Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • תירוצים! — #למעשה

קאווע שטיבל • תירוצים! — #למעשה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11460
זונטאג אפריל 30, 2017 2:40 am#369419
תירוצים! — #למעשה
"דער בוך פון תירוצים" — ווער האט דען נישט געהערט פון דעם?

מחנכים רעדן און גרייטן זיך צו פובליקירן אזא בוך, זינט כאַלאַטל + קאווע-געווייקטע וואנצעס = מלמד. און די וועלט? — זי ווארט מיט שפאנונג!

די דערווארטונגען זענען אומגעהייער גרויס, ספעציעל אינערהאלב די ראמען פון בערזע מיט שייכות צו קאַנטשיקעס, בייטשן, נאגייקעס, שטעקענעס, פאסיקעס, דריי-הונדערט-מאל דרך-ארץ-קדמה-לתורה און אנדערע בדס"ם מעטאדן און געצייג. די תוצאות פון אזא בוך וועט, ווי מ'גלייבט, זיין ווייטגרייכנד, און קען גענצליך טוישן די צוקונפט, אין ליידן און אין פריידן.

א סך האבן מיר געהאט סובל צו זיין אין נאמען פון יענעם שטענדיג-פארשפראכענעם בוך. אינדערהיים לקו עשר מכות, אין חדר לקו חמישים ומאתים, און ס'ווייסט יעדער אז מ'ברויך נישט קיין פסוקים​ פון וואנען דאס ארויסצולערנען.

רויטע צעפּאַדערטע ידים — אפט געטראגן דעם איבל פון נישט זייפן זיך נאך אַן אשר-יצר — האבן דאס קליינווארג טעגליך אָנגעקאַטעוועט און צעכמאַליעט די ביינער ביז יציאת נשמה. צארטע בעקעלעך און קליינע אויער-לעפּלעך האבן אפגעברענט און אפגעסמאליעט, "ווייל טאמער נעמסטו נישט אראפ די הענט פון פנים, העסטו כאפן דאפלט."

חדר לאגיק וואס האט, צום באדויערן, געארבעט. ס'הייסט דער קען נישט דערלאנגען אפילו איין מאל, סטראשעט ער מיט דאפלט. און דער שעפס ווידער? ער נעמט אראפ די הענט, און כאפן כאפט ער טאקע נישט דאפלט, נאר דריי צי פיר מאל אזוי סך. אדער אפשר האלט דער מלמד יא ווארט, און גיבט אים בלויז איין מאל — וויאזוי גענוי דעפינירט זיך אבער "כאפן פעטש בלויז איין מאל," ווען פעטש איז שוין א לשון-רבים, און מיר ווייסן אז מחנכים בינדן זיך נישט אראפ צום מינימום ווען ס'קומט צו פעטש. צי גייט עס פער פעקל? פער אטאקע? בתר שמנא דבישרא אזלינן, צי בתר ערלה אזלינן?

קעגן דעם קאַניבאַל איז דאס קינד געווען אזוי מאכטלאז און אומבאהאלפן, אז אפילו קטנ'ען האט דאס נישט געוואגט צו גיין אָן די האנט לאזן שטיין און הענגען אין דער הייך, טוישן צו דער אנדערער האנט, און צוריק צו דער ערשטער. "כ'האב געזען ווי דו האלסט די האנט, מיינסט איך בין בלינד? וואס העהעהה'הההעסט מיר דא, הא?"

איר הערט? יענעמ'ס פּעכער גייט פלאצן, און דער סאדיסט אויפ'ן באקוועם אפיס-בענקל, האט דאס הארץ און העזה צו זעטיגן זיין גלוסט נאך דאמינאנץ טאקע יעצט, און אויך ווייל אינעם בוך פון תירוצים וועט שטיין פארוואס דאס קינד איז נישט געגאנגען אין בית-כסא ביי פּויזע אדער מיטאג, צי איז ער יא געגאנגען און יעצט ברויך ער נאכאמאל.

צוריק אין מיינע צייטן האבן זיי מיט שטאָלץ דערקלערט אז דער בוך וועט זיין דער סאמע דיקסטער אין דאָקומענטירטער היסטאריע. און שטעלט אייך פאר, דאס איז נאך געווען "בימים ההם," ווען ראבינאוויטש אריינצוקומען פון קרית-יואל אין שטאט רעדן איבער'ן ייהרג ואל יעבור פון קאלערד-סקרין ביפערס — אפילו מיט א פילטער — האט געצאלט בלויז זיבן דאללער פאר'ן מאנרוי-באס.

כהיום, ווי כ'הער, רעדט מען שוין בכלל נישט פון ביכערישע דימענסיעס. די בלעטער וואקסן שנעלער און לענגער ווי דעם נאציאנאלן חוב און ברסלב-היפּסטער פיאות קאמבינירט. לויט א פאראויסשאצונג קען זיך דאס ארויסשטעלן צו זיין ארום דער גרייס פון א ביצה דבר-יוכני — עפעס וואס ווערט גינסטיג אויפגענומען אין דער פרומער תורה-וועלט, נאכדעם וואס מ'וועט פיינעלי האבן דעם ריכטיגן שיעור פאר א "כזית" מצה. ( אינספירירט פון: מושי'ס ווינקל,
וועקער #8.)

צו גיין ווייטער מיט קאווע-שטיבל'ס פאפולערער "למעשה" סעריע, האב איך געקלערט אז מיר קאווע-שטיבל שרייבער זאלן ווידמען אן אשכול מיוחד בלויז פאר תירוצים. מ'וועט גיין סטעפ-ביי-סטעפ, א תגובה'לע דא, און א תגובה'לע דארט, און וויפיל ס'וועט זיין איז אלץ הכל ריווח.

פרעגט איר דאך אבער גוט, פארוואס זאלן מיר גיין טון די ארבעט פאר זיי? ועוד, מאן ייאמר ס'איז בכלל דא וואס ארויסצוגעבן. אפשר און געוויס האט די זעלבע כת ליצים וועלכע האט אונז פארפירט ביז אהער, סתם ליגנט געזאגט?

האב איך געקלערט אז דא וועט מען טון פארקערט. מ'וועט שרייבן די לופטיגע, נארישע און צומאל רשעות'דיגע תירוצים וועלכע זיי געבן אונז.

