Under maintenance
הויפט זייט » הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע שפראך

הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע שפראך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11350
מאנטאג מערץ 06, 2017 6:57 pm#364694
וואס איז שוין דיין תורה פאר א גוט יאר?
מאנטאג מערץ 06, 2017 6:58 pm#364695
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
חומש משניות גמרא ראשונים ופוסקים.
That was easy

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 06, 2017 7:05 pm#364697
נ"ך און ירושלמי?

און חומש לויט רלב"ג אדער בלכי, לויט מלמד התלמודים אדער לויט אבולפיה? און וועלעכער חלק פונעם חומש, נאר ביז שלישי, אדער גאר נאר די פסוקים וואס ווערט דערמאנט אין די ישיבישע מסכתות?
מאנטאג מערץ 06, 2017 8:31 pm#364701
קל וחומר האט געשריבן:רוב גדולי ישראל האבן אויך געהאלטן אז לשה"ר איז אסור ע"פ דין


דאס איז אבער נישט פון די עקרים
מאנטאג מערץ 06, 2017 8:42 pm#364702
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
moshav zekeinim האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:רוב גדולי ישראל האבן אויך געהאלטן אז לשה"ר איז אסור ע"פ דין


דאס איז אבער נישט פון די עקרים

רוב גדולי ישראל האבן געהאלטן אז ציונות איז נישט פון די עיקרים.
מאנטאג מערץ 06, 2017 9:31 pm#364706
@קל וחומר איר חלומ'ט
דער וואס האט מיטגעארבעט מיט שיטת הרצל ימש"ו האט עס געטין מיט דחילו ורחימו
דער וואס האט מתנגד געווען האט אים אריינגערעכנט אינעם נצר זדון עמלק,
דעם להעביר מחשבת המן האגגי, איז נישט א מנהג אדער קפידא, עס רירט אן צום עקזיסטענץ פינעם עם הנבחר
מאנטאג מערץ 06, 2017 9:36 pm#364707
Here we go again.....
מאנטאג מערץ 06, 2017 10:57 pm#364717
איש את רעהו האט געשריבן:@קל וחומר איר חלומ'ט
דער וואס האט מיטגעארבעט מיט שיטת הרצל ימש"ו האט עס געטין מיט דחילו ורחימו
דער וואס האט מתנגד געווען האט אים אריינגערעכנט אינעם נצר זדון עמלק,
דעם להעביר מחשבת המן האגגי, איז נישט א מנהג אדער קפידא, עס רירט אן צום עקזיסטענץ פינעם עם הנבחר

איש את רעהו: ס'איז כולי עלמא מודי אז הערצל אליינס פערזענליך האט נישט געטויגט. און קיין שום ערליכער איד האט נישט געזעהן א מנהיג ישראל אין איהם. און אלע ערליכע אידן זענען געווען אקעיגן זיינע ווילדע פאנטאזיעס און משוגע'נע רעיונות. לדוגמא וויאזוי צו דערגרייכן דעם יודנשטאט. אדער די מאטיוואציע וועלכע האט איהם געטריבן צו דעם געדאנק און די אידיאלאגיע. אדער זיין וויזיע וויאזוי דער יודנשטאט וועט אויסזעהן. אבער אונז ערליכע אידן גלייבן באמונה שלימה אז דער הייליגער באשעפער פיהרט די וועלט. און די בייזע מחשבות פון איהם און די אנדערע מייסדי הציונות זענען ב"ה געווארן בטל ומבוטל. קוק וויפיהל תורה און מצוות גייט ב"ה אן אין ארץ ישראל. טעאדאר הערצל האט דאס זיכער נישט געוואלט אדער געחלומ'ט אז ס'וועט אזוי זיין...! ס'איז שוין צייט אפ צו לאזן דעם געשטארבענעם געדאנק וואס רופט זיך ציונות. ס'איז היינט שוין נישט דא קיין ציונים. ס'דא ערליכע אידן און גויים. די ערליכע אידן דארפן זיך קאנצענטרירן וויאזוי מ'קען פארמערן תורה ומצוות. נישט זיין פארנומען מיט שטותים והבלים. ווי די גמ' (אין מס' גיטין) זאגט..."אינהו בדידהו. ואנן בדידן"...!

