Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » גייט 'הרב לאו' קומען צום סיום הש''ס פין די אגודה?

גייט 'הרב לאו' קומען צום סיום הש''ס פין די אגודה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 96 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1144
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:05 pm#26243
גייט 'הרב לאו' קומען צום סיום הש''ס פין די אגודה?
עס טוט זיך הימעל אין ערד וועגן די סיום הש''ס צו הרב/ראביי לאו זאל קומען צו נישט

ווי שוין באשריבן אין צווייטעל אשכול
האט וויזיניצער רבי פין מאנסי געזאגט אז אויב מען ברענגן הרב לאו פין ארץ ישראל וועט ער נישט קומען אין נישט שיקן זיינע מענטשן
די גאס שמיעסט אז זיין נעפיו דער וויזניצער רבי פין ארץ ישראל וואס דארף אויך קומען וועט זיך צושטעלן אין קענסלען זיין דרשה
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:07 pm#26246
צו ער גייט קומען צו נישט ווייס איך נישט אבער איך מיין אז דו מעיגסט שרייבען הרב לאו
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:19 pm#26251
לעמיל האט געשריבן:צו ער גייט קומען צו נישט ווייס איך נישט אבער איך מיין אז דו מעיגסט שרייבען הרב לאו

ערלעדיגט, איך רעכן מיך מיט דיינע געפילן
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:20 pm#26254
קלאר האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:צו ער גייט קומען צו נישט ווייס איך נישט אבער איך מיין אז דו מעיגסט שרייבען הרב לאו

ערלעדיגט, איך רעכן מיך מיט דיינע געפילן

יישר כח!
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:24 pm#26257
געהערט אין 'פאלטשע' קאווע שטיבל (ווי מען טרינקט עכט קאווע)
אז וויזניץ ארבעט יעצט צו בויען א קאליציע פין היימישע קהילות
וועלכע זאלען בויקאטען די אסיפה אויב לאו קימט (סאטמאר שטעלט זיך צו...)
דאס מיינט אז עס וועלן זיי ווייניג הויכע היטן


עמיר זעהן וואס איז וויכטיגער פאר די אגודה
עס קוקט אויס ווי עס געווארען א פאוער פייט
אויב די חסידים קענען איינטיילן פאר די אגודה וואס צו טוהן, אזווי עס איז טיילווייז געווען אין סיטי פיעלד מיט די ליטוואקס
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:25 pm#26259
עס איז מיר שווער צו גלייבען אז אגודה וועט זיך דערשרעקען פון וויזניץ אויב עפעס וועט וויזניץ אוועק גיין ווען ער וועט רעדען
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:27 pm#26263
אבער אויב ר' ישראל וועט אויך נישט קומען צוליב "נפל פחד מרדכי עליו", דאן וועט אגודה טאקע זיין אין א דילעמה
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:29 pm#26265
ביים סיום הש"ס זענען די חסידישע אנטיילנעמער גאר א קליינע פראצענט פונעם ציבור, ווידער רב לאו איז גאר א שטארקע נאמען ביי די מאדערנע קרייזן.

איך זעה נישט פארוואס די אגודה זאל זיך ברעכן, בפרט אויב זיי האבן שוין עמטליך געלאדענט הרב לאו.

---
קאווע טרינקער האקט,

קודם כל, ביטע שרייבן מיט עטוואס דרך ארץ, עס פארשענערט דעם שטיבל אויב מען שרייבט ווי נארמאלע מענטשן.