בין איך מייחד דעם דאזיגן אשכול פאר דעם הייליגן צוועק. די תירוצים קענען זיין איבער סיי וועלכער נושא, אָן ברויכן שרייבן וואס גענוי די שאלה איז געווען. כ'וועל שרייבן עטליכע וועלכע קומען מיר יעצט אין געדאנק, און ווען עמיצער האט אפילו בלויז איינס, זאל ער אריינווארפן לזכות את הרבים.

כדי עס צו מאכן ווי מער פשוט און casual, פארמאגט דער אויסשטעל נישט קיין שום סדר אדער גאנג, נאר יעדער תירוץ ווערט אריינגעשאסן עט רענדאם. ובזה החלי:

"פאראן א געוואלד מיט טעמים דערויף."

"ס'איז נישט פשוט פשט."

"יאָ, ער מעג, און דו טארסט נישט."

"אָן קיין פארוואס!"

"ווייל אזוי האב איך געזאגט."

"הייסט עס די תורה איז אויך געווען א ראסיסט?"

"אלע פרעגן שוין דאס, און ס'איז דא פארשידענע תירוצים."

"די ספרים רעדן שוין ארום דערוועגן."

"און קוק וואס איז געווארן מיט זייערע קינדער."

"דער רמב"ם איז נאך געווען אזוי קלוג."

"לכתחילה איז בעסער אז נישט."

"פראביר זיך מדמה זיין וואס למשל דער צאנזער רב וואלט געענטפערט אין אזא פאל."

"נו קען ער לערנען, איז וואס? ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט געקענט א גוי וואס האט גע'יכול'ט גאנץ ש"ס בעל פה."

"אמאל זענען געווען אמת'ע חוקרים, האט מען געמוזט ארויסגעבן אזאנע ספרים, כדי אפצושלאגן."

"היינט זענען שוין אפילו די גוים מודה."

"מ'מוז נישט אלעס פארשטיין."

"מ'קען נישט אלעס פארשטיין."

"און ביז אהער פארשטייסטו אלעס?"

"ווילסט פארשטיין אדער סתם פרעגן קשיות?"

"און וואס וועט זיין איינמאל דו ווייסט?"

"קלוגערע פון דיר האבן שוין פראבירט."

"ס'איז העכערע זאכן געווען, נישט סתם אזוי ווי דו קוקסט עס אָן מיט דיינע פליישיגע אויגן."

"קודם קען וואס זיי האבן געקענט, און נאכדעם העלמער זען צי ס'איז דיך נאך אלץ שווער."

"כ'העל דארפן נאכקוקן."

"אף על פי כן."

"כ'דארף דיך צייגן דער רמב"ן אין פרשת בא."

"אין פרקי דר' אליעזר דערמאנט ער דאס."

"ס'איז אן אבות דר' נתן."

"ס'דא דערויף א מכילתא, ווי ווייט כ'געדענק."

"ר' אלחנן וואסערמאן איז מסביר אז ס'איז אלץ תאוות."

"ס'איז דא א תשובה פון חתם סופר דערוועגן."

"דער רבי שמועסט עס שוין אויס באריכות אין איינער פון זיינע תורות."

"ס'איז חוקות הגוי."

"ס'שטייט זייער הארב דערוועגן."

"אידישקייט איז טאקע נישט קיין דעמאקראטיע."

"פארוואס פאלט מיך נישט ביי אזאנע קשיות?"

"מ'איז נישט משנה."

"כ'וויל נישט הערן."

"עפ"כ שטייט פון אריז"ל מ'זאל נישט."

"קום צו מיר אין צוויי יאר פון יעצט, העלמער זען צי די קשיא וועט דיך נאך אלץ זיין שווער."

"ערגעץ האב איך טאקע געזען אין א ספר וואו ער רירט אן די נושא ממש אויפ'ן שפיץ גאפל; ער האט אבער א שיינעם הסבר."

"קשיות העסטו פרעגן ביים סדר."

"חזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו."

"מ'האט זיך אייביג אזוי געפירט."

" אזוי איז אנגענומען."

"כ'מיין אז אלץ וואס דו דארפסט איז א בעט."

"כ'האב מורא אז דו אליינס פארשטייסט אויך נישט דיין קשיא."

"ברויכסט דורכלערנען דעם 'חובת הלבבות.'"

"צוויי געזונטע פעטש ברויכסטו כאפן, און ס'וועט דיך שוין נישט זיין אזוי שווער."

"נישט געפערליך."

"תיקו."

"כ'האב געהערט אויך ביים ערשטן מאָל, דריי מאל איבערפרעגן וועט גארנישט טוישן."

" טאקע נישט קיין פראבלעם פאר זיך, ס'צייגט אבער אויף עפעס טיפער."

"ס'שמעקט פון אפיקורסות."

"רעדסט ווי אַנאָנגעלייענטער."

"ס'איז דער וועג וויאזוי דו פרעגסט וואס צינד אן א רויט לעמפּל."

"כ'האב א סיבה דערביי."

"שוין, כ'ווייס דיך נישט וואס צו זאגן."

"האסט שוין געענדיגט? פארגעס נישט צו מאכן אן אשר-יצר."

"נו נו."

"שוין ווייטער."

"זיין תורה איז גארנישט ווערט."

"נזם זהב באף חזיר."

"אנו עמלים והם עמלים."

"נעם כאטש ארויס א מוסר השכל דערפון."

"ס'איז ניטאמאל ווערט אן ענטפער."

"כ'וואלט דיך געענטפערט, נאר כ'וויל דווקא נישט."

"כ'וואלט דיך געענטפערט, נאר כ'ווייס אז דו בעבלסט סתם אזוי נאך וואס יענער האט געזאגט."

"פאר דו האסט נישט גרינטלעך אפגעלערנט בבלי ירושלמי גמרא רש"י תוספות ספרא ספרי ספּורנו תוספתא מכילתא מיט אביסל אחרונים, האב איך בכלל נישט וואס צו רעדן מיט דיר."

"צו דיין טאטן רעדסטו אויך אזוי?"

"דיין טאטע זאל נאר הערן וואס דו האסט יעצט געפרעגט."

