איך מיין אז די פאלגענדע תגובה קען פאסן דא, אויב נישט ביטע פירט עס אריבער ווי איר מיינט אז עס פאסט:
די גמרא זאגט אין שבת דף י"ז ע"ב: מאן אבירי לב [מי הם אבירי לב] גובאי [שם אומה היא בבבל] טפשאי [שהם טפשים חסירי דעת], אמר רב יוסף תדע דהא לא איגייר גיורא מינייהו, אמר רב אשי בני מתא מחסיא אבירי לב נינהו, דקא חזו יקרא דאורייתא תרי זמני בשתא [שהם רואים כבוד התורה שני פעמים בשנה כשבאים עם רב לפני החגים לשמוע הלכות] ולא קמגייר גיורא מינייהו.
זעהט מען פון דא אז דער וואס זעהט די געוואלדיגע כבוד התורה און עס רירט איהם נישט איז ער פשוט א טיפש, נישט סתם א טיפש נאר א טיפש פון חז"ל.
די גובאי האבען אודאי געהאט א תירוץ אז די אידן טויגן נישט, אבער אלע תירוצים אין די זייט, אז מען זעהט 60,000 אידן קומען און טאנצן "ושבתי ושבתי אוי ושבתי בבית ה', לאורך ימים לאורך ימים, און מען פארענטפערט זיך, מען מאכט עס אוועק, אז רב לאו האט געהאט א דרשה אדער אנדערע היפאקריטישע תירוצים, מיינט עס אז די ברעינוואשינג פון די פילע יאהרן האט זיי געמאכט פאר סערטיפייט טיפשים.