Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ"ל

קאווע שטיבל • די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11378
מיטוואך מערץ 15, 2017 3:57 pm#365618
די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ"ל
איך האב היינט געליינט אין "המחנה החרדי" פון אנדערהאלבען יאר צרויק, (גליון 1700), עטליכע גאר אינטערסאנטע מעשות איבער בעלזער רב ז"ל, וואס ברענגען ארויס פארקערטע און געשמאקע זיטן פון בעלזער רב, וואס מענטשען כאפען אפטמאל נישט אויף.

די מעלה פון דעם איז אז מזעט אז ער האט געהאט גענוג נארמאלע מענטשליכע נטיות, ער האט זיך געקענט רעגן און געקענט מפייס זיין, ער האט געקענט לערנען און געקענט עסן, און פארט איז ער געווען דער "בעלזער רב".

די מעשיות זענען אביסל היסטאריש, ווייל געוווענטליך הערט מען נישט די חלק, און זיי ווערן פארוואסערט צווישען אלע א.ג. "נישט-נארמאלע" הנהגות זיינע.

כוועל דא אראפברענגען עטליכע מעשיות, אלע פון זיי זענען מעדותו של ר' זלמן הלוי האפמאן, וואס איז געווען משב"ק בשנות תש"ז-תש"י.

*

איין מעשה איז איבער דעם וואס בעלזער רב פלעגט עסן ביינאכט א שטיקל בילקע, און דערנאך האט מען עם געברענגט "גריץ" - צוויבל זיפ מיט פוטער, און מהאט נישט געטארט צולייגען אנדערע זאכן. דערציילט ר' זלמן:
"בימי חג הפסח, כיון שלמרן זי"ע לא היה מה לאכול, הייתי מבשל תפוחי אדמה. במשך החג לא אמר לי מרן מאומה, רק ביום האחרון אמר לי: איך וויל דיר נישט זאגן, נעכטן האסטו געמאכט א גריץ, האסט מיט געלייגט פיהל זאכן...

"ואח"כ אמר: נעכטן איז געווען די קארטאפל צונעמליך (דהיינו, גוט). נעניתי: סאיז געווען האלאנדישע קארטאפל. כיון שלא היו תפוחי אדמה בארץ ישראל וייבאו מהולנד. אמר לי מרן: ביזט ווערד פעטש, האלאנדישע קארטאפל איז טאקע זייער גוט, אבער אזוי ווי ארץ ישראל'דיגע קומט עס נישט...

איך זע אסאך אינטערסאנטע נקודות, קודם כל האט ער זיך גערעכנט מיט יענעמס געפילן, און עם גארניש געזאגט ביזן לעצטען טאג יום טוב, צווייטענס - ער האט געקענט רעדן איבער זיין עסן, אויב סגעווען גוט אדער נישט, דריטענס - ער האט געקענט רעדן כלשון בני אדם "ביזט ווערד פעטש"...

*

א זיסע מעשהלע, איך ציטיר:
"פעם אחת, כאשר השעה התאחרה מאוד, ומרן זי"ע עדיין לא אכל, אמר לי: איך פיהל אז איך בין מיד, איך דארף מיך גיין אפרוהען, אבער איך האב נאך נישט געגעסן, איך ווייס נישט וואס צו טוהן פריער. והמשיך: אבי ז"ל אמר - שינה באכילתן (-אם יש שאלה של שינ"ה או אכיל"ה), הבכור נאכל (-יש לבכ"ר ולהקדים את האכיל"ה), קודם דארף מען עסן, נו געב צום טיש".


*

זיין מענשליכע נארמאלע זייט, זעט זיך שטארק ארויס פון די קומעדיגע מעשה:
"זכיתי לישון בחדרו של מרן זי"ע מדי לילה, כפי שהיו נהוג עד לנישואיו של מרן זי"ע בזוו"ש. כל לילה, כשנכנס מרן זי"ע לחדר, היה ניגש למיטתי ובודק האם המיטה טובה"

"לפעמים, כאשר הגיעו אורחים מירושלים וביקשו לנוח, הייתי נותן להם את המזרן (מאטראץ) שלי. פעם נכנס מרן זי"ע בלילה וראה שאין המזרן נמצא שם, לא הסכים שאישן כך, והורה לי להעיר את הלה ולהחזיר את המזרן למיטתי. וזאת אע"פ שאצל מרן זי"ע היה חמור ביותר שלא להעיר יהודי משנתו, אך מרן זי"ע לא רצה להיכנס למיטתו אם למשמשו אין מיטה נוחה".

*

א חידוש פון א מעשה איז די פאלגענדע. איך זע סיי נארמאלקייט, סיי מענשטליכע נייגונגען, און סיי אויסגערעכענטקייט בכבוד אדם:
"פעם אחת עמד מרן זי"ע ממיטתו מוקדם מן הרגיל, ואני שזה עתה נרדמתי לא חשתי בכך. מרן זי"ע קרא לי בשם, אך לא התעוררתי. אי לכך ניגש אלי מרן זי"ע ולקח את הכובע שלי, שהיה מונח על כסא ליד מיטתי, ונענע בו קלות על ראשי....

"נבהלתי ורציתי לקפוץ מן המיטה, אך מרן זי"ע אמר לי מיד: ניין ניין, מטאר נישט אויפשפרינגען שנעל.

"אח"כ התנצל מרן זי"ע בפני: זיי מוחל אז איך האב דיר געקלאפט מיטן קאפעליטש, אבער איך האב נישט געהאט קיין ברירה...

*

עס איז געווען מעגליך צו כאפען א פסוק אויך:
"פעם כאשר מזגתי את החלב ונשפך מעט יותר מדי (און אזא פאל האט דער בעלזער רב געהייסן אויסגיסען די גאנצע כוס), נזף בי מרן זי"ע ואמר: דו האסט שוין היינט געגעסן פרישטאג, דו האסט שוין געגעסן מיטאג, איך האב נאך היינט גארנישט געגעסן, ווילסטו איך זאל דאס אויך נישט טרינקען?!"...