"דערמאנסט מיך פון יענעם, שוין, כ'האב גארנישט געזאגט."

"טאקע פאר אזא קרומען קאפ ווי דיר, האט מען ביינונז נישט געלערנט קיין נ"ך."

"לאו דווקא."

"וואס איז עס מיין דאגה, זאלן זיי פייגערן."

"אבי גערעדט."

"קום ניטאמאל רעדן צו מיר איבער דעם."

"יא יא, יענעמ'ס גראז איז אלץ גרינער."

"אויבער-חכם."

"ביסטאך דעמאלט ממש אזוי ווי דער איד פון יענער מעשה, ווייסט פון וואס איך רעד, יא?"

"ווייל כ'האב עס נישט געזען ביי מיין טאטן."

"העלמער זען ווען דו העסט האבן קינדער."

"און לעפקאוויטש, יאקאבאוויטש, סטרולעוויטש זענען יא געגאנגען אין קאלעדזש?"

"כ'קען א מאלטי-מיליאנער וואס קען ניטאמאל סיינען זיין נאמען."

"כ'זע נאך נישט וואו ער איז אנגעקומען מיט זיין חכמה."

"פרנסה גיבט דער אייבערשטער."

"ס'איז געווען באשערט אזוי."

"העסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין."

"נישט יעדע קשיא מוז האבן א תירוץ."

"נישט יעדע קשיא קען האבן א תירוץ."

"כ'בין נישט אין הימל."

"ברויכסט נישט אלץ זיין קלוגער."

"און וואס וועט זיין נאכדעם וואס דו וועסט שוין וויסן?"

"רעדט צו מיר וועגן גלאבעל-ווארעמינג ווען ס'איז דא א שניי שטורעם."

"וואס ווייסן זיי דען?"

"שטותים וואס זיי רעדן."

"להד"ם."

"כ'זאג טאקע נישט אז צו גלייבן קומט אן גרינג; מ'מוז אבער פארט גלייבן."

"פונקטליך פאר וועלכער סיבה אין דער וועלט דארף איך יעצט קלערן אז דער דאזיגער שטיין איז אלט א מיליאן יאר, ווייל עפעס א טיפוש האט אזוי מחליט געווען?"

"חז"ל האבן אבער געזאגט אנדערש."

"תיובתא."

"הלוואי ווען דו קענסט ווען אפלערנען א שטיקל ר' עקיבא אייגער אזוי דקות'דיג."

"תורה לייטערט אויס."

"כ'זאג דאך נישט קיין אייגנס."

"מ'האט אלעמאל אזוי געוואסט."
,
"לשיטתך אבער בין איך בעצם א מאנקי, ניין?"

"נו דאס איז דאך טאקע דער חילוק צווישן דומם צומח חי ומדבר."

"שוין, יעצט קריכסטו שוין אריין אין א צווייטער נושא אינגאנצן."

"דאס האט שוין דער זוהר געוואוסט נאך סך בעפאר די סייענטיסטן."

"אויב וואלסטו געלערנט אביסל קבלה אנשטאט זיין פארנומען מיט די אלע הבלים, וואלסטו נישט געהאט די סארט שאלות, און בעסער אויסגעקוקט."

"וואס פארשטייט א גוי."

"יעצט גייסטו שוין אריין אין דער נושא פון אש רוח עפר ומים."

"גלייב מיך דער גוי טיף אין הארץ שעצט דיך דערפאר."

"און אני הקטן קריגט זיך אויף אים. טו מיך עפעס."

"כ'העל דיך ברענגען סייענטיסטן וואס זאָגן אנדערש."

"שווער צו ענטפערן על רגל אחת, ס'איז א פארצווייגטער ענין."

"כ'בין נישט מחויב נאכצוטאנצן יענעמ'ס משוגעת'ן."

"ס'איז נישט מעגליך."

"ווער האט דיך געבעטן צו קוקן?"

"כ'ווייס נישט, און כ'בין נישט אינטערעסירט צו וויסן."

"ישמחו השמים ותגל הארץ."

"די תורה איז נישט קיין עול."

"הא לן והא להו."

"טרייבסט איבער."

"ס'איז אינו דומה."

"גלייב מיך דו ווילסט נישט הערן דעם תירוץ."

"נו, האט ער געזאגט."

"'און אויב' איז נישט קיין קשיא."

"און אויב יעצט איז נאכט?"
זונטאג אפריל 30, 2017 2:58 am#369420
און אז ער וועט די הייסן שפרינגן פון דאך וועסטו טאנצן?

אין אוישוויץ האט מען געהאט בעסער?
זונטאג אפריל 30, 2017 4:27 am#369421
Re: תירוצים! — #למעשה
דאס איז סתם ליצנות געמאכט.

ביסט אן איפכא מסתברא.

וואו קומט מען אן מיט די דעות?

ביסט זייער לינק.

פארקויפן חכמה העסטע א צווייטן.

האסט נישט ריכטיג געלערנט פשט.

ס'געווען אנדערע צייטן.

וואס פארשטייען מיר פון יענעם דור?
זונטאג אפריל 30, 2017 8:14 am#369422
Re: תירוצים! — #למעשה
"שלח לחמך על פני המים"
זונטאג אפריל 30, 2017 8:32 am#369423
וועלכע הכשר עסטו?
זונטאג אפריל 30, 2017 8:39 am#369424
Re: תירוצים! — #למעשה
מאמע: איך בין נישט דיין מלמד, רעד נישט צו מיר אזוי!

מלמד: איך בין נישט דיין מאמע, רעד נישט צו מיר אזוי!

דער ריב"ש זאגט אז יעדער נעמט דער זיכערסטע וועג אין גשמיות, אזוי אויך אין מצוות.

דער רשב"א זאגט אז קבלת נשים הזקנות איז גופי תורה

וואס פארשטייען מיר אונז, קרויטקעפ?

(פאר די עכטע ישיבישע צווישען אונז) pshadiz, you have to know.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אפריל 30, 2017 8:47 am#369426
Re: תירוצים! — #למעשה
"די האסט נישט קיין קשיות די האסט תירוצים"

lead, follow, or get out of the way!
זונטאג אפריל 30, 2017 8:50 am#369427
"נאדיר א קניפ אין בעקל!"

