פארומס › הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9397
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:33 am#298426
כ'האב נישט געברענגט קיין ווידעא/אודיאו, נאר ספרים ממש.

אבער אדרבה, ברענג דו ארויף [סתם אזוי, עקסעס צו יוטיוב איז ביי מיר פארמאכט, סאו כ'האב גארנישט געקענט ברענגען סייווי :( ].
זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:50 am#298438
לויט וואס איך האב געליינט, איז הרב וויין'ס היסטוריא גוט נאר פאר אן עם הארץ דאורייתא ודרבנן וואס מיינט ר' ישראל סאלאנטער איז געווען אן איידעם ביים בעל המאור און אז די ראשונים האבען געמאכט א חרם אויף מאשין מצות. אז מ'ווייסט אביסל מער פון דעם איז ער נישט נוצליך בכלל. ער דינט א פארטיי נישט ווייניגער ווי שש''ט און אלס איז אזוי 'סימפליסטי''ש' ביז מ'קען פיהלען אז דער איי. קיו. גייט אראפ מיט יעדער חידוש זיינער. איך האב געליינט זיין גראבע ביכער אלס אינגעל פאר'ן ברמצוה, און פאר דעם האט עס געפאסט.
ער אנערקענט נישט קיין מחלוקת, אלס איז שיין און פיין. ער שרייבט אויף א כאראקטער ווי שפינוז''ה כאילו ער איז סתם א שיכור געווען.
בקיצור, ס'איז נאר נוצליך פאר א פולקאמער ע''ה, נישט מער.
כנלע''ד
זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:59 am#298446
איך האב געהערט זיין שיעור אויף שפינויזע , בכלל נישט וואס דו זאגסט.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:26 am#298447
חוששני אז אונזער אונגארישע ליטוואק איז זיך שטארק טועה.
פאר א טויש.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:41 am#298450
איך האב געליינט זיין ביכער, נישט געהערט די טעיפ. איך האב דארט געזען א גאר קליינער קאפ.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:44 am#298451
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט זיין ביכער, נישט געהערט די טעיפ. איך האב דארט געזען א גאר קליינער קאפ.

ווער קען זיך דען פארגלייכן צו א נולד מליטאי והונגרי יחד??
ס'מאכט אים נאך אלץ נישט ווערטלאז.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:15 am#298454
האיש זקן כבר מאולתו לא יסור

:like
זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:10 am#298471
איך האב איהם געהערט יארן צוריק אינעם קאסעטע פארמאט, איך האב געהאט דעם זעלבן הרגשה ווי לפ''ב.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:03 pm#298515
גם אני בחלומי, כ'האב געהערט און געזען א היבשע פאר שיעורים זיינע [אויף הידברות האט מען געברענגט אפאר שיעורים פון אים], און ס'איז בערך אזויווי רבי יעקב ווייס פון פאפא דערציילט איבער יאשקע [אקעי, אביסל בעסער. ווייל ער קען פשוט מער].

למעשה, פאר א מתחיל איז ער פיין.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:40 pm#298543
פאר א בחור'ל פון פערצן יאר וואס פירט דיבאטעס צו בריסקמאן איז בעסער ווי בערקא צו נישט, איז וויין לכאורה די בעסטע אפציע, ווי איידער פאטשקענען אויף היברו-בוקס אלטע ספרים.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:58 pm#298547
גם אני בתוכם, אבער מיר מעגען זיך אלע שעמען. טאמער אונז זע'מיר אזוי געבילדעט, אזוי קלוג, אזויפיל העכער ווי די פשוטי עם, און מיר טיילען איין ווער ס'קען און ווער ס'קען נישט, איז לאמיר אפיר ברענגען זיין גרייזען אדער קטנות, און אויסשמועס'ן גרונטליך, נישט סתם לשון הרע'ווען.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:40 pm#299520
איך ווייס נישט צו איינער האט עס שוין אנגעמערקט, אבער איינער וואס וויל א הקדמה לחכמת הדקדוק והלשון, פשוט עברי טייטש, קען קוקען דא, אזוי קען מען וויסען פון וואס מ'רעדט דא. אוודאי די ראשונים זענען די יסודות, אבער איידער מ'קומט אריין דארט, קען עס העלפען צו זע'ען די יסודות, אזוי האט יעדער זאך א פשט.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:36 pm#299532
די לינקס אנהויב אשכול צו אנציקלופדיה אוצר ישראל ח"ג וח"ד זענען נישט ריכטיג.