*

א גאונות והברקה זע איך אין די נעקסטע מעשה:
"זכורני שפעם רצה מרן זי"ע ל"חדש" ארנק ... אבל היה זה יום תענית צדיקים, בו הקפיד מרן שלא לחדש דבר, וחיפש עצות ודרכים שיוכל לחדשו בכל זאת. הגבאי ר' הלל ווינד ניסה לייעץ, שמרן זי"ע יכול להלווות את הארנק למאן דהו, ואח"כ כבר לא יהיה הארנק חדש. היתה זו עצה שמרן זי"ע השתמש בה כשחידש כתונת בימי תענית צדיקים, שהמשמש היה לובשה והולך עמה ארבע אמות בבית, ואז היה מרן זי"ע לובשה.

"אולם כעת, כאשר הציע ר' הלל לעשות כן עם הארנק, נענה מרן מיד: אה, ר' הלל האט פארגעסן, די גמרא זאגט אז דריי זאכן לייט מען נישט. איינס פון זיי איז א טייסטער" (כבב"מ כ"ז ב': כיס וארנקי וטבעת לא משאלי אינשי).

*

זעענדיג אז געוויסע גלייבען נישט אז ער האט געהאט מענטשליכע געפילען פאר זיין אייגענע משפחה, איז גאר אינטערסאנט די פאלגנדע מעשה, וואס וועט אפווארפען אנדערע סארט הרגשים:
"בהלווייתו קורעת הלב של כ"ק מהר"ם מבילגורייא, שימשתי את מרן זי"ע והתלוויתי אליו בכל מסע ההלוויה. כאשר העלינו את מרן זי"ע על כסאו במדרגות בית כ"ק מהר"ם ברחוב קרית ספר, החל מרן זי"ע לבכות מאוד, ואמר: אוי וויי מיר, ער איז נאך אפילו קיין פופציג יאהר נישט געווען"...

"כמו כן במונית, בה ליווה מרן זי"ע את המיטה עד מחוץ לעיר תל אביב, ישבתי ליד מרן זי"ע, ואי אפשר לתאר את צערו הקשה ושברון לבו הנורא שראינו באותה עת".

*

און צום לעצט, א פשוט'ע נארמאלע מעשה, ווי זיס און אריגינאל:
"פעם הגעתי לבית מרן זי"ע בירושלים, ברצותי להתאונן לפניו על כמה ענינים של עגמ"נ שהיו לי באותה תקופה, והכנתי את עצמי היטב כיצר להציג את הדברים בקודש. כיון שהיה זה באמצע היום, נכנס הגבאי ר' שלום פויגל לשאול את מרן זי"ע האם אפשר להכניסני. אני עמדתי ליד הדלת, ומרן זי"ע שאל: מי זה? השיב ר' שלום: זלמן. הניח מרן את ידו על לבו ושאל: "מיין" זלמן?

"דברי מרן זי"ע היו אצלי כמים קרים על נפש עייפה, הם חיזקו ועודדו אותי כ"כ עד ששכחתי מדוע באתי, וכבר לא היה לי מה לשאול".


----
יעדער איז מכובד צוצולייגען נאך מעשיות וואס טראגען די סארט טוויסט מיט זיך.
מיטוואך מערץ 15, 2017 5:00 pm#365622
ידוע אז ער האט געזאגט אויף די אונגארישע בחורים וואס געקומען קיין בעלז.
״אלע אידען זענען תמימים אבער די אונגערישער אידען זענען תמימים שבתמימים״
אויף די פארשידענע אידען וואס פלעגען זיך דרייען אין תל אביב פלעגט ער יעדין אקקצעפטירען און זאגען ״אין א טייך איז דא פארשידענע ערליי פיש״
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:51 am#365714
כידוע ווען מען האט געפייניגט זיין ברודער אין זיין נאמען האט ער זיך שטארק אנגענומען פאר די כבוד פין ברודער, ער האט אריינגערופן די מענטשען וואס האבען אים געפייניגט און אנגעווארענט זיי זאלען אויפהערן, און אויב נישט, האט ער נישט געוואלט אויספירן.

ווי אויך אין באכניא געטא, ווען אלע קאפאס האבען זיך ביי אים געדרייט און זיך וויכטיג געמאכט, האט ער אסאך אויפגעטאן אז די רשעים זאלען נישט זיין אזוי רשעות'דיג צו די געווענליכע פשוט'ע עמך אידען.

והדברים עתיקין.
פרייטאג מערץ 17, 2017 5:23 am#365850
תורה ומדע האט געשריבן:ידוע אז ער האט געזאגט אויף די אונגארישע בחורים וואס געקומען קיין בעלז.
״אלע אידען זענען תמימים אבער די אונגערישער אידען זענען תמימים שבתמימים״

אז דו רעדסט פון אונגארישע אידן במשנת בעלזער רב, איז אינטרעסאנט נאך א נקודה ידוע, וואס ר' זלמן הנ"ל צייכנט גראדע צו אין זיין שמועס, אז נאכן קריג זענען געווען אסאך בחורים וואס האבען זיך אנגעקערט אין בעלזן הויף, און עם געפרעגט ווי זיי זאלען גייען לערנען אין ישיבה.

בעלזער רב האט געענטפערט באזירט אויף די אפשטאם פונעם בחור. א אונגארישער אפשטאמיגער האט ער געשיקט צום ישיבה פון מהרי"צ דושינסקי פון ירושלים, אליינס אן אונגארישער פון חוסט, און די גאליציאנע בחורים האט ער געשיקט אין פוילישע ישיבה, ישיבת שפת אמת דגור.

ווייטער אינטרעסאנט אז ער האט זיי צוטיילט לויט זייער אפשטאם, הפנים ער איז נישט געווען אזוי אויסגעטון פון מענטשהייט.
פרייטאג מערץ 17, 2017 11:21 am#365886
ריכטיג. דוכטזאך אז אפילו ר' א"מ רוטנער וואס וואלטמער אריינגעפאסט אין א פולישער ישיבה האט ער געשיקט צום מהריץ דושינסקיא זל.

