Under maintenance
הויפט זייט » הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע שפראך

הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע שפראך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11350
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:01 pm#364301
הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע שפראך
צווישן די פולע דעקונג וואס דער וועקער האט באקומען אין די לעצטע חודש, צווישן זיי די פארווערטס ליפא שמעלצער ועוד, שטרייכט ארויס די ספעציעלע יוניק דעקונג וואס דער וועקער האט באקומען אין די וועכענטליכע קאלום פון ב. טויב אין דער איד, צווישן זיינע וועכענטליכע פראזן פון אשר קרך מיט עמלק מאכט ער גאנץ קלאר וואס ער מיינט, ווי אויך דערקענט זיך א בקיאות אינעם וועקער מדאשקע לדאשקע.

צווישן אנדערע ווערט דארט שטארק ארום גערעדט איבעדעם וואס אינעם פאריגן וועקער איז געשטאנען וועגן נאך שיטות הראשונים איבער די י"ג עיקרי אמונה, לויט הרב ב. טויב זענען די אנדערע שיטות הראשונים כפירה ממש.

אויך ווערט שטארק אונטערגעשטראכן וואס רבי מנשה פילאפף שרייבט דארט אז פון לייקענען די י"ג עיקרים קען מען צוקומען צו ציונות.
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:09 pm#364302
/
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:11 pm#364303
הוא ב' טויב הוא ישראל מ. סופר?
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:58 pm#364305
יא
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 1:08 pm#364306
יואליש האט געשריבן:הוא ב' טויב הוא ישראל מ. סופר?

און אין די צייטונג אליין שרייבט ער אויך 3 פארשידענע קאלומס אונטער אנדערע נעמען...נאר דער סגנון הלשון (מיט זיינע קלישעי'ס) איז די זעלבע...!
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 1:15 pm#364307
איך ווייס נישט וועגען ענק אלע, אבער איך גיי בל"נ קויפען דער איד דער וואך. איך מיין ס'איז מער ווי צען יאר זייט די לעצטע מאל וואס איך האב עס געקויפט, אבער אז מ׳שרייבט קעגען מיר מיט די ראב"ד אין איין ארטיקל, ווי קען איך עס לאזען אין געשעפט?

איינער ווייסט אפשר ווי מ'קען עס קויפען?
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 1:24 pm#364310
ליטוואק פון בודאפעסט: איך מיין אז אויף ..."הרב"...מנשה פיליפ,ישראל מ. סופר און הרב ב.טויב (שוין באלד אזויפיהל נעמען ווי יתרו) קענמען זאגן די רש"י אין פ' קרח...ו'מנשה'לע פליפ-פלאפ שפיקח היה מה ראה לשטות זה...?! צו ווייסט ער דען נישט אז מיט זיינע מחאות און בויך דרייענישן פארגרעסערט ער נאר די אינטרעס און צירקולאציע פונ'ם וועקער. און אויך .."דער איד"...!
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 3:08 pm#364319
@מושב זקנים האט אריינגעשיקט צו הרב מ.פ די וועקער
די שטוב מענטשן זאגן אז מושב האט טעלעפאניש אויך זיך פארבינדן מיטן רב
די ארטיקעל איז די גענויע ווערטער מיט וואס מושב האט דא געגעבן גערעכט אז די וועקער איז משכיליש.
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 3:08 pm#364320
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:

איינער ווייסט אפשר ווי מ׳קען עס קויפען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נעבן קול שמשון
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 3:11 pm#364321
איש את רעהו האט געשריבן:@מושב זקנים האט אריינגעשיקט צו הרב מ.פ די וועקער
די שטוב מענטשן זאגן אז מושב האט טעלעפאניש אויך זיך פארבינדן מיטן רב
די ארטיקעל איז די גענויע ווערטער מיט וואס מושב האט דא געגעבן גערעכט אז די וועקער איז משכיליש.

