Under maintenance
הויפט זייט » דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11582
מיטוואך יוני 21, 2017 1:06 am#376222
מהראש'ס חבורה האבן דערלאנגט א הילכיגע פראסק פאר אלע גרויסע פירמע'ס און הויפן
אזא זאך צו פועל'ן חתונה צו מאכן פאר גרייצער'ס, און דער עולם גייט אהיים א שעה פאר חצות, קענט איר נישט באווייזען ?
צייטונגען, מאכט, שטחים, געלטער, פראפאגאנדע, איז אויף אייער זייט, וואס שלאפט עטץ.
מיטוואך יוני 21, 2017 6:20 am#376233
שמערל, אמת, דער גאנצער מערידזש סיסטעם ביינונז איז זינלאז און צעדרייט, על מה יצא הקצף פונקט דא, פארשטיי איך אבער נאכנישט. מ'רעדט סך הכל פון אינערהאלב דעם סיסטעם, זאל מען כאטש אפקומען גרינג אויפ'ן פינאנציעלן פראנט. אוודאי איז דאס צום באגריסן. און אז מ'וועט אויפהערן אינגאנצן צו חתונה מאכן, און יעדער וועט זיך חמשה-עשר-באב'ענען ווי און ווען ער/זי פארשטייט, דאן וועט זיין א תיקון השלם. די דאזיגע איניציאטיוו איז אבער א ווערד צו באגריסן.
מיטוואך יוני 21, 2017 1:27 pm#376292
ברסלבער האט געשריבן:יעצט געענדיגט די חתונה. ס'איז געלונגען ב"ה הערליך שיין, העכער אלע ערווארטונגען. איך האף בקרוב צו שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער די היסטארישע חתונה.


עס האט זיך אלעס געלוינט אז מען האט געקענט ארויסשלעפען @ברסלבער פון זיין באהעלטעניש

איך רייב מיר שוין די הענט שפייעכץ ליגט מיר אין מויל.... אה. איך קען קוים ווארטן ווי ברסלבער וועט דא צוענדיגן דעם דשזאב...

יראו עינינו וישמח לבינו
מיטוואך יוני 21, 2017 1:40 pm#376298
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
לכאורה דארף מען צוטיילען די שמועס אויף יואלי ראטה און אויף די חתונה. די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. עפען אן אשכול דערוועגען, וועט מען קענען אויסשמועסען..

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 21, 2017 1:55 pm#376300
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכאורה דארף מען צוטיילען די שמועס אויף יואלי ראטה און אויף די חתונה. די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. עפען אן אשכול דערוועגען, וועט מען קענען אויסשמועסען..

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ענדליך! איך ווארט שוין אז איינער זאל קלאר ארויסזאגן וואס עס באדערט, די יחידים הרוצים להשתלט דרייען זיך ארום מיט דייעריע, מען שעמט זיך צו רופן דאס קינד ביים נאמען...

און ליטוואק האט עס אזוי שיין ארויסגעשריבן:

אלעס זייער פיין, וואויל, גוט, הערליך, א שריט וואס איז נישט געטון געווארן די לעצטע זיבעציג יאר... אבער פארוואס האט געמוזט קומען דורך פארפלוכטעטער דשזיד (ר' יואל ראטה)... עס איז ממש יצא שכרו בהפסדו. עס קרענקט עס שניידט.

שוין מ'איז אין גלות מ'קען מיר גארנישט טוהן, זאכן פירן זיך אנדערש ווי מיר חלומ'ן...

איך ווארט אויף די פייער פון ליטוואק... :cry: :cry:
מיטוואך יוני 21, 2017 1:58 pm#376302
מיש-נייעס האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: פארפלוכטעטער דשזיד (ר' יואל ראטה)... :cry: :cry:

א מין אויסדרוק דאס...
מיטוואך יוני 21, 2017 2:20 pm#376307
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
איך פארשטיי נישט אזוי גוט, ווער בין איך און וואס האב איך געוואלט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 21, 2017 2:40 pm#376311
.
מיטוואך יוני 21, 2017 3:21 pm#376319
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
איינס האט נישט מיט די צווייטען. פארשפארען א משפחה א פאר דאללאר איז א פיינער זאך.
טרעפען א לעזונג פאר די אומדערטרעגליכער פרייז פון חתונה מאכען\לעבען איז א צווייטע זאך.
און דער דרגת החכמה מיט די זיידענע מדות פון יואלי ראטה איז גאר א דריטע זאך.