לגבי דער מהרי"ץ אליין קלער איך שוין לאנג וויאזוי ער וואלט זיך אן עצה געגעבען מיט די שאלה פון בחירות און התיחסות צו דער מדינה אויב ער וואלט געלעבט נאך א פאהר יאהר.ער איז געווען א חלק פון די אגודה און אויך דער רב פון די עדה"ח. אפשר וואלט די עדה"ח געבליבען מער נוטה צו די אגודה , און נישט אונטער די קנאים, און מען וואלט זיך איינגעשפארט אסאך מחלוקת.
פרייטאג מערץ 17, 2017 6:46 pm#365918
אישתישבי האט געשריבן:כידוע ווען מען האט געפייניגט זיין ברודער אין זיין נאמען האט ער זיך שטארק אנגענומען פאר די כבוד פין ברודער, ער האט אריינגערופן די מענטשען וואס האבען אים געפייניגט און אנגעווארענט זיי זאלען אויפהערן, און אויב נישט, האט ער נישט געוואלט אויספירן.

ווי אויך אין באכניא געטא, ווען אלע קאפאס האבען זיך ביי אים געדרייט און זיך וויכטיג געמאכט, האט ער אסאך אויפגעטאן אז די רשעים זאלען נישט זיין אזוי רשעות'דיג צו די געווענליכע פשוט'ע עמך אידען.

והדברים עתיקין.


אז מ׳רעדט שוין פון די ברודער די בילגערייער רב אין אויך פון קאפויס. איז באקאנט אז איינע פון די משפחות וואס האבען געפייניגט די בילגערייער רב זענען געווען משפחת פ. און די סיבה איז געווען ווייל איינע פון די פ. ברידערס איז געווען א קאפוי א גרויסע רשע און אויסגעטיילט צרות פאר יודישע קינדער. אין די בילגערייער רבס דעת תורה איז געווען אז מ׳זאל יענעם אוועק לייגען. און אזוי האט מען טאקע געטוהן.
זייט די מעשה זענען די גאנצע איבריגע פ. משפחה שונאים צום בילגערייע רב. און אויך צו זיין זוהן די בעלזער רב.
מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:27 pm#365921
איך גלויב נישט די מעשה אזוי שנעל. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען די בעלזער פארטיי וואלט ממציא געווען דער גאנצע מעשה נוקם צו זיין אין זייער שונא.
עכ"פ, ס׳איז גאנץ באקאנט אז בעלזא האט קיין פראבלעם נישט געהאט מיט געוויסע קאאפערירערס מיט די נאציס, וכמו שהדפיסו די נערישע יונגען אין זייער בוך און מעורר געווען די פארגעסענע שנאה
מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:45 pm#365923
אז מ'האט דערמאנט זיין זהירות בכבוד בני אדם נישט צו מצער זיין א צווייטען , איז דא א מימרא וואס ער פלעגט זאגן,
די טאטע האט געזאגט אז א מדה מיט וואס מ'איז געבוירן געווארן מעג מען זיך גרויס האלטן און איך האב די מידת הרחמנות
מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:52 pm#365924
קומזיץ: איך האב עכט נישט געמיינט דיר צו געבן א לייק. נאר אזוי ווי איך בין געבוירן מיט די מידת האמת...(ביז צו א געוויסן גראד... :lol: ) מוז איך מודה זיין על האמת אז איך האב געהערט דאס ווערטל נאך אלס יונגל...!
מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:53 pm#365925
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
איט טעיקס בעלזא חוצפה צו רעדן פון קאפא'ס
מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:19 pm#365931
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
דעת תורה האט געשריבן:איט טעיקס בעלזא חוצפה צו רעדן פון קאפא'ס

אפשר ביסטו מיט נאך חברים אביסל מרחיב פון וואס דו מיינסט? עטליכע ניקס דא שרייבן עפעס וועגן בעלז מיט קאפאוס און משפחת פ. איך מיין אז כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.
תודה.
מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:38 pm#365933
דאס אז די קאפאס האבען געדאווענט מיט די מנין פין ר' אהרן בעלזער אין באכניא, האב איך געליינט אין א בוך פין איינער וואס איז דארט געוועהן.

ליטוואק,
וועלכע נארישע אינגען רעדט איר?

ווער איז משפחת פ.?
אמת צו נישט איז עס וויכטיג פאר היסטאריקער.
זונטאג מערץ 19, 2017 1:39 am#365972
אישתישבי האט געשריבן:דאס אז די קאפאס האבען געדאווענט מיט די מנין פין ר' אהרן בעלזער אין באכניא, האב איך געליינט אין א בוך פין איינער וואס איז דארט געוועהן.

ליטוואק,
וועלכע נארישע אינגען רעדט איר?

ווער איז משפחת פ.?
אמת צו נישט איז עס וויכטיג פאר היסטאריקער.

ס׳איז קעגען די תקנות אין שטיבל ארויס צו שרייבען די נאמען
זונטאג מערץ 19, 2017 2:01 am#365978
אישתישבי האט געשריבן:דאס אז די קאפאס האבען געדאווענט מיט די מנין פין ר' אהרן בעלזער אין באכניא, האב איך געליינט אין א בוך פין איינער וואס איז דארט געוועהן.

וועלעכע ביך?
זונטאג מערץ 19, 2017 4:46 am#365998
מדי דברי: אז מ'רעדט שוין. איך בין נישט געווען אין באכניער געטא. ממילא קען איך נישט זאגן אויב די קאפאוס האבן יא, אדער נישט געדאוונט מיט'ן מנין פון בעלזא'ער רב. און אויב זיי זענען געגאנגען אין זייער יוניפארם. אבער איך האב געליינט אין מחנה החרדי וויאזוי מ'האט אדורכגעשמוגלט די קאר פון בעלזא/בילגוריי'ע רב דורך נאצי דייטשלאנד. אין דייטשלאנד איז דאך, כידוע געווען..."מישלינגען"...בערך א 150,000. דאס זענען געווען מעמבערס פון די נאצי פארטיי פון וועלכע איינס פון די עלטערן האבן געשטאמט פון אידן. זיי זענען געווען מעמבערס לכל דבר. און זיי זענען געווען אויף אפיציעלע פונקציעס. נאר היטלער, ימ"ש און זיינע אנפיהרערס האבן זיי געהאלטן אין או אומזיכער'ן מצב. מ'האט זיי געקענט פארשיקן אין די קאנצענטראציע לאגערן אלס אידן אין סיי וועלכע מינוט. ער האט דאס געטון בכוונה זיי צו האלטן געטריי. אבער די מענטשן (וואוילע אידן.) האבן געוואוסט ווער זיי זענען. און זיי האבן געהאט א פאראייניגונג צווישן זיך. און זיי האבן געהאלפן אדורכפיהרן די קאר איבער דייטשלאנד אומבאמערקט פון די עכטע נאציס...!

