Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
106 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 130 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9397
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 12:00 am#294725
א"ח, דער "שקר מוחלט" אויפן רמ"ד שרייבט דוכט זיך ר' עקיבא יוסף שלעזינגער.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 12:07 am#294727
ריכטיג האט געשריבן:א"ח, דער "שקר מוחלט" אויפן רמ"ד שרייבט דוכט זיך ר' עקיבא יוסף שלעזינגער.

ידעתי בני ידעתי! אולי סבר בעל לב העברי שמותר לשקר מפני השלום בין ישראל ואביהם שבשמים. אגב, דאס איז נישט דער איינציגסטער זאך וואס ער שרייבט וואס מצד המציאות איז לכאורה נישט ATUB @ריכטיג ATUB
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 1:55 am#294735
שש משזר: כמעשהו בראשונה, מיינע הוספות צו הרב @אויבערלענדער חכם וועל איך שרייבן אין רויט.


הערות ע"ד מאור עינינו הרה"ג ר' @שש משזר שליט"א "אונזער היסטאריע"

חלק ב


הקדמה: איך בין עומד ומשתאה אויף אזא הערליכען ארבייט פון ליקוט. מען וואלט געדארפט צאהלען טייער פאר אזא service! ממש הפלא ופלא צו נתפעל ווערען. איך בין שוין לאנג חושש אז רבי שש האט לכל הפחות 48 שעות אין זיין טאג (איך בין אויך חושש אויף השבעת הקולמוס!).
שש משזר: יישר כח פאר די טיטלען און דברי עידוד, אבער כ'האב די זעלבע 24 שעה א טאג, און כ'וואלט טאקע גערן געקענט באשטיין צו קענען מאכן השבעת הקולמוס [איין זאך זאג איך ענק, אמאל האב איך געגלייבט די לעגענדע אויפן בני יששכר אז ער האט געהאט השבעת הקולמוס, ווייל אויב נישט וואלט ער נישט געקענט שרייבן אזויפיל. היינט צוטאגס לייקן איך אין דעם, ווייל 'מבשרי אחזה'...].

כתב הרב ש"מ: ספרי רבי יצחק אייזיק הלוי [הורוויץ – כמדומני שצ"ל "רבינוביץ" (א"ח))] וכו' זיין מעלה איז אויך מיט דעם וואס ער האט זיך געשלאגן מיט משכילים און אפיקורסים ווי גרעץ און [אייזיק הירש] ווייס [בעל מחבר דור דור ודורשיו] וואס האבן ארויסגעגעבן זייערע אייגענע היסטאריע ביכער, מיט אן אגענדע ביליג צו מאכן חז"ל וראשונים.
ואומר א"ח: אין ספר הזכרון פאר רבי יצחק הלוי שרייבט הרב יחיאל יעקב וינברג ז"ל אז דאס איז געווען זיין חסרון וז"ל, אף על פי שבחקר המשנה הלך הרי"א הלוי בעקבותיו של רד"צ הופמן [בעמח"ס מלמד להועיל, תלמיד פרשברג וראש בית מדרש לרבנים בברלין - הילסהיימר] כמוהו הוא מבחין בין משנה קדומה ששימשה יסוד למשנתנו אלא שהלוי מקדימה לתקופת הסופרים ואנשי כנסת הגדולה ואילו רד"צ תופסן מאחרה לתקופה של לפני חרבן הבית השני וכו' אף על פי כן לא הלך בדרך המחקר שלו בהבחנת המקורות ובבדיקת הנוסחאות והגרסאות. אין אצל רי"א הלוי אותה המתינות שיקול הדעת שאצל הופמן. הופמן היה חרד לקיומה של המסורת העתיקה שלנו לא פחות מאשר הלוי. כל עמלו הספרותיתי והמדעי במשך ימי חייו [של הופמן (א"ח) היו קודש למטרה זו. הוא השתדל להוכיח בדרכי המדע את אמיתת המסורת הזאת כנגד כל המבקרים שרצו לערער עליה בהשערות נלוזות, אבל יחד עם זה היה הופמן זהיר מאוד מודד ושוקל כל מילה היוצאת מפיו. אומר דבר בשם אומרו. מוכיח אותם בנחת ובלשון חכמה עד שתחזירם למוטב, והודו על האמת ע"י כך. לא זו בלבד שכבוד המסורת לא נפגמה ולא הועם זיוה אלא להפך כבודה עלה ונתבסס יסודה לאור המדע האמתי. הופמן היה בתוך תוכו איש האמת ועבודתו המדעית היתה לשם בירור האמת וגילוה, לפיכך זכה ודעותיו נתקבלו בעולם המדעי וספריו היו לאבני פינה של המדע התלמודי. רד"צ הופמן מופיע לפנינו, קודם כל, כאיש המוסר, מסוגם של חכמי ישראל הקדמונים, מכאן השפעתו הגדולה על האינטיליגנציה היהודית שלא נחלשה גם לאחר פטירתו. אבל רי"א הלוי לא הלך בדרך זו. גאון תורני זה עמד כל ימי חייו בקשרי מלחמה עם חחשודים בעיניו, אויבי היהדות, והיא משתקפת גם במחקריו חגדולים רבי המעוף וחהיקף. לבו היה לב סוער וגועש בכל דעה שלא היתה כדעתו, הריח ריח מינות, ובכל שיטה שלא היתה כשיטתו חשד בכפירה וזלזול בקדושת המסורת בחמת זעם. הוא ראה בכל סטיה מן הדרך הכבושה שלו כוונות זדון והרס של בנין היהדות כולו, אשר היתה יקרה לו מכל יקר, ומכיון שעלה בלבו חשד כזה כנגד מי שהוא, מיד נתגבר כארי ולא ידע שום רחמים או פשרה במלחמתו. הוא התנפל על אויבי התורה והמסורה והמטיר עליהם אש וגפרית ובעטו החד עשאם ללעג וקלס. בשביל זח קיפח הלוי במו ידיו את כבודו אשר היה ראוי לו בכל גאוניותו ובשל הזכות שקנה במה שפתח אפקים חדשים למחקר התלמודי, עכ"ל הרב וינברג.
עס ליגט מיר אין זכרון אז אין עפעס אן ארט זאגט הרב וינברג ארויס ברחל בתך הקטנה אז הלוי וואלט געדארפט מער נוהג כבוד זיין מיט גרץ און אנדערע, אבער איך געפין עס נישט יעצט. מסתמא מאך איך א טעות.
איינער פון מיינע ידידים האבען מיר דערמאנט אז אין זיין שטיקעל "לחקר המשנה" (שרידי אש חלק ד) שרייבט הרב וינברג אז אלעס וואס דער דורות הראשונים שרייבט וועגען יסוד המשנה איז נאר א פירוש צו די יסוד פון הרב דוד צבי הופמן. ער דערמאנט אז חנוך אלבק שרייבט וועגען הלוי: כי בספרו יש מן החדש ומן הטוב, אלא מה שהוא חידש אינו טוב ומה שהוא טוב אינו חידוש (מחקרים על המשנה עמוד 97). אויף דעם שרייבט וינברג: אי אפשר להסכים לדעתו של הר"ח אלבק שהתקיף את הלוי חריפות .. ומדד לו - שלא כשורה - במידה שמדד הוא [הלוי] לאחרים. אין אנו יכולים לקבל את פסק דינו על הלוי, "כי בספרו...." ולא היא ודאי יש בספריו - בדרך כלל - מן החדש ומן הטוב גם יחד וכו'..
אין יענע זעלבע שטיקל האט ער אויך די זעלבע טענות אויף הלוי אז ער איז נישט נוהג כבוד אין אנדערע און ער דערמאנט קראכמעל און זכריה פרנקל ביים נאמען.
עס איז כדאי צו דערמאנען אז הרב אביגדור מילר האט געשריבען זייער שיין אין ענגליש א תמצית פון די הסטוריה ע"פ ספרי הלוי. זיין ספרים אויף היסטוריה איז מפורש ע"פ דברי הלוי אזוי ווי ער שרייבט אליין אין די הקדמה. מיר ווייסער אז הרב שש משזר שליט"א האט גוזר געווען אויף לע"ז, אבער מאהבת הכהן הגדול ודברי הלוי ברענג איך דאס סיי ווי.
דרך אגב, איך האב א מאל געהערט [פון נישט קיין גוטן מקור] אז רבי חיים הלוי סולוביציק [ידידו של הלוי] האט געהאט א יד אין די דורות הראשונים. זייער נישט מסתבר, אבער למיחש מיהא בעי.
שש משזר: ריכטיג די ביקורת אויף הלוי [וואס האט טאקע געהייסן ראבינאוויץ און נישט הורוויץ], אבער מצד שני האט זיך אויסגעפעלט איינער וואס זאל זיין די 'חצוף' וואס זאל בא'שגצ'ן די משכילים וואס האבן געזוכט צו פארדרייען היסטאריע לויט זייער געשמאק. איינמאל ער האט צוריסן גרעץ, צוהאקט ווייס, און אריינגעביסן אין פראנקעל, האט ער געוויזן אז זייערע ווערטער זענען נישט בגדר 'כנתינתן מסיני' - אזויווי מ'האט אנגעקוקט זייערע ווערטער בעפאר, און נאכדעם האט שוין געקענט קומען מער א מעסיגער זיך מתווכח צו זיין מיט זייערע ווערטער [משל למהד"ד, סאטמארער רב מיט מדינת ישראל...].

