Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • מסעות ד'שש משזר.

קאווע שטיבל • מסעות ד'שש משזר.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8912
דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:22 pm#291335
די פלאם פייער ביים סעודה פון רבי אלימלך בידרמן שליט"א.

אויב אינעם אמשינאוון אשכול האב איך אראפגעברענגט כמה פעמים רבי מנחם'ל אמשינאווער'ס ווארט, פארוואס מ'שרייבט נישט אראפ די אמשינאווע תורות, 'ווייל די ברען פונעם ווארט קען מען נישט אראפשרייבן, און די ווארט אנעם ברען איז נישט ווערט אראפצושרייבן', איז דא ביים באשרייבן א סעודה מיט רבי אלימלך די נקודה סאך שטערקער, וויבאלד דער עיקר ממש איז דער 'אופן', דער התלהבות, דער פייערדיגע עבודה, וואס האט עפעס אן אבנארמאלער מיזוג מיט פריינטליכקייט מיט יעדן איינעם. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך בקיצור באצייכענען די נקודות.

די קידוש וואס ווערט געזאגט בקול חוצב להבות אש, נאכן מודיע זיין יעדעס מאל פון פריש אז די זמן פון קידוש איז ספעציעל מסוגל לתשובה, וויבאלד מ'זאגט דאך יעצט עדות אויפן בריאה און מ'דארף זיין כשר לעדות, גיסט אויס גענוג וויין פון בעכער אז מ'זאל דאס פון פריש אנפילן בעפארן אויסטרינקען דעם כוס. ווייטער וועט ער שמועסן מיטן עולם ווי נאנטע פריינט, זיך וויצלען איבער די 'שמועות טובות' [-הערינג], און גלייך נאכדעם אריינווארפן א שטעכעדיג ווארט איבער די פיש וואס האבן נישט פוגם געווען ברותחין, ולכן ניצלו במבול, און דערפאר ווערן צדיקים מגולגל אין פיש, און די נקודה איז קלאר [ככללא דמילתא, וועט ער מיינען די נקודה וואס מ'קען עפלייען צו זיך, און נישט סתם 'חסיד'ישע תורה'].

די כל מקדש אויפן קארלינער נוסח מיטן לעלוב'ן קנייטש, ווען ס'טוט זיך דער באקאנטער קאכעניש ביי 'טהורים יירשוה', וואס זייט ס'דא א ריזן עולם ביי אים האט ער מער ווייניגער אויפגעהערט דערמיט. די מנוחה ושמחה מיט איר קאך, און די דברי תורה וואס פליסן כמעיין הנובע, זייענדיג כהיום דער גרעסטער מגיד אויפן וועלט, וואס די מערסטע מענטשן אויפן וועלט לערנען און הערן זיינע דרשות ושיעורים [צווישן 5,000-10,000 יעדן וואך].

און דאס אלס איז נאר א מעין הקדמה צום פייערדיגן 'קה ריבון' וואס מ'זינגט אין תולדות אהרן ומקורו בבלאזשוב, ווען מ'זעט קליפ אין קלאר נישט נאר זיינע געגועים צום 'מלכא מלך מלכיא', נאר אויך זיינע בכיות מאין הפוגות, אויפן צופלאמטן געזיכט, ווען די אויגן דרייען זיך איבער צום ווייסל, ביי 'פרוק ית ענך מפום אריותא' וכו'. די קאכעניש ביים קה ריבון איז אזא שם דבר, אז ווען איך וויל זיך דערמאנען פון א דביקות'דיגע מאמענט, איז דאס ביי מיר בלי שום ספק דער צורה פון רבי אלימלך ביים 'קה ריבון'. ביי למקדשך תוב וועט ער אויסשרייען אז דער באשעפער בעט זיך ביי אונז אויך 'למקדשך תוב', מיינענדיג דעם פריוואטן מקדש מעט שבלב כל אחד ואחד.

ווייטער זינגט מען 'צור משלו', וואו ער איז אויך פאר'דביקות'ט, און קען איבערזאגן מיט אזא צובראכנקייט אז ס'צוברעכט יעדנס הערצער, אזעלכע שטיקלעך ווי 'מי זה יצטדק וכו' אמת כי לא יצדק לפניך כל חי', צו 'ואיככה ישוב הבשר החי'... ווייטער וועט מען זינגען די 5 ניגונים אויף 'מגן אבות', די סלאנימע, קארלינע, לעלובע, פוילישע, וכו', ווען ביי יעדע איינס איז דער הויכפונקט 'לפניו נעבוד ביראה ופחד', פארשטייט זיך נאכן וויסן אז רבי משה מרדכי לעלובער פלעגט ביי די ווערטער אריינפאלן אין אזא התלהבות, אז ער פלעגט צוריק'סווינג'ען מיטן בענקל אויף צוריקצואוועגס, און די גבאים פלעגן דאס צוריקריקן...

ביני לביני ווארפט ער כסדר זיקוקין דנורא מיט פייערדיגע דיבורים וסיפורים, און ווארפט כסדר בליקן צו דער וואס דארף דאס ביי יענעם ארט... ער קען זיך נעמען אויספרעגן איינעם שטילערהייט וואו ער האלט אויפן וועלט, און ער קען מחזק זיין און מכבד זיין אן אפגעריסענער נשמה, כדי אים ארויפצוברענגען על דרך המלך. טאקע איינער פון די גרעסטע פליאות ביי רבי מיילעך'ן איז וויאזוי אין זיין פריוואטן לעבן איז לבו כלב הארי, פאדערנדיג און מאנענדיג כסדר נאכאנאנד, און אין חיי הכלל איז לבו לב רחום כרחם אב על בנים, זייענדיג מחזק כסדר, און ווערנדיג צופיצלט אויף שברי שברים פון א צווייטענס צרה. אבער כדי דאס מפענח צו זיין, וועל'מיר דארפן ווארטן פארן אשכול המיוחד להסיר הלוט מעל דמותו של האדם הגדול בענקים, רבי אלימלך בידרמן שליט"א.

ווען מ'האט געענדיגט דעם סעודה, בין איך אהיים צו מיין אכסניא א האלבע שעה אוועק, שפאצירנדיג מיט איינער פון די בחורים דארטן וואס האט מיר דערציילט אביסל 'ביהיינד די סיענס' [ער איז א שטיקל גבאי'לע דארטן], און ביז וואו-וואס-ווען 'אמרו לנו הציפורים: רבותינו הגיע זמן ק"ש של שחרית'. און נאכן ליינען ק"ש בין איך געגאנגען כאפן א תנומה קלה. הפנים, כ'האב נישט געדארפט רעדן מיט א גוי כדי צו בלייבן אויף ביז נאך חצות ליל שבת...


אין קומענדיגן קאפיטל: יום שב"ק פרשת בה"ב תשע"ה.
פרייטאג יולי 24, 2015 12:14 am#291480
יום שב"ק פרשת בה"ב תשע"ה.

היות די סעודה של שחרית בין איך געגאנגען עסן ביי קרובים וואס זענען וויזניצע חסידים, וואס כמובן דאווענען אין וויזניץ ביי רבי ישראל'טשע שליט"א, האב איך אויך מיטגעדאווענט מיטן גרויסן מנין וואס הייבט זיך אן ארום 10:00 און ענדיגט זיך ארום 1:00 אזייגער. די פולע, בעסער געזאגט: איבערגעפילטע, ביהמ"ד, האט מיך געמאכט טראכטן אז נאך א מזל אז ס'דא צוויי רבי'ס, ווייל וויאזוי קען יעדער אריינ'פיטן אין די זעלבע ביהמ"ד...

