Under maintenance
הויפט זייט » "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

"וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11267
זונטאג יאנואר 29, 2017 10:50 am#361033
"וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
א גוטן טייערע חברים,

דער פרישער וועקער איז אט אט דא. קול דודי הנה זה בא!

ווי כ'האב שוין עטליכע מאל געזאגט וועט דער פרישער וועקער זיין אויף א מדריגה וואס עוד לא נראה כבושם הזה. אומגעהויערע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן אז דער וועקער זאל ארויסקומען אויסגעפיצט און אויסגעשארפט, א הערליכער אויסוואל פון ארטיקלען פון יעדן סארט, מחקר, היסטאריע, הומאר, פאעזיע, וויסנשאפט, געשעענישן, הילף, ועוד ועוד. אזוי אויך האבן מיר דאס מאל א כלי מהודר ומפואר אהערגעשטעלט דורך דעם מייסטער גראפיסט @אלקנה, וועלכער איז שוין פקיע שמיא מיט זיין מאיעסטעטישער ארטיסטישער ארבעט אינעם "פה-סח" תשע"ו. דאס מאל איז אלקנה ארויף צו נאך העכערע שטאפלען, אפצושפיגלן דעם זעלטענעם קאליבער פון די ארטיקלען אינעם וועקער.

נאכ'ן הערן די הצעות פון די טייערע חברים וועלכע קוקן ארויס אויף דער הצלחה און המשכה פונעם וועקער, האבן מיר אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז דער וועקער זאל קענען געדרוקט ווערן אויף א הערליכן פארמאט און פארקויפט ווערן כראוי וכיאות אויף עמעזאן. דער גראפיק איז אהערגעשטעלט געווארן דווקא אז ס'זאל זיין הערליך און געשמאק אין דעם געדרוקטן פארמאט, און מיר האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז דער וועקער זאל זיך טאקע דרוקן אויף א קריסטאל קלארן און פראקטישן אופן.

דורך טוישן אונזער פאקוס אויף פיזישע קאפיעס אנשטאט דיגיטאלע, נעמען מיר דעם וועקער צום נעקסטן שטאפל. אין אונזערע שמועסן מיט צענדליגער חברים האבן מיר זיך איבערצייגט אז ריכטיג צו נעמען די צייט דורכצולייענען און צו אפרישיעיטן די הערליכע ווערק פונעם וועקער מוז מען האבן א פיזישע קאפיע. אנדערש גיט מען א מיש דורך אויפ'ן קאמפיוטער אדער טעלעפאן, מ'האט טאקע א באלדיגע הנאה, אבער מ'האט נישט דעם שבת נאכמיטאג, אדער אנדערע רואיגע מאמענטן, ריכטיג מעיין צו זיין און קוועלן פון די רייכע אוצרות.

מיר האבן אוועקגעשטעלט דעם ריטעיל פרייז פונעם וועקער אויף 7.99, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס איז אן אויסגאבע פון כמעט 150 עמודים פון בלויז ארטיקלען און גראפיק אויפ'ן העכסטן קאליבער – אן קיין שום אנאנסן אנצופילן בלעטער. אז מ'קויפט דעם וועקער דירעקט אויף עמעזאן, געבן מיר עס אוועק פאר בלויז 5.99, וואס איז קוים עטליכע פרוטות מער וויפיל עס קאסט אונז. די פאר איבעריגע גראשן וועט גיין צו שמירן די רעדער, און צו ערמעגליכן אז וועקער זאל קענען אנגיין אביסל גרינגער.