הרב אביגדור מיללער זצ"ל - וואס כ'האב מיך אמאל היבש געווייקט אין זיינע שמועסן - איז טאקע געווען א געוואלדיגער בקי אין היסטאריע, און האט ארויסגעגעבן הערליכע ביכער אויף ענגליש על טהרת הקודש, נאר כ'האב למעש"ה נישט אראפגעברענגט ספרים שנכתבו בלע"ז [או כדרך הנכונה: בלעז].


כתב ש"מ: למעשה איז ר"ז יעבץ אויך נתקבל געווארן - כאטש ער איז א טראפעלע מער לינק גענויגט [למשל, ביים באשרייבן שיין מענדלסאן, אדער ביים באשרייבן חסידות געמיין].
ואומר א"ח: אודה ולא אבוש איך האב אין מיין לעבען נישט אריינגעקוקט זין ר"ז יעבץ'ס ספרים, אבער לגבי "באשרייבען שיין מענדלסאן" איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס איז מסתמא דברים פשוטים צו אידען אזוי ווי אונזער רב שש משזר שליט"א, אבער נישט אזוי ווייט צו אנדערע, אז מנדלסון איז געווען א הונדרעדט פרוצנט א שומר תורה ומצוות. די טענות אויף עם איז נאר אז ער איז געווען א שורש פורה ראש ולענה, אבער ער אליין האט געהיטן תורה ומצוות. דאס וואס איז באקאנט אז ווען דער חתם סופר שרייבט "בספרי רמ"ד אל תשלחו יד" מיינט "ר'שע מ'שה ד'עסויער" איז א שקר מוחלט.
כידוע דער מהר"ם שיק האט געלערענט זיין חומש מיט'ן ביאור. דער כתב והקבלה, דער רש"ש און א סאך מער אחרונים ברענגען עם אראפ. איך ווייס נישט וואס יעבץ שרייבט, אבער עס קען גאר זיין דברים פשוטים.
לגבי געמיין אויף חסידים... נייתי ספר ונחזי....
שש משזר: דער יעב"ץ דריקט זיך אויס אויף אים זייער שיין אין א תשובה [דער ק' דארטן מיינט קדוש? אדער וואס?].
כידוע האב איך נאך אמאל געהאט א חלום [יתכן ס'וועט נאך אמאל אפירקומען], צו באשרייבן מנדלסון פון אפאר אנדערע ריכטונגען, וכמו שכתבתי כאן.


כתב ש"מ: נאך אפאר ספרים וואס ער האט געשריבן איז ווערט צו דערמאנען: 'רש"י חייו ופירושיו' - וואו ער באשרייבט אין 4 בענדער די היסטאריע פון רש"י און זיין מהלך אין זיינע פירושים על תנ"ך וש"ס ותשובות.
ואומר א"ח: איך וואלט ממליץ געווען רבי שלמה מאיר ליפשיץ'ס ספר ר' שלמה יצחקי, רש"י. איך האב נישט געזעהן הלפרין'ס ארבעט, ממילא זאג איך נישט וואס איז בעסער, נער א גוטע יסודיתדיגע ספר אויף רש"י.
שש משזר: כ'האב עס נאר דערמאנט דרך אגב, ווייל סתם א ספר אויף א גדול איז בגדר ביאגראפיע, וואס פארדינט א קאפיטל פאר זיך אי"ה ביום מן הימים.

כתב ש"מ: דערנאך קומט דער חיד"א מיט זיין 'שם הגדולים'
ושואל א"ח בתמימות שלא ע"מ לקנטר: פארוואס "דערנאך"?
שש משזר: פשוט, ווייל ע"פ סדר הדורות האט ער געלעבט שפעטער...


