוים אין אמעריקע זיכן ארבעט, זיי וואלטן ווען פוקנט אזוי געארבעט דא ווען עס איז דא מיט וואס.
מיר קענען פראדעצירן פוקנט ווי כינע, נאר וואס דען? עס קען נעמען דרייסיג יאר אויפצושטעלן אזעלכע מאסיווע פעקטערייען און פארבריקן.
און ביזערווייל? גייט מען צאלן די פעטע שטייערן וואס טראמפ יר"ה לייגט וויל אצינד ארויפלייגן. דאס איז נישט נארמאל, ווייל עס זענען נאכנישט פארהאן ערזענונגען אויף די אינטערנאציאנאלע פארבריקן אלטוועלטליך.
מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:10 am#360590
טמיר האט געשריבן:די ערשטע וויכטיגע אישו אויפן סדר היום איז וויפיל מענטשן איז געווען ביים איינשווערונג...
#קליינעקינדער

די חברה זאגן אז ער טוט עס בלויז צו דרייען א קאפ די מידיע מען זאל נישט כאפן וואס ער טוט אפ ביזדערוויייל אין אפיס.
ער שרייבט אונטער רעכטע עקזעקיוטיווע פאראדעראונגען רעכטס און לינקס און יעדער איז פארנומען מיט זיינע נארישקייטן.
ווען מען גייט זיך אויפוועקן גייט זיין צו שפעט... אזוי טענה'ן מאנכע.
מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:23 am#360595
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
איסר האטלקי האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:שמעקעדיג, עס וועט נאר ברענגען מער פרנסה פאר אחבי. די כולל יונגעלייט וועלן ביי לאנטש ארויפווארפן די ט"ק אויפן פלייצע, און דרייען די קנויטן פאר נ"מ

הונדערט פראצענט. מיר זענען טאקע געספוילט, אבער טויזנטער מיליאנען גוים אין אמעריקע זיכן ארבעט, זיי וואלטן ווען פוקנט אזוי געארבעט דא ווען עס איז דא מיט וואס.

וואס פונקטליך מאכט דיר טראכן אז זיי גייען באקומען ארבייט, רובא דרובא גרויסע קאמפאניס (די וואס מעניופעקטשורען אין אויסלאנד בדרך כלל), אויב גייען זיי בויען דא אין אמעריקא, גייט עס זיין פאלי אדער כאטש סעמי אוטומאטיש, נעם א שטייגער עמעזאן פאלפילמענט צענטערן אדער טעסלא.
עס קאסט טאקע אסאך אין אנהויב, אבער זיי האבן די dough צו בויען, אבער מען שפארט זיך האלידע פעי, יוניאן, פענשאן פלענס, אינשורענס און וואס נישט, די פאקט בלייבט אז מיר וואוינען אין א בעסערע לאנד ווי די סטענדערט אוו ליווינג איז הויך, און קיין איין נארמאלער מענטש קען נישט ארבייטן פאר די פרייז וואס א כינעזער קאסט, אפילו אויב ער וויל.
מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:24 am#360596
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
איסר, קען מען פראדעצירן דא פונקט ווי כינע מיט א מינימום וועידש פון 10.5 דולר? דארט קענסטו האבן פאר דעי געלט פינף ארבעטער
מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:27 pm#360723
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
טראמפ האט אינטערגעשריבן צוויי עקזעקיוטיווע ארדערס בנוגע אימיגראציע, איינס צו בויען די וואנט, און איינס צו אויפנעמען 5,000 פרישע בארדער פאטראל און 10,000 אימיגראציע אינפארסירונג אפיצירן (ס'איז יעצט דא בערך 20,000).
מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:34 pm#360724
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
ביז היינט האב איך שווער געגלייבט אז מעקסיקא גייט באצאלן די וואנט, היינט איז מיר קלאר געווארן וויאזוי און אויך אז זיי גייען.
דהיינו, טראפט האט געזאגט " איך זאג ענק עס גייט ווערן באצאלט, אין עפעס א פארמאט - קען זיין א קאמפליצירטע פארמאט". נעמענדיג די ווערטער אין באטראכט, איז מיר זייער קלאר אז די לויזע ווערטער צוזאמען מיט "אלטערנאטיווע פאקטן", וועט ער אן קיין פראבלעם קענען מסביר זיין עפעס א ראגאטשאווער חשבון וויאזוי עס איז געווארן באצאלט.
מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:10 pm#360729
ס'גייט הייסן אז זיי האבן עס באצאלט.
מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:52 am#361139
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
החוקר האט געשריבן:ביז היינט האב איך שווער געגלייבט אז מעקסיקא גייט באצאלן די וואנט, היינט איז מיר קלאר געווארן וויאזוי און אויך אז זיי גייען.
דהיינו, טראפט האט געזאגט " איך זאג ענק עס גייט ווערן באצאלט, אין עפעס א פארמאט - קען זיין א קאמפליצירטע פארמאט". נעמענדיג די ווערטער אין באטראכט, איז מיר זייער קלאר אז די לויזע ווערטער צוזאמען מיט "אלטערנאטיווע פאקטן", וועט ער אן קיין פראבלעם קענען מסביר זיין עפעס א ראגאטשאווער חשבון וויאזוי עס איז געווארן באצאלט.