מיר האפן אז דער וועקער וועט ערשיינען ברוב פאר והדר אין די קומענדיגע שעות – מעגליך מארגן, מאנטאג. דאס איז אן אויסגאבע וואס איר וועט האלטן אין דער האנט, און נישט קענען אראפלייגן פון דער האנט!
זונטאג יאנואר 29, 2017 10:54 am#361034
וועט עס זיין קאלירט אויף עמעזאן
זונטאג יאנואר 29, 2017 10:56 am#361035
דער גראפיק (חוץ דעם דעקל) איז לכתחילה געמאכט געווארן שווארץ-אויף-ווייס. כ'וועל שפעטער ארויפשטעלן א פי-די-עף פייל וואו מ'וועט קען קענען דורכמישן א טייל פון די פראכטפולע זייטן.
זונטאג יאנואר 29, 2017 11:48 am#361038
דער דעקל אליין זאגט שוין אלעס אז דא רעדט מען פון סיריעס סיריעס ביזנעס, אבער כעוורע, איך האב דורכגעבליקט דער אינהאלט, ראובן האט מיך אריינגעלאזט פון הינטערן פורהאנג, איך בין ממש געכאפט געווארן אין שאק, זיין פערפעקציאזניזם איז אומגלויבליך, דער רייכער אויסוואל פון ארטיקלען איז ממש מיינד באגלינג, עס שטייגט איבער סיי וועלכע פראיעקט פון ק"ש פי כמה, און בכלל, טרויע איך מיך צו זאגן אז לא נראה כבושם הזה.
זונטאג יאנואר 29, 2017 12:16 pm#361040
דער וועקער וועט זיין צו באקומען אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג. מיר זוכן נאך א וועג אויסצוארבעטן מאנסי. ווער עס קען עפעס ארויסהעלפן מיט מאנסי, זאל מיך ביטע שרייבן אין אישית.
זונטאג יאנואר 29, 2017 1:44 pm#361044
א דאנק פאר אלע דברי חיזוק, דא און אין אישית.

מאנסי איז מסודר. דורכאויס די וואך וועט דער וועקער ווערן דעליווערט צו געשעפטן אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי.
זונטאג יאנואר 29, 2017 2:07 pm#361047
תוכן הענינים (שוואכע רעזאלושאן, היות ס'איז א סקרין שאט. שפעטער וועט קומען א געהעריגער פי די עף מיט א סך מער.)

1.jpg

2.jpg
זונטאג יאנואר 29, 2017 2:13 pm#361048
ס'איז פארלעסליך?
זונטאג יאנואר 29, 2017 2:55 pm#361052
גייען די ארטיקלען צום ווערן ארויסגעשטעלט אויף ק"ש ?
זונטאג יאנואר 29, 2017 3:11 pm#361053
כ'בעט די שרייבער זאלן לטובת הענין נישט ארויפשטעלן זייערע ארטיקלען - זיכער נישט פאר דריי-פיר וואכן. מיינע ארטיקלען (פראפ' מארק שפירא, מאזאאיק, בימים ההם, איידעמער פון אמרי אמת) פלאן איך נישט ארויפצושטעלן.
זונטאג יאנואר 29, 2017 3:53 pm#361060
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
אבטולמוס האט געשריבן:כ'בעט די שרייבער זאלן לטובת הענין נישט ארויפשטעלן זייערע ארטיקלען - זיכער נישט פאר דריי-פיר וואכן. מיינע ארטיקלען (פראפ' מארק שפירא, מאזאאיק, בימים ההם, איידעמער פון אמרי אמת) פלאן איך נישט ארויפצושטעלן.

לענ"ד, אויב מען שטעלט עס נישט ארויס, איז לכה"פ דארף מען עפענען אן אשכול פאר א יעדע ארטיקל מיט ראשי פרקים, כדי מען זאל האבן ווי דן צו זיין און ארום רעדן אויף די נושא.
זונטאג יאנואר 29, 2017 4:49 pm#361075
אין וועלכע געשעפטן וועט מען קענען קויפן דעם "וועקער"? #אומגעדולדיג
זונטאג יאנואר 29, 2017 5:13 pm#361080
לאקאלע ניוזסטענדס. קויפן אויף עמעזאן איז אבער גרינגער און ביליגער.
זונטאג יאנואר 29, 2017 5:28 pm#361082
פאלגנד איז דער אינהאלט מיט די נעמען פון די שרייבער. מיר האבן געלייגט א דגוש אז די נעמען זאלן זיין אקצעפטירבאר פאר אן אויסגאבע, און דערפאר זענען נישט אלע נעמען די זעלבע ווי די קאווע שטיבל ניקס. די שרייבער זענען מכובד זיך צו אידענטיפיצירן אלס די בעלים פון די וועקער פסעוודאנימען.