סוף דבר, האסט געשריבן שיינע הגהות, און אגב זע איך אז דו ביזט היבש אויסגעקאכט אין ספרי היעב"ץ.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:22 am#294737
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
דוכט זיך דער בעל סדר הדורות האט געהייסען 'הרב יחיאל היילפרין' ודלא כמו שכתוב.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:44 am#294740
נאך א פאר שטיקלעך אינפארמאציע וועגען פיוטים יוצרות און סליחות;
פאר די וואכען צווישען פסח און שבועות, זענען דא באזונדער יוצרות געדרוקט אין אוצר התפלות סידור. זיי באקלגען דער גלות פון אידען, דרוקען אויס בענקשאפט צווישען כלל ישראל און דער רבש"ע און באוויינען דער צרות וואס איז געשען צו כלל ישראל אין יענער טעג (נייט נישט דער ווארשאווער אויפרייס און נישט דער אונגארישער וועלט'ס קריג, מ'מיינט גזירת תתנ"ו). יעדער וואך איז דא נאך פאר יעדער שטיקעל ברכות ק"ש. כנראה ס'איז געווען ברייט פארשפרייט דער מנהג פון זאגען די יוצרות, ווייל ס'איז דא א ניגון אויף די ווערטער "יונה יעלת חן מה לך כי תבכי" פארפאסט דורך הרב זלמן סנדר כהנא – שפירא (דער פטער פונ'ם דבר אברהם פון קאוונא) וואס די בריסקער זינגען. (מיין נישט, ס'איז גארנישט אזוי אינטרעסאנט, מער א נוסח ווי א ניגון). אויך דוכט זיך אז ס'איז דא חסידים וואס זינגען די זאכען ביים סעודה.
(איך האב אמאל געזאגט אויף רש"י אנהייב פרשת קרח – פרשה זו יפה נדרשת. ווייל פון שבת זכור ביז שבת פרשת חקת איז דא יעדער וואך פיוטים פאר יענער וואך אחוץ פרשת קרח. זאגט אונז רש"י אז עכ"פ פרשה זו יפה נדרשת במדרש רבי תנחומא, הגם די פייטנים האבען אונז נישט מסביר געווען!)
דער אריגינעלער מנהג איז געווען אז סליחות אום תענית ציבור האט מען געזאגט אין מיט'ן הויכע שמו"ע ביי ברכת סלח לנו. מ'פלעגט זאגען סלח לנא אבינו כי חטאנו מחל לנו מלכנו כי פשענו – סלח לנו אבינו כי ברוב אולתינו שגינו וכו', און נאכ'ן ענדיגען סליחות האט מען ווייטער געזאגט שמו"ע. אבער מ'ענדיגט נישט סליחות אין דער זעלבע פלאץ. נאכ'ן אשמנו זאגט מען משיח צדקך אמר לפניך וכו' כי לה' אלקינו הרחמים והסליחות, און דארט לייגט מען צו א פאר ווערטער – ואל יעכב חטא ועון את תפלתנו מחל וסלח לכל חטאתינו כי קל טוב וסלח אתה ברוך אתה ה' וכו'. נאכ'ן ענדיגען הויכער שמו"ע האט מען געזאגט קל רחום שמך וכו' ביז השתא בעגלא ובזמן קריב. איך הער אז אין דעברעצין אין ב"פ פיהרט מען זיך נאך אזוי, איך ווייס נישט וועגען די יעקע'ס צו אנדערע אויבערלענדער בתי מדרשים.
אין סליחות פאר צום גדליה נוסח ליטא איז דא א סליחה א גאר אינטרעסאנטער. ס'איז א מוסר ספר פאר זיך. אין ישיבות זעט מען כסדר א נייע בחור קומט וואס פון שטוב האט ער געזאגט סליחות נוסח פולין צו אשכנז צו וואס, און ווען ער זעט דער סליחה פאר'ן ערשטע מאל ווערט ער ערשטוינט. איך קען עס נישט אויסשרייבען אין גאנצען, אבער ס'הייבט אן עזב נא בן אדם עזב נא.... טרם יספה או יומו יבא. און ער גייט דורך פארשידענע התעוררות'ן וואס מ'דארף אויף נישט צו זינדיגען.
דער נאמען וואס מיר רופען אן די פיוטים 'יוצרות' איז באמת נישט אינגאנצען ריכטיג. יעדער סארט פיוט האט איהר נאמען און איהר מהלך. 'יוצר' איז פאר פיוטים פונ'ם ברכת יוצר אור אין אנהייב, 'אופן' איז במקום 'והאופנים וחיות הקדש' וואס ווען מ'זאגט פיוטים טוישט מען עס אויף 'והחיות ישוררו', 'מארה' (אינטרעסאנט אז מ'נוצט אזא נאמען, ניין?) איז פאר סוף ברכת יוצר אור, 'אהבה' איז פאר אהבה רבה, 'זולת' איז פאר נאך 'אין אלקים זולתך', (אינטרעסאנט וואס ס'שטייט אין מחזור לר"ה פאר עזרת – אין אומרים זולת בר"ה ולא ביוהכ"פ לפי שאמת ויציב מתוקן כנגד י"ו כפרות שבפרשת י"ה באחרי מות ועתה אנו צריכין כפרה מוטב שנאמר אמת ויציב כהלכתו שהוא כנגגד הכפרות, וואס מיינט עס 'כהלכתו', הייסט באמת ס'איז אזא קולא אז מ'זאגט בכלל פיוטים?!), 'סילוק' פאר'ן לאנגע פיוט (געווענדליך) פאר קדושה און 'אזהרות' פאר די מנין המצוות פון מוסף שבועות (וואס כפי ידיעתי זאגט עס שוין קיינער אחוץ דער לעצטע קטע 'עליונים ששו ותחתונים עלזו' וואס אסאך זאגען נאך).
די ספרדים האבען א מנהג מאנטאג און דאנערשטאג. מיר אשכנזים לייגען דאך צו סליחות צום דאווענען, אבער נישט מיט ה' ה' און נישט מיט'ן גראם פון סליחות. אבער ביי זיי זאגט מען קודם תחנון (לדוד, נישט רחום וחנון) און דערנאך היבט מען אן סליחות, מאנטאג איז אנדעריש ווי דאנערשטיג, אום מאנטאג הייבט מען אן 'אנשי אמנה אבדו' פון ר' האי גאון, וואס מיר זאגען ביי סליחות בה"ב און ביי נעילה, דאנערשטאג זאגט מען נאך עפעס 'תמהנו מרעות תשש כחנו מצרות'. דערנאך זאגט מען נאך פיוטים מיט צוויי מאל ה' ה' אינדערמיט, און מאנטאג איז אנדעריש ווי דאנערשטאג.
דער גראם און דער סיסטעם פון סליחות מסתמא באמערקט דער עולם ביים זאגען, מיט די שלישיה און נאך. אבער איין זאך איז נישט אזוי באקאנט, און איך ווייס נישט צו איך קען עס אויסשרייבען אין ווערטער אויף אידיש. דאס איז א חלק פון די חכמה פון פיוט וואס ס'הייסט אויף ענגליש meter און rhythm. דער ענין איז אז פאעזיא איז נישט נאר וואס די ווערטער גראמען. דאס אז דער גאנצע שרייבאכץ האט א סיסטעם א בנין און די לעצטער ווארט גראמט מיינט אז מ'קען עס ליינען אויף אזא אופן אז ס'זאל קלאפען. אז מ'קען מאכען מער symmetry קלאפט עס נאך מער. למשל אז יעדער שורה האט דער זעלבע מאס syllables און די syllables זענען ענדליך זל"ז (אביסל ווי א haiku). ווען מ'זעט אין מאנכע סידורים פאר יגדל 'השיר הזה שקול משתי תנועות ויתד ושתי תנועות ויתד ושתי תנועות ויתד בדלת וכן בסוגר', און פאר אדון עולם שטייט עפעס אנדעריש (אין דער סוף פון מסכת ברכות אינ'ם הקדמה צום רי"ף האבען זיי דער ליד וואס איז געשטאנען אויפ'ן מצבה פונ'ם רי"ף, שטייט דארט אויך דער סיסטעם פונ'ם ליד אזוי), איז דער פשט אזוי. איך פארשטיי נישט אין גאנצען אבער דער יסוד איז אז א 'יתד' איז א שווא אדער א חטף נקודה, און א תנועה איז א געהעריגע תנועה. יעצט אז מ'קוקט אינ'ם פיוט יג דל, דאס איז צוויי תנועות, און דערנאך דער אל"ף פון א-להים מיט איהר חטף-סגול איז דער יתד. דערנאך איז דא דער להים חי, וואס דאס איז צוויי (פארוואס? ווייס איך נישט) און דערנאך ו וואס דאס איז א שווא, און דערנאך ישתבח. דאס איז דער דלת – דער עפענונג פונ'ם שורה, דערנאך איז דא דער סוגר, וואס דאס איז דער צווייטע האלב פונ'ם שורה פונ'ם ליד, נ מצא איז צוויי תנועות ו איז דער יתד אין עת אל וכן הלאה. אז מ'קוקט די אלע לידער אזוי, זעט מען אז אלס קלאפט, יעדער שורה איז ענדליך צו איהר חבר און דעריבער גראמט עס און זינגט זיך עס בעסער. דער חכמה פון קענען בויען א ליד אזוי איז א חלק פון חכמת הפיוט וואס איז ברייט פארגעסען געווארען.