והשנית, נניח אז מהר"י מויזניץ ב"ב גיבט פרייוויליג אויף זיין כיבוד אלס רעדנער, גייען זיי צוליב דעם גיין אפזאגן הרב לאו ??? בפרט ווי פריער געשריבן די מאדערנע עולם איז סאך מער ווי די חסידישע עולם.
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:30 pm#26267
זיי וועלען טרעפען א צווייטע חסידישע רבי וועים צו רופען, עס איז דא גענוג וואס וועלען זיך פרייען דערצו
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:42 pm#26284
מיין דעת בעל הבית שפירט א גרעסערע מאס רעספעקט כלפי הרב לאו ווי וויזניץ-מאנסי רבי'ן שליט"א.
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:54 pm#26296
די חסידישע זענען טאקע א מיעוט ביים סיום הש''ס
אבער די אגודה חלש'ט זייער פאר די ביבער אין שטאפען היטן
פארוואס, קען מען זיך דינגען
אבער דאס איז דער מציאות
דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:02 pm#26303
זיי דארפן עס לקיים והי' לאגודה אחת. ער דארף האבן פון אלע שיכטן און קרייזן, אבער עס איז אים נישט קיין נפקא מינה צו ער האט צוויי טויזענט הויכע הוטן צו דריי טויזענט הויכע הוטן
דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:06 pm#26306
אין דער איד פראבירן זיי אראפצולייגן דעם וויזניץ מאנסי רבי'ן פאר א קנאי מיט די סאטמערע השקפה, פאר'ן זיך ארויסשטעלן אזוי שטארק קעגן הרב לאו
די זאלונים פראבירן שוין א לאנגע צייט צו געפעלן פאר וויזינץ מאנסי, (זיי פראבירן צו האלטן די אלע וואס האבען זיך געשלאגען מיטן ברך משה ביי די פרשיות צווישן תש''מ - תש''ס)
לדוגמא, זיי לעשן אויס די שבת בעל אין וויליאמסבורג ווען ר' מאטעלע קומט אויף שבת טראץ וואס אין מאנסי וועט וויזניץ נישט אויסלעשן אויב ר' זלמן לייב זאל קומען אויף שבת,
(אגב, עס איז לדעתי זייער נישט אויסגעהאלטן ווייל אסאך נשים צדקניות וועלכע ווייסן נישט אז ר' מאטעלע איז צוגאסט אויף שבת אין חלומ'ן נישט אז עס גייט נישט פייפן ווייל די זאליס ווילן געפעלן פאר ר' מאטעלע, אין פארלאזען זיך אויף די 'צווייטע' בעל ווי וועכענטליך)

אין מציאות אבער
דאס עצם גיין צו א סיום הש''ס פין דף היומי דורך די אגודה איז זייער ווייט פין סאטמאר'ס השקפה
ר' מאטעלע איז טאקע נישט אזוי ווייט פין די סאטמערע השקפה ווי זיין ברודער ר' משה'לע ז''ל איז געווען
אבער ביזן זיין א קנאי פין סאטמאר'ס חדר האט ער נאך זייער א לאנגע וועג

אינטערסאנט וועט נאר זיין
אויב אלעס וועט זיך אויסקאכען אין ער וועט סוכ''ס יא גיין צום סיום הש''ס
וויאזוי דער איד וועט עס דעקן
דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:38 pm#26326
די וואך אין דער איד
דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:48 pm#26333
איך בין זייער נייגעריג אויב וואלט וויזניצער רבי שליט"א מחליט געווען זיך צו משתתף זיין ביים סיום הש"ס, צו וואלטן דער איד דעדאקטערן אויך געמאכט א העדליין דערפון...
דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:56 pm#26341
א צייטונג מעלדט נאר נייעס, זיי מעלדן נישט זאכן וואס איז זעלבסטפארשטענדליך
דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:55 pm#26363
איך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה
דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:02 pm#26364
קלאר האט געשריבן:איך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה

דו כאפסט ווי איין טרעק מיינדעד דו בוסט? דו האסט טאקע נישט קיין אנדרע דאגות?
דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:03 pm#26366
לעמיל האט געשריבן:זיי וועלען טרעפען א צווייטע חסידישע רבי וועים צו רופען, עס איז דא גענוג וואס וועלען זיך פרייען דערצו

קיינער וועט נישט איבערנמען די פלאץ פין איינעם וואס האט זיך אפגעזאגט וועגן אזא זאך
אין דער רבי וואס וואלט עס יא געטוהן, איז געווענליך אזא מענטש וואס די אגודה נישט אינטערסירט יענעם צו נעמען

סוי די אגודה האט דא א שטיקעל דילעמא
דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:09 pm#26373
לעמיל האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:איך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה

דו כאפסט ווי איין טרעק מיינדעד דו בוסט? דו האסט טאקע נישט קיין אנדרע דאגות?


