Under maintenance
הויפט זייט » כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס

כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
149 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11552
זונטאג יוני 11, 2017 3:48 pm#374172
כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
מ'קומער שוין כמעט אהן, איך כ'האף צו אפדעיטן דא וויפיל איך קען
זונטאג יוני 11, 2017 3:51 pm#374176
זקן צדיקי בית צאנז גריבוב איז יעצט ערשינען
זונטאג יוני 11, 2017 3:52 pm#374177
Kedem בעל מכשיר איז דא
זונטאג יוני 11, 2017 3:52 pm#374178
צעלימער רב שליט"א
זונטאג יוני 11, 2017 3:55 pm#374179
די טאטע פון ר חיים יהושע ה"ש פון מאנסי.
איינער ווייסט וויאזוי ער הייסט? וואס ער זוכט דא?
זונטאג יוני 11, 2017 3:56 pm#374180
ר' יעקב יוסף האלבערשטאם

א גרויסע קנאי פריינט פאר סאטמאר רז"ל
זונטאג יוני 11, 2017 3:58 pm#374181
עפעס א ווייסט בארד. דער וואס האט חוזק געמאכט ברבים פון גאון הדור ר' פישעלע, און קורא שם געווען "מילך קעסטעל", זיצט אויבן אן.
זונטאג יוני 11, 2017 4:01 pm#374182
אה. איינער שרייט שוין.
זאגט די יוצרות פון אלע פראטעסטען
.. קול נהי נשמע....
... קול מלחמה במחנה...
ת"ק פרסה.
.. נ ק ד י ש ך
...
זונטאג יוני 11, 2017 4:06 pm#374183
די שווארצע ליילעכער געבט אסאך צו פאר די "איך שודדנו" מצב
זונטאג יוני 11, 2017 4:07 pm#374185
איך זעה פאפא דיין פון בארא פארק.. ווייס, ער וועט שוין כאפן פון די פאפא אגודיסטען
זונטאג יוני 11, 2017 4:09 pm#374186
חות לא דעת רב רעדט. איך פיל נישט ווי ער מיינט עס אמת'דיג. וויפעל באקומט ער באצאלט?
זונטאג יוני 11, 2017 4:10 pm#374187
אלע דריי חברי לשכת הבד"ץ דרייען די בארד פון גרויס צער פון די אסירי ציון
זונטאג יוני 11, 2017 4:10 pm#374188
סך הכל חזר'ט מען די שנאת ישראל וואס מ'האט אויסגעלערנט אין חיידר.
זונטאג יוני 11, 2017 4:11 pm#374189
קאווע טרינקער האט געשריבן:זקן צדיקי בית צאנז גריבוב איז יעצט ערשינען

געבט איבער פאר עסקנים הדרכה אינעם מלחמה
זונטאג יוני 11, 2017 4:15 pm#374191
.
זונטאג יוני 11, 2017 4:15 pm#374192
פארוואס לייגט מען ביידע באלי הוטן צוזאמען? טענקע מעזעביז? ס'מאכט עס אויסקוקען ווי א פראטעסט קעגען עירוב
זונטאג יוני 11, 2017 4:16 pm#374193
ווער איז "די רבי"
זונטאג יוני 11, 2017 4:18 pm#374194
מסתם האדמור מפיליפ ז"ל ער שאקלט זיך שטארק
זונטאג יוני 11, 2017 4:23 pm#374196
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
ר׳ יעקב יוסעלע קומט ווייל ער זעט אויס ווי הרב דוד סאלאווייציק. ער פארטרעט איהם.

וועלכע ליטווישע זענען דארט? ר׳ אליה בער איז געקומען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 11, 2017 4:27 pm#374199
אשכנזי וואונטש אז די מדינה זאל אינטערגיין....
זיין עלטער זיידע האט שוין דאס געוואונטשען 80 יאר צוריק...