מאנכע מישען אלץ אויס, טאמער חתונה מאכען ביליג איז גוט, דעמאלס איז יואלי ראטה א פקח מפוקח, און אלץ וואס ער זאגט איז שוין פארוואנדעלט אין דברי פקחות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 21, 2017 4:57 pm#376340
דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:09 am#376470
unnamed.jpg
מוצ"ש יוני 24, 2017 11:54 pm#376720
עס דארף אויסגעשמועסט ווערן אז צו די הוצאות החתונה זענען צוגעקומען די רעקלאמעס אין אלע צייטונגען צו באשרייבן די היסטארישע חתונה.
איי, אפשר איז עס געווען בחינם? וואלט עס נישט געווען די זעלבע נוסח איבעראל, גענוי ווי אינעם גליון היכל הקודש, וואס ברסלבר האט שוין ציטירט אין זיין אשכול.
זונטאג יוני 25, 2017 10:51 am#376743
ההד הזהרו מן הצבועים.
זונטאג יוני 25, 2017 10:58 am#376745
איסר האטלקי האט געשריבן:עס דארף אויסגעשמועסט ווערן אז צו די הוצאות החתונה זענען צוגעקומען די רעקלאמעס אין אלע צייטונגען צו באשרייבן די היסטארישע חתונה.
איי, אפשר איז עס געווען בחינם? וואלט עס נישט געווען די זעלבע נוסח איבעראל, גענוי ווי אינעם גליון היכל הקודש, וואס ברסלבר האט שוין ציטירט אין זיין אשכול.

די צייטונגען נעמען דאס אן בחינם, עס איז נישט בגדר רעקלאמע, נאר בגדר נייעס
זונטאג יוני 25, 2017 2:43 pm#376750
טראכסט אדער דו ווייסט?
איך האב שוין גענוג מאל געשריבן אזוינע רעקלאמעס, נייעס בלע"ז, פאר פריוואטע מוסדות און קהילות. מען שיקט עס אריין פארטיגערהייט צום רעדאקציע, זיי טוישן וואס זיי געפעלט כפי ראות עיניהם און מען באצאלט דערפאר פולער פרייז. אפילו אזעלכע "נייעס" וואס זיי וואלטן געווענליך געלייגט בחינם. אויב ווילסטו עס, דאן באצאלסטו דערפאר.
זונטאג יוני 25, 2017 3:43 pm#376754
פלוצים, איינער טוט אין א נושא וואס יעדער האלט מ'וואלט שוין געדארפט טוהן דערין בעפאר, קומט אפיר מאסיווע קריטיק, סיי אויף זיין אויפטוה, און סיי אויף די מענטש פארזענדליך, פארוואס האט די קריטיק אויף יואל ראטה זעלבסט נישט געקענט געליפטערט ווערן ביז יעצט, ווי איז עס יעצט געווארן מער נוגע, זיין ישיבה איז שוין אפען פאר צעהן יאר, פלוצלינג ער טוט עפעס דארף מען אנהייבן רעדן פון זיין אנדערע חלק אין לעבן. ווי אויך בין נייגעריג, ווי זענען די אלע קריטיקירער ווען יעדע שני וחמישי מאכט א צווייטער וואנע-בי א שמחה פאר פיר הונדערט אלפים,

