פרייטאג מערץ 3, 2017 11:15 am#364425
קומען דען נישט קיין סאטמאר פארשידענע פאליטישענס און פארשוינען?
תורה ומדעאיך פארשטיי נישט, מאי כולי האי?
פארוואס פונקט יעצט האבען זיך די אונגערישע רבנים דערמאנט. ועוד אפילו אין בעלז קומען די שרי הממשלה כסדר צו די שמחות און צו חנוכה ליכט.
תורה ומדעקומען דען נישט קיין סאטמאר פארשידענע פאליטישענס און פארשוינען?
תורה ומדע
. דער פראבלעם איז אז אין וויליאמסבורג לעבר מען אין א וואקיום אין מען רעדו זיך איין אז די גאנצע ווועלט איז סטופיד.
תורה ומדעדאס איז אלץ אבער נאר לשיטת סטמר וואס איז א דעת יחיד. וואס איז דער בעלזער רבי שולדיג אז ער איז נישט מסכים מיט דעם אפגעפרעגטען שיטה פונעם בעל דברי יואל. 99.9% פון מנהיגי ישראל, וואס זענען געווען פיל גרעסער פונעם סטמער רב אין אלע הינזיכטען, למשל דער רבי ר׳ אהרן מבעלז זצ״ל, טשעבינער רב זצ״ל, די גערער רביים, און צענדליגער אנדערע האבען נישט געהאלטען מיט דעם. דער פראבלעם איז אז אין וויליאמסבורג לעבר מען אין א וואקיום אין מען רעדו זיך איין אז די גאנצע ווועלט איז סטופיד.
ליטוואק פון בודאפעסטתורה ומדעדאס איז אלץ אבער נאר לשיטת סטמר וואס איז א דעת יחיד. וואס איז דער בעלזער רבי שולדיג אז ער איז נישט מסכים מיט דעם אפגעפרעגטען שיטה פונעם בעל דברי יואל. 99.9% פון מנהיגי ישראל, וואס זענען געווען פיל גרעסער פונעם סטמער רב אין אלע הינזיכטען, למשל דער רבי ר׳ אהרן מבעלז זצ״ל, טשעבינער רב זצ״ל, די גערער רביים, און צענדליגער אנדערע האבען נישט געהאלטען מיט דעם. דער פראבלעם איז אז אין וויליאמסבורג לעבר מען אין א וואקיום אין מען רעדו זיך איין אז די גאנצע ווועלט איז סטופיד.
איין מינוט. דער בעלזער רעבע האט געמעגט אויפנעמען ביב׳ן און געמעגט שמועסען געמוטליך מיט איהם, דאס פארשטיי איך. אבער דאס ברענגען די אייניקלאך זאלען אזוי צוקוקען מיט אינטערעסע כאילו דא רעדט זיך א לשוב׳ער מענטש, דאס איז נישט אויסגעהאלטען. איך זאג נישט אז א צעטעל קומט זיך איהם דערפאר, אבער אז עפעס טויג נישט קען מען זע׳ען.
כ׳מיין מ׳האט קיין סאך נישט געהאפט פון איהם, און ווען נישט פאר פארטיי פראבלעמען פון ׳ציונות׳ וואלט׳ן די סאטמארער רבי׳ס אויך זיך נישט צוריק געהאלטען פון אזעלכע שריטען. און דעצאלס וואלט אויך נישט געווען אויסגעהאלטען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
תורה ומדעליטוואק פון בודאפעסטתורה ומדעדאס איזlk
דו מיינסט טאקע אז דער בעלזער רבי האט שנעל געלאזט רופן די אייניקלעך זיינע צו קענען זיך באקענען מיטן ראה״מ? זייט נישט קיין קינד און קויפט נישט אלץ וואס דער אינטערנעט פארקויפט...
לגופו של ענין. דער בעלזער רבי איז א גברא רבה פירט זיין עדה ע״ד של דודו ר״א מבעלז ואביו אבד בילגורייא וואס האבען נאך געקענט און פארשטאנען דעם דרך פון זייער גרויסען פאטער דער מהרי״ד
האדמו"ר שלף את ספרו של שמואל בן ארצי , חמיו של ראש הממשלה, שכתב על נובהרדוק.
ראש הממשלה התעניין האם הרבי קרא
והרבי השיב: "מה שצריך קראתי".📎 בן ארצי.jpg
יואלי וואלפסאן📎 IMG-20170302-WA0236.jpg
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב הנאה פון דער נייעם טערמין; רעבישע מדרגות. וואס מיינט עס? וויאזוי מעסט מען עס? איך האב אויך רעבישע מדרגות? דער קאורט\ב"ד דארף פסקנ׳ן ווער ס׳האט עס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
סמבטיוןדע האלבע כולל להוראה פון מראה יחזקאל האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטיק אינדעפרי, פון צווישן די רבנים וואס זענען ארויס זענען ר' משה שטעסיל דיין בעלזא 36 ר' חיים יהושע וועטענשטיין דיין בעלזא 15/43 ר' חיים בצלאל וועבער מגי"ש בישיבה ר' סענדער רעכניצער מו"צ אין בעלזא ר' דוד פרענקעל מו"צ אין בעלזא און נאך אנדערע
ליטוואק פון בודאפעסטאוכל נמלים וחתולים?! נישט מער און נישט ווייניגער?!