אינהאלט

כל השביעין חביבין
א ווארט פון די ארויסגעבער
המעוררים


ויקם מלך חדש
א בליק און א קינה אויף דעם אויפשטייג פון דעם פרישן פרעזידענט דאנעלד טראמפ
קטלא קניא

א בריק ערגעצוואו
די רייכע געשיכטע הינטער דעם ניו-יארקער דעוועלאפער ראבערט מאזעס, און זיין ביאגראפער
בן שיח

די איידעמער פונעם "אמרי אמת" מגור אין א ניו-יארקער ספרים-געשעפט
פון "בימים ההם" סעריע, א פארש-ארבעט וואס פאנגט זיך אן מיט אן אמאליגן אנאנס
ראובן

א "ספעל-טשעק" אויף אידיש?
צו לעזן א פראבלעם פאר אידישיסטן וועלכע קענען נישט דעם חסידישן אויסלייג
איציק בלימאן

חכם וסופר
ברייטער און ארומנעמענדיגער אינטערוויו מיט דעם פראפעסאר הרב החכם מלך (מארק) שפירא
ראובן

שיטת הרמב"ם אויף לועג לרש
קען זיין אז דער רמב"ם האט בכלל נישט געגלייבט אין דעם באגריף?
שמואל שמעלקא וועבער

דאס געראנגל
א געשיכטע פון אן אינערליכן געראנגל וואס ציט זיך פון וויליאמסבורג ביז מינעסאטע, און צעשטורעמט דעם הארץ
יצחק וואלד

שיימעס וואלגערן זיך אין די גאסן
א פעליטאן איבער א קאמישע ערשיינונג אין די ברוקלינער גאסן
ר' אריה ברומער

נאר יאוש איז פארהאן
פראוואקאטיוו אבער טיף. יאוש קען זיין א רעצעפט פאר הצלחה
הילל בן שחר

דער 'דא' און דער 'יעצט'
נאר די הווה איז אין שפיל פאר אונזער עבודת ה'
אלימלך וואהל

"מנשה", דער פילם
אן אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג, וועגן זיין ראלע אלס הויפט-אקטיאר און כאראקטער אין דעם פילם "מנשה"
חיים שטערן

שו"ת זאב יטרף
א קאמישע הנחה מיט אן ערנסטן פנים, אויב סינדערעלא איז געווען מותרת לבעלה
וואלף


המשכים

שמועסן מיט ר' יחיאל
א ידען נפלא פאקט זיינע ידיעות. דאס מאל: דער מצב פון השכלה פאר'ן קריג
ישעיהו

צעמישטער יונגערמאן
פערטער שמועס פון הדרכה און חיזוק מיט א יונגערמאן וואס האט פארלוירן זיין תמימות
אביגדור אונגאר

קענסער
זעקסטער קאפיטל פון גאר אינפארמאטיווער סעריע איבער דער מחלה, און די היסטאריע פון אירע רפואות
פאליק פליקאוויטש

דער ראדימנער פראצעס
ווייטערדיגער קאפיטל פון דער דראמאטישער געשיכטע
ד. געוואגטקינד



פאעזיע

העיר אשר בלבה חומה
פאעטישע בענקשאפט נאך ירושלים
כעלעם'ר מגיד

א צענטער צו גראוויטי
ס'איז באלד די שקיעה, איך וועל שטעכן די רעדער, ולה' הישועה.
הילל בן שחר

איך מאך א שמחה! איך מאך א שמחה?
איז א שמחה ווירקליך א שמחה מיט אזויפיל דאגות?
בן נריהו

דער קאלירטער חסיד
שווארץ-און-ווייס פון אינדרויסן, אבער די נשמה איז קאלירט
אליהו אדמדם


קאלומס

מרבה עצה
קטלא קניא ענטפערט לייענער'ס ספיקות און אינערליכע צעמישענישן
קטלא קניא

מושי'ס ווינקל
א קאמישע און ארטיסטישע נעם אויף אקטועלע געזעלשאפטליכע טעמעס
מושי

מאזאאיק
חידושים אין טעקסט און אין בילדער פון אלץ און אלעמען
ראובן

אויגנ-בליק
א בליק אויף א וועלטס-געשעעניש. דאס מאל: די סיריע פליטים קריזיס
אלקנה

בימים ההם
א רייזע צו דעם אמאל אין אויסגאבעס און ביכער
ראובן
זונטאג יאנואר 29, 2017 5:43 pm#361084
וואו איז דער "דער" פונעם וועקער פארשוואונדען געווארן?
זונטאג יאנואר 29, 2017 5:59 pm#361088
אבטולמוס האט געשריבן:די שרייבער זענען מכובד זיך צו אידענטיפיצירן אלס די בעלים פון די וועקער פסעוודאנימען.

הילל בן שחר.
זונטאג יאנואר 29, 2017 6:05 pm#361089
ונבנתה העיר האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:די שרייבער זענען מכובד זיך צו אידענטיפיצירן אלס די בעלים פון די וועקער פסעוודאנימען.

הילל בן שחר.

מיין ניק וועט בלייבן א געהיימניס
#חעלעם אלערט
זונטאג יאנואר 29, 2017 6:06 pm#361090
יין שרף האט געשריבן:וואו איז דער "דער" פונעם וועקער פארשוואונדען געווארן?


וואו איז דער יין שרף פון קאווע שטיבל פארשוואונדען געווארן?
זונטאג יאנואר 29, 2017 6:07 pm#361091
רויטע, די ביסט אליהו אדמדם איא?
זונטאג יאנואר 29, 2017 6:09 pm#361093
ווי קען מען עס קויפן אים גא-ץ ווילן

איך פאליק אהין
זונטאג יאנואר 29, 2017 6:11 pm#361094
יא. געפעלט דיר? יעצט האסטו שוין א ספק ספיקא, איינס אויב איך בין רויט צו שווארץ, אפילו אויב שוין יא רויט צו הייס איך טאקע אליהו.

עמער לאזן פאר אליהו צו פארענטפרן די איביעא.
זונטאג יאנואר 29, 2017 7:53 pm#361099
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
בן נריהו איז אונזערס? ער קען יא אידיש?
זונטאג יאנואר 29, 2017 7:56 pm#361100
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
שמואל שמעלקא וועבער = שש משזר
זונטאג יאנואר 29, 2017 7:58 pm#361102
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
ונבנתה העיר האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:די שרייבער זענען מכובד זיך צו אידענטיפיצירן אלס די בעלים פון די וועקער פסעוודאנימען.

הילל בן שחר.

ווי גיבט מען אויף אזא פירמע ווי "ונבנתה העיר"?

בכלל פארשטיי איך נישט די געראטשקע מיט די פען נעמען, ס'איז אלץ געווען אין די טראדיציע פון אידיש, "שלום עליכם" איז יא א נארמאלער נאמען?
זונטאג יאנואר 29, 2017 9:02 pm#361104
מפוזרי האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט די געראטשקע מיט די פען נעמען, ס'איז אלץ געווען אין די טראדיציע פון אידיש, "שלום עליכם" איז יא א נארמאלער נאמען?


מענדעלע מוכר ספרים, משה נאדיר, דער נסתר...
מאקס וויינרייך, דער גרויסער לינגוויסט און גרינדער פון ייווא, האט אויך געשריבן אין פארווערטס אונטער א פסעוודאנים, "שרה ברענער".
מיטוואך פעברואר 08, 2017 10:10 pm#362341
אבטולמוס האט געשריבן:די שרייבער זענען מכובד זיך צו אידענטיפיצירן אלס די בעלים פון די וועקער פסעוודאנימען.

שמואל שמעלקא וועבער.



געוויסע קענען געדענקן מיין פסעוודאנים, פון די 'טומאת נדה' ארטיקל אין א פריערדיגן וועקער.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:31 am#362630
לאמיך איבערגעבן בקיצור נמרץ מיינע איינדרוקן איבערן נייעם וועקער.

קודם כל, ATUB @אבטולמוס ATUB טייערע, דו האסט באוויזן א קונץ וואס נאר אזא קונצן מאכער ווי אונזער ראוב'לע קען באווייזן. א הערליכע זשורנאל מלא וגדוש מיט תוכן, מיט הערליכע גרעפיקס, יופי בתוך יופי.