למעשה האט רבי ישראל'טשע געדאווענט פארן עמוד און אראפגעלייגט א דאווענען מיט זיין הויכן קול חוצב להבות אש, און כאטש די 'וועיוועריי' איז זרה לרוחי אף לנשמתי, איז אבער געווען זייער געשמאק צו זען די הונדערטער [אדער טויזענטער] אידן דאווענען צוזאמען מיט א קאך אויפן וויזניצן נוסח.

היות כ'בין נישט געוואוינט צו אזעלכע לאנגע תפילות, האב איך באוויזן צו לערנען צוויי פון די דריי שעה'איגע דאווענען, און ביי קריאת התורה בין איך ארויסגעלאפן דאווענען אין א שנעלע מנין וואס קומט פאר אינעם 'ביודא' בנין [ביוד"א איז ר"ת, ב'ית י'שראל וד'משק א'ליעזר, אזוי ווערט אנגערופן די וויזניצע ישיבה על שם דער אהבת ישראל ובנו הדמשק אליעזר וואס האט איבערגעפלאנצט דאס וויזניצע חסידות אין ארץ ישראל (און נישט ווי דער עולם מיינט אז דער אמרי חיים האט דאס מייסד געווען אין ארץ ישראל. סך הכל איז דער דמשק אליעזר אוועק גענוג שנעל, און האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, אזוי אז ס'איז קיינמאל נישט געווארן אנגעשטרענגט צווישן די ברידער)]. און דערנאך בין איך געגאנגען עסן די סעודה ביי מיין קרוב, א וויזניצער חסיד און איש יקר ומכובד.

מיטהאלטנדיג א וויזניצע סעודה, א פעקל וועעווערייען פלוס תורות משולב עם גימטריאות כמנהג בית וויזניץ, איז געווען גאנץ אינטרעסאנט צו זען וויאזוי די עסן איז געפארן טשיק-טשאק, און דער עיקר איז געווען די תורות אדער אפילו לומד'ישע נקודות וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן נאכן ליגן דערין א וואך.

ולפלא היה בעיני, אז יענער האט שוין חתונה געמאכט אפאר קינדער, און יעדער וואס וואוינט אויך אין בני ברק איז געקומען עסן ביים טאטן, אפגעזען וויפיל פיצלעך זיי אליינס האבן שוין געהאט. זעט אויס אז די סיבה איז, פשוט צו שפארן אפאר גרייצער. בין כך ובין כך, האבן זיי אלע צוגעלייגט זייערע פאר גרייצער אין לערנען, ונהניתי מאוד צו טרעפן חסיד'ישע יונגעלייט, וויזניצע יונגעלייט, וואס קענען אויך לומדות [ ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB , דו הערסט?...].

נאכן סעודה בין איך ווייטער געגאנגען צום סעודה פון רבי אלימלך בידרמן, אבער נישט איידער'ן זיך געזעגענען פון די קרובי המשפחה, ווען פונעם אלמנה בת רבי זלמן בריזל זצ"ל [הנ"ל], האב איך געהערט אפאר אינטרעסאנטע מעשיות איבער איר גרויסער פאטער. לאמיך אייך דערציילן אפאר מעשה'לעך:


אין קומענדיגן קאפיטל: סיפורי הוד על הגה"צ החסיד המופלא רבי זלמן בריזל זצ"ל.
פרייטאג יולי 24, 2015 6:51 am#291511
Re: מסעות ד'שש משזר.
מ'זעט פון דעם קלאר אז ווען מ'וואוינט אין בני ברק, קען אפילו א וויזהניצער חסיד אמאל זאגען עפעס א למדות. אלס מכחו של אותו זקן!
פרייטאג יולי 24, 2015 2:33 pm#291592
אינטרעסאנטע מעשיות וסיפורים על רבי זלמן בריזל זצ"ל, ממקור ראשון:

א] כידוע איז סאטמארער רב געווען אין ארץ ישראל גלייך נאכן צווייטן וועלט מלחמה, וואו די סלאנימע און קארלינע זענען געווען שטארק אדוק אין אים – על אף די געווענליכע ריחוק פון די ליטווישע סארט חסידות'ן וואס זענען דעם היפוך הגמור פון די אונגערישע סיגוטע סטיל חסידות'ן. גראדע זענען זיי שוין געווען נאנט מיט אים זייט תרצ"ג ביים באוואוסטן באזוך פון סאטמארער רב אין ארץ ישראל. הכלל, רבי זלמן בריזל איז אויך נאנט געווארן מיט סאטמארער רב, און סאטמארער רב האט אים געבעטן אביסל עוסק צו זיין אין די 'ילדי טהרן' אדער עפעס אזוי. היות דאס איז געווען אנגעוויזן אויף ריזיגע סכומים געלט, האט סאטמארער רב אים געזאגט אז פאר די געלט וועט ער זיך שוין זארגן, און אויף דערווייל זאל רבי זלמן בארגן געלט פון אנדערע.

למעשה איז סאטמארער רב אנגעקומען קיין אמעריקע, און רבי זלמן בריזל איז פונקט געווען אין אמעריקע און האט אים געבעטן צו באצאלן די ריזן סכום געלט, ווי אפגעשמועסט. סאטמארער רב האט אים געזאגט, אז לדאבון לבו האט ער יעצט נישט קיין געלט צו באצאלן, אבער לכשירחיב וועט ער אים אי"ה אפצאלן דעם גאנצן חוב. רבי זלמן האט נישט געוואלט באלמוטשען דעם רבי'ן, און האט אנגעהויבן ארומקלעטערן איבער אמעריקע צאמקראצן די געלט וואס ער האט אנגעבארגט – אפיציעל אויף סאטמארער רב'ס חשבון. למעשה נאכן אפשוויצן אין אמעריקע ווייסעך וואו לאנג האט ער באוויזן צאמצושטעלן דעם גאנצן סכום, און איז אהיימגעפארן קיין ארץ ישראל.

דאס נעקסטע מאל וואס רבי זלמן איז געווען אין אמעריקע, איז ער נאכאמאל אריין צו סאטמארער רב [סתם אלס 'גדול בישראל'], און סאטמארער רב האט ארויסגענומען אן ענוועלאפ מיט די גאנצע ריזן סכום געלט אים צו באצאלן דעם חוב. רבי זלמן בריזל האט אים געזאגט, אז ער האט שוין אליינס צאמגעשטעלט די געלט און ער דארף שוין נישט צוקומען צום רבי'נס געלטער. ווען סאטמארער רב האט דאס געהערט, און וויסנדיג ווי שווער ס'איז געווען פאר א יחיד צאמצושטעלן די גאנצע סכום, און וויסנדיג וויפיל ארבעט רבי זלמן האט אריינגעלייגט צו ראטעווען אידישע קינדער פון אפפארן רח"ל, האט ער זיך אויסגעדריקט מיט התפעלות פאר זיינע גבאים, אז מ'קען רבי זלמן'ען געבן קוויטלעך, ער איז ראוי לאותה איצטלא! [כ'מיין אז ער האט זיך אויך אויסגעדריקט באותה שעה בדרך צחות כדרכו, אז דאס איז די ערשטע מאל וואס ער געבט געלט פארן אן ארץ ישראל'דיגן איד און יענער זאגט אים אפ...].