אויב אזוי, קען ער דאך פאר די זעלבע געלט זאגען אז די וואנט שטייט שוין און פערטיג

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:03 am#361142
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
די וואנט קען מען קלאר זען צו עס שטייט צו נישט, משא"כ א פיינענשל חשבון, קען מסביר עפעס קאמפליצירט און זיינע שטיצער וועלן עס קויפן פאר גוט געלט.
מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:18 am#361144
צו מעקסיקא צאלט צו נישט, איז די וואנט א וויכטיגע זאך.

אפילו מכס פאר זאכען פין מעקסיקא מאכט סענס ווייל סוף כל סוף באצאלן זיי ווען זיי מוזען נידערען די פרייזן פין די אייטעמס, אדער, זיי ווילען דאך נישט דער טעקס, קומען זיי צום טיש און זענען מסכים צו באצאלן.

מעקסיקא איז שולדיג אז די אלע מענטשען קומען אהער, זיי טוהן דאס פרעדיגן אלס א גוטע עצה צו טוהן, און דריקען גיידס מיט אינפארמאציע וויאזוי צו שווערצען דער גרעניץ.
מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:23 am#361145
אין אנדערע נייעס האט טראמפ פיין גענוצט זיין מלחמה אויף די מידיא, אהער צושטעלן כאילו שבת איז באמת גארנישט געוועהן, ווייל מען האט נאר איינגעזעצט 109 מענטשען, פין 325 טויזענט.

און לדעתי איז דער איינזעצן גערעכט געווען אפילו פאר מענטשן וואס האבן גרין קארטלעך, ווי מען ווייסט זענען די מוסלעמענער קל להרשיע וקל לשוב, זיי קענען ווערן איבערגעדרייט צו ווערן ראדיקאל מיט איין נסיעה צו די ראדיקאלע מדינות.

ממילא ווען א מוסולמענער דא, אפילו מיט א גרין קארטל, גייט אהיים, דארף מען אין גוט אויספארשן ווען ער קומט צוריק, צו זעהן אויב איז ער נישט ראדיקאל געווארן.

די לינקע חברה זענען אזוי להשמיד אויף טראמפ אז זיי זענען מסכים צו לייגן מענטשען אין געפאר אבי צו קענען האקן אויף טראמפ.
מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:36 am#361147
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
שיסן סטעיטמענטס אן קיין הארטע באווייזן, און אזוי אראפמאלען מיליאנען מענטשן איז אן עוולה, ספעציכל פאר א איד, וואס קומט פון דארט.
מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:52 am#361149
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
שיסן סטעיטמענט'ס אנע באווייזן איז די ספעשעלטי פון געוויסע
מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:19 am#361150
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
דער תירוץ אז ס׳איז ׳נאר׳ 109 מענטשען איז נאך ערגער. ער קען טאקע איינעם שיסען אין טיימס סקווער, ביז 109 איז זיכער נישט קיין פראבלעם צו שיסען.