פון אונטער די קוליסן הער איך אז ר' מ.פ. איז גערעגט אז ס'קאסט 6 דאלער
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 3:22 pm#364322
הרב מ.פ. באקומט עס פון די ערשטע דורך מערכת דער וועקער
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 3:32 pm#364324
נאר צו לאזען וויסען, קיינער באקומט נישט קיין וועקער אומזיסט, נישט קיין רבנים וואס מ'דארף האבען אויף אן איסור, נישט מענטשען וואס בעטען שיין, אפילו אזוי שיין ווי איש און רעהו האבען צוזאמען געבעטען. קיינער נישט. ווילסט מוחה זיין, צאל ווי א טאטעלע.
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:35 pm#364358
איש את רעהו האט געשריבן:@מושב זקנים האט אריינגעשיקט צו הרב מ.פ די וועקער
די שטוב מענטשן זאגן אז מושב האט טעלעפאניש אויך זיך פארבינדן מיטן רב
די ארטיקעל איז די גענויע ווערטער מיט וואס מושב האט דא געגעבן גערעכט אז די וועקער איז משכיליש.

איש את רעהו: ווען מושב קומט אונז זאגן אז דער וועקער איז משכיל'יש איז פונקט אזוי ווי ווען קארדינאל דאולען, דער מרא דאתרא פון סעינט פעטריק'ס קאטהידראל זאלל האלטן א שבת שובה דרשה. און מעורר זיין דעם עולם אויף תיקון המעשים...!
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:50 pm#364359
שוין יארן וואס ר' מנשה וויל אויסגעבן זיין ווייטאג אויף ק"ש ווי איינע פון די וועטעראן שרייבער, אונזער באליבטער בערעלע, רייסט אים ארינטער ביי יעדע געלעגענהייט. ס'האט אבער נישט געפאסט אז ער זאל מוחה זיין אויף א וועבזייטל האט ער געווארט ביז ס'איז געווארן געדריקט און פארקויפט אין געשעפטן וכאן מצא בעל חוב לגבות חובו.
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 11:32 pm#364370
אויב אזוי איז ער נישט מער ווי גערעכט. מיר האבן געשאסן די ערשטע קויל, יעצט האט ער צוריק געשאסן. א נארמאלע פייט וואס קאווע שטיבעל האט אנגעהויבען
פרייטאג מערץ 03, 2017 2:46 am#364397
פילאף: "עבירה גוררת עבירה... פון ספיקות אין י"ג עקרים... צו ציונות"....
פרייטאג מערץ 03, 2017 12:00 pm#364423
קאווע טרינקער האט געשריבן:פילאף: "עבירה גוררת עבירה... פון ספיקות אין י"ג עקרים... צו ציונות"....

ער האט נישט צוגעענדיגט...

פון דארט ביז עסן סושי איז א קאצן שפרינג
מוצ"ש מערץ 04, 2017 9:47 pm#364439
פארוואס איז י"ג עקרים חשוב'ער פון אנטי ציונות? איז אנטי ציונות עפעס אן אויסגעטראכטער זאך פון א יחיד? דאס איז געווען די דעת רוב גדולי ישראל אינדערהיים. דער רבי זי"ע האט עס בסך הכל אנגעהאלטן אפילו ווען די נסיונות זענען געווען גרויס.
מוצ"ש מערץ 04, 2017 9:53 pm#364440
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
רוב גדולי ישראל האבן אויך געהאלטן אז לשה"ר איז אסור ע"פ דין
מוצ"ש מערץ 04, 2017 9:55 pm#364441
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
ועוד, סאטמער רב'ס גאנצע אנטי ציונות סלאגען איז געווען 'וויבאלד ס' גרעניצט זיך מיט די י"ג עיקרים'.
מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:09 pm#364443
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
download_20170304_210752.jpg
מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:33 pm#364445
און וועגן דעם צינישן תגובה וועגן סושי, קענסט לאכן אבער עס איז דא א מקום צו קלערן אז סושי איז חוקות הגוי. יעדער תקופה האט זיך געהאט זיינע גדרים קעגן חוקות הגוי, אז מען זאל נישט אריין פאלן בזהמת הגוי און דאדורך פארלירן דעם אידישן ניצוץ.

ווען עבודה זרה איז געווען דאס וואס האט באדרויעט כלל ישראל זיי אריין צושלעפן בשיקיצי העמים, איז יעדער אביזריה דעבודה זרה געווען גאר הארב,

ווען די גריכישע חכמת יוונית האט באדרויעט צו פארשוועמען כלל ישראל בנבלי הגוים און אויסצורייסן דעם איידעלן אידישן פינק האט מען געלייגט דגוש קעגן אלעס וואס שמעקט מיט חכמת יוונית.

ווען ראציאנאליזם האט באדרויעט כלל ישראל איז געלייגט געווארן א דגוש קעגן ראציאנאליזם, אזויווי מען זעהט אז אפילו דעם רמב"ם'ס מורה נבוכים האבן גדולי פראווינציע פארברענט מחשד זה.