א דוגמא וואס הייסט זיין פארנומען מיט שטותים והבלים. דער הייליגער בד"ץ העדה החרדית איז ארויסגעקומען מיט א קול קורא אז מ'זאלל למען ה' נישט לאזן די קינדער פארשטעללן זיך פאר א פאליסמאן אדער א סאלדאט. א חייל פון די ..."טמא"נע"... צה"ל...! אויף דעם איז דא דער בי"ד...?!
מאנטאג מערץ 06, 2017 11:03 pm#364718
דו קוקסט היהודים באים און טיילסט איין פאר די בד"ץ וואס צו טון???

להוי ידועה, אנטי ציונות גייט קעגן פרומע ציונות פונקט אזוי. פרייהייט איז אן עקסטערער נושא.
מאנטאג מערץ 06, 2017 11:12 pm#364720
אוי...דער גלח, הרב קארדינאל דאולען זאגט אונז מוסר...אונז מיזן מיר זיכער תשובה טון... :lol: :roll:
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:01 pm#367677
מיטן ארויסקום פונעם פרישן וועקער הייבט ווידער אן קומען אינדארסירונגן, קריטיק און הערות, צווישן די וואס געבן א שיינע דעקונג פארן וועקער איז פאריגע חודש ארויסגעשטאנען הרב מנשה פילאפף, די חודש איז רבי מנשה דא צוריק, דאסמאל אין די נייעס באריכט (די צייטונג) זעה בילד.

די רעדאקציע פונעם וועקער באדאנקט זיך פאר הרב מנשה שליט״א פארן אונז מאיר זיין מיט זיינע הערות והארות, מיר פרייען זיך צו יעדע פידבעק, די רעדאקציע טוט איינלאדענען סיי ווער ס׳וויל לאזן הערן זיין מיינונג אריינצושיקן צו אונז א ארטיקל איבער סיי וואספארא נושא.
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:32 pm#367680
ATUB @ראובן ATUB האט אים זייער שיין דערמאנט אין די "ווארט פון די רעדאקציע" קאלום אינעם היינטיגן וועקער. איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון זיין רעיון וויאזוי ער קלערט אים אויף די תועלת דערפון...

איין קשיא נאר טייערער ראובן, וואס פעלט אויס אים צו באטיטלן אלס רב? וואו איר ער א רב?...
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:41 pm#367681
ביהמ"ד בית יואל דאכצעך הייסט עס.
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:25 pm#367690
איסר האטלקי האט געשריבן:@ראובן האט אים זייער שיין דערמאנט אין די "ווארט פון די רעדאקציע" קאלום אינעם היינטיגן וועקער. איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון זיין רעיון וויאזוי ער קלערט אים אויף די תועלת דערפון.....


וואסערע תועלת קען רבי מנשה פארשטיין אז די וועקער האט
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 10:12 pm#367695
איסר האטלקי האט געשריבן:@ראובן האט אים זייער שיין דערמאנט אין די "ווארט פון די רעדאקציע" קאלום אינעם היינטיגן וועקער. איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון זיין רעיון וויאזוי ער קלערט אים אויף די תועלת דערפון...

איין קשיא נאר טייערער ראובן, וואס פעלט אויס אים צו באטיטלן אלס רב? וואו איר ער א רב?...

ראובן'ס ווארט פון די רעדאקציע איז חכמת שלמה. זייער פראפעסיענאל, דיפלאמאטיש, און קלאר.
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 2:31 pm#368247
אפאר לצים האבן ארויסגעגעבן א ״מדריך לכתבי עת״ פאר פסח, דער וועקער ווערט אויסגערעכנט צווישן די פסולע אויסגאבעס צוזאמען מיטן בלאט, בליץ/בליק, די וואך וגו׳