דאס לאזט שוין מיין פאנטאזיע לויפן. אז אפשר איז אויך גאר געווען א גרויס מנין אין אן אונטערערדיש ביהמ"ד אין בערלין, וואו די אידן זענען געקומען דאווענען מיט זייער נאצי יוניפארם. און מ'האטציך געטענה'ט,,נו, בערל. יאסל. גיי צו צום עמוד. און מ'האט געגעבן תיקון נאכ'ן דאווענען און געמאכט א לחיים. נאכדעם איז מען געגאנגען אויספיהרן די נאצישע פונקציעס פונ'ם דזשאב. אפשר פרייטיג נאכמיטאג האבן זיך די (ערליכע) אידישע נאציס ארויסגעדרייט פון זיייער ארבעט פריה, כדי אנצוקומען אהיים. און נאך אפשר גיין אין מקוה אויך מיט זייערע קינדער. און טועם זיין פון די שבת'דיגע מאכלים...! דאס וואלט דאך געווען די גרעסטע נקמה אין היטלער, ימ"ש מיט זיינע נאציס...!

אין אונארן איז, כידוע געווען א סאך אידן וועלכע זענען געווען פארשטעלט פאר די אונגארישע נאציס, די נילאש'עס. ס'דא א סאך מעשיות ווי זיי האבן געראטעוועט אידן פון אמת'דיגע סכנות אין די לעצטע מינוט. אויך דערציילט מען אז ס'האטציך געטראפן א..."נאצי"... פון וועמען'ס יוניפארם ס'האט ארויסגעהאנגען די ציצית... :lol: באמת געראטעוועט א סאך אידן...! אבער די מערסטע זענען געווען קלוגע יונגעלייט. וועלכע האבן
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:55 pm#366547
דער הייליגער בעלזע רב זי"ע האט געבעטן דעם הייליגער קלויזענבורגע רב זי"ע
ער זאל ארויסקומען מיט א פסק: אז מען דארף נישט מאכן קיין "ברכת הגומל" ווען מ'פליעט מיט א עראפלאן,
היות עס איז געווען א נייע טראנספערטאציע מיטל וואס מען האט דאמאלטס אנגעהויבן צו ניצן,
און ער האט דעמיט געוואלט אז א פוסק וואס זיינע פסקים ווערן אנכגענומען אין הימל
זאל פסק'ענען אז מען דארף נישט גומל בענטשן ווייל עס איז נישט בחזקת סכנה, כך שמעתי
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 3:11 pm#366551
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
דאס באלאנגט נישט אין די אשכול, ודו"ק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 3:46 pm#366553
אין הכי נמי עס איז אבער דאך מער ענדליך צום קעפל פון אשכול ווי די גאנצע קאפאוי געמוזעכץ
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:54 pm#366566
געהערט פון הרה״צ ר׳ אהרן מרדכי רוטנער שליט״א, אז דריי מאל האט ער געזעהן דעם בעלזא׳ער רב שמייכלען,

1. ווען דער גבאי וואס פלעגט קאכן די פיש פאר שבת האט געהאט אוועק געפארן, האט ער געקאכט די פיש, נו האט ער גענומען די פיש אריינגעלייגט אין וואסער און היידע געקאכט... אן קיין זאלץ אן ספייסעס, ווען בעלזער רב האט טועם געווען דערפון האט ער זיך צושמייכלט.

2. ווען ער האט אמאל זיך טועה געווען און אין די טונקלקייט אריינגעברענגט פיש זאפט אנשטאט קאמפאוט.

3. כמדומני ווען ער האט צוריקגעברענגט דער בעלזער רב׳ס גארטל נאכן אויסוואשן און די קאליר איז אראפגעקומען )דעמאלטס האט ער באקומען די גארטל(.
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:36 pm#366583
מיש-נייעס האט געשריבן:דער הייליגער בעלזע רב זי"ע האט געבעטן דעם הייליגער קלויזענבורגע רב זי"ע
ער זאל ארויסקומען מיט א פסק: אז מען דארף נישט מאכן קיין "ברכת הגומל" ווען מ'פליעט מיט א עראפלאן,
היות עס איז געווען א נייע טראנספערטאציע מיטל וואס מען האט דאמאלטס אנגעהויבן צו ניצן,
און ער האט דעמיט געוואלט אז א פוסק וואס זיינע פסקים ווערן אנכגענומען אין הימל
זאל פסק'ענען אז מען דארף נישט גומל בענטשן ווייל עס איז נישט בחזקת סכנה, כך שמעתי

קלעבט עפעס נישט אזוי. דו האסט א קראנטער מקור אויף דעם?

[דאס איז שוין חוץ וואס דער רב איז בכלל נישט געווען 'איבעריג אנטציקט' פונעם קלויזענבורגער, כידוע ליודעים]
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:39 pm#366584
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
מיש-נייעס האט געשריבן:דער הייליגער בעלזע רב זי"ע האט געבעטן דעם הייליגער קלויזענבורגע רב זי"ע
ער זאל ארויסקומען מיט א פסק: אז מען דארף נישט מאכן קיין "ברכת הגומל" ווען מ'פליעט מיט א עראפלאן,
היות עס איז געווען א נייע טראנספערטאציע מיטל וואס מען האט דאמאלטס אנגעהויבן צו ניצן,
און ער האט דעמיט געוואלט אז א פוסק וואס זיינע פסקים ווערן אנכגענומען אין הימל
זאל פסק'ענען אז מען דארף נישט גומל בענטשן ווייל עס איז נישט בחזקת סכנה, כך שמעתי

קלעבט עפעס נישט אזוי. דו האסט א קראנטער מקור אויף דעם?