שפעטער ווען השכלה און מאדערנקייט און ציונות האבן באדרויט אויסצורייסן דעם אידישן שורש, האבן גדולי ישראל חושש געווען גאר שטארק.

היינט בעוונותינו הרבים איז יצרי דאמעריקא דאס וואס פארגרעבט און רייסט אויס דעם אידישן תוכן פון א איד, די אמעריקאנער פארגרעבטקייט און ליידיגקייט דאס נעמט דאך אוועק יעדער אידישער טעם פון אונז. די גאנצע אמעריקאנע לוקסוס בכלל און די פרעסעריי בפרט. אזעלעכע מאכלים ווי פרעינקפורטערס און פיצא כאטש זיי האבן זיך שוין פון לאנג אריין געריסן ביי אונז זענען זיי דאך ריכטיג פארגרעבטע מאכלים וואס פאסט פארן אמעריקאנעם שטרויזאק און פאסט גארנישט פארן אידישן מענטאליטעט.

אויך סושי איז א מאכל דירעקט ארויס פון די גויאישע אמערקאניזירטע פרעס מארקעטס, עפעס א טשייניזער מאכל אימפארטירט קיין אמעריקא להגדיל הפרעס. דער מאכל דערמאנט גויאישקייט, אמעריקאנישקייט און אומאיידלקייט, דער היפך פון א איד.

פארוואס דארף א היימיש אידיש קינד עסן אזעלעכע מאכלים וואס האט קיין אידישן טעם נישט, צו פעלט דען היימישע געשמאקע נארהאפטיגע מאכלים אז מען דארף אריין ברענגען די גויאישע מאכלים.

אמערקאניזם איז דער נסיון הדור, און סושי איז א חלק דערפון. איך וואלט געזאגט אז סושי איז א טייל פונעם היינטיגן חוקות הגוי.
מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:41 pm#364446
moshav zekeinim האט געשריבן:און וועגן דעם צינישן תגובה וועגן סושי, קענסט לאכן אבער עס איז דא א מקום צו קלערן אז סושי איז חוקות הגוי. יעדער תקופה האט זיך געהאט זיינע גדרים קעגן חוקות הגוי, אז מען זאל נישט אריין פאלן בזהמת הגוי און דאדורך פארלירן דעם אידישן ניצוץ.

איך הער די האסט באשלאסן אז אמערקאניזם איז די נסיון הדור, און איך האב באשלאסן אז אונזערע היינטיגע רבי׳ס מיט רבנים זענען די נסיון הדור, יעדער קען באשליסן וואס זיי ווילן.
מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:43 pm#364447
קל וחומר האט געשריבן:ועוד, סאטמער רב'ס גאנצע אנטי ציונות סלאגען איז געווען 'וויבאלד ס' גרעניצט זיך מיט די י"ג עיקרים'.

אבער ציונות איז פון די נסיוני הדור, דאס איז דער לאך אין וואס מען פאלט אריין.
מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:48 pm#364448
ספרים פאקער, פארוואס זענען רבי'ס מיט רבנים דער נסיון הדור? ברענגען זיי. דען אריין דער גויאישער גייסט אין יהדות?
מוצ"ש מערץ 04, 2017 11:06 pm#364449
moshav zekeinim האט געשריבן:ספרים פאקער, פארוואס זענען רבי'ס מיט רבנים דער נסיון הדור? ברענגען זיי. דען אריין דער גויאישער גייסט אין יהדות?

ערגער ווי גויאישער גייסט דאס איז כפירה ועבודה זרה ממש דינען א בשר ודם דאווענען צו א בשר ודם וואס קען זיין ערגער ווי דאס
מוצ"ש מערץ 04, 2017 11:16 pm#364450
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
וואס מיינט אידישקייט?
וואס מיינט גייסט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש מערץ 04, 2017 11:59 pm#364453
טאמער ווילסטו אריין נעמען אידישקייט מאז ימי משה ועד ימינו, וואלט איך דעפינירט אידישקייט אלץ: נאציאנאלקייט געטריבן דורך א שטארקער טראדיציע פון טרוצן אויף די "גוים".