דא האט איהר די ריכטיגע:
חלק ג
חלק ד
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:59 pm#299537
ATUB @ריכטיג ATUB [תרתי משמע...].
מיין טעות [כ'האב געעפנט אסאך טעב"ס אויפאמאל, און למעשה זעט אויס כ'האב בטעות ארויפגעלייגט א לינק צו איין ספר אפאר מאל].

ייש"כ פארן צוצייכענען די ריכטיגע לינק.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:22 pm#299552
מ'זעט אז מ'האט טאקע געפאלגט און מ'גייט נאך די מראה מקומות. ביי מיר האט נאך קיינער נישט געטראפען די טעות אין מיין רייד
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:25 pm#299554
זארג דיך נישט, דאס איז נאר ביי היסטאריע, וואו יעדער האט ליב צו נאשן ידיעות. די רגע ס'ווערט שווערער, ווי ביים מאמר הדקדוק ולשון הקודש ביי מיר, און דיין אשכול הפיוטים, ווערט עס נאכגעלאזט...
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 2:11 am#299971
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:א"ח, דער "שקר מוחלט" אויפן רמ"ד שרייבט דוכט זיך ר' עקיבא יוסף שלעזינגער.

ידעתי בני ידעתי! אולי סבר בעל לב העברי שמותר לשקר מפני השלום בין ישראל ואביהם שבשמים. אגב, דאס איז נישט דער איינציגסטער זאך וואס ער שרייבט וואס מצד המציאות איז לכאורה נישט @ריכטיג

ATUB @אויבערלענדער חכם ATUB , אפשר ביזטו מפרט אביסל מער וועלכע זאכן רע"י שלעזינגער האט געזאגט אומריכטיג. ס'וואלט זיכער געווען אינטרעסאנט פאר אונז אלע [כידוע איז רע"י געווען אביסל א 'טשיקאווער' גדול, אויב מ'מעג זיך אזוי אויסדריקן. ער וואלט זיכער ווערט געווען א באזונדערע אפהאנדלונג אין 'אנשי שם' אפטיילונג].
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:17 pm#312269
פרייוויליג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:ווען איך רעד פון א בחור'ל לערנענדיג חקירה ספרים, מיין איך ספרים א שטייגער ווי דער כוזרי, חובת הלבבות, עקידה, אברבנאל, [ומו"נ].

ארויסצוהאבן גאט מיינט, געוואויר צו ווערן אמיתת השי"ת שלא כמאמר החכם 'כ'בין א נאר און איך גלייב' וואס אין מיינע אויגן מיינט עס 'כ'בין א נאר און איך גלייב אין יאשקע/מוכאמעד/בודהא/ושאר מרעין בישין'.

חקירה ספרים פאר עלטערע [וואס כ'האב נישט דערמאנט אין למעשה פראיעקט], איז יעדער לויט זיין פארדייאונגס סיסטעם, זה הכל הכל לפי מה שהוא אדם. ס'דא א מושג פון אסור לקרות ספרי מינים, און ס'דא א מושג פון ודע מה שתשיב לאפיקורס.

כיהודה ועוד לקרא, שמעתי ממורי הגרש"פ [רבי שמשון פינקוס] אז דער וואס זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב' איז א בהמה. די פראזע לויטעט: איך גלייב באמונה פשוטה אלעס וואס מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, און דאס איז די זעלבע סארט בהמיות. ער האט אביסל בעסער צוגעפיצט דעם פראזע: "איך גלייב אלעס וואס איך זע מיט מיינע אויגן", דאס מיינט דעם וואונדערליכע בריאה און באשאף, און מען זעט דעם לעכטיגען בורא אין איר דאס איז 'אמונה'. נישט אז מען ווייסט נישט וואס מען גלייבט. דער וואס גלייבט מיט פארמאכטע אויגן האט נישט קיין אמונה, נאר איז א בהמה און טאקע א נער. דער רבוש"ע וויל מען זאל אים טרעפן און דאנקן און לויבן.

