כ'האב געזען נאך צוויי שיינע מעשיות איבער דאס נארמאלקייט און געשמאקייט פון ר' אהרלע בעלזער, כ'וועל זיי אראפברענגען למען יעמדו למשמרת.
אין "בקודש פנימה" פון די באקאנטע משב"ק ר' יצחק לנדא, דערציילט ער (ח"א עמ' שי"א) וואס ער האט געהערט פון הג"ר יצחק שטיינבערג אב"ד יערסלוב און שפעטער ראב"ד יפו, אז אין שטאט יערסלוב בעפאר די קריג איז געווען א קינד וואס איז געווען גאר קראנק, און די דאקטוירים האבן געזאגט אז ס'נישטא קיין אנדערע עצה ווי אים צו געבן חזיר פלייש. הרב שטיינבערג, דער רב אין שטאט, האט געזאגט פארן טאטן אז מ'דארף אים טאקע געבן די פלייש אלס פקו"נ.
דער טאטע איז אבער נישט געווען רואיג מיטן דארפן געבן חזיר פלייש, האט ער געזאגט פארן רב אז ער וויל אויך פרעגן חוות דעת פון בעלזער רב מהר"א. הרב שטיינבערג האט אים געזאגט אז ס'קלאר אז בעלזער רב וועט אויך אזוי פסק'נען צוליב חשש פקו"נ, ער האט אבער צוגעלייגט אז ער וויל צוריק הערן וואס בעלזער רב האט אים געענטפערט.
ווען ער איז צוריקגעקומען אין שטאט, האט ער דערציילט פאר הרב שטיינבערג אז בעלזער רב האט אים עס טאקע מתיר געווען, אבער האט צוגעלייגט צום טאטן אז ער זאל נישט דערציילן פארן קינד אז ער געבט אים חזיר פלייש, ווייל ס'וועט אים שטארק צוברעכן אז ער האט אמאל געדארפט עסן אזא מאכל!
פשטות, אבער גלייכצייטיג גאונות בהבנת נפש האדם, וואס נישט דער טאטע און נישט דער רב פון שטאט האבן געטראכט דערפון.
---
די צווייטע מעשה איז געדריקט אינעם מחנה חרדי דעם יום טוב פסח עמ' 85, צווישן די זכרונות פון בילגורייער רב וואס האט פארצייכנט מה שראה בבעלזע ושמע מאחיו ר' אהרעלע. די מעשה (אות כ"ח) איז פשוט זיס און ווייזט אז בעלזער רב האט געקענט מאכן א ווערטל:
אין טשערנאביל פלעגט מען זאגן הלל מיט א ברכה, ביים באקן די מצות ערב פסח. ר' אהרעלע האט אים נאכגעזאגט בשם אביו מהרי"ד צוויי טעמים דערצו. 1) ווייל ס'שטייט אין אחרונים אז מ'מעג באשטימען א מנהג צו זאגן הלל מיט א ברכה אויף סיי וועלכע מאורע, אויב רוב שטאט איז מסכים דערצו. 2) ווייל ר' מאטעלע טשערנאבילער ובניו האבן געשפירט די זעלבע קדושה וואס די אידן האבן געשפירט ביים זאגן הלל ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח אין ביהמ"ק אין ירושלים, און אז מ'שפירט אזא קדושה קען מען זאגן הלל מיט א ברכה.
האט ר' אהרעלע צוגעלייגט דערצו, אז דער צווייטער טעם "טאר מען נישט אויסזאגן פאר די ליטוואקעס"...
[עד כאן מרשימת בילגורייער רב].