יעצט לעצם הענין: מ'קען קלאר זען אז דער וועקער רוקט זיך אביסל מער לינקס, און אנדערע האבן מיר אויך אנגעמערקט דערוועגן. עס איז קלאר אז עס איז א נייע הנהלה מיט נייע געדאנקען און אינספיראציעס, און פאקטיש ווען "יענער" נעמט אחריות, באלעק איך מיך די פינגער מיט די קאנטראווערסיעלע ארטיקלען, און נאך מער - מיט ראובנ'ס אגענדע...


איצטער לאמיר אדורכטון די ארטיקלען גופא. אויב כ'דארף אויסוועלן די פינף בעסטע ארטיקלען פונעם וועקער, וועלן די פאלגענדע ארטיקלען בלי ספק געווינען מיין שטימע [כ'רעכן נישט אריין מיין "לועג לרש" ארטיקל :D ]:

1. "שו"ת זאב יטרף" [פארפאלן, ס'איז א חידוש און עפעס מקוריות!] פון ATUB @וואלווי ATUB , 2. "נאר יאוש איז פארהאנען" פון ATUB @ונבנתה העיר ATUB [אן אלטן קראש, וואס זאל איך טון?...], 3. "דאס געראנגל" פון איינער וואס געבט נאכנישט ארויס זיין אידענטיטעט [די חוצפה און טשעלענדזש], 4. "א בריק ערגעצוואו" פון ATUB @קינד-און-קייט ATUB [זיין אויספיר מעסעדזש], 5. און פארשטייט זיך - "חכם וסופר" אויף מארק שפירא פון ATUB @אבטולמוס ATUB [בעיקר די חוצפה וחתירה פון ראובן זעלבסט].


לדעתי צייכנט זיך דער וועקער אויס מיט די מערסטע קריעטיוויטי. די שלל נושאים זענען גאר געשמאק, און כמובן אז ראובן האט זיכער געמאכט דאס אויסצושטעלן אויף אזא פארנעם מיט געוויסע קאלומ'ס און רובריקן, א שטייגער ווי מאזאאיק [איי לאוו איט!], מושי'ס ווינקל [גוטע געדאנק], בימים ההם [קען זיך נאך אויסרייבן], און עצה פלייצע [צריך תיקון].

ATUB @רויטע וואנצעס ATUB מאכט מיר לאכן מיט זיין קארלירטע חסיד, אבער דער אדמדם האט שוין חזקה צו ציען שמייכלען אויף לעפצן מיט זיינע פאעזיעס. ATUB @כעלם'ר מגיד ATUB שניידט שטיקער מיט זיין העיר אשר בלבה חומה, הגם די געמישעכץ צווישן אלטע מליצות און מאדערן עברית איז עפעס נישט גוט געקלעבט לפי טעמי. ונבנתה'ס צענטער צום גראוויטי האט געשלעפט מיין מח ווי מיט גראוויטי. ניין, כ'האב עס נישט געכאפט. ביטע עלאברירן פאר אזעלכע שוואכע קעפ ווי מיר.

די איידימער פונעם אמרי אמת מיט א געשעפט וואס פארקויפט ספרי השכלה, איז גאר גוטע פארש ארבעט, און גאר א שוואכע נקודה וואס עס ברענגט ארויס.

"א ספעל טשעק אויף אידיש" פון ATUB @לאשיצער ATUB איז זייער א גוטע געדאנק, א שאד נאר אז ער פרעגט מיך נישט פריער וויאזוי דער חסיד'ישער אויסלייג איז... הפנים, אויף זיין חסיד'ישער אויסלייג קען מען זיך אויך דינגען.

מנשה'ס פילם איז אפשר א שיינע פילם, און דער אינטערוויו'ער - ATUB @כוכב ATUB ? - פרובירט צו קיצלען, אבער סוכ"ס זע איך נישט די עומק פונעם אינטערוויו, וואס האט זיך פארט געלוינט פארן ענטפער אז ער וויל נישט אריינלייגן דעם סקווערן גאט ב"ה אין א פארלעגנהייט...

"שיימעס אין די גאסן" פון ATUB @ארי נוהם ATUB איז זייער זיס. כ'האב הנאה געהאט אז די גאנצע מעשה איז נאר צוצוקומען צו די לעצטע פאר שורות. ס'האט מיר דערמאנט פון מיין "חטא הידוע" אשכול.

אוי, ווי קען איך פארגעסן פון "דער 'דא' און דער 'יעצט'" פון אמת45, איינס און א גוטס!

די שמועסן מיט ר' יחיאל זענען זייער אינטרעסאנט, הגם איך דינג זיך היבש מיטן ידען ר' יחיאל'ס הנחות. יצחקו הנערים לפנינו און ס'וועט גיין פייער-ווערק. אגב, ס'איז צו איינגעהאלטן - אבער שמעקט עטוואס פון מושב זקנים. א ידען אין היסטאריע איז ער.

ויקם מלך חדש פון קטלא'ן איז גוט, אבער כבר מילתי אמורה אז פון קטלא'ן עקספעקט איך א שטיקל קטלא. פאליטיק זאל ער איבערלאזן פאר שוואנצאנים למיניהם וואס קענען נישט עפעס מער פון דעם.

דער צומישטער יונגערמאן, ראדימנער פראצעס, און קענסער, זענען דאך איתמחי גברא וקמיע מיט די פריערדיגע קאפיטלען, און זענען זייער זייער גוט.

"לועג לרש" וועט א צווייטער דארפן מפענח זיין מה טיבו. כ'זע נאר אויס ווי א יוון אין די סוכה. כ'בין דער איינציגסטער וואס האט געשריבן מחקר מיט אלע פירושים [אקעי, שו"ת זאב יטרף קען נכלל ווערן].

ATUB @בן נריהו ATUB האט מיך איבערראשט מיט זיין "איך מאך א שמחה! איך מאך א שמחה?" [דערמאנט מיך פון טול קורה, פאר ווער ס'געדענקט]. זייער שיין און ציפעדיג, וכבר אמרו קדמונים: מ'שפייט בלוט און מ'רעדט פון נחת.

וואס בלייבט איבער? די שיינע בילדער פון אלקנה. טאקע זייער שיין, אזוי שיין ווי זיינע וואונדערבארע גרעפיקס.


ייש"כ לכל הכותבים ומסייעים, והעומד בראשם ידידי החכם ראובן.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 6:28 pm#362710
דער ראדימנער פראצעס פיפטער פארזעצונג
ס'איז ראטזאם צו ליינען דער פראצעס אינעם וועקער. ס'ליינט זיך סך בע'טעמ'טער און אין איינוועגס שטיצט מען דער וועקער מיטן עס קויפן.

פאר ווער ס'וויל קאמענטירן און לייקן, אזוי אויך פאר ATUB @הוגה ATUB 'ס 'גרין גייענדע' חסידים האב איך דא שוין ארויפגעשטעלט דער פיפטער פארזעצונג. ליינט מיט הנאה:

l viewtopic.php?p=362678#p362678 l

_____
א גרויסן יישר כח ATUB @אבטולמוס ATUB . א פלעזשור ווען דו נעמסט קעיר פון אן ארטיקל
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:19 pm#362721
וועמען דארף איך סאלוטירן פאר די ראבערט מאזעס ארטיקל, עפעס נישט נארמאל. קטלא קניא האט מיך געהאלטן ביי די זייטן, געלאכט און געלאכט. א ספעל טשעק אין אידיש איז געווען גאר זיס.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:28 pm#362722
שש משזר האט געשריבן:מנשה'ס פילם איז אפשר א שיינע פילם, און דער אינטערוויו'ער - @כוכב? - פרובירט צו קיצלען, אבער סוכ"ס זע איך נישט די עומק פונעם אינטערוויו, וואס האט זיך פארט געלוינט פארן ענטפער אז ער וויל נישט אריינלייגן דעם סקווערן גאט ב"ה אין א פארלעגנהייט...

וואס איך האב נישט געקענט פארנעמען איז די בולשיט פון עקטן אויף א סעקולערע פילם, אבער געבט גאר שטאק אפבאכט צו רעדן מיט א פרוי, וועמען וויל ער דא געפעלן? פיין ער וויל נישט אנרירן א פרוי, אבער געבן אן אינטערוויו, אזש אז מען דארף עס מאכן עקסטער און נאכדעם צוזאמשטילן, ב"ש היכי דמי.. און נאכדעם געבט ער אן כאילו דאס איז געמאכט פאר די גויאישער וועלט, און מיר ערליכע אידן האבן מיט דעם נישט קיין שיכות. אין וועכע וועלט לעבט ער? הקיצור איך בין שטארק צומישט געווארן פון די אינטערוויו, וואס די מעסעדזש איז, וואס וויל ער, וועמען וויל ער. הגם עס האט גאנץ גוטע ריוויוס נישט אוועק צו מאכן.


דא קען מען וואטשען די מאווי בחנם
דינסטאג פעברואר 14, 2017 5:23 am#362774
פרייוויליג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:מנשה'ס פילם איז אפשר א שיינע פילם, און דער אינטערוויו'ער - @כוכב? - פרובירט צו קיצלען, אבער סוכ"ס זע איך נישט די עומק פונעם אינטערוויו, וואס האט זיך פארט געלוינט פארן ענטפער אז ער וויל נישט אריינלייגן דעם סקווערן גאט ב"ה אין א פארלעגנהייט...

וואס איך האב נישט געקענט פארנעמען איז די בולשיט פון עקטן אויף א סעקולערע פילם, אבער געבט גאר שטאק אפבאכט צו רעדן מיט א פרוי, וועמען וויל ער דא געפעלן? פיין ער וויל נישט אנרירן א פרוי, אבער געבן אן אינטערוויו, אזש אז מען דארף עס מאכן עקסטער און נאכדעם צוזאמשטילן, ב"ש היכי דמי.. און נאכדעם געבט ער אן כאילו דאס איז געמאכט פאר די גויאישער וועלט, און מיר ערליכע אידן האבן מיט דעם נישט קיין שיכות. אין וועכע וועלט לעבט ער? הקיצור איך בין שטארק צומישט געווארן פון די אינטערוויו, וואס די מעסעדזש איז, וואס וויל ער, וועמען וויל ער. הגם עס האט גאנץ גוטע ריוויוס נישט אוועק צו מאכן.


דא קען מען וואטשען די מאווי בחנם

ביי מיר גייט עס נישט.
דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:51 pm#362804
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
אבטולמוס האט געשריבן:אויב ס'וועט זיך פארקויפן א קליינער סכום קאפיעס, לאמיר זאגן אונטער 500, שטעל איך עס נישט ארויף. אויב ס'וועט זיין 500 מענטשן אדער מער - דאס הייסט גענוג מענטשן וואס אפרישיעטן דעם ארבעט און זענען גרייט צו צאלן אזא מינימאלער סכום, וועל איך עס אפשר יא ארויפשטעלן אין א פיר-פינף וואכן ארום.

סתם פאר נייגעריגקייט, האלט עס נאך אינטערן 500 בענטש מארק, אדער העכער. טאמער איז עס נאך אינטער 500, קוקט אויס ווי עס גייט אנקומען אהין אין די קומענדע צוויי דריי וואכן צו נישט?
זונטאג פעברואר 19, 2017 8:31 pm#363265
אופס, ס'שוין נישט דארטן.
זונטאג פעברואר 19, 2017 8:46 pm#363266
מיר'ער בחור האט געשריבן:אופס, ס'שוין נישט דארטן.

נעקסט טיים לייג מיט א סקרינשאט.
זונטאג פעברואר 19, 2017 8:48 pm#363268
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
זאג נאך, וואס איז דארט געשטאנען פריער?
זונטאג פעברואר 19, 2017 8:56 pm#363270
איינער האט גע'קוואוט א אימעיל וואס ער האט באקומען, וואס האט אדווערטייזט אז א נייע זעלבסטשטענדיגע מאגאזין איז ארויס געקומען .... מיט א פיקטשער פונעם וועקער אין ווי מ'קען עס קויפן, און אויף דעם האט איינער מגיב געווען #טאמעוואטעאלערט.

קורקלענד האט געשריבן:
מיר'ער בחור האט געשריבן:אופס, ס'שוין נישט דארטן.
:shock:
נעקסט טיים לייג מיט א סקרינשאט.