ב] ווייטער דערציילט מיר זיין טאכטער, אז רבי זלמן איז געווען פון די פריערדיגע עמודי החסד, וואס פלעגט כסדר ארייננעמען געסט יעדן שבת, בחורים צו ארחי פרחי'ניקעס. מ'פלעגט געווענטליך צוגרייטן פארציעס פאר נאך פינף מענטשן, זיך רעכענענדיג אויף ביז 5 געסט, אבער אסאך מאל האבן געקענט זיין ארום 10 געסט אדער מער. זאגט זי מיר בהן צדק, אז זי פלעגט זיין דער וואס פלעגט צוגרייטן די פארציעס אין קאך, און ס'איז פשוט אריין א ברכה אין די עסן, און וויפיל געסט ס'איז געווען אזויפיל עסן איז געווען, און ס'איז אלעמאל געווען בריווח גענוג פאר יעדן. זי זאגט אז דאס איז געווען א נס תמידי יעדע פאר שבתים... ואם קבלה היא נקבל.

***

ג] אגב, רבי מיילעך בידרמן האט דערציילט איבער אים, אז ווען ער איז שוין געווען אלט און אזלו כוחותיו, פלעגט ער נאכאלס כסדר אריינקומען אויף א שבת, פון ירושלים – וואו ער האט געוואוינט – קיין בני ברק [צו תל אביב] וואו רבי משה מרדכי לעלובער [וואס ער האט אנגענומען אלס רבי צוזאמען מיט גדולי חסידי קארלין, נאך רבי יוחנן'טשע סטאלינער'ס פטירה] האט געוואוינט. ווען מ'האט אים אנגעפרעגט פארוואס ער קומט זיך צו שלעפן אזוי ווייט אויף א שבת, נאכדערצו ווען זיי זענען געווען בערך באותו הגיל, און רבי זלמן איז געווען א געהויבענע איד פאר זיך, האט ער געענטפערט: נאר אויף צו זען וויאזוי ווען דער רבי וואשט זיך מים אחרונים, זאגט ער 'סוף דבר הכל נשמע, את האלקים יראאאאאאאאאאאא!!!!' [כידוע פלעגט רבי משה מרדכי דעמאלס צוריקשפרינגען מיטן בענקל, און ס'איז געווען פון די פחד'דיגע מאמענטן ביי זיינע טישן], לוינט זיך שוין דער גאנצער וועג פון ירושלים קיין בני ברק.

ד] נאך א מעשה'לע וואס פארבינדט רבי משה מרדכי לעלובער מיט רבי זלמן בריזל, האב איך געהערט פון רבי אלימלך בידרמן, אז איינמאל ביים טיש פון רבי משה מרדכי, וואס כידוע פלעגט ער זיך קענען ווערטלען און דער עולם פלעגט לאכן, אבער אין א רגע האט די פלאץ זיך געקענט איבערקערן צו א חרדת אלקים, האט ער זיך אנגערופן צו רבי זלמן בריזל: 'זלמן, דו געדענקסט נאך אלס בחור, ווען אונז זענען געשווימען אין כינרת (אפשר לערנענדיג אין סלאנימער ישיבה אין טבריה? כ'ווייס נישט), און די פיש האבן אונז געביסן, אוי איז דאס געווען גוטע צייטן'... און דער גאנצער עולם האט אויסגעשאסן אין א געלעכטער. אבער ממש באותו רגע האט ער געענדערט זיין צורה [ווער ס'פארשטייט צו מסכת לעלוב, פארשטייט וואס דאס מיינט...], און האט געזאגט: 'יא, דאס זענען געווען גוטע צייטן, ווייל מיר האבן נישט פוגם געווען', און אויפן גאנצן עולם איז געפאלן א פחד אלקים.


אין נעקסטן קאפיטל: שבת בייטאג מיט רבי אלימלך בידרמן, ביזן פליגער מוצש"ק.
פרייטאג יולי 24, 2015 2:58 pm#291605
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'זעט פון דעם קלאר אז ווען מ'וואוינט אין בני ברק, קען אפילו א וויזהניצער חסיד אמאל זאגען עפעס א למדות. אלס מכחו של אותו זקן!

ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB וועם מיינסטו? די אמרי חיים אדער די דמשק?
פרייטאג יולי 24, 2015 3:01 pm#291606
Re: מסעות ד'שש משזר.
דער למדן פון די צוויי!
פרייטאג יולי 24, 2015 3:12 pm#291612
שש משזר האט געשריבן:רבי משה מרדכי לעלובער [וואס ער האט אנגענומען אלס רבי צוזאמען מיט גדולי חסידי קארלין, נאך רבי יוחנן'טשע סטאלינער'ס פטירה] האט געוואוינט. ו[/b]


פאסט נישט פאר ר' שש, אז מיט א גלייכגילטיגקייט שרייבט ער וועגן די גדולי חסידי קארלין וואס זענען געווארן זיינע חסידים אן צו דערמאנען אפי' ברמז די פאליטיק.
פרייטאג יולי 24, 2015 3:16 pm#291614
היש לך פאליטיק גדולה מזו ??
פרייטאג יולי 24, 2015 3:19 pm#291616
געוואלדיג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:רבי משה מרדכי לעלובער [וואס ער האט אנגענומען אלס רבי צוזאמען מיט גדולי חסידי קארלין, נאך רבי יוחנן'טשע סטאלינער'ס פטירה] האט געוואוינט. ו[/b]


פאסט נישט פאר ר' שש, אז מיט א גלייכגילטיגקייט שרייבט ער וועגן די גדולי חסידי קארלין וואס זענען געווארן זיינע חסידים אן צו דערמאנען אפי' ברמז די פאליטיק.

הה"ד ספורי צדיקים לחוד ופוליטיק לחוד...

און אז מ'רעדט שוין.
יא, די גדולי חסידים זענען געווארן ר' משה מרדכי'ס חסידים, און דער היינטיגער סטאלינער האט גע'ירש'נט קוים א קומץ קטן פון די עלטערע חשוב'ע אידן. א שטייגער ווי 'זעידע פילטשיק' פון בארא פארק, אדער רבי אהרן בריזל אחיו הקטן של ר' זלמן.
פרייטאג יולי 24, 2015 3:25 pm#291619
איך ווייס איך בין באקאנט מיט יענע מעשה.
זונטאג יולי 26, 2015 12:02 am#291694
סעודת יום שבת, ושל"ס, מיט רבי אלימלך בידרמן:

אנקומענדיג ארום 5:00 אזייגער, האט ער שוין געהאלטן ביי די טשאלנט. איך האב מיך שנעל געוואשן של"ס – וויסנדיג אז געווענטליך איז ממילא נישטא קיין נארמאלע של"ס געפראוועכץ ביי רבי מיילעך – כדי צו קענען מיט-עסן מיט זיין סעודה. פארשטייט זיך אז ס'איז געווען זייער געשמאק, אבער מ'האט זיך 'געיאגט' ווייל ע"פ בקשת ביהמ"ד אחד האט ער מסכים געווען צו קומען געבן א דרשה 6:00 נאכמיטאג, צו מיין שמחה.