ווען דער נער איז נישט אונזער׳ס.......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:30 pm#361159
רבותי, דער הויכגעשפריצטער פרעזידענט פון די פראייניגטע שטאטן האט נעכטן נאכט ארויפגעברענגט זיין נייעם פארשלאג פון.... נישט מער און נישט ווייניגער ווי...

א דריטע וועלטס מלחמה ר"ל!!!
מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:39 pm#361164
בן אדם האט געשריבן:רבותי, דער הויכגעשפריצטער פרעזידענט פון די פראייניגטע שטאטן האט נעכטן נאכט ארויפגעברענגט זיין נייעם פארשלאג פון.... נישט מער און נישט ווייניגער ווי...

א דריטע וועלטס מלחמה ר"ל!!!

Huh?
מאנטאג מערץ 20, 2017 7:22 pm#366196
שבת אחים האט געשריבן:די עף בי איי זאגט קלאר אז סאיז ליגענט

איך האב דאס נישט געזען. ביטע ציטירן.
מאנטאג מערץ 20, 2017 11:20 pm#366208
וויאזוי קען מען ארבייטן פאר אזא בהמה ווי טראמפ? די צוויי זיצן נעבעך אין קאנגרעס ביי א פארהער, און טראמפ טוויט אויפן פלאץ אינמיטן פארהער פשעטלעך אין זייערע ווערטער. נאכדעם קומט א קאנגראסמען און פאטשט זיי אין פנים מיט די פרישע טוויטס. מ'קען דאך פון זינען אנטלויפן.

m https://www.youtube.com/watch?v=ltqXcarlG5U m
מאנטאג מערץ 20, 2017 11:25 pm#366209
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וויאזוי קען מען ארבייטן פאר אזא בהמה ווי טראמפ? די צוויי זיצן נעבעך אין קאנגרעס ביי א פארהער, און טראמפ טוויט אויפן פלאץ אינמיטן פארהער פשעטלעך אין זייערע ווערטער. נאכדעם קומט א קאנגראסמען און פאטשט זיי אין פנים מיט די פרישע טוויטס. מ'קען דאך פון זינען אנטלויפן.

https://www.youtube.com/watch?v=ltqXcarlG5U

ס'אזוי אקוראט ווי אז ער האט 16.1 מיליאן אמעריקאנער נאכפאלגער. נאך א מזל אז ס'דא אזא ווארט ווי אינטענשאן ווען נישט וואלט קאומי געהאט א גרויסע פראבלעם.
מאנטאג מערץ 20, 2017 11:27 pm#366210
ער זאגט נישט ער האט 16.1, ער זאגט 16.1 האבן עס געזען.
מאנטאג מערץ 20, 2017 11:30 pm#366211
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ער זאגט נישט ער האט 16.1, ער זאגט 16.1 האבן עס געזען.

גערעכט
מאנטאג מערץ 20, 2017 11:49 pm#366214
טעקסאס קאנגרעסמאן מייק קאנאוועי, פרעגט אויס קאומי היינט ביים קאנגרעסיאנאלע פארהער. ער פרעגט פאר פייער און וואסער, אבער די ערשטע מינוט א האלב, איז גאונות אין פלאטשיגקייט.
דינסטאג מערץ 21, 2017 4:54 am#366225
New Reports Raise Questions About Ivanka Trump’s White House Role
m http://www.huffingtonpost.com/entry/iva ... rrbv5cdi&& m
The first daughter has reportedly taken an office in the West Wing
דינסטאג מערץ 21, 2017 5:00 am#366226
FBI Director James B. Comey complicated the life of every Republican elected official today
m https://www.washingtonpost.com/news/the ... 1eed63974a m
דינסטאג מערץ 21, 2017 5:33 am#366227
...Trump And The Republicans Reach A New Low
אומגלויבליך! ממש אומגלויבליך! ווי איז געוועהן ענקער שכל אמעריקא???.
קוק מיט וואס די צוויי ביליאנערן זענען פארנומן מיט??? קעפטיליזם בתפארתו!
Betsy DeVos and Donald Trump give lenders the go-ahead to soak students for thousands in late fees
m http://www.dailykos.com/stories/2017/3/ ... -late-fees m
דינסטאג מערץ 21, 2017 5:49 am#366228
Lawsuit Accuses Ivanka Trump Company Of Unfairly Profiting From White House
The power of the presidency is illegally boosting a private business, the class-action suit claims
m http://www.huffingtonpost.com/entry/iva ... 71dcf76fad m ?
דינסטאג מערץ 21, 2017 5:51 am#366229
FBI chief confirms probe of possible coordination between Kremlin and Trump campaign