וואס הייסט איין טרעק מיינדעט?
די זעלבע תגובה ערשיינט דא אן מיין אויספיר
גלייכסט נישט מיין תגובה, קענסט זאגען ארוני פוי, ווי קומט דא אריין טרעק מיינדעט
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך בין א זאלי
דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:13 pm#26376
איך מיין אז עס איז דא גענוג חסידישע רבי'ס וואס וועלען זיך פרייען פאר די כיבוד, זיין ברודער וועט זיכער נישט האבען קיין פראבלעים מיטען פעטער
דאנערשטאג יולי 19, 2012 7:38 pm#26418
קלאר האט געשריבן:איך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה

דער איד שרייבט הגה"ק נאר אויף גאר עלטערע רבנים. צו שרייבן קדוש אויף א אינגען שנוק איז ממש א גרויל.
דאנערשטאג יולי 19, 2012 7:40 pm#26420
קלאר האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:איך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה

דו כאפסט ווי איין טרעק מיינדעד דו בוסט? דו האסט טאקע נישט קיין אנדרע דאגות?


וואס הייסט איין טרעק מיינדעט?
די זעלבע תגובה ערשיינט דא אן מיין אויספיר
גלייכסט נישט מיין תגובה, קענסט זאגען ארוני פוי, ווי קומט דא אריין טרעק מיינדעט
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך בין א זאלי

מיט "טרעק מיינדעד" מיינט לעמיל צו זאגן אז איבעראל זעסטו פאליטיק.
דאנערשטאג יולי 19, 2012 7:52 pm#26433
זר זהב האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:איך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה

דער איד שרייבט הגה"ק נאר אויף גאר עלטערע רבנים. צו שרייבן קדוש אויף א אינגען שנוק איז ממש א גרויל.

וויפיל יאר איז ר' מאטעלע יעצט געווארען אז ער האט באקומען דעם טיטול?
כאילו דער איד האט פאליסי'ס..
דאנערשטאג יולי 19, 2012 7:53 pm#26434
יעצט אקומען דעם טיטול? ניין! שוין א לענגערע צייט זינט ער ווערט פארעכענט פון די זקן הרבנים
דינסטאג יולי 24, 2012 12:24 am#27796
דאס איז נישט צימעס מאטריאל??
דינסטאג יולי 24, 2012 12:33 am#27798
רב וואכטפויגל הערט עפעס וואס אים געפעלט נישט. וועמען לויפט ער רופן?

אדמו"ר מוויזניץ מאנסי........

קאם אן... גיוו מי עי ברעיק.
דינסטאג יולי 24, 2012 12:39 am#27803
קען זיין אז ער האט פארשטאנען וועליכע פון די רבנים ואדמורי"ם זענען גרייט צו טוהן עפעס וועגען די פראבלעם.
דינסטאג יולי 24, 2012 8:01 am#27836
אשכנ האט געשריבן:קען זיין אז ער האט פארשטאנען וועליכע פון די רבנים ואדמורי"ם זענען גרייט צו טוהן עפעס וועגען די פראבלעם.

Why is nobody mentioning a word we are going to walk talk park together with 30,000,00 (tznusdigeh)ladys !!! ;)
דינסטאג יולי 24, 2012 9:33 am#27848
אין בחדרי חרדים (נישט די פארלעסליכסטע מקור) שטייט אז רבי מלכיאל קאטלער טראכט אויך זיך מצרף זיין צו די וויזשניצע קמצא/בר-קמצא-בויקאט.
m http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=43005 m
דינסטאג יולי 24, 2012 10:34 am#27857
שיטה מקובצת האט געשריבן:אין בחדרי חרדים (נישט די פארלעסליכסטע מקור) שטייט אז רבי מלכיאל קאטלער טראכט אויך זיך מצרף זיין צו די וויזשניצע קמצא/בר-קמצא-בויקאט.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=43005