[דאס איז שוין חוץ וואס דער רב איז בכלל נישט געווען 'איבעריג אנטציקט' פונעם קלויזענבורגער, כידוע ליודעים]


ניין איך שרייב דאך מיט קידוש לבנה אותיות "כך שמעתי"

אבער דאס וואס דו שרייבטס אז ער איז נישט געווען אנציקט, כידוע ליודעים דאס איז דורש מקור!
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:44 pm#366587
נו, דאס פרעג איך צו דער "שמעתי" איז פון א רילייעבעל מקור אדער סתם א שמוה פורחת?

אויף מיין סטעיטמענט האב איך דאך געזאגט כידוע ליודעים, קוקט אויס דו ביסט נישט קאנסידערט צווישן די יודעי היסטאריע..
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:50 pm#366588
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:נו, דאס פרעג איך צו דער "שמעתי" איז פון א רילייעבעל מקור אדער סתם א שמוה פורחת?

אויף מיין סטעיטמענט האב איך דאך געזאגט כידוע ליודעים, קוקט אויס דו ביסט נישט קאנסידערט צווישן די יודעי היסטאריע..


איך ווייס טאקע נישט קיין היסטאריע פון בעלזא רב, אבער דאס וואס דו שרייבסט (אויב איז עס אמת...) איז עס זיכער געבויעט אויף א מעשה רב, און אזא מעשה גלייבט זיך שווער, איך קען נישט זעהן בעלזא רב רעדן אויף איינעם (די פארשטייסט וואס איך מיין, בעלזא רב איז נישט געווען קיין סאטמארע רב וואס האט געזאגט מיינונגן אויף מענטשן), טא ווי אזוי איז דו מעשה געגאנגן, קען זיין אז עס איז אנגעקומען א פסק פון קלוזיענורגע רב און בעזלא רב האט זיך נישט פארלאזט אויף איהם
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:11 pm#366592
צו זיין נישט איבעריג אנטציקט מוז זיין דער רב האט גערעדט קעגן אים? אבי געזונט! דער רב האט נישט גערעדט קעגן א בן ישראל בכל מצב שהוא.

וועגן דער קלויזענבורגער'ס פערסענאליטי - עם רוב עזותו למען קדושת ובנית כלל ישראל ומסרותו למען הזולת ביים קריג - גיי איך נישט יעצט פירן א שמועס דא. עיין ערך (הרה"צ) שלמה'לע גנב און דער סקאליער משוגענער ואטי כי רוכיל...

ביטע סטאפ דא.
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 10:45 pm#366615
.
פרייטאג מערץ 24, 2017 1:21 am#366627
ווי באקאנט אז אסאך מאל ביים טיש ווען עס איז אנגענומען א גרויסע עולם און מען האט געדארפט מאכן פלאטץ ביים טיש פאר נאך בנש"קים וכד' , האט זיך געמאכט אמאל אז די גבאי האט געזאגט (געשריגן) ריקטס ענק ארויף... , האט עם די רב צוגעריפן און געזאגט נישט אזוי רעדט מען , מען זאגט " זייט מוחל רוקט אייך ארויף"
זונטאג מערץ 26, 2017 12:04 pm#366772
איך האב געהערט אמאהל אז בעת די לויה פון דער מהריד מבעלז האט זיין צווייטער רעבעצין געבעטען אז איהר זוהן, דער מהר"ם מבילגורייא, זאל ווערען בעלזער רב, און דער מהר"א זאל זיין דער רבי. צו דעם האט דער בעלזער רב ז"ל געזאגט אז רבנות קומפט איהם מדין בכורה, און רבי'סטיווע האט צו טוהן מיט די חסידים... און מיט דעם האט זיך דאס גענדיגט.
זונטאג מערץ 26, 2017 12:53 pm#366788
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
@תורה ומדע
די רעביצען האט כאטש משפיע געווען אז יארן שפעטער זאל עס געשעהן... 45
זונטאג מערץ 26, 2017 12:56 pm#366789
דער בולגרייער און בעזלע רב זי"ע זענען נישט געווען גאנצע ברודער?
זונטאג מערץ 26, 2017 12:58 pm#366792
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
דאס דארף מען דיר אויך אויסלערנען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מערץ 26, 2017 1:17 pm#366802
מיש-נייעס האט געשריבן:דער בולגרייער און בעזלע רב זי"ע זענען נישט געווען גאנצע ברודער?

דער מהרי"ד מבעלז איז געווען אן איידעם ביי א זוהן פון ר' אהרן טשערנאבליר בזווג"ר, און פון דעם זיווג האט ער גיהאט דער מהר"א און די אוסטילער רעבעצין הי"ד. די אנדערע קינדער זענען געווען מזוו"ש. דער בילגרייער רב איז געבוירען אויף די עלטער און איז געווען אפשר דרייסיג יאהר יונגער פונעם מהר"א ז"ל.
זונטאג מערץ 26, 2017 1:42 pm#366809
שיינע אינפארמאטיווע אשכול, שכח הרב ארי נוהם.
מאנטאג מערץ 27, 2017 3:04 am#366946
בד"ה, דער בעל הגדת עדות פונעם אשכול, ר' זלמן האפמאן משב"ק רבי אהרן מבעלזא, איז געשטארבן פאריגע וואך.

יהא זכרו ברוך.


כהאב נאך עטליכע אינטרעסאנטע זאכן געזען, וואס ר' זלמן האט דערציילט איבער בעלזער רב, און ברענגט ארויס זיין מענטשליכע זיטן. אי"ה כוועל עס באשרייבען אין א קומעדיגע געלעגענהייט.
מאנטאג מערץ 27, 2017 4:56 pm#367036
עס איז דא עפעס א תיאור ווי ר' אהרן האט אויסגעלערנט עמיצער וויאזוי מען שרייבט א שיינע בריוו אין לשון הקודש. עפעס אז מען חזר'ט איבער צוויי מאל די זעלבע זאך נוצנדיג אנדערע ווערטער. יבאו היודעים ויספרו.
מאנטאג מערץ 27, 2017 5:02 pm#367038
ארי נוהם האט געשריבן:בד"ה, דער בעל הגדת עדות פונעם אשכול, ר' זלמן האפמאן משב"ק רבי אהרן מבעלזא, איז געשטארבן פאריגע וואך.

