Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • מסעות ד'שש משזר.

קאווע שטיבל • מסעות ד'שש משזר.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8912
דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:13 pm#278881
Re: מסעות ד'שש משזר.
ישר כח שש פארן זיך אראפלאזן און מסביר זיין פשוט
סאיז דא מקור אין פסוק אויף די מעשה
אז נישט וואו יא?
פרייטאג מאי 29, 2015 12:26 am#278890
ונבנתה העיר האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:
אין א געוויסע שטיין אין כותל המערבי [וואס איז נאר אפן דורך גן ארכיאולוגיה], האבן מיר געזען אריינגעקריצט אידישע אותיות, עפעס ווי דער לשון הפסוק (ישעי' סו, יד): וראיתם ושש לבכם ועצמותם כדשא... הפלא ופלא! כ'האב געכאפט א בילד פון דעם שטיין. em Archaeological Park.[/url][/b]

viewtopic.php?f=8&t=7363

פארפאלן, ונבנתה איז ונבנתה...!!!
פרייטאג מאי 29, 2015 12:34 am#278891
ירא שמים האט געשריבן:ישר כח שש פארן זיך אראפלאזן און מסביר זיין פשוט
סאיז דא מקור אין פסוק אויף די מעשה
אז נישט וואו יא?

זע דא א לענגערע אפהאנדלונג נאר איבער דעם.


א בילד פונעם שטיין:
בילד
פרייטאג מאי 29, 2015 1:27 am#278899
ישר כח שש, דו פילט מיר אן מיט נאסטאלאגיע, קיפ איט אפ.
פרייטאג מאי 29, 2015 2:53 am#278914
Re: מסעות ד'שש משזר.
מן הסתם אלס דעם האבן זיי געמכט אין די נייע ויזניצער מקוה אין מאנסי עקסטער אויף אריין און ארויס
פרייטאג מאי 29, 2015 1:05 pm#278981
ישר כח שש משזר, איך פאר אין די זימער קיין ישראל מיט מיין ווייב ,וועל איך גיין צו עיר דוד 100% !
איך ווארט צו הערן נאך...
פרייטאג מאי 29, 2015 2:23 pm#279011
באשטעטיגט האט געשריבן:ישר כח שש משזר, איך פאר אין די זימער קיין ישראל מיט מיין ווייב ,וועל איך גיין צו עיר דוד 100% !
איך ווארט צו הערן נאך...

כ'נעם נישט אחריות אויף יענעמ'ס צופרידנהייט...

ס'דא וואס זענען פאראינטרעסירט אין יעדן אלט שטיינדל, און ס'דא וואס נאך צוויי מינוט גייען זיי ווייטער.
ס'דא וואס קלערן אריין איבער דעם פלאץ וואו זיי שטייען, איר היסטאריע, די הרגשות, און ס'דא וואס זענען צו מגושם פאר דעם.
ס'דא וואס ווייסן וואס צו זוכן, און וואו זיך אפצושטעלן - פאר ווי לאנג, און ס'דא וואס דארפן א טור-גייד...

הכלל, איינער וואס כאפט מיין קו לאורך מיינע ארטיקלען, און שפירט וואס איך שפיר און אידענטיפיצירט זיך מיט דעם, וועט זיכער הנאה האבן.
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:50 pm#279150
מוזיאון ישראל
מאנטאג פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר גייען היינט אדורכגיין די גאנצע אידישע - און אין געוויסע הינזיכטן, די גאנצע וועלטס - היסטאריע, מיטן באזוך אינעם וועלט-בארימטן מוזעאום 'מוזיאון ישראל'. פארוואס איך האב מיך אויסגעוועלט פונקט דעם טאג, איז וויבאלד נאכן באזוכן זייער וועבזייטל האב איך געזען אז פונקט מאנטאג פרשת בה"ב וועט איינטריט זיין גענצליך פריי! פארוואס? ווייל היינט צייכענען זיי אפ זייער 'יובל החמישים' פונעם התייסדות פונעם היסטארישן מוזעאום. למעשה גערעדט, איז עס ווערט יעדע פעני - און כל שכן ווען די פרייז אריינצוגיין געווענטליך איז אויך ממש פעניס קעגן די ים פון היסטארישע און אינטרעסאנטע אויסשטעלונגען וואס געפונען זיך דארט.

איין נקודה וואס דארף יא אויסגעשמועסט ווערן איז, אז אנדערש ווי רוב אנדערע פלעצער וואו מיר האבן באזוכט, וועט מען דא געפונען אפענע כפירה - אזויווי אין יעדע גוי'אישע מוזעאום. די וועלט איז אלט ווייסעך ווי לאנג, די אידן זענען קיינמאל נישט געווען אין מצרים, וכו'. הקיצור, וועם עס געפעלט נישט - האט נאכאלס איבער גענוג פלעצער און אפטיילונגען אינעם מוזעאום זעלבסט, וואו צו באזוכן.

מיר זענען דורך פארשידענע אפטיילונגען, איינס אינטרעסאנטער פונעם צווייטן. אויב כ'זאל מיך אפשטעלן אויסרעכענען וואס כ'האב אלס געזען, וועל איך רעדן ביז מארגן. ממילא קען מען נאר רעדן בקצירת האומ"ר צו כאפן די בליק איבער דעם פלאץ.

איין אפטיילונג איז אלע אפגעטער פון ארץ ישראל, קולטורן פון פרעמדע פעלקער, גאר היסטארישע זאכן. דערנאך גייען זיי אדורך דאס אידישע פאלק, איר היסטאריע וכו'. אין די ביידע פלעצער איז דא פיל מיט כפירה און עבודה זרה. אבער פארשידענע גאר אינטרעסאנטע ידיעות, והכלל בזה: וואס שפעטער די דורות ווערן, אלס קלארער קומט ארויס דאס בילד פון אונזער צוגעוואוינטן רעליגיעזן לעבן, ואכהמ"ל וד"ל.

דערנאך זענען מיר אריבער צום 'חיי יום יום' סארט אפטיילונג, אין איין ריזן צימער האבן מיר געזען אויף אויסלייג אלע סארטן אידישע מלבושים, פאר מענער און פרויען, פון אלע תקופות, בכל מקומות מושבותיהם. פון אינדיע קיין פוילן, פון טערקיי קיין תימן, פון שפאניע קיין איראק, און פון ארץ ישראל ביז אמעריקע. אזא קיבוץ גליות וועלן מיר טרעפן ביי אלע אנדערע זאכן וואס מיר וועלן באגעגענען. אין א צווייטן ריזן צימער האבן מיר געזען אויף אויסלייג אלע סארטן מלבושים, חפצים, מנהגים לברית מילה, פדיון הבן, חתונה, חתן כלה, גיטין וקידושין וכתובה, תכריכים, א.א.וו. אין אנאנדער צימער האבן מיר באגעגענט ימים טובים אויסגעלייגט מייסטערהאפט. א צימער פאר פסח, סוכות, הגדות, סוכות מיט נוי סוכות, אלעס פון גאר היסטארישן באדייט און קולטור. באזונדער זענען געווען די כלי קודש, ווי ספרי תורה וכתריהן מיט די מענטעלעך, ארון הקודש'ס, מנורה'ס, כוסות, וכו'.

אזוי אויך איז געווען אן עקסטער אפטיילונג פון בתי מדרשים, אלטע היסטארישע הערליך שיינע מאיעסטעטישע בתי מדרשים פון הונדערטער יארן צוריק, וואס זיי האבן פשוטו כמשמעו איבערגעמאכט אדער אפילו איבערגעפלאנצט אינעם מוזעאום. גאנצע צימערן וואס זעען אויס פונקט ווי דער ספעציפישער בית המדרש האט אויסגעזען. פון איטאליע קיין דייטשלאנד, ביז דרום אמעריקע. זייער פראכט האט מיר איבערגעלאזט מיט א מויל אפן פארגאפטערהייט. פארפאלן, ס'איז עפעס וואס אונזערע בתי מדרשים - אפילו די שיינע פון זיי - וועלן שוין קיינמאל נישט מאכן. אלטע סטייל, אלטע חן, און אלטע פראכט.

אזוי אויך האבן זיי געהאט אן ענליכן אפטיילונג, וואו זיי האבן איבערגעפלאנצט הערליכע פאלאצן, פון גראפן ביז עשירים אדירים. איינס פון זיי איז געווען פון א ראטשילד, איינס א קעניגליכע פאלאץ, א.א.וו. די שיינקייט דערפון איז שטוינענד. די טעיסט דערפון פאקט איין אונזערע נארישע טעיסט מיליאן מאל. בקיצור, דו דרייסט דיך ארום פאר'שיכור'טערהייט פון פלאץ צו פלאץ מיטן צונג אינדרויסן, בבחינת: "מתי יבוא לידי ואקיימנו"...

דערנאך זענען מיר געגאנגען צום ART אפטיילונג, ווער ס'האט הנאה פון אזעלכע זאכן, זאל וויסן אז דארט ליגט אן אוצר בלום, פון הערליך שיינע היסטארישע פעינטינג'ס וכדומה, אבער ס'דא דארט נשים צדקניות פארשמירט אויף די ווענט, אזש אחאב'ס ווייב - הרבנית איזבל - האט פון אזאנס נישט גע'חלום'ט ביים מאכן די פעינטינג'ס אויף איר מאנ'ס קארעטע כמבואר בחז"ל. ומפני הכבוד אקצר.

ס'דא נאך וואס צו שרייבן איבער דעם היסטארישן מוזעאום, וואס איר ווערד וואלט איך געשאצט אין די ביליאנען בלי שום גוזמא כלל, אבער כיון שנתארכה תגובתי זו, אסיים כאן, און קומענדיגס מאל וועלמיר אי"ה ממשיך זיין מיטן מוזעאום ווייטער.


אין נעקסטן קאפיטל: המשך ביקור במוזיאון ישראל.
זונטאג מאי 31, 2015 12:25 am#279173
מסעות ד'שש משזר.
כבין נישט קיין מבין און כבין נייגעריג וואס איז די וד״ל
זונטאג מאי 31, 2015 1:28 am#279190
ישר כח ר שש מזשר ,איך ליין מיט שפאנוג אייער באשרייבונוג ,עס איז זייער אינטערסאנט (פאר מיר עכ'פ),איך וויל אייך בעטן אויב מעגליך אפשר קענט איר בקיצור ארפלייגן ווי איר זענט געווען,ווייל עס איז מעגליך מיר וועלן בקרוב זיך אריבער כאפן אהין,איז אינטערסאנט צי הערן פון אייך אייער נסיעה, א דאנק
דינסטאג יוני 02, 2015 12:49 am#279750
המשך מוזיאון ישראל.
המשך באזוך אין מוזיאון ישראל.

מיר זענען געגאנגען ווייטער צו א נייע אפטיילונג, ווי עס האט זיך אנטדעקט פאר אונז אן ערהאבענעם בילד: א איבערגעמאכטע מיני אלטשטאט ירושלים. נישט פון היינט, נאר פון זמן שבית המקדש היה קיים מיטן בית המקדש אין שפיץ. נישט א קליינע מיניטשור פון אפאר פיס, נאר א היבש ריזן איבערגעמאכטע שטאט וואס נעמט אויף די שטח פון אפאר דיינונג-רומ'ס. הערליך שיין. וויפיל מער כ'האב עס באטראכט, אלס מער בין איך אריין אין אונזער היסטאריע פון פאר ארום צוויי טויזנט יאר. אזש כמעט זלגו עיני דמעות ווען נישט דער ציבור אידן וואס זענען דארט געווען. דאס האט זיכער איבערגעלאזט א היסטארישן רושם אויף יעדער וואס האט דאס נאר באטראכט, און אודאי אויף מיר.

פון דארט זענען מיר געגאנגען צום סאמע הויכפונקט פונעם קאמפלעקס 'מוזיאון ישראל'. און דאס איז דער גניזה פון מערות קומראן וואס געפונט זיך דארטן. און אין קורצן, אין יאר 1946 האט א בעדואינער געטראפן פארמאכטע כדים וואס אינעווייניג זענען געלעגן אלטע מגילות צונויפגעוויקלט, נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז דארט געפינט זיך דער מערסט היסטארישער געשריבענער אוצר אין די וועלטס היסטאריע, נעמליך, א גאנצער ספר ישעיה, און נאך קטעים פון ספרי קודש און ספרים חיצונים, וואס זענען געשריבן געווארן איבער צוויי טויזנט יאר צוריק. די ווערד פון דעם היינט צוטאגס איז אומשאצבאר, און א גרויס חלק פון די געטראפענע מגילות געפינען זיך אין א באזונדערע אפטיילונג אינעם מוזעאום. דא קענט איר ליינען נאך אביסל איבער דעם.

פון אינדרויסן איז די ספעציעלע בנין אויך געבויט זייער אינטרעסאנט. עס געבט דעם איינדרוק פון א שטאפער אויף א קריגל, לרמז אויף די קריגלעך וואס אין זיי האט מען געפינען די אור-אלטע מגילות. און עס איז דא א שטיקל וואסער פאל וואס קומט ארויס פון די זייטן, און געבט צו א מאיעסטעטישע צורה צום בנין. אזוי אויך איז דא א זיסע ווידעא [אביסל קינדעריש] צו זען פאר דעם, צו באקומען א שטיקל בליק איבער די גאנצע מעשה מיטן טרעפן די מגילות. פארשטייט זיך אז די אינטרעסאנטקייט פון זען די מגילות האט מיך איבערגענומען - 'אז נאר'!

