מוצ"ש יולי 22, 2017 11:56 pm#379905
עס איז דא א קהילה וואס איז פארמישט אין די אלף בלק אסיפה וואס פאר זיי איז אסאך אויסגעקומען צו האבן מיט רבי אליקים.
diff האט געשריבן:מהאלט איין ברענגען נאך נעמען. וועם גייט אן וואס זיי אלע האלטן
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר פארמאכט מען דעם אשכול?
ימים ידברו האט געשריבן:גאנצעל טייערער! זלמן לייב פילאף איז נאך אזא שיינע ת"ח אז די מעגסט רעדען מיט דרך ארץ! און זאגען רבי זלמן לייב!
וואס הגאון רבי געציל האלט ווייסט יעדער באמת ער קען נעבאך נישט זאגען יעדר ווייסט וויפיל שעה ער האט פראבירט אויף זיין אדמור ארויסצוגיין פון זיין שגעון הגדלות יא קומען צו בארקלעי! דעס וואס ער זיצט דארט נאכן זעהן קלאר ווער ער איז פון וואס ער איז יונק זיינע מיינוג מאכט זאגען אז רבי געציל מיט זיין תורה ויראה איז א רחמנות פארשטייסט שוין איינס פלאס איינס
שקר בתוך השקרים של הסוקרוקים במילתא דעבודא לגלי', לא דובים ולא יערימים ידברו האט געשריבן:וואס הגאון רבי געציל האלט ווייסט יעדער באמת ער קען נעבאך נישט זאגען יעדר ווייסט וויפיל שעה ער האט פראבירט אויף זיין אדמור ארויסצוגיין פון זיין שגעון הגדלות יא קומען צו בארקלעי!
ימים ידברו האט געשריבן:גאנצעל ! ביסט גערכט הינדרעט פראצענט! דעם וואס רבי אליקים שליט"א האט געטון אין ווילנא איז טאקע געווען א שאנדע! און מ'דארף דערויף לוחם זיין, וכן דאס וואס ער האט מחזק געווען הר' אברהם סלונים ביי די ביטערע גלאוועטצינץ פרשה, וואס איז געווען מיט די ציל לוחם צו זיין נגד דעת תורה פון דער גאב"ד ובית דינו שליט"א, האט מען געדארף'ט לוחם זיין אקעגין,
הגם רבי אליקים איז א איד א תלמיד חכם פון דור הקדום, דארט ווי ער איז קעגין די בית דין הגדול, אדער ווי ער איז לוחם אקעגין הגאון רבי דוד שמידעל ביי קברים, וואס איז הלכה כמותו, ווי עס האט אים פאטרויעט החזון איש הבריסקר רב רבינו הק' מסאטמאר זכותם הגדול יעמוד לנו, וזכה דורינו צו אזא איד, הגר"ד שמידעל שליט"א א שליח פון זיי, איז "אין הלכה ווי רבי אליקים" ואין הלכה ווי דער ראב"ד "ואכמ"ל, ואין הלכה כשפרן, ואפי' זיי זענען תלמידי חכמים גדולים אבער אין הלכה כמותם וכו',
יעצט אז ער איז לוחם צוזאמען מיט די בית דין ומנהיגי ישראל האמתיים, ברענגט מען זיין בריעף און מ'האט הנאה צו זעהן דעם כל זמן שמזקינים דעתם מתיישבת, און מ'האפט אויף א פילע חרטה לגבי קברי קדמונים,
גראדע רבי אליקים האט פיל מאל צורקיגעדרייט זיין זייגער, סיי ווען ער האט געהאט צו טוען מיט הגה"צ הרב סעגאל זצ"ל כידוע ליודעים הרב אליקים האט אים איבערגעבעטן כהלכה! ומודים דרבנן היינו שבחייהו!
רבי אליקים האט לוחם געווען אקעגין די פאבליק סקול אין קרית יואל טראץ זיין דעמאלטיגע בלינדע ידידות מיט מהר"א האט ער געזאגט וואס איז יא ריכטיג, און וואס נישט!
ער לעבט ב"ה, איז צו האפען אז ער וועט האפענטליך איינזעהן זיין טעות לגבי קברי קדמונים, וועט ער בעזרת השי"ת מודה זיין! ואל תהרהר אחריו בלילה!
אבער די ווייטוג איז אקעגין די וואס קענען נישט טוען ריכטיג גייען מיט די שפאן פון פארטיי בלינד אן קיין שכל!
ווי הגר"מ שטרנבוך וואס איז א גרויסער גאון, אבער די בלינדקייט צו זיין פארטיי איז ליידער נורא! אדער השוח.. יעוור עיני חכמים מיינט מען פיל גרעסערע חכמים ווי אים, והשי"ת ירחם על גדול כמותו!
אדער א רב ווי הגאון בעל אגלי דבש שליט"א וואס זעהט נעבאך די בראך! און ער ווייסט זייער גיט! אבער נעבאך אויף א אזא תלמיד חכם א תלמיד וותיק מרביה"ק ירחם ד' עליהם במהרה בימינו,