איך ווייס נישט אויב ער וועט טאקע נישט קומען אבער איך ווייס אז ווען ער האט געהערט אז וויזשניצע רבי פרובירט אז הרב לאו זאל נישט קומען האט ער זיך אויך צוגעשטעלט.
דינסטאג יולי 24, 2012 10:35 am#27859
יעצט באקומען און טעקסט אז משלחת פון אגודת ישראל בארה"ב האט נעכטען באנאכט באזוכט ביי אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג צו לאדענען און אים מכבד געוועין צו רעדען און ער האט עס אונגענומען, זיי האבען שוין איינעם אנשטוט אדמור מהר"י מוויזניץ
דינסטאג יולי 24, 2012 10:46 am#27862
שיטה מקובצת האט געשריבן:אין בחדרי חרדים (נישט די פארלעסליכסטע מקור) שטייט אז רבי מלכיאל קאטלער טראכט אויך זיך מצרף זיין צו די וויזשניצע קמצא/בר-קמצא-בויקאט.

עד כדי כך? אז א רבי נעמט א תורה שטעלונוג איבער א פרינציפ וואס גדולי עולם שרפי מעלה האבן שוין געטיען {נישט גייין אינאיינעם מיט ...} רופט מען אן קמצא בר קמצא?

נעווער מיינד אידשקייט, אבער א מענטש דארף מען דאך זיין, ווי קימט עס צו דיסקרעדיטען א מענטש וואס האלט זיך צי פרינציפען און צי א מהלך וואס עס איז שוין אייגעפירט געווארען די לעצטע 100 יאר?!
דינסטאג יולי 24, 2012 10:48 am#27865
Rav Lau spoke in visnitz Bnei Brak numerous times
The entire story is a fabrication by a visnitzer chusuid, Rav Lau spoke in visnitz Bnei Brak numerous times. The visnitzer rebbe from monsey told his chasidim not to come into him with problems anymore since he is over 90 and doesn't have the strength to listen to them anymore but came out with this nonsense 24 hours later. Looks like he is devoting the rest og his life to fundraise for his great grand children so they are well off for years to come - and to make headlines by destroying other Jewish causes.


When Lau was awarded the Israel Prize in May 2005, there were protests from the Masorti and Reform movements in Israel. Non-Orthodox leaders noted that it was ironic that Lau was being honored for "bridging rifts in Israeli society".

Former chief rabbi slams gay lifestyle
m http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 05,00.html m
דינסטאג יולי 24, 2012 12:48 pm#27950
we're slipping and sliding toward extreme extremism, could you imagine reb chaim mayer ztz"l doing such a thing, or could you imagine the old skulener rebbe doing something like this, even reb aharon kuttler, to come out openly against an individual with no consideration with no shame, and this trend isn't finished yet, where is the heter,
מיטוואך יולי 25, 2012 10:23 am#28355
לעמיל האט געשריבן:יעצט באקומען און טעקסט אז משלחת פון אגודת ישראל בארה"ב האט נעכטען באנאכט באזוכט ביי אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג צו לאדענען און אים מכבד געוועין צו רעדען און ער האט עס אונגענומען, זיי האבען שוין איינעם אנשטוט אדמור מהר"י מוויזניץ

I think you are talking nonsense because admor mklzn'bg was allways in plan to be mesoyem shas. They don't have a maschil. Maybe R'aron should grab it. Its good for publicity !
מיטוואך יולי 25, 2012 10:24 am#28357
איך הער יעצט אז אנשי הגרז"ל מסאטמאר ארבייטען זייער אויף הרב כ"ץ פון דשזיבוי מאנטריאל ער זאל קומען מתיר זיין דאס הליכה לסיום און רעדן ביים סיום הש"ס. אזוי וועלן זיי אלע קענען גיין צום סיום.
מיטוואך יולי 25, 2012 3:03 pm#28488
פיינע קאווע האט געשריבן:איך הער יעצט אז אנשי הגז"ל מסאטמאר ארבייטען זייער אויף הרב כ"ץ פון דשזיבוי מאנטריאל ער זאל קומען מתיר זיין דאס הליכה לסיום און רעדן ביים סיום הש"ס. אזוי וועלן זיי אלע קענען גיין צום סיום.