יהא זכרו ברוך.


כהאב נאך עטליכע אינטרעסאנטע זאכן געזען, וואס ר' זלמן האט דערציילט איבער בעלזער רב, און ברענגט ארויס זיין מענטשליכע זיטן. אי"ה כוועל עס באשרייבען אין א קומעדיגע געלעגענהייט.

ר' זלמן.
מאנטאג מערץ 27, 2017 8:06 pm#367063
נאך אינטרעסאנטע מעשיות וואס האבן שייכות מיט דעם אשכול, זענען דערציילט געווארן דארך ר' זלמן האפמאן הנ"ל, און זענען געברענגט געווארען אין לעצטע וואכיגע מחנה החרדי. לאמיך ברענגען דבריו ככתבו וכלשונו:

אינטרעסאנטע ידיעה איבער בעלזער רב'ס זיך אויסקענען אין קיך:
כשהתמנה למשב"ק, הראה לו מרן זי"ע את חדרי הבית, ואף לימד אותו בעצמו את דרכי בישולן המאכלים, באומרו: "אל תחשוב שהסתובבתי במטבח, אבל בכל זאת אני יודע"...


*

איבער זיינע הרגשים, פשוט'ע מענטשליכע הרגשים איבער זיין שיינע רבי'שע הויף אין אייראפע וואס איז אינטערגעגאנגען:
פעם אמר לו: "דו ווייסט נישט, דו ביסט נאך א קינד, דו ביסט נישט געווען אין בעלזא. איך האב געהאט אין בעלזא א הויף, סאיז געווען ממש א מלכות, ווען איך דערמאן זיך דערפון, גיט עס מיר א שטאך אין הארץ".

פעם אמר לו בסגנון אחר: "איך האב געהאט חסידים וואס האבן געקענט זיין ממש רבי'ס, און ווען איך דערמאן מיך גיט עס מיר א שטאך אין הארץ".


*

א אינטערסאנטע מעשה האב איך געזען בשם בעלזער דיין פון מונטריאל, ר' וואלף בער לערנער, וואס ברענגט ארויס זיינע מידות און זהירות בכבוד האחר און הרגשים, אויף א גוואלדיגע פארנעם.

כידוע פלעגט בעלזער רב נישט געבן די הענט פאר קינדער, נאר דארך א האנטיך. איינמאל איז ער געווען אין בודאפעסט, און איינער איז אדורך מיט זיין יונגעל וואס איז געווען הויך געוואקסען און איז געווען אנגעטון מיט א בעקיטשע און הוט. בעלזער רב האט אים געגעבן שלום דורך זיין האנטיך. ווען די גבאי האט עס געזען, האט ער געמיינט אז דער יונגעל האט געוואלט אפנארן בעלזער רב, און ער האט אנגעשריגן דעם יונגעל "שייגעץ ארויס".

ווען בעלזער רב האט עס געהערט איז ער אויפגעציטערט געווארען, און האט גלייך געהייסן די גבאי צוצורופן די יונגעל, און ער האט געבעטן די יונגעל צו זאגן דריי מאל: איך בין מוחל, איך בין מוחל, איך בין מוחל. דער יונגעל האט אזוי געטון, און איז אוועקגעגאנגען. אבער בעלזער רב האט געזאגט צום גבאי אז ער קען זיך נאכאלץ נישט בארואיגן, און ער זאל נאכמאל צוריקרופען די יונגעל. ווען די יונגעל איז צוריקגעקומען, האט אים בעלזער רב געהייסן אז אלץ "פיוס" זאל ער זיך מזכיר זיין. ווען דער יונגעל איז ווידער אוועקגעגאנגען, האט בעלזער רב ווידער געזאגט אז ער קען זיך נאכאלץ נישט בארואיגן, און ער זאל נאכאמאל צוריקרופן דעם יונגעל. ווען דאס יונגעל איז צוריקגעקומען צום דריטן מאל, האט אים בעלזער רב געזאגט אז אלץ פיוס קען ער שרייבן א קוויטל, און ער קען מזכיר זיין וועמען ער וויל!

דערנאך האט דער רב געזאגט צום גבאי'ן: "איך בין זייער נישט רואיג, ווייל איך האב א חומרא נישט צו געבן די האנט פאר א יונגעל אינטער די בר מצוה, וועגן דעם זאל מען ביי מיר אין שטוב באליידיגן א יונגעל?! גיי רוף אים צוריק!". ווען דאס יונגעל איז צוריקגעקומען [שוין די 4'טע מאל!!!], האט בעלזער רב אנגעכאפט מיט זיינע הענט די הענט פון די אינגעל, אן א האנטיך, און ער האט אים ווארים אנגעווינטשען. הערשט נאכדעם האט ער זיך אויסגעדריקט "יעצט בין איך שוין בארואיגט"!

*

נאך א געוואלדיגע מעשה איבער די פשוטע נארמאלע שכל הישר און מענטשליכקייט פון בעלזער רב, איז דאס פאלגענדע:

דער חוג חת"ס רב פון בני ברק, רבי יצחק שלמה אונגאר זצ"ל, האט דערציילט אז ער איז אמאל אריין מיט א חתן ביום חתונתו צו נעמען א ברכה פון בעלזער רב. דער רב האט גערעדט מיט עם איבערן גרויסקייט פון טאג אא"וו. ווען דער חתן האט געוואלט ארויסגיין האט אים דער רב געזאגט:

"געדענק! כאטש דו ביזט היינט פארטיפט אין דיינע וויכטיגע געדאנקען, זאלסטו זעהן אויפצונעמען יעדע גאסט מיט א פריינטליכע געזיכט, און יעדער וואס ווינטשט דיר מזל טוב, זאלסטו עם צוריקענטפערן מיט א שמייכעל, און פארגעס נישט זיך צו באדאנקען פאר יעדער וואס האט דיר געשאנקען דרשה געשאנק, און עם מכיר טוב זיין פאר זיין קומען".
דינסטאג מערץ 28, 2017 11:17 pm#367400
ער פלעגט צוזאגן , א מתמיד איז " ער לערנט ווען ער דארף לערנען עסט ווען ער דארף עסן שלאפט ווען ער דארף שלאפן".
דינסטאג מערץ 28, 2017 11:22 pm#367401
ער האט געהייסען אין די בעלזער ישיבה געבען שיך פוץ יעדען ערב שבת פאר די בחורים, און יעדער מיטאג סעודה האט געדארפט האבען פיהר באזונדערע מאכלים אויפען טיש.
דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:08 pm#368511
יעצט געליינט אין יום טוב'דיגן "המחנה החרדי", מכתבי בנו של ר' זלמן האפמאן הנ"ל - משב"ק ר' אהרן מבעלזא, אפאר אינטרעסאנטע מעשות איבערן בעלזער רב וואס דער זין האט געהערט פון טאטן.