סתם יראת שמים און דבקות קען א סופי און דארוויש אויך.
זונטאג מערץ 05, 2017 12:24 am#364456
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
אקעי, האט עס גארנישט מיט מיין רעליגיע, און גארנישט מיט תורה און זייער נישט אינטרעסאנט.
טאמער פיליפ ודעימיה האלטען אז דער וועקער ברענגט אונטער זיין ׳אידישקייט׳, האב איך נישט קיין פראבלעם. תומ"צ וועלען גארנישט דערלייגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מערץ 05, 2017 4:15 am#364479
זייער מחאות ארבעט גוט. מיינע שכנים מוטשענען מיר צו בארגן מיין ״וועקער״!
זונטאג מערץ 05, 2017 4:26 am#364480
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
זייו טאטע האט געהייסן ר' יונה רופט ער זיך ב(ן) טויב/יונה
זונטאג מערץ 05, 2017 4:32 am#364482
וויפיל קינדער האט זיין טאטע געהאט? איינער האט דא אמאל געשריבן א מאחורי'דיגן מליצה וואס פלעגט זיך ארומדרייען אין ווילי.
זונטאג מערץ 05, 2017 12:04 pm#364517
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
מיין זכרון זאגט מיר אז מ׳האט עס געזאגט שפעטער אויף ר׳ יונה לאנדא, נישט ר׳ יונה פילאפף

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מערץ 05, 2017 5:38 pm#364564
moshav zekeinim האט געשריבן:און וועגן דעם צינישן תגובה וועגן סושי, קענסט לאכן אבער עס איז דא א מקום צו קלערן אז סושי איז חוקות הגוי. יעדער תקופה האט זיך געהאט זיינע גדרים קעגן חוקות הגוי, אז מען זאל נישט אריין פאלן בזהמת הגוי און דאדורך פארלירן דעם אידישן ניצוץ.

ווען עבודה זרה איז געווען דאס וואס האט באדרויעט כלל ישראל זיי אריין צושלעפן בשיקיצי העמים, איז יעדער אביזריה דעבודה זרה געווען גאר הארב,

ווען די גריכישע חכמת יוונית האט באדרויעט צו פארשוועמען כלל ישראל בנבלי הגוים און אויסצורייסן דעם איידעלן אידישן פינק האט מען געלייגט דגוש קעגן אלעס וואס שמעקט מיט חכמת יוונית.

ווען ראציאנאליזם האט באדרויעט כלל ישראל איז געלייגט געווארן א דגוש קעגן ראציאנאליזם, אזויווי מען זעהט אז אפילו דעם רמב"ם'ס מורה נבוכים האבן גדולי פראווינציע פארברענט מחשד זה.

שפעטער ווען השכלה און מאדערנקייט און ציונות האבן באדרויט אויסצורייסן דעם אידישן שורש, האבן גדולי ישראל חושש געווען גאר שטארק.

היינט בעוונותינו הרבים איז יצרי דאמעריקא דאס וואס פארגרעבט און רייסט אויס דעם אידישן תוכן פון א איד, די אמעריקאנער פארגרעבטקייט און ליידיגקייט דאס נעמט דאך אוועק יעדער אידישער טעם פון אונז. די גאנצע אמעריקאנע לוקסוס בכלל און די פרעסעריי בפרט. אזעלעכע מאכלים ווי פרעינקפורטערס און פיצא כאטש זיי האבן זיך שוין פון לאנג אריין געריסן ביי אונז זענען זיי דאך ריכטיג פארגרעבטע מאכלים וואס פאסט פארן אמעריקאנעם שטרויזאק און פאסט גארנישט פארן אידישן מענטאליטעט.

אויך סושי איז א מאכל דירעקט ארויס פון די גויאישע אמערקאניזירטע פרעס מארקעטס, עפעס א טשייניזער מאכל אימפארטירט קיין אמעריקא להגדיל הפרעס. דער מאכל דערמאנט גויאישקייט, אמעריקאנישקייט און אומאיידלקייט, דער היפך פון א איד.

פארוואס דארף א היימיש אידיש קינד עסן אזעלעכע מאכלים וואס האט קיין אידישן טעם נישט, צו פעלט דען היימישע געשמאקע נארהאפטיגע מאכלים אז מען דארף אריין ברענגען די גויאישע מאכלים.

אמערקאניזם איז דער נסיון הדור, און סושי איז א חלק דערפון. איך וואלט געזאגט אז סושי איז א טייל פונעם היינטיגן חוקות הגוי.