קריעטיוו :like
זונטאג אפריל 30, 2017 8:53 am#369428
"און זיי האבן בעסער אויסגעקוקט!"

"און די וואונדערסט זעכנאך, הא?"
זונטאג אפריל 30, 2017 10:19 am#369434
חוזק קענען מיר מאכען, אבער לדעתי זענען 80% פון די סלאגאנען אמת, און די מלמדים, רובם ככולם, מיינען עס ערענסט.
זונטאג אפריל 30, 2017 10:44 am#369435
"למעשה מיינען זיי עס ערענסט"
זונטאג אפריל 30, 2017 11:47 am#369441
תורה ומדע האט געשריבן:חוזק קענען מיר מאכען, אבער לדעתי זענען 80% פון די סלאגאנען אמת, און די מלמדים, רובם ככולם, מיינען עס ערענסט.

עס איז נישט "חוזק". עס איז די sadness פון די ענטפערס. ענטפערס וואס חוזק'ן אפ פון דעם פרעגער אנשטאט אים געבן א קאנסטראקטיווער ענטפער, אדער זאגן אויפן בעסטן פאל "איך ווייס נישט".
זונטאג אפריל 30, 2017 12:12 pm#369450
פרייוויליג האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:חוזק קענען מיר מאכען, אבער לדעתי זענען 80% פון די סלאגאנען אמת, און די מלמדים, רובם ככולם, מיינען עס ערענסט.

עס איז נישט "חוזק". עס איז די sadness פון די ענטפערס. ענטפערס וואס חוזק'ן אפ פון דעם פרעגער אנשטאט אים געבן א קאנסטראקטיווער ענטפער, אדער זאגן אויפן בעסטן פאל "איך ווייס נישט".

מצטרף לתורה ומדע, בלויז ארום צוואנציג פראצענט מעטשט פרייוויליג'ס קרייטיריע, דאס איבריגע זענען ריכטיגע זאצן אריינגעשטעלט אין א צינישע ארטיקל שלא במקומם.
זונטאג אפריל 30, 2017 12:20 pm#369455
ריכטיג האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:חוזק קענען מיר מאכען, אבער לדעתי זענען 80% פון די סלאגאנען אמת, און די מלמדים, רובם ככולם, מיינען עס ערענסט.

עס איז נישט "חוזק". עס איז די sadness פון די ענטפערס. ענטפערס וואס חוזק'ן אפ פון דעם פרעגער אנשטאט אים געבן א קאנסטראקטיווער ענטפער, אדער זאגן אויפן בעסטן פאל "איך ווייס נישט".

מצטרף לתורה ומדע, בלויז ארום צוואנציג פראצענט מעטשט פרייוויליג'ס קרייטיריע, דאס איבריגע זענען ריכטיגע זאצן אריינגעשטעלט אין א צינישע ארטיקל שלא במקומם.

יישר כוח.
נישט יעדער מלמד דארף זיין אזוי באהאווענט אינעם "ודע מה שתשיב". נאר וואס דען, מען דארף לעגיטימיזירען דעם שואל, און איהם רעפירירען צום ריכטירען פראפעססיאנעל אדער תלמיד חכם.
זונטאג אפריל 30, 2017 12:49 pm#369460
Re: תירוצים! — #למעשה
נישט שייך צו זאגן, דו ווייסט דאך נישט די שאלה אויף צו קענען בארעכטיגן אזא מענה. אלס וועט די תירוץ זיין רעלעטיוו צום פראגע.

מיר האט דער אשכול באלד דערמאנט פון שש'נס 'joker אשכול' ווען מענטשן האבן שוין פארטיגע נוסחאות צו ענטפערן אויף יעדע פראגע וואס זיי זענען נישט ביכולת צו פארענטפערן אדער לפחות לעגיטימיזירן אלס א גוטע פראגע.
זונטאג אפריל 30, 2017 3:22 pm#369473
יואב: ייש"כ. דו ביסט מורא'דיג. דו האסט שוין (כמעט) אלעס געקאווערט. נאר מיט דעם גאלבאל ווארמינג טערעץ האביך א טענה...נו, טאקע אזוי. בשעת ס'בושעוועט אינדרויסן א זאווערוכע מיט הויכע שניי, רעד צו מיר איבער גלאבאל ווארמינג...!
זונטאג אפריל 30, 2017 3:25 pm#369474
תורה ומדע האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:חוזק קענען מיר מאכען, אבער לדעתי זענען 80% פון די סלאגאנען אמת, און די מלמדים, רובם ככולם, מיינען עס ערענסט.

עס איז נישט "חוזק". עס איז די sadness פון די ענטפערס. ענטפערס וואס חוזק'ן אפ פון דעם פרעגער אנשטאט אים געבן א קאנסטראקטיווער ענטפער, אדער זאגן אויפן בעסטן פאל "איך ווייס נישט".

מצטרף לתורה ומדע, בלויז ארום צוואנציג פראצענט מעטשט פרייוויליג'ס קרייטיריע, דאס איבריגע זענען ריכטיגע זאצן אריינגעשטעלט אין א צינישע ארטיקל שלא במקומם.

יישר כוח.
נישט יעדער מלמד דארף זיין אזוי באהאווענט אינעם "ודע מה שתשיב". נאר וואס דען, מען דארף לעגיטימיזירען דעם שואל, און איהם רעפירירען צום ריכטירען פראפעססיאנעל אדער תלמיד חכם.