די הימלן וויינען, די pain פון ר' וויינבערגער וואס האט זיין טאטע האט געגנבט די סעדרהעלי רבנות פון משפחת כץ - איז שווער איבערצוטראגן
זונטאג יוני 11, 2017 4:30 pm#374200
ענדליך
שוין וואכן וואס מ'גרייט זיך צו הערן די פאקטן פון עסקנים... גאנצטע צייטונגען, רויט און געהל, אלץ זאגט פאר אז ביים עצרת גייט מען פארלייגען די פאקטן....
ר' ווויינבערגער זאגט אז מ'האלט שוין אט אט ביים קליימעקסען.. די פאקטן קומען שוין ...

אה... מ'רעדט שוין פון ישעיה הנביא... באלד קומט א רמב"ן אין האזינו...
זונטאג יוני 11, 2017 4:31 pm#374201
קאווע, ס'האט זיך שוין געלוינט די כינוס! ווי אזוי דו אפדעיטס.... :lol:
זונטאג יוני 11, 2017 4:33 pm#374203
ווער איז יענצ? חיים הערש פון ארץ ישראל? זיין ברודער פון בארא פארק, דער עושר, קומט נישט?

דע צורה פון וויינבערגער איז ווערט מיליאנען.. if only ער מיינט עס אמת'דיג.

ער ציעעעט אויס די ענדע מ'מםםםם'ס - א נחת צו הערן.
זונטאג יוני 11, 2017 4:34 pm#374204
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
קאווע: דע אויגן טרערט מיר פאר געלעכטער, נאך א מזל כ'שטיי נישט יעצט צווישען מענטשען, דזשאסט גא אן, טענקס
זונטאג יוני 11, 2017 4:34 pm#374205
איך האב נישט קיין אהנונג פון וועמען מ'רעדט אבער אז קאווע טרינקער ברענגט אפדעיטס קוילערכמיר פאר געלעכטער.
זונטאג יוני 11, 2017 6:19 pm#374366
ר' לייבוש איז א מעידזשער געווינס פאר רז"ל
זונטאג יוני 11, 2017 6:19 pm#374367
וואזוי געבט זיך ר' לייבוש אן עצה אין אנטווערפען אן ווייזער ?
זונטאג יוני 11, 2017 6:20 pm#374368
אזא אונארדענונג, אזא דיסארגיניזאציע, אזא צעפראסקעטקייט. עס ווירבלט ווי בינען הייוו..זיי ווייסן נישט אז די גאנצע וועלט קוקט אויף זיי?
זונטאג יוני 11, 2017 6:21 pm#374369
ווינע רב? יוצא געווען?
זונטאג יוני 11, 2017 6:22 pm#374370
מייזלעס: דער הייליגער בעלזער רב זכרונו לברכה... ר' ישכר דוב...

שגץ.
זונטאג יוני 11, 2017 6:23 pm#374371
די צוויי ביהיינד קאשויע רב זענען דאך אזעלכע בורדאקס!! פארוואס טראסקענען זיי איבער די גאנצע זאך? מ'שיקט מעסידזשעס אהין און צוריק. אזא רחמנות די וואס דארף זיך אויפהייבן יעדע סעקנט אדורכלאזן די גרויסע אחורייימס.

ווארט א מינוט. העסט געבן שלום באלד.. וואס וועט שוין געשען?
זונטאג יוני 11, 2017 6:23 pm#374372
ער איז דא מיט'ן שטריימל צו ווייזען אז עכט איז ער דא פאר א חתונה, סאו ביי די חתונה דארף ער גיין מיט די הוא צו ווייזן אז עכט איז ער געקומען צום כינוס.
זונטאג יוני 11, 2017 6:24 pm#374373
ווער איז דער ריזיגער ...... מיט די הויכע היט און ריפסענע בעקישע? שווארצע בארד, דער וואס רעדט מיט דער לעצטער רעבע אויף רעכטס פונעם פאדיום יעצט? אוועקגעדרייעט פון עולם?
זונטאג יוני 11, 2017 6:25 pm#374374
אה, ער ברענגט יעצט ארויף דעם אלטן איד
זונטאג יוני 11, 2017 6:25 pm#374375
טאמבל סאס האט געשריבן:די צוויי ביהיינד קאשויע רב זענען דאך אזעלכע בורדאקס!! פארוואס טראסקענען זיי איבער די גאנצע זאך? מ'שיקט מעסידזשעס אהין און צוריק. אזא רחמנות די וואס דארף זיך אויפהייבן יעדע סעקנט אדורכלאזן די גרויסע אחורייימס.