very corny sorry
מיטוואך יולי 25, 2012 4:15 pm#28510
וועלט׳ס פארזארגער האט געשריבן:המשך..
און דא האט זיך שוין ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א אויך אריין געמישט און געבעטן וויזשניצע רבי
זאל טוהן עפעס דערצו.
וויזשניצע רבי האט נאכאמאל גערופען ר' א. נ. פ. און געבעטן אז אגודה זאל אים אפזאגן, איז אגודה צוריק געקומען מיט די זעלבע תירוץ אז ס'איז צו סאך געלט און הרב לאו איז צו א גרויסע פערזענליכקייט און ס'איז שוין צו שפעט.
אזוי האט מען געשלעפט נאך א וואך, וואס די גאנצע וואך האט הרב וואכטפויגל אויך פראבירט צו בעטן אגודה זאל טוהן עפעס דערצו. נאך א וואך פון זיך צוען און וויזשניצע רבי האט געזעהן אז אגודה וועט אים שוין נישט אפזאגן האט ער אריין גערופען די שטוב מענטשן און געזאגט אז זיי זאלן איבערגעבן בשמו אז כל מי שיראת השם נוגע בלבבו זאל זיך צוריק האלטן פון גיין צום סיום.
יענע נאכמיטאג האט מען גערופען פון כמה מנהיגים פרעגן צו ער מיינט יעדן איינעם... האט ער די קומעדיגע אינדערפרי נאכאמאל אריין גערופען די שטוב מענטשן און געהייסן איבערגעבן אז ער צוהט צוריק און ער זאגט נאר פאר זיין עולם זאל זיך נישט משתתף זיין.

ווען זיין פלומעניק די וויזשניצע רבי פון ב"ב האט געהערט פון די גאנצע מעשה האט ער געלאזט וויסן אז ער וועט אויך זיך נישט משתתף זיין.

עד כאן המעשה בקיצור.


לאדיך אפ האט געשריבן:די גאנצע מעשה הייבט נישט אן קלעבן.
א. הרב לאו איז נישט קיין מזרח'יסט. ער איז א חרדי מיט לינקע השקפות.
ב. הרב וואכטפוגל קען נישט רופן קיינעם נאר וויזשינצע רבי? זייט וועט האט ר' מאטעלע מער קלאוט אין די אגודה ווי רב וואכטפוגל. און הרב סולומן? סיריעסלי? דו ווייסט אז סקווערע רבי האט אויפגענומען הרב לאו, סאו הרב סולומן האט א פראבלעם מיט אים? קאם אן.
ג. דו שרייבסט "מ'האט געבעטן די אגודה" - ווער איז "די אגודה"? אגודת ישראל אין אמעריקא האט גארנישט צוטין מיט זיך אפטיילן פון די מזרחיסטן.


משולם שטיינפעלד האט געשריבן:רב וואכטפויגל הערט עפעס וואס אים געפעלט נישט. וועמען לויפט ער רופן?

אדמו"ר מוויזניץ מאנסי........

קאם אן... גיוו מי עי ברעיק.



ג''א מצטרף די מעשה קוקט אויס נישט געשטויגן
מיטוואך יולי 25, 2012 5:32 pm#28541
בקיצור נמרץ וואס איך האב געהערט

הרב לאו׳ס טאטע איז בזו״ר געווען א איידעם ביים אהבת ישראל זצ״ל
זעה m http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%90%D7%95 m
מאנסי וויזניצער רבי איז געווען זייער נאנט מיט זיין זון א שטיף ברודער פון הרב לאו, ווען יענער איז געווארן א מזרחיסט איז מאנסי וויזניצער רבי געווארן זייר ברוגז אויף אים.
זייט דאן האט ער א שנאה כבושה קעגן די משפחה
כך שמעתי
מיטוואך יולי 25, 2012 6:13 pm#28565
או יאמר, אז וויזניץ מאנסי רביס זון, ר' ישראל פון מאנסי, האט געקענט באשטיין, אז זיין קאזין, דער נייע געווארענע וויזניצער רבי פון בני ברק, ר' ישראל, זאל נישט האבן קיין קינאוט רעדע ביים גרויסן סיום הש"ס. ער וויל נישט ער זאל ווערן צו פאפולער און גרויס, האט ער אנגעדרייט אזוי, אז ער זאל נישט קומען.