תורה ומדע: אבער די נקודה פון יואב'ס מאמר איז, אז די מלמדים אין יענע צייטן האבן זיך נישט מתחשב געווען מיט די שאלות פון די תלמידים בכובד ראש און פרובירט צו געבן א ריכטיגן תירוץ אדער רעפערירן צו דעם ריכטיגן משיב. נאר מדחה געווען די תלמידים בקש. מיט הוילע,פוסטע תירוצים...!
זונטאג אפריל 30, 2017 3:31 pm#369476
חש בראשו יעסוק בתורה

ביי לאנטש האט נישט אויסגעקוקט ווי די פארשטייסט נישט

ווייל אזוי וויל איך

ס׳האט א תירוץ, מ׳רעדט שוין דערפון, נישט פאר יעצט

וועסט מיר פרעגן שפעטער

ס׳איז א אריכות הדברים

ווייל אזוי האבן אונזערע עלטערן געטאהן

ע׳ פנים לתורה
זונטאג אפריל 30, 2017 3:53 pm#369479
berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: ייש"כ. דו ביסט מורא'דיג. דו האסט שוין (כמעט) אלעס געקאווערט. נאר מיט דעם גאלבאל ווארמינג טערעץ האביך א טענה...נו, טאקע אזוי. בשעת ס'בושעוועט אינדרויסן א זאווערוכע מיט הויכע שניי, רעד צו מיר איבער גלאבאל ווארמינג...!


בערל, דו ביסט סארקאסטיש אדער מיינסט עס ערנסט?

על צד אז דו ביסט ערנסט, איז פאראן פארשידענע הסברים (ווער גייט מיך יעצט ציטירן?) פארוואס ס'קומען שווערע ווינטערס אין פארשידענע געגנטן, אריינגערעכנט טאקע גלאבעל-ווארעמינג.

אבער קודם נקוט האי כללא בידך: קלימאט און וועטער פארמאגן נישט דאס זעלבע באדייט. קלימאט באציט זיך צום לאנגען טערמין, און וועטער איז שבכל יום ויום.

דאס אז דער קלימאט ווערט ווארעמער איז באזירט אויף הארטער דאטא. ס'איז נישט קיין שאלה בכלל. די שאלה איז וויפיל מענטשן זענען פאראנטווארטליך דערפאר, און וויפיל זיי קענען טון צו צוריקהאלטן פון ווערן ערגער.
זונטאג אפריל 30, 2017 3:55 pm#369480
נישט יעעדער פערזענליכער כשלון קען מען ארויף לייגען אויפען מלמד אדער סיסטעם. דער וואס מיינט עס ערענסט קען אליין חוקר זיין דאס אמת, אדער זיך טרעפען א מענטאר וואס זאלל איהם מדריך זיין ע״ד הישר. אז נישט ביי די פופצען איז ביי די פינף און צוואנציג.
זונטאג אפריל 30, 2017 3:57 pm#369481
תורה ומדע האט געשריבן:חוזק קענען מיר מאכען, אבער לדעתי זענען 80% פון די סלאגאנען אמת, און די מלמדים, רובם ככולם, מיינען עס ערענסט.


דער בוך איז טאקע נישט קיין פיקציע, זאגאר מער ווי אכציג פראצענט איז אמת. סארי, לאו דווקא אמת, נאר תירוצים וועלכע ווערן געגעבן אויף אן אמת. און אויב איז טאקע אמת צום ביישפיל אז דער חתם סופר שרייבט איבער דעם אין איינער פון זיינע תשובות, מוז ווייטער דער תירוץ, א', נישט זיין ריכטיג; ב', נישט אין ריכטיגן פלאץ.
זונטאג אפריל 30, 2017 3:58 pm#369482
תורה ומדע האט געשריבן:נישט יעעדער פערזענליכער כשלון קען מען ארויף לייגען אויפען מלמד אדער סיסטעם. דער וואס מיינט עס ערענסט קען אליין חוקר זיין דאס אמת, אדער זיך טרעפען א מענטאר וואס זאלל איהם מדריך זיין ע״ד הישר. אז נישט ביי די פופצען איז ביי די פינף און צוואנציג.

אהא. כ'הער.
זונטאג אפריל 30, 2017 4:19 pm#369485
Re: תירוצים! — #למעשה
Sent from my XT1096 using Tapatalk
זונטאג אפריל 30, 2017 5:37 pm#369494
ביטע זיך האלטן צו תירוצים דווקא, נישט אויסמישן מיט אויסגעדראשענע זאצן.
זונטאג אפריל 30, 2017 6:47 pm#369503
יואב: אבער א סאך פון אט די תירוצים זענען אויסגעדראשענע זאצן. קלישעיס. וואס ס'קען זיין אז אין אנפאנג זענען זיי עפעס ווערט געווען. אבער ווען מ'האט עס אנגעהויבן נוצן אן א שיעור האט עס פארלוין די ווערד...!
זונטאג אפריל 30, 2017 6:59 pm#369505
berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: אבער א סאך פון אט די תירוצים זענען אויסגעדראשענע זאצן. קלישעיס. וואס ס'קען זיין אז אין אנפאנג זענען זיי עפעס ווערט געווען. אבער ווען מ'האט עס אנגעהויבן נוצן אן א שיעור האט עס פארלוין די ווערד...!

כמעט יעדער תירוץ איז אן אויסגעדראשענער זאץ; נישט יעדער אויסגעדראשענער זאץ איז אבער א תירוץ.
זונטאג אפריל 30, 2017 7:44 pm#369508
Re: תירוצים! — #למעשה
"ווען וועלט איז געווען וועלט......"

lead, follow, or get out of the way!
זונטאג אפריל 30, 2017 8:39 pm#369517
מיין רבי האט מיך געגעבן פעטש,
אה נאך א מזל ווען נישט קיקסטו ווען אויס אסאך ערגער
זונטאג אפריל 30, 2017 9:14 pm#369519
Re: תירוצים! — #למעשה
יואב, דו פירסט א קריג מיט אמאליגע מלמדים, ווי די יאפאנעזער וואס קעמפן נאך היינט אין די וועלדער קעגן די אליאירטע. איך קען נישט היינט די סארט מלמדים. אפשר זענען מיינע קינדער לאקי?
זונטאג אפריל 30, 2017 9:57 pm#369522
תורה ומדע האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:חוזק קענען מיר מאכען, אבער לדעתי זענען 80% פון די סלאגאנען אמת, און די מלמדים, רובם ככולם, מיינען עס ערענסט.

עס איז נישט "חוזק". עס איז די sadness פון די ענטפערס. ענטפערס וואס חוזק'ן אפ פון דעם פרעגער אנשטאט אים געבן א קאנסטראקטיווער ענטפער, אדער זאגן אויפן בעסטן פאל "איך ווייס נישט".