אין די פיוטים פון ר"ה יוהכ"פ אויפ'ן ברכות פון הויכע שמו"ע איז דא אפאר זאכען צו באמערקען. דער וואס קוקט גוט וועט זען אז אין אבות דערמאנט מען אברהם אבינו, אין גבורות יצחק אבינו, און נאך 'מחיה המתים' ווען מ'זאגט נאך א פיוט וואס דאס גייט אויף קדושת ה' דערמאנט מען יעקב אבינו. ס'איז דא א ספר פון הרב יהושע העליר (מח"ס חוסן יהושע א פאפולערער מוסר ספר פאר בחורים, ווי אויך דער וואס האט ארויסגעגעבען דער רוח חיים פון ר' חיים וואלאזינער אויף אבות, מיט אפאר הגהות און הוספות זיינער) וואס הייסט בית תפלה. אמאל פלעגט עס זיין געדרוקט אין איין באנד צוזאמען מיט אנדערע ספרים פונ'ם מחבר און זיין ברודער אויף אגדה און מוסר. אין דער בית תפלה רעדט ער פון א ירושלמי וואס שטעלט צו די י"ח עופות טמאות צו שמו"ע, און ער איז מסביר יעדער עוף פארוואס ס'שטימט מיט יענער ברכה. דארט ברענגט ער דער ענין אז די ערשטע דריי ברכות זענען כנגד די אבות, ווייל אזוי זעט מען אין די פיוטים און ער זאגט שיינער פשטים אין דעם, פארוואס דער נשר איז אזוי ווי אברהם אבינו, דער פרס איז יצחק און דער עזניה איז יעקב. אבער דאס גילט נישט אין אנדערע פיוטים. למשל ביי ד' פרשיות צו יו"ט זעט מען נישט דער זאך אז מ'זאל דערמאנען די אבות דארט, עכ"פ נישט באזונדער אברהם ביי אבות.
אין יענע פיוטים טאקע פון ר"ה יוהכ"פ פעלט גאנצע שטיקלעך. ס'איז דא א זייער פאפולערער סידור, בפרט ביים ישיבישע עולם, וואס ס'הייסט 'סידור ווילנא' (ווען ס'איז ערשט ארויס האב איך עס אנגערופען 'סידור מעזשיבוזש'. פארוואס? דו זאג מיר פארוואס ווילנא, וועל איך דיר זאגען פארוואס מעזשיבוזש!) ארויסגעגעבען דורך א חבורה ירושלימ'ער אידען, ובראשם הרב ישראל מאיר הירש נ"י בנו של מרן הרב משה הירש זצוקללה"ה דער וועלט'ס פארזארגער און דער ר' איצעלע וואלאזהינער מיט הרב שמואל הנגיד און הרב יאסעלמאן פון ראסהיים פון אונזער דור(!). זיי האבען אויך געדרוקט א מחזור לר"ה, אבער ס'איז נישט אזוי פאפולער (איך האב געהערט פאר זיי האבען עס געדרוקט אז זיי האבען געהאט א גרויסע ספק, ווייל דער מנהג פון למנצח פאר תקיעות האט באמת נישט קיין עמטליכע מקור, אבער ווי קענען זיי דרוקען א מחזור אן למנצח? ווען ס'איז ארויס לאור האב איך געקוקט צו זען ווס זיי האבען געטוהן. זיי האבען עס געלייגט אין קליינע אותיות טאקע, כאילו ס'איז עפעס א מנהג וואס אנדערע האבען). דארט האבען זיי א לאנגער הקדמה וועגען פיוטים און דער היתר דערצו, מיט לשונות פון אסאך ראשונים, זייער אינטרעסאנט. עכ"פ אין די פיוטים פון אבות גבורות וקדושת השם טענה'ן זיי אז אין אנהייב האבען די פיוטים געהאט צום סוף א רשימה פון פסוקים וואס אויף זיי איז געבויט געווארען דער פיוט. זיי האבען עס אריינגעדרוקט אין העלער אותיות אז מ'זאל עס קענען ליינען. דאס ווארפט א ליכט אויפ'ן גאנצע פיוט.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:58 am#294742
הגם אז איך בין מסכים צו די הנחה פון הרב ATUB @שש משזר ATUB אז דאס קאלירטע פארבען פון אונזער רעליגיע גיבט אסאך צו צו א מענטש'ס באקוועמליכקייט אונטער'ן דאך פון אידענטום, און ממילא איז היסטוריא וויכטיג, ווי אויך פיוטים דקדוק ועוד, מ"מ קלער איך אז מ'וואלט ענדעריש געדארפ'ט אנהויבען מיט דער וויכטיגסטע, וואס דאס איז השקפה לערנען גרונטליך. אסאך מענטשען וואס מ'רעדט מיט זיי קענען נישט די סאמע יסודות פון אונזער רעליגיע. די ווערטער 'איך בין א נער און אויך גלויב' איז הונדרעט פערצענט אמת, עכ"פ איהר ערשטע האלב.
לעצטענ'ס בין איך געווען אין ביהמ"ד שבת נאכמיטאג און א נודניק איז מיר צוגעקומען. איך האב נישט געקענט פטור ווערען פון איהם האב איך איהם מציע געווען מ'זאל עפעס לערנען. דף יומי האט דעמאלס אנגעהויבען מסכת נדרים האט מען אנגעהויבען נדרים. ער האט זיך געהאלטען פאר א לץ, האט ער אין מיט'ן עפעס א ליצנות געמאכט פונ'ם גמרא און איך האב איהם פארגעהאלטען 'דאס איז דאך דער אייבישטער'ס תורה!?'. זאגט ער מיר 'ניין, דאס איז נאר חומש, גמרא איז די חכמים'. איך בין דערשראקען צו זען אז ער ווייסט ניטאמאל גארנישט. מ'קען עס גוט אויסשמועס'ן אין איהר פרטים, אבער אזוי נישט צו וויסען וואס איז דאס תושבע"פ?!
נאך א מעשה: איך בין געווען אין א ביהמ"ד און איך הער ווי איינער א איד, בערך א זעכציג יעריגע, רעדט זיך אפ דער מחלוקת אין א"י ווי געפערליך ס'איז. 'מ'זעט אין היסטוריא אז אלע צרות קומען פון דעם אז מ'שלאגט זיך מיט'ן גדול הדור. ווי קען הרב שמואל אויערבאך זיך שלאגען מיט'ן גדול הדור?'. איך בין נערוועז געווארען, האב איך איהם געפרעגט 'אזוי? ווען אין היסטוריא איז אזוי טאקע געווען?'. זאגט ער מיר 'ביי משה רבינו און קרח'. פארגעס פון זיין טפשות און קטנות אז 'אלע צרות' מיינט איין מעשה פון דריי טויזענט יאר צוריק. איך האב איהם גלייך געזאגט 'משה רבינו און קרח איז כפירה אין י"ג עיקרים, אין נבואת משה, נישט קיין פאליטישע ווער זאל פיהרען דער ווערטשאפט'. שוין, ער רעדט נערישקייטען. איך האב עס שפעטער פארציילט פאר א חבר מיינער, א חשוב'ער יונגערמאן און א גרויסע למדן, נישט קיין יענק"י דוד"ל, א גרויסע ליטווישע יחסן פון אלע זייטען. ער האט זיך אפגערעדט 'פארוואס בין איך אין דער מיטל דרייסיג יארען, און איך וואלט קיינמאל נישט אליינס געכאפ'ט דער נקודה, אז משה רבינו'ס נבואה איז גאר עפעס אנדעריש?'. איך קען איהם נישט ענטפער'ן, אבער דער גרונטליכע וויסענשאפט פון אונזער גלויבען, נישט ראיות צו אמונה און נישט תירוצים צו קשיא'ס אויף אמונה, נאר פשוט וואס מ'גלויבט, פעלט אסאך מענטשען.
איך האב פאר איהם געוואלט צוזאמשטעלען א רשימה פון וואס וואלט געווען כדאי צו לערנען אויף זיך צו באהאווענען אין דער נושא. מ'דארף נישט ווערען קיין וועלט'ס מומחה אין דעם, און מ'דארף נישט לערנען מורה נבוכים וכדו', אבער דער י"ג עיקרים פונ'ם מקור און די ווערטער פונ'ם רמב"ם וכדו' אויף דעם איז פארט וויכטיג פאר יעדער איד, אפילו איינער וואס וויל נישט פרעגען קיין קשיא'ס און נישט נאכפארשען די ראיות און סתירות דערצו.
טאמער ס'קען מיר איינער מוציא זיין אין דער עבודה, וואלט איך איהם דאנקבאר געווען.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:02 am#294750
איך האב אריבער געפיהרט מיין מאמרים אויף פיוטים און סליחות דא. לכאורה פארדינט עס שוין אן עקסטער אשכול.
איך האב אויך פארראכטען מיין אריגינעלע פאסט אין דער אשכול מיט לינקס צוגעלייגט. עיי''ש ותמצא נחת
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 12:25 pm#294761
עס איז נישטא קיין ווערטער דיר צו באדאנקען, שש משזר, פאר די אויסערגעווענליכע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם אשכול. אסאך פון די ספרים וואס דו האסט דערמאנט זענען מיר געווען גענצליך נייע חידושים, בפרט אין דעם תחום פון דקדוק, אין וועלכן איך האב קיינמאל נישט עוסק געווען מחמת דעם וואס אונזערע גדולים האבן נישט געהאלטן דערפון. אבער יעצט האף איך אז איך וועל זיך נעמען די קוראזש אריינצובליקן דערין. כל הכבוד.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 3:54 pm#294789
יאיר האט געשריבן:בפרט אין דעם תחום פון דקדוק, אין וועלכן איך האב קיינמאל נישט עוסק געווען מחמת דעם וואס אונזערע גדולים האבן נישט געהאלטן דערפון. אבער יעצט האף איך אז איך וועל זיך נעמען די קוראזש אריינצובליקן דערין. כל הכבוד.