רבותי, מ׳דארף הילף!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
געוואלדיג
קען נישט
קיין לשה״ק
ליטוואק פון בודאפעסט
ער עסט נישט קיין מוריטשקעס, נישט קיין קעץ און נישט קיין דייפערס. ער עסט כשר פונקט ווי דו
איש את רעהוליטוואק פון בודאפעסט
ער עסט נישט קיין מוריטשקעס, נישט קיין קעץ און נישט קיין דייפערס. ער עסט כשר פונקט ווי דו
איי עם סארי
די ערשטע מאל איך הער א נישט אידישע מענטש וואס היט נישט תורה ומצוות איז מדקדק בכשרות.
ליטוואק פון בודאפעסטפארוואס איז דער גאנצע סאטמארער רב אריין נאר אין די פאר צודרייטע וואס האבען איהם נישט געקענט, און דער וויזניצער רבי טראגט נישט קיין אחריות פאר די מאסען פויערען וואס פאררופען זיך על שם וויזניץ?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בן אדםאויך דער טשימפא רב ז"ל בעל ה... (כ'געדענק נישט די נאמען פון זיין ספר) איז געווען א וויזניצער חסיד. ער פלעגט גיין אין גאס פארטראכט אין לערנען, און נישט איינמאל האט ער 'פארגעסן' ווי ער וואוינט.
סמבטיוןדע האלבע כולל להוראה פון מראה יחזקאל האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטיק אינדעפרי, פון צווישן די רבנים וואס זענען ארויס זענען ר' משה שטעסיל דיין בעלזא 36 ר' חיים יהושע וועטענשטיין דיין בעלזא 15/43 ר' חיים בצלאל וועבער מגי"ש בישיבה ר' סענדער רעכניצער מו"צ אין בעלזא ר' דוד פרענקעל מו"צ אין בעלזא און נאך אנדערע , די קינדער פון באבא אנאנים האבן זיך געבעטן זיי זאלן בלייבן זיי האבן געטאנעהט אז זייער טאטע איז נישט געווען אפילו דאהי און סענישט בהסכמתו , למעשה האבן בערך א מנין פון די חשובסטע אין די כולל פארמאכט די גמרות אין ארויס פון דארט.
שבת אחיםחוץ מזה שעם דיך אין דיין פנים אריין צוזאגן אויף א עדה אידן ווי וויזניצער חסידים מארמארישע פויערן, סאיז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז דער חבדסקער איז געוועהן די רבי פון אלע פרייע טעקסי דרייווערס אין ישראל ווייל זיי האבן א בילד פון אים, די חבדסקר האט געהאט חסידים וואס זענען געוועהן ריזיגע תלמידי חכמים און ווי אויך האט ער געהאט טויזענטער מעריצים פון אלע אנדערע קרייזן, די זעלבע איז געוועהן מיטן אהבת ישראל, דו הייבסט בכלל נישט אן צו פארשטיין וואס וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן, וויזניץ אינדערהיים און היינטיגע וויזניץ איז צווייי אנדערע זאכן. דער אהבת ישראל האט געהאט טויזענטער חסידים בני עלי׳ פון הרב וויזל דער טערניווער רב זצ״ל וואס טויזענטער אידן אינדערהיים האבן געהאלטן פאר א פועל ישיעות, הרה״ח הצדיק ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל (וואס וואלט פארדינט א אשכול דא אין שטיבל) הרה״ח ר׳ יצחק דוד פוקס זצ״ל מיין זיידע הרה״ח ר׳ אברהם פוקס ז״ל, הרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל, הרה״ח ר׳ משה ראזענפעלד זצ״ל (ר׳ משה טעטשער- א שם דבר אין גאנץ מארמערוש, בוקעווינא) הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל און הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזענבערג זצ״ל. זיינע שפעטערדיגע חסידים וואס א טייל לעבן נאך היינט און קאכן זיך אין אים, איז קודם כל הרה״ח ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, רב בעלז הישן, (וואלט אויך פארדינט א באזונדערע אשכול) הרה״ח ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל מקאסוב-ירושלים, (האט א אשכול דא דאכצעך), הרב שנעבאלג זצ״ל די טאטע פונעם טשערנאוויצער, באלחובער רב, הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ זצ״ל פון בני ברק (פארצייטישע איד וואס פלעגט גיין נאך געלט-האט דאכצעך דא א אשכול), הרה״צ ר׳ משה אליעזר פראמאוויטש זצ״ל אב״ד צייסלהיים, געוועהן א רבי אינדערהיים מיט חסידים, נאך די מלחמה געוואוינט אין וויליאמסבורג (פארדינט אויך א אשכול דא, כהאב אים גיט געקענט), די איד׳ס ווארימע דאווענן און קריאת שמע ליינען ביי שחרית האט אויסגעקוקט ווי ער גייט אויס פאר מתיקות, כהאב נאך אזאנס נישט געזעהן. אט די אויבנדערמאנטע אידן זענען אלע געוועהן אמתע געהויבנע אידן תלמידי חכמים, וואס דאס ריפלעיקט וויזניץ,
ווי אויך אז דער אהבת ישראל האט עקסעפטעט און מקריב געוועהן א יעדע איד אפילו די גרעסטע פויערן. אבער ארום דער אהבת ישראל האבן זיך געדרייט גאר חשובע געהויבנע אידן, די ליסט goes on and on.
וויזניץ האט ארויסגעגבען די שענסטע פירות, און האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר דיינע פארביסנע ליטפאקס.
גראף@שבת אחים סתם א זייטיגע פראגע. וואס מיינט הייליגע רבי? דו גלייבסט אז ער'ז געווען הייליג דעמאלסט איז דאך יא דא א באשעפער? און אויב נישט פארוואס שרייבסטו הייליג? אדער האט הייליג מיט רעליגיע גארנישט איינגעלייגט.
נ.ב איך גלייבט אויך אז ער איז געווען א צדיק וקדוש.