Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
@איש את רעהו, עס קוקט אויס ווי די ווילסט סתם טראללען, לויט דיין לעצטע תגובה קוקט אויס ווי פארשטייסטו זייער גוט פארוואס מען איז דא קעגן ראבינאוויטש'ס מהלך.
לאמיר דיר מסביר זיין, ראבינאוויטש און עס קוקט אויס ווי די אויך, האבן אראפגעלייגט א הנחה אז די סמארטפאון הרג'עט אפ טויזענטער אידישע נפשות, ווי קען דען אנדערש זיין, עס איז דא בחורים ובתולות וואס פאלען אוועק, און זיי האבן אויך סמארטפאונס אלא מאי...
פון דיין תגובה קוקט אויס, ווי די פארשטייסט אז רוב עולם דא איז נאכנישט צוגעקומען צו די החלטה אז סמארטפאון איז די גרויסע מגיפה, וואס ער האלט אז עס איז, איז וואס פארשטייסטו נישט פארוואס מען האקט אן אפפערן א בעסערע עצה, ווען מען איז בכלל נישט מסכים אז זיין פראבלעם איז עפעס וואס דארף אן עצה.
למה"ד, ווי איינער דערזעט אז ער שפירט נישט גוט, און ער גייט צום דאקטאר זיך אונטערזיכן, דער דאקטאר זאגט אים קוק אהער די ביסט עלטער געווארן די דארפסט טוישן דיעטע, מאכן איבונגען וכדו' איי וואס איז געווען ביז יעצט, ביסט געווען אינגער האט דיין קערפער נאך געקענט פארנעמען, יעצט איז דיין קערפער מער האקל דארפסטו זיך מער אכט געבן. קומט אריין איינער און ער נעמט מאכן באנומענע קולת אזש די דאך פאלט אראפ, דו האסט א געוואוקס, מען דארף שוין זיך נעמען שניידן אפצוטיילן די גוטע פון די שלעכטע, ווער ווייסט אפשר נאר אזוי קען מען נאך ראטעווען, אלעס וואס די שפירסט שלעכט קומט פון דעם, און דער יעניגער וויל אנהייבן שניידן, נעמט דער דאקטאר מאכן קולות וברקים וואס שניידסטו, דו ווייסט דאך נישט וואס דו רעדסט...
איך מיין אויב די ווילסט קענסטו פארשטיין, נאר ווי געזאגט קוקט נישט אויס ווי דו ווילסט אפילו.