פארשטייט זיך אז כ'בין מיטגעקומען, און כ'האב זוכה געווען צו א באנוס: נאך א דרשה פון ר' מיילעך. ס'איז א ספינקער בית מדרש פון א נעפיו פון די אחים לבית ספינקא-ווייס [זיין טאטע איז נעבעך גע'הרג'עט געווארן אינעם באוואוסטן עקסידענט צוריקקומענדיג פונעם לויה פונעם באבא סאלי זצ"ל]. דער ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום ביז ארויס אינדרויסן בלי שום גוזמא, וואו צענדליגער – אויב נישט הונדערטער - מענטשן זענען געשטאנען איבער א שעה זיך צוהערנדיג די שיינע תורות וואס קומען ארויס פונעם שפרודלדיגן מעיין החיים, און ער האט באזונדער גערעדט פון א הכנה לחג השבועות, האלטנדיג א קנאפע וואך בעפאר שבועות.

דערנאך האט מען געדאווענט מנחה דארטן אין ספינקא, וואו ר' מיילעך האט געליינט די קריאה מיט זיין אייגנארטיגן קאך, זייענדיג א בעל קורא מומחה [ער ליינט אינדערפרי – עכ"פ אין מיינע צייטן – אין אפאר בתי מדרשים]. שפעטער איז געווען של"ס. געווענדליך גייט של"ס ביי ר' מיילעך שטילערהייט ווען דאס איז זיין פריוואטע זמן לחשוב חשבונו של עולם. אבער דער רב[י] פון שול האט אים געבעטן צו בלייבן ביי אים, און ר' מיילעך כדרכו בטוב לבו האט אים נאכגעגעבן. האב איך שוין זוכה געווען צו א באנוס מיט א 'טשערי אויפן פאיי'...

דער אדמו"ר'ל דארטן האט נישט איינגערוט נאר ווייטער געבעטן רבי מיילעך צו זינגען ניגונים מעוררים, און דאן צו זאגן דברי תורה, און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז געווען א 'מיני של"ס במחיצת רבי מיילעך'... אזוי אז כ'האב אריינגעכאפט א גאנצע שבת במחיצת הרב, ווען די Boost דערפון איז רישומו ניכר א לענגערע צייט נאכדעם.

נאך של"ס האב איך אהיימבאגלייט רבי מיילעך, און זיך שנעל אפגעזעגענט פון אים, נישט בעפאר'ן הערן פון אים הדרכה קצרה שלא כדרכו [מיך מנתח געווען מיט צוויי ווערטער]. און כ'בין שנעל אהיימגעלאפן צו מיין אכסניא זיך איינצופאקן, ווייל דאס איז עס: מ'גייט שוין אהיים!


אין נעקסטן קאפיטל: צוריק אהיים קיין אמעריקע.
זונטאג יולי 26, 2015 6:45 pm#291806
שש משזר האט געשריבן:[מיך מנתח געווען מיט צוויי ווערטער].]


איך בין מוותר אלעס, דארפסט גארנישט נאכזאגן, נאר די צוויי ווערטער זאג אונז איבער :lol: :lol:
מאנטאג יולי 27, 2015 6:57 pm#292161
מוצש"ק פרשת בה"ב תשע"ה.

כ'האמיך שנעל געוואשן פאר מלוה מלכה – ווייל אויפן עראפלאן וועל איך נישט עסן א גוטע מלוה מלכה, און מיר געזעגענען זיך שוין אפ פון די קרובים אונזערע, און זהו זה – דער מונית פייפט שוין אינדרויסן... מיר זענען אנגעקומען אין נתב"ג [דער עירפארט, ונרמז הר"ת נת'יבות ב'ן ג'וריון].

און נאכן דורכגיין שבע בדיקות וחקירות [שטרענגער ווי די וועג קומענדיג. ווייל פון אמעריקע קיין רוסלאנד איז נישט אזוי שטרענג ווי ארויס פון מדינת ישראל, אפילו קיין רוסלאנד], זענען מיר געגאנגען צום Lounge וואס - ווי דערמאנט אין אנהייב פון די מסעות – האבן מיר צוטריט דערצו בחינם אדאנק אונזערע קרעדיט קארדס. דארט האבן מיר ווייטער נישט געהאט וואס צו טון, וויבאלד די עסן האבן געהאט פראבלעמען מיט שמיטה וכו', אבער א גלעזל ביר און קאקע קאלע איז קיינמאל נישט קיין שלעכטע פלאן, און אזוי אויך האבן די בני מעיים געפאדערט זייערס נאך א לאנגן שבת, וואס פארשטייט זיך אז אין א פארמאכטע פלאץ איז עס אפיציעל סאך ריינער.

אויפן עראפלאן האבן מיר באקומען מער מענטשליכע עסן ווי אויפן וועג קומענדיג, וויבאלד פון ארץ ישראל האט מען געגעבן עסן מיטן הכשר פונעם 'עדה החרדית'. דערנאך האבן מיר געמאכט א פרישע סטאפ אין רוסלאנד, און דאסמאל האבן מיר שוין גלייך געוואוסט וואו צו קויפן וואסער: אין 'שאקאלניצע'... [עי' בתחילת האשכול], און אזוי אויך האבן מיר געהאט ברייט מנין, ווען ערעב שש משזר דאווענט שחרית פארן עמוד [?]. גראדע האבן מיר דאסמאל יא זוכה געווען צו נהנה זיין פון לעקטריק, נאכדעם וואס אויפן וועג קיין ארץ ישראל איז נישט געווען קיין שום עלעקטרישע שיין אינעם רוסישן לופטפעלד, ווי אויבנדערמאנט. דערנאך זענען מיר ווייטער געפארן פון רוסלאנד קיין אמעריקע, וכל מעשי תקפו וגבורתו של ה'עיר-ליין' הנודע בשם 'טראנסירא', הלוא הם כתובים בתחילת האשכול, ומינה לא תזוע.

אנקומענדיג אהיים בין איך שנעל צוגעלאפן צום קאמפיוטער, אויסגעהונגערט צו הערן וואס טוט זיך אין 'קאווע שטיבל', וזה מה שמצאתי...



תם ונשלם,
את אשר חנני בורא העולם,
שהיה לי לעזר,
ב"מסעות ד'שש משזר".
מאנטאג יולי 27, 2015 7:03 pm#292167
הערליך שיין שש משזר, א דאנק! דער באשעפער זאל העלפן אז אזוי ווי דו האסט געענדיגט מיט הצלחה דעם הערליכע באשרייבונג און מחיה געווען דערמיט הונדערטע יודן, זאלסטו זוכה זיין צו אונז ווייטער מחיה זיין מיט דיין געלונגענע געשליפענע פעדער אין די אנדערע אשכולות בניקל, בקרוב ממש.

הערה בעלמא:
מיינט נישט נתב״ג נ׳מל ת׳עופה ב׳ן ג׳ריון?
מאנטאג יולי 27, 2015 7:52 pm#292182
Re: מסעות ד'שש משזר.
רבותי גיימער ספאנסערן א טיקעט פאר ר' שש'ן קיין טשיינע? ווען ער קומט צוריק און ברענגט אונז א געשמאקע זאפטיגע באשרייבונג, ספאנסער מיר אים א טיקעט קיין אייראפע, און ווי נאך? נו ווער איז אין???
דינסטאג יולי 28, 2015 6:50 am#292321
א גרויסע ייש"כ להרב הסופר המובהק לו לשון סופרים קולמוסו מפיק מרגליות מים חיים לנפש עייפה מחיה מתים במאמרו הרב שש משזר שליט"א.
פארשטארק זיך און שרייב ווייטער ארטיקלן און אינטערסאנטע זאכן פון וואס ס'זאל נאר זיין - ווייל ווען הרב שש משזר שליט"א שרייבט אויף עפעס ווערט דאס אוטומאטיש אינטערסאנט.
דער עולם האט מויראדיג'ע שטארקע הנאה פון דיינע ארטיקלן.
יישר כח.
און נאכאמאל יישר כח.
דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:27 pm#293034
ATUB @שש משזר ATUB דו פלאנסט צו מאכן א פי. די. עף. פון די מסעות ?
פרייטאג יולי 31, 2015 8:22 am#293054
ירא שמים האט געשריבן:@שש משזר דו פלאנסט צו מאכן א פי. די. עף. פון די מסעות ?