m https://telegram.me/Publications_MM m
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 2:34 pm#368248
אלעס פארשטיי איך חוץ די ציוניסטישע חלק. דערווייל בין איך נישט אקעגן געקומען ציוניזם אין די וועקער. איך האב נאכנישט​געליינט רוב פון אכטע וועקער. אפשר וועט עס נאך אפיר קומען.
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 3:50 pm#368257
קורקלענד: ווייל בערל בעל עגלה האט נאכנישט געשריבן זיין חלק אין אכטן וועקער. ר' מנשה פיליפ האט א גוטן חוש הריח. ער ווייסט אז בערל בעל עגלה שרייבט אויף קאווע שטיבל. און ער איז א געפערליכער ציוני...! ער שרייבט אקעיגן כל הקודש לנו. אקעיגן הרב סענדער (מיט די בענדער ) דער דייטש זכותו יגון עלינו. און אקעיגן הרב מנשה פליפ-פלאפ. אויך אקעיגן הרב שמואל שלמה טעללער המכונה הרב ש.ב. מרגליות. און אקעיגן די נטורי חרתא רעדט מען דאך נישט. ווייל בערל בעל עגלה האלט אז די שיטה פון רבינו הקדוש מיינט נישט די אלע זאכן פונ'ם היינטיגן מציאות. ווען די אראבישע רוצחים שטייען מיט זייערע אויסגעשארפטע מעסערס און ווילן ח"ו אויסשעכטן אלע אידן בכל מקומות שהם...!

עיין בהקדמה לספה"ק ויואל משה דף ח'...!
מוצ"ש אוגוסט 26, 2017 11:17 pm#383431
אין א דרשה קעגן הרב יצחק לעבאוויטש האט הרב מנשה פילאפף פייערדיגער געהאקט אויפ'ן וועקער וואס האט אים באשריבן.
מוצ"ש אוגוסט 26, 2017 11:22 pm#383432
די וואך אין דער איד האט ער געהאקט אויף עפעס א מאגאזין, קודם האב איך געמיינט אז ער רעדט פון וועקער, (שוין געקלערט פון קויפן דעם לעצטן נומער), למעשה מיין איך אז ער רעדט פון מאמענט לאור עפעס אן אינטערוויו לעצטע וואך ביי הילולת רבינו, בנוגע שיטתו הבהירה מיט הגר"ק שווארץ.
זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:39 am#383445
דער פיליפ מוז זיין א גרויסע מענטש, והראי' מען רעדט פין אים אין ק"ש אסאך.
זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:34 am#383449
אישתשבי: דער פיליפ איז א גרויסער----. איך קען דאך נישט אלעס ארויסשרייבן. מ'וועט מיך דאך מעקן. איך מיין נישט מיין מאמר. נאר מיך אליינס. מ'וועט נעמען א גרויסן, ריזיגן מעקער און. מ'וועט מיך טרייען אויסצומעקן. (ווען זיי זעען מיך בחוש ממש וואלטן זיי געזעהן אז ס'איז נישט אזא גרינגער דזשאב.)...!

נאר דאס ביסל וואס איך קען יא ארויסשרייבן איז, אז ער איז א גרויסער היפאקריט. און עפעס אין זיין מאשינקע וואס רופטציך מח איז פארקרומט. ס'קען זיין אז א סוירקוט איז אויסגעברענט. אדער עטליכע קעפעסיטארס. און דער עלעקטריק אין זיין מח לויפט נישט אין די ריכטיגע דיירעקשן. אדער א פאר רעזיסטערס זענען געשארטעד. אבער על כל פנים. ער האט אזעלכע פארקרומטע דיעות, אז צומאל האלט איך אז ער אליינס גלייבט אויכעט נישט אין דעם וואס ער פרעפלט. ער זאגט עס נאר לתפארת הדרוש. אדער צו האלטן די כלבים אין זיין פארטיי א ביסל געצוימט אז זיי זאללן זיך נישט ארויסרייסן פון די קייטן. און ווייטער בלייבן זיצן במחשכים. ווייל, סוכ"ס איז ער אליינס א איד א ת"ח און אן אינטעליגענטער מענטש.

איך קען אנגעבן עטליכע סטעיטמענטס פון איהם, וועלכע ווייזן אן אויף זיינע פאררוקטע דיעות...!

ווען מ'האט איהם געפרעגט וואס ער זאגט איבער דעם מוסד הרב קוק וועלכער געט ארויס אזעלכע שיינע און לומד'ישע ספרים. האט ער געענטפערט אז בעיקבתא דמשיחא וועטן אן אמת'ער ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער, פאר וועם די סיטרא אחרא העלפט צו. דער וועט קענען לערנען...! דארף מען א מער אבסורדאלן ענטפער פון דעם...?!