אותיות מחכימות. זיין זיסע לשונות:
מיטוואך יוני 22, 2016 1:18 am#338604
איך וויל דא איינמעלדן פארן עולם, אז נאך פילע שעות ארבעט, און מיטן הילף פון הרב החשוב ATUB @ירא שמים ATUB , האב איך באוויזן צאמצושטעלן א קונטרס'ל וואס נעמט צאם דעם ריזן פראיעקט פון 'הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פון א 'שאינו יודע לשאול' צו א 'חכם', אויף WORD, מיט אלע לינקס אין בלויען קאליר, הערליך שיין.

איך האף אז דאס וועט נאך באקומען עפעס דיזיין/גראפיקס, און דאן וועל איך עס קענען ארויסגעבן אלס הערליך שיינע פראיעקט, בקרוב ממש.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:55 pm#346270
שש משזר האט געשריבן:איך וויל דא איינמעלדן פארן עולם, אז נאך פילע שעות ארבעט, און מיטן הילף פון הרב החשוב @ירא שמים, האב איך באוויזן צאמצושטעלן א קונטרס'ל וואס נעמט צאם דעם ריזן פראיעקט פון 'הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פון א 'שאינו יודע לשאול' צו א 'חכם', אויף WORD, מיט אלע לינקס אין בלויען קאליר, הערליך שיין.

איך האף אז דאס וועט נאך באקומען עפעס דיזיין/גראפיקס, און דאן וועל איך עס קענען ארויסגעבן אלס הערליך שיינע פראיעקט, בקרוב ממש.

מורינו ורבינו שש המתוק.
שוין צוויי חדשים וואס מיר ווארטן דערויף.

ווי זינגט נאר ר' נתנאל'ע: א-ו-י, ווען וועט דאס שוין זיין?...
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:15 pm#420090
ראובן האט געשריבן:אויף דקדוק דארף מען מוסף זיין די ספרים פון הרב גוטמאן ז"ל אין לשה"ק און אידיש.


וועלכע ספר איז דאס, ATUB @ראובן ATUB ?
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:45 pm#420093
כ'האב עס שוין יארן נישט געזען. מסתמא נישט דא צו באקומען מער. א גוגל סוירטש האט מיר געברענגט א בילד פונעם מחבר אויף א"וו. צווייטער פון לינקס.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:50 pm#420095
וויאזוי דער ספר הייסט געדענקסטו?
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:14 pm#420100
כ'מיין כ'האב דעם ספר אין לשה"ק, באלד גיי איך עס אפירזוכן
מוצ"ש מאי 16, 2020 11:22 pm#448735
m https://www.dshir.co.il/product/7107 m
נטע בתוכנו פון הרב שמואל אריאל גאר א גוטע ספר פאר איינער וואס וויל אביסל אויסקלארען זיינע ספקות אין תורה שבעל פה
m https://otniel.org/product/ m נטע-בתוכנו-חלקים-אב/

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 29, 2021 10:40 pm#478619
[ציטאט אראפגענומען]

דער מהר"ל איז נישט געווען דער ערשטער, נאר ר' אלישע גאליקו תלמיד הבית יוסף בשם רבו. אזוי אויך זענען די איטאליענער רבנים ברובם ארויסגעקומען קעגן דעם ספר.
דער חידוש פונעם מהר"ל איז, אז שוין נאכדעם וואס די אריגינעלע מערכה האט איינגעשטילט (ר"ע מן האדומים האט זעלבסט צענזורירט די נייע מהדורה פון זיין ספר), האט דער מהר"ל עס שפעטער פריש ערוועקט מיט זיינע שארפע ווערטער קעגן דעם ספר מאור עינים.