m https://www.washingtonpost.com/?hpid=hp ... 2Fmasthead m
דינסטאג מערץ 21, 2017 5:55 am#366230
Despite a Trust, Ivanka Trump Still Wields Power Over Her Brand

m https://www.nytimes.com/2017/03/20/busi ... .html?_r=0 m
דינסטאג מערץ 21, 2017 6:08 am#366231
Donald Trump Caught In HUGE Lie About Vladimir Putin, AND IT’S ON VIDEO TAPE
m https://www.truthexaminer.com/2017/03/h ... atch-here/ m
דינסטאג מערץ 21, 2017 7:30 am#366232
Trump aide hid payments from Ukraine party with Moscow ties, new documents say
m https://www.washingtonpost.com/world/ne ... 7f62d4039a m
דינסטאג מערץ 21, 2017 11:34 am#366243
איך ווייס נישט פון וואנעט דו ברענגסט דיין נומערען, אבער דער פרעסטידזשפולע gallup אנקעטע זאגט אז טראמפ האט אסאך ווייניגער ווי 50%.
אנאליזען און נייעס דערויף קען מען ליינען דא.

דא קען מען זע'ען די נומערען נאר צווישען אידען.

יך זוך נומערען אויף קורקלאנד'ס אפרראוועל רעיטינגס.
דינסטאג מערץ 21, 2017 11:46 am#366244

פעיק ניוס! פעיק ניוס! :P
מיינסט איינער גלייבט היינטיגע צייטן וואס ענק זאגן? חוץ אפאר פון ענקערע ראסיסטישע קעלבלעך??? מיינסט די אמעריקאנער זענען אינגאנצן משוגע?. מ׳זעהט נישט אז די גאנצע טראמפ איז איין שטיק באבל פון רעכטע רשעותדיגע הארצלאזע ווייסע קריסטן, דו מיינסט יעדער גייט זיך לאזן מיניפיעלעטן פון אזא צודרייטע אומגעלערנטע בהמה?. קיינער איז מעהר נישט נייגעריג אויף זיינע בול קרעיפ.
דינסטאג מערץ 21, 2017 11:58 am#366247
שבת אחים האט געשריבן:מיינסט די אמעריקאנער זענען אינגאנצן משוגע?. מ׳זעהט נישט אז די גאנצע טראמפ איז איין שטיק באבל פון רעכטע רשעותדיגע הארצלאזע ווייסע קריסטן, דו מיינסט יעדער גייט זיך לאזן מיניפיעלעטן פון אזא צודרייטע אומגעלערנטע בהמה?. קיינער איז מעהר נישט נייגעריג אויף זיינע בול קרעיפ.

אבסאלוטלי אז יא! די אמעריקאנער המון עם איז טויט פארריקט.
דינסטאג מערץ 21, 2017 1:52 pm#366263
ומובן מאיליו אז אין 08 און אין 12 זענען די אמעריקאנע פאלק געווען העכסט נארמאל..........