אויך. ביי די צוק איתן מלחמה ווען צה"ל איז אריין קיין עזה, האבן די רעליגיעזע צייטונגען געברענגט פיקטשערס וויאזוי די ערליכע סאלדאטן מאכן מניינים צו דאווענען. אויך וויאזוי זיי לערנען שיעורי תורה. האט דער פאררוקטער פארשוין געשריבן אז מ'טאר נישט קוקן אויף די פיקטשערס , ווייל ס'קען ברענגען אז מ'זאלל מהרהר זיין בשבח הציונים...!
זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:21 pm#383470
berlbalaguleh האט געשריבן:איך קען אנגעבן עטליכע סטעיטמענטס פון איהם, וועלכע ווייזן אן אויף זיינע פאררוקטע דיעות...!

ווען מ'האט איהם געפרעגט וואס ער זאגט איבער דעם מוסד הרב קוק וועלכער געט ארויס אזעלכע שיינע און לומד'ישע ספרים. האט ער געענטפערט אז בעיקבתא דמשיחא וועטן אן אמת'ער ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער, פאר וועם די סיטרא אחרא העלפט צו. דער וועט קענען לערנען...! דארף מען א מער אבסורדאלן ענטפער פון דעם...?!

אויך. ביי די צוק איתן מלחמה ווען צה"ל איז אריין קיין עזה, האבן די רעליגיעזע צייטונגען געברענגט פיקטשערס וויאזוי די ערליכע סאלדאטן מאכן מניינים צו דאווענען. אויך וויאזוי זיי לערנען שיעורי תורה. האט דער פאררוקטער פארשוין געשריבן אז מ'טאר נישט קוקן אויף די פיקטשערס , ווייל ס'קען ברענגען אז מ'זאלל מהרהר זיין בשבח הציונים...!

במחילת כבוד תורתו של ידידנו מו"ה בערל, רוב מאל בין איך איינשטומיג מיט דיר בעיקר ווען עס קומט צו השקפות ודעות, לאמיתו של דבר דא זע איך נישט די פאלשקייט פון די דאזיגע רייד. איך האב שוין געהערט פון אים אפטע שקרים וכזבים, שיטות פון רבינו זי"ע וואס הייבן זיך נישט אן, ער ווייסט אסאך מאל נישט וואס ער רעדט, די צוויי פאראגראפן בין איך אבער יא מודה אינגאנצן מיט אים.!
זונטאג אוגוסט 27, 2017 7:57 pm#383489
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
כ'האה יעצט אויסגעהערט די אלע קליפס וואס פארט ארום פון ר' מ' פ', וואס זאל איך ענק זאגן, אויף עם קאן מען זאגן "שזאת התורה לא תהא מוחלפת" דעם זעלבן ניגון ווי אין דע ל' און מ' יארן מן הסתם איז געווען דעם זעלבן נוסח אין די כ' יארן, מ'טאר דאך נישט משנה זיין.

ס'דערמאנט מיך דע דרשות וואס פלעגן אויפרייצן דעם המון עם אמאל קעגן ר'מענדל וועכטער, אמאל קעגן ר' גרשון יעקבסון, אמאל קעגן ר' מיכל לעבאוויטש אא"וו
מיט דע דרשות און אט מיטן זעלבן טרויעריגע אבער אויפרייצענדע קול האטעראר בכוח, דע קול האטעראר וואס האט געמאכט צוברעכן גלאזענע פענסטערס און ג'לעכערט רעדער, און מיט דעם קול האטעראר האבן זיי פארמאכט און פארהאקט יעדן וואס איז נישט געגאנגן אין זייער שפאן, אלעס וואס האט נישט געשטימט מיט זייער אגענדע, מיט זעלבען קול האטעראר ווילן זיי יעצט שטיל מאכן זייער אן אייגענעם, ב"ה אז ס'היינט דא אינטערנעט, אינז האבן קאווע שטיבל אינז האבן ב"ה דער וועקער, דער בוכ"ע זאל העלפן אז קאווע שטיבל מיטן וועקער זאל גיין מעלה מעלה זאל זיין ויפוצו מייענותיך חוצה, וויפיל ער/זיי וועלן האקן אויפן וועקער אדער אויף קאווע שטיבל וועלן זיך די סאבסקרייבערס מערן, און אלע זייערע תכסיסי מלחמה וועט זיין כאין וכאפס.

@ראובן, כ'האף אז די נעקסטע וועקער גייט האבן קנאקעדיגע שטיקלעך, אזוי אז ס'זאל מקויים ווער דעם יסכר פי דוברי טעראר, און אויב די דארפסט האבן געלט, ביטע מאך שוין אן אפיעל, און ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט ווען ס'ווערט אנגעשטרענגט, אויב מאכסטו אן אפיעל וויל איך מיך בלי"נ משתתף זיין, כ'וויל זיין פון די עשרה ראשונים, אבער ביטע מאך זיכער אז אויף סוכות איז עס אינדרויסן, ווייל כ'פלאן צו טאנצען דערמיט דע זעקסטע הקפה, האלטענדיג דעם וועקער נומ' 10 אין מיינע ארעמס און זינגן דערמיט דעם באקאנטען דעהויבענעם הקפה ניגון אלץ תשובת המשקל.
מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:01 am#383519
איסר האיטלקי: איך גיי דא נישט מצטט זיין און איבער'חזר'ן וואס דו האסט געזאגט און וואס איך האב געזאגט. ווייל איך האלט אז ס'איז א ציטוט שלא לצורך. אבער איך וויל פרעגן א פשוט'ע שאלה... ווען א איד קאכט זיך אין אביי ורבא, אדער ער וויל זיך דערגרונטעווען דעם מקור פון א הלכה, איז דאס א הייליגע זאך אדער נישט..?! לויט דיין פארקרומטן חשבון קומט אויס אז די סיטרא אחרא, דער יצר הרע, דער שטן וויל אז מ'זאל לערנען תורה...! איי אין די גמרא שטייט דאך דער באקאנטער מאמר חז"ל... "בראתי יצר הרע, בראתי תבלין כנגדו"... ווען ר' מנשה פיליפ וואלט ווען געזאגט. יא, תורה איז א שיינע זאך, אבער אונז האלט מיר נישט מיט זיי ווייל זיי גייען נישט אין שיטת רביה"ק, וואלט איך פארשטאנען. אבער אוועקצומאכן תורה וואס ערליכע אידן לערנען, דאמאלס האט ער פארלוירן א יעדן טראפל רעספעקט און באגלייבטקייט. און איך קען נישט אננעמען ערנסט קיין שום זאך וואס ער זאגט...!

די זעלבע איז ביי דעם 2'טן סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט. איך ווייס ביי מיר אז ווען איך זעה אידן דאווענען און לערנען דערפרייט עס מיך. לשיטתו, לויט זיין (און אפשר דיין) פארקרומטן מח טאר מען נישט קוקן אויף בילדער ווי אידן דאווענען און לערנען, אבער מ'מעג יא קוקן אויף די בילדער וויאזוי די פרייע חברה ווערן משוגע פאר ליידיגיין און זיי שטעלן זיך ממש אויפ'ן קאפ. און ווען אן ערליכער איד זעהט דעם קאנטראסט און ער זאגט ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים... דאס טאר מען נישט... עטץ (דו ודכוותי' ד'מנש'קע) שטעלט דאס גאנצע אידישקייט אויפ'ן קאפ משה קאפויער... אפשר יעצט קען איך פארשטיין וואס מ'זאגט אין תפילת זכה... אסרתי את המותר והתרתי את האסור. אז מ'ווערט אזוי ווייט פאררוקט אז מ'זאגט אויף א מצוה אז ס'איז אן עבירה און אן עבירה אז ס'איז א מצוה...!
מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:48 am#383527
איר זענט זיך מפלפל ערליך אין זיינע רייד, ווען ער אליין האט שיטות און שיטות. כלומר, פארהאנען שיטות וואס ער האלט עכט, און אסאך שיטות וואס ער האלט אז מען דארף זאגן פאר די "המון עם" כדי זיי זאלען נישט פארפאלען גיין וכו', און אלץ פראטעקשען פין די שיטה זעלבסט.

ממילא, די אלע קשיות דיינע זענען פארענטפערט בפשיטות, די בילדער טאר מען נישט קוקען ווייל נישט יעדער קען געדענקען נישט צו זיין שמחים בשמחתם וכו', און טאמער פרייט מען זיך מיט איז עס כפירה ווייל מען איז עובר אויף די שלש שבועות און עס איז עבודה זרה און עבודה זרה איז אפילו במחשבה.