ע' פנים לתורה.
מיטוואך יולי 25, 2012 6:16 pm#28567
אפשר לקיים שניהן

ביידע קען זיין אמת
מיטוואך יולי 25, 2012 7:38 pm#28598
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:או יאמר, אז וויזניץ מאנסי רביס זון, ר' ישראל פון מאנסי, האט געקענט באשטיין, אז זיין קאזין, דער נייע געווארענע וויזניצער רבי פון בני ברק, ר' ישראל, זאל נישט האבן קיין קינאוט רעדע ביים גרויסן סיום הש"ס. ער וויל נישט ער זאל ווערן צו פאפולער און גרויס, האט ער אנגעדרייט אזוי, אז ער זאל נישט קומען.

ע' פנים לתורה.

אדער קען גאר זיין אז ער האט נישט געוואלט זיין קאזין זאל געבען דעם קינאוט רעדע בכדי זיין קאזין זאל נישט ארויסגיין מיט בזיונות, וד״ל.
מיטוואך יולי 25, 2012 7:38 pm#28599
אז מרעדט שוין וועגען רב לאו

רב לאו איז אריין צום בעל דברי יואל זצ"ל מיט א קוויטעל אין בעל הארבער. ער נאך דאן געווען א רב און תל אביב

ביים ארויסגיין האט די רבי אים געווינטשן א רפואה שלימה.......
מיטוואך יולי 25, 2012 8:47 pm#28637
דאס גייט אריין אין די ע' פנים לתורה, צו ער האט נישט געוואלט אז ער זאל ווערן פאפולער און גרויס, צו ער האט נישט געוואלט אז ער זאל האבן בזיונות...
דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:53 pm#28894
מען ווערט שוין ווייעכער
די קנאות לאזט שוין נאך טיילווייז


דרך אגב, די סטעיטמענט פין ר' אהרן איז שוין אנגעקומען צום פעטער ר' מאטעלע
ווער עס פארשטייט פארשטייט...
דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:56 pm#28898
פאר עטליכע יאר צירוק ווען הרב לאו האט דא באזיכט
האבען אלע משתתפי הסיום אים אויפגענומען

דא האט איר א בילד ביי סקווירא רבי
פרייטאג יולי 27, 2012 11:41 am#29232
איך האב א קשיא:י

אויב מען מעג האבען די טמא'נע אינטערנעט פאר פרנסה, פארוואס זאל מען נישט מעגען זיין א רב פאר פרנסה?י
פרייטאג יולי 27, 2012 11:45 am#29234
וואס איז טאקע פשט אז ר' מאטעלע האט נאכגעלאזט פין זיין שארפע סטעיטמענט
אויף אזא פארווע מודעה?
פרייטאג יולי 27, 2012 1:05 pm#29288
זייער פשוט די וואס מיינען אז עקסטרעמיזם וועט האלטען אידישקייט זיינען זייער דיסאפוינטעט , מען זעהט אז דער גרעסטער מחזק פון אידישקייט בדורינו איז דער דף היומי, די אלע וואס האבען זיך אנגעשלאסען אין דעם האבען אריינגעברענגט א רוח טהרה וקדושה אין זיך און אין זייער שטובער, אדרבה קומט אריין ביינאכט אין די בתי מדרשים ווי מען לערענט דעם דף, און קוקט וואס דאס מיינט, אויך אידען וואס לערנען ביי די ארבעט אויפן וועג צו די ארבעט און אויפן וועג אהיים,

משא"כ די וואס לערנען נישט אין זיינען פארנומען מיט נעגעטיווע זאכען פלאגען זיך מיט א שרעקליכע קאלטקייט צו עקרי הדת, ממילא אז זיי האבען א געלעגענהייט אריין צו שטויסען אין דעם כבוד התורה פון דף היומי טאנצען זיי,