אונטער חכם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!
ווער זענען די מענטשן?
אונטער חכם: ווי ס'זעהט אויס ביסטו נישט מעורה און מעורב אין די היימישע פאליטיק פון די לעצטע עטליכע יאר.
ס'דא 2 מענטשן וועלכע האלטן אז זיי זענען די פאן טרעגער פון די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע. דער ערשטער איז ר' מנשה פיליפ. א איד א גרויסער תלמיד חכם און בקי במילי דעלמא. אבער מיט שטארק פארקרומטע דיעות. וואס כ'בין זיכער אז ער אליינס האלט אויכעט נישט אזוי. נאר ער זאגט עס לתפארת הדרוש...! זיין פען נאמען איז הרב ישראל מ. סופר...!
דער 2'טער הייסט ר' שמואל שלמה טעללער. ער רופט זיך הרב ש.ב. מרגליות. ער איז דער אפיציעלער היסטאריקער און הוגה דיעות ביי קהילת מהר"א און אין בלאט...! ער שרייבט און רעדט אזוי בעיביש כאילו ער וואלט גערעדט צו א קלאס פון 5 יאריגע יונגלעך...! ער איז אזוי שטארק באורינג און פרעדיקטעבל, אז ווען איך ליין די ערשטע 2 שורות ווייס איך שוין וואו אהין ער ציהלט...! אויך איז ער אייביג ביזי אויפצו ווייזן וואספארא טיפש און שוטה ביבי נתניהו איז. נישט וואספארא שייגעץ ער איז...!
בד"וו. ער איז געווען דער בעל יועץ פאר מהר"א שליט"א ארויסצוקומען מיט א שארפן און עקסטרעם נארישן סטעיטמענט איבער די רציחות פון די 3 ישיבה בחורים דורך די פאלעסטינער רוצחים, ימ"ש. אלעס נאר כדי צו ווייזן אז פונקט אזוי ווי דער פעטער זי"ע איז נישט נתפעל געווארן פון וואס די גאס זאגט. אזוי ווערט ער אויכעט נישט נתפעל...!