Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • תירוצים! — #למעשה

קאווע שטיבל • תירוצים! — #למעשה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11460
מיטוואך מאי 03, 2017 7:28 am#369758
אלא מאי?
אבער לשיטתך?
נו, איז וואס?
איז וואס פונקטליך ווילסטו יעצט?
ווייסט וואס דו רעדטס?
ווי קומט עס דא אריין בכלל?
מישט א קוגל
מישט צאם הוידל מיט בוידל
ווי קומט הודו צו כוש?
טענו לו בחיטין והודו לו בזכר קדשו
נו, פיר אויס
לאמיר זאגן, נו איז וואס?
און לויט דיין גאנג שטימט עס יא?
רעדסט נישט צו זאך, דו ווייסט?
סא דקות'דיגער חילוק
מ'קען עס נישט מסביר זיין
ווער ס'פארשטייט, פארשטייט
פארשטייטס באמת נישט די חילוק דא?
מאכסטעך, אדער פארשטייטס טאקע נישט?
ס'איז אינו דומה
ס'איז לא קרוב זה אל זה
לא ראי זה כראי זה
בכלל נישט קיין צושטעל
כרחוק מזרח ממערב
ווי קומט רעכל צו מעכל?
וואס האט איינס מיט אנדערן?
סתם געדרייט א קאפ
געהאקט אין טשייניק
אבי גערעדט
וואס עפעס?
כי לא מחכמה שאלת זאת
גוט מארגן!
גוט מארגן אמעריקע
גוט מארגן געלע רעטע
האסטעך אויפגעוועקט?
וואס נאך איז נייעס?
און וויאזוי דו הייסט ווייסטו יא?
סא קשיא אדער א שאלה?
נו, שוין
מיטוואך מאי 03, 2017 7:43 am#369761
Re: תירוצים! — #למעשה
תורה אן יראת שמים איז גארנישט (געווענדליך געזאגט געווארען דורך איינער וואס האט נישט קיין תורה און נישט קיין יראת שמים)

ער מיינט עס דען לשם שמים?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 03, 2017 8:22 am#369764
דער תירוץ איז, עבדים היינו לפרעה במצרים. און ווי ס'שטייט פון אריז"ל, איז דער תירוץ כולל אלע תירוצים פון בריאה און יצירה. ווער ס'פארשטייט די סוד פונעם עבדים היינו, פאר אים איז מער גארנישט שווער. כמאמר החכם, ס'איז גרינגער ארויסצונעמען די אידן פון גלות, ווי צו ארויסנעמען דער גלות פון די אידן.
מיטוואך מאי 03, 2017 9:50 am#369769
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:תורה אן יראת שמים איז גארנישט (געווענדליך געזאגט געווארען דורך איינער וואס האט נישט קיין תורה און נישט קיין יראת שמים)


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס איז אמת לאמיתו, און איינע פון די יסודות פון ארגינעלע חסידות בדרך הבעש"ט הק' נאך פאר חסידות איז אביוזט געווארן, און דאס איז טאקע געווען איינע פון די עקרים אויף וואס די מתנגדים האבן אוועקגעפלאצט.

די ספר תולדות יעקב יוסף איז פול מיט דעם.
מיטוואך מאי 03, 2017 10:06 am#369770
Re: תירוצים! — #למעשה
חבל על דלית ליה דרתא ותרעא לדרתא עביד (שבת לא:).
מיטוואך מאי 03, 2017 3:51 pm#369797
Re: תירוצים! — #למעשה
דא איז אן אשכול פון תירוצים וואס מ׳האט געגעבען ווען מ׳האט קיין עמטליכע תירוץ נישט געהאט. פיהל מענטשען מיט גראבע בייכער מיט גארנישט אינעווייניג, ווען זיי האבען זיך אנגעטראפען מיט איינער וואס קען תורה, האבען געהאט אן אינערליכע אפשיי פון דער ת"ח, דער אלגעמיינע קנאה שנאת ע"ה לת"ח. ס׳האט זיי אבער נישט געפאסט צו בארעדען דער חכמה פונ׳ם ת"ח, האבען זיי ארויסגעשלעפט דער זאץ פון בוזעם, כאילו זיי זעלבסט האבען געהאט עפעס יא יר"ש. אלזא, באלאנגט דער זאץ אין דער אשכול, צוזאמען מיט די ענטפער׳ס פון די צוויי חשוב׳ער ניקס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 04, 2017 6:25 am#369853
טיעף אין הארץ ווייסטו אויך כ'בין גערעכט. ס'פאסט דיר נאר נישט מודה צו זיין.
דאנערשטאג מאי 04, 2017 10:02 pm#369962
מיר האט מען אנדערש אויסגעלערנט
דאנערשטאג מאי 04, 2017 10:03 pm#369963
איך האב נישט קיין אהנונג וואס די ווילסט
דאנערשטאג מאי 04, 2017 10:03 pm#369964
ריבונו של עולם
דאנערשטאג מאי 04, 2017 10:04 pm#369965
קיש די מזוזה! אבער פון די אנדערע זייט
פרייטאג מאי 05, 2017 12:27 am#369975
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:תורה אן יראת שמים איז גארנישט