און דער הפלגה וואס ער ניצט אויף די ספרים פין מוסד רב קוק, איז פשוט, אז ווען ער וויל זאגען אז מען טאר נישט לערנען די ספרים, ער ווייסט דאך אז א למדן וואס קוקט אריין וועט ווייטער קוקען, און וועט זיך נישט קענען איינהאלטן, וויל ער אבער אז לכל הפחות די רוב, דער עולם וואס פארשטייט ממילא נישט די תועלת פין דער מוסד רב קוק, זאל נישט זיך אפלערנען פען דער למדן, ניצט ער א הפלגה אז היינט קען מען נאר זען א תלמיד חכם דורך די קליפות וכו', וועט דער בעל הבית אדער אפילו כולל מאן וואס איז אפילו א בעסערע בינוני זיך נישט געטרויען צו לערנען די ספרים.
מאנטאג אוגוסט 28, 2017 11:02 am#383531
אישתישבי האט געשריבן:איר זענט זיך מפלפל ערליך אין זיינע רייד, ווען ער אליין האט שיטות און שיטות. כלומר, פארהאנען שיטות וואס ער האלט עכט, און אסאך שיטות וואס ער האלט אז מען דארף זאגן פאר די "המון עם" כדי זיי זאלען נישט פארפאלען גיין וכו',

און דער הפלגה וואס ער ניצט אויף די ספרים פין מוסד רב קוק, איז פשוט, אז ווען ער וויל זאגען אז מען טאר נישט לערנען די ספרים, ער ווייסט דאך אז א למדן וואס קוקט אריין וועט ווייטער קוקען, און וועט זיך נישט קענען איינהאלטן, וויל ער אבער אז לכל הפחות די רוב, דער עולם וואס פארשטייט ממילא נישט די תועלת פין דער מוסד רב קוק, זאל נישט זיך אפלערנען פען דער למדן, ניצט ער א הפלגה אז היינט קען מען נאר זען א תלמיד חכם דורך די קליפות וכו', וועט דער בעל הבית אדער אפילו כולל מאן וואס איז אפילו א בעסערע בינוני זיך נישט געטרויען צו לערנען די ספרים.

גיט ארויסגעברענגט וואס דער וועלט האלט פון ענקער גאנצע שיטה
מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 9:31 pm#385810
מנשה פילאפ אינדאסירט דעם וועקער
m https://www.amazon.com/gp/customer-revi ... 1977635954 m
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:18 am#385821
:D :P
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:50 am#385828
אז מען רעדט שוין, האט מיר א איד פארציילט (א מנהל פון א מוסדות) אז ר' מנשה האט אים געזאגט ביים פאריגען וועקער אז ער האט באקומען איינס אויפ די פאסט, ער האט דאס געליינט און ער איז אויפגעשוידערט געווארען, ער האט געזאט פאר דעם איד אז דאס איז נאך ערגער ווי די אמאליגע משכילים ווייל די גיפט ליגט מער באהאלטען און ער אייבישטער זאל אפהיטען וואס דאס קען נאך אנמאכען.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:52 am#385829
ר' מנשה אזוי הייבסט זיך עס אן. קודם ארדערט מען עס נאר פון עמאזאן אויף די פאסט, און ביים נעקסטן וועקער שרייבט מען שוין א שיינעם רעוויו.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:56 am#385830
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
יתרו: שכוח פארן צוברענגן דע מעשה, ביים פאריגן וועקער האב איך געקויפט אפאר שטיק צו פארטיילן, און ביי דעם וועקער וועלעך אי"ה קויפן מער פון דאפעלט בלי"נ און מאכן א גרעסערן ויפוצו
זונטאג אקטאבער 01, 2017 1:27 am#385831
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:יתרו: שכוח פארן צוברענגן דע מעשה, ביים פאריגן וועקער האב איך געקויפט אפאר שטיק צו פארטיילן, און ביי דעם וועקער וועלעך אי"ה קויפן מער פון דאפעלט בלי"נ און מאכן א גרעסערן ויפוצו

שיק מיר אריין איינס ביטע. ייש"כ.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:08 am#385839
יתרו האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, האט מיר א איד פארציילט (א מנהל פון א מוסדות) אז ר' מנשה האט אים געזאגט ביים פאריגען וועקער אז ער האט באקומען איינס אויפ די פאסט,