ATUB @כוכב ATUB , ATUB @מה הוא ATUB .
זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:59 pm#297419
רבותי, כ'האב ענדליך באקומען די מעגליכקייט ארויפצולייגן די בילדער פון די מסעות [פארשטייט זיך נאר די בילדער וואו מ'זעט נישט שש משזר, און משזר'טע].

מיין פראגע: איז דא פאראינטרעסירטקייט ביים ציבור צו זען די בילדער? אויב יא, דאן וועל איך איבערשרייבן שטיקלעך פון מיינע תגובות דא און צולייגן די בילדער אז דער עולם זאל הנאה האבן. היות ס'גייט מיר קאסטן אסאך צייט, איז דער שאלה אויב ס'איז בכלל דא א נאכפראגע און פאראינטרעסירטקייט ביים עולם דערצו. [אויב יא, וועל איך דאס דארפן זען...].


הכו"ח עבדכם הנאמן,
הק' שש משזר
בעמח"ס המסעות...
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:03 pm#297420
פון מיין זייט: יא און יא.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:17 pm#297424
נעוואדע ארויפלייגען! אבער שוין! וואס איז די פראגע בכלל?
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:25 pm#297426
לייג נישט ארויף ווייל איך גיי ווערן דז'עלעס.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:30 pm#297429
בן אדם האט געשריבן:לייג נישט ארויף ווייל איך גיי ווערן דז'עלעס.

לייג יא ארויף, זאל @בן אדם קראכן פון דזשעלעסי, אבער אונז וועלן זיך מחיה זיין דערמיט אי״ה.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:38 pm#297434
יא יא יא יא יא יא


[אויב יא, וועל איך דאס דארפן זען...].


קענסט זען ?
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:57 pm#297442
אין רוסלאנד זענען מיר אנגעקומען דאנערשטאג פארטאגס...
נאך א דריי א האלב שעה, זעצן מיר זיך צוריק ארויף אויף א קלענערע פליגער, וואס פירט אונז דירעקט קיין ישראל. א הייסע שוויציגע שמוציגע פיצעלע איבערגעפילטע עראפלאן.

IMG_0011.JPG
IMG_0011.JPG (65.79 KiB) געזען געווארן 1982 מאל



אבער גיי טרעף אן אויטאבאס [ל"ג בעומר נאכמיטאג קיין מירון]. די באסעס פון אגד זענען שוין נישט ארויסגעפארן שפעט נאכמיטאג, און אנדערע פריוואטע קאמפאניס האבן שוין אויך נישט געשיקט קיין באסעס אזוי שפעט. ס'איז פערטל צו זעקס נאכמיטאג, ווען איך באמערק אז איין לעצטע באס גייט ארויספארן אין פופצן מינוט ארום. 6:00 פארט ארויס די לעצטע באס פון האפפמאן טורס, און די לעצטע באס בכלל. כ'האמיך גענומען לויפן מיט איין אטעם צום מקום מיועד וואו מ'פארט ארויס קיין מירון [א רחמנות אויף מיין ווייב...], נאכן זיין נים ולא נים, ניר ולא ניר, שוין איבער 24 שעה זייט כ'בין ארויסגעפארן פון אמעריקע. אבער היידא! מיר פארן קיין מירון...
IMG_0047.JPG
IMG_0047.JPG (133.35 KiB) געזען געווארן 1982 מאל



אנקומענדיג אין מירון האט מיר מקבל פנים געווען א ריזיגע געמיינדע פון... מיסט. בערג מיט מיסט זענען געווען איבעראל. מענטשן זענען געווען בעיקר ברעסלאווע, ספרד'ישע, און משוגעים. ווייניג נארמאלע און קיין איין פייער איז שוין נישט געווען ביים מערה. א היבשע דיסעפוינטמענט פארן זיך שלעפן 4 שעה קיין מירון, נאכן וויילן אין די הימלען כמעט א מעת לעת. נאכדערצו ווען די באס אויף צוריק האט געדארפט ארויסצופארן א קנאפע 75 מינוט שפעטער.
IMG_0031.JPG
IMG_0031.JPG (89.77 KiB) געזען געווארן 1982 מאל



אבער מיר האבן ארויסגענומען דאס מערסטע שייך, זייענדיג מתפלל ביים ציון המצוינת פון רשב"י, וואס לכבודו האב איך אפגעשריבן א מאמר בפני עצמו. די הרגשים ווערן פון זיך אליינס גאר ווארעם.
IMG_0034.JPG
IMG_0034.JPG (102.49 KiB) געזען געווארן 1982 מאל
תפילת נשים, געכאפט דורך מיין ווייב.


און מיט א לייכטערע געמיט האב איך פארלאזט דעם מקום מנוחה פון איינער פון די גרעסטע תנאים אין די וועלט.
IMG_0032.JPG
IMG_0032.JPG (70.82 KiB) געזען געווארן 1982 מאל

[איך בין נישט דער ליטוואק... איך האב געכאפט דעם בילד].
זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:06 pm#297444
האסט נישט געכאפט קיין בילד פון די תפילת אנשים? אפשר בין איך דארט?
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:13 pm#297679
זונטאג פרשת בה"ב.
אונז האבן מחליט געווען אנצוהייבן דעם טאג מיט 'עיר דוד'. גאר אן אלט היסטאריש פלאץ, אפאר טריט אוועק פון הר הבית. דארט האבן ארכיאלאגן אויפגעגראבן א פאלאץ פון אמאל, וואס האט גאנץ מעגליך געדינט די מלכי בית דוד, און זאגאר דוד המלך האט אפשר געוואוינט אין יענעם געגענט - צו גאר הויז. איינער פון די עלסטע אידישע פלעצער אין די היסטאריע בכלל, און אין ארץ ישראל בפרט.
IMG_0074.JPG
IMG_0074.JPG (126.42 KiB) געזען געווארן 3283 מאל

IMG_0081.JPG
IMG_0081.JPG (145.86 KiB) געזען געווארן 3283 מאל

IMG_0092.JPG
IMG_0092.JPG (135.09 KiB) געזען געווארן 3283 מאל


נאכן באטראכטן אלע היסטארישע ארכיאלאגישע ערפינדונגען, זענען מיר אנגעקומען צום 'גולת הכותרת' פון עיר דוד: די שפאציר אין 'נקבת חזקיהו'. דאס איז דער היסטארישער קוואל וואס חזקיהו המלך האט אויסגעפלאסטערט פון מעין השילוח אריין אין ירושלים, בשעת ער האט זיך געראכטן אויפן מלחמה מיט סנחריב מלך אשור. די וועג איז חושך ואפילה, און איז א סכנה אן קיין פלעשלייט. דאס איז א שפאציר אין וואסער פאר אומגעפער פערציג מינוט, וואו דו שטייסט [בעסער געזאגט: שפאצירסט] מיט אן אפענעם מויל טראכטנדיג אז אלס וואס דו זעסט האבן מענטשן אויסגעהאקט פון שטיין מיט זייערע הענט! און דאס איז א לאנגע וועג.
IMG_0118.JPG
IMG_0118.JPG (125.75 KiB) געזען געווארן 3283 מאל