מיר זענען ארויס פון דארט, שפאצירט נאך אביסל איבער די מוזעאום, געזען פארשידענע אנדערע אינטרעסאנטע זאכן שא"א לפורטם כי רבים הם. מיין איינדרוק איז, אז א שפאציר דארטן איז ווערד כל חללי דעלמא.
רעקאמענדאציע: 100%.
זייער וועבזייטל: מוזיאון ישראל.

וויקיפידיע האט א גאנצע באשרייבונג אויפן מוזעאום, און וואס עס געפונט זיך אין איר.


אין נעקסטן קאפיטל: הבית השרוף [בית קתרוס], מערת המכפילה.
דינסטאג יוני 02, 2015 1:31 am#279771
שש משזר האט געשריבן: כ'האב געטראכט צו מיר: ס'ארא שאנדע אז אמעריקע דארף זיך בכלל 'רייבן' מיט אזא צוריקגעשטאנענע מדינה. .

מענין לאותו ענין, זיצנדיג אין א ווארט זאל אין א"י האב איך מיר אינטערגעהערט ווי 2 פרייע רוסקיס - קוקט אויס פרישע עולים - שמועסן ווי שטארק אבאמא האט מורא פאר פוטין.
באמערקנדיג אז איך בין אן אמעריקאנער גיבט מיר דער רוסקי א פרעג אויב אמעריקע האט מורא פון רוסלאנד.
ענטפער איך אים אין מיין צובראכענע לשה"ק "וודאי, איני יכול לישון בלילה מפחד פוטין" (אין אידישע איבערזעצונג פאר די וואס לייענען נישט קיין עברית: שאר, איי קענט סליפ עט נייט פראם סקעיר אוו פוטין)
דער האט זיך אזוי באליידיגט, אז ער האט שוין נישט געוואלט שטיין מיט מיר אין ווארט.

און ניין שש משזר, סנישט קיין חשש גילוי אז מזעמער געווען אויף מרון ל"ג בעומר. חשש גילוי איז אויף די וואס זענען געווען אין אמעריקע.
פארציילט מיר א חבר, סנישט געווען צו טרעפן קיין מנין דא. (אפשר מאכט ער חוזק פון מיר, אזויווי איך מיט די רוסקי?)
מיטוואך יוני 03, 2015 8:13 pm#280354
הבית השרוף [בית קתרוס].
צוריק קומנדיג פון מוזיאון ישראל, זענען מיר געגאנגען נאכאמאל קיין אלטשטאט, און מיר זענען האבן באזוכט דעם כמו מוזעאום 'בית השרוף' [בית קתרוס]. דאס איז אן אויפגעגראבענע הויז היבש נאנט צום כותל, ווי מען האט געטראפן כלים מיטן נאמען 'קתרוס' - דער משפחה נאמען פון א באוואוסטע פאמיליע בזמן הבית המקדש. אין גמ' פסחים דף נ"ז ע"א, ווערט די משפחה אראפגעברענגט לשמצה. פארשידענע כלים, געלט, און כמדומני אויך א מקוה, האט מען דארט געטראפן. אזוי אויך זענען העלצער וכו' געטראפן געווארן פארברענטערהייט, אלס טרויעריגער עדות צום חורבן ביהמ"ק וירושלים.

אין דעם פלאץ איז דא א שיינע ווידעא, כמו 3D טיאטער, וואס מען קען זען. ווי זיי לייגן אראפ א שיין בילד וויאזוי ס'האט אויסגעזען בעפארן חורבן, און די פארשידענע שיטות וואס האבן געהערשט איבער מאכן א מלחמה מיט די רומיים, אראפגעשפילט פונעם כהנ'ישן פאמיליע קתרוס. ס'איז ממש שיין און הארציג, און גראדע פרום אויך - דהיינו אן קיין כפירה וכדו' - אבער מיט ציוניסטישע נייגונגען. למעשה האב איך הנאה געהאט דארטן, כאטשיג די גאנצע באזוך דארט נעמט בפשטות אונטער א האלבע שעה.

רעקאמענדאציע: 80%.
א וועבזייטל מיט פרטים איבער דעם פלאץ.



אין נעקסטן קאפיטל: א נסיעה קיין חברון צום מערת המכפלה.
מיטוואך יוני 03, 2015 8:13 pm#280355
חברון, מערת המכפלה.
ביינאכט האבן מיר מחליט געווען זיך אריבערצוכאפן קיין חברון, צום מקום מנוחת אבותינו אין מערת המכפלה. מיר זענען געפארן צום תחנה מרכזית, די מעין באס סטאנציע אין ירושלים, וואס נאר פון דארטן פארן ארויס באסעס - כ'מיין אז געפאנצערטע - קיין חברון. אינעם תחנה מרכזית האבן מיר געכאפט א מעריב, און דערנאך הופא... ארויף אויפן באס. די וועג האט געדויערט איבער א שעה [מיט אסאך סטאפס], און אעפ"כ האט דאס געקאסט ווייניגער פון צען שקל א מענטש!!! אזויווי פארן קיין לעיקוואד אדער מאנסי פאר צוויי א האלב דאלער... דעמאלס האב איך פארשטאנען וואו די מזרח'יסטן מעלקן די רעגירונג מער ווי די חרדים. היות די גאנצע נסיעה אהין אפאר מאל א טאג איז נאר פאר די מזרח'יסטן, וכדלהלן.

מיר זענען געווען די איינציגסטע חרדים אויפן באס, וואס איז גראדע געווען כמעט פיל, בעיקר מיט מזרח'יסטן. זיי וואוינען אין א שטעטל קרית ארבע וואס געפונט זיך אפאר מינוט אוועק פון חברון, וואו אפאר הונדערט - היבש פרומערע, די א.ג. חרדלי"ם - מתנחלים וואוינען, און זייער רב איז דער 'הרב אלישיב ביי די מזרח'יסטן', הגאון הגדול רבי דוב ליאור. איינער מיט א רעפוטאציע פון גאונות, יראת שמים, כח הנהגה, און גאר שארפער רעכטער עקסטרעמיסט.

אנקומענדיג צום מערת המכפלה - די לעצטע סטאפ אויפן באס - זענען מיר אדורך א קליינע טשעקפוינט פון חיילים, און מיר זענען אריין בתוככי הבנין, וואו אונטער דעם געפונט זיך מקום מנוחתם של שלשה אבות ושלש אמהות. פלוס דעם 'קאפשטיק' עשו'ן. די אלע נעמען אינעווייניג אז 'דא' ליגט דער און 'דא' ליגט יענער, איז בפשטות הוילע בלאף, פשוט פאר דעם אליין אז ס'נישטא קיין שום מסורה אויף דעם, און מ'האט ניטאמאל געקענט אריינגיין אהין הונדערט יאר צוריק. אבער בין כך ובין כך איז דאס א מקום קדוש, ווי כל מקום שאתה עומד שם אדמת קודש הוא.

אזוי אויך האבן מיר געזען דעם כולל וואס דער באקאנטער עקסטרעמיסט און היץ קאפ, ר' ברוך מרזל [וואס איז לעצטענס געלאפן צו ווערן א חבר כנסת אויפן פלאטפארמע פון אלי ישי, ביחד, וואס איז אדורכגעפאלן], האט מייסד געווען. וואס ווי באקאנט וואוינט ער אין חברון, און רייצט זיך מיט די אראבער'ס [אדער זיי רייצן זיך מיט אים. תלוי וועם דו פרעגסט...], און האט שוין געזען די תפיסה ווענט א היבשע פאר מאל אין לעבן. ער איז אויך וואויל באקאנט פאר ישיבה בחורים וואס קומען קיין חברון אויף א שבת, וואו ער האט אן אפן טיר און מ'עסט ביים אים, וויבאלד ער האט אפיציעל אויך דעם הכשר פון עדה החרדית. א קאמבינאציע פון עדה ביז רעכטער אקטיוויסט...

ארויסקומענדיג נאכן מתפלל זיין, האבן מיר געזען די נאז מיט די בויך פונעם רמב"ן. פרעגט איר מיר פשט? עלעך אייך זאגן. דער רמב"ן האט אזא דריי מקומות וואס מ'זאגט אז ער ליגט אין זיי באגראבן. זעט אויס יעדער האט אים געוואלט האבן און מ'האט זיך צוטיילט מיט די רויב... הכלל, גיי ווייס צו ער ליגט דארט צו נישט, אבער פארשטייט זיך אז מיר האבן געזאגט תהילים דארטן אויך, על צד אז דער גרויסער דענקער בתורה, ש"ס, מוסר, פילאזאפיע, און קבלה, ליגט דארטן.

בכלל איז דאס זייער א שיינער פלאץ צו באזוכן, זעט אויס אז כדי צוציען דעם עולם האבן די מתנחלים דארטן איבערגעבויט אביסל כדי צו געבן א שיינעם אנדרוק אויפן מקום. ס'איז נאר געווען ביינאכט, וחבל. אויף צוריק האבן מיר גענומען דעם באס, וואס האט געהאט אונטער א מנין מענטשן, אזוי אז מיר האבן באקומען א בעסערע באגריף און מיין אויבנדערמאנטע טענה, אז די מתנחלים זענען גאר די געלט מעלקער'ס אין ארץ ישראל, און די חרדים באקומען אפאר טראפנס.


אינעם נעקסטן קאפיטל: א שפאציר אין אלטשטאט און אירע מוזעאומ'ס ועוד.
מיטוואך יוני 03, 2015 8:27 pm#280357
שש טייערער, ביי מיין קומענדיגן באזוך אין ארץ ישראל וואלט איך געוואלט דיך פארבעטן מיטצוקומען... דיינע ווערטער דערווארעמען דאס הארץ.
דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:05 am#282006
חורבת רבי יהודה החסיד, קבר דוד, ועוד.
דינסטאג פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר הייבן אן דעם טאג מיט א שפאציר קיין שער יפו. דער וועג האט געדויערט אן איבריגע פאר מינוט, און דאס האט גורם געווען פאר מיין אשת חיל צו ציטערן אז מיר פארן באלד אריין אין אן אראבישן געגענט... [א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט ריכטיג, אבער שפעטער אין טאג. ליינט מיט שפאנונג]. למעשה זענען מיר אנגעקומען צום חומת העיר, וואס איז כידוע א הערליכע זאך צו באטראכטן פאר זיך זעלבסט, מיט די טייטלביימער וואס ליגן דארט איינגעפלאנצט בהרחבה.

אנקומענדיג צום שער זעלבסט, זעען מיר א הערליך בילד: אינעם רעכטן זייט פונעם פתח השער ממש, געפונט זיך אזא סארט אויסגעפארעמטע פענסטער'ל אינעם וואנט [וואס איז פארהאקט, אבער מ'קען זיך נאכאלס אריינזעצן אינעם וואנט. שווער מסביר צו זיין]. אינעווייניג זעען מיר א מיידל, אומגעפער ארום 16-17 יאר אלט, אנגעטון אין הערליך שיינע ווייסע קליידער, תלתלים שחורות יורדות על כתפיה, און אזוי איינגקורטשעט אינעם 'פענסטער'ל' זיצט זי מיט א כינור של דוד [הארפ], און שפילט הערליך שיינע ניגונים. א שטייגער ווי 'ירושלים של זהב', און 'התקוה', און אפילו אלטע חסיד'ישע תנועות. דאס בילד איז געווען אזוי ערהאבן, אזוי ריין, אז אפילו איך - וואס בניגוד צו מיינע שיטות, איז למעשה פיר איך מיך אויף ווי א ריכטיגע - קאנסערוואטיוו, בין איך געשטאנען צוגענאגלט און צוגעהערט די ניגונים, ווען זי זעט אויס ווי א מלאך מיט אירע בגדים לבנים וכו'. כ'האב דאס אראפגעכאפט אויף מיין קעמקארדער, שיהיה לזכרון תמיד.

דערנאך האבן מיר אנגעהויבן אונזער שפאציר איבער די אלטע געסעלעך פון ירושלים [מיר זענען נישט געגאנגען באזוכן דעם מוזעאום 'מגדל דוד', וויבאלד ס'האט געקאסט היבש, און פון מיין פריערדיגע עקספיריענס איז דאס געווען קנאפ אינטערעסאנט], זעענדיג הערליכע בתי מדרשים'לעך א שטייגער ווי בית המדרש למקובלים 'בית א-ל' [מיסודו פונעם טשיקאוון מקובל, וחצי מזרוח'ניק, בבגדים לבנים, ורב הכותל, הרב מאיר יהודה גץ זצ"ל]. און בכלל די שיינע הייזער, געסעלעך וואס שרייען היסטאריע, און מ'קען טרעפן אויף אויסלייג פלעצער מימות החשמונאים א.א.וו. אין די אראבישע שוק זענען מיר אריין פאר קוים א מינוט, כ'האב נישט געהאט קיין נערוון זיך אויסצו'טענה'ן מיט זיי אויפן פרייז, א זאך וואס איז חלק פון די ענדזשוינמענט ווען מ'איז דארט אלס בחור...