ווארט א מינוט. העסט געבן שלום באלד.. וואס וועט שוין געשען?

זיי האבן נישט קיין עקספיריענס, ער איז ניי.
זונטאג יוני 11, 2017 6:25 pm#374376
נועם המידות
זונטאג יוני 11, 2017 6:27 pm#374377
נישט גוט.
גאר א שוואכע בעקגראונד בשעת'ן צענטראלע דרשה.
זונטאג יוני 11, 2017 6:28 pm#374378
פוהל מיט קלישעיס דער ר׳ זלמן לייב. ער האט א שיינער קול באט בכלל נישט רעביש. ווען איך הער עס סתם אזוי זאג איך אז ער רופט אויס די עליות פאר די הקפות אין שוהל... דאס איז זיין דזשאב..
זונטאג יוני 11, 2017 6:28 pm#374379
הרב הגאון ר' שלמה רובין מגדולי רבני מהר''א בקרית יואל איז זיך יעצט משתתף ביים כינוס.

שטייט דא צווישען די עולם באהאלטן ביטע נישט מפרסם זיין
זונטאג יוני 11, 2017 6:29 pm#374380
ר' ז"ל האט אן א רעשוואלקע? ער זעהט אויס צו ברייט.
זונטאג יוני 11, 2017 6:29 pm#374381
רז"ל ליינט געהעריג פאר ארטיקלען פון דער איד
זונטאג יוני 11, 2017 6:30 pm#374382
דר' עולם איז נישט engaged מ'זינגט נישט, מ'וויינט נישט. סתם מ'שמועסט.
זונטאג יוני 11, 2017 6:30 pm#374383
די ערשטע בעל דרשן וואס מאכט מיר גוט לאכן. זייערע זיידעס זענען געווען ערליכע אידן און מ'האט זיי אוועקגעריסן פון אידישקייט..אבער וואו האט זיך עס אנגעפאנגען? ווער האט זיי אוועקגעריסן?
זונטאג יוני 11, 2017 6:30 pm#374384
דאס אז די אמתדיגע ערליכע יודן שלעפן די בערד איז פארשטענדליך ווייל זיי האבן נאך קיינמאל זיך נישט געקוקט אויף א ווידיאו ווי נעריש עס קוקט אויס. אבער פאר די ראדני שוויצער צו זיצן אויבן אן און ארומלאכן ווי שוטים דאס ווייזט אויף טפשות די ווייסט דאך אז יעדער זעהט דיך וואס זוצטו דארט פרעך און די עסקנים וואס לויפן ארום ווי סוואלט געווען תשל"ה יעדער וויל ווייזן ווי גוט ער איז, שוין לאז ער זיך שפירן גוט ביינאכט גייט ער מסביר זיין פאר זיין ווייב ווי וויכטיג ער איז סאו זי זאל אים היינט גארנישט בעטן. אבער דער עיקר שיינקייט איז דער הערליכער צבור וואס דאס זעהט מען אבער נישט
זונטאג יוני 11, 2017 6:31 pm#374385
כ"ק אדמו"ר מתימן שליט"א
זונטאג יוני 11, 2017 6:31 pm#374386
ער גייט רעדן לשון קודש בהברה תימנית?????
זונטאג יוני 11, 2017 6:32 pm#374387
האסט געזען? ביז ר׳ זלמן לייב האט גערעדט איז געווען א מין ערבוביה.. ווער האט ערלעדיגט אז יעצט זאל זיין רוהיג? אלע זיצן.
זונטאג יוני 11, 2017 6:33 pm#374388
ווי איז משה גבאי?
זונטאג יוני 11, 2017 6:33 pm#374389
ר' ז"ל'ס דרשה איז א אוסף מילים פון אמונה דת ציונים רבי ז"ל וכו'ו וכו' אנע סדר...
זונטאג יוני 11, 2017 6:34 pm#374390
דער לעבן דעם ראב"ד האלט זיך נישט ביים אויפשטעלן