ווער איז דער שיקער, און צו וועלכע נאך רבנים האט מען עס געשיקט ?
זונטאג אקטאבער 01, 2017 6:40 am#385852
אישתישבי האט געשריבן:איר זענט זיך מפלפל ערליך אין זיינע רייד, ווען ער אליין האט שיטות און שיטות. כלומר, פארהאנען שיטות וואס ער האלט עכט, און אסאך שיטות וואס ער האלט אז מען דארף זאגן פאר די "המון עם" כדי זיי זאלען נישט פארפאלען גיין וכו', און אלץ פראטעקשען פין די שיטה זעלבסט.

ממילא, די אלע קשיות דיינע זענען פארענטפערט בפשיטות, די בילדער טאר מען נישט קוקען ווייל נישט יעדער קען געדענקען נישט צו זיין שמחים בשמחתם וכו', און טאמער פרייט מען זיך מיט איז עס כפירה ווייל מען איז עובר אויף די שלש שבועות און עס איז עבודה זרה און עבודה זרה איז אפילו במחשבה.

און דער הפלגה וואס ער ניצט אויף די ספרים פין מוסד רב קוק, איז פשוט, אז ווען ער וויל זאגען אז מען טאר נישט לערנען די ספרים, ער ווייסט דאך אז א למדן וואס קוקט אריין וועט ווייטער קוקען, און וועט זיך נישט קענען איינהאלטן, וויל ער אבער אז לכל הפחות די רוב, דער עולם וואס פארשטייט ממילא נישט די תועלת פין דער מוסד רב קוק, זאל נישט זיך אפלערנען פען דער למדן, ניצט ער א הפלגה אז היינט קען מען נאר זען א תלמיד חכם דורך די קליפות וכו', וועט דער בעל הבית אדער אפילו כולל מאן וואס איז אפילו א בעסערע בינוני זיך נישט געטרויען צו לערנען די ספרים.

אישתישבי: הגם זיך מפלפל זיין אין די כוונות און פשטים פון ..."הרב"... מנשה פיליפ איז זינלאז, וועל איך דאך זאגן מיין מיינונג איבער דעם עניין. ס'איז דא א איד וועלכער איז אפשר איינער פון די גרעסטע גאונים אין דעם היינטיגן דור. און ער לערנט פון אלע ספרים פונ'ם מוסד הרב קוק. נאר ער שניידט ארויס דעם סימבאל. ווייל ער ווייסט די נוצליכקייט פון די ספרים. אבער מצד הקנאות געט ער זיי נישט קיין אנערקענונג אדער חשיבות...!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 6:43 am#385853
יתרו האט געשריבן:מנשה פילאפ אינדאסירט דעם וועקער
https://www.amazon.com/gp/customer-revi ... 1977635954

יתרו: מאן יימר אז דער שרייבער פונ'ם ריוויו אויף עמעזאן איז טאקע ר' מנשה פיליפ. מ'האט דען געבעטן ביי איהם די דרייווערס לייסנס...?!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:36 am#385859
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
מפיל קינד האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:יתרו: שכוח פארן צוברענגן דע מעשה, ביים פאריגן וועקער האב איך געקויפט אפאר שטיק צו פארטיילן, און ביי דעם וועקער וועלעך אי"ה קויפן מער פון דאפעלט בלי"נ און מאכן א גרעסערן ויפוצו

שיק מיר אריין איינס ביטע. ייש"כ.
פאר דע וואס ווייסן פונעם וועקער, דע האבן אליין די בחירה עס צו קויפן, איך געב עס פאר מענטשן וואס ווייסן נעבעך נישט דערפון.

אבער אויב דו געסט מיר דיין נאמען (עכטע) קען איך דיר שיקן איינס
זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:52 am#385860
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
דרך אגב, קען איינער אנצייגען די סימני תורה אויף ר מנשה. די איינציגע סיבה וואס מאכט מיר טראכטן איז ווייל וואדריטש רב זאגט אזוי אוף אים. פין אן אויבנאויף פראספעקטיו איז ער פארשלייערט אין איצטלא דרבנן.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:11 pm#385914
אז ער גייט אנגעטון אין די שמונה בגדים און ער רעדט ביי פראטעסטן איז נישט גענוג...?!
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:45 am#386024
או אינו האט געשריבן:דרך אגב, קען איינער אנצייגען די סימני תורה אויף ר מנשה. די איינציגע סיבה וואס מאכט מיר טראכטן איז ווייל וואדריטש רב זאגט אזוי אוף אים. פין אן אויבנאויף פראספעקטיו איז ער פארשלייערט אין איצטלא דרבנן.