מיר זענען אריין אינעם נייעם איבערגעבויעטן ביהמ"ד 'חורבת רבי יהודה החסיד', וואס איר נאמען 'חורבה' איז די גרעסטע סתירה צו איר יעצטיגע שיינקייט. דאס איז מכלומר'שט איבערגעמאכט דאס מערסטע ענדליך צום אלטן שול וואס איז דארטן געשטאנען ביז די אראבער האבן איר אונטערגעצינדן ביים מלחמת השחרור. הערליך שיין צום שטוינען, כ'בין געשטאנען פארגאפט א לענגערע וויילע זיך נישט קענענדיג אפרייסן פונעם שיינעם ביהמ"ד, ובפרט אז ס'איז דארט געווען עפעס א כולל וואס זיצט דארט אפ דורכן טאג און האקן שטיקער בהתמדה רבה, אז ס'איז פשוט געווען א נחת דארט צו בלייבן נאך אפאר מינוט.

מיר זענען אריין בחינם וויבאלד מיר האבן געקויפט א טיקעט צו אפאר מוזעאום'ס צוזאמען, וואס אלס פעקעדזש איז דאס ביליגער, אבער ווען נישט וואלט דאס געקאסט געלט. למעשה טרעף איך דארט אן מיין לאנגיעריגער חבר, וואס איז אויך פונקט דארט געווען מיט זיין ווייב אויף וואקאציע, און ער זאגט מיר אז די שומר הפתח האט אים געוואלט בעטן געלט, האט ער געזאגט 'כ'פארשטיי נישיט, כ'קען נישט אריינקומען מתפלל זיין און זאגן תהילים?', האט מען אים אריינגעלאזט בחינם... זעט אויס אז מ'דארף קענען די מלאכה, און ס'איז בעיקר געמאכט אלס מיטל צו בעטן געלט פון גוי'אישע אדער פרייע טוריסטן וואס קומען אהין, און זיי ווייסן נישט פונעם סוד פון זאגן א קאפיטל תהילים און עס באקומען בחינם...

ווייטער זענען מיר געגאנגען צום אזויגערופענעם 'קבר דוד' [וכסיפור הידוע עם האמרי ברוך מסערט והויוא"מ מסאטמאר]. היות דארט אין געגענט געפונען זיך קלויסטער'ס, און אפילו ביים מקום הקבר זעלבסט, והדברים עתיקין, זענען די וועגן אהין פול מיט טוריסטן מארבע כנפות הארץ ושבעים לשונות וואס קומען אהין גרופענווייז. מיר האבן אריינגע'באמפ'ט אין אן א שיעור מענטשן און גרופעס, וואס האבן כמעט קיינמאל נישט געזען קיין איד, חרד'ישע איד, און כ"ש חסיד'ישע איד, אין זייער לעבן. ס'האט געבליצלט און געפלויגן בילדער פון אונז 'איזרעאלייטס', 'ביבליקל דזשוז', א גאנצע צייט. ולא נחה דעתם ביז זיי האבן מיר געבעטן אין זייער צוזעצטן ענגליש, זיך צו לאזן כאפן א בילד צוזאמען מיט זיי. הפנים זיי האבן געמוזט ווייזן פאר זייערע חברים איבער דער גארער וועלט, אז זיי זענען געשטאנען מיט אן אויטענטישער איד... כ'האב זיי נישט אפגעזאגט, און זיי האבן זיך הערצליך באדאנקט דערויף. זאל זיי וואויל באקומען.

אויפן וועג אהין איז אויך געווען א גרויסע, שיינע, סטאטוע, כלומר'שט פון 'דוד המלך'. כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מענטשן מאכן פסלים פון מענטשן אן קיין שום גרונד, אבער ס'איז געווען א שיינע סטאטוע, כ'האמיך אהינגעשטעלט און געכאפט א בילד, וכן עשו כמה תיירים הנ"ל... אינעם בנין פון זיין מקום הקבורה, איז דא עפעס א ברסלב'ער בית המדרש/בית המשוגעים/כולל, וואו די ברסלב'ע חברה זענען געזעצן און געזאגט תהילים בקולי קולות, און יעדע צוויי מינוט האבן זיי זיך גענומען זינגען אנדערע ניגונים, אזוי אז ס'איז געווען פריילעך... ביים ציון זעלבסט, האב איך - על הצד אז דוד ליגט דארט, און נישט עפעס א סרוח פון א שעיך אדער גלח - אויסגעזאגט כמה קאפיטלעך תהלים.

לעבן מיר איז געשטאנען א בחור/יונגערמאנטשיק, אן איזרעאלי, און יעדער טוריסט [פרייע איד, אדער אפילו גוים] האט ער מקבל פנים געווען מיט א ברייטע ברוך הבא, מיט א שמייכל, און מיט זיינע פאר ענגלישע ווערטער זיך קאמיוניקירט מיט זיי. ער האט זיי געפרעגט זייער נאמען און זייער מאמע'ס נאמען, געמאכט פאר זיי מי שברך'ס [א זאך פון וואס יעדער גוי אדער פרייער ווערט נתרגש. עפעס א 'ראביי' בענטשט זיי ביי דוד'ס ציון!], און געשריבן קוויטלעך פאר זיי. דערנאך האב איך פארשטאנען די סיבה פון זיין גוטסקייט: ביים 'שפיץ' פון זייער התרגשות, האט ער זיי 'מודיע' געווען אז ס'דא עפעס א כולל וכדומה וואס זארגט זיך פאר די מקום מנוחה פון דוד המלך, און אפשר קענען זיי זיך משתתף זיין מיט אפאר דאלער...

האב איך מיך געלערנט א פרק אין הלכות שנארעריי וואס וואלט מיר נישט איינגעפאלן...


אינעם נעקסטן קאפיטל: מוזעאום'ס אין אלטשטאט ירושלים.
דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:45 am#282049
שנאר אקציעס און ארץ ישראל
הא הא הא, די דערמאנסט מיר פון א ישראלישע שנארער ביים כותל וואס ער דרייט זיך דארטן ארום באטראכטענדיג אלע חוצניקעס פון די זייט צו זיכען א ריכטיגע קרבן, (ווי פארשטייט זיך זיכט ער ביי שחרית די נאמען אויף די טלית בייטל....) און ווען ער מאכט אפ ווער זיין טארגעט איז גייט ער צו מיטן גרעסטע שמייכל מעגליך, מיט א ברייטע הויכע שלום עליכם הרב הארשקוביץ (לדוגמא) און אויב ענטפערט מען אים ווי א נער איך הייס פריעד דאן איז ער גלייך מודה צו דיר, דער עיקר איז אז ענק קענען זיך שוין פאר יארן לאנג אלץ חברים (וואס די האסט קיינמאל נישט געוויסט פון דעם.....), און ח״ו ער מיינט נישט דיין פיפציג אגורות אדער שקל פאר צדקה, ווייל צום סוף שלעפט ער ארויס א 20 / 30 שקל מינימום......
פרייטאג יוני 12, 2015 12:34 am#282233
שש אז דו האסט שוין פארציילט אז דו האסט גענומען בילדער, איז פטור בלא כלום אי אפשר. דו לייגסט אראפ דיינע מאמרים זייער זאפטיג, אבער פארט רעדט א בילד מער ווי טויזענט ווערטער. קענסטו ארויפשטעלן אפאר בילדער?
דינסטאג יוני 16, 2015 5:53 pm#283083
שמעקעדיג האט געשריבן:שש אז דו האסט שוין פארציילט אז דו האסט גענומען בילדער, איז פטור בלא כלום אי אפשר. דו לייגסט אראפ דיינע מאמרים זייער זאפטיג, אבער פארט רעדט א בילד מער ווי טויזענט ווערטער. קענסטו ארויפשטעלן אפאר בילדער?

ATUB @שמעקעדיג ATUB , דו זאגסט גוט.
אבער טיף אינמיטן רייזע איז שווער ארויסצונעמען די קעמרע...
אי"ה נאכן רייזע וועלן מיר ארויסנעמען די קעמרע, און איבערגיין די 'מסעות', און ארויפלייגן אינטרעסאנטע בילדער פון פלעצער וואס זענען באשריבן געווארן.
דינסטאג יוני 16, 2015 5:54 pm#283084
לבד על החומות, הרובע ההורדיאני, הר הזיתים.
מיר האבן ווייטער געוואנדן אונזערע טריט צו א מוזעאום, אזא ד' על ד', מיטן נאמען 'לבד על החומות'. דארט ווערט אראפגעלייגט - מיט בילדער און קורצע באשרייבונגען - וויאזוי ס'האט אויסגעזען בשנת תש"ח אין אלטשטאט, ביים מלחמה האלטן מיט די אראבער ביז מ'האט פארלוירן, וואס דעמאלס איז מען גענומען געווארן אין געפענגעניש אין ירדן. דאס פארדינט בעצם אן אשכול פאר זיך. עכ"פ מיר האבן דאס געזען, ווי אויך א ווידעאו וואס האט דערציילט דעם העראאישן איבערגאנג פון די אידן בימים ההם, און וויאזוי מ'האט דאס איינגענומען ביים 'מלחמת ששת הימים'. די גאנצע מעשה האט געדויערט מן הסתם א קנאפע האלבע שעה.

רעקאמענדאציע: 50% [אבער פאר די נישטיגע פרייז, אפשר לוינט זיך עס].
וועבזייטל מיט פרטים איבער איר.


***
דערנאך זענען מיר געגאנגען צום העכטס אינטרעסאנטן מוזעאום, אדער לאמיר עס ענדערש אנרופן 'ארכיאלאגישע געגנט', מיטן נאמען 'הרובע ההורדיאני'. דאס מיינט: דעם הורדוס פערטל. דהיינו, דאס איז א געגענט אויסגעגראבן אינמיטן אלטשטאט, וואו מען האט געפונען אן א שיעור אינטרעסאנטע היסטארישע געפינסן, פון די תקופה פון נאך הורדוס המלך, דאס הייסט אין די יארן בעפארן חורבן הבית.

אויסגראבנדיג דעם פלאץ, זענען אנטדעקט געווארן גאנצע הייזער, מיט די מקוואות און באדע צימערן, הערליכע מוזעאיק טיילס אויף די ערד, און שיינע רינדעכיגע טויערן. אפילו פארברענטע העלצער פון די חורבן ביהמ"ק וירושלים, האט מען דארטן געפונען. לויט ווי די היסטאריקער האבן איבערגעגעבן, איז דאס געווען מער א בעסערע געגענט פאר רייכערע און עליטע מענטשן. זיי האבן אפילו געמאכט א סקיצע וויאזוי די געגענט האט אויסגעזען, און גלייבטס מיר - אפילו היינט וואלט דאס געווען הערליך שיין. זייט איך בין דארטן געווען לעצטע מאל, איז צוגעקומען פרישע שטיקלעך צום אויסגעגראבענעם געגענט, און כ'האב טאקע געזען אז אפילו היינטצוטאגס האלטן זיי נאך אינמיטן גראבן ווייטער, און ס'געפונען זיך דארטן קאנסטרוקציע ערטער.

איין זאך וואס איז ווערט ארויסצושרייבן, איז די שיינע מאלונג פון א מנורה, וואס מ'האט געפונען איינגעקריצט אין איינער פון די ווענט פון די הייזער. נעמנדיג אין באטראכט אז זיי האבן דארט געוואוינט בזמן הבית, און דערצו איז דאס געווען א קנאפע 100 מעטער אוועק פון הר הבית, איז זייער מעגליך אז דאס איז דארט אויסגעמאלן געווארן כתמונת המנורה שבביהמ"ק. די אויסזען דערפון איז רינדעכיג און נישט שיף - כשיטת הרמב"ם [ורש"י], און ווי די ליובאוויטשע צינדן עד היום הזה [ ATUB @ונבנתה העיר ATUB , וואו ביזטו?...].

בנוסף לזה, האבן זיי געמאכט א באזונדערע אפטיילונג, וואו עס געפונען זיך פיל מיט טייערע חפצים וואס מ'האט געפונען. פון אלע סארטן תקופות. פון קריגלעך ביז גלעזלעך, פון מטבעות ביז כוסות, א.א.וו. דאס איז בעצם א היסטארישע מוזעאום פאר זיך.

אן אינטרעסאנטע זאך וואס האט געכאפט מיין אויג, איז א באזונדערע שטיבל וואו מ'האט אויפגעהאנגען ארום 10 שיינע בילדער, אויף א גרויסן פארמאט. און רוב בילדער זענען געווען אדער פון רעליגיעזע זאכן, למשל א ביהמ"ד אדער א מענטש מעוטר בטלית ותפילין, אדער גאר פון חרד'ישע אידן זעלבסט. נאכקוקנדיג האב איך געזען, אז זיי האבן געמאכט א קאנטעסט אפאר יאר צוריק, פאר אלע איינוואוינער אין ארץ ישראל, ווער ס'קען מאכן די שענסטע בילדער פון עפעס וואס זיי האבן געזען אין ירושלים, וואס צייגן זייער אינטרעסאנטע זאכן - פון זייער קוק-ווינקל, און די שענסטע בילדער גייען אינלארדזשט ווערן און אויפגעהאנגען ווערן ברבים [געדענקטס אז מענטשן מארבע כנפות הארץ קומען כסדר אהין]. צו מיין שטארקן וואונדער, זענען רוב פון די שענסטע אויסדערוועלטע בילדער געווען פון חרד'ישע אידן וכדו'. דאס איז געווען זייער אינטרעסאנט, אז דאס אידישע פונק ווערט נישט פארלאשן.

רעקאמענדאציע: 80%. [ועוד, דאס קאסט קוים א קנאפע 5 דאלער!].
וועבזייטלעך: הרובע ההורדיאני. וויקיפידיע באשרייבט הפרוור ההורדיאני.


***
מיר האבן לאנג פארברענגט דארטן, און ס'שוין געווארן שפעט. מיר זענען שנעל געגאנגען קיין הר הזיתים אריינכאפן א טראפעלע קברי צדיקים אונטן פונעם בארג. מיר זענען געווען ביי קבר זכריה, און ביים 'מקום קבורתו שנעלמה' פון ר' משה'לע לעלובער, ביים מאנומענט 'יד אבשלום', אביסל ארויפציר ביים אור החיים הק', און דער פרי חדש, ועוד כמה צדיקים.

ס'שוין געווען היבש שפעט, און מיר האבן נאך געדארפט אנקומען גענוג פרי צום 'בית ישראל' געגענט, כדי צו קענען נעמען א באס צו קבר רחל. אבער לעבן הר הזיתים פארן כמעט נישט אדורך קיין מוניות [טעקסי'ס]. ענדליך האבן מיר זיך אריינגעזעצט אין א מונית, ווען ביים רעדל זיצט א פרענק [ספרד'ישער].

עכ"פ אזוי האבן מיר געמיינט...

מיר האבן שנעל איינגעזען אז דער איז א 'שוועסטערקינד' [דער קאוד נאמען פאר אן אראבער]. נו נו, דאס מאכט זיך אויך גאנץ אפט, אז מען פאלט אריין מיט אן אראבישע דרייווער. ס'איז נישט געפערליך, כאטש לכתחילה זיך איך נישט די סארט עלעמענטן. אבער דא איז געשען עפעס שרעקעדיג: דער אראבער האט אנגעהויבן אריינפארן אין די עכט-אראבישע געגענטער פון ירושלים...


אין קומענדיגן קאפיטל: א רייזע פון שרעק, אין ווילד פרעמדע אראבישע געגענטער אין ירושלים.
דינסטאג יוני 16, 2015 6:06 pm#283088
Re: מסעות ד'שש משזר.
מיר ווארטן מיט שפאנונג!!!
דינסטאג יוני 16, 2015 6:07 pm#283090
זייער ציענד!
דינסטאג יוני 16, 2015 6:11 pm#283093
ירא שמים האט געשריבן:מיר ווארטן מיט שפאנונג!!!

פלאוויוס האט געשריבן:זייער ציענד!

הערליך שיין, גם אני מצטרף!
דינסטאג יוני 16, 2015 6:54 pm#283106
יישר כח ר' שש, זייער זייער שיין.
מיטוואך יוני 17, 2015 4:13 pm#283328
א רייזע אין אראבישע געגענטער, קבר רחל.
נאך צוויי מינוט פארן מיטן אראבישן דרייווער, זעען מיר אז דער צדיק'ל פירט אונז אריין אין אן אראבישן געגענט. מיינע אנטענעס האבן זיך אנגעצינדן, און מיין הארץ האט אנגעהויבן ווילד קלאפן. כ'האב מיך פרובירט אריינצולייגן אין די שיך פון די דריי בחורים'לעך וואס זענען גע'הרג'עט געווארן דורך אן אזויגערופענעם 'טרעמפ'. כ'האב גלייך געזאגט פארן דרייווער צו גיין דורך די אידישע געגענט. אבער ער האט מיר געזאגט אז פון די אראבישע געגענט וועט עס נעמען פיל שנעלער, וויבאלד ס'איז דארט נישטא קיין טרעפיק.

זעענדיג אז רעדן דיפלאמאטיש העלפט נישט, האב איך אים געזאגט כפשוטו, אז כ'ציטער פון די אראבישע געגענט, גיי ווייס צו זיי וועלן מיר לינטשן זעענדיג א חרד'ישן קאפל אין קאר, און כ'האב אים מרמז געווען אז אפילו פון אים בין איך חושש - אויב ער פארט דורך דעם אראבישן געגענט. דער נהג האט זיך אינגאנצן באליידיגט, און מיר געזאגט אז ליכא למיחש כלל, ער פארט דארטן כסדר מיט אידישע רייזנדע, און קיינער האט אים קיינמאל גארנישט געטון, כ'קען זיין העכסטס רואיג ביי אים. כ'האב מורא געהאט צו לייגן צופיל דריק, ווייל אפשר דאס אליינס וועט אים אויפרעגן און גיי רעכן אויס מיט אן אראבער...

למעשה האב איך מחליט געווען אזוי: ער איז געווען אן עלטערער מענטש, קרוב לבן ששים, אזוי אז כ'האב אנגענומען אז ער איז מן הסתם נישט פון די היץ קעפ וואס זענען געווענדליך יוגנטליכע. אזוי אויך, האט ער א סוקסעספולע דזשאב אלס נהג מונית פון וואס מ'קען ציען נארמאלע חיונה, וכל שכן ער וואס טוט עס שוין פאר יארן, איז בפשטות לעבט ער א נארמאלן לעבן. בנוסף לזה, האט ער גערעדט זייער נארמאל און רואיג, נישט ווי איינער מיט שבע תועבות בלבו. צו דעם האב איך געהאט א סעלפאון, און אזוי אויך מיין אידענע האט געהאט א צווייטע סעלפאון, אז טאמער עפעס שמעקט נישט גוט, קען מען גלייך רופן פאליציי [די קנעפל איז שוין געשטאנען גרייט געדריקט צו ווערן...]. כ'האב אויסגערעכנט וויאזוי צו אטאקירן דעם דרייווער אין פאל ער מאכט קונצן, זיצנדיג גלייך הונטער אים - וואס מאכט גרינגער פאר מיר צוצוקומען צו אים און שווערער פאר אים צוצוקומען צו מיר.

מיר זענען אדורכגעפארן אזעלכע געסלעך ווי 'על אקצא' און 'על קודס', אז די ביינער מיינע האבן געטאנצן פאר שרעק, און דאס הערצל מיינע האט געזינגען שירה זיך ווארפנדיג ווי אין א קאנסוואלסיע. אפאר הייסע קאפיטלעך תהילים זענען אויסגעזאגט געווארן, בשעת מיר זענען דורכגעפארן יונגע אראבער - וואס האבן טאקע געקוקט מיט שנאה בליקן צו אונזער קאר, זעענדיג א פרומע מאן און ווייב אינעווייניג. איינמאל אינמיטן האט מיר גראדע יא אויסגעזען ווי אפאר יוגנטליכע האבן געוואלט אפשטעלן די קאר, אבער דער דרייווער - אן אראבער פונקט ווי זיי - האט זיי אנגעקוקט ווי א לייבקע ווען זי היט אויף אירע קינדער, און ב"ה מיר זענען אנגעקומען אין בית ישראל געגענט.

למעשה, איז ער געווען גערעכט: א טאג פריער, האט די וועג געדויערט איבער 20 מינוט, צוליב די טרעפיק. אבער מיט אים האבן מיר געמאכט די וועג אין ארום 5 מינוט, אדאנק די אראבישע וועג. אבער דאס זענען בפשטות געווען מיינע שרעקעדיגסטע 5 מינוט אין לעבן... כ'קען נאר זאגן למפרע, אז נאך א מזל ער האט אונז געפירט דורך דעם אראבישן וועג, ווייל נאר אזוי זענען מיר אנגעקומען אין באס סטאפ באצייטענס צו קענען נעמען דעם באס צו קבר רחל.

***
מיר זענען ארויסגעפארן קיין קבר רחל. אה, וואס מאמע רחל מיינט איז איבריג צו ערקלערן. די זעלבע מאמע וואס וויינט שוין פאר 2,500 יאר אויף צרות ישראל, און אדאנק אירע בכיות וועלן מיר זוכה זיין צום 'ושבו בנים לגבולם'. נו, ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזל בראנפן, איז דאך נישט מער פון נארמאל איינצורייסן אויף אייגענע בקשות. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער ביי מאמע רחל ווער איך די מערסטע נתרגש, בעיקר אריינטראכטנדיג אין איר היסטאריע, איר צדקות, אירע צרות, און איר טראגישע אומקום אין יונגן עלטער, ווערנדיג באגראבן אזוי אינמיטן וועג. זי איז א היבשער סימבאל פון נצחיות ישראל, אבל אכמ"ל.

נאכן זיך אויסבעטן און האפנטליך אויס'פועל'ן כל מילי דמיטב, זענען מיר צוריקגעפארן קיין ירושלים, די לעצטע נאכט איידערן פארן קיין צפון. צו מיין ביטערן מזל, ווען מיר האבן זיך באקראצט צו גיין עסן סאפער, האב איך נישט געטראפן קיין איין רעסטאראנט אפן, דאס איז אגב געווען א שלימזלנות וואס האט אונז באגלייט אלע טעג אין ירושלים: מיר האבן קיינמאל נישט געגעסן קיין נארמאלע נאכטמאל אין א רעסטוראנט, נאר פיצא וכדו'. מיר האבן זיך געלייגט שלאפן מיט א שמחה, אז מיר גייען מארגן אי"ה ארויספארן קיין צפון, דהיינו צפת והגלילות, וואו מיר גייען איינשטיין אין אן 'אחוזה'.


אין נעקסטן קאפיטל: אינעם 'אחוזה' אין דער מושב 'אליפלט'.
מיטוואך יוני 17, 2015 6:01 pm#283354
Re: מסעות ד'שש משזר.
מה זה קאנסוואלסיע?
מיטוואך יוני 17, 2015 6:04 pm#283357
א קדחת.
מיטוואך יוני 17, 2015 6:08 pm#283358
עס איז מיר א גרויסע חידוש אז די נהג המונית האט געזוכט א קורצע וועג, געווענטליך זיכען זיי צו שלעפן ווי לענגער און מאכן צענדליגע הקפות כדי צו מאכן נאך אפאר שקל. זעט זיך אויס אז די אראבער זענען טאקע נערנים.
מיטוואך יוני 17, 2015 8:29 pm#283380
שכח רב שש. זייער אינטערסאנט. אגב ווען איך בין געווען ביי רחל איז מיין התעוררות קאליע געגאנגען ווען כאב געכאפט אז דאס איז נישט ציין מאמע-באבע נאר א עלטער מומע..
מיטוואך יוני 17, 2015 9:22 pm#283388
פריעד באטשי האט געשריבן:עס איז מיר א גרויסע חידוש אז די נהג המונית האט געזוכט א קורצע וועג, געווענטליך זיכען זיי צו שלעפן ווי לענגער און מאכן צענדליגע הקפות כדי צו מאכן נאך אפאר שקל. זעט זיך אויס אז די אראבער זענען טאקע נערנים.

וואס מיינסטו? כ'האב מיך אפגעשמועסט א פרייז מיט אים פון פריער! אז נישט טראסט איך נישט אונזערע פרענקישע ברודער אויך...
מיטוואך יוני 17, 2015 9:24 pm#283391
chusid האט געשריבן:שכח רב שש. זייער אינטערסאנט. אגב ווען איך בין געווען ביי רחל איז מיין התעוררות קאליע געגאנגען ווען כאב געכאפט אז דאס איז נישט ציין מאמע-באבע נאר א עלטער מומע..

קודם כל, זיי נישט אזוי זיכער אז דו שטאמסט פון שבט יהודה, דו קענסט רואיג שטאמען פון שבט בנימין [און אפילו פון מנשה ואפרים].
אבער חוץ מזה, איך רעד פון א רוחניות'דיגע מוטער, און נאכמער - א רוחניות'דיגע מאדעל. וכמו שרמזתי לעיל: "ביי מאמע רחל ווער איך די מערסטע נתרגש, בעיקר אריינטראכטנדיג אין איר היסטאריע, איר צדקות, אירע צרות, און איר טראגישע אומקום אין יונגן עלטער, ווערנדיג באגראבן אזוי אינמיטן וועג. זי איז א היבשער סימבאל פון נצחיות ישראל, אבל אכמ"ל".
מיטוואך יוני 17, 2015 9:29 pm#283393
שש משזר האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:עס איז מיר א גרויסע חידוש אז די נהג המונית האט געזוכט א קורצע וועג, געווענטליך זיכען זיי צו שלעפן ווי לענגער און מאכן צענדליגע הקפות כדי צו מאכן נאך אפאר שקל. זעט זיך אויס אז די אראבער זענען טאקע נערנים.

וואס מיינסטו? כ'האב מיך אפגעשמועסט א פרייז מיט אים פון פריער! אז נישט טראסט איך נישט אונזערע פרענקישע ברודער אויך...

טאקע ווייל איך געטרוי זיי נישט בכלל, בעט איך אייביג אז זיי זאלן אנצינדען די מיטער.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 3:19 pm#285137
מושב 'אליפלט'.
מיטוואך פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר שטייען אויף גענוג פרי צו קענען אויסנוצן א גאנצן טאג אין מושב. נאכן איינקויפן אלס וואס מיר דארפן מיטנעמען צו א מושב וואו ס'נישטא קיין עכט מהדרין כשר'ע עסן, און נאכן איינקויפן אלס וואס מען 'מוז' איינקויפן אין ירושלים מיטצונעמען קיין אמעריקע, זענען מיר געגאנגען צום באס סטאפ צו פארן קיין צפת. צו אונזער שלעכטן מזל האבן מיר פארפאסט דעם באס. למעשה נאכן אפ'הרג'ענען רוב טאג זענען מיר ענדליך ארויסגעפארן דעם כמעט 4 שעה'איגן וועג קיין צפת [צוליב די מערערע סטאפס]. מיר זענען אנגעקומען היבש שפעט צום תחנה מרכזית אין צפת, זוכנדיג א מונית מיט לעכט. משום מה, האט צפת נישט קיין איבערפלוס פון מוניות וואס זאלן ארומפארן, און כ'האב געדארפט ווארטן היבש לאנג אז א ליידיגע מונית זאל זיך אפשטעלן פאר מיר. ענדליך האט זיך א מונית אפגעשטעלט, און דער נהג - מיטן לעצטן נאמען בר ששת - האט מיך אריינגענומען אין קאר מיט אלע מיינע רענצלעך.

אבער ס'איז נישט געווען קיין רעגולערער רוטין אדורכפארן אויפצוזוכן א קאסטומער. אין ארץ ישראל אזויווי נאר אין ארץ ישראל, איז זיין ווייב געזעצן אין די פראנט סיט לעבן אים. דערפאר ווען איך האב אים געזען אריבערפארן האב איך געטראכט אז ער טראגט א קאסטומער, אבער ער האט באמערקט מיין ארויסגעשטרעקטע פינגער מיטן סימן זיך אפצושטעלן, און... ער האט נישט געטראכט קיין צוויי און ער האט מיך אריינגענומען אין קאר. זיי זענען געווען אן עלטערע קאפל פון ארום 60 או קרוב לזה, די פרוי גאנץ באשיידן, ס'איז נישט געווען ממש אומבאקוועם, און נאכן ווארטן אזוי לאנג פאר א מונית איז מיר שוין גארנישט אנגעגאנגען. הקיצור, ער זאגט מיר אז ער גייט אפדראפן זיין רעביצין אויפן וועג ביי זיך אינדערהיים, און נאכהער פארט ער מיט אונז צום מושב. ער וואוינט אביסל ארויס פון צפת [ס'הייסט נאך א חלק פונעם שטאט צפת (בדוגמת הר נוף און בית וגן זענען חלק פון ירושלים). די נאמען איז מיר יעצט ארויסגעפלויגן פון קאפ]. איך דערצייל דאס אלעס, ווייל צומארגנס גיי איך אפשטאטן אן אומערווארטעטן באזוך ביי אים אינדערהיים. גאר גאר אינטרעסאנט.

און היידא, געגאנגען קיין 'אליפלט', א מושב ארום 15-20 מינוט אוועק פון צפת, און דאס זעלביגע פון מירון. אין דער מושב איז דא א בית הכנסת וואו כ'האב ניטאמאל אריינגעטרעטן, און אסאך אנדערע זאכן וואס צייכענען אפ א מושב אלס 'מושב'. קיען און שעפעלעך, שטאלן, און... 'צימרים' - דאס הייסט 'צימערן' וואס מ'קען זיך אויסדינגען פאר א טאג, וואך, וכו'. געווענטליך איז עס געשמאק צוליב איר באשיידנקייט, וואס געבט א געוויסע ראמאנטישע פילינג צו זיך. איך בין געגאנגען צו גאר א געשמאקע פלאץ, הנקרא בשם 'אחוזת ראול', וואו מיר זענען איינגעשטאנען פאר צוויי טעג, פארן פארהעלטנמעסיג ביליגן פרייז פון 500 שקל א נאכט.

די קינג סייז בעט, די מעכטיגע ראמאנטישע דזשעקוזי, די הערליכע צימערן וואו אלעס איז באדעקט מיט האלץ און געבט אזא בא'טעמ'טע אטמאספערע, [די ריזיגע TV - פאר וועם ס'רעדט...], איז שוין געווען איבער גענוג פאר דעם פרייז. אבער בנוסף לזה איז אינדרויסן דא נאך פכים קטנים, פון שיינע שבילים צווישן בלומען און הערליכע ביימעלעך, סווינגס פאר קאפעלס, ביז א סווימינג פול פאר עלטערע [אביסל אפן. אבער אויב איז קיינער אנדערש נישטא אין די אחוזה, קען מען האקן א לעבן במלוא מובן המלה], און א 'העמאק' צו קענען ליגן אינדרויסן כאפנדיג א פריש ווינטל אונטערן איינדרוק פונעם הערליכן פאנעראמע וואס באווייזט זיך דא פון אלע ריכטונגען. מיר האבן געהאט מזל אז פונקט האט קיין איינער אנדערש נישט געהאט א דירה'לע ווען אונז זענען דארט געווען, אזוי אז ס'איז געווען גאר פריוואט עם כל המשתמע מזה.

ס'איז איינער פון די זאכן וואס מ'קען נישט מאריך זיין בהסברה, דאס דארף מען מיטלעבן, אזויפיל קען איך ענק זאגן אז אדאנק דעם געשמאקן פלאץ האב איך אויפגעגעבן אויף פארשידענע פלעצער וואו כ'האב געוואלט באזוכן אין גליל, ווען כ'בין למעשה נאר געווען אין צפת [ומירון]. ס'האט זיך פשוט נישט געוואלט אוועקגיין פון דארט...

און כ'זאג ענק אלע: אויב גייען ענק קיין ארץ ישראל, נעמטס דאס אין באטראכט. איך האב גאר גאר שטארק הנאה געהאט דערפון.
רעקאמענדאציע: 100%.


אין קומענדיגן קאפיטל: בית החיים צפת, אלטשטאט צפת, בתי כנסיות, ועוד.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:32 pm#285190
שש דו מיינסט הר כנען?
דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:24 pm#285202
כ'ווייס נישט.
כ'ווייס אזויפיל אז דארטן זענען דא הערליכע ווילא'ס, און מיין דרייווער דער בר ששת האט אליינס געוואוינט אין א הערליכע הויז. ויתבאר במקומו בעז"ה...
דאנערשטאג יולי 02, 2015 7:52 pm#286845
פרייטאג יולי 03, 2015 4:10 am#286913
איש את רעהו האט געשריבן:@שש משזר מען זיכט דיר

מיר גייט גאנץ ווייניג אן אז מען זיכט אים דארטן, איך און די אנדערע חברים זיכען אים דא ביי אונז אין קאווע שטיבל.
ATUB @שש משזר ATUB , ווען קומט די נעקסטע קאפיטל אין מסעות דשש משזר אדער אינעם אמשינוב׳ע אשכול (אדער עני אנדערע אשכול, אלעס איז ממש א מחיה צו ליינען)?
ווי וואנט מאר!!
זונטאג יולי 05, 2015 5:03 am#287099
א באזוך אין בית החיים צפת, אלטשטאט צפת, ועוד.
דאנערשטאג פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר זענען אויפגעשטאנען היבש שפעט נאך א קנאקעדיגע נאכט [עי' פרק הקודם]. איך האב שנעל אנגערופן דעם נהג וואס איך האב נעכטן גענוצט - מר. בר ששת, און מיר זענען ארויסגעפארן פון אליפלט גייענדיג קיין בית החיים ד'צפת. ווי איר פארשטייט אליין, האב איך געדארפט נוצן א מקוה... דערפאר זענען מיר ארויסגעשטיגן אויבן פונעם בארג פונעם בית החיים, וואו דער 'מקוה האר"י' געפונט זיך. נאך א זאפטיגע פאר טבילות - וואס זענען אגב נישט געווען צו קאלט [אבער גענוג קאלט אז דר'עולם האט באוואונדערט מיין גבורה פון כאפן א שיינע פאר טבילות נאכאנאנד...], זענען מיר אראפ דעם בארג ביז אונטן, און דערנאך אנגעהויבן צוביסלעך ארויפקלעטערן דעם בארג דורכגייענדיג מקום קבורתם פון א ים מיט גדולי ישראל וואס ליגן דארטן באגראבן.

א חוץ פון די אפיציעלע נעמען, ווי דער אריז"ל וגוריו, די חסיד'ישע רבי'ס, האב איך פרובירט צו גיין צו מאדנע פלעצער, א שטייגער ווי מקום מנוחת הצדיק הנסתר [ולגירסא אחרת: המשוג...] הרב אברהם פיש, וואס איז געווען זייער אן אינטרעסאנטער טיפ מענטש ואכמ"ל. אן נעמען א שטעלונג אין זיין פערזענליכקייט, האב איך געזאגט א קאפיטל תהלים ביי זיין ציון זיכער מאכנדיג אז כ'האב א בילד דערפון... [לעצטענס איז געווארן א מצב פון זיין ציון]. ביים ציון פונעם אריז"ל זענען געווען א מאסע חסידים, און שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז דער בוהוש'ער רבי [א שטארקער עובד ה', א חידוש אין רוזשינער הויף. אזוי אויך א קנאי, א צווייטער חידוש אין רוזשינער הויף...] איז דארטן געווען מיט אן עולם חסידים.

***

נאכן ארומגיין אין בית החיים האבן מיר אנגעהויבן א געשמאקע שפאציר איבער די געסאלאך [הברה ישראלית] פון צפת. אנגעהויבן האבן מיר ביי דעם באקאנטן מילכיגן קעז פאבריק, הנודע בשם '. דארטן האט מען מיך מכבד געווען מיט א טעימה קלה פון די וועלטבארימטע קעז, און ס'איז געווען א שטיקל עולם וואס איז געקומען קויפן זייערע קעז. דערנאך זענען מיר ארומגעגאנגען אין די געסלעך פון אלטשטאט צפת, באזוכנדיג אלטע בתי מדרשים [וואס רוב זענען געווען פארשלאסן דורכן טאג], און ווייזנדיג דעם אשת חיל וואו כ'בין איינגעשטאנען אלס בחור מיט מיינע חברים, אויף א שבת...

א מזל האבן מיר געהאט, אז די בית הכנסת אבוהב - וואס לפי המסורה איז דארטן אנגעקומען דעם ספר תורה פון רבי יצחק אבוהב מגולי ספרד, און אסאך מעשי ניסים זענען מקושר מיט דעם - איז געווען אפן, און פאר א גוטע סיבה: דארטן איז פארגעקומען א בר מצוה פאר אן איזרעאלי. אויסגעזען האט ער ווי א פרייער, און דאס איז געווען דער שיינקייט פונעם בר מצוה מסיבה, צו זען וויאזוי אפילו די פרייע זענען חוגג דעם בר מצוה מיט אזא שמחה. און דער שטאלץ וואס דער חתן הבר מצוה האט געהאט מיט זיינע תפילין [וואס כ'ווייס נישט ווי אפט ער גייט דאס לייגן], וכל המסתעף. ס'איז געווען אן אינטרעסאנטער איבערלעבעניש, טראץ דעם ציפ אין הארץ פון נאך אן אידיש קינד וואס איז בגדר 'תינוק שנשבה', וואס ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו, ואעפ"כ טוליעט נאך דאס אידישער פונק זיך פרייענדיג מיט א סימבאל פונעם פרומען אידנטום.

נאכן זיך ארומשלעפן רוב טאג, זענען מיר געווארן גוט הונגעריג. זוכנדיג א גוטן פליישיגן רעסטאראנט - נאכן נישט פארזוכן קיין פליישיגן מאלצייט שוין איבער א וואך, ווי אויבנדערמאנט - זענען מיר אנגעקומען צו א גוט-רעקאמענדירט רעסטאראנט בשם 'מענדי'ס', וואו מיר האבן געפראסן ווי קיינמאל בעפאר... פארגיטיגונג פארן דורכפאל די לעצטע וואך צייט. נאכן האקן א צוויי בילקעס פער פערזאן, צוויי 'דיפ'ס' פער פערזאן, א זופ, א פלעשל ביר, און א ריזן מעין קורס - וואו אונזערע בני מעיים האבן איבערמינדליך געארבעט ביטער שווער נאכצוקומען אונזערע פארלאנגען, אזש ביזן סטראשן מיט א סטרייק - האבן מיר געצאלט א קנאפע צוואנציג טאלער פער מענטש. ס'איז ווערט געווען יעדע פרוטה עד הפרוטה האחרונה, און דאס עסן האט געהאט א טעם מעין עולם הבא... זעט אויס אז גאט האט אונז פארגינט צו ענדיגן מיט א גוטן טעם אין מויל... און איך רעקאמענדיר דעם רעסטאראנט לכל שוחרי ומבקשי האמת במידי דמיזן.


אין קומענדיגן קאפיטל: מיין געווארענער 'ידיד', מיין נהג 'בר ששת'.
זונטאג יולי 05, 2015 5:08 am#287100
לאור הפצרות ולאור היעדרותי קומט שוין ארויף א צווייטע קאפיטל בו ביום [אידן דארפן דאך האבן וואס צו ליינען אין א תענית...].


ואתא בר ששת...

ארויסגייענדיג צו כאפן א שפאציר, נאכן עבודה קשה פון צופרידן שטעלן אונזערע גופים, זעען מיר א מונית קלאצט פארנט פונעם רעסטאראנט. און וועמען מיינט איר האב איך געטראפן זיצן אינעווייניג?! יא, איר האט צוגעטראפן: מיין אלט-באקאנטער ידיד, מיין דרייווער, מר. בר ששת.

כ'האב שוין געזען דעם באשעפער'ס הילף, און כ'האב אים מודיע געווען אז כ'דארף פשוט אפפאלן צוויי א האלב קעלאריס מיט א קורצע שפאציר, און דערנאך פארן מיר צוריק צו אונזער צימער אין 'אליפלט'.

הקיצור, דער בר ששת איז געווען זייער א פריינטליכער מענטש - שוין פון דאס ערשטע מאל וואס כ'האב אים גענוצט, און מיר האבן געכאפט א געשמאקע שמועס וואס האט זיך פארקירעוועט אין ריכטונג פון דעם אז ער העלפט ארויס אנצוגרייטן די מאכלי שבת אינדערהיים, און אויפן פראגע צו ער עסט 'געפילטע פיש' [מיינענדיג זיך צו ווערטלן, ווייל כ'האב געוואוסט אז אלס פרענק איז געפילטע פיש איינער פון די גאר באקאנטע פארשאלטענע מאכלים...], האט ער מיר געענטפערט אז ס'איז טאקע גרויליג אבער 'גאלע' עסט ער יא! איי וואו קומט דער קאץ איבערן וואסער, דהיינו וואו קומט א פרענק אן צו א שטיקל גאלע? איז ער מיר מודיע אז - לא פחות ולא יותר - זיין ווייב איז גאר א פוילישער אפשטאמיגער!

און דער געשמאקער בר ששת לאדנט מיר באלד איין צו קומען יעצט אויף א וויזיט ביי אים אינדערהיים.

קודם האב איך חושש געווען אויף זיין שלום בית, און אים פרעגנדיג צו זיין ווייב האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווייל זי ווייסט גארנישט דערפון, האט ער מיר געזאגט אז אדרבה זי האט זייער הנאה פון געסט. און בנוגע איר זיין ביזי מיט אנגרייטן די עסן, האט ער מיר ווייטער בארואיגט אז געסט איז נאכאלס געשמאקער פון אלעס אנדערש.

כ'האב מיך איבערגעבליקט מיט מיין ווייב, און למעשה איז געבליבן אז 'למה לא?', זאל דאס אויך אריינגעשריבן ווערן אינעם משזר'דיגן מסעות אלס אינטרעסאנטער אנקעדאט: א באזוך ביים מסורתי אינדערהיים ליל שישי. ער א פרענק, זי א פוילישער, ביידע מסורתיים וואס לעבן אין א מעין ווילא.


אין קומענדיגן קאפיטל: א באזוך ביים 'פרייען' בר ששת אינדערהיים, א שמועס מיט אים און זיין רעביצין, א טור אין זיין שיינעם הויז, התפעלות פון זיינע - און אירע - פאכמאנישקייטן.
זונטאג יולי 05, 2015 8:35 am#287109
דאס מיינט א צווייטע קאפיטל? יישר כח עניוועי. תודה רבה, יא חביבי
מאנטאג יולי 06, 2015 7:12 pm#287412
ליל שישי פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר זענען אנגעקומען צום הויז - אדער בעסער געזאגט, ווילא - פון בר ששת. נאר פונעם זען די גארטענעס ארום די ווילא, איז מיר שוין די שפייעכץ געקומען אין מויל. הערליכע ביימער, שמעקעדיגע געווירצן [כדלקמן], און א רחבות ווי עס דארף צו זיין. נאכן אריינקומען האבן מיר באגריסט דעם רעביצין פון בר ששת, און זיי זענען ביידע געווען זייער העפליך צו אונז. אזויווי זי האט געזען אז מיר זענען חסיד'ישע אידן, האט זיך די שמועס גלייך אנטוויקלט אין אידיש, ווייל זי איז דאך א פוילישער פון דערהיים... אפילו איר ספרד'ישע מאן האט זיך ארויסגעוויזן צו פארשטיין גוט אידיש, און אפילו צו רעדן אביסל אידיש. אזוי אויך האבן זיי ביידע גערעדט ענגליש. הקיצור, מיין ווייב וואס קען נישט רעדן קיין עברית [נאר פארשטייט ווען אנדערע רעדן], האט נאכאלס געקענט שמועסן געשמאק אויף אידיש און ענגליש.

ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז אירע עלטערן זענען געווען פרומע עלטערן בעפארן קריג, און זיי האבן זיך ביידע געראטעוועט ביים קריג, אבער ליידער פון פארביטערטקייט זענען זיי געווארן אביסל נאכגעלאזט פון שמירת המצוות, די טאטע אביסל און די מאמע איז שוין געווען היבש 'אנטי', די טאטע האט עס וויי געטון אבער האט גארנישט געקענט טון קעגן די מאמע'ס ווילן. מסורתיים זענען זיי פארט יא געבליבן, און די טאכטער האט זיך באקענט מיט דעם ספרדישן בר ששת, וואס ווי באקאנט זענען זיי דאך כמעט אלע מסורתיים, און זיי האבן חתונה געהאט. זיי האבן צוזאמען מגדל געווען פיר קינדער, צוויי זון און צוויי טעכטער, און זיי שעפן נחת.

ער איז גראדע א געלונגענע מענטש, און א היבש באקאנטער מענטש אין די גלילות. ער איז געווען א קאמענדאנט ביי געוויסע מלחמות אין ארץ ישראל, און בכלל איז ער - זייענדיג א שטארק-רעכטער, ווי רוב ספרדים - געווען אין צבא פאר ארום 20 יאר! אהיימקומענדיג איינמאל א וואך, אדער פחות מזה. ער איז שוין לאנג אויף פענסיע, און האט א שיינע אויסגעצאלטע הויז, און איז אין די מונית ביזנעס מער פאר שטופן די צייט ווי עניטינג עלס.

אויף די ווענט האב איך געזען הענגען פארשידענע מאלערייען, און בר ששת איז מיר מגלה אז ער האט דאס אלס אליינס געמאלן. גראדע זייער שיין. דערנאך ווייזט ער מיר אויף נאך א גאנצע פאק מאלערייען מיט אביסל אן אנדערן קו, און ווארפט גלייך דעם פרישן באמבע: דאס אלס האט זיין ווייב געמאלן. שטעלט זיך ארויס, אז ביינאכט ווען ס'איז שטיל און ס'נישטא קיין געסט, זעצן זיי זיך ביידע אראפ מיט כלי המאלעריי, און נעמען זיך מאלעווען כידם הטובה עליהם. און פארפאלן, זיי יכול'ן. עכ"פ דער 'ענבי הגפן בענבי הגפן' האט באקומען ביי מיר א נייע משמעות, ער א פרענק זי א פוילישער, ער עברית זי אידיש, אבער זיי פארשטייען זיך זייער גוט.

ער פירט מיר ארום אין זיין דירה, און וואס זאל איך אייך זאגן: דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע האבן כאטש א העלפט פון זיין ברחבות'ידע דירה. צימערן נאך צימערן, יעדע קינד א פרישע צימער, דריי פיר בית הכסא'ס, א לאנדרי צימער, א גרויסע קאך און ריזן דיינונג רום, אן אפיס, און כ'געדענק שוין נישט וואס נאך. צוויי שטאקן פלוס א בוידעם, לפחות צוויי 'מרפסות' [פארטש].

דאס שמאלץ רינט מיר פון די מויל, און ער זאגט מיר אז גראדע זוכט ער דאס צו פארקויפן ווייל ער האט שוין נישט וואס צו טון מיטן גרויסן ווילא, זיינע קינדער זענען שוין אויפגעוואקסן. אויף מיין פראגע וויפיל ער בעט פאר דעם, איז ארויסגעקומען אן ערך פון א קנאפע האלבע מעלאנע...! כ'וואלט שוין לאנג געקויפט דאס הויז, ווען נישט די פאקט אז ס'איז נישט קיין פרומע געגענט - כאטש ער ווייזט מיר יא אן אויף א פרומער חב"ד'סקער שכן וואס האט זיך אהינגעצויגן. אבער גיי זיי אים מסביר אז א חב"ד'סקער איז א בריה בפני עצמה, און ווער ווייסט צו ער איז נישט אפשר אויף א מיסיאן מיסיע און די נעקסטע זאך גייט זיין א בית חב"ד... [ ATUB @ונבנתה העיר ATUB , אז מ'רעדט שוין, פארוואס מאכסטו נישט קיין 'יפוצו' ביינונז אין שטיבל. לערן דיך אפ פון אונזער ATUB @ברסלבער ATUB , ער גייט אן פול-פארס און שרעקט זיך נישט פאר קיינעם].

נאכן ארומגיין מיט ברייט-צועפנטע אויגן און מיילער, זעצן מיר זיך ענליך אראפ כאפן א געשמאקע שמועס איבער... וואס מיינט איר, 'דת ומדינה'. ער וויל מיר מכבד זיין מיט עפעס עסן אדער טרינקען, אבער כ'זאג אים אפ אלס חרד'ישער איד, און מ'זעמיר זיך מסתפק מיט אביסל וואסער וואס קומט פון א קוואל. כ'זעץ מיך אראפ אויפן באקוועמען פאטעל, ווען שענדעלעירס געבן זייער דים ליכט אויף די מאלונגען אנגעפילטע ווענט. און מ'כאפ מיר א געשמאקע שמועס.


אין נעקסטן קאפיטל: א שמועס איבער חרד'ישע אידן מיט מר. בר ששת, נאך איבער מעשי ידיו להתפאר פון בר ששת.
מאנטאג יולי 20, 2015 12:55 am#290138
א שמועס מיט בר ששת.
מיין פריינט, בר ששת, האט אנגעהויבן מיטן מסביר זיין אז ער האט ח"ו נישט פיינט קיין חרדים, און אין פאקט איז ער גאר שטארק מכבד דעם מסורת. למשל, ער מאכט א סעודה יעדן שבת [און דערנאך צינדט ער אן טעלעוויזיע...], ער גייט אפילו אין שול דאווענען, און ער איז מכבד רבנים. ער דערציילט מיר אז איינמאל איז דער רב פון מושב געווען אין די זעלבע בילדינג ווי אים, און ער האט געדארפט ארויפגיין אפאר שטאק, און ס'איז דארטן געווען אן עלעוועיטער [-מעלית], אבער מחמת כבודו להרב האט ער צוגעווארט ביז דער רב איז אוועקגעגאנגען כדי נישט צו מאכן א חילול שבת בפניו, און ערשט נאכדעם איז ער ארויף מיטן עלעוועיטער. ער זאגט מיר אז ער גלייבט אין גאט [-אבער 'ביני לבינך' טענה'ט ער, 'איז דען דא אזא זאך ווי עולם הבא?'], און פרובירט זיך אויפצופירן כראוי בעיני אלקים ואדם.

ווייטער דערציילט ער מיר ווי ער קען דעם חרדי און יענעם חרדי, און זיי זענען אלע העכסטס נארמאלע מענטשן, 'הלואי אלע פון זיי'... און ער פירט אויס מיט די גאר באקאנטע אויפגעכאפטע סעריע פונעם פילם הנקרא בשם 'שטיסל', וואס דערציילט איבער די חרד'ישע לעבנסשטייגער וכו' [וכנודע בשערינו מיטן אשכול המיוחד לכך]. ער זאגט מיר אז ער האט זייער הנאה געהאט, און סוכ"ס לייגט עס נישט אריין די חרדים אין א שלעכטן בילד (אגב, קען מיר איינער זאגן ווען ס'וועט שוין זיין צו באקומען די צווייטע סעזאן?).

דערנאך גייט ער אריבער צו די באקאנטע אויסגעוועטשטע טענות אנטקעגן די חרדים. קודם וויל ער וויסן וויאזוי מיר קענען אנגיין מיט אזא לעבן ווען רוב חרדים ארבעטן נישט, און די פרייע דארפן אויסהאלטן די חרדים. אויף וואס כ'האב אים געענטפערט אז דאס האט אפשר מיט די חרד'ישע לעבנסשטייגער אין ארץ ישראל, אבער מיט 'חרדים' אלס חרדים האט עס גארנישט, און כ'בין נישט אויסן צו פארענטפערן אחינו שבישראל. כ'האב אים געזאגט אז ער מעג אמאל אריינפאלן אין ברוקלין צו זען וויאזוי רוב חרדים ארבעטן, און מאכן מער געלט פונעם עוורידזש 'חילוני' אין ארץ ישראל...

דערנאך וויל ער וויסן פארוואס מיר גייען נישט אין צבא, און נישט אזוי ווייט אלס 'שוויון בנטל' ווי די עצם שאלה פארוואס מיר גייען נישט אין מיליטער, 'דו האסט דען א הוה אמינא אז אן די צבא וואלט מען געקענט לעבן אין ארץ ישראל? און זאג מיר נישט אז ס'איז די תפילות און לימודים פון די חרדים וואס העלפן ארויס די חיילים אין ארץ ישראל, און אויב אזוי פארוואס שפירן מיר נישט קיין פליכט פון זיך אליינס צו באשיצן אונזער לאנד?!' אויף וואס איך ענטפער אים אז 'סורפרייזינגלי' האלט איך אויך אז די תירוץ אז 'אונזער תורה ראטעוועט ענק' איז זייער א נארישע טענה, נישט נאר מיט דעם אז אזוי קענסטו נישט איבערצייגן קיין 'חילוני', נאר בעיקר מיט דעם וואס אונזער בלוט-דורכגעווייקטע 2,000 יעריגע היסטאריע, איז אדורכגעווייקט מיט תורה ותפילה, וואס האט ליידער נישט צוריקגעהאלטן די פורעניות, ולא זו אף זו, אז גוים וואס לערנען נישט און דאווענען נישט געווינען אויך מלחמות לויט ווער ס'איז שטערקער און בעסער אויפגעריסטעט, כלומר, אז אלס ווענדט זיך אין די דרכי הטבע שהטביע הקב"ה בעולם.

נאר וואס'זשע דען? זאג איך אים, אז אונז פלעגן זיך בעיקר באנוצן מיט די פשוטע – כאטש אויפרעגנדע – טענה פון 'המתחיל במצוה אומרים לו גמור'. דהיינו, די אגודה קרייזן האבן קיינמאל קיין מדינה נישט געפאדערט, און אודאי נישט בדרכי מלחמות, און די חרדים אין ארץ ישראל האבן פרובירט אויסצוארבעטן עפעס מיט די אראבישע מדינות דערנעבן, אבער די חילונים האבן פארפירט מיט מלחמות און זענען יעצט פארזינקען אין זייער שמוץ, זאלן זיי מוחל זיין און עס אויפקערן אליינס. דאס – האב איך אים מודיע געווען – פלעגט זיין אונזער אמאליגער טענה.

היינט ווידער, דארפן מיר שוין נישט צוקומען דערצו, ווייל אנדעם האבן מיר אויך א טענה אז דאס איז נוגד אונזער לעבנסשטייגער, מיט זייער פראסטקייט לכל דבר שריח יהדות נודף הימנו. צו כשרות, שמירת שבת, צניעות, און אלס ארום. נחל חרדי יוכיח אז ס'איז נישט קיין נחלת הרבים, ולא זו אף זו, אז אפילו אויב מ'וואלט ווען יא געקענט צושטעלן א באזונדערע אפטיילונג ווי אלעס זאל זיין צוגעשטעלט פאר אונזערע באדערפענישן, איז דאס נאכאלס נישט ווערט וויבאלד מיר וועלן ווערן באהאנדלט ווי 'סעקאנד קלעס סיטיזען', וכו' וכו' וכו' [כ'קען נישט דא אויספלאפלען אלע מיינע טענות...].

צום סוף האב איך אים אויסגעפירט מיט איין שטארקע נקודה, חומר למחשבה: די צה"ל אין ארץ ישראל ווערט אנגערופן 'כור ההיתוך הישראלי', דהיינו, אז דארט ווערט אוועקגעשטעלט די געדאנקנסגאנג, לעבנסשטייגער, און קולטור פון די ישראל'ישע געזעלשאפט [און ס'איז טאקע אזוי], ממילא היות דאס אליינס איז א סתירה מיט אונזער קולטור, קען דאס פשוט נישט גיין צוזאמען. ולקינוח סעודה, פארוואס טאקע הערן נישט די חילונים אויף צו פארפירן וועגן די חרדים אין מיליטער? וויבאלד אונטערן באוואוסטזיין שפילט זיך אפ ביי זיי די ידיעה אז די צבא איז א כור ההיתוך, און זיי האפן צו טוישן דעם חרד'ישן סיסטעם. און כאטש זיי וועלן לייקענען שטיין און ביין אז זיי זאלן דאס מיינען, איז דאס אבער – ללא ידיעתם – זייער טיפע כוונה. און טאקע פארדעם וועט דאס קיינמאל נישט געשען.


אין נעקסטן קאפיטל: המשך שמועס מיט בר ששת, ועוד.
מאנטאג יולי 20, 2015 7:39 pm#290364
ביי בר ששת'ן אינדערהיים – סוף.
ווייטער האט ער מיר געפרעגט איבער די 'הדרת נשים' אויף די באסעס אין ארץ ישראל. דארט האב איך ממש אויפגעשאסן: א חוצפה פון א טענה, משום מה איז דאס געלונגען אריינצוברענגען אין די 'שיח ציבורי' אז די חרדים פארשקלאפן און דערנידערן זייערע ווייבער. כ'האב אים געפרעגט צו די אלע מעשי אונס וואס קומען פאר אין ארץ ישראל קומען פאר ביי די חרדים אדער ביי די חילוני'שע קהל'ס פארזארגערס פאר 'הדרת נשים'. דערנאך האב איך אים געפרעגט צו ער האט שוין בייגעוואוינט אמאל אז א חרדי זאל באהאנדלן זיין ווייב ערגער פונעם חילוני, און צו דער עוורידזש חרדי האט שוין אמאל 'בוגד' געווען [-גע'טשיד] אין זיין ווייב און דאס זעלביגע מיטן חילוני. איי פארוואס מיר מאכן א באזונדערע ווייבער שול אין באס, איז פשוט אז דאס איז סך הכל נאך איין אמצעי אז די צוויי דזשענדערס זאלן האבן וואס ווייניגער שייכות איינער מיטן צווייטן, ווייל וואס נענטער – אלס מער שמוץ וועט פארקומען. נישט נאר דאס, נאר די גאנצע מושג פון 'הטרדה' קומט זעלטן פאר אדאנק די צעטיילטע זיצן.

האט ער מיר געפרעגט איבער דעם וואס מ'שיקט די פרויען אין די 'בעק', פארוואס זיצן זיי נישט אינדער'פראנט. האב איך אים געזאגט אז 'וואס איז מיט הדרת אנשים'?... אבער אמת'דיג, די סיבה פארוואס זיי גייען אין די בעק איז פשוט, וויבאלד זיי האבן געווענדליך די פיצלעך מיט זיך, און דאס קומט מיט מיט קערידזשעס, און סתם אזוי טפיהם תלוים עליהם, ממילא אנשטאטס בלאקן די גאנצע באס פון אנהייב גייען זיי אין די בעק. נאך א נקודה, ווען א פרוי זיצט אין די פראנט און מענער דארפן כסדר אדורכשפאצירן די זיצן פון די פרויען, דעמאלס איז ווייטער דא א שטיקל פראבלעם פון זען פרויען, און כאטש אויב איינער וועט לכבוד דעם 'רעיפן' א פרוי ווייזט דאס אויף א משוגענער, אבער פארט אלס הרחק מן הכיעור און כדי נישט צו האבן מחשבות זרות איז אלס בעסער נישט צו דורכגיין אלע פרויען. און צום לעצט האב איך אים געפרעגט, צו ער האט אמאל גערעדט מיט חרד'ישע פרויען און געפרעגט צו זיי שפירן זיך געטראפן פון די אזוי גערופענע 'הדרת נשים', אדער דאס איז סך הכל א מיטל פאר פרייע פאליטישאנס צו אנקעסירן נאך צוויי זיץ-פלעצער אינעם כנסת דורכן האקן אויף די חרדים'ס לעבנסשטייגער.

דערנאך האט ער מיר געפרעגט איבער די 'מוחים' פון ירושלים, אנטקעגן חילולי שבת, מצעד הגאוה, קברים, וכו'. זיי ווארפן שטיינער און פארברענען פחים [-גארבעדזש קענס], ווער זענען זיי? קיין טראפ כבוד פאר א צווייטן און זיין לעבנסשטייגער?! האב איך אים געזאגט אז מער פון וויפיל ער האט זיי פיינט, האב איך זיי פיינט. נישט ווייל איך בארעכטיג די חילולי שבת וכדומה, נאר ווייל איך האלט אויך אז דער חילוני וואס איז נישט ערצויגן געווארן אין א חרד'ישן שטוב האט נישט דיין געפיל, פארשטאנד, צו די מושגים ווי חילול שבת, און דאס וואס די חיות רעות פירן זיך אויף ווי שלעגערס טוט מיר מער וויי ווי אים, ווייל סוף כל סוף באשמוצט דער פרייער מידיא די 'פרומע' און נישט די פאר ליידאקעס אלס ליידאקעס. הכלל, האב איך אים געזאגט, קום אריין אין בני ברק, ביתר, מודיעין עילית, וכו', און דו וועסט זען אז די אלע שטיינער ווארפעריי איז לא יזכר ולא יפקד, און דאס האט גארנישט מיט די חרד'ישע געזעלשאפט אלס א כלל.

***


מיר האבן נאך לאנג פארברענגט און געשמועסט, ער האט מיר אויסגעפרעגט איבער מיין לעבן, און ער האט מיר דערציילט איבער זיין לעבן און די נחת פון די קינדער זיינע, געוויזן בילדער פון זיין לעבן און זיינע קינדער ['דער' וואוינט אין אסטראליע, און 'דער' זעט אויס פונקט ווי די פלונית'טע...], ואטו כי רוכלא ליחשב וליזול.

ווייטער האט ער מיר געוויזן נאך עפעס אין זיין הויז: אויב זיינע מאלונגען זענען נישט געווען גענוג, אויב זיין רייכע קאריערע אין צבא האט נישט גענוג צוגעלייגט, אויב זיין הערליכע הויז האט נישט אוועקגעשטעלט א חותם, איז דאס זיכער געווען גענוג איבערצואוועגן דעם וואגשאל לכף זכות... נעמליך, ער מאכט אליינס היימיש געמאכטע 'מלפפון חמוץ' [-סאוער פיקעלס], אפילו פיקעלד טאמעיטאס, פיקעלד עגפלענטס, מייערן, כרוב [-קרויט], און 'זיתים'. ער שטעלט אליינס צאם 'סלטים' אינדערהיים מכל טוב וטוב, און ער איז בכלל א גוטער קעכער [כ'האב אים געזען צוגרייטן מאכלי שבת].

ער האט אין זיין שיינעם פעלד ביימעלעך פון בשמים, און פון טיי בלעטער, נישט סתם טיי, נאר בטעם 'לימון', און נאך געוויסע גאר ספעציעלע טעמים. ער האט מיר אויסגעריסן אפאר בלעטער און געריבן און מיר געגעבן צו שמעקן, און דערנאך מיר געגעבן אפאר בלעטער צו נוצן פאר א טיי. אויב תרומות ומעשרות וואלטן נישט געווען א פראבלעם, איז אבער דער שנת השמיטה זיכער געווען א פראבלעם, און כ'האב אים דאך גארנישט געקענט זאגן, סאו כ'האב געווארט ער זאל אוועקקוקן און כ'האב עס שנעל אריינגעווארפן צווישן זיינע ביימעלעך... בקיצור, אלס פרייער לעבט ער זייער א געשמאקע לעבן, כמעט א 'מושלם'...

נאך א רייכע פאר שעה, ביי בר ששת'ן אינדערהיים [מיר האבן נאך אסאך פארברענגט, אבער נישט אלעס געדענק איך. בפרט יעצט ווען מ'האלט שוין ביים פרישן וואקאציע...], האבן מיר זיך ענדליך געזעגנט מיט זיין פוילישן רעביצין, און ער האט אונז אהיימגעדרייווט צום מושב 'אליפלט'. לדאבוני האב איך פארגעסן בעפארן זיך געזעגענען פון אים, צו מאכן א פיקטשער פון אונזער גאנצער חד גדיא. דאס וואלט זיכער צוגעגעבן אסאך. אבער אי"ה נעקסטע מאל וועלמיר דאס קענען משלים זיין [כ'האב דאך שוין זיין נומבער]. עכ"פ מיר זענען אהיים צום לעצטן נאכט אין מושב, איידערן זיך ארויסלאזן צום נעקסטן – און לעצטן - סטאנציע אין ארץ ישראל: בני ברק.


אין נעקסטן קאפיטל: פון אליפלט קיין בני ברק.
מאנטאג יולי 20, 2015 7:46 pm#290369
Re: מסעות ד'שש משזר.
אוי ביסטו געשמאק, מאכסט מיר דעם טאג מיט דיינע סחורה
דינסטאג יולי 21, 2015 4:12 pm#290653
פרייטאג פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר זענען אויפגעשטאנען היבש שפעט, און אונז האבן געדארפט איינפאקן אלע פעקלעך צו אונזער לעצטן סטאפ – בני ברק. נאכן זיין גרייט האבן מיר גערופן בר ששת, און מ'האמיר זיך ארויסגעלאזט צום צווייטן מאל צום אתרא קדישא מירון. ביי 'רבי שמעונ'ען' [...] האב איך שנעל געדאווענט שחרית אזוי חצות צייט, און גלייך דערנאך בין איך אראפגעלאפן די בארג צום באס סטאפ – וואו מיין ווייב האט שוין געווארט מיט די רענצלעך פארן באס קיין ב"ב. נאכן ווארטן א גוטע צוואנציג מינוט יותר מן הצורך [יאויש! כ'וואלט דאך שוין געקענט צען מאל אנטון רבינו תם תפילין, און דאווענען נארמאל ביים ציון], איז ענדליך דער באס אנגעקומען – שוין היבש אנגעפילט, ווייל בעפאר מירון פארט דער באס ארום אין צפת.

גראדע האבן מיר יא עפעס געהאט אינטרעסאנט אויפן באס. וויבאלד גלייך ביים אנהייב איז נישט געווען קיין פלאץ פאר מיר מיט מיין ווייב איינער לעבן דעם צווייטן, און מיין ווייב האט זיך אראפגעזעצט לעבן א יונג מיידל מיט א חסיד'יש געשטאלט, אבער זי האט אנגעהויבן פרעגן עפעס פון מיין ווייב אויף עברית. מיין יודענע וואס פארשטייט גאנץ גוט עברית קען אבער נישט ארויסבעקעצן צוויי ווערטער נארמאלערהייט אין עברית, האט זי זיך פארענטפערט אז זי קען נישט קיין עברית, אפשר קען דאס מיידל אידיש? די מיידל האט אויפגעלאכטן, און אנגעהויבן רעדן א פליסיגע אידיש, זאגנדיג אז זי קען בעסער אידיש ווי עברית וואס עברית איז נאר איר צווייטע שפראך, נאר וויבאלד מ'קען נישט וויסן ווער ס'רעדט אידיש און ווער נישט, ממילא רעדט מען לכתחילה איינער צום צווייטן אויף עברית.

הכלל, זי דערציילט אז זי איז א טאכטער פון א צאנזער חסיד וואס וואוינט אין צפת [כידוע האט דער צאנזער חסידות א שטארקע אנוועזנהייט פון חסידים אין צפת. זיי האבן דעם מקוה וואו דער שינאווער רב זצ"ל האט זיך גע'טובל'ט זייענדיג אין ארץ ישראל, א פרשה פאר זיך]. און מיר האבן געהערט א שטיקל באריכט אויף צפת כהיום, אז דארט איז די לעצטע פאר יאר געווארן א גרעסערע צוקומעניש פון חסידות'ן אין ארץ ישראל, און ס'איז שוין נישט דער אפיציעלער פלאץ אפיליאירט מיטן ווארט 'משוגעים'... און ס'זענען דא נארמאלע חסידישע בתי חינוך וואו מ'לערנט אויף אידיש.

***


נאך אונזער – שוין באקאנטן – וועג פון אריבער 3 שעה, זענען מיר אנגעקומען קיין בני ברק בשעטו"מ, און געגאנגען איינשטיין ביי א חשובע קרובה, אן אלמנה, בת הגה"צ רבי זלמן בריזל זצ"ל [נו, גילוי!...], וואס האט אונז שפעטער דערציילט פארשידענע אינטרעסאנטע מעשיות מיט איר גרויסן פאטער. מיר האבן געגעסן א פיינע טועמיה פון פלייש קוגל פערפל און טשאלנט [און דאס איז נאר 'טועמיה' בעפארן 'סעודה'], און מיר זענען שנעל געגאנגען צום – כמעט – איינציגסטן אינטרעסאנטן פלאץ אין ב"ב, נעמליך, דער בית החיים...

מיין עלטער זיידע און באבע ליגן דארט [נו, נאכאמאל גילוי!... זעט איר נאר, אז אפילו בגילוי שבתוך הגילוי, איז מיין ניק נאכאלס בהסתרה שבתוך ההסתרה...], און מיר האבן דארט געזאגט אפאר קאפיטלעך תהילים, נאכהער זענען מיר געגאנגען צו נאך געציילטע גדולי ישראל – מחמת חוסר הזמן לפני כניסת השבת – ובתוכם מיין אלטער העלד, הרב שך זצ"ל [ ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB , ATUB @קפה נמס ATUB , איר הערט?!...]. איך כאפ שנעל א מקוה, און היידא, געלאפן איבער די שטיקעדיגע הייסע גאסן פון בני ברק, צו גיין דאווענען אינאיינעם מיט מו"ר רבי אלימלך בידרמן שליט"א.

למעשה האב איך אים נישט אנגעטראפן, בין איך אנשטאטס דעם געגאנגען דאווענען אין איינע פון די ישיבות וואו איך האב געלערנט אין ארץ ישראל, גראדע אין בני ברק [כמה גילוים לשש משזר עלינו...], וואו כ'האב אנגעטראפן איינער פון די ראשי ישיבה מיט וועם כ'בין געווען זייער היימיש אלס בחור, און האט נאך מעיד געווען בבחרותי גרויסע זאכן איבער הבה"ח שש משזר ני"ו. ווייניג וואס האט ער געוואוסט אז ברכת צדיק יעשה רושם. זאל ער נאר פרעגן תושבי אתר קאווע שטיבל... געציילטע קיבוץ בחורים האבן נאך געוואוסט נאכצודערציילן עובדות וסיפורי צדיקים משש משזר בבחרותו, וואס זיי האבן מקבל געווען איש מפי איש ביז די כיתה פון שש משזר'ן זעלבסט.


אין נעקסטן קאפיטל: א שבת מיט מו"ר הגה"צ רבי אלימלך בידרמן שליט"א.
דינסטאג יולי 21, 2015 4:34 pm#290669
Re: מסעות ד'שש משזר.
אויב האבן די טיי בלעטלעך געהאט א קדושת שביעית, ווי האסטו עס געמעגט מאבד זיין בידים?
דינסטאג יולי 21, 2015 4:48 pm#290673
איך האב עס נישט מאבד געווען בידים, און ניטאמאל געווארפן אין מיסט וואס קען אפשר אריינגיין אין גדר מאבד בידים, כ'האב עס ס"ה אראפגעווארפן צווישן די ביימעלעך, וואס בעצם ווען איינער האט א שמיטה פרי וואס ער קען נישט נוצן [קליפה וכו'] דארף ער טון דאס זעלביגע.
דינסטאג יולי 21, 2015 5:48 pm#290688
אקעי איך ווייס שוין וועלכע ישיבה האסט געלערנט אלטץ בחור.... איך וועל עס נישט זאגן וועגן גילו :lol:
דינסטאג יולי 21, 2015 6:59 pm#290718
איך האב א געפיל אז אט אט גייט שוין נתגלה ווערן דעם גרויסן גילוי שבגלוי מתוך הגילוים, בפרט יעצט און די ימי הסתרה. און מ'וועט זוכה זיין צו דעם פתאום'דיגע גילוי שבתוך ההסתרה, ווי דער פסוק זאגט, והיה בנסתתר הנקוי כי אז נגלה המגלה מאת הנסתרים וששת עם אבותיך ובשיבתיך ובצאתך: אמן.
מיטוואך יולי 22, 2015 3:33 pm#291011
ליל שב"ק פרשת בה"ב תשע"ה.
א פרייטאג צונאכטס מיט רבי אלימלך בידרמן שליט"א.

כידוע לתושבי בית הקפה, בין איך א שטארקער חסיד [אוי, כ'האב 'טשילס' פון די ווארט חסיד. ניין, 'כ'האלט שטארק'] פון רבי אלימלך בידרמן שליט"א [וואס ווי אויסגעשמועסט במקום אחר, וועל איך אי"ה באשרייבן זיין גרויסן דמות נאכן פארענדיגן דעם אמשינאוון אשכול. און יעצט 'גיי ווייס' ווען דאס וועט זיין...]. בקיצור, איך האב געפרעגט מיין ווייב אויב זי געט מיך רשות צו עסן ביינאכט מיט רבי מיילעך די סעודה, וויבאלד דעמאלס איז דער עיקר הנאה מיטצוהאלטן מיט אים, און בייטאג וועלן מיר עסן צוזאמען. בין כך ובין כך האבן מיר נישט געגעסן ראמאנטישע סעודות אליינס, נאר מיר זענען געגאנגען עסן ביי קרובים, איז ממילא נישט קיין גרויסע נפ"מ צו איך עס אויך מיט מיט זיי צו נישט. למעשה, האט מיר מיין ווייב געגעבן רשות ברוב צדקתה [קלאטשטס אלע: 'הארעי'! ניין, העכער: 'הארעי'!!!]. און כ'קען מעיד זיין אז דאס איז געווען גאר געשמאק פאר מיר.

אנקומענדיג צו זיין הויז, האב איך שוין געטראפן כמנין בחורים פלוס אפאר יונגעלייט זיצן דארטן און ווארטן אויף רבי מיילעך. כ'האב נאך געדענקט פון אלס בחור אז ער דאווענט אין לעלוב און ס'דויערט צייט ביז ער קומט אהיים, און דערווייל קומען בחורים ארויף און גרייטן זיך צו צום סעודה, און כ'האב גארנישט פארדעכטיגט. אבער ווען די זייגער האט זיך אנגעהויבן צו ריקן און ס'איז געווארן שפעט, האב איך זיך נאכגעפרעגט וואס דא גייט פאר, און מ'האט מיר מודיע געווען אז רבי מיילעך איז נישט געשלאפן נארמאל די לעצטע פאר טעג, און ער איז אהיימגעקומען מער טויט ווי לעבעדיג, און ממילא דארף ער זיך אביסל אויסרוען פשוט צו קענען פירן א סעודה. מיר איז דאס נישט געווען קיין חידוש, וויסנדיג אז רבי מיילעך'ס סדר היום באשטייט פון תורה, תפילה, חסידות, חיזוק, דרשות, אויסהערן א צווייטן, אבער איין זאך פארנעמט נישט קיין פלאץ אין זיין סדר היום, און דאס איז – רבי אלימלך בידרמן.

כ'האב באוויזן צו באטראכטן פון פריש זיין הויז, אדורכלערנען גאנצע קטעים פון שם משמואל, און צו האקן שטיקער גמ' תוס' מסכת נדה, אבער רבי מיילעך האט זיך נישט באוויזן. זעענדיג אז ס'איז נישט קיין תכלית, האט זיין זון אנגעהויבן צו זינגען די זמירות ע"פ נוסח רבי מיילעך און דערנאך געבעטן דעם עולם נישט צו ווארטן נאר מאכן אליינס קידוש און אנהייבן די סעודה. נאכן מפציר זיין שש משזר'ן אפאר מאל, האט שש משזר געזאגט אז ער קען נישט מוותר זיין אויפן 'ראש חבורה'ס' פלאם-פייערדיגע קידוש, און אויב מוותר זיין איז ער ענדערש מוותר אויף די חלה און פיש... למעשה נאכן מעכטיגן טועמיה וואס כ'האב אנגעראכטן למען כבודו ית"ש פרייטאג נאכמיטאג, בין איך גאנץ קנאפ הונגעריג געווען, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו...

למעשה איז רבי מיילעך הערשט ארויסגעקומען צום ציבור נאך 11:00 ביינאכט, און היות איך בין אביסל היימיש מיט אים, האב איך מיך געטרויט צו זאגן אז ער זאל איבערזינגען די זמירות, שהרי אינו דומה זה לזה... [למעשה האב איך מיך אסאך געטרויט דארטן. היינטצוטאגס רופן אים די בחורים 'די רבי', און בזמני פלעגט מען אים רופן 'רבי מיילעך' און שפעטער 'ראש החבורה'. די חילוק האט זיך אנגעזען דורכאויס די גאנצע סעודה בנוגע די קשר מיוחד צווישן די ערשטע תלמידים זיינע און די וואס זענען צוגעקומען די לעצטע פאר יאר].

א געווענדליכע שבת עסן ביי אים צווישן א מנין און צוויי מנינים מענטשן, און מ'דארף זיך נישט איינמעלדן פון פריער אז מ'קומט. ס'איז אן 'אפען דאר פאליסי'. די עסן שטעלט מען צו בהרחבה, גרויסע חלות, געפילטע מיט סעלמאן, הערינג און דיפס, און טשאלנט נאכן סעודה כיד המלך פאר ווער ס'איז נאך הונגעריג [נישט קיין אומגעווענדליכע פאסירונג, נאך די לאנגע סעודות שעות לאנג]. חוץ מזה, ווען בחורים און יונגעלייט, זקנים עם נערים, ענדיגן זייער סעודה, קומען אסאך אידן מיטהאלטן דעם סעודה ביי רבי מיילעך, ווען עס קענען זיך אריינקוועטשן צענדליגע מענטשן אויפאמאל, און רבי מיילעך וועט איבערזאגן געוויסע תורות אפאר מאל, ווייל ס'דא פרישע מענטשן וואס ווילן דאס זיכער הערן...


אין קומענדיגן אשכול: די סדר הלילה מיט רבי אלימלך בידרמן שליט"א.