אבער די בעסטע איז די פאלגענדע. א געמיש פון א כיטרע צינישע שאלה, א ווערטל וואס האט געמאכט בעלזער רב לאכן, און סך הכל - א "מענטשליכע" מעשה פון בעלזר רב:

עובדא הוה עימי. כשחל תענית ת"ב להיות במוצ"ש, פנה כ"ק מרן זי"ע בשבת אל הסובבים ושאל "הרי ידוע שבבעלזא לא היו אומרים בכל שבת ושבת את הזמר 'ברוך ה' יום יום', רק כשחל ת"ב להיות בשבת, אך עתה שת"ב חל להיות במוצ"ש מי יודע האם אומרים או לא". נענו כמה מהסובבים (ה"ה הרה"ח ר' אליעזר וואלף פדווא ז"ל, ועוד כמה אנשים חשובים) ואמרו שיודעים הם בבירור שבכה"ג לא היו אומרים.

אך ראו על פני מרן זי"ע שחפץ היה מאוד שכן יאמרו זאת, ושוב פנה ושאל כוכ"פ. ועמד שם אחד, ולאחר שראה כי עז רצונו של מרן לומר, אמר "שמעתי מזקני החסידים שזוכרים שהיו אומרים זאת".

מרן זי"ע היה בדיחא דעתיה, ופנה אליו ושאל "מי הם ה'זקני חסידים' שאמרת זאת בשמם", והלה נענה בתמימות 'זלמן הופמן', מיד עלתה על פני מרן בת צחוק.


הפנים, בעלזער רב האט געקענט א 'טשעפע' טאן פאר יענעם, פרעגנדיג פון וועם ער האט געהערט די מנהג, און דערנאך האט ער געקענט לאכן פון א ווערטל, ווען יענער האט געעענטפערט די נאמען 'זלמן האפמאן', וואס איז דעמאלס געווען א הויז בחור...
מיטוואך אפריל 19, 2017 6:55 pm#368634
די פאלגענדע מעשה, וואס איז אויך געדריקט געווארן אין יום טוב'דיגן מחנה חרדי, מכתבי בנו של ר' זלמן האפמאן הנ"ל, דערציילט ער די פאלגענדע שטוינדענדע עפעזאד, וואס מאכט מיר גאר טראכטען אז מיר דארפען גענצליך איבערקלערן דעם אנגענומענעם מיינונג איבער בעלזער רב ז"ל.

ליינט מיט הנאה:
במהלך שבוע השבע ברכות (-פון ר' זלמן האפמאן), התעיין כ"ק מרן זי"ע אצלי איך היתה החתונה, וראיתי כי מרן רוצה לשמוע שהיתה חתונה שמחה. אמרתי שהיה 'עולם' והיו כולם בשמחה, וכי ר' יוסל אייכלר המשמש שימח וריקד עם בקבוק על ראשו וכו'.

מרן זי"ע חייך מתוך הנאה מרובה, והפטיר אודות חלק השתתפותו בענין זה, באשר בחצר ביתו של מרן התאמן ר' יוסל, וקולות ניפוץ הבקבוקים נשמעו עד לחדרו הק'...


איך ווער שוין צומישט פון דעם. דא שטעלט זיך בעלזער רב ארויס אלץ געשמאקע בא'טעמ'טע מענטש, מיט העכסטס נארמאלע זיטן פון געלעכטער ביזן ווערטלען זיך...
מוצ"ש מאי 06, 2017 11:20 pm#370108
אין א מאמר וואס ר' אהרן שטערנליכט האט געשריבן אין "אור הצפון", קובץ ס"ה - חשון תשע"ה (איבערגעדריקט אין מחנה חרדי גליון 1710), ווערט געברענגט די פאלגענדע מעשה, וואס האט פאסירט ווען בעלזער רב איז געזעצן שבעה נאכן ברודער, דער בילגורייער רב:

באחד מימי השבע, הגיע אדמו"ר אחד לנחם את כ"ק מרן זי"ע. שאל אותו מרן: "מהיכן נודע לכם על פטירת הרב מבילגורייא?", השיב האדמו"ר בקול: "וואס הייסט? איך האב עס געזען אין די 'הצופה' צייטונג..."

תשובה זו גרמה להעלות בת שחוק על פני כ"ק מרן זי"ע...
מיטוואך מאי 10, 2017 2:15 am#370442
בעלזער רב ז"ל איז די מקור פארן "בארד בארד, ווי איז דיין איד"?!



אין "די אידישע צייט" פון די צייטונג, פסח תשע"ז, איז געדריקט א לענגערע אינטערוויו מיט ר' צבי משה שלייפשטיין וואס דערציילט קורת חייו.

ער דערציילט דארט איבער עפעס וואס ער האט געטון ע"פ בקשת הרב מבעלז בשעת די קריג, און אז נאכן קריג איז ער אמאל אריין צום בעלזער רב אין באגלייטונג פון א איד ר' חיים שטערן. ר' צבי משה שלייפשטיין גייט אן א בארד, און דאס איז וואס עס האט דארט פאסירט דערוועגן:

אריינגייענדיג צום רבי'ן אין צימער, האט דער רבי זיך געוואנדן צו מיר: "ברוך ה' אז מיר טרעפן זיך", ר' חיים האט געזאגט פארן רבי'ן: "ער איז א פיינער יונגערמאן, אבער ער האט איין חסרון...", דער רבי האט געפרעגט וואס דאס איז, און ער האט געזאגט: "ער האט נישט קיין בארד".

