דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:44 pm#363726
קול קורא קעגן דעם 'וועקער'!
ב"ה אז די רבנים האבן שוין אויך צושטייער געגעבן פארן פאפולעריטעט פונעם וועקער מיטן ארויסקומען שארף דערקעגן כאילו ס'האנדלט זיך דא פון ספרי השכלה וסייעתן.
פרייוויליג האט געשריבן:אפגעריסענע רע-בנים פארשעמען די פנים פון כלל ישראל מיט אזא נארישע קול קורא. "וכ"ז ברור בענינו באשר בחרו שפת אידיש שלא נוכל לבקר בין טוב ורע".
א וועלטס געלעכטער.
א גליון צוזאמגעשטעלט פון נובעלע אינגעלייט. אבער "ברור בענינו". עס שטינקט ווי אלע קול קורא'ס. עמיצער מיט אומגעשוירענע וואנצעס האט אויפגעפענט א קול קורא טעמפלעט אויף ווינדוס 6, און ווילדערהייט אויפגעטוישט דער אלט פארשטויבטער ווארט ״דער שטערן״ מיט די ווערטער ״דער וועקער״. א פלאץ וואס האט שוין געמאכט די ארט פאר אפאזיציע צייטונגען מיט לדעת גליונות פון בעלזא. אט יעצט האט די מייזל סעלעקטעט די ווארט ״דער וועקער״ און עס אריינגעשטעלט צווישן די פסוקי משלי, אזוי אז עס זאל אויסקוקן ווי א קול קורא קעגן הרב קוק.
אבטולמוס האט געשריבן:פיינער אדווערטייזמענט.
עמעזאן האט געשריבן: (ידוע ווען רפאל האלפרין האט געזאמלט הסכמות אויף זיין אינציקליפידיע איז ער געווען ביי ר' שלמה זלמן, און ווען ער האט געוואלט ווייזען פאר רש''ז עפעס וואס איז געלעגן די אנדערע זייט טיש, האט ער פשוט אויפגעהויבן די שווערע טיש און ארומגעדרייט... רש''ז האט זיך אזאנס דערשראקן אז ער האט עם גלייך געשריבן וואס ער האט פארלאנגט אבי ער זאל עם שוין זעהן די אנדערע זייט טיר...
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'טאר נישט חוזק'ן, טייל זענען חשובע רבנים. אז זיי פארלאגן נאך א מהדורא אין ענגליש (על דרך זמן zman טובא...) , דארף מען דאס נעמען אין באטראכט.
בן אדם האט געשריבן:הרב חיים יענקל טויבער גייט אויך איינפירן שיעורים אינעם ויואל משה?
גראף האט געשריבן:ווי הענגט דער צעטל?
געוואלדיג האט געשריבן:איז בכלל דא איינער וואס קען באשטעטיגן אז אזעלכע צעטלעך הענגען ווירקליך?
אייז קריעם האט געשריבן:קוקט דעם לעצטן פאראגראף.
טרענסלעיטעט אויף יודיש:
דער מקור פון דעם פראלעם איז אז מען האט אויפגעהערט צו לערנען ספרי רבוה"ק. די עצה איז אז מען זאל דינגען א מגיד שיעור פונעם פריערדיגן דור וואס זאל פארלערנען...."
דאס האבן לצים צוזאמענגעשטעלט.
שבת אחים האט געשריבן:שוין, ווער האט א ויואל משה/ על הגאולה צובארגן?
בן אדם האט געשריבן:וואס דען מיינט ספרי רבוה"ק?
אויב עס מיינט ספרי חסידות איז פארשטענדליך פארוואס נאר סאטמארע רבנים האבן געחתמ'עט, ווייל זיי זענען די ווייניגסטע עוסק אין ס' חסידות).
וואלווי האט געשריבן:אונטערען צעטל קען מען זען א כולל חצות עדוועטייזמענט. אבער קען נאך אלס זיין א פאטאשאפ און געטוישט דער נאמען פון אן אנדערע פירצה צו וועקער
лпم iοوԴ האט געשריבן:א חבר מיינער האט מיר יעצט געזאגט אז ער האט גערעדט צו הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס וועגן די קול קורא און ער זאגט אז ער ווייסט וועגן די וועקער אבער ער האט למעשה נישט אונטערגעשריבן די קול קורא
יעקב מענטש האט געשריבן:איך פרוביר נישט יעצט אריינצוטאנצן אין א טאפ הייס וואסער.
אבער איר קענט ממש נישט פארשטיין אז איינער וואלט געטראכט צוויי מאל פארן עס אריינעמען אין שטוב? דארף איך טאקע אז מיין ערוואקסענע בחור/מיידל זאל דאס לייענען ?
ווען ערוואקסענע מענטשען מיט דעת דיסקוסירן א קאנטראוועסיאלע נושא, צו השקפות וואס איז ביי אונז פסול, האט עס נישט קיין גרויס השפעה, וויבאלד דער מענטש איז מער ווייניגער פעסט אויפגעבויעט און ווערט נישט איבערגענומען פון יענעמ'ס דעה און קען נוצן לאגיק צו אפטיילן וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט, וואס מיינט עפעס און וואס איז נישט משנה וכו'
ווידעראום ווען א אינג ביימעלע זעצט זיך צו דערצו, איז גאנץ אן אנדערע מעשה.
אגב, די קול קורא שיינט צו זיין פאלש.
moshav zekeinim האט געשריבן: דער וועקער ווערט אנגעפירט דורך קאווע שטיבל וואס א גרויסער טייל פון אירע מעמבערס זענען כופרים גמורים בה' ותורתו. דאס איז ידוע לכל.
moshav zekeinim האט געשריבן:צו עס איז אמת אדער פאלטש, דער וועקער איז א צייטונג וואס דארף נאטורליך ברענגען בייז בלוט ביי היימישע ערליכע אידן. אויב דער שטערן איז א גוי'אישליכער צייטונג, איז דער וועקער א משכיל'ישער צייטונג בלי ספק. גארנישט ווייניגער משכיליש ווי די פארצייטישע רעכטע השכלה ספרים. זאת ועוד, דער וועקער ווערט אנגעפירט דורך קאווע שטיבל וואס א גרויסער טייל פון אירע מעמבערס זענען כופרים גמורים בה' ותורתו. דאס איז ידוע לכל.
איך פארשטיי אזא קול קורא הונדערט פראצענט, דער וועקער ברענגט קלאר אריין א קרירות צו אידישקייט וכל הקדוש לנו מדור דור, דער וועקער באלאנגט נישט צו היימישע ערליכע אידן וועלעכע גייען בדרכי אבותינו ואבות אבותינו. און באמת איז דא וואס חייש צו זיין אז דער וועקער איז א פרוזדור צו כפירה ומינות.
גר ותושב האט געשריבן:האט איינער געזעין די קול קורא?