פאלדענד איז וואס איך געדענק אויסענווייניג דברים בהלכה מפרי עטו:
ספר דבר השמיטה על עניני שביעית
ספר פרשת הכסף
מאמר בקובץ פרי תמרים בעניני ניקור
מאמר בקובץ גינת ורדים בעניני שביעית

אויסער די לעצטע, זענען אלע פארבינדן מיט קנאות, אבער פארט דברים בהלכה. אבער צו זיין ברודער קומט ער נישט צו.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:48 am#386026
מ'זאגט אז ער קען מער ווי זיין ברודער
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:10 pm#386029
וועגן דעם מאמר אין פרי תמרים איבער די קאשוי חלב פרשה וואלט ווערט געווען א שמועס. עס איז ארויס דעמאלטס א קונטרס עלבונה של תורה ווייזט אויף ווי רב פילאפ מיט די אנדערע כולל אינגעלייט האבן פשוט מזייף געווען ביים מעתיק זיין לשון הפוסקים כדי צו ווייזן אז די שטיקער אויף וואס קאשוי האט געטראפן חלב איז גאר מותר לכתחילה, אריינגערעכנט חלב דאורייתא. דער קונטרס איז ווערט קעש, קען עס איינער מזכה זיין אהער? אפשר היברו בוקס צו אנדערע.

פילאפ האט דעמאלטס זיך איינגעשפאנט פארן נייעם ברך משה קאמפאני אין דעליווערט וואס מען האט פארלאנגט. מתיר זיין חלב נאו פראבלעם, חריפות מיט זיוף קען אלעס אהערשטעלן.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:12 pm#386031
ליפא האט געשריבן:מ'זאגט

ווער איז דער מ'?
מכלל יופי איז א סך א שענערע ארבעט.
דינסטאג מערץ 27, 2018 5:26 pm#398558
מנשה פילאף אינדארסירט פריש דעם וועקער
דינסטאג מערץ 27, 2018 6:55 pm#398561
ר' ישראל חיים מנשה האט ערהאלטן אן עקסקלוסיוו רעקארדינג פון די ערשטע וועקער זיצונג וואס מען האט דאן דן געווען אויף וועלכע שפראך ס'זאל געשריבן ווערן, און לעולם האט יעדער אויסגעוועלט כינעזיש, נאר כדי צו שווערער מאכן צו מבחין זיין בין טוב לרע האט מען באשלאסן עס ארויס צו געבן אויף אידיש.....
דינסטאג מערץ 27, 2018 8:12 pm#398571
איסור גמור ....... לבקר במקומותיהם בכליהם הטמאים. אויב די כלי איז שוין אסור, דאן וויאזוי קומט מען דארט אן? און אויב מ'לאכט זיך אויס פונעם ערשטן איסור, מיט וואס איז די צווייטע בעסער?

ועוד הלא פסקינן אין איסור חל על איסור?
דינסטאג מערץ 27, 2018 8:17 pm#398572
דא רעדט זיך פון די איסור כולל, ווייל א כולל יונגערמאן מעג דאך האבען אינטרנט, אבער קאוועשטיבעל מעג ער נישט באזוכען.
מיטוואך מערץ 28, 2018 12:32 am#398602
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דא רעדט זיך פון די איסור כולל, ווייל א כולל יונגערמאן מעג דאך האבען אינטרנט, אבער קאוועשטיבעל מעג ער נישט באזוכען.

ויש להקשות, הלא שם 'כולל' אינגערמאן דארף דאך עכ"פ זיין כאטש דריי יאר משום אתחזיק לאיסורא. און דריי יאר נאכן חתונה איז מען שוין מקפיד ביינונז צו שיקן אין די מוסדות, און דעמאלס איז שוין אינטערנעט אסור, גזירה משום שקירת החתימות. וצריך עיון.
מיטוואך מערץ 28, 2018 2:15 am#398610
איז דאס א עכטע בילד?