IMG_0117.JPG
IMG_0117.JPG (125.7 KiB) געזען געווארן 3283 מאל
ארויסקומענדיג פון נקבת חזקיהו, שטייענדיג לעבן דעם בריכה.
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:17 pm#297681
Re: מסעות ד'שש משזר.
הערליך!!!
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:33 pm#297833
צו דער געלעגנהייט פון מהדורא שניה וויל איך אויסדרוקן מיין דאנקבארקייט פאר ATUB @שש משזר ATUB פאר די הערליכע שילדערונגען. כאטש ארץ-ישראל איז נישט פרעמד פאר מיר, זענען די שילדערונגען געווען כמים קרים על נפש עייפה, הן מיט די אינפארמאציע-טיטביצלעך, און הן מיט דער אייגנארטיגער, זיסער און געשמאקער שפראך.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 6:59 pm#298199
אין די מסעות האב איך פארגעסן צוצוצייכענען, אז ארויסקומעדיג פונעם נקבת חזקיהו, האב איך אנגעטראפן א גרופע חיילים וואס זענען אהינגעגאנגען, לכאורה אויף א טור פונקט ווי מיר. און זיי האבן געהערט הסברים פון איינעם - כנראה זייער טור-גייד.
IMG_0148.JPG
IMG_0148.JPG (132.04 KiB) געזען געווארן 3140 מאל


אויב דאס אלס איז נאכנישט גענוג געווען, זענען מיר נאכדעם געגאנגען אויפן זעלבן וועג וואס - ווי חוקרים טענה'ן - אונזערע עלטערן זענען געגאנגען מיט זייערע קרבנות צום בית המקדש!!! אההה, די הרגשים זענען נישט מעגליך איבערצוגעבן! ס'האט טאקע גע'סרח'עט, אבער די ידיעה אין וואספארא וועג מיר פלאסטערן אונזערע טריט, האט אונז אימיונד פון יעדן שמעק און יעדן בערגל. ס'איז א וועג פון ארום 20-30 מינוט, און מען קען עט-עני-טיים מאכן א יו-טורן און צוריקגיין צום אנהייב פונקט פון עיר דוד.
IMG_0137.JPG
IMG_0137.JPG (85.25 KiB) געזען געווארן 3140 מאל
בילד געכאפט ביים אנהייב פונעם מסלול.


פון עיר דוד האבן מיר געווענדעט אונזערע טריט קיין אלטשטאט ירושלים. פאשטייט זיך, נישט בעפאר'ן אריינכאפן צו דאווענען נאכאמאל ביים שריד בית מקדשינו - מקום שלא זזה ממנו השכינה לעולם - דער כותל המערבי.
IMG_0054.JPG
IMG_0054.JPG (140.56 KiB) געזען געווארן 3140 מאל


למעשה זענען מיר געגאנגען ווייטער צום 'גן ארכיאולוגי', וואס איז סטאנציאנירט גלייך לעבן דעם כותל המערבי, אין זייער שטח געפונט זיך נאך א חלק פון כותל המערבי, ווי אויך דער כותל הצפוני. דאס איז גאר אן היסטארישער ארט קוקנדיג אויף דעם שטח - די פלאץ וואו אידן האבן געקויפט קרבנות, געגאנגען אין מקוה, וכו', איידער'ן ארויפגיין אין ביהמ"ק.
IMG_0170.JPG
IMG_0170.JPG (116.25 KiB) געזען געווארן 3140 מאל
דאס בילד צייכנט אפ וויאזוי ס'האט אויסגעזען דעם מארק פון בהמות פארקויפעריי וכו' איידערן אריינגיין אין ביהמ"ק.
בילד געכאפט ביים אריינגאנג צום גן ארכיאולוגי.


מ'האט געקענט זען קלארערהייט א מקוה וואו ס'געווען צוטיילט אויף צוויי די וועג אריין און ארויס [אז די נכנסים זאלן נישט מטמא זיין די יוצאים].
IMG_0201.JPG
IMG_0201.JPG (123.98 KiB) געזען געווארן 3140 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:08 pm#298230
שמעקעדיג האט געשריבן:שש אז דו האסט שוין פארציילט אז דו האסט גענומען בילדער, איז פטור בלא כלום אי אפשר. דו לייגסט אראפ דיינע מאמרים זייער זאפטיג, אבער פארט רעדט א בילד מער ווי טויזענט ווערטער. קענסטו ארויפשטעלן אפאר בילדער?

מורינו הרב ATUB @שמעקעדיג ATUB , אדאנק דיר האב איך ארויפגעלייגט אפאר מאל בילדער [של"ש פעמים הוה חזקה], און פונקט דו האסט דיך נאכנישט וויסנדיג געמאכט דערפון. :oops:
זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:27 pm#298640
נאך איידער די עצם באטראכטן אלעס, איז געווען נאך א שיינע 15 מינוט'יגע ווידעא וואס מ'האמיר געזען, וואו ס'איז קלאר ארויסגעברענגט געווארן וואס דער פלאץ שטעלט מיט זיך פאר, וויאזוי ס'האט אויסגעזען בזמן שביהמ"ק היה קיים, אזוי אז מ'האט באקומען א שטיקל השראה פון בעפאר. אזוי אויך האבן זיי דארט געהאט פארשידענע אנדערע ארכיאלאגישע חפצים, ווי מטבעות א.ד.ג. פון אלע תקופות. אזוי אז מיר האבן שוין געהאט א שטיקל מוזעאום אויך. שפעטער ביים באזוך אין מוזיאון ישראל, וועלן מיר געוואויר ווערן אז מיר האבן געזען ווי א טיפה מן הים...
IMG_0176.JPG
IMG_0176.JPG (90.95 KiB) געזען געווארן 3092 מאל

IMG_0179.JPG
IMG_0179.JPG (78.03 KiB) געזען געווארן 3092 מאל
אלטע כלים און מטבעות אין מוזעאום פון 'גן ארכיאולוגיה'.


IMG_0187.JPG
IMG_0187.JPG (96.22 KiB) געזען געווארן 3092 מאל
א שטיין וואס עס איז אריינגעקריצט דערין 'הכהן הגדול', אינעם מוזעאום.


אין זייער שטח געפונט זיך נאך א חלק פון כותל המערבי,
IMG_0196.JPG
IMG_0196.JPG (111.8 KiB) געזען געווארן 3092 מאל

IMG_0200.JPG
IMG_0200.JPG (98.05 KiB) געזען געווארן 3092 מאל
די ארכעאלאגן טענה'ן, אז די גרויסע שטיינער דא, זענען שטיינער פונעם כותל המערבי וואס דער רוימישער מיליטער האט אראפגעווארפן פון שפיץ וואנט.
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:33 am#298665
און דאס איז די וואנט?! ס'איז גארנישט אזוי פארשימל'ט! מ'האט מיר אלס איינגערעדט נערישקייטען וועגען דער 'אלטע פארשימל'טע וואנט', און איך האב געגלייבט. אפשר זענען אלע אנדערע זאכען אויך נערישקייטען!?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:11 am#298916
יישר כח שש,
ליטוואק, פארשימלט? ווער האט דיר דאס איינגערעדט?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:17 am#298920
איך האב געהערט פון א איד, נאך די מלחמה פון תשכ"ז האט ער געלערנט אין א געוויסע ישיבה, און ער האט געהאט א צייטונג מיט בילדער פונ'ם כותל. דער ראש ישיבה האט איהם פארגעהאלטען היתכן ער האט א גויישע צייטונג. האט ער געזאגט ער האט געוואלט זען די כותל. האט יענער ראש ישיבה געזאגט (ליידער א ליטוואק, וואס קען איך טוהן?) "דער אלטע פארשימל'טע וואנט?". ער האט תלמידים סאטמארער וואס בארימען זיך מיט די נערישקייט, און ער האט געהאט אריכות ימים. האפעדיג היינט ווייסט ער דער אמת, אבער זייט דעמאלס האבען די קנא'ישע לאגער נאך א גרעסערע נערשיקייט מיט וואס זיך צו פארען.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 3:19 pm#298971
אין א געוויסע שטיין אין כותל המערבי [וואס איז נאר אפן דורך גן ארכיאולוגיה], האבן מיר געזען אריינגעקריצט אידישע אותיות, עפעס ווי דער לשון הפסוק (ישעי' סו, יד): וראיתם ושש לבכם ועצמותם כדשא... הפלא ופלא! כ'האב געכאפט א בילד פון דעם שטיין.
IMG_0189.JPG
IMG_0189.JPG (105.96 KiB) געזען געווארן 2950 מאל

IMG_0190.JPG
IMG_0190.JPG (116.04 KiB) געזען געווארן 2950 מאל

IMG_0192.JPG
IMG_0192.JPG (107.9 KiB) געזען געווארן 2950 מאל
דער שטיין מיטן לשון אריינגעקריצט דערינען [ביים צווייטן בילד איז עס אין צענטער].


אין אמת'ן אריין, וואו דו האסט נאר געקוקט האסטו געטאפט היסטאריע, היסטאריע פון בית המקדש [אנדערש ווי עיר דוד וואס די אמת אונטער דעם איז לוטה בערפל], היסטאריע פון אונזערע אור-עלטערן וואס האבן זיך דארט געדרייט און זיך מקדש געווען בעפאר'ן אריינגיין אין הייליגסטן פלאץ אין דער וועלט.
IMG_0208.JPG
IMG_0208.JPG (111.04 KiB) געזען געווארן 2950 מאל

IMG_0209.JPG
IMG_0209.JPG (109.03 KiB) געזען געווארן 2950 מאל
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:21 pm#298995
איי איי איי ר' שש'ל דיינע בילדער דערמאנען מיר נאסטאלאגישע זכרונות פון מיינע באזוכן אין יענע מקומות, און מיינע וואנדערונגען אין די פיסטריט פון אונזערע אבות, מי יתנני ירחי קדם.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:06 pm#299182
איך האב פארגעסן אנצומערקן אין די מסעות, אז געוויסע שטיינער וואס זענען דא אין די ווענט, זענען ריזיג גרויס און וועגן אפאר טאן, און די חוקרים מוטשענען זיך עד היום צו פארשטיין וויאזוי זיי האבן געקענט אליינס ארויפלייגן די ריזיגע שטיינער, איבערהויפט ווען ס'איז שוין געווען אפאר שורות פון שטיינער אונטער דעם - א זאך וואס אפילו היינטיגע קרעינס קענען נישט באווייזן צו טון. זיי האבן א הסבר דורך א געוויסע כלי, וויאזוי זיי האבן פרובירט צו שלעפן די ריזיגע שטיינער מיט א גאנצע חכמה, ואכמ"ל. אין גן ארכיאולוגיה האבן זיי געמאכט א רופליקע פון וואס זיי האלטן אלס דער כלי וואס האט געהאט די יכולת צו שלעפן די שטיינער.

עכ"פ דא האב איך בילדער איבער דעם:
IMG_0212.JPG
IMG_0212.JPG (110.05 KiB) געזען געווארן 2877 מאל
א בילד פון א ריזיגע שטיין ביים עק פונעם כותל המערבי [מערבית צפונית].


IMG_0215.JPG
IMG_0215.JPG (110.97 KiB) געזען געווארן 2877 מאל
א ריזן שטיין ביים צפון זייט. יעצט האט איר א השגה אינעם ריזיגקייט פון די סארט שטיינער!


IMG_0270.JPG
IMG_0270.JPG (147.15 KiB) געזען געווארן 2877 מאל

IMG_0256.JPG
IMG_0256.JPG (147.2 KiB) געזען געווארן 2877 מאל
דער כלי, וואס האט כמדומה געדארפט צו ארויפשטופן די שטיינער אין וואנט אריין.

-----------------------
IMG_0259.JPG
IMG_0259.JPG (99.71 KiB) געזען געווארן 2877 מאל
היסטארישע אויסשניצונגען און זיילן.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:24 pm#299187
Re: מסעות ד'שש משזר.
וואס איז געוועהן די אויפטוה פון אזעלכע ריזיגע שטיינער אז מ'זאל זיך מוטשענען מיט דעם?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:01 pm#299199
כ'ווייס נישט.
איבעית אימא, ס'איז שיין און פראכטפול.
איבעית אימא, ס'מאכט עס פאר א שטארקע חומה.
איבעית אימא, די העכערע שטיינער האבן זיך אנגעלאנט אויף די ריזן שטיינער [כידוע איז נישט איבעראל דא ליים צווישן די שורות שטיינער].
איבעית אימא, ס'איז מער 'שטיק'יש' אזוי...
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:35 pm#299457
למעשה זענען מיר געגאנגען ווייטער צום 'גן ארכיאולוגי', וואס איז סטאנציאנירט גלייך לעבן דעם כותל המערבי, אין זייער שטח געפונט זיך נאך א חלק פון כותל המערבי, ווי אויך דער כותל הצפוני.
IMG_0224.JPG
IMG_0224.JPG (105.79 KiB) געזען געווארן 2827 מאל

IMG_0223.JPG
IMG_0223.JPG (99.52 KiB) געזען געווארן 2827 מאל
בילדער פונעם כותל הצפוני.


פון דארט זענען מיר געגאנגען שפאצירן איבער ניי אויסגעגראבענע ארכעאלאגישע פלעצער ארום די כותל הצפוני. הערליך שיין. פון אלע תקופות, אבער אממיינסטענס שוין נאכן תקופת הבית.
IMG_0245.JPG
IMG_0245.JPG (134.15 KiB) געזען געווארן 2827 מאל

IMG_0234.JPG
IMG_0234.JPG (123.76 KiB) געזען געווארן 2827 מאל

IMG_0248.JPG
IMG_0248.JPG (131.46 KiB) געזען געווארן 2827 מאל
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 12:22 am#299637
מיר האבן שפאצירט ממש לעבן די 'מסגד אל אקצא', דאס איז דער דריט פארשמייליגסטער פלאץ פאר די מוסולמענער אויפן וועלט [די אנדערע צוויי, מעקקא און מדינה, געפונען זיך אין סאודיע אראביע]. עס איז דא פלאץ פאר 5,000 ישמעאלים אין דעם פלאץ ווי דער אנאלפעבעט, מאסן-מערדער, פארגוואלטיגער, אפילעפסיק, מוכאמעד, איז ארויפגערופן געווארן דורכ'ן מלאך גבריאל - מיטן אייזל אין הימל. למעשה נישט ממש, נאר אין כיפת הסלע.
IMG_0273.JPG
IMG_0273.JPG (75.33 KiB) געזען געווארן 2785 מאל

IMG_0266.JPG
IMG_0266.JPG (89.51 KiB) געזען געווארן 2785 מאל
די מסגד אל אקצא, געזען אביסל פונדערווייטנס, ארומגענומען מיט די כותל המערבי וכותל הצפוני.


