דאנערשטאג יוני 15, 2017 9:23 pm#375389
גאנצלשוין מ'האלט שוין 5 טעג נאכן כנוס יעצט קומט אריין די נייעס פון די הויפט קווארטירן אז נישט נאר איז דער כנוס געווען די לוי' פאר (ר') אהרן טייטלבוים נאר אויך סקולען און תו"א זענען נענטער צו די גסיסה...........
און ווער ס'טראכט אז נישט קען קויפן פילן אויף עמעזאן............
#סעד
גאנצל: ניין דער דגש דארף צו זיין אז דער כינוס איז געווען די הכתרה פון מרן רז"ל שליט"א. און מהיום והלאה האט סאטמאר (זאלוינים) צוריק דאס ווארט. און א יעדער דארף זיך צו בייגן פאר זיי. איי, וואו זענען די נאמבערס ביי די טישן. וואס מפי השמועה זענען זיי גאנץ ליידיג....!
נאר אונז (ארוינים, נעבעך 😢 😢 😢 ) ווייסן מיר אז אונז האבן ב"ה א מנהיג וועלכער האט דעם ריכטיגן דעת תורה. און קען מבחין זיין ווען דער מצב איז ערנסט. און ווען ס'איז נישט מער ווי א פאליטישער שפיעל. אזוי ווי די וועלט'ס מעשה מיט דעם פאסטוך (מ'קען עס הערן אויף די טעיפס פון ר' אברהם יודא'לע ווייס שליט"א) וועלכער האט געשריגן אז ס'דא א וואלף. און אלע פאסטוכער זענען זיך צוזאמגעקומען כדי צו פארטרייבן דעם וואלף. אבער קיין וואלף איז נישט געווען. דער פאסטוך האט שטארק הנאה געהאט פון זיין חכמה. ער האט דאס געטון עטליכע מאל. און ר'האט אייביג געלאכט פון גרויס הנאה. איין טאג איז עכט געקומען א וואלף צו זיין סטאדע און ער האט געשריגן..."א וואלף...א וואלף..." און קיינער איז נישט געקומען איהם צו העלפן ווייל ער האט זיי אייביג אויסגעפאפט. כן הדבר הזה. ווייל פאר עפעס א תמהוני אין ארץ ישראל האטציך פארגלוסט גרויס צו ווערן אויף די עלטערע יארן. האט ער גענומען שרייען מיט באנומענע קולות אז דאס אידישקייט גייט ח"ו אונטער...! ווען ער וואלט ווען געוואלט אמת'דיג גרויס ווערן וואלט ער געבליבן אין די ד' אמות של הלכה. אזוי ווי אביו הגדול רש"ז אויערבאך זצ"ל. וואס עס זענען בשנים קדמוניות געקומען צו איהם פארשידענע פארטייאישע מענטשן און איהם געוואלט צו רעדן אז ער זאלל זיך צו שטעללן צו זייער אגענדא. פארשטייצעך. צו קעמפן. פאר תורה און אידישקייט.די פאליטישןס האבן איהם צו געזאגט..."ואגדלה שמך"...האט זיי הרב רש"ז זצ"ל געענטפערט...ס'זענען דא גענוג גרויסע רבנים וואס פיהרן די וועלט...! איך וויל בלייבן אין די ד' אמות של הלכה...!