לץ אחד...!

ATUB @יאיר ATUB


אגב, האם יש לך מה להוסיף לינקים וכדו' על דברים הנידונים? אם כן, אל נא תמנע טוב מאתנו!
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 8:21 am#294911
שש, איך בין פול מיט איבערראשונג איבער דיין זעלטענער באקאנטשאפט אין אונזער גלאררייכן אוצר הספרים, ממש אן ענציקלאפעדיע פון ספרי יסוד וואס לאו כל אדם ממשמש בו.
הלפרין האט ארויסגעגעבן בסוף ימיו זיין לעצטן ווערק, דרכי הקב''ה, אן אייגנארטיגן ליקוט פון צענדליגער טויזנטער מראי מקומות איבער די וועגן פון השי''ת. אין דער הקדמה ברענגט פאטאסטאטן פון 15 בריוון פון חזון איש צו אים, וואס דו האסט דערמאנט, די שענסטע בריוון אין קובץ אגרות וואו חזון איש אדרעסירט בני נוער זענען אייגנטליך צו אים.
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:50 pm#295071
איינע פון די קינדער אין מיין באנק האט זיך פלוצלינג געעפנט דאס מויל און אנגעהויבן גיסן ידיעות אז ס'איז געגאנגען א רויך. ער קען אידישע היסטאריע, דקדוק, און וואס נישט. בקיצור עס האט מיר גענומען צייט געוואויר צו ווערן אז זיין טאטע האט אפגעמאכט אז ער גייט אים מאכן פאר א ידען על טהרת הקדש, און נישט מער און נישט ווייניגער נאר די גאנצע האט ער גאר גענומען פון אונזער באליבטן מזשר פון קאווע שטיבל.
בעל כרחי האט עס מיר צוריק אהער געשלעפט זיך צו באדאנקען פאר שש פאר זיין געוואלדיגע ארבעט. עס ליגט זיכער אין דעם א שווערע ארבעט פון טעג און וואכן. זאל דיר דער אייבערשטער באצאלן בכפל כפלים.
עס וועט נאך מסתמא נעמען אסאך צייט ביז איך וועל עס קענען דורכגיין גרינטליך און מעיר זיין.
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 am#295076
רימון האט געשריבן:שש, איך בין פול מיט איבערראשונג איבער דיין זעלטענער באקאנטשאפט אין אונזער גלאררייכן אוצר הספרים, ממש אן ענציקלאפעדיע פון ספרי יסוד וואס לאו כל אדם ממשמש בו.
הלפרין האט ארויסגעגעבן בסוף ימיו זיין לעצטן ווערק, דרכי הקב''ה, אן אייגנארטיגן ליקוט פון צענדליגער טויזנטער מראי מקומות איבער די וועגן פון השי''ת. אין דער הקדמה ברענגט פאטאסטאטן פון 15 בריוון פון חזון איש צו אים, וואס דו האסט דערמאנט, די שענסטע בריוון אין קובץ אגרות וואו חזון איש אדרעסירט בני נוער זענען אייגנטליך צו אים.
ATUB @רימון ATUB , ייש"כ פאר דיינע לויב רייד.
דו מאכסט א רושם - פון דיינע דערווייל-געציילטע תגובות - פון א קלוגע יונגערמאן מיט אסאך ידיעות. לאז אונז נישט ווארטן, נאר עפן דיין מויל אז ס'זאל זיך גיסן מרגליות ופנינים לרוב!...


ברסלבער האט געשריבן:איינע פון די קינדער אין מיין באנק האט זיך פלוצלינג געעפנט דאס מויל און אנגעהויבן גיסן ידיעות אז ס'איז געגאנגען א רויך. ער קען אידישע היסטאריע, דקדוק, און וואס נישט. בקיצור עס האט מיר גענומען צייט געוואויר צו ווערן אז זיין טאטע האט אפגעמאכט אז ער גייט אים מאכן פאר א ידען על טהרת הקדש, און נישט מער און נישט ווייניגער נאר די גאנצע האט ער גאר גענומען פון אונזער באליבטן משזר פון קאווע שטיבל.
בעל כרחי האט עס מיר צוריק אהער געשלעפט זיך צו באדאנקען פאר שש פאר זיין געוואלדיגע ארבעט. עס ליגט זיכער אין דעם א שווערע ארבעט פון טעג און וואכן. זאל דיר דער אייבערשטער באצאלן בכפל כפלים.
עס וועט נאך מסתמא נעמען אסאך צייט ביז איך וועל עס קענען דורכגיין גרינטליך און מעיר זיין.
ATUB @ברסלבער ATUB , כ'האף אז דיין מעשה איז אמת... אויב יא, געבט דאס מיר גאר אסאך חיזוק. אויב נישט, וועט דאס האפנטליך געשען בקרוב...

ייש"כ פאר דיינע ווארימע קאמפלימענטן. און יא, ס'האט מיר גענומען טעג און וואכן צו מסדר זיין [אדרבה, פרעגטס ATUB @יאיר ATUB , וועם איך האב שוין מודיע געווען אז כ'ארבעט אויף מיין 'למעשה', א לאאאאאנגע צייט צוריק].

כ'קען קוים ווארטן אויף דיינע הערות מחכימות!
מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:46 pm#295884
האב איך געטראכט צו מיר דעם שבת אז ס'קען זיין אביסל שווער אנצוהויבן אלץ בחור, און כדי דער בחור זאל זיין אינטרעסירט ברויך ער שוין האבן געלייענט דעם ספר אלץ קינד.
זונטאג אוגוסט 16, 2015 3:32 pm#296078
איך האב ערשט יעצט דערזען דעם אשכול, איך האב עס נאכנישט פארכאפט צו ליינען. איך וויל אבער קודם כל אויסדרוקן מיין התפעלות און דאנקבארקייט צו שש משזר פאר דער קאלאסאלאר ארבעט. אזעלכע פעאיגקייטן זענען לעגענדאריש!

איך האף צוריקצוקומען נאכאמאל נאכ'ן ליינען מיט א פרישן דאנק (און האפנטליך הערות).
זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:03 pm#296083
שש משזר איך שטוין פון דיינע ברייטע ידיעות און דיין רייכן פעדער, ווי ביזטו געוון ווען איך בין געוון יונג? פארוואס ביזטו נישט געווען מיין מנהל אדער מלמד, לגופו של עניין דארף באצייכנט ווערן אז פון האבן אסאך ידיעות ווערט מען נאך נישט קיין חכם, חכמה איז א אייגנשאפט וואס מען קען זיך איינקויפן מיט זיך איבן די מח צו טראכטן ארגינעל און אינדרויסן פון די פושקע, און אוודאי אז ווי מער מען איז קונה נאך דעות און שיטות העלפט דאס אנטוויקלן חכמה.
בכל אופן שש משזר איך וואלט דיר געדאפט געבן אפאר קרומע אותיות צו איבערטייפו זיכער צו מאכן אז דו ביזט נישט קיין מאשין...
זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:35 pm#296089
איש עברי האט געשריבן:בכל אופן שש משזר איך וואלט דיר געדאפט געבן אפאר קרומע אותיות צו איבערטייפו זיכער צו מאכן אז דו ביזט נישט קיין מאשין...

:lol: :lol: :lol:


ייש"כ ATUB @איש עברי ATUB , און ATUB @פלאוויוס ATUB , פאר ענקערע דברי עידוד.
אויב ענק האבן וואס מוסיף צו זיין איבער די ענינים שנידוני באשכול הלז, אדרבה לייגטס צו ענקערע הערות מחכימות להנאת הציבור.
זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:46 pm#296184
שש משזר האט געשריבן:
דער יעב"ץ דריקט זיך אויס אויף אים זייער שיין אין א תשובה [דער ק' דארטן מיינט קדוש? אדער וואס?].

הקצין. (אזוי משוגע איז דער יעב"ץ ניט געווען...)
זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:42 pm#296189
בפשטות ביזטו גערעכט, כאטש ער איז נישט געווען קיין אפיציעלער 'קצין' הקהילה [בדומה לפרנס, טפסר, וכו'], אבער ס'איז גענוצט געווארן אלס טיטל פאר א חשוב'ער מענטש. ס'שטימט בעיקר מיט וואס איך ווייס אז דער יעב"ץ האט געדארפט צוקומען צו זיינע טובות, ואכהמ"ל.