די ישיבה'שע נוסח: תורה אן די ריכטיגע "השקפה" וכו'..
פרייטאג מאי 05, 2017 12:42 am#369978
צוזאם שמעלצן די אשכולות איז געווען א גוטע איידיע
פרייטאג מאי 05, 2017 9:25 am#370000
דעס זענען די תירוצים וואס איך בין צוגעוואוינט צוהערן
l viewtopic.php?p=369999#p369999 l
דאנערשטאג יולי 06, 2017 2:52 am#378095
נשתנו הטבעים.

שטערקערע מוחות געווען אמאל.

גארנישט איז {נישט} פונקט.

נו, דאס איז דאך צדיק ורע לו/רשע וטוב לו; אנטדעקט אמעריקע יעצט?

#אמנון-יצחק_האַט-פּלעיט/אויסגעדראשן.

אני הקטן קען דיך טאקע נישט ענטפערן — מזרחי אבער וואלט דיך צעמאלן אין א דעבּעיט. וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט צו וואַטשן.

סתם א זייטיגע הערה: ער האט בעסער אויסגעקוקט מיט בארד און פיאות. כ'רעד אפילו בגשמיות.

"אלו ואלו דברי אלוקים חיים." טאקע שווער פאר אונזער קליינעם מוח אזאנס צו באגרייפן, דאס איז אבער דער "מציאות."

און דער חזון איש האט געוואוסט וויאזוי צו אפערירן א מוח בלויז פון דער גמרא. דאס גלייבסטו אויך נישט?

כ'בין א נאַר און איך גלייב.

פון די פוילישע אידן איז טאקע גארנישט געבליבן.

מ'ברויך זיין בלינד נישט צו זען פארוואס דער האלאקאסט איז געקומען.
דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:15 pm#378150
Re: תירוצים! — #למעשה
די גאנצע קאנטרי געפארעכטס, צוזאמען מיט די שפין געוועבאכטס, מאסקיטא בייטס, פליג נערווינאכץ, פעק געשלעפאכץ, הינקעדיגע לעדלעך, געשוואלכענע קק בילס.

אליס איז ווערט פאר דעם אליין אז @יואב איז דא מיט אונז פון מאנטאג ביז דאנערשטאג
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:54 pm#436744
פרייוויליג האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:חוזק קענען מיר מאכען, אבער לדעתי זענען 80% פון די סלאגאנען אמת, און די מלמדים, רובם ככולם, מיינען עס ערענסט.

עס איז נישט "חוזק". עס איז די sadness פון די ענטפערס. ענטפערס וואס חוזק'ן אפ פון דעם פרעגער אנשטאט אים געבן א קאנסטראקטיווער ענטפער, אדער זאגן אויפן בעסטן פאל "איך ווייס נישט".

דאס גיבט נאך א פשט אין דעם (ברכות ד.) למד לשונך לומר איני יודע.