מצטרף לתורה ומדע, בלויז ארום צוואנציג פראצענט מעטשט פרייוויליג'ס קרייטיריע, דאס איבריגע זענען ריכטיגע זאצן אריינגעשטעלט אין א צינישע ארטיקל שלא במקומם.

יישר כוח.
נישט יעדער מלמד דארף זיין אזוי באהאווענט אינעם "ודע מה שתשיב". נאר וואס דען, מען דארף לעגיטימיזירען דעם שואל, און איהם רעפירירען צום ריכטירען פראפעססיאנעל אדער תלמיד חכם.


פיין, אבער דערווייל מאך נישט אוועק יענעם ווייל סאיז אים עפעס שווער, און די רמב״ם איז געוועהן קלוגער ווי דיר איז נישט די ריכטיגע צוגאנג.
זונטאג אפריל 30, 2017 10:10 pm#369523
איך האב גערעדט גאנץ אנפאנג ווען איך האב געהאט מיינע ספיקות אין אמונה מיטן ווינער רב פון וויליאמסבורג זז״ג פאר א לאנגע צייט, ער האט מיך שיינערהייט אויסגעהערט און דערנאך געזאגט אז ער האט שוין אפאר מאל געהאט אז מענטשען זאלן פרעגן די קשיות און אמאל איז איינער געקומען צו אים און אים פארגעלייגט אסאך שווערע קשיות און ער האט נישט געקענט יענעם אפּענטפערן אלע תירוצים, די נעקסטע פאר טעג האט אים די קשיות געגבערט אין קאפ און ער איז אראפ געפארן צו זיין עלטערע ברודער ר׳ חיים לייב און אים פארציילט איז איינער איז געקומען מיט א בארג פון שאלות אין אמונה און ער איז פארציטערט אבער זייט ער האט געהערט די קשיות באדערן עס אים זייער שטארק, האט זיין ברודער אים גענטפערט אז די איינציגסטע וועג איז ״אמונה פשוטה״ אונז גלייבן ווייל אונזערע עלטערן האבן אזוי געגעלייבט-אן צו פרעגן קיין קשיות... און זייט דעמאלטס האט ער אזוי אנגענומען אז ער פרעגט נישט קיין קשיות און ער קריכט נישט אריין אין ״העמק הדבר״ ווייל ער וויל נישט ח״ו אנקומען צו האבן א ספק ספיקא אין אמונה....

פארשטייסטו?
זונטאג אפריל 30, 2017 11:09 pm#369532
Re: תירוצים! — #למעשה
שבת אחים האט געשריבן:איך האב גערעדט גאנץ אנפאנג ווען איך האב געהאט מיינע ספיקות אין אמונה מיטן ווינער רב פון וויליאמסבורג זז״ג פאר א לאנגע צייט, ער האט מיך שיינערהייט אויסגעהערט און דערנאך געזאגט אז ער האט שוין אפאר מאל געהאט אז מענטשען זאלן פרעגן די קשיות און אמאל איז איינער געקומען צו אים און אים פארגעלייגט אסאך שווערע קשיות און ער האט נישט געקענט יענעם אפּענטפערן אלע תירוצים, די נעקסטע פאר טעג האט אים די קשיות געגבערט אין קאפ און ער איז אראפ געפארן צו זיין עלטערע ברודער ר׳ חיים לייב און אים פארציילט איז איינער איז געקומען מיט א בארג פון שאלות אין אמונה און ער איז פארציטערט אבער זייט ער האט געהערט די קשיות באדערן עס אים זייער שטארק, האט זיין ברודער אים גענטפערט אז די איינציגסטע וועג איז ״אמונה פשוטה״ אונז גלייבן ווייל אונזערע עלטערן האבן אזוי געגעלייבט-אן צו פרעגן קיין קשיות... און זייט דעמאלטס האט ער אזוי אנגענומען אז ער פרעגט נישט קיין קשיות און ער קריכט נישט אריין אין ״העמק הדבר״ ווייל ער וויל נישט ח״ו אנקומען צו האבן א ספק ספיקא אין אמונה....

פארשטייסטו?

האסט פרובירט ביי נאך איינעם, אדער די וועלט ענדיגט זיך ביי ווינער רב?

האסט געדארפט גיין צי דזעקעבסאן וכדומה וואס זענען אויסגעקאכט אין די זאכן. קענסט נאך... נאר די תאוות לאזן נישט...
זונטאג אפריל 30, 2017 11:37 pm#369536
טמיר האט געשריבן:יואב, דו פירסט א קריג מיט אמאליגע מלמדים, ווי די יאפאנעזער וואס קעמפן נאך היינט אין די וועלדער קעגן די אליאירטע. איך קען נישט היינט די סארט מלמדים. אפשר זענען מיינע קינדער לאקי?

טאקע אזוי? מיינע קינדער'ס מלמדים און מגיד שיעורים ענטפערן נאך די זעלבע תירוצים. וועלכע סארט תירוצים ענטפערן דיינע קינדערס מלמדים?
זונטאג אפריל 30, 2017 11:49 pm#369539
Re: תירוצים! — #למעשה
איך רעדט פון די בייטשן און נאגייקעס חלק
מאנטאג מאי 01, 2017 12:00 am#369542
אה
מאנטאג מאי 01, 2017 12:02 am#369543
טמיר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך האב גערעדט גאנץ אנפאנג ווען איך האב געהאט מיינע ספיקות אין אמונה מיטן ווינער רב פון וויליאמסבורג זז״ג פאר א לאנגע צייט, ער האט מיך שיינערהייט אויסגעהערט און דערנאך געזאגט אז ער האט שוין אפאר מאל געהאט אז מענטשען זאלן פרעגן די קשיות און אמאל איז איינער געקומען צו אים און אים פארגעלייגט אסאך שווערע קשיות און ער האט נישט געקענט יענעם אפּענטפערן אלע תירוצים, די נעקסטע פאר טעג האט אים די קשיות געגבערט אין קאפ און ער איז אראפ געפארן צו זיין עלטערע ברודער ר׳ חיים לייב און אים פארציילט איז איינער איז געקומען מיט א בארג פון שאלות אין אמונה און ער איז פארציטערט אבער זייט ער האט געהערט די קשיות באדערן עס אים זייער שטארק, האט זיין ברודער אים גענטפערט אז די איינציגסטע וועג איז ״אמונה פשוטה״ אונז גלייבן ווייל אונזערע עלטערן האבן אזוי געגעלייבט-אן צו פרעגן קיין קשיות... און זייט דעמאלטס האט ער אזוי אנגענומען אז ער פרעגט נישט קיין קשיות און ער קריכט נישט אריין אין ״העמק הדבר״ ווייל ער וויל נישט ח״ו אנקומען צו האבן א ספק ספיקא אין אמונה....