עכ"פ דער טעות אז דאס מיינט 'קדוש', האט שוין געמאכט דער גרויסער מגיד פון כעלעם, דא.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:31 pm#297306
וועלכע היסטוריה ספר איז גע'אייניגט פאר א מתחיל?
די אשכול וואלט ווען געזאלט צוטיילט ווערן אויף באזונדערע נושאים - איך בין סובב והולך אויף די אופני הדרכה וואס מרן הגאון שש [משזר] שליט"א גיבט אן וויאזוי צו לערנען און וויסן "היסטאריע". זיין ליסטע איז בעסער ווי גוט.

איין הערה'לע, לאו דוקא אויף ר' שש['ן], נאר אויף ספרי עזר ולימוד בכלל און ספרי היסטוריה בפרט. עס איז דא אן ערענסטע פראבלעם אין אונזער אידישען ליטעראטור. איך וועל מקדים זיין מיטן צוטיילן דעם עולם, דעם המון עם, אין צוויי, איין טייל איז דער עולם גולם, וואס קויפן ספרים נאר פאר בר מצוה מתנות, קענען נישט מעביר סדרה זיין, דארפן הילף פאר שרייבן א שלום זכר צעטל, ווער רעדט נאך פון זאגן אפאר תורה ווערטער ביי א שמחה. אלץ וואס זיי ווייסען - די תמימות'דיגע ערליכע - איז פון די צעטליך וואס די קינדער ברענגען אהיים פון בתי חינוך, פון די שיעור וואס ער גייט ביינאכט, און פון די גרינוואלד/גרינבוים בראווערמאן/בידערמאן קאסעטן. מ'קען זיי איינרעדן וואס מ'וויל. שטעלסט ארויף א אינגערמאן רעדן וועגן ניטול, ווערן זיי נתפעל פון זיינע ידיעות און זיי רעדן זיך שוין דורך מיט אים וואו צו שיקן זייערע בחורים לערנען.

נאכדעם איז דא די מענטשען וואס האבן א ריח תורה. אפילו זיי לערנען נישט קיין אות אחת, וועלן אבער קענען עפענען סיי וועלכע ספר, און פארשטיין וואס מ'רעדט. זיי ליינען אביסל דא אביסל דארט, זיי ווייסען וואס טוט זיך. זיי דער-שמעקן ווער ס'איז א תלמיד חכם, א ידען, א.א.וו.

דאס איז כלפי דער המון עם. די תלמידי חכמים ווידער, אין הינזיכט פון "ללמד", וויאזוי זיי געבן איבער תורה פאר די המון, - און איך רעדט דווקא בכתב פארמאט, נישט בפה - איז אויך שייך צוויי דרכים. די מער-גאונישע קענען נישט סערווירן דעם המון, ווייל זיי זענען צו סאך העכער, זיי קענען מו"ל זיין ספרי שו"ת און דרוש. זאכן וואס פשוטע מענטשען ווייסען ניטאמאל וויאזוי צו עסן. ווידער די עליטע, די "ווייסער'ס" זענען נישט נייגעריג. סך הכל זענען זייערע ספרים געווידמעט פאר בדומה לו, הרה"ג א' פאר הרה"ג ב' וחוזר חלילה.

די אנדערע תלמידי חכמים, די דיינימ'לעך, זייער גאנצע ציל איז צו ווערן פון דומ"ץ צו ראב"ד, נו ווי פאסט עס זיי זאלן זיך אפגעבען מיט דברים של מה בכך, ארויסגעבן פשוטע ספרים וואס גאר פשוטע מענטשען זאלן קענען רילעיטן צו. כאטש דאס וואלט געווען א הייסע אייטעם - אזויווי מ'זעהט אין די הינזיכט פון "קיצורי דינים", ווי נטעי גבריאל, אוצר הלכות, די אלע ווערן פארכאפט און גענוצט. לענ"ד זענען קיצורי הלכות גארנישט ווערט, ס'איז א בחינה פון ולא נודע כי באו, אריין פון דא און ארויס פון דארט, קוים וואס ס'קלעבט זיך אן. - אקיצור, אונז האבן נישט די תלמידי חכמים ידענים און בעלי כשרון וואס זאלן זיך אפגעבן מיט מחבר זיין סעריעס פון "פאר דאמיס". די וואס קענען ווילן ווייזען זייער גדלות אין גוגל-זוכעניש, מיט הערות, מראי מקומות און ר"ת, וואס א פשוטע מענטש ווייסט ניטאמאל צו מפענח זיין.

דאס איז בכלל. ווען ס'קומט צו היסטוריה בפרט - די וואס האבן גוט געקענט היסטוריה, האבן נישט געשריבן זייערע ספרים כדי אויסצולערנען דעם נישט-ווייסער, RATHER איז זייער ציהל: אפצופרעגן א פריערדיגער. צו ס'איז א פרומער קעגען א משכיל אדער קעגן א פרומער וואס איז נחשד אין השכלה. וועגן דעם וועסטו זעהן אז זיי זענען פארנומען עמוד נאך עמוד מצטט זיין הירש, ווייס, גרץ, און נאך, און אויפווייזען אז זיי זענען נישט גערעכט. די מהלך פון די מחברי ספרים אויף היסטוריה איז א TURN OFF לכל דופקי שעריה. ממילא ווען איינער וויל עכט לערנען היסטוריה כתינוק בנייר חדש, איז נאך אלץ נישט דא די ריכטיגע ספר. - תולדות עם עולם איז אביסל בעסער אינדעם, אבער צו אויסגעצויגן. ווידער קיצורים ממש איז אויך גארנישט ווערט ווייל ס'בלייבט נישט אין זכרון.

תמצית הדברים: היסטוריה שרייבער זוכן צו ווייזען זייער גדלות און קענטעניס פון שפראך, היסטוריה וכו'. זייער ציהל איז נישט צו "אויסלערנען".

הניחו מקום להתגדר פאר ר' שש['ן]
זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:26 pm#297386
וכל שכן ווען ס'קומט צו דקדוק
זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:41 pm#297390
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
איך האב נישט אלע פראבירט, אבער תולדות עם עולם איז צו לעקען דער פינגער. יעדער ווארט האט איהר פלאץ, יעדער מליצה האט א טיפער פשט, אלס לשונות חז''ל ראשונים און פיוטים. ס'איז א נחת צו ליינען.
ביסט גערעכט וועגען גרעץ און 'הלוי', אבער אנדערע ספרים פון ר' שש זענען גארנישט אזוי שווער און טעכניש.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:50 pm#297391
איך שליס טאקע אויס תולדות עם עולם פון "דעם" פראבלעם, די אנדערע זאגסט דאך האסט נישט פראבירט...
זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:06 pm#297394
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
עס איז אבער שרעקעדיג לאנג,
זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:14 pm#297397
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך שליס טאקע אויס תולדות עם עולם פון "דעם" פראבלעם, די אנדערע זאגסט דאך האסט נישט פראבירט...

אבער דער פראבלעם פון אויסגעצויגען האב איך געמיינט. זיין ווערטער זענען קיינמאל נישט איבעריג.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:20 pm#297403
כ'פארשטיי אבער נישט וואס איז דער פראבלעם מיטן סדר הדורות [הלפרין], און שם הגדולים [חיד"א]. און נאך אסאך אנדערע.

בעיקר איז ליטוואק גערעכט, אז רי"א הלוי איז מסתמא דער איינציגסטער אין מיין רשימה וואס האט געשריבן ע"ד התקפת קודמיו, און טאקע צוליב דעם האט ער עס ארויסגעגעבן - אפצופרעגן די משכילים, אבער אלע אנדערע, ועכ"פ רובם ככולם זענען יא געשריבן פאר א מתחיל אויך, כנלענ"ד.

[משא"כ בנוגע דקדוק ביזטו גערעכט, און דערפאר האב איך מער צום סוף פון יענעם תגובה געברענגט ספרי דקדוק למתחילים].
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:48 am#297947
רימון האט געשריבן:שש, איך בין פול מיט איבערראשונג איבער דיין זעלטענער באקאנטשאפט אין אונזער גלאררייכן אוצר הספרים, ממש אן ענציקלאפעדיע פון ספרי יסוד וואס לאו כל אדם ממשמש בו.
הלפרין האט ארויסגעגעבן בסוף ימיו זיין לעצטן ווערק, דרכי הקב''ה, אן אייגנארטיגן ליקוט פון צענדליגער טויזנטער מראי מקומות איבער די וועגן פון השי''ת. אין דער הקדמה ברענגט פאטאסטאטן פון 15 בריוון פון חזון איש צו אים, וואס דו האסט דערמאנט, די שענסטע בריוון אין קובץ אגרות וואו חזון איש אדרעסירט בני נוער זענען אייגנטליך צו אים.

