שמעון וואלףשבת אחיםתורה ומדעדער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.
ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.
די חוצפה וואס סאטמאר האט איז משרשו פון בעלז וואס כידוע האט סאטמאר רב זיך געהאלטן אלץ תלמוד פון בעלזע רב, מהרי"ד, און אסאך בעלזע חסידים זענען טאקע אנגעקומען קיין סאטמאר. און בעלז איז געווען די מענטעלעטי אז אונזער רבי איז העכער ווי אלע אנדערע און פון דארט נעמט זיך די מושג פון "כבוד בית בעלז" כאילו די נאמען "בעלז" טראגט מיט זיך עפעס העכערס. צוליב דעם האט מען גערודפ'ט אלע וואס האבן זיך נישט מבטל געווען פאר בעלז ווי למשל סאטמאר רב מיט 'עד הנה' אדער סקווירא רבי וועגן די זאגן. ס'איז באקאנט וואס מ'פלעגט זאגן אז אין בעלז האט מען נישט געקענט טרעפן א גמרא פון די מסכת ווי דף היומי האט געהאלטן.
די היינטיגע בעלזע רב האט עס געטוישט בפרט נאך די מערכה וואס סאטמאר האט געפירט קעגן אים און ער האט זיך געשפירט געקלאפט האט ער דיסיידעט צו שפילן נייס גיי און ס'איז אים געלונגן, צעביסלעך פארגעסט מען ווער ס'איז וואס.
און אגב, דאס וואס תורה ומדע שרייבט וועגן די מנחת אלעזר איז סתם בעלזע שקרנות. איך האב געקענט אסאך תלמידים פון מנח"א און פייערדיגע מונקאטשע חסידים און קיינמאל געהערט רעדן א שלעכט ווארט אויף בעלזע רב
וואס איך שרייב איז נאך אסאך אינדפענדענט ריסירטש, בכלל נישט פון בעלזער פראפאגאנדע. האמת אגיד, איך ליין דעם בעלען ארגאן "אור הצפון" פון צייט צו צייט. אבער זהו, איך האב פארשידענע מקורות'דיגע קוועלער צו וואס איך שרייב. דער מונקאטשער רב איז געווען מפורסם אין זיין אויסשפרעכען קעגען גדולים וואס האבען נישט מיט איהם מסכים געווען, ער האט נישט מורא געהאט צו שעלטען קללות נמרצות ברבים אזעלכע גדולים ווי דער ח"ח אין נאך אזעלכע ריזען וואס זייערע חטאים זענען געווען דאס גרינדונג פון... אגודת ישראל ל"ע....
מיטן מהרי"ד מבעלז, האב איך נאך נישט געטראפען א מהלך וויאזוי איהם צו פארענטפערען, אדרבה, אפשר קענט איהר זיך נאכפרעגען ביי די חסידים וואס דו דערמאנסט וואס איז געווען די סיבה וואס האט איהם אזוי געקרענגט דער בעלזער רב מיט זיין משפחה, פליטי חרב פון גאליציע, בלייבען ביי זיינע חסידים אין מונקאטש.
לענין בעלזא און מחלוקת בכלל. 99% פון די מערכות אין גאליציע זענען געווען קעגען משכילים און אפיקורסות. אפילו צאנז מיט רוזין איז אויך געווען א מחלוקת בעניני דיעות וכדו'. די בעלזער רביים, אפילו דער מהר"ש, זענען געווען די וואס האבען זיך געזארגט קעגען די משכילי לעמבערג כידוע. און האבען דעוועלאפט א שארפקייט וואס קומט מיט דעם אומוועלענדיג. די סייד עפעקטס פון דעם איז געווען עטליכע. קודם כל, זענען געווען אזעלכע חסידים וואס האבען נישט פארשטאנען ווי איין און ווי אויס האבען געטשעפעט רבנים איון רבייס סתם כידוע. שנית, זענען די בעלזער געווארען צו עקסטרעם אין דיעות און אין "נישט משנה זיין"..
מה עשה הקב"ה, דער מהר"א מיט זיין ברודער דער מהר"ם זצ"ל ירדו לסוף דעתו של אביהם הגדול, ויותר ממהר"י ט"ב כמש"נת למעלה. און זיי האבען מגלה געווען אז דער מהרי"ד וואלט אויך מסכים געווען צום גערער רבי מיטן ח"ח און אין אר"י צום חזו"א אין אלע גדולים ווען די אומשטענדען רופען דערצו. דער פראבלעם איז אז דער מהרי טב איז געבליבען אינדרויסען..
לייק איט אר נאט איז דער היינטיגע בעלזער רבי איז א פיקח און גאלדענער איד וואס ליבו כלב הארי אין די ענינים מיט דעם וואס ער לאזט זיך נישט פארפירען פונעם אמת.