פאר'ן אריינוועילן אן אומבאוואוסטע רויע אומקאמפטענטע קאמינוטי ארגענייזער צו פירן דאס לאנד און אין די ענד אויף די געים האט ער אריינגעפירט דאס לאנד און די גרעסטע דעפיציט עווער און אפגעקאליעט די העלטקעיר סיסטעם טייערער געמאכט דאס צו קומען צו נארמלע דאקטוירים אפגעהאקט אלע אינשורענס קעריערס צו האנדלן מיט מידל קלעס פיפעל ועוד ועוד

דא האבן זיי כאטש אריינגעוואויט א סוקסעספולער ביזנעסמאן ענערגישע טוער און א אפענע שכל מאן און איינער וואס טוט וואס דארף געטאן ווערן
דינסטאג מערץ 21, 2017 2:16 pm#366265
החוקר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מיינסט די אמעריקאנער זענען אינגאנצן משוגע?. מ׳זעהט נישט אז די גאנצע טראמפ איז איין שטיק באבל פון רעכטע רשעותדיגע הארצלאזע ווייסע קריסטן, דו מיינסט יעדער גייט זיך לאזן מיניפיעלעטן פון אזא צודרייטע אומגעלערנטע בהמה?. קיינער איז מעהר נישט נייגעריג אויף זיינע בול קרעיפ.

אבסאלוטלי אז יא! די אמעריקאנער המון עם איז טויט פארריקט.

באמת'ן אריין האט עס נישט נאר מיט אמעריקע, נאר אין די גאנצע וועלט איז דאס די סיטואציע מיט די המון עם. און ליידער איז דאס געווען איינע פון די גרעסטע סיבות צום אויפשטייג פון נאציזם און קאמוניזם ודומיהם.
דינסטאג מערץ 21, 2017 2:56 pm#366268

ליידער אמת.
נאר האלב אמעריקא די לינקע זענען נארמאלע.
דינסטאג מערץ 21, 2017 2:57 pm#366269
בן אדם האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מיינסט די אמעריקאנער זענען אינגאנצן משוגע?. מ׳זעהט נישט אז די גאנצע טראמפ איז איין שטיק באבל פון רעכטע רשעותדיגע הארצלאזע ווייסע קריסטן, דו מיינסט יעדער גייט זיך לאזן מיניפיעלעטן פון אזא צודרייטע אומגעלערנטע בהמה?. קיינער איז מעהר נישט נייגעריג אויף זיינע בול קרעיפ.

אבסאלוטלי אז יא! די אמעריקאנער המון עם איז טויט פארריקט.

באמת'ן אריין האט עס נישט נאר מיט אמעריקע, נאר אין די גאנצע וועלט איז דאס די סיטואציע מיט די המון עם. און ליידער איז דאס געווען איינע פון די גרעסטע סיבות צום אויפשטייג פון נאציזם און קאמוניזם ודומיהם.

אבער דעס איז געוועהן אין א אנדערע ערא, פאר סאושעל מידיעא, אמאל האט מען נישט געקענט ארגענייזן אזויפיל מענטשען.
דינסטאג מערץ 21, 2017 3:02 pm#366271
שבת אחים האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מיינסט די אמעריקאנער זענען אינגאנצן משוגע?. מ׳זעהט נישט אז די גאנצע טראמפ איז איין שטיק באבל פון רעכטע רשעותדיגע הארצלאזע ווייסע קריסטן, דו מיינסט יעדער גייט זיך לאזן מיניפיעלעטן פון אזא צודרייטע אומגעלערנטע בהמה?. קיינער איז מעהר נישט נייגעריג אויף זיינע בול קרעיפ.

אבסאלוטלי אז יא! די אמעריקאנער המון עם איז טויט פארריקט.

ליידער אמת.
נאר האלב אמעריקא די לינקע זענען נארמאלע.

א סעמפל פון נארמאלקייט............

נאר האלב אמעריקא די לינקע זענען נארמאלע

ווער ס'האלט ווי מיר איז נארמאל די איבריגע זענען פלעין גערירט.... און דאס איז שוין נארמאל...
דינסטאג מערץ 21, 2017 3:03 pm#366273
גאנצל האט געשריבן:ומובן מאיליו אז אין 08 און אין 12 זענען די אמעריקאנע פאלק געווען העכסט נארמאל..........