פארשטייסטו?

האסט פרובירט ביי נאך איינעם, אדער די וועלט ענדיגט זיך ביי ווינער רב?

האסט געדארפט גיין צי דזעקעבסאן וכדומה וואס זענען אויסגעקאכט אין די זאכן. קענסט נאך... נאר די תאוות לאזן נישט...

פון ווייסטו אז סאיז תאוות און וואס מיינע תאוות זענען?

ATUB @טמיר ATUB הער מיך אויף צו ציקירן! גענוג געוועהן! איך האב געפענט א אשכול- א ווינקל ווי איך האב געשריבן אז דארט גייט זיין מיין ווינקל ווי איך גיי שרייבן מיינע ״בויך וויי״ און פארוועם ס׳געפעלט נישט זאל נישט אריינקומען אין יענעם אשכול, ביסטו מיר ביז דארט נאכגעלויפן כדאי מיך צו אטקירן און רודפן!

האסט נישט וואס צוצולייגן? זיי שטיל! אטאקיר נישט יענעם ספעציעל ווען דו רעדסט נישט קיין ווארט צום זאך, און האסט נישט קיין שום זאכליכע פוינט!
מאנטאג מאי 01, 2017 1:31 am#369552
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:(פאר די עכטע ישיבישע צווישען אונז) pshadiz, you have to know.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


:lol:

your reid is stam hock...
מאנטאג מאי 01, 2017 1:56 am#369555
מיין גוטע בוך האט פארצייכנט פילע אנדערע תירוצים:


"ווען וועלט וואלט געווען וועלט"

"ווען דו וואלסט געזען דעם רבי'נס פנים ביי... וואלסטו אויך נישט געהאט קיין קשיות"

"ווייל חדש אסור מן התורה"

"ער איז דאך געווען א מזרח'יסט"

"ווייל ער איז נישט משלנו"

"העטעך פעטעך"

"דאס וועט זיין די פיפטע קשיא ביים סדר"

"גיי ארויס ארבעטן וועלן דיינע קשיות פארשוואונדן ווערן"

"ווייל דו רעדסט ווי א קינד"

"נישט יעדעס מאל מ'פרעגט א שאלה איז עס ווערד אן ענטפער"

"דער רבי איז דאך שוין מברר אין א תשובה..."

"זיי נישט קלוגער פון דיין טאטע"

"דאכצעכמער אז אין ספר המהפך פארענטפערט ער עס"

"ווען דו וואלסט געוואלט פארשטיין וואלסטו פארשטאנען"

"דו זוכסט ענטפערס אדער קשיות"

"ס'איז ביטול תורה צו רעדן דערוועגן, קום צוריק ניטל"

"האב איך דאך געוואוסט אז דו וועסט נישט פארשטיין"

"יא יא, אזוי הייבט זיך עס אן"

"כ'וואלט דיר געענטפערט, אבער דעמאלס וועסטו מורה היתר זיין צו זוכן קשיות"

"דו מיינסט אז די ראשונים איז נישט איינגעפאלן די קשיא?"

"כלל ישראל האט א גוטע נאז"

"דער רמב"ם איז א שיטה יחידאה, מ'האט נישט אנגענומען אזוי"

"טאקע שווער, נו אלא מאי? וואס ווילסטו?"

"האלסט דיך קלוגער פון דיין טאטן?"

"קודם מאך חתונה קינדער, נאכדעם העמיר רעדן"

"דער כוזרי פארענטפערט עס שוין"

"אזא שאלה פאסט דאך ניטאמאל פאר דיר"

"אין ישיבה/כולל איז אמאל געווען א מדובר דערוועגן"

"פאקטיש האבן זיי אלע מיאוס אפגעשניטן"

"פיין, וועסטו טראגן אזא פנים ווי אים"

"משה רבינו האט זיך שוין געמוטשעט מיטן צדיק ורע לו"

"ווייסטעך וואס דער חזון איש האט געזאגט: דאס זענען תירוצים, נישט קשיות"

"ס'ניש ממש אזויווי דו לייגסט עס אראפ"

"ווייל דו ביזט אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט ווערט עס נאכנישט שווער"

"כ'געדענק נאך ווי היינט..."

"ווייסט ווער נאך ס'האט געפרעגט די קשיא? פלוני" [א באקאנטע שגץ]

"הרב קוק איז אויך געווען אן ערליכער איד/האט עס אויך געמיינט אמת'דיג, נו מילא?"

"דו נוצט גאר 'אים' פאר א ראיה???"

"שוין, דו ביסט שוין א פארפאלענער"

"מיט אזעלכע קשיות, ביסטו נאך א שומר שבת?"

"כ'האב אלץ געוואוסט אז דו ביסט א קאליקער"

"שבתי צבי האט אויך געקענט לערנען"

"האסט קיינמאל נישט געהערט אז דער שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים און בעלי תשובה?!"

"האלט דיך ביי דיינס, שיין העסטע אויסזען"

"א שאד זיך צו טענה'ן, גייסט'ך ממילא עקש'נען"

"אוי, קוק דיך אן. ווער העט געגלייבט אז ... אייניקל וועט אזוי אויסזען"

"ס'שמעקט פון אפיקורסות"

"קודם לערן תניא, נאכדעם זאג מיר וואס איז דיר שווער"

"דו רעדסט ווי א ליטוואק/משכיל/לינקער"

"פרעג אויפן מהר"ל, נישט אויף מיר"

"הייסט'ס אז יעצט בין איך מכלומר'שט אפגעפרעגט, הא?"
מאנטאג מאי 01, 2017 2:24 am#369559
ארי נוהם: ייש"כ. דו האסט א פאר דזשעמס. לאמיך צו לייגן נאך איינס...דו ווייסט דאך וואס די רבי זכיסע יאגן אליינע האט געזאגט וועגן איהם...!
מאנטאג מאי 01, 2017 7:40 pm#369651
יגעת ומצאת תאמין, האסט נישט גוט געזוכט.

