הקדמה1- על פי בקשת מאור עינינו הרה"ג ר' שש משזר שליט"א שרייב איך הערות על דבריו הנ"ל. לקיים מה שנאמר "אין מסרבין לגדול".
2- איך וויל מקיים זיין דער בקשה כגאולתן של ישראל קמעא קמעא, און דערווייל האב איך נאר געקוקט די ערשטער שטיקל און צוגעשריבען מה שנראה לעניות דעתי.
הערות ע"ד הרב שש משזר שליט"א "דער פראבלעם"
ז"ל הרב הכותב: ווי באקאנט הערשט א גרויסער פראבלעם אין אונזער היימישער קאמיוניטי, ביי אולטרא-ארטאדאקסן בכלל און ביי חסידים בפרט, עכ"ל.
ואני אומר: ביודעי קאמינא אז אין א סאך אופנים הערשט די פראבלעם נאך מער אין די "עולם הישיבות". אזוי גערופענע חסידים האבען אן ערך פאר פלסופיה אין דער פארעם פון חסידות, זיי שעצען "סיפורי צדיקים" וואס איז כאטש עפעס א מין הסטוריה [הגם נישט קיין אמת'ע בדרך כלל]. זיי האבען א חשיבות פאר ניגון, דאס איז דאך עפעס א פארעם פון קאלטור. זיי פארהייליגען במידת מה דער שפראך אידיש, און זיי רעדען און שרייבען איר. די "עולם הישיבות" [בעיקר בלייקווד] ווייסען גארנישט פון מחשבה, פון הסטוריה ווייסען זיי אויך גארנישט, זיי האבען נישט קיין שום קולטור, און זיי רעדען און שרייבען נישט קיין איין שפראך.
ז"ל הרב הכותב: ליטעראטור מיינט 'ידיעות', וויסנשאפט, עכ"ל.
ואני שואל: אין וועלכע שפראך איז דאס די טייטש פון ליטעראטור?
ז"ל הרב הכותב: וואס האט אמאל געמיינט ארויסהאבן חכמות מחכמות שונות, פון היסטאריע ביז פיוט, פון דקדוק ביז השקפה, פון אסטראנאמיע ביז מליצה, און פון פילאזאפיע ביז הלכה, איז היינט צוטאגס געצוימט געווארן צו איין זאך: גמ' והלכה. און נאך א זאך, מנהגים פון מיין רבי און דיין רבי, און פארשטייט זיך ארויסהאבן מיין חסידות' שושלת... הקיצור, מיר זענען געבליבן נאקעט, ערום ועריה, ערום מכל חכמה, ערום מכל בגד נאה לתורה, עכ"ל.
ואני אומר: דער מהלך פון נאר איין זאך "גמרא והלכה און מנהגים פונעם רבי'ן [און חומש רש"י] שטימט זייער שטארק מיט די דרך פון די בעלי התוספות און חכמי אשכנז וואס מיר זענען די ממשיכים פון זיי [חכמי אשכנז כתבו פירושים על הש"ס, קצת ספרי הלכה, וספרי מנהג של רבותיהם, וגם לרבות פירושים עה"ת]. Whether you like it or not אזי איז אונזערע מסורה. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט'ן נאמען משזר, צו דאס איז א ספרדישע אדער אן אטליה'נע נאמען, אבער די ווערצבערגערס, שאהנבערגערס, און פארקאש'ס וואס דרייען זיך דא זענען גארנישט מער "נאקעט" ווי אבותינו ואבות אבותינו.
ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון נ"ך צו זאגן?, עכ"ל.
ואני אומר: איתא בגמרא (עבודה זרה ד, א) "משתבח להו ר' אבהו למיני ברב ספרא דאדם גדול הוא, שבקו ליה מיכסא דתליסר שנין. יומא חד אשכחוהו, אמרו ליה, כתיב: רק אתכם ידעתי מכל משפחות האדמה על כן אפקוד עליכם את כל עונותיכם, מאן דאית ליה סיסיא - ברחמיה מסיק ליה? אישתיק ולא אמר להו ולא מידי. רמו ליה סודרא בצואריה וקא מצערו ליה. אתא רבי אבהו אשכחינהו, אמר להו: אמאי מצעריתו ליה? אמרו ליה: ולאו אמרת לן דאדם גדול הוא? [ולא ידע למימר לן פירושא דהאי פסוקא]! אמר להו: אימר דאמרי לכו - בתנאי, בקראי מי אמרי לכו! הרי שלא כל אחד היה בקי בפסוקים. וכ"כ בתוספות (בבא בתרא קיג, א) וז"ל, פעמים שלא היו בקיאין בפסוקים וכן מצינו בסוף שור שנגח את הפרה (ב"ק דף נה.) מפני מה לא נאמר בדברות הראשונות טוב כו' א"ל עד שאתה שואלני כו' שאיני יודע אם נאמר בהן טוב או לאו כלך אצל ר' תנחום כו', עכ"ל.
ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון אונזער שפראך צו זאגן?, עכ"ל.
ואני אומר: מי שלומד בספרי הראשונים רואה שהם היו בקיאים בטיב לשוננו הקדוש, אבל מי שמעיין בדברי האחרונים, רואה בחיש שרבים וטובים מהם לא ידעו בין ימינם ושמאלם בדקדוק לשון הקודש, עד שבאו המשכילים והחזירו העטרה ליושנה, אבער מען קען זיך נישט אפרעדען אויף די וואס זענען צופרידען צו שרייבען לשון הקודש אזוי ווי דער חתם סופר.
ז"ל הרב הכותב: אז דער צמח צדק פון ליובאוויטש איז נישט דער ערשטער צמח צדק, עכ"ל.
ואני אומר: יש להוסיף כאן "שומר אמונים" של רבי אהרלע ראהט לא היה השומר אמונים הראשון.
ז"ל הרב הכותב: קרייצ-ציגלער'ס, עכ"ל.
ואני שואל: crusades?
ז"ל הרב הכותב: פון א דריטע בית המקדש וואס איז [כמעט] אויפגעבויט געווארן, דמיונ'ט ער נישט, עכ"ל.
ואני אומר: דער רש"ש (פסחים דף עד עמוד א) שרייבט "ואם ניתן אמון לסופרי העמים אשר בן כוזיבא במלכו בנה בית המקדש והחריבו אדריינוס ועיין מאור עינים חלק אמרי בינה פרק יב אתי שפיר טפי". זייט ווען קען מען האבען טענות אויף איינער וואס געבט נישט קיין "אמון לסופרי העמים"?
ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון אסטראנאמיע צו זאגן? אז 'כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים', עכ"ל.
ואני אומר: דער רמב"ם איז שוין מעיד אז דער "היא חכמתכם ובינתכם" איז פארגעסען געווארען. וז"ל הרמב"ם (הלכות קידוש החודש פרק יז) "וטעם כל אלו החשבונות ומפני מה מוסיפים מנין זה ומפני מה גורעין, והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים, והראיה על כל דבר ודבר, היא חכמת התקופות והגימטריות שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים, אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו, ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותו נביאים בין שחברו אותם גוים, שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמתתו בראיות שאין בהם דופי אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו אלא על הראייה שנתגלתה והטעם שנודע, עכ"ל. מען דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו כאפען פארוואס אויף הלכות קידוש החודש איז כמעט נישט דא קיין פירושים פון די מפרשי הרמב"ם הגדולים. עס זעהט אויס אז דער מגיד משנה, כסף משנה, און לחם משנה, זענען אלע נישט געווען "למעשה".
ז"ל הרב הכותב: דער גרעסערער פראבלעם, וואס באציט זיך ליידער צום רוב איז, אז וויבאלד זייער קאפ איז קיינמאל נישט אנגעפולט געווארן מיט עפעס מער צום זאך ווי ענינים אויף עסן פערפל שבת, און די גרויסקייט פון זינגען בצוותא חדא ביי של"ס, און אודאי פונעם יסוד שביסוד: די קאלירטע בעקיטשעס און די בליצנדע לעקטערלעך אויף זייערע קעדילעקס, איז ביי די טיים ער קריכט ארויס פונעם נארע, ווען ער שאקלט אפ פון זיך אונזער היימישער גרויל, שפירט ער א פוסטקייט, עכ"ל.
ואני אומר: לערנען גמרא, רש"י, תוספות, טור בית יוסף, שולחן ערוך ונושא כליו, מנהגי אשכנז, און חומש רש"י, איז נישט פערפעל!! מען האט אמאל געפרעגט דעם דעת סופר [הגר"ע סופר מפרעשבורג] פארוואס ער איז אזוי אויסגעשפילט געווען אין ארץ ישראל סוף ימיו, און די אלע רעבעלעך זענען מצליח. האט דער פרעשבורגער רב גע'ענטפערט: "ווייל ווען מיינע זיידעס האבען תשובות געשריבען האבען זייער זיידעס פארפעל געטיילט. ודח"ח ושפ"י.
ז"ל הרב הכותב: און מאור עינים [הראשון] האט דאך דער מהר"ל גע'אסר'ט, עכ"ל.
ואני אומר: כמדומני שלא רק המהר"ל אבל גם בית מדרשו של מרן הבית יוסף ואולי גם הוא בכלל. אבער מען קען נישט לייקענען אז טראץ דעם האבען גדולי ישראל געקוקט זיינע ספרים [עיין ציטוט מהרש"ש לעיל] און אפילו דער תוספות יום טוב, א תלמיד פונעם מהר"ל, האט אויך דארט געקוקט. [התנצלות: כפי זכרוני מעולם לא למדתי מאור עינים השני]
ז"ל הרב הכותב: דער ביטערער תוצאה איז: סיי חברה וואס אינטרעסירט זיי גארנישט חוץ זייער געלעקסי, פארגרעבטע אידן וואס פארשטייען נאר צו קישקע גאלע הערינג, און סיי חברה וואס ווערן גאר פארווייטאגט און גליטשן רח"ל, עכ"ל.
ואני אומר: דער לעזונג צו דעם קען גאר זיין לערנען גפ"ת, שו"ע, חומש רש"י ורמב"ן. די פראבלעם איז אז די מענטשען וואס זענען מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים רק להרבות כבודם ועשרם וכבוד ביתם, אנשטאט לערנער תורה מיט אידען און שרייבען תשובות טיילען זיי פערפעל און דערציילען פון זייערע זיידעס. אני לעצמי האב שטארק הנאה פון זיך פארברייטערען, אבער עס איז פאלטש צו זאגען אז דער סיסטעם איז עפעס א נייע זאך, אונזער זיידעס זענען שוין אזוי פאר איבער טויזענט יאר. חסידות איז יא א נייע זאך וואס מאכט אן עיקר פון א מענטש, און היינט אז דער "מענטש" איז גאר א קליינע מענטש אנשטאט א גרויסע צדיק, איז דא פראבלעמען, אבער די נישט קענען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען איז גארנישט ניי, און איך בין מסופק אויב דאס איז א פראבלעם. פאר מענטשען אזוי ווי אונז איז עס אפשר נישט געשמאק, און דער מהלך פון חכמי הספרדים הראשונים וואלט געווען געשמאקער פאר אונז, אבער מצד יהדות איז דאס א קנאפע פראבלעם. אדרבה אשכנזים האבען זיך געהאלטען פרומער אלע יארען צוליב דעם.