איבער הלפרין'ס ספר דרכי הקב"ה. כ'ווייס דערפון. כ'האב נישט אראפגעברענגט סתם ספרים וואס די אויבנדערמאנטע מחברים האבן מחבר געווען, נאר ספרים וואס זענען נוגע צו די דברים הנידונים שם. דאכצעך מיר אויך, אז אויפן ספר דרכי הקב"ה איז געווען א שטיקל טומל נאכן ארויסגעבן אז ס'טויג נישט געוויסע אמונה ענינים וכו'. כ'בין נישט באקאנט איבער איר ווארהייט און פרטים.

די שענסטע בריוון פונעם חזו"א זענען טאקע צו אים, כ'האב מער צו דערציילן איבער דעם. אבער דאס באלאנגט בעצם אין אן אשכול מיוחד לאיש המוזר הגאון הגיבור [א שילוב...] רבי רפאל הלפרין. ער איז ווערט אויסגעשמועסט צו ווערן אין אנשי שם.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:44 pm#298239
ס'איז דערמאנט געווארן ר' יצחק אייזיק הלוי און זאב יעבץ, איז בנותן טעם צו בריינגען וואס ריא"ה האט געשריבן אויף יעבץ, ער רעדט פון א ספר 'עמק הברכה' איך ווייס ניט אויב ער האט דאס געדרוקט. (כמדומה אז אין זיינע שפעטערדיקע ספרים איז ער מער פרום).
ואמנם כי גם זולת זה אי אפשר לעשות ליעבץ דבר, כי אם אחר ההדפסה ואחרי אשר ידקדקו ויראו אם הספר נכתב לכל הפחות על פי כל רוח היהדות.
טעות גדול טעיתי כי האמנתי בהבטחתו אשר עתה יעזוב את דרכי גרעץ-ווייס בנוגע לתורה שיבעל פה, האיש זקן כבר מאולתו לא יסור,וכל דבריו כסדר פעם אחר פעם שכל התורה שבעל פה אינה כי אם ענטוויקלונג מהתנאים, וכל דבריו בזה ממש דברי גייגער גרעץ ווייס וחביריהם רק שהם יגנו זה והוא ישבח ויהלל.
וזה אין נפקא מינה כלל, העיקר הוא האמונה והפרינציפ, ודבריו יזיקו כמו דבריהם.
והוא רק עזות וחוצפה יתירא מאיש למדן קטן אשר לית ליה מגרמיה כלום, וכבר ראה את הדורות הראשונים ובעצמו יאמר כי אין להשיב עליהם בכל זה נשאר על מעמד גייגער וגרעץ. וידעתי שישיבתו בברלין גרמה לו כל זה, אבל יהי׳ מה שיהי׳ יעבץ רחוק מדעותינו כרחוק מזרח ממערב, ומה ירצה מאתנו.
אחר ההדפסה אם ידקדקו וימצאו שיש איזה ברכה בעמק הברכה, ואין שם אפיקורסות אז אפשר להם לעזור לו, אבל לא קודם.

אגב, די הקדמה פון יענע כרך בריוו, איז לדעתי געשריבן מיט גרויסע הגזמות, ספעציעל איבער די אונטערטעניקייט פון גדולי רוסיא וליטא צו עם, כמו שעיני הקורא תחזינה מישרים.

א שיינע ביכל וואס גייט אדורך די היסטאריע, אפיציעל פאר קינדער, אבער ערוואקסענע קענען אויך הנאה האבן (אמאל ווען איינער האט געוואלט קויפן א ספר אויף אידיש, פלעגט ער זאגן אז ס'איז פאר זיין פרוי...)

מספרי גרץ (פאר דער וואס וויל פארשטיין אויף וואס הלוי רעגט זיך אויף...)
חלק ה'
חלק ז'
חלק ח'

אויב ס'ווילט זיך אמאל אריינגיין טיפער אין א געוויסער נושא, קען מען ליינען ארטיקלען אויף די וועבסייט jstor, די ארטיקלען אויף עברית קען מען דאונלאודען בחינם דורך זיך אריינשרייבן אין ספריה הלאומית, און פון דארט אריינגיין אין jstor. אויף געפינען ארטיקלען קען העלפן דער וועבסייט רמב"י. א ארטיקל מען אויסדרוקען פאר שבת, עד"מ. וויבאלד אז דער שרייבער גיט א איבער בליק פון וואס איז שוין געוואוסט און ערשט דערנאך פרוואוט ער מוכיח זיין זיין אויפטו, איז דאס אמאל מער engaging ווי א בוך, מ'האט די מקורות פאר זיך און מ'דארף טראכטן בין איך מסכים צי ניט.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:17 pm#298246
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
דוכט זיך דער ביכל פאר קינדער איז אוועילעבעל אויף היברובוקס וואס איז לייכטער ווי גוג''ל, אבער איך קען נישט לינק'ן פון מיין סנארטפאון
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:25 pm#298248
גראדע איבער דעם קריגעריי צווישן ריא"ה און ר"ז יעבץ, האב איך שוין פריער אנגעמערקט:
שש משזר האט געשריבן:אנדערש ווי דער אגודה עסקן, ר' יצחק אייזיק הלוי, איז דער חוקר המהולל ר' זאב יעבץ געווען א הייסער מזרח'יסט, אבער א פרומער ערליכער איד. ער איז געווען דער ערשטער וואס האט באוויזן אהערצושטעלן דער גאנצער אידישער היסטאריע פון בריאת העולם ביז תקופתו [חובבי ציון], פון א פרומען שטאנדפונקט, דורך נישט ווייניגער פון 14 בענדער מיטן נאמען 'תולדות ישראל'. גראדע איז ריא"ה געווען אביסל צופיצקעט מיט אים איבער שיטות, אבער למעשה איז ר"ז יעבץ אויך נתקבל געווארן - כאטש ער איז א טראפעלע מער לינק גענויגט [למשל, ביים באשרייבן שיין מענדלסאן, אדער ביים באשרייבן חסידות געמיין]. סוף דבר, ס'איז א הערליכער ארבעט וואס איז גוט אדורכצוטון.


די ביכער פון גרעץ ודומיו האב איך דוקא נישט אראפגעברענגט אויבן, וכתבתי טעמו לעיל. אבער דא איז אפשר יא כדאי זיי צוצוצייכענען.

די לינקס וואס איר האט צוגעצייכענט וואו מ'קען איינקויפן א געוואלד מיט ידיעות, איז גאר וויכטיג און ווערטבאר [גם לדידי], ותושחח"ל!

רבותי, מיר האבן א פרישער חוקר וידען מהולל, הרב ATUB @רוסישער ATUB שליט"א!
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:07 am#298420
הרב בערל וויין שוין דערמאנט?
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:33 am#298426
כ'האב נישט געברענגט קיין ווידעא/אודיאו, נאר ספרים ממש.