מען לערנט עס נישט.

ר׳ עקיבא האט זיך געזעצט לערנען ביי די 40, זיכער קענסטו אויך.

אויף דעם האט דער חזון איש געזאגט: נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס.

נאר א גוי גייט מיט א קליינע קאפל.

נאר א גוי ווישט זיך נישט אפ געהעריג די הענט נאך נטילת ידים.

דתן ואבירם זענען אויך געגאנגען מיט שטריימעל און בעקיטשע.
מאנטאג מאי 01, 2017 8:38 pm#369654
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1432874 m
האלט מיט לייוו!!
ק/פ
וואס איז אונז אפילו א נפקא מינה וואס דער כופר ופוקר און פרייער איד שרייבט און רעדט, אומגלויבליך ווי פארקרומט מאנכע קענען זיין. עמיצער וואס ווייסט בכלל ווער דער בהמה דערשאוויץ איז, מוז זיין עמיצער וואס איז איינגעטונקען אין די גויאישע גאס. וועמען קימערט אפילו וואס דער בריאה פלאפעלט. כ'פארשטיי נינטאמאל פארוואס עמיצער שפירט דאס צו ברענגען אויף אונזער וועלטל. מנהלים, אראפ מיט די שמוץ. א איד א כופר איז ביי אונז נאך ערגער ווי א גוי
מאנטאג מאי 01, 2017 10:15 pm#369658
איינער שרייבט דארט א גיטע פאוינט

צום ענין, אויב איך מעג זאגן מיין מיינונג פארוואס די שיטה איז אפגעקילט ביי א פראצענט סאטמערע חסידים, איז ווייל אנשטאט צו איבערגיבן די שיטה אלס א חפצא און קעגן די פורקי עול האט זיך עס אריבער געצויגן צו גברא צו רבנים יראי השם וואס זענען נישט געגאנגען בשיטה פון רביה''ק זצ''ל זענען זיי געווארן ציונים און זענען עובר אויף יהרג ואל יהרוג, און מען וואקסט אויף מיט שנאה קעגן קהילות קדושות בישראל.

און ווען מען וואקסט אונטער און מען ווערט געוואר אז טשעבינע רב איז געווען א גדול און ר' משה פיינשטיין איז געווען א גדול וכו' ווערט מען צומישט און מען שלאגט כפרות מיט גאנץ ציונות...

ווען די חינוך וואלט געווען מער אויסגעהאלטן איבערגיגעבן וואלט עס מער אנגעהאלטן
דינסטאג מאי 02, 2017 8:59 am#369674
"פארוואס ביי מיר פאסירט נישט אזאנע מיסטעיקס?"
דינסטאג מאי 02, 2017 11:16 am#369686
Re: תירוצים! — #למעשה
גיי ווייס

שטותים

טוה מיר א טובה

דו מאכסט מיך לאכן

איך האב גארנישט געמיינט

אין מיינע צייטן וכו.

דו ווייסט אדער דו טראכסט

דעם גוי איז דען בעסער

ווי קומט עס אריין

איך בין נישט היינט געבוירן

א מין גערעדאכטס דאס

האסט אים שוין אמאל געזעהן אז דו רעדסט

אלטע קשיא

קיינער ווייסט נישט

זוי גייטעס.. סקעמען טוהן

ס'פעלט נישט אויס

איך הער נישט

לאדיך אפ

יעדער ווייסט

פרעג עני מענטש

אה ביסט קלוג.. משוגע קלוג ביסטו יעצט

העמיר זעהן ביי דיינע

אויך מיר א מאן דאמר

ווייז מיר אינעווענדיג
דינסטאג מאי 02, 2017 12:35 pm#369693
זוי גייטס... סקעמען טוהן...

:lol:

ווייז מיר אינעווענדיג??! כזאל דיר ווייזן וואס טוט זיך אינעווענדיג? וואס נאך ווילסטו? אינדורסן איז דיר שוין גארנישט גיט? א חוצפה׳ניאק! אינעווענדיג? אפשר זאל איך מיך אראפציען די הויזן פון דיר אויכעט? וואס נאך זאל איך טוהן פאר דיר???


:lol: :)
דינסטאג מאי 02, 2017 1:11 pm#369694
אה, און די סיבה פארוואס דו לייגסט נישט קיין תפילין היינט-צו-טאגס איז מסתם ווייל מ'האט דיך מאלעסטעט, ניין?

אה, הייסט עס ביסט א וויקטעם!

ווער האט דיך מאלעסטעט, זאג שנעל.
דינסטאג מאי 02, 2017 1:30 pm#369700
איבייג די זעלבע צוויי דריי אויבער-חכמים וועלכע פארשטייען בעסער. זיי פארשטייען בעסער פון זייער טאטע, מאמע, מלמד, מגיד שיעור, משגיח און מנהל, זיי זענען אייביג קלוגער, זיי ווייסן בעסער און יעדער אנדערש איז צעדרייט. נו, איך ווינטש דיך א סך הצלחה אויף דעם מהלך, נאר קום נאכדעם נישט צו מיר וויינען.

כ'האב אויך אמאל געהאט ממש די זעלבע שאלות, כ'בין אבער עלטער געווארן, און דו וועסט אויך עלטער ווערן — הפנים כ'האף אזוי.

יא, אזוי קוקט מען אויס ווען מ'איז אלץ קלוגער פון יעדן.

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

נו פיר אויס

רעד צו מיר הויך, שטייט און קלאר.

און דו למשל ווילסט איך זאל דיך יעצט ענטפערן, וואס?
דינסטאג מאי 02, 2017 7:12 pm#369728
"אבער באנאונז האט מ'נישט אזוי אנגענומען."
דינסטאג מאי 02, 2017 8:28 pm#369730
זאג נאר, דא איז א שטאל?

אינדערהיים טוסטו אויך אזוי?

ווי אלט ביזטו?
דינסטאג מאי 02, 2017 8:46 pm#369731
.