הרב דר. סליפקין רעדט זיך אפ אויף דעם אז מ'נוצט דעם אויסדרוק/תירוץ "פון א קשיא שטארבט מען נישט" מדחה צו זיין קשיות וואס ערגבערן מענטשן על עניני אמונה.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 7:19 am#436773
ארי נוהם האט געשריבן:"גיי ארויס ארבעטן וועלן דיינע קשיות פארשוואונדן ווערן"

פונעם גאנצן אשכול איז דאס די איינציגסטע לעגיטימע ענטפער.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 7:35 am#436774
אזויווי איך זעה אז דער גאנצער אשכול איז צאמגעווארפן שלא על הסדר, האב איך פרובירט אביסל סדר מאכן. כ'האב עס צאמגעשטעלט אין פארלעך פון צוויי צוויי וואס איינס איז משלים איינס דעם צווייטן, וזה החלי:

"די שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים"

"איך ווייס נישט, אזוי שטייט אין שולחן ערוך"

"די גמרא איז נישט כפשוטו"

"ס'איז א בפירוש'ע גמרא נישט אזוי"

"דו מיינסט אז דער רמב"ם האט נישט געוואוסט וואס טוט זיך?!"

"מ'האט נישט אנגענומען דעם רמב"ם"

"די וויסנשאפטלער רעדן שטותים"

"די אלע זאכן וואס די סייענטיסטן קומען אויף שטייט שוין אין גמרא"

"דו מיינסט אז אונז אלע לעבן אין א טעות?!"

"אלע גוים לעבן אין א טעות"

"הייסט עס אז דער אריז"ל האט סתם גע'דמיונ'ט?!"

"דער איז סתם געווען א בעל דמיון"

"אז דו וועסט פרובירן פארשטיין אויף אן אמת וועסטו פארשטיין"

"מ'קען נישט אלעס פארשטיין"

"ער האט געמעגט, דו טארסט נישט"

"אז ס'איז געווען גוט פאר איהם איז עס גוט פאר מיר אויך, איך דארף נישט זיין קלוגער"

ווער ס'פרעגט וואו ס'שטייט איז אן אפיקורוס"

"ווייז מיר וואו ס'שטייט"

"דו מיינסט אז ער האט נישט געטראכט פון די קשיא?!"

"אלע פרעגן שוין אויף איהם"

"פשוט פשט איז נישט אזוי"

"דער חת"ס זאגט אז רוב דוחקים אמת"

"רוב גדולי ישראל האבן אזוי אנגענומען"

"רבינו הקדוש האט פארשטאנען בעסער פון יעדעם"

"און דו גלייבסט נאך אלע זייערע דמיונות?!"

"דער באשעפער קען אלעס מאכן"

"דער רבי פלעגט נישט גלייבן די אלע מעשה'לעך"

"ס'דא א מעשה איבער דעם פון..."

"אזוי שטייט"

"ס'איז א גוזמא"

"די תורה איז קובע די מציאות"

"די מציאות ווייזט אנדערש"

"ווי וואגסטו זיך אזוי צו רעדן אויפ'ן הייליגן רמב"ם?!"

"די אלע בעלי החקירה האבן שלעכט אפגעשניטן"
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 8:44 pm#436806
דאס גיבט נאך א "פשט" אין (קהלת ז יד) גם את זה לעומת זה עשה האלקים. אז זיי טוהן נוצן פאר (וואס זיי מיינען איז) א דעפענס פאר ג-ט/רעליגיע ביידע סארט "תירוצים" וואס זענען זה לעומת/היפך זה...
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 9:26 pm#436808
זייט כ'האב אויפגעהערט פסל'ען זייערע תירוצים און כ'האב אנגעפאנגען זיי צו נוצן פאר מיינעטוועגן איז געווארן אוממעגליך פאר זיי מיך בייצוקומען, הדא הוא דכתיב "מאויבי תחכמני"...

וועלכע תירוצים זענען אמת און וועלכע זענען פאלש ווייס איך נאכנישט, און איך ווייס נישט צו ס'איז בכלל מעגליך צו וואוסן, אבער איך דארף מיך נאכנישט לאזן זיי זאלן מאכן דאס גענאר פון מיר, ענדערש זאל איך מאכן דאס גענאר פון זיי.
מאנטאג יוני 01, 2020 6:54 am#450077
Re: תירוצים! — #למעשה
די מער אויפגעקלערטע מחנכים:

"מ'מעג פרעגן און מ'דארף פרעגן, מ'דארף נאר וויסן אז אלעס האט א תשובה...."


