א שפאציר אין עיר דוד והגלילות.
זונטאג פרשת בה"ב. אונז האבן מחליט געווען אנצוהייבן דעם טאג מיט 'עיר דוד'. גאר אן אלט היסטאריש פלאץ, אפאר טריט אוועק פון הר הבית. דארט האבן ארכיאלאגן אויפגעגראבן א פאלאץ פון אמאל, וואס האט גאנץ מעגליך געדינט די מלכי בית דוד, און זאגאר דוד המלך האט אפשר געוואוינט אין יענעם געגענט - צו גאר הויז. איינער פון די עלסטע אידישע פלעצער אין די היסטאריע בכלל, און אין ארץ ישראל בפרט.
אין אמת'ן אריין בין איך שוין דארטן געווען א שיינע פאר יאר צוריק, אלס בחור. אבער זייט דעמאלס איז הרבה פנים חדשות באו לכאן, אסאך נייע ארכיאלאגישע פלעצער זענען אויפגעגראבן און פרעוועזירט געווארן, אזוי אז ס'איז באמת געווען גאר אינטרעסאנט פאר מיר אויך. גראדע אין די אנדערע פלעצער וואו כ'האב באזוכט [ועוד חזון למועד בעז"ה], האב איך באמערקט דאס זעלביגע, אז מ'האט געגראבן נאך, און צוגעלייגט נאך אנטדעקונגען צו די פריערדיגע. אזוי אז איבעראל האב איך געזען דברים חדשים (גוט אז מיר זאלן אלע וויסן דערפון, און נישט זאגן 'כ'בין שוין דארט געווען צען יאר צוריק').
כ'האב שוין אין איינוועגס אריינגעכאפט צו זען א קורצע מאווי. אזא 3D סארט מאווי אין אן אזויגערופענעם טיאטער [פלאץ פאר 20 מענטשן...], וואו מיר האבן געקענט באקומען א שטיקל היסטארישע בליק איבער עיר דוד, און די מי השילוח
[וואו איז דער איזשביצער לעיקוואד?...] וואס פליסן דערנעבן [כדלהלן]. א מעשה פון ארום 3,000-2,500 יאר צוריק איבערגעשפילט גאנץ כמעשה.
נאכן באטראכטן אלע היסטארישע ארכיאלאגישע ערפינדונגען, זענען מיר אנגעקומען צום 'גולת הכותרת' פון עיר דוד: די שפאציר אין 'נקבת חזקיהו'. דאס איז דער היסטארישער קוואל וואס חזקיהו המלך האט אויסגעפלאסטערט פון מעין השילוח אריין אין ירושלים, בשעת ער האט זיך געראכטן אויפן מלחמה מיט סנחריב מלך אשור. די וועג איז חושך ואפילה, און איז א סכנה אן קיין פלעשלייט. דאס איז א שפאציר אין וואסער פאר אומגעפער פערציג מינוט, וואו דו שטייסט [בעסער געזאגט: שפאצירסט] מיט אן אפענעם מויל טראכטנדיג אז אלס וואס דו זעסט האבן מענטשן אויסגעהאקט פון שטיין מיט זייערע הענט! און דאס איז א לאנגע וועג. כ'געדענק זעענדיג לעצטע מאל א סיין אינמיטן וועג, וואס מ'האט אנדעקט אין ארץ ישראל, וואו די מערה-האקער'ס וואס האבן געהאקט פון ביידע זייטן [פון ירושלים, און פון מעיין השילוח] האבן זיך צאמגעטראפן (עס דערמאנט פונעם
טונעל פון לאנדאן קיין פאריז, וואס אויך דארט
האבן זיך ארבעטער'ס פון צוויי זייטן צאמגעטראפן). דאס מאל האב איך עס נישט געזען [אבער אין מוזיאון ישראל יא, איבער דעם: מאנטאג פרשת בה"ב].
אין געוויסע פלעצער איז די דאך אזוי נידעריג אז מען דארף זיך איינבייגן דורכצוגיין, און אין געוויסע פלעצער איז די וואסער גענוג גרויס אז די הויזן ווערן דורכגעווייקט [שוין נאכן ארויפדרייען דאס מערסטע שייך]. וואס איז זיכער איז זיכער, אז גיין אן קראקס איז נישט קלוג, און נישט מיטצונעמען אן איבריגע פאר זאקן איז נאך אומקלוגער.
די שפאציר איז געווען זייער געשמאק, איבערהויפט נעמענדיג אין באטראכט אז כ'בין שוין א שיינע פאר יאר נישט קיין בחור... און כל-שכן'דיג נאכן כאפן אז מיין ווייב האט אייגנטליך אויך גענומען דעם וועג - א חידוש פאר א אידענע... ס'איז דא א מעגליכקייט צו גיין דורך א טריקענע וועג, וואס אפיציעל שטאמט דאס נאך מימי הכנעניים! אבער ס'איז בכלל נישט געווען קיין אפשען במקום fun.
אויב דאס אלס איז נאכנישט גענוג געווען, זענען מיר נאכדעם געגאנגען אויפן זעלבן וועג וואס - ווי חוקרים טענה'ן - אונזערע עלטערן זענען געגאנגען מיט זייערע קרבנות צום בית המקדש!!! אההה, די הרגשים זענען נישט מעגליך איבערצוגעבן! ס'האט טאקע גע'סרח'עט, אבער די ידיעה אין וואספארא וועג מיר פלאסטערן אונזערע טריט, האט אונז אימיונד פון יעדן שמעק און יעדן בערגל. ס'איז א וועג פון ארום 20-30 מינוט, און מען קען עט-עני-טיים מאכן א יו-טורן און צוריקגיין צום אנהייב פונקט פון עיר דוד.
לפי מיטב ידיעתי, איז צוגעקומען ארום דאפלט - אדער מער - חומר פון וואס ס'איז געווען לעצטע מאל וואס כ'בין דארטן געווען.
מיין רעקאמענדאציע: 100%.דאס איז דער וועבזייטל פון 'אתר עיר דוד'. און צום לעצט: ס'איז שפאט ביליג, נוצט אויס א טאג, און איז היבש אינטרעסאנט.
נעקסטע קאפיטל: בית השרוף [בית קתרוס], מנהרות הכותל.