ייש"כ פאר די ווארימע דיבורים

אגב, וועלכע טעם איז אידיש, האלעפצעס און באנדאש?.... פליז רוף זיך אהן זייער וויכטיג, איך האלט אינמיטן צוגרייטן די מעניא פאר די פורים סעודה
זונטאג מערץ 05, 2017 7:32 pm#364582
פאר פורים איז סושי אקעי כל זמן מען ברענגט א פורים'דיגער נימוק דערמיט.

וועגן בונדאש, אהכ"נ עס איז נישט קיין היימיש מאכל, עס פאסט נישט אזוי פאר א אידישער טיש. אבער פאר א נאכטמאל איז עס נישט אזוי שלעכט, עס איז פארט געווארן נאסטאלגיש פון א ווארימער היים און עס איז נישט פארבינדן מיט דעם שרייערדיגע קולטור וואס טוט אונז ארום נעמען און פארבלענדן.
זונטאג מערץ 05, 2017 8:51 pm#364588
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
דער מושב זקנים איז עפעס לעצטענס זייער פרום געווארן, ער מוז זיין א בעל תשובה
זונטאג מערץ 05, 2017 11:11 pm#364597
איך בין נישט פרום, איך בין אביעקטיוו, אויב אידישקייט איז עפעס וואס מען דארף נעמען ערנסט איז דאס דער וועג און נישט דער בארא פארקער פארגרעבטער אידישקייט.
מאנטאג מערץ 06, 2017 11:01 am#364635
נאך אביעקטיוו אויך... קענסט די וועלכע וועלן אלס מקדים זיין איכעל דיר זאגן דעם אמת?!
מאנטאג מערץ 06, 2017 11:12 am#364637
moshav zekeinim האט געשריבן:פאר פורים איז סושי אקעי כל זמן מען ברענגט א פורים'דיגער נימוק דערמיט.

וועגן בונדאש, אהכ"נ עס איז נישט קיין היימיש מאכל, עס פאסט נישט אזוי פאר א אידישער טיש. אבער פאר א נאכטמאל איז עס נישט אזוי שלעכט, עס איז פארט געווארן נאסטאלגיש פון א ווארימער היים און עס איז נישט פארבינדן מיט דעם שרייערדיגע קולטור וואס טוט אונז ארום נעמען און פארבלענדן.

פאר מיינע אייניקלעך וועט סושי אויך זיין א נאסטאלגישע מאכל אומפארבינדן מיט די דעמאלטס שרייענדיגע קולטור...
מאנטאג מערץ 06, 2017 1:42 pm#364658
געוואלדיג האט געשריבן:נאך אביעקטיוו אויך... קענסט די וועלכע וועלן אלס מקדים זיין איכעל דיר זאגן דעם אמת?!

ענטשולדיגט, אבער דו נארסט זיך. דו ביסט נישט באקוועם אין די עכטע ערנסטע אידישקייט ווילסטו אויסבאקן עפעס א אידישקייט וואס איז נישטא. איך זאג נישט אז עכטע אידישקייט ליגט אין סאטמאר מעין סטרים, אבער דאס ליגט זיכער אין די הענט פון די קלענערע ערליכע שטערמונגען פון אידנטהום, אזעלעכע וועלעכע נעמען די מסורת אבותינו מיט א ריכטיגער ערנסטקייט און נישט כמצוות אנשים מלמודה.
מאנטאג מערץ 06, 2017 1:54 pm#364659
קאוריג האט געשריבן:פאר מיינע אייניקלעך וועט סושי אויך זיין א נאסטאלגישע מאכל אומפארבינדן מיט די דעמאלטס שרייענדיגע קולטור...

בסדר, הייסט עס דו חוזק'סט פון דעם "מצוות שאדם דש בעקביו" פינאנעמען. יא, עס איז פארהאן אזא מושג אז דורך געוויסע פורצי גדר זאל צומאל נתגייר ווערן געוויסע גוי'אישקייטן פאר די קומענדיגע דורות.
מאנטאג מערץ 06, 2017 2:19 pm#364664
מצוות שאדם דש בעקביו מיינט סושי פיש?!?!?!?!?

דער שרייבער אין איד וויל מאכען אידישקייט אומבאקוועם, ווייל ער איז אומבאקוועם. דו ווילסט עס מאכען אומבאקוועם, ווייל דו פלעגסט זיין אומבאקוועם אלס פרומער איד. סה"כ, זענט עטץ די זעלבע.....