פאר'ן אריינוועילן אן אומבאוואוסטע רויע אומקאמפטענטע קאמינוטי ארגענייזער צו פירן דאס לאנד און אין די ענד אויף די געים האט ער אריינגעפירט דאס לאנד און די גרעסטע דעפיציט עווער און אפגעקאליעט די העלטקעיר סיסטעם טייערער געמאכט דאס צו קומען צו נארמלע דאקטוירים אפגעהאקט אלע אינשורענס קעריערס צו האנדלן מיט מידל קלעס פיפעל ועוד ועוד

דא האבן זיי כאטש אריינגעוואויט א סוקסעספולער ביזנעסמאן ענערגישע טוער און א אפענע שכל מאן און איינער וואס טוט וואס דארף געטאן ווערן

פראביר דיך צו מחזק זיין מיט רעדן אויף אבאמא, אפענע שקרים מיט לאקשן אנגעהויבן אז ער איז א קאמיונטי ארגענייזער :lol:, און טראמפ איז דאך מוראדיג סוקסעפול, קוק וואס טוט זיך אין וואשינגטאן, ער גייט גארנישט קענען אויספירן! גארנישט! מגייט אים ארויסטראסקענען פון דארט מיט די גרעסטע בושות, און דער סוקספולער בעזנעסמאן דיינע גייט פארלירן אלע זיינע געלטער און באנקראטירן צום צענטן מאל... און דאס מאל וועט אים שוין קיין איין באנק טראסטן נאכאמל, קושנער מיט איוואנקא גייען ביידע גייען יושבן פונקט ווי אלע קרינמינאלן, מ׳האט אוועקגעלייגט א פלאץ פאר אים לעבן אלע קעפטיליסטן ,ער גייט זיין א roommate מיט בערני מעידאף.
דינסטאג מערץ 21, 2017 3:06 pm#366274
שבת אחים האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ומובן מאיליו אז אין 08 און אין 12 זענען די אמעריקאנע פאלק געווען העכסט נארמאל..........

פאר'ן אריינוועילן אן אומבאוואוסטע רויע אומקאמפטענטע קאמינוטי ארגענייזער צו פירן דאס לאנד און אין די ענד אויף די געים האט ער אריינגעפירט דאס לאנד און די גרעסטע דעפיציט עווער און אפגעקאליעט די העלטקעיר סיסטעם טייערער געמאכט דאס צו קומען צו נארמלע דאקטוירים אפגעהאקט אלע אינשורענס קעריערס צו האנדלן מיט מידל קלעס פיפעל ועוד ועוד

דא האבן זיי כאטש אריינגעוואויט א סוקסעספולער ביזנעסמאן ענערגישע טוער און א אפענע שכל מאן און איינער וואס טוט וואס דארף געטאן ווערן

פראביר דיך צו מחזק זיין מיט רעדן אויף אבאמא, אפענע שקרים מיט לאקשן אנגעהויבן אז ער איז א קאמיונטי ארגענייזער :lol:, און טראמפ איז דאך מוראדיג סוקסעפול, קוק וואס טוט זיך אין וואשינגטאן, ער גיי"ט גארנישט קענען אויספירן! גארנישט! מגיי"ט אים ארויסטראסקענען פון דארט מיט די גרעסטע בושות, און דער סוקספולער בעזנעסמאן דיינע גייט פארלירן אלע זיינע געלטער און באנקראטירן צום צענטן מאל... און דאס מאל וועט אים שוין קיין איין באנק טראסטן נאכאמל, קושנער מיט איוואנקא גייען ביידע גייען יושבן...

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אביסל פון דיינע חיזוק ווערטער :

ער גיי"ט גארנישט קענען אויספירן! גארנישט! מגיי"ט אים ארויסטראסקענען פון דארט

קושנער מיט איוואנקא גייען ביידע גייען יושבן..

יו :lol: :lol:

און איך זיך נאך מיינע אפענע שקרים איבער אבאמא

שבת פעיס פעקט יעצט איז טראמפ פרעזידענט און ער נוצט עס אויס אויסצופירן וואס ער וויל פונקט ווי אבאמא האט געטאן דאס זעלביגע אויף זיינע זאכן די לעצטע אכט יאר