דאס אז מ'פרעגט נישט מיינט בכלל נישט אז איינער "איז נאריש, פונקט ווי דער וואס פרעגט יא איז נישט קלוג......"
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 5:43 am#458798
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אזויווי איך זעה אז דער גאנצער אשכול איז צאמגעווארפן שלא על הסדר, האב איך פרובירט אביסל סדר מאכן. כ'האב עס צאמגעשטעלט אין פארלעך פון צוויי צוויי וואס איינס איז משלים איינס דעם צווייטן, וזה החלי:

"די שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים"

"איך ווייס נישט, אזוי שטייט אין שולחן ערוך"

"די גמרא איז נישט כפשוטו"

"ס'איז א בפירוש'ע גמרא נישט אזוי"

"דו מיינסט אז דער רמב"ם האט נישט געוואוסט וואס טוט זיך?!"

"מ'האט נישט אנגענומען דעם רמב"ם"

"די וויסנשאפטלער רעדן שטותים"

"די אלע זאכן וואס די סייענטיסטן קומען אויף שטייט שוין אין גמרא"

"דו מיינסט אז אונז אלע לעבן אין א טעות?!"

"אלע גוים לעבן אין א טעות"

"הייסט עס אז דער אריז"ל האט סתם גע'דמיונ'ט?!"

"דער איז סתם געווען א בעל דמיון"

"אז דו וועסט פרובירן פארשטיין אויף אן אמת וועסטו פארשטיין"

"מ'קען נישט אלעס פארשטיין"

"ער האט געמעגט, דו טארסט נישט"

"אז ס'איז געווען גוט פאר איהם איז עס גוט פאר מיר אויך, איך דארף נישט זיין קלוגער"

ווער ס'פרעגט וואו ס'שטייט איז אן אפיקורוס"

"ווייז מיר וואו ס'שטייט"

"דו מיינסט אז ער האט נישט געטראכט פון די קשיא?!"

"אלע פרעגן שוין אויף איהם"

"פשוט פשט איז נישט אזוי"

"דער חת"ס זאגט אז רוב דוחקים אמת"

"רוב גדולי ישראל האבן אזוי אנגענומען"

"רבינו הקדוש האט פארשטאנען בעסער פון יעדעם"

"און דו גלייבסט נאך אלע זייערע דמיונות?!"

"דער באשעפער קען אלעס מאכן"

"דער רבי פלעגט נישט גלייבן די אלע מעשה'לעך"

"ס'דא א מעשה איבער דעם פון..."

"אזוי שטייט"

"ס'איז א גוזמא"

"די תורה איז קובע די מציאות"

"די מציאות ווייזט אנדערש"

"ווי וואגסטו זיך אזוי צו רעדן אויפ'ן הייליגן רמב"ם?!"

"די אלע בעלי החקירה האבן שלעכט אפגעשניטן"


בושה תכסה פני. א יאָר צייט האט מיר גענומען צו בכלל באמערקן די זיסע שעפערישע תגובה געשריבן אין מיין אייגענעם אשכול. מיי בעד. סארי.

זייער גוט! גאונות!
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:25 am#458807
און דאס איז אין די ספּיריט פון די אשכול: מ׳דרייט זיך נישט ארויס מיט עפעס א תירוץ... ;)
זונטאג אפריל 18, 2021 11:23 pm#470583
שבת אחים האט געשריבן:און די רמב״ם איז געוועהן קלוגער ווי דיר איז נישט די ריכטיגע צוגאנג.

אינטערעסאנט, פונקט לעצטנס האט מיר איינער געזאגט, כאילו אלס א ראיה אז ס׳איז דא א גאט, אז דער רמב״ם איז געווען קלוגער פון מיר און געגלייבט אין גאט, האב איך איהם געענטפערט אז ס׳געווען אסאך מענטשן וואס זענען געווען קלוגער פון מיר, דער רמב״ם איז געווען קלוגער פון מיר, אריסטו איז געווען קלוגער פון מיר, איינשטיין און האוקינג זענען געווען קלוגער פון מיר, און ווער בין איך אריינצוזאגן א דעה?