אבער אדרבה, ברענג דו ארויף [סתם אזוי, עקסעס צו יוטיוב איז ביי מיר פארמאכט, סאו כ'האב גארנישט געקענט ברענגען סייווי :( ].
זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:50 am#298438
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
לויט וואס איך האב געליינט, איז הרב וויין'ס היסטוריא גוט נאר פאר אן עם הארץ דאורייתא ודרבנן וואס מיינט ר' ישראל סאלאנטער איז געווען אן איידעם ביים בעל המאור און אז די ראשונים האבען געמאכט א חרם אויף מאשין מצות. אז מ'ווייסט אביסל מער פון דעם איז ער נישט נוצליך בכלל. ער דינט א פארטיי נישט ווייניגער ווי שש''ט און אלס איז אזוי 'סימפליסטי''ש' ביז מ'קען פיהלען אז דער איי. קיו. גייט אראפ מיט יעדער חידוש זיינער. איך האב געליינט זיין גראבע ביכער אלס אינגעל פאר'ן ברמצוה, און פאר דעם האט עס געפאסט.
ער אנערקענט נישט קיין מחלוקת, אלס איז שיין און פיין. ער שרייבט אויף א כאראקטער ווי שפינוז''ה כאילו ער איז סתם א שיכור געווען.
בקיצור, ס'איז נאר נוצליך פאר א פולקאמער ע''ה, נישט מער.
כנלע''ד
זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:59 am#298446
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
איך האב געהערט זיין שיעור אויף שפינויזע , בכלל נישט וואס דו זאגסט.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:26 am#298447
חוששני אז אונזער אונגארישע ליטוואק איז זיך שטארק טועה.
פאר א טויש.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:41 am#298450
איך האב געליינט זיין ביכער, נישט געהערט די טעיפ. איך האב דארט געזען א גאר קליינער קאפ.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:44 am#298451
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט זיין ביכער, נישט געהערט די טעיפ. איך האב דארט געזען א גאר קליינער קאפ.

ווער קען זיך דען פארגלייכן צו א נולד מליטאי והונגרי יחד??
ס'מאכט אים נאך אלץ נישט ווערטלאז.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:15 am#298454
האיש זקן כבר מאולתו לא יסור

:like
זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:10 am#298471
איך האב איהם געהערט יארן צוריק אינעם קאסעטע פארמאט, איך האב געהאט דעם זעלבן הרגשה ווי לפ''ב.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:03 pm#298515
גם אני בחלומי, כ'האב געהערט און געזען א היבשע פאר שיעורים זיינע [אויף הידברות האט מען געברענגט אפאר שיעורים פון אים], און ס'איז בערך אזויווי רבי יעקב ווייס פון פאפא דערציילט איבער יאשקע [אקעי, אביסל בעסער. ווייל ער קען פשוט מער].

למעשה, פאר א מתחיל איז ער פיין.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:40 pm#298543
פאר א בחור'ל פון פערצן יאר וואס פירט דיבאטעס צו בריסקמאן איז בעסער ווי בערקא צו נישט, איז וויין לכאורה די בעסטע אפציע, ווי איידער פאטשקענען אויף היברו-בוקס אלטע ספרים.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:58 pm#298547
גם אני בתוכם, אבער מיר מעגען זיך אלע שעמען. טאמער אונז זע'מיר אזוי געבילדעט, אזוי קלוג, אזויפיל העכער ווי די פשוטי עם, און מיר טיילען איין ווער ס'קען און ווער ס'קען נישט, איז לאמיר אפיר ברענגען זיין גרייזען אדער קטנות, און אויסשמועס'ן גרונטליך, נישט סתם לשון הרע'ווען.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:43 pm#298563
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:40 pm#299520
איך ווייס נישט צו איינער האט עס שוין אנגעמערקט, אבער איינער וואס וויל א הקדמה לחכמת הדקדוק והלשון, פשוט עברי טייטש, קען קוקען דא, אזוי קען מען וויסען פון וואס מ'רעדט דא. אוודאי די ראשונים זענען די יסודות, אבער איידער מ'קומט אריין דארט, קען עס העלפען צו זע'ען די יסודות, אזוי האט יעדער זאך א פשט.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:36 pm#299532
די לינקס אנהויב אשכול צו אנציקלופדיה אוצר ישראל ח"ג וח"ד זענען נישט ריכטיג.

דא האט איהר די ריכטיגע:
חלק ג
חלק ד
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:59 pm#299537
ATUB @ריכטיג ATUB [תרתי משמע...].
מיין טעות [כ'האב געעפנט אסאך טעב"ס אויפאמאל, און למעשה זעט אויס כ'האב בטעות ארויפגעלייגט א לינק צו איין ספר אפאר מאל].

ייש"כ פארן צוצייכענען די ריכטיגע לינק.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:22 pm#299552
Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א
מ'זעט אז מ'האט טאקע געפאלגט און מ'גייט נאך די מראה מקומות. ביי מיר האט נאך קיינער נישט געטראפען די טעות אין מיין רייד
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:25 pm#299554
זארג דיך נישט, דאס איז נאר ביי היסטאריע, וואו יעדער האט ליב צו נאשן ידיעות. די רגע ס'ווערט שווערער, ווי ביים מאמר הדקדוק ולשון הקודש ביי מיר, און דיין אשכול הפיוטים, ווערט עס נאכגעלאזט...
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 2:11 am#299971
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:א"ח, דער "שקר מוחלט" אויפן רמ"ד שרייבט דוכט זיך ר' עקיבא יוסף שלעזינגער.

ידעתי בני ידעתי! אולי סבר בעל לב העברי שמותר לשקר מפני השלום בין ישראל ואביהם שבשמים. אגב, דאס איז נישט דער איינציגסטער זאך וואס ער שרייבט וואס מצד המציאות איז לכאורה נישט @ריכטיג

ATUB @אויבערלענדער חכם ATUB , אפשר ביזטו מפרט אביסל מער וועלכע זאכן רע"י שלעזינגער האט געזאגט אומריכטיג. ס'וואלט זיכער געווען אינטרעסאנט פאר אונז אלע [כידוע איז רע"י געווען אביסל א 'טשיקאווער' גדול, אויב מ'מעג זיך אזוי אויסדריקן. ער וואלט זיכער ווערט געווען א באזונדערע אפהאנדלונג אין 'אנשי שם' אפטיילונג].
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:17 pm#312269
פרייוויליג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:ווען איך רעד פון א בחור'ל לערנענדיג חקירה ספרים, מיין איך ספרים א שטייגער ווי דער כוזרי, חובת הלבבות, עקידה, אברבנאל, [ומו"נ].

ארויסצוהאבן גאט מיינט, געוואויר צו ווערן אמיתת השי"ת שלא כמאמר החכם 'כ'בין א נאר און איך גלייב' וואס אין מיינע אויגן מיינט עס 'כ'בין א נאר און איך גלייב אין יאשקע/מוכאמעד/בודהא/ושאר מרעין בישין'.

חקירה ספרים פאר עלטערע [וואס כ'האב נישט דערמאנט אין למעשה פראיעקט], איז יעדער לויט זיין פארדייאונגס סיסטעם, זה הכל הכל לפי מה שהוא אדם. ס'דא א מושג פון אסור לקרות ספרי מינים, און ס'דא א מושג פון ודע מה שתשיב לאפיקורס.

כיהודה ועוד לקרא, שמעתי ממורי הגרש"פ [רבי שמשון פינקוס] אז דער וואס זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב' איז א בהמה. די פראזע לויטעט: איך גלייב באמונה פשוטה אלעס וואס מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, און דאס איז די זעלבע סארט בהמיות. ער האט אביסל בעסער צוגעפיצט דעם פראזע: "איך גלייב אלעס וואס איך זע מיט מיינע אויגן", דאס מיינט דעם וואונדערליכע בריאה און באשאף, און מען זעט דעם לעכטיגען בורא אין איר דאס איז 'אמונה'. נישט אז מען ווייסט נישט וואס מען גלייבט. דער וואס גלייבט מיט פארמאכטע אויגן האט נישט קיין אמונה, נאר איז א בהמה און טאקע א נער. דער רבוש"ע וויל מען זאל אים טרעפן און דאנקן און לויבן.

אותיות מחכימות. זיין זיסע לשונות:
מיטוואך יוני 22, 2016 1:18 am#338604
בשורה טובה תדשן עצם!
איך וויל דא איינמעלדן פארן עולם, אז נאך פילע שעות ארבעט, און מיטן הילף פון הרב החשוב ATUB @ירא שמים ATUB , האב איך באוויזן צאמצושטעלן א קונטרס'ל וואס נעמט צאם דעם ריזן פראיעקט פון 'הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פון א 'שאינו יודע לשאול' צו א 'חכם', אויף WORD, מיט אלע לינקס אין בלויען קאליר, הערליך שיין.

איך האף אז דאס וועט נאך באקומען עפעס דיזיין/גראפיקס, און דאן וועל איך עס קענען ארויסגעבן אלס הערליך שיינע פראיעקט, בקרוב ממש.