דער רבי האט אים געזאגט: "דו ווייסט חיימ'ל, ס'איז אמאל פארהאן א איד אן א בארד וועלכער איז בעסער ווי א בארד אן א איד..."
מיטוואך מאי 10, 2017 7:52 am#370455
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
ס׳איז א טיפישע גאליציאנער ווארט. ס׳קען זיין אז ס׳איז אן אלטע ווארט.
ביי אונז איז עס א מימרא פון סאטמאר רב, אדער אויף מייק טרעס אדער אויף ר׳ אליעזר האראדזעצקי. גיי ווייס.

ס׳שטימט בעסער אזוי, ווייל אין אונגארען האט א בארד געמיינט חסידיש קעגען אשכנזיש, נישט פרום קעגען פריי. דעריבער האט עס אן אנדערע באדייט געהאט, ודו"ק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 10, 2017 8:47 am#370458
ארי נוהם האט געשריבן:אין א מאמר וואס ר' אהרן שטערנליכט האט געשריבן אין "אור הצפון", קובץ ס"ה - חשון תשע"ה (איבערגעדריקט אין מחנה חרדי גליון 1710), ווערט געברענגט די פאלגענדע מעשה, וואס האט פאסירט ווען בעלזער רב איז געזעצן שבעה נאכן ברודער, דער בילגורייער רב:

באחד מימי השבע, הגיע אדמו"ר אחד לנחם את כ"ק מרן זי"ע. שאל אותו מרן: "מהיכן נודע לכם על פטירת הרב מבילגורייא?", השיב האדמו"ר בקול: "וואס הייסט? איך האב עס געזען אין די 'הצופה' צייטונג..."

תשובה זו גרמה להעלות בת שחוק על פני כ"ק מרן זי"ע...


די מעשה איז עטוואס צענזורירט. דער רבי איז געווען פון דער רוזינער גזע, אפשר דער סדיגורער? ווען ער איז ארויס האט דער בעלזער רב געזאגט, היינטיגע רביס איז זייערע ראשית חכמה א צייטונג.
מיטוואך מאי 10, 2017 9:02 am#370461
וחלופיהן האט געשריבן:די מעשה איז עטוואס צענזורירט. דער רבי איז געווען פון דער רוזינער גזע, אפשר דער סדיגורער? ווען ער איז ארויס האט דער בעלזער רב געזאגט, היינטיגע רביס איז זייערע ראשית חכמה א צייטונג.

ס'קען זיין אז די מעשה איז געווען מיט רבי שלמה חיים מסאדיגורא - ווערד א באשרייבונג פאר זיך, ער פלעגט טאקע שרייבן מאמרים אין הצופה (ס'איז שוין צאמגענומען אין א ספר 'דברים בעתם').
מיטוואך מאי 10, 2017 6:35 pm#370524
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס׳איז א טיפישע גאליציאנער ווארט. ס׳קען זיין אז ס׳איז אן אלטע ווארט.
ביי אונז איז עס א מימרא פון סאטמאר רב, אדער אויף מייק טרעס אדער אויף ר׳ אליעזר האראדזעצקי. גיי ווייס.

ס׳שטימט בעסער אזוי, ווייל אין אונגארען האט א בארד געמיינט חסידיש קעגען אשכנזיש, נישט פרום קעגען פריי. דעריבער האט עס אן אנדערע באדייט געהאט, ודו"ק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


געהערט אויף ר' מייק טרעס. ר' אליעזר האט נישט געהאט א בארד?
מיטוואך מאי 10, 2017 7:25 pm#370528
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
ניין, ער האט נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 05, 2017 10:08 pm#378053
די פאלגענדע מעשה איז אינטערסאנט נישט נאר צוליב בעלזער רב'ס חלק דערין, נאר אויך צוליב דער בעל העובדא - זיין פלומעניק, דער היינטיגער בעלזער רבי.

ביים "לעקיך און בראנפן" ביים יא"צ פון ר' אהר'לע בעלזער, כ"א אב תשע"ב האט ער דערציילט דאס פאלגענדע (איבערגעדריקט געווארן אין מחנה חרדי, גליון 1749):
דודי זי"ע נהג, כאשר הושיט ידו לשלום לילד לפני גיל הבר מצוה, היה עוטף את ידו במגבת, וכן גם נהג עמי. פעם לאחר ששהיתי בחו"ל בערך כשנה וחזרתי לפני חג הפסח לארץ הקודש, התגעגעתי בגעגועים עזים לדודי זי"ע, הלכתי להתפלל מעריב ולאחר מעריב נכנסת לקבל ברכת שלום.

דודי זי"ע לקח המגבת כהרגלו והחל לכורכה סביב לידיו הק', הייתי אז ילד קטן וחשבתי לעצמי: כבר שנה שלא ראיתי את דודי וכעת נותן לי את היד רק עם מגבת, ופרצתי בבכי.

דודי זי"ע שמע זאת, הזדעזע והסיר את המגבת, נתן לי ידו לשלום ולאחר מכן נטל ידיו.
דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:37 am#378905
דובר משרים האט געשריבן:
וחלופיהן האט געשריבן:די מעשה איז עטוואס צענזורירט. דער רבי איז געווען פון דער רוזינער גזע, אפשר דער סדיגורער? ווען ער איז ארויס האט דער בעלזער רב געזאגט, היינטיגע רביס איז זייערע ראשית חכמה א צייטונג.

ס'קען זיין אז די מעשה איז געווען מיט רבי שלמה חיים מסאדיגורא - ווערד א באשרייבונג פאר זיך, ער פלעגט טאקע שרייבן מאמרים אין הצופה (ס'איז שוין צאמגענומען אין א ספר 'דברים בעתם').


דער מעשה איז געוועהן מיט דער אהלי יעקב (רבי יעקב ) פין הוסיאטין דער איידעם אין ממלא מקום פין זיין גרויסע שווער הרה''ק ר' ישראלטשע מהוסיאטין זי''ע ....
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:32 pm#382181
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
דער וואכעדיגע יתד נאמןבילדבילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk