Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • מסעות ד'שש משזר.

קאווע שטיבל • מסעות ד'שש משזר.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8912
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 3:03 pm#300327
samiam האט געשריבן: איך געדענק עס איז געווען א שיינע פארשטעלונג פון די חסידישע לייפסטייל און היסטוריה איז עס נאך קיים?
יא [אויב דו רעדסט פון קליידונג וכדומה].
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 3:20 pm#300330
Re: מסעות ד'שש משזר.
שש משזר האט געשריבן:
samiam האט געשריבן: איך געדענק עס איז געווען א שיינע פארשטעלונג פון די חסידישע לייפסטייל און היסטוריה איז עס נאך קיים?
יא [אויב דו רעדסט פון קליידונג וכדומה].

עס איז אויך געווען אלטע תשמישי קדושה איך מיין נאך פון בעש"ט(אפשר א קרוין פון א ס"ת) וואס עס איז נישט געווען גענוג אז עס איז פארשפארט מיט א שלאס זיי האבן אויך געשטעלט א משגיח תמידי
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:25 pm#300511
איין אפטיילונג איז אלע אפגעטער פון ארץ ישראל, קולטורן פון פרעמדע פעלקער, גאר היסטארישע זאכן. דערנאך גייען זיי אדורך דאס אידישע פאלק, איר היסטאריע וכו'. אין די ביידע פלעצער איז דא פיל מיט כפירה און עבודה זרה. אבער פארשידענע גאר אינטרעסאנטע ידיעות, והכלל בזה: וואס שפעטער די דורות ווערן, אלס קלארער קומט ארויס דאס בילד פון אונזער צוגעוואוינטן רעליגיעזן לעבן, ואכהמ"ל וד"ל.
IMG_0348.JPG
IMG_0348.JPG (81.26 KiB) געזען געווארן 3199 מאל
א בילד פון א אידישע טעמפל [ע"ז], מיטן במה להקריב קרבנות.


IMG_0353.JPG
IMG_0353.JPG (79.49 KiB) געזען געווארן 3199 מאל
די 'קדשי קדשים' פון יענעם טעמפל. חזקיהו המלך האט עוקר געווען דעם ע"ז.


IMG_0355.JPG
IMG_0355.JPG (89.72 KiB) געזען געווארן 3199 מאל

IMG_0356.JPG
IMG_0356.JPG (90.76 KiB) געזען געווארן 3199 מאל

IMG_0357.JPG
IMG_0357.JPG (94.9 KiB) געזען געווארן 3199 מאל
אויסשניצונגען וואס דערציילן רעליגיעזע שלאכטן צווישן פארשידענע סעקטארן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:28 pm#300513
Re: מסעות ד'שש משזר.
איך שטעל מיך פאר אז די ביסט נישט א כהן ווייל יענע פלאץ איז פול מיט ביינער
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:15 pm#300564
Thanks for the absolutely amazing write-up.

Here are my minor comments/questions:

Did you get Transareo through Dans Deals? The way you make it sound it sounds like it’s not a great way to fly with a wife. Dans Deals makes it sound like it’s pretty good. I guess It might be good if you travel with another yingerman. With the wife it’s only good if when the ticket would cost a few hundred dollars more you wouldn’t fly then it obviously makes sense.

It’s funny that you write that the Russian airport is a “shande” against JFK. JFK is a “shande” against most normal airports in the world. I guess it must be really bad.

When you travel to a country that doesn’t speak English, it’s good to download a dictionary or app that can translate from your language to theirs. Like this you can show them the word on your phone.

What do you base it on in history that Russians are not anti-Semites? Recent history with the KGB, Siberia, and kantonisten might suggest otherwise.

It is amazing that in Eretz Yisroel all the chilonim constantly think about religion. Whenever something happens to them, a lot of them start keeping more mitzvahs. In America, that almost never happens by non-frim yiden.

Why did you go on your 1st day to yerishlayim 1st and then to meron and you missed the whole lag baomer? Why didn’t you go straight to meron from the airport?
Is shuk machne yehuda interesting in middle of the week also or only Friday?

What places in galil did you give up so you should be able to stay longer at the moshav hotel?
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:41 pm#300567
מיינע תשובות, אין אידיש.
Big Boy האט געשריבן:Thanks for the absolutely amazing write-up.

Here are my minor comments/questions:

Did you get Transareo through Dans Deals? The way you make it sound it sounds like it’s not a great way to fly with a wife. Dans Deals makes it sound like it’s pretty good. I guess It might be good if you travel with another yingerman. With the wife it’s only good if when the ticket would cost a few hundred dollars more you wouldn’t fly then it obviously makes sense.
גערעכט. כ'האב עס געמאכט אויף Dans Deals, און ס'איז נישט געווען דער בעסטער איבערלעבעניש. ס'איז פארט מעגליך אז כ'וואלט איבערגעמאכט דעם שפיל נאכאמאל, מיט מיין ווייב. והכל לפי מה שהוא איש [אדער בעסער געזאגט: לפי מה שהיא אשה...].

It’s funny that you write that the Russian airport is a “shande” against JFK. JFK is a “shande” against most normal airports in the world. I guess it must be really bad.
ריכטיג, כ'האב נישט גערימט JFK, נאר איבערן צוריקגעשטאנענעם רוסישן עירפארט.

When you travel to a country that doesn’t speak English, it’s good to download a dictionary or app that can translate from your language to theirs. Like this you can show them the word on your phone.

What do you base it on in history that Russians are not anti-Semites? Recent history with the KGB, Siberia, and kantonisten might suggest otherwise.
נישט ריכטיג. אנטיסעמיטן זענען דא איבעראל, אויך אין אמעריקא. דער שאלה איז ווי ווייט אנטיסעמיטיזם האט אפעקטירט דעם חיי יום יום. די אוקריינער זענען שולדיג אין רציחות און פאגראמען, די רוסן נישט. קאנטאניסטן איז געווען א פריוואטע געדאנק פונעם משוגע'נעם צאר וואס האט געוואלט שמד'ן נאך אפאר אידן צום פראוועסלאנישן קריסטליכן רעליגע.

It is amazing that in Eretz Yisroel all the chilonim constantly think about religion. Whenever something happens to them, a lot of them start keeping more mitzvahs. In America, that almost never happens by non-frim yiden.

Why did you go on your 1st day to yerishlayim 1st and then to meron and you missed the whole lag baomer? Why didn’t you go straight to meron from the airport?
כ'האב מיך גראדע מסתפק געווען וואס צו טון, טאקע מחשש הנ"ל, אבער למעשה האבן מיר מחליט געווען אז מ'קומט מיט דריי רענצלעך וויאזוי גיימיר זיך שלעפן קיין מירון? וואו גייען מיר לייגן די פעקלעך? וויאזוי וועלן מיר ארומקריכן דעם געפערליכן טרעפיק אין די געגענט פון מירון? וכו'.

Is shuk machne yehuda interesting in middle of the week also or only Friday?
כ'בין נישט דארטן געווען אינמיטן וואך, אבער ס'דארף צו זיין אינטרעסאנט א גאנצע וואך אויך. כאטש פרייטאג איז דאס אממערסטנס אינטרעסאנט פשוט פאר די היציגקייט ווייל אטאטא קומט שוין שבת, און דער דארף עסן און דער דארף געלט...

What places in galil did you give up so you should be able to stay longer at the moshav hotel?
בניאס, צוק ארבל, הר החרמון, קברי צדיקים, ועוד.
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:13 am#300822
דערנאך גייען זיי אדורך דאס אידישע פאלק, איר היסטאריע וכו'.
IMG_0358.JPG
היסטארישע איינקריצונג אין א שטיין, אין לשה"ק [כ'געדענק שוין נישט פון וואס].


IMG_0359.JPG
גאר היסטארישע איינקריצונג אין מעטאל,
געשאצט צו זיין דער עלטסט געפונענער טעקסט מיט פסוקי התורה אין די וועלט!
און געשאצט צו זיין אומגעפער 2,600 יאר אלט!!!

די טעקסט אינעם קלענערן שטיק מעטאל, ליינט זיך ווי פאלגענד:
"ברוך הוא ליהו-ה העוזר והגוער ברע. יברך יהו-ה ישמרך, יאר יהו-ה פניו אליך וישם לך שלום". [די - האב איך צוגעלייגט].

די טעקסט אינעם גרעסערן שטיק מעטאל, ליינט זיך ווי פאלגענד:
"יהו... גדול שומר הברית והחסד, לאוהביו ושומרי מצותיו... העולם... הברכה מכל פח ומהרע כי בו גואלו, כי יהו-ה משיבנו וצור יברך יהו-ה וישמרך, יאר יהו-ה פניו...".



IMG_0361.JPG
אלטע שיינע אוצרות קעסטלעך. מ'פלעגט אין דעם באהאלטן די ביינער פון די באליבטע [א מנהג וואס מיר טרעפן כסדר אין חז"ל].


IMG_0365.JPG

IMG_0366.JPG
היסטארישע געפונסן, א היסטארישע מוזעאיק פלאר.
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:51 pm#301014
דערנאך גייען זיי אדורך דאס אידישע פאלק, איר היסטאריע וכו'... באזונדער זענען געווען די כלי קודש, ווי ספרי תורה וכתריהן מיט די מענטעלעך, ארון הקודש'ס, מנורה'ס, כוסות, וכו'.
IMG_0367.JPG

IMG_0368.JPG

IMG_0375.JPG

IMG_0376.JPG
פארשידענע היסטארישע אנטיקן, איינקריצונגען, און מעלערייען, פון אידישן קולטור.


מיר זענען ארויס פון דארט, געזען פארשידענע אנדערע אינטרעסאנטע זאכן שא"א לפורטם כי רבים הם.
IMG_0381.JPG
פון אזא ריזן שייטערהויפן טאנצן געוויסע אפריקאנע שבטים ווען זיי ווערן נתבגר, אלס סימן אז זיי זענען שוין גענוג גרויס.
כ'האב אמאל געזען א דאקומענטערי דערוועגן אין נעשיונל ג'יאוגרעפיק.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 4:43 pm#301128
פריעד באטשי האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:@שש משזר דו פלאנסט צו מאכן א פי. די. עף. פון די מסעות ?

@כוכב, @מה הוא.

פאלט מיר יעצט ביי אז מען זאל אריינלייגען די גאנצע מסעות אינעם סוכות אויסגאבע (ווי נישט ווי, סוכות דארף מען דאך עולה רגל זיין ;) ), איך האלט אז דאס וועט זייער אסאך צוגעבן דערצו.
וואס זאגט דערוילעם דערצו? ATUB @שש משזר ATUB , ביסט מסכים דערצו?
ATUB @מה הוא ATUB און ATUB @moshav zekeinim ATUB איז עס נאך מעגליך?

שטייטזעך מיט אלע הערליכע בילדער...
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 4:45 pm#301129
נע, אויף חנוכה נאכן ארויף לייגן אלע הערליכע בילדער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 4:49 pm#301130
געוואלדיג האט געשריבן:נע, אויף חנוכה נאכן ארויף לייגן אלע הערליכע בילדער.

ATUB @געוואלדיג ATUB וואס האט חנוכה מיט בילדער?

נו, איז דער עולם אין דערפאר? ווער יא, א לייק ביטע.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 6:49 pm#301146
המשך באזוך אין מוזיאון ישראל.

מיר זענען געגאנגען ווייטער צו א נייע אפטיילונג, ווי עס האט זיך אנטדעקט פאר אונז אן ערהאבענעם בילד: א איבערגעמאכטע מיני אלטשטאט ירושלים. נישט פון היינט, נאר פון זמן שבית המקדש היה קיים מיטן בית המקדש אין שפיץ. נישט א קליינע מיניטשור פון אפאר פיס, נאר א היבש ריזן איבערגעמאכטע שטאט וואס נעמט אויף די שטח פון אפאר דיינונג-רומ'ס. הערליך שיין. וויפיל מער כ'האב עס באטראכט, אלס מער בין איך אריין אין אונזער היסטאריע פון פאר ארום צוויי טויזנט יאר. אזש כמעט זלגו עיני דמעות ווען נישט דער ציבור אידן וואס זענען דארט געווען. דאס האט זיכער איבערגעלאזט א היסטארישן רושם אויף יעדער וואס האט דאס נאר באטראכט, און אודאי אויף מיר.

IMG_0397.JPG

IMG_0399.JPG

IMG_0400.JPG


מיר זענען ארויס פון דארט, שפאצירט נאך אביסל איבער די מוזעאום,
IMG_0388.JPG

IMG_0389.JPG
מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:43 pm#301335
צוריק קומנדיג פון מוזיאון ישראל, זענען מיר געגאנגען נאכאמאל קיין אלטשטאט, און מיר זענען האבן באזוכט דעם כמו מוזעאום 'בית השרוף' [בית קתרוס]. דאס איז אן אויפגעגראבענע הויז היבש נאנט צום כותל, ווי מען האט געטראפן כלים מיטן נאמען 'קתרוס' - דער משפחה נאמען פון א באוואוסטע פאמיליע בזמן הבית המקדש. אין גמ' פסחים דף נ"ז ע"א, ווערט די משפחה אראפגעברענגט לשמצה. פארשידענע כלים, געלט, און כמדומני אויך א מקוה, האט מען דארט געטראפן. אזוי אויך זענען העלצער וכו' געטראפן געווארן פארברענטערהייט, אלס טרויעריגער עדות צום חורבן ביהמ"ק וירושלים.
IMG_0413.JPG
כלים וואס מ'האט דארטן געטראפן.


IMG_0414.JPG
א מקוה [?] וואס מ'האט דארטן געטראפן.


IMG_0415.JPG
א געפונענע שפיז [אפשר ביים מלחמת הרומיים עם היהודים].


ארויסגייענדיג פון דארט בין איך נאכאמאל אנגעקומען נאנט צום כותל, כאפנדיג בילדער פונעם באקאנטן פלאץ וואו די באסעס שטעלן זיך אפ אויפצונעמען די מענטשן אין שטאט אריין.
IMG_0421.JPG

IMG_0424.JPG
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 6:12 pm#301582
ארויסגייענדיג פון דארט בין איך נאכאמאל אנגעקומען נאנט צום כותל, כאפנדיג בילדער פונעם באקאנטן פלאץ וואו די באסעס שטעלן זיך אפ אויפצונעמען די מענטשן אין שטאט אריין.
IMG_0422.JPG
מ'זעט באזונדער גוט דעם 'מסגד כיפת הסלע', דאס איז דער מקום המקדש.

IMG_0423.JPG
מ'זעט באזונדער גוט דעם 'מסגד אל אקצא' [שוין באשריבן בעבר], מיטן הר הזיתים.

IMG_0278.JPG
הערליך שיינע מזוזה ביי יענעם אריינגאנג צום כותל.

***

אנקומענדיג צום מערת המכפלה - די לעצטע סטאפ אויפן באס - זענען מיר אדורך א קליינע טשעקפוינט פון חיילים, און מיר זענען אריין בתוככי הבנין, וואו אונטער דעם געפונט זיך מקום מנוחתם של שלשה אבות ושלש אמהות. פלוס דעם 'קאפשטיק' עשו'ן. די אלע נעמען אינעווייניג אז 'דא' ליגט דער און 'דא' ליגט יענער, איז בפשטות הוילע בלאף, פשוט פאר דעם אליין אז ס'נישטא קיין שום מסורה אויף דעם, און מ'האט ניטאמאל געקענט אריינגיין אהין הונדערט יאר צוריק. אבער בין כך ובין כך איז דאס א מקום קדוש, ווי כל מקום שאתה עומד שם אדמת קודש הוא.
IMG_0429.JPG
אינדרויסן פון מערת המכפלה.

IMG_0439.JPG
ביים אפיציעלן מקום מנוחה פון יצחק ורבקה. [למעשה קען מען אהין נישט אריינגיין נאר געציילטע מאל א יאר. זייט ברוך גאלדשטיין האט דארט אויסגעשאסן צענדליגע אראבער, איז דאס רוב יאר פארשפארט פאר אידן].
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 3:49 pm#301736
דינסטאג פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר הייבן אן דעם טאג מיט א שפאציר קיין שער יפו. דער וועג האט געדויערט אן איבריגע פאר מינוט, און דאס האט גורם געווען פאר מיין אשת חיל צו ציטערן אז מיר פארן באלד אריין אין אן אראבישן געגענט... [א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט ריכטיג, אבער שפעטער אין טאג. ליינט מיט שפאנונג]. למעשה זענען מיר אנגעקומען צום חומת העיר, וואס איז כידוע א הערליכע זאך צו באטראכטן פאר זיך זעלבסט, מיט די טייטלביימער וואס ליגן דארט איינגעפלאנצט בהרחבה.

IMG_0458.JPG

IMG_0466.JPG

IMG_0465.JPG

IMG_0467.JPG

IMG_0468.JPG
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:53 am#302061
מיר הייבן אן דעם טאג מיט א שפאציר קיין שער יפו. דער וועג האט געדויערט אן איבריגע פאר מינוט, און דאס האט גורם געווען פאר מיין אשת חיל צו ציטערן אז מיר פארן באלד אריין אין אן אראבישן געגענט... [א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט ריכטיג, אבער שפעטער אין טאג. ליינט מיט שפאנונג]. למעשה זענען מיר אנגעקומען צום חומת העיר, וואס איז כידוע א הערליכע זאך צו באטראכטן פאר זיך זעלבסט, מיט די טייטלביימער וואס ליגן דארט איינגעפלאנצט בהרחבה.
IMG_0472.JPG

IMG_0473.JPG



ווייטער זענען מיר געגאנגען צום אזויגערופענעם 'קבר דוד' [וכסיפור הידוע עם האמרי ברוך מסערט והויוא"מ מסאטמאר].

אויפן וועג אהין איז אויך געווען א גרויסע, שיינע, סטאטוע, כלומר'שט פון 'דוד המלך'. כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מענטשן מאכן פסלים פון מענטשן אן קיין שום גרונד, אבער ס'איז געווען א שיינע סטאטוע, כ'האמיך אהינגעשטעלט און געכאפט א בילד, וכן עשו כמה תיירים הנ"ל...

IMG_0476.JPG



ביים ציון זעלבסט, האב איך - על הצד אז דוד ליגט דארט, און נישט עפעס א סרוח פון א שעיך אדער גלח - אויסגעזאגט כמה קאפיטלעך תהלים.
IMG_0480.JPG

IMG_0481.JPG
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:46 pm#302269
דערנאך האבן מיר אנגעהויבן אונזער שפאציר איבער די אלטע געסעלעך פון ירושלים... געסעלעך וואס שרייען היסטאריע, און מ'קען טרעפן אויף אויסלייג פלעצער מימות החשמונאים א.א.וו.
IMG_0487.JPG

IMG_0489.JPG
די הערליכע זיילן וואס האבן זיך געפונען אין 'קארדו' גאס, בתקופת ביהמ"ק.


IMG_0498.JPG
א בילד וואס משל'ט אויס וויאזוי עס האט אויסגעזען דער הויפט גאס - די 'קארדו'.


IMG_0502.JPG

IMG_0503.JPG
געוויסע חלקים פון די שטיינער איז נאך מתקופת החשמונאים, געוויסע אביסל שפעטער.
מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:04 pm#302434
דערנאך האבן מיר אנגעהויבן אונזער שפאציר איבער די אלטע געסעלעך פון ירושלים... געסעלעך וואס שרייען היסטאריע, און מ'קען טרעפן אויף אויסלייג פלעצער מימות החשמונאים א.א.וו.
IMG_0492.JPG
גאר אלטער מוזעאיק פון א מאפע פון אלטשטאט ירושלים (כמדומני מתקופת הרומיים, וכתוב עליו יהודה קאפיטולינא, שם הגנאי של הרומיים על עיה"ק ירושלים).


IMG_0505.JPG
פארנט פון געשעפט וואס פארקויפט הערליך געמאלענע בילדער, פאר הערליך געשוואלענע פרייזן.


IMG_0508.JPG
חלק פונעם אויבנדערמאנטן אור-אלטן 'קארדו' וואנט.


IMG_0509.JPG

IMG_0511.JPG
די שטיינער זענען חלק פונעם אלטן וואנט וואס האט ארומגענומען א חלק ירושלים [מערב זייט], בתקופת חזקיהו המלך.
דאס מיינט אז די וואנט איז אלט איבער 2,600 יאר! די 'ברייטקייט' פונעם חומה איז 'זיבן' מעטער ברייט!
איר קענט זיך נאר פארשטעלן ווי ריזיג מאנסטעריש דער חומה האט אויסגעזען שטייענדיג מיט איר פולן פראכט.

דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:00 pm#302625
מיר זענען אריין אינעם נייעם איבערגעבויעטן ביהמ"ד 'חורבת רבי יהודה החסיד', וואס איר נאמען 'חורבה' איז די גרעסטע סתירה צו איר יעצטיגע שיינקייט. דאס איז מכלומר'שט איבערגעמאכט דאס מערסטע ענדליך צום אלטן שול וואס איז דארטן געשטאנען ביז די אראבער האבן איר אונטערגעצינדן ביים מלחמת השחרור. הערליך שיין צום שטוינען, כ'בין געשטאנען פארגאפט א לענגערע וויילע זיך נישט קענענדיג אפרייסן פונעם שיינעם ביהמ"ד, ובפרט אז ס'איז דארט געווען עפעס א כולל וואס זיצט דארט אפ דורכן טאג און האקן שטיקער בהתמדה רבה, אז ס'איז פשוט געווען א נחת דארט צו בלייבן נאך אפאר מינוט.
IMG_0514.JPG

IMG_0516.JPG

IMG_0517.JPG

IMG_0518.JPG

IMG_0520.JPG
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:10 pm#302627
שש משזר האט געשריבן:
IMG_0492.JPG
IMG_0492.JPG (40.84 KiB) געזען געווארן 2649 מאל


גאר אלטער מוזעאיק פון א מאפע פון אלטשטאט ירושלים (כמדומני מתקופת הרומיים, וכתוב עליו יהודה קאפיטולינא, שם הגנאי של הרומיים על עיה"ק ירושלים).


די אותיות אויפן מאזאאיק זענען גריכיש, נישט רוימיש.
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:59 pm#302634
Re: מסעות ד'שש משזר.
פארוואס "כלומרשט" איבערגעמאכט?
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:59 pm#302646
ווייל די שוהל איז שוין חרוב פאר זעכציג יאר בעפארן איבערבויען, און זיי האבן נישט געקענט נאכמאכן די פונקטליכע רופליקע פונעם אמאליגן חורבה. זיי האבן נאר איבערגעמאכט כמיטב יכולתם וע"פ תמונות וזכרונות מזקני ירושלים.
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:45 am#302665
שש, וואלטסט געמעגט צוצייכענען די מסורה וואס געוויסע האבן אז די חורבה מוז חרוב ווערן אדער האבן מחלוקת.
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:33 am#302683
קודם כל, כ'דארף עפעס איבערלאזן פאר די ליינער אויך, מוסיף צו זיין...
צווייטנס, אזוי זע איך ווער ס'האלט מיט... [נוסח רבי אין חדר. ATUB @געוואלדיג ATUB , דו פארשטייסט דאך גוט די מהלך...].
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 2:26 am#302895
דערנאך זענען מיר געגאנגען צום העכטס אינטרעסאנטן מוזעאום, אדער לאמיר עס ענדערש אנרופן 'ארכיאלאגישע געגנט', מיטן נאמען 'הרובע ההורדיאני'. דאס מיינט: דעם הורדוס פערטל. דהיינו, דאס איז א געגענט אויסגעגראבן אינמיטן אלטשטאט, וואו מען האט געפונען אן א שיעור אינטרעסאנטע היסטארישע געפינסן, פון די תקופה פון נאך הורדוס המלך, דאס הייסט אין די יארן בעפארן חורבן הבית.

אויסגראבנדיג דעם פלאץ, זענען אנטדעקט געווארן גאנצע הייזער, מיט די מקוואות און באדע צימערן, הערליכע מוזעאיק טיילס אויף די ערד, און שיינע רינדעכיגע טויערן. אפילו פארברענטע העלצער פון די חורבן ביהמ"ק וירושלים, האט מען דארטן געפונען. לויט ווי די היסטאריקער האבן איבערגעגעבן, איז דאס געווען מער א בעסערע געגענט פאר רייכערע און עליטע מענטשן. זיי האבן אפילו געמאכט א סקיצע וויאזוי די געגענט האט אויסגעזען, און גלייבטס מיר - אפילו היינט וואלט דאס געווען הערליך שיין. זייט איך בין דארטן געווען לעצטע מאל, איז צוגעקומען פרישע שטיקלעך צום אויסגעגראבענעם געגענט, און כ'האב טאקע געזען אז אפילו היינטצוטאגס האלטן זיי נאך אינמיטן גראבן ווייטער, און ס'געפונען זיך דארטן קאנסטרוקציע ערטער.

IMG_0526.JPG

IMG_0527.JPG

IMG_0530.JPG

IMG_0532.JPG

IMG_0537.JPG
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 7:48 pm#303033
אויסגראבנדיג דעם פלאץ, זענען אנטדעקט געווארן גאנצע הייזער, מיט די מקוואות און באדע צימערן, הערליכע מוזעאיק טיילס אויף די ערד, און שיינע רינדעכיגע טויערן. אפילו פארברענטע העלצער פון די חורבן ביהמ"ק וירושלים, האט מען דארטן געפונען. לויט ווי די היסטאריקער האבן איבערגעגעבן, איז דאס געווען מער א בעסערע געגענט פאר רייכערע און עליטע מענטשן. זיי האבן אפילו געמאכט א סקיצע וויאזוי די געגענט האט אויסגעזען, און גלייבטס מיר - אפילו היינט וואלט דאס געווען הערליך שיין. זייט איך בין דארטן געווען לעצטע מאל, איז צוגעקומען פרישע שטיקלעך צום אויסגעגראבענעם געגענט, און כ'האב טאקע געזען אז אפילו היינטצוטאגס האלטן זיי נאך אינמיטן גראבן ווייטער, און ס'געפונען זיך דארטן קאנסטרוקציע ערטער.
IMG_0543.JPG

IMG_0545.JPG

IMG_0546.JPG

IMG_0548.JPG

IMG_0555.JPG
זונטאג אקטאבער 04, 2015 12:56 am#303240
אויסגראבנדיג דעם פלאץ, זענען אנטדעקט געווארן גאנצע הייזער, מיט די מקוואות און באדע צימערן, הערליכע מוזעאיק טיילס אויף די ערד, און שיינע רינדעכיגע טויערן.
IMG_0556.JPG


דערנאך בין איך געווען נאכאמאל ביים כותל המערבי, זיך אפגעזעגנט פונעם מקום קדוש, און געכאפט אפאר בילדער.
IMG_0560.JPG

IMG_0563.JPG

IMG_0565.JPG


כ'האב פארגעסן אנצומערקן, אז איך בין אויך געפארן מיטן פארהעלטנמעסיג נייער באן סיסטעם אין ירושלים. היות ס'איז געווען אין די וואכן נאך ה' אייר, האט געהאנגען א ריזיגער בליטשקעדיגער 'מגן דוד' לעבן דעם בארימטן 'גשר המיתרים' אין ירושלים. פון וואס כ'האב געכאפט א [אומקלארן] בילד.
IMG_0281.JPG
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 2:19 pm#303410
מיר האבן לאנג פארברענגט דארטן, און ס'שוין געווארן שפעט. מיר זענען שנעל געגאנגען קיין הר הזיתים אריינכאפן א טראפעלע קברי צדיקים אונטן פונעם בארג. מיר זענען געווען ביי קבר זכריה, און ביים 'מקום קבורתו שנעלמה' פון ר' משה'לע לעלובער, ביים מאנומענט 'יד אבשלום', אביסל ארויפציר ביים אור החיים הק', און דער פרי חדש, ועוד כמה צדיקים.
IMG_0568.JPG
הר הזיתים, פונדערווייטענס.


IMG_0569.JPG
אין צענטער, קבר זכרי' הנביא.


IMG_0570.JPG
דער מאנומענט, יד אבשלום.


IMG_0575.JPG
ציון הפרי חדש.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:32 pm#303612
מיטוואך פרשת בה"ב תשע"ה.
און היידא, געגאנגען קיין 'אליפלט', א מושב ארום 15-20 מינוט אוועק פון צפת, און דאס זעלביגע פון מירון. אין דער מושב איז דא א בית הכנסת וואו כ'האב ניטאמאל אריינגעטרעטן, און אסאך אנדערע זאכן וואס צייכענען אפ א מושב אלס 'מושב'. קיען און שעפעלעך, שטאלן, און... 'צימרים' - דאס הייסט 'צימערן' וואס מ'קען זיך אויסדינגען פאר א טאג, וואך, וכו'. געווענטליך איז עס געשמאק צוליב איר באשיידנקייט, וואס געבט א געוויסע ראמאנטישע פילינג צו זיך. איך בין געגאנגען צו גאר א געשמאקע פלאץ, הנקרא בשם 'אחוזת ראול', וואו מיר זענען איינגעשטאנען פאר צוויי טעג, פארן פארהעלטנמעסיג ביליגן פרייז פון 500 שקל א נאכט.

די קינג סייז בעט, די מעכטיגע ראמאנטישע דזשעקוזי, די הערליכע צימערן וואו אלעס איז באדעקט מיט האלץ און געבט אזא בא'טעמ'טע אטמאספערע, [די ריזיגע TV - פאר וועם ס'רעדט...], איז שוין געווען איבער גענוג פאר דעם פרייז. אבער בנוסף לזה איז אינדרויסן דא נאך פכים קטנים, פון שיינע שבילים צווישן בלומען און הערליכע ביימעלעך, סווינגס פאר קאפעלס, ביז א סווימינג פול פאר עלטערע [אביסל אפן. אבער אויב איז קיינער אנדערש נישטא אין די אחוזה, קען מען האקן א לעבן במלוא מובן המלה], און א 'העמאק' צו קענען ליגן אינדרויסן כאפנדיג א פריש ווינטל אונטערן איינדרוק פונעם הערליכן פאנעראמע וואס באווייזט זיך דא פון אלע ריכטונגען. מיר האבן געהאט מזל אז פונקט האט קיין איינער אנדערש נישט געהאט א דירה'לע ווען אונז זענען דארט געווען, אזוי אז ס'איז געווען גאר פריוואט עם כל המשתמע מזה.

IMG_0625.JPG

IMG_0611.JPG

IMG_0610.JPG

IMG_0604.JPG

IMG_0676.JPG
זונטאג אקטאבער 11, 2015 2:40 pm#303860
אבער בנוסף לזה איז אינדרויסן דא נאך פכים קטנים, פון שיינע שבילים צווישן בלומען און הערליכע ביימעלעך, סווינגס פאר קאפעלס, ביז א סווימינג פול פאר עלטערע [אביסל אפן. אבער אויב איז קיינער אנדערש נישטא אין די אחוזה, קען מען האקן א לעבן במלוא מובן המלה], און א 'העמאק' צו קענען ליגן אינדרויסן כאפנדיג א פריש ווינטל אונטערן איינדרוק פונעם הערליכן פאנעראמע וואס באווייזט זיך דא פון אלע ריכטונגען. מיר האבן געהאט מזל אז פונקט האט קיין איינער אנדערש נישט געהאט א דירה'לע ווען אונז זענען דארט געווען, אזוי אז ס'איז געווען גאר פריוואט עם כל המשתמע מזה.
IMG_0618.JPG

IMG_0605.JPG

IMG_0613.JPG

IMG_0612.JPG

IMG_0675.JPG
זונטאג אקטאבער 11, 2015 4:07 pm#303864
אין א צייט ווען אלע בילדער וואס קומען פון אונזער הייליג לאנד זענען ליידער פארשמירט מיט אידיש בלוט, איז אזעלעכע בילדער זייער דערפרישנד.
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:57 pm#304090
דאנערשטאג פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר זענען אויפגעשטאנען היבש שפעט נאך א קנאקעדיגע נאכט [עי' פרק הקודם]. איך האב שנעל אנגערופן דעם נהג וואס איך האב נעכטן גענוצט - מר. בר ששת, און מיר זענען ארויסגעפארן פון אליפלט גייענדיג קיין בית החיים ד'צפת. ווי איר פארשטייט אליין, האב איך געדארפט נוצן א מקוה... דערפאר זענען מיר ארויסגעשטיגן אויבן פונעם בארג פונעם בית החיים, וואו דער 'מקוה האר"י' געפונט זיך. נאך א זאפטיגע פאר טבילות - וואס זענען אגב נישט געווען צו קאלט [אבער גענוג קאלט אז דר'עולם האט באוואונדערט מיין גבורה פון כאפן א שיינע פאר טבילות נאכאנאנד...], זענען מיר אראפ דעם בארג ביז אונטן, און דערנאך אנגעהויבן צוביסלעך ארויפקלעטערן דעם בארג דורכגייענדיג מקום קבורתם פון א ים מיט גדולי ישראל וואס ליגן דארטן באגראבן.

א חוץ פון די אפיציעלע נעמען, ווי דער אריז"ל וגוריו, די חסיד'ישע רבי'ס, האב איך פרובירט צו גיין צו מאדנע פלעצער, א שטייגער ווי מקום מנוחת הצדיק הנסתר [ולגירסא אחרת: המשוג...] הרב אברהם פיש, וואס איז געווען זייער אן אינטרעסאנטער טיפ מענטש ואכמ"ל. אן נעמען א שטעלונג אין זיין פערזענליכקייט, האב איך געזאגט א קאפיטל תהלים ביי זיין ציון זיכער מאכנדיג אז כ'האב א בילד דערפון... [לעצטענס איז געווארן א מצב פון זיין ציון]. ביים ציון פונעם אריז"ל זענען געווען א מאסע חסידים, און שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז דער בוהוש'ער רבי [א שטארקער עובד ה', א חידוש אין רוזשינער הויף. אזוי אויך א קנאי, א צווייטער חידוש אין רוזשינער הויף...] איז דארטן געווען מיט אן עולם חסידים.

IMG_0637.JPG

IMG_0639.JPG

IMG_0640.JPG
בילדער געכאפט אונטן פונעם בית החיים. שיינע פאנעראמע.


IMG_0638.JPG
שיינער בילד פונעם שטח בית החיים, און די שטאט 'צפת' העכער דעם.


IMG_0642.JPG
ביים אנקומען צום מקום קבורת האריז"ל ושאר מקובלים.
דינסטאג אקטאבער 13, 2015 4:11 pm#304291
נאכן ארומגיין אין בית החיים האבן מיר אנגעהויבן א געשמאקע שפאציר... אין די געסלעך פון אלטשטאט צפת, באזוכנדיג אלטע בתי מדרשים [וואס רוב זענען געווען פארשלאסן דורכן טאג], און ווייזנדיג דעם אשת חיל וואו כ'בין איינגעשטאנען אלס בחור מיט מיינע חברים, אויף א שבת...
IMG_0655.JPG
ביהמ"ד הישן קאסוב בצפת.


א מזל האבן מיר געהאט, אז די בית הכנסת אבוהב - וואס לפי המסורה איז דארטן אנגעקומען דעם ספר תורה פון רבי יצחק אבוהב מגולי ספרד, און אסאך מעשי ניסים זענען מקושר מיט דעם - איז געווען אפן, און פאר א גוטע סיבה: דארטן איז פארגעקומען א בר מצוה פאר אן איזרעאלי. אויסגעזען האט ער ווי א פרייער, און דאס איז געווען דער שיינקייט פונעם בר מצוה מסיבה, צו זען וויאזוי אפילו די פרייע זענען חוגג דעם בר מצוה מיט אזא שמחה. און דער שטאלץ וואס דער חתן הבר מצוה האט געהאט מיט זיינע תפילין [וואס כ'ווייס נישט ווי אפט ער גייט דאס לייגן], וכל המסתעף. ס'איז געווען אן אינטרעסאנטער איבערלעבעניש, טראץ דעם ציפ אין הארץ פון נאך אן אידיש קינד וואס איז בגדר 'תינוק שנשבה', וואס ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו, ואעפ"כ טוליעט נאך דאס אידישער פונק זיך פרייענדיג מיט א סימבאל פונעם פרומען אידנטום.
IMG_0646.JPG

IMG_0647.JPG

IMG_0650.JPG


נאכן זיך ארומשלעפן רוב טאג, זענען מיר געווארן גוט הונגעריג. זוכנדיג א גוטן פליישיגן רעסטאראנט - נאכן נישט פארזוכן קיין פליישיגן מאלצייט שוין איבער א וואך, ווי אויבנדערמאנט - זענען מיר אנגעקומען צו א גוט-רעקאמענדירט רעסטאראנט בשם 'מענדי'ס', וואו מיר האבן געפראסן ווי קיינמאל בעפאר... פארגיטיגונג פארן דורכפאל די לעצטע וואך צייט. נאכן האקן א צוויי בילקעס פער פערזאן, צוויי 'דיפ'ס' פער פערזאן, א זופ, א פלעשל ביר, און א ריזן מעין קורס - וואו אונזערע בני מעיים האבן איבערמינדליך געארבעט ביטער שווער נאכצוקומען אונזערע פארלאנגען, אזש ביזן סטראשן מיט א סטרייק - האבן מיר געצאלט א קנאפע צוואנציג טאלער פער מענטש. ס'איז ווערט געווען יעדע פרוטה עד הפרוטה האחרונה, און דאס עסן האט געהאט א טעם מעין עולם הבא... זעט אויס אז גאט האט אונז פארגינט צו ענדיגן מיט א גוטן טעם אין מויל... און איך רעקאמענדיר דעם רעסטאראנט לכל שוחרי ומבקשי האמת במידי דמיזן.
IMG_0661.JPG
מיטוואך אקטאבער 14, 2015 4:13 pm#304476
אן אינטרעסאנטן אנקעדאט האב איך פארגעסן צו צוצייכענען, אז דארט אין אחוזה האב איך געגעסן פרישטאג מיט משזר'טע, און צוויי קעצלעך האבן אונז באטראכט מיט אזעלכע בעטענדיגע בליקן, זיי האבן אויסגעזען זייער הונגעריג... כ'האב גענומען די ביסל איבערגעבליבענע מילך, אריינגעגאסן אין א גלעזל וואס זיי האבן געקענט צוקומען דערצו, און כ'האב עס אראפגעלייגט אויפן ערד. די קעץ האבן זיך ממש מחיה געווען דערמיט, און כ'האב אנגעפילט די גלעזל דריי מאל און זיי האבן געטרינקן מיט דארשט. 'להשקות צמאי חסדיך'...
IMG_0665.JPG

IMG_0666.JPG

IMG_0667.JPG


א לעצטע בליק אויפן אחוזה וואו מיר זענען איינגעשטאנען:
IMG_0674.JPG


***

מוצש"ק פרשת בה"ב תשע"ה.
אויפן עראפלאן האבן מיר באקומען מער מענטשליכע עסן ווי אויפן וועג קומענדיג, וויבאלד פון ארץ ישראל האט מען געגעבן עסן מיטן הכשר פונעם 'עדה החרדית'. דערנאך האבן מיר געמאכט א פרישע סטאפ אין רוסלאנד, און דאסמאל האבן מיר שוין גלייך געוואוסט וואו צו קויפן וואסער: אין 'שאקאלניצע'... [עי' בתחילת האשכול], און אזוי אויך האבן מיר געהאט ברייט מנין, ווען ערעב שש משזר דאווענט שחרית פארן עמוד...

IMG_0682.JPG


אנקומענדיג אהיים בין איך שנעל צוגעלאפן צום קאמפיוטער, אויסגעהונגערט צו הערן וואס טוט זיך אין 'קאווע שטיבל', וזה מה שמצאתי...



תם ונשלם,
את אשר חנני בורא העולם,
שהיה לי לעזר,
ב"מסעות ד'שש משזר".
מיטוואך אקטאבער 14, 2015 4:18 pm#304479
סוף דבר:


באמת איז עס געווען אסאך ווילדער

מער גערודער און מער געפילדער

אבער מ'קען מיך זען אויף יענע בילדער

דערפאר זעט אלעס אויס מילדער

אבער דברים כהווייתן איך שילדער...
מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:21 pm#304525
Re: מסעות ד'שש משזר.
שש, א ריזן דאנק נאכאמאל, וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א שיינע פידיעף דערפון און עס לייגן אלס א ספעציעלע ביילאגע אינעם קומענדיגן קאווע שטיבל מאגאזין
מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:35 pm#304527
הרב שש משזר א גרויסן שכח פאר אלע דיינו אשכולות ספעציעל די אשכול וואס עס קען זיין נוגע למעשה אסאך.
אויב איך מעג פרעגן פון בר ששת און ארום איז נישט דא קיין בילדער?
נ. ב. איך וויל וויסן פארוואס איז די לייק קנעפל אנפאנג פון די תגובה איך לייק א תגובה לויט די אינהאלט און נישט ווער עס האט עס געשריבן אויב אזוי דארף די לייק זיין אינטען נאך די תגובה, פארוואס זאג איך עס ווייל אסאך מאל נאכן ליינען ר שש'ס תגובה וואס איז גווענדליך רייך אין לאנג דארף איך ארויף סקרוילן ביזן אנפאנג די תגובה אין געבן א לייק, און אויב איך ליין א פאר תגובות אויף אמאל איז נאך א גרעסערע פראבלעם..
מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:40 pm#304529
Re: מסעות ד'שש משזר.
האסט דא געגעבן אסאך לידס … כדארף עס נאך צוזאמשטעלן …
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:21 am#304564
chosen people האט געשריבן:הרב שש משזר א גרויסן שכח פאר אלע דיינו אשכולות ספעציעל די אשכול וואס עס קען זיין נוגע למעשה אסאך.
אויב איך מעג פרעגן פון בר ששת און ארום איז נישט דא קיין בילדער?

שוין געשריבן, אז כ'האב פארגעסן צו נעמען א בילד צוזאמען מיט בר ששת, און כ'האב מיך געשעמט צו נעמען בילדער ביי אים אינדערהיים.
ווייטער אין בני ברק בין איך נישט עכט 'ארומגעגאנגען', און ס'נישטא קיין אינטרעסאנטע בילדער אן מיר.

כ'האף אז דער עולם האט טאקע הנאה געהאט פון די 'מסעות'. און ייש"כ פאר אלע וואס האבן זיך אנגערופן דורכאויס'ן מסע, מיט תגובות ולייקים, אזוי אז ס'האט מיר געשטופט צו שרייבן ווייטער.


אבי גערעדט האט געשריבן:שש, א ריזן דאנק נאכאמאל, וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א שיינע פידיעף דערפון און עס לייגן אלס א ספעציעלע ביילאגע אינעם קומענדיגן קאווע שטיבל מאגאזין

איך קען זיך אונטערנעמען צו מאכן א פי. די. עף. פון די מסעות, אבער די בילדער קען איך דערווייל נישט ארלעדיגן אז ס'זאל גיין אין ריכטיגן פלאץ. אויב איינער איז אינטרעסירט צו טון עפעס מער דערוועגן, אדרבה ואדרבה!
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:12 am#304589
וואס די האסט אזוי אויסגעשריבן וועגען האקן א לעבן איין נאכט, און דארפן גיין אין מקוה שפעטער פעלט נישט אויס צו דריקן אין א אויסגאבע וואס מיינע בחורים קון קינדער ליינען.
אגב, וואו האסטו געדאוונעט שחרית יענע טאג, פאר'ן מקוה אדער נאכ'ן מקוה? די האסט נישט געציטערט ארויצוגיין אויף דעם הייליגען בארג פאר א מקוה? ס'איז דאך דא שארפע זאכן פון אר"י אויף דעם?
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:21 pm#304632
אקעי, לאמיך דיך מסביר זיין.

קודם כל, מוזט דאס נישט געבן פאר דיינע קינדער צו ליינען.
צווייטנס, מ'קען דאס מגיה זיין [סייווי וואלט מען עס געדארפט מגיה זיין].
דריטנס, האסט נישט גוט געליינט. כ'האב געשריבן אז איידער כ'בין ארויף די בארג בין איך געגאנגען אין מקוה.
מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:57 pm#305517
בעטער לעיט דען נעווער, כ'בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ענדיגן דעם רייכן הערליכן אשכול וועלכע איז איבערגעשטיגן אלע מיינע ערווארטונגען! איך בין מלא רגש נאכן זעהן די פענאמענאלע בילדער פון אונזער הייליג לאנד, מיט די ווייסע ציגל און די הערליכע טייטלביימער, אויך האט מיר באנומען די בילדער פון די מילך פאר די קעצלעך, וואס כידוע די ארץ ישראלדיגע קעצלעך פארכטן זיך גאר ווייניג פאר מענטשן, זיי זענען תובע בפה ווען זיי זעען א גוט שטיקל מאכל, סאברישע שנארערס, וכמ"ש כאן.

שש, איך ווייס נישט ווי אזוי דיר צו באדאנקען, דו האסט מיר גענומען אויף א פרי רייד, א הערליכע נסיעה קיין ארץ ישראל, איך האב זיך ממש געשפירט דארטן לייוו, איך האב מאמענטאל פארגעסן פון מיין טאג-טעגליכע סטרעסס, איך האב געהאט א ווירטואלע טריפ וואס האט זיך געלוינט.

זאלן מיר זוכה זיין, כאשר זכית לסדר את הנסיעה, כן נזכה לעשותו, פדויים לציון ברנה אמן!
זונטאג דעצעמבער 06, 2015 3:07 am#311387
נאך א היבש-לאנגע ארבעט, האב איך באוויזן צאמצושטעלן די גאנצע 'מסעות ד'שש משזר', מיט אירע פילע קאפיטלען, [לעת עתה, אן קיין בילדער], אין איין גרויסן פי. די. עף. [30 בלעטער!].

להנאת הציבור:
זונטאג דעצעמבער 06, 2015 3:11 am#311388
שש משזר האט געשריבן:נאך א היבש-לאנגע ארבעט, האב איך באוויזן צאמצושטעלן די גאנצע 'מסעות ד'שש משזר', מיט אירע פילע קאפיטלען, [לעת עתה, אן קיין בילדער], אין איין גרויסן פי. די. עף. [30 בלעטער!].

להנאת הציבור:

יישר כח פאר דיין ארבעט היינט נאכט צוזאמען שטעלען די אלע pdf's ,אין עליך שש משזר !
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 10:43 pm#318456
שש משזר האט געשריבן:זונטאג פרשת בה"ב.


אויב דאס אלס איז נאכנישט גענוג געווען, זענען מיר נאכדעם געגאנגען אויפן זעלבן וועג וואס - ווי חוקרים טענה'ן - אונזערע עלטערן זענען געגאנגען מיט זייערע קרבנות צום בית המקדש!!! אההה, די הרגשים זענען נישט מעגליך איבערצוגעבן! ס'האט טאקע גע'סרח'עט, אבער די ידיעה אין וואספארא וועג מיר פלאסטערן אונזערע טריט, האט אונז אימיונד פון יעדן שמעק און יעדן בערגל. ס'איז א וועג פון ארום 20-30 מינוט, און מען קען עט-עני-טיים מאכן א יו-טורן און צוריקגיין צום אנהייב פונקט פון עיר דוד.



נעקסטע קאפיטל: בית השרוף [בית קתרוס], מנהרות הכותל.


How did you know which way is the path that they walked? Are there signs for this? Is it safe to walk now?
דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:47 pm#319108
די תשובה אויף ביידע איז 'יא'.

אגב, כ'קען שוין שרייבן א פרישע 'מסעות ד'שש משזר'...
כ'בין נעכטן צוריקגעקומען פון ארץ ישראל.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:21 pm#319111
Re: מסעות ד'שש משזר.
שש משזר האט געשריבן:די תשובה אויף ביידע איז 'יא'.

אגב, כ'קען שוין שרייבן א פרישע 'מסעות ד'שש משזר'...
כ'בין נעכטן צוריקגעקומען פון ארץ ישראל.

ברוך הבא
Welcome back
דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:25 pm#319112
Re: מסעות ד'שש משזר.
Welcome back we missed you. Please start writing ASAP.
דינסטאג אפריל 26, 2016 3:45 pm#330686
יעלה ויבא האט געשריבן:Please start writing ASAP.


PLEASE
זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:44 am#344730
יעצט דורך געליינט, wow ס'בענקט זיך! אונזער הייליג לאנד, ש'כח @שש משזר! הערליך שיין..