ס'איז נישט קיין סוד אז אין ס'לעצטע צוויי דריי יאר קומען יעדן טאג אפיר פרישע בילדער פון שמחות ביי פליפערס וואס האבן אקארשט ריקאווערט פונעם 08 קראך, די חברה קענען נישט מאכן שמחות ווי אונז אלע, זיי זענען דאך עפעס ספעציעל, זיי זיצן דאך אויף גרויסע מארגעטשעס וואס גייען איינטאג קראכן, זיי האבן דאך אין בושוויק גרויסע געביידעס וואס שטייען אצינד ליידיג מיט אנהייב פונעם קומענדע קריזיס, אבער א אידישע שמחה קען נישט דורך געלאזט ווערן מיט א פשטות, אין ערגסטן פאל זאל א פארטי פלעננער (וואס וועט דערנאך שיקן די ביל אין אפיס ועוד חזון למועד) איבערציען די זאל מיט תכלת וארגמן, נייע בענקלעך טישן, בלומען חופה געשיר ועוד ועוד, זאל עס קאסטן, מ'קען זיך דאך נישט פארשעמען פאר די אלע פליפערס, ער איז דאך פאריגע וואך געווען באשריבן אין די ריעל-דיעל, און בעסטן פאל איז די רעדע פון דינגן א זאל אין ניו דזשערזי, אהין באסן דעם עולם, זאל עס קאסטן א מעלאנע, ווי זאגט נאר ראפשיצע רב, ווער ס'גלייבט נישט אז ווען מ'מאכט חתונה וכו', איי פון די פאריגע חתונות איז נאך דא חובות, ווי איז די הבטחה פונעם ראפשיצער, אבער א מאמין גלייבט מיט בלינדע אויגן.

האט איינער אמאל פארפירט דערויף? קיינמאל, געב א קוק ווי שיין ס'איז, הערליכע בילדער קורסירן, געב א קוק וואס ער קען, יעדער ווייסט צו שאצן וויפל אזאנס קאסט, העכסטענס לייגט מען צו א נעבעך, איינער וואס פארשטייט קען געבן א קרעכץ, אבער זהו, קיינעם איז עס נישט אנגעגאנגן, איבריג צו זאגן אז אפילו מהאט זיי נישט נאכגעטוהן האט עס געהויבן די סטענדערט ביי עמך אידן, אבער קיין פיפס האט מען נישט געהערט דערוועגן, פלוצים איינער טוט גענוי דאס פארקערטע, און טוט עפעס וואס איז זיכער ריכטיגער, פלוצים, דער עולם איז דא, מ'קריטיקירט. #היפאקריט'ן בתפארתם
זונטאג יוני 25, 2017 4:12 pm#376755
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
@שלום שטיסל
Somebody has got to say these things and it has got to be me!!

Bob Grant

די זעלבע קריטעקירער זאגן סתם אזוי נישט כמעט קיין קאמפלעמענטס נאר ווען מען קריטיקירט הייבט מען אן מיט אז בעצם טוט ער אויף נאר למעשה זעהט מען אז ער איז א ....

Sent from my XT1096 using Tapatalk
זונטאג יוני 25, 2017 7:44 pm#376769
איך מיז זיך אנטשולדיגען פאר ר' יואל פארן אים גראד דן זיין לכף חוב און אים גלייך קריטיקירן, איך האב געהאט געהערט אז די כלה איז נאך זעכצן, האב איך אנגעקוקט די גאנצע זאך ווי א קולט סטייל חתונה, ווי דער מנהיג טיילט איין די חסידים פאר וועם און וויאזוי זיי זאלן חתונה האבן. ביי העלבראנץ תמ"ל אין גואטאמאלא מאכט מען אויך חתונה פיצעלע מיידלעך אין בית מדרש, און דאכט זיך אויך אין יבניאל, און איך האלט נישט אז איינער דא וועט באגריסן הרב בערלאנד פארן זיין דער ערשטער איינצופירן חתונות אין בית המדרש...

למעשה סיי נאכן זעהן דא אז די כלה איז פיל עלטער, און בעיקר נאכן הערן א שמועס פון ר' יואל ווי ער לייגט אראפ ווי שטארק סיי דער חתן און זיי די כלה ברויכן נישט קיין לוקסוס, קוקט מיר אויס אז מען מעג אים יא דן זיין לכף זכות, אמת איך האב א סאך ביי מיר אקעגן ר' יואל בפרט און ברעסלאוו בכלל, אבער דא מיז איך יא מודה זיין אז ער האט געטוהן א גוטע זאך, הגם חתונה מאכן אין א שוהל איז לאו דוקא סוסטעינעבל, דאך אבער דעליווערט עס די מעסעדזש, לאך אויף די וועלט, א מענטש קען חתונה מאכן אן ברויכן טוהן וואס יעדער טוהט, און באווייזן דעם קונץ אז דאס פארפאלק וועט אפילו אזוי האבן שלום בית און ס'וועט זיי גארנישט פעלן.