אבער נחזור לענינינו. מיר זענען געשטאנען גלייך אונטער זייערע פענסטער, און טעכניש וואלטן זיי געקענט שפייען און ווארפן שטיינער גראד ארויס פון מסגד - טאקע דער מסגד פון וואו די צעיושעטע אראבער גייען צומאל ארויס פרייטאג צעהיצטערהייט אזש ס'פעלט זיך אויס צו רופן ראיאט פאליציי - אריין אין מיין פנים. ס'איז געווען גאנץ שרעקעדיג, אבער דאס איז דאך דער אינטרעסאנטקייט...
IMG_0235.JPG
IMG_0235.JPG (101.76 KiB) געזען געווארן 2785 מאל

IMG_0250.JPG
IMG_0250.JPG (105.94 KiB) געזען געווארן 2785 מאל

IMG_0246.JPG
IMG_0246.JPG (98.46 KiB) געזען געווארן 2785 מאל
גלייך אונטערן פענסטער פון 'מסגד אל אקצא'. בררררררררררר....
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:54 am#299688
אינטרעסאנט, ווען איך בין דארט געווען האב איך גארנישט געטראכט וועגן די מסגד איבער מיר, נאר פיל מיט בענקשאפט און לעכצעניש צו די אלטע גוטע צייטן
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 12:30 pm#299698
די ביסט דארט געבליבן שטיין און בענקן אבער ער האט געטון עפעס למעשה.

נו, יעדער האט אן אנדערע וועג וויאזוי אויסצוגעבן זייער בענקשאפט. איינער דורך אויסקרויזן דעם כותל און א צווייטער דורך גאר אריינטאנצען אינעם הר הבית....
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 7:14 pm#299772
נאך אפאר בילדער געכאפט אין 'גן ארכיאולוגיה':
IMG_0222.JPG
IMG_0222.JPG (115.49 KiB) געזען געווארן 2707 מאל

IMG_0230.JPG
IMG_0230.JPG (121.08 KiB) געזען געווארן 2707 מאל

IMG_0220.JPG
IMG_0220.JPG (74.79 KiB) געזען געווארן 2707 מאל
אינערהאלב דעם גן, מיט פארשידענע ארכעאלאגישע אויסגעגראבענע געפינסן.


IMG_0236.JPG
IMG_0236.JPG (110.94 KiB) געזען געווארן 2707 מאל

IMG_0233.JPG
IMG_0233.JPG (76.05 KiB) געזען געווארן 2707 מאל
בילדער פון הר הזיתים, געכאפט אינעם גן ארכיאולוגיה.
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 5:32 pm#299932
מאנטאג פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר גייען היינט אדורכגיין די גאנצע אידישע - און אין געוויסע הינזיכטן, די גאנצע וועלטס - היסטאריע, מיטן באזוך אינעם וועלט-בארימטן מוזעאום 'מוזיאון ישראל'... אין איין ריזן צימער האבן מיר געזען אויף אויסלייג אלע סארטן אידישע מלבושים, פאר מענער און פרויען, פון אלע תקופות, בכל מקומות מושבותיהם... אזוי אויך איז געווען אן עקסטער אפטיילונג פון בתי מדרשים, אלטע היסטארישע הערליך שיינע מאיעסטעטישע בתי מדרשים פון הונדערטער יארן צוריק, וואס זיי האבן פשוטו כמשמעו איבערגעמאכט אדער אפילו איבערגעפלאנצט אינעם מוזעאום.
IMG_0295.JPG
IMG_0295.JPG (101.76 KiB) געזען געווארן 2646 מאל
אן אור אלטער שטר תנאים.


IMG_0299.JPG
IMG_0299.JPG (87.45 KiB) געזען געווארן 2646 מאל
א קלייד פאר א בת-מצוה מיידל (אדער גאר קידושא רבא?) מיט א ברכה איר מגדל צו זיין לתורה ולחופה...


IMG_0320.JPG
IMG_0320.JPG (71.3 KiB) געזען געווארן 2646 מאל
אלטע אריסטאקראטישע כסא של אליהו'ס.


IMG_0325.JPG
IMG_0325.JPG (95.31 KiB) געזען געווארן 2646 מאל
אלטע הערליכע אויסגעשניצטע ארון הקודש [סארי פאר די קוואליטעט בילדער].


IMG_0326.JPG
IMG_0326.JPG (90.02 KiB) געזען געווארן 2646 מאל
מער א מאדערנע סטיל ארון הקודש [פון ווענעצועלע].
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 5:54 pm#299938
עכט לאזן זיי נישט מאכן קיין בילדער, אבער דו מעגסט....
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 6:50 pm#300146
אזוי אויך האבן זיי געהאט אן ענליכן אפטיילונג, וואו זיי האבן איבערגעפלאנצט הערליכע פאלאצן, פון גראפן ביז עשירים אדירים. איינס פון זיי איז געווען פון א ראטשילד, איינס א קעניגליכע פאלאץ, א.א.וו. די שיינקייט דערפון איז שטוינענד. די טעיסט דערפון פאקט איין אונזערע נארישע טעיסט מיליאן מאל. בקיצור, דו דרייסט דיך ארום פאר'שיכור'טערהייט פון פלאץ צו פלאץ מיטן צונג אינדרויסן, בבחינת: "מתי יבוא לידי ואקיימנו"...
IMG_0331.JPG
IMG_0331.JPG (98.33 KiB) געזען געווארן 2475 מאל

IMG_0333.JPG
IMG_0333.JPG (91.32 KiB) געזען געווארן 2475 מאל

IMG_0334.JPG
IMG_0334.JPG (91.86 KiB) געזען געווארן 2475 מאל

IMG_0335.JPG
IMG_0335.JPG (90.98 KiB) געזען געווארן 2475 מאל

IMG_0336.JPG
IMG_0336.JPG (91.21 KiB) געזען געווארן 2475 מאל
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 2:27 pm#300317
אזוי אויך האבן זיי געהאט אן ענליכן אפטיילונג, וואו זיי האבן איבערגעפלאנצט הערליכע פאלאצן,
IMG_0338.JPG
IMG_0338.JPG (90.55 KiB) געזען געווארן 2418 מאל


איין אפטיילונג איז אלע אפגעטער פון ארץ ישראל, קולטורן פון פרעמדע פעלקער, גאר היסטארישע זאכן.
IMG_0341.JPG
IMG_0341.JPG (87.05 KiB) געזען געווארן 2418 מאל

IMG_0342.JPG
IMG_0342.JPG (87.21 KiB) געזען געווארן 2418 מאל

א בילד פון קבורת הפרעונים.



גאר היסטארישע זאכן
IMG_0345.JPG
IMG_0345.JPG (80.2 KiB) געזען געווארן 2418 מאל
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 2:36 pm#300319
Re: מסעות ד'שש משזר.
איך בין געווען אין מוזיאון ישראל איין מאל אלץ בחור אין ישיבה.
איך האב עס נישט געקענט אויסניצן אינגאנצען מורא האבענדי'ק פון מיין משגיח .
איך געדענק עס איז געווען א שיינע פארשטעלונג פון די חסידישע לייפסטייל און היסטוריה איז עס נאך קיים?