נעקסט טיים, מערצעשעם בקרוב....
פרייטאג פעברואר 24, 2017 1:29 am#363737
ATUB @שש משזר ATUB ביזדערווייל האב איך נאך נישט געטראפן ווי צו קאמענט'ן אויף דיין ארטיקעל וועגען לועג לראש לשיטת הרמב"ם וועלעך דא שרייבן.

קודם כל, ס'איז א געוואלדיג ארטיקל עכטע שמעתתא געשריבן על פי אמת און תוכן'דיג. צווייטענס ס'איז זייער שיין געשריבן סיי די לשון און סיי די סדר. נאו סארפרייזעס היר, שש בתקפו.

לעצם הנושא, די דיוקים און שוועריקייטן אונ'ם רמב"ם זענען שטארק און ס'קלאר אז דער רמב"ם גייט נישט צו מיט דעם פשוט'ן לועג לרש פון די גמרא. בשעת'ן ליינען האב איך אויך געקלארט אין דער גאנג פון דיין מסקנא אז דער רמב"ם איז דן די הלכות פון די מצוה הנעשית און ס'האט גארנישט מיט די מתים אין בית החיים. די ענפערסט זייער גוט אז ס'האט צו טוהן מיט טומאת המקום, אבער לענ"ד פעלט אן אויסבעסערונג, ווייל טומאת המקום פון מתים און א בית החיים איז נישט א שטער פאר דברים שבקדושה סתם אזוי ווייל מען לערנט משניות און מ'זאגט תהלים דארט, וכדומה. די זעלבע זאך איז מיט וואשען די הענט נאכ'ן ארויס קומען פון א בית החיים איז נישט מחמת א טומאה אזוי ווי בית המרחץ אדער אויפשטיין אונדערפרי ווי מ'מעג אפילו נישט זאגען דברים שבקדושה און מ'פירט זיך ניטאמאל אנצורירן מיט די הענט אן נטילת ידים.

אפשר האט עס צו טוהן אז ס'פאסט נישט דארטן צו טוהן פארשידענע זאכען מחמת טומאת המקום. עכ"פ זיי ממשיך דיין מהלך און פיר אויס.
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:51 am#365052
נאך איינער האט אונז נאכגעמאכט מיט אויסגאבעס. קוקט'ס דא
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 3:50 pm#365094
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך איינער האט אונז נאכגעמאכט מיט אויסגאבעס. קוקט'ס דא

מיר זעהט עס אויס ווי א יערליכען פורים גליון.
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 3:55 pm#365095
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
איך האב געמיינט א וויץ, בארואיג זיך. קומט יעצט פורים, עכ"פ ביי אונז אין דער ליטא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 11:03 pm#365148
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
אין דער וועקער ביי ''בימים ההם'' איז דא א פאעם ''א אינגעל א קליינס''. שרייבט יענער 'דאס ווארשעווער אינגעל איז טויט'. ער מיינט אפשר נישט דעם אינגעל דייקא נאר דער גרעסערע בילד אבער דוכסט זיך מיר אז דער אינגעל מיט הענט דער אין דער הייך (האט גע')לעבט לעצטענס.
פרייטאג מערץ 10, 2017 8:34 am#365200
אוודאי לעבט ער, עס איז הרב לאו פון א״י.
פרייטאג מערץ 10, 2017 11:06 am#365210
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
געוואלדיג האט געשריבן:אוודאי לעבט ער, עס איז הרב לאו פון א״י.

דער יונגל איז הרב לאו?
פרייטאג מערץ 10, 2017 1:58 pm#365229
יא
פרייטאג מערץ 10, 2017 3:04 pm#365233
נא, דאס איז נישט הרב לאו.

m https://he.m.wikipedia.org/wiki/ m תמונת_הילד_היהודי_מגטו_ורשה
פרייטאג מערץ 10, 2017 3:07 pm#365234
הרב לאו איז אן אנדערע בילד, ביים באפרייאונג פון בוכענוואלד.

בילד
מאנטאג אפריל 02, 2018 2:04 am#398800
אבטולמוס האט געשריבן:. די שרייבער זענען מכובד זיך צו אידענטיפיצירן אלס די בעלים פון די וועקער פסעוודאנימען.

גמליאל שמילאוויטש