כה לחי ר' יואל!
מאנטאג יוני 26, 2017 6:04 pm#376865
שמערל האט געשריבן:ביי העלבראנץ תמ"ל אין גואטאמאלא מאכט מען אויך חתונה פיצעלע מיידלעך אין בית מדרש.

כה לחי ר' יואל!


שקר!

לאמיר זען זיי יעצט א גיבור און בעט איבער לב טהור ברבים.
מאנטאג יוני 26, 2017 6:22 pm#376867
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
כ'האב מורא אז יואלי ראטה האט אויף עפעס אן אופן מאניפולעיטעד שמערל אז ער זאל שרייבן זיין תגובה.
מאנטאג יוני 26, 2017 6:39 pm#376868
חכמת שלמה, אויב די מאן וואלט געווען די זעלבע פיצל ווי דאס מייידל וואלט טאקע קיינער נישט פארפירט, פראבלעם איז נאר אז די מאן איז צוויי מאל אזוי אלט ווי די מיידל.
מאנטאג יוני 26, 2017 7:35 pm#376874
חכמת שלמה טענה'ט אז חתונות אין גוטאמאלע קאסטען אויך גארנישט, ווי אויך איז נישטא דארט קיין עגונות ווייל יעדער איז מקדש אדעתא דרבנן, און ווען דער רבי זאגט אויס קדושין איז די קדושין בטל למפרע.
מאנטאג יוני 26, 2017 9:12 pm#376897
קל וחומר האט געשריבן:כ'האב מורא אז יואלי ראטה האט אויף עפעס אן אופן מאניפולעיטעד שמערל אז ער זאל שרייבן זיין תגובה.


יא! ער האט איהם מאניפיולעטעד... פשוט שמערל האט איהם אויסגעהערט און ווער עס הערט איהם אויס זעהט אז ער רעדט דברים של טעם...

גם אני בחלומי בין איך געווען ווי עולם גולם געגלייבט אלע שמועות פון די גאס ביז איך האב געהערט זיינע דרשות און איך האב געזעהן אז ס'איז שוא ושקר
מאנטאג יוני 26, 2017 10:19 pm#376909
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
מיש-נייעס האט געשריבן:
יא! ער האט איהם מאניפיולעטעד... פשוט שמערל האט איהם אויסגעהערט און ווער עס הערט איהם אויס זעהט אז ער רעדט דברים של טעם...

גם אני בחלומי בין איך געווען ווי עולם גולם געגלייבט אלע שמועות פון די גאס ביז איך האב געהערט זיינע דרשות און איך האב געזעהן אז
ס'איז שוא ושקר

ביי מיר איז געוועהן פונקט פארקערט, ווילאנג איך האב נאר געהערט שמועות אין גאס האב איך געהאלטן אז אלעס איז שקר און ער איז באמת א מורא׳דיגע מענטש, אזוי ווי איך האב געהערט צופיל פון זיינע גערעדערייען בין איך געווארן א מתנגד
דינסטאג יוני 27, 2017 4:08 pm#377006
איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?
דינסטאג יוני 27, 2017 4:29 pm#377010
חקרן האט געשריבן:איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

א ברסלב'ר?
הלוואי ירבו כמותו בישראל
מיליאנען דאלארען אידיש געלט און אידיש בלוט וועלן אפגעשוינט ווערן.
דינסטאג יוני 27, 2017 4:57 pm#377019
חקרן האט געשריבן:איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?


ווער
דינסטאג יוני 27, 2017 6:06 pm#377026
הלואי זאל יעדער חתונה מאכן אין ביהמ''ד אבער מיט אביסל כבוד עצמי און א אידישע טעם.
דינסטאג יוני 27, 2017 7:45 pm#377039
חקרן האט געשריבן:איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

יא, האדמו"ר מספינקא 56 האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט אין בית מדרש'ל!!
דינסטאג יוני 27, 2017 11:13 pm#377063
ס'איז באגריסנסווערד. ר' יואל איך גראטוליר דיר!


איך זעה אין דער ארטיקל אין בלאט באשריייבענדיג די היסטארישער חתונה דערמאנען זיי נישט אפי' איין מאל רב ראטה שליט"א, וואס ער האט זיכער געשפילט א הויפט ראלע אין אויספירן אזא אקט.

טאמער האט דער בלאט געשריבן דעם ארטיקל און במכוון אים אויסגעקראסט איז דאס א שאנדע פון דעם שוין אזוי נידריגען צייטונג.
מיטוואך יוני 28, 2017 6:12 pm#377138
המודיעה
זונטאג יולי 02, 2017 11:23 pm#377545
דער מחנך הרב וואזנער צולייגט גוט די ענין פון חתונה מאכן אין שול, די וואך אין די מאמענט
מיטוואך יולי 05, 2017 12:00 pm#377926
אין איין ווארט דאס איז נישט די ישועה ווייל אין ביהמ"ד וועט מען נישט חתונה מאכן
מען ברויך אוועקשטעלן זאלן אויף עכט ביליג די קעסטנבוים פרדסים זענען אויכנישט די ישועה
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 8:52 pm#388279
היינט נאכט קומט פאר די צווייטע חתונה אין בית מדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג..
פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 12:36 am#388302
.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:59 am#412878
דריטע חתונה.
עס קומט אריין די נייעס אז עס קומט א דריטע חתונה אין שוהל ?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:28 am#412881
דאכצעכמער האט געשריבן:עס קומט אריין די נייעס אז עס קומט א דריטע חתונה אין שוהל ?

שוין לאנג געווען א דריטע, עטליכע וואכן צוריק.

אפשר קומט א פערטע.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:06 am#412890
ווער איז געווען די דריטע
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:05 pm#412923
ערב יום טוב האט פאסירט א שידוך צווישען אנ''ש וואס די חתונה וועט ווארשיינליך פארקומען אין היכל הישיבה.
די אבי הכלה האט שוין דארט חתונה געמאכט זייענדיג די ערשטע חתונה פארצוקומען אין די היכל.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:38 pm#412924
דאכצעכמער האט געשריבן:ווער איז געווען די דריטע

דא ווערט באריכטעט וועגן די דריטע חתונה אין בהמ"ד ברסלב אין וויליאמסבורג.
דינסטאג יוני 11, 2019 5:00 pm#431807
געוואלד אין געשריגן!!!!!!!!!!!!!
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים

m https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 9562480645 m
דינסטאג יוני 11, 2019 5:14 pm#431808
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
דאכצעכמער האט געשריבן:געוואלד אין געשריגן!!!!!!!!!!!!!
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים


וויפיל פון דעם האבן זיך שוין גע'גט?
דינסטאג יוני 11, 2019 5:40 pm#431811
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
יהודי פשוט האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:געוואלד אין געשריגן!!!!!!!!!!!!!
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים


וויפיל פון דעם האבן זיך שוין גע'גט?
ג'גט צוליב חתונה האבן אין שול? דו שרייבסט עפעס וואס דו ווייסט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג יוני 11, 2019 5:44 pm#431812
דאכצעכמער האט געשריבן:
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים

https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 9562480645

זייער גוט. חזק ואמץ.
נאה דורש און נאה מקיים.
מיטוואך יוני 12, 2019 4:51 am#431843
יהודי פשוט האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:געוואלד אין געשריגן!!!!!!!!!!!!!
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים


וויפיל פון דעם האבן זיך שוין גע'גט?


האבן זיי געהאט א סמארטפאון?
מיטוואך יוני 12, 2019 5:44 am#431848
איינער מיט קליפס פון די חתונה נעכטן פון די ראש ישיבה? ביטע ארויפלייגן א דאנק
פרייטאג יוני 14, 2019 9:39 am#431967
דאכצעכמער האט געשריבן:https://twitter.com/chizikaday/status/1138855132605624320

https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 5760145408

https://direct.yiddishevinkel.com/archives/56364


Thanks
פרייטאג יוני 14, 2019 2:22 pm#431972
אפאר יאר ארום גייט עס יעדער טוהן