איך אויך האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:ווי אלט זענען די חתן וכלה?
17
די כלה איז נאך זעכצן ר"ל.
אה כ'האב פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אזוי קאוזי און ראוזי ווי מען וויל עס מאכן סאונדן.
סאו ר יואלי הער דיך גוט צו! כ'פארשטיי ביסט א הייסע חסיד פון ר' אליעזר שיק. אבער געדענק אז דא איז נישט מדינת ישראל. דא אז דו ווועסט אינקארעדזשן טשיילד רעיפ און חתונה מאכן בעיבי מיידלעך ביי די 16! וועט די עפ. בי. איי. גאר שנעל קומען קלאפן אויף דיין טיר, ויפה שעה אחת קודם.
שומו שמים ותזדעזי ארץ ארבע מאות פרסאות ווי פאר אביסל 'קיהלשאפט' טוהען נארמאלע ניקס פארשווייגן עכטע טשיילד רעיפ.
טשיילד רעיפ מאן דכר שמיה?
די געזעץ לויטעט בסך הכל אז אונטער א געוויסע יארגאנג קען מען נישט באקומען קיין מערידזש לייסענס אבער לפי מיטב ידיעתי מעגן אנדערעידזש חברה לעבן צוזאמען און טון וואס זיי ווילן אינקלאדינג באט נאט לימיטעד טא שפילן הויז אדער אפילו דאקטאר.
אלנפאלס די עידזש פונעם פארפאלק איז א זייטיגע נושא, דא איז געטון געווארן א גאר פאזיטיווע שריט און יעדע זאך פון דאס גלייכן וועלכע שניידט אומנויטיגע חתונה הוצאות איז ווערט צו באגריסן ומהם ילמדו וכן יעשו.
אשריכם הערשי וזוגתו מלכה הינדא, אייערע עלטערן און ראש ישיבה הרה"צ ר' יואל פארן זיין די נחשונים און האפנטליך וועלן אסאך אנדערע אייך נאכמאכן, זאלט איר האבן א פרייליך לעבן מיט אבאנטש קעש.
ווי עס וואונטשט ידידכם הק' שושן בלאאמו"ר מפורים זי"ע