מיין תורה אסר'ט נישט סושי פיש, און נישט בייקס און נישט סמארטפאונ'ס און נישט לערנען ניטל נאכט און נישט two piece knits און נישט די אלע זאכען וואס ליידיגע קעפ באקען אויס. און טאקע פאר דעם דארף איך נישט זוכען קיין נייע תורה'ס, די אלטע איז מיר פונקט גוט. אזוי האבען זיך מיין זיידעס געפיהרט און אזוי וועט מען 'מערצעשעם ווייטער פיהרען.
מאנטאג מערץ 06, 2017 2:28 pm#364665
מ'קען עס אריינלייגן אין ובחוקותיהם לא תלכו
מאנטאג מערץ 06, 2017 3:19 pm#364666
עס איז נישט די סושי פיש, עס איז די סושי פיש קולטור, עס איז גראב און נישט אידישליך. א ספארטיווע בייק קולטור איז אויך גויאישליך, אבער א בייק קען גרינג נתהפך ווערן צו א ניצבארער איידעלער טראנספאטאציע מיטל (אנדערש ווי סושי וואס איז איבעריג אינגאנצן און איז מיועד צו ףרעס).

און מיש נישט אויס עניני צניעות ושמירת עניים מיט עניני גויאישקייט.
מאנטאג מערץ 06, 2017 3:50 pm#364671
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
סושי איז א מאכל, איינס וואס איך גלייך פונקט נישט. מ׳קען עס עסען אדער פרעסען. פונקט ווי סיי וועלכע מאכל, פון קרעפלעך עיוכ"פ ביז חלה פרייטיג צונאכט און מזונות ביים יארצייט פון דער רבי ר׳ צאץ. ווי אויך קארטאפעל מיט פיש ביי וועטשערע דינסטאג נאכט.
דער מענטש דארף זיך אויסארבעטען צו ווערען א לייט, א בעל מדות און א בעל מדרגה. אסר׳ן דאס צו יענס העלפט גארנישט אין דער געביט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 06, 2017 5:33 pm#364683
דו רעדסט ווי א מתחדש, אדער ווי די ווארקע און איזביצע חברה. ביי אונז היימישע אין גאליציע און אין מזרח אונגארן כאפט מען נישט קיין מדרגות אויפן חשבון פון מסורה. נישט היימיש איז נישט היימיש.
מאנטאג מערץ 06, 2017 6:01 pm#364687
באמת וואלט איך געזאגט אז אפילו אייזקרים, פודינג, און בעיגל'ס, זענען אלע נישט קיין היימישע מאכלים. נישט בחינם פאסט נישט פאר קיין רב זיי צו עסן ברבים. זיי זענען סעלפישע פרעסערישע מאכלים.

הערינג, לעיקעך און ברוינפן, הגם זיי זענען אויך גאנץ פרעסעריש, זענען זיי שוין שטארק פאראידישט און פארהיימישט געווארן דורך סיפורי צדיקים און ווארימע לחיים ווינטשן לאחר התפילה במשך די לעצטע פאר הונדערט יאר.
מאנטאג מערץ 06, 2017 6:16 pm#364689
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
דערמאנט מיר דעם באקאנטע משל פונעם דובנא מגיד אויפן לא תוסיפו ולא תגרעו.
וק"ל
מאנטאג מערץ 06, 2017 6:21 pm#364690
עטס גלייבטס נישט און עטס ווילסט נישט האלטן עכטע אידישקייט זיכט עטץ אויפצוקומען מיט א כלומר'שטע עכטע וועג וואס קלעבט מיט ענקער קאמפארט און פאליטיק. איך האלט אויך נישט דערביי, אבער איך באק נישט קיין מעשיות און מהלכים דערפאר. אז איך בין נישט געבינדן צו חרדיזם פארוואס זאל איך האלטן א פאלטשע פארגרעבטער אידישקייט טאמער האלט איך נישט ביים האלטן די עכטע.
מאנטאג מערץ 06, 2017 6:51 pm#364692
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
אמאל קען מען טראכטען אז איינער האט וואס צו פארקויפען. נאכדעם הייבט ער אן רעדען..........

דו רעדסט פון מדינות אין אירופה, היימישע מאכלים, היימישקייט באופן כללי, אוצרות פון אומווירדיגע נאנסענס. דאס איז נישט תורה, און וואס איז נישט תורה איז נישט אידישקייט, וכן למדו אבותי ורבותי מדור דור.
אז דיר האט מען געבאקען נאנסענס, איז דיין מלמד שולדיג, נישט דער תורה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk