Under maintenance
הויפט זייט » די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11619
מיטוואך יולי 05, 2017 5:32 pm#377979
די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
עס זענען געווען אסאך גוטע שטיקלעך אין די אסיפה, עס איז כדאי צו ברענגען די הויכפונטן פון די אסיפה. איך הויב אן, און ווער עס קען, זאל מוסיף זיין:

ר' אהרן - איך קען דעם איד (עמרם טייטלבוים שנכח במקום), קיין איין ווארט קענט איר נישט גלויבן וואס ער זאגט, איך גלייב אים נישט קיין איין ווארט.
א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען...
ר' אהרן - איך האב משפחה פארבינדונגען מיט רבנים אין ארץ-ישראל - איר ווייסט... איך קען אריבערפארן און רעדן מיט זיי...
פאפא רב - מען דארף זאגן דרשות פאר די ליטווישע בחורים און זיי אויפקלערן.
ר' אהרן - פאפא רב זאגט זייער קלוג... אויב עס וועט זיין א הזמנה פון פאנאוויטש אדער גור, וועט פאפא רב אהינגיין רעדן. איך קען פאפא רב און איך גלייב אז ער וועט זיין גרייט אריבערצוגיין רעדן דארט, אויב מען וועט אים רופן. נישט אזוי פאפא רב?
ר' אהרן - עס איז געווען א בריוו וואס האט זיך ארומגעדרייט צווישן די רבי'ס אין ארץ-ישראל - ר' עמרם איר ווייסט אויך דערפון...
עמרם טייטלבוים - ניין איך ווייס נישט, איך ווייס נישט - אז מען רעדט אין מיין נאמען מוז איך זאגן אז איך ווייס נישט, איך מוז מוחה זיין.
ר' אהרן - איך וואלט ערוואטעט אז מען זאל אריבעררופן אהער איינע פון די אנדערע זייט, זאל זאגן זיין זייט.
אחד מעסקני ירושלים - עס איז דא עדות אז מען האט גערופן מאיר פרוש, נאר ער האט נישט געוואלט שטיין פנים אל פנים...
ר' אהרן - ר' עמרם, איר קענט ארויסלייגן פאשקאווילן אויף מיר וויפיל איר ווילט... איר הערט? - אז איך קום קיין ארץ-ישראל, גיב איך אייך רשות ארויסצולייגן וויפיל פאשקעווילן איר ווילט.

נאך איינער האט פנינים יקרים פון יענע אסיפה?
מיטוואך יולי 05, 2017 5:36 pm#377980
די קליפס זענען דעלישעס איינס בעסער פון צווייטן, אוי איז דאס גוט
מיטוואך יולי 05, 2017 5:44 pm#377982
ר' חיים לייביש ראטענבערג מפארשעי - ווען סאטמאר רב האט געשריבן דעם ויואל משה, האט ער גענומען הסכמות פון אגודיסט'שע רבנים? - ר' אהרן ענטפערט אים אז ניין.
ר' אהרן שרייט אויף איינעם "שווייג".
מיטוואך יולי 05, 2017 5:55 pm#377985
מן הסתם איז די פאנטש פוינט אז מער רופט מען שוין נישט ר' אהרן צו א אסיפה...
מיטוואך יולי 05, 2017 6:02 pm#377989
חקרן האט געשריבן:ר' חיים לייביש ראטענבערג מפארשעי - ווען סאטמאר רב האט געשריבן דעם ויואל משה, האט ער גענומען הסכמות פון אגודיסט'שע רבנים? - ר' אהרן ענטפערט אים אז ניין.
ר' אהרן שרייט אויף איינעם "שווייג".
קנאק-יענקל האט געשריבן:
לא דובים ולא יער.
נישטא קיין שווייג, און נישטא קיין כאב געזאגט שווייג.

נאכן הערן די גאנצע רעקארדירונג הערט מען גוט אז דאס איז פשוט ארויסגענומען א האלבן סענטענס.

ר' אהרן האלט אינמיטן בלעימען די וואס נעמען געלט פון די רעגירונג, וואס צוליב געלט חשבונות שווייגט מען.
זאגט ער דארט אזוי (העתק):
"דער אמת איז, אז ווייל זיי נעמען געלט, שווייגט מען - - -
דא האקט דער פארשעי'ער רב אריין: "איך וויל זאגן א מעשה וואס כ'האב אליין - - -
זאגט אים ר' אהרן (גאנץ קלאסיש): "איין מינוט, אנטשולדיג מיר".
און איז ווייטער ממשיך מיט זיין טענה אויף די געלט נעמער, בזה"ל: "און מ'שווייגט, און מ'שווייגט, אזוי איז דאס מציאות".

יעצט שטעל צוזאם דעם גאנצן סענטענס, זאגט ער א התחלה מיט א סוף:
"דער אמת איז, אז ווייל זיי נעמען געלט, שווייגט מען, און מ'שווייגט, און מ'שווייגט, אזוי איז דאס מציאות"..

ער האט 'דא' נישט באוואשן קיינעם.
אויב איז דא איינער "נישט קלאסיש" (קרעדיט: קפה ננס), איז עס דער אריינהאקער (מגדולי ישראל החדשים לבית ראטענבערג).
מיטוואך יולי 05, 2017 6:02 pm#377990
אינטערסאנט צו מערקן וואס א באטייליגטער האט מיר פארציילט, אז מ'האט נישט אויסגעזאגט פאר די רבנים ווער ס'גייט רעדן (ס'הייסט אז עמרם טייטלבוים איז זיך געקומען פארשטעלן פאר ר' מלכיאל קאטלער אלס גרויסען עסקן אין ידען קעגן גיוס אין ר''מ האט ניטעמאל געוויסט ווער ער איז פין פריער) אין מהר''א האט ניטעמאל געוויסט אנפאנג אז דער וואס רעדט איז דער מלך הסוקרוקים, די רבנים האבען אויסגעהערט זיין דרשה אין ווען מהר''א האט אים געפרעגט מקורות אדער דעטאלען האט ער זיך ארויסגעדרייט אין געזאגט אז ער וועט שפעטער ענטפרן, אין מהר''א האט תיכף געזעהן אז ער רעדט שקרים מיט אגענדעס, אינצווישן האט מהר''א געכאפט אז ער איז דער ע''ט וואס האט געווארפען שטינק באמבעס אין פאשקעווילן אין טעראזירט די ראב''ד, דשינסקיא רבי, תו''א רבי, ר''נ קופשטיץ אא''וו האט ער געפילט פארשעמט אז פין אזא מענטשן האט מען דא גובה עדות געווען, אין נאך לענגערע צייט האט מהר''א אים אריינגעהאקט, אויפן וועג ארויס ווען עמרם טייטלבוים איז צוגעגאנען צו מהר''א אים פארצוהאלטן פארוואס מ'קען אים נישט גלייבן האט אים מהר''א געזאגט שטארק פארגעהאלטן פאר זיין חרבנות וואס ער זייעט אין מאכט חרוב אזויפיל הייליגע מערכות
מיטוואך יולי 05, 2017 6:04 pm#377992
עמעזאן האט געשריבן:מן הסתם איז די פאנטש פוינט אז מער רופט מען שוין נישט ר' אהרן צו א אסיפה...

די באנטש פוינט איז אז די נעץ איז געלונגען און זיי גייען עס טרייען נאכאמאל און נאכאמאל,
עס איז געווען אנגעפירט דורך די מארגני הכינוס און פינקטלעך אויסגערעכנט וועם יא צו רופען און וועם נישט צו רופען, נאר רבנים וואס זענען אדער צירוק געצויגן און איידל אדער וואס האלטען פונעם פל"ג ירושלמי. עמרם ט"ב איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל מיט א פונקטליכע פלאן און עס איז זיי געלונגען, די ריפארטערס זענען געווען פאר א סיבה, די ריקארדונגס זענען געווען גוט געשטיקעלט אלעס קלאפט,
יא מהר"א האט נישט געאכפט אז מען נאערט אים דא אריין אין נעץ ער איז געווען געכאפט אין שאק,
מיטוואך יולי 05, 2017 6:21 pm#377997
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:מן הסתם איז די פאנטש פוינט אז מער רופט מען שוין נישט ר' אהרן צו א אסיפה...

די באנטש פוינט איז אז די נעץ איז געלונגען און זיי גייען עס טרייען נאכאמאל און נאכאמאל,

עמרם ט"ב איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל מיט א פונקטליכע פלאן און עס איז זיי געלונגען,

בלאף
עמרם איז געקומען פאר גאר א אנדערע מישען, ער איז בסוד געקומען צו ערשיינען ביי א כינוס פון פרוש מיט די ליטווישע, פרוש האט געהויבן פוס נאכן הערן וועלכע חברה עס ווארטן אים אפ דארט,
מען האט אין וויסטן חלום נישט געטראכט אז עמרם קומט פאר א פארמעסט מיט מהר"א.
מיטוואך יולי 05, 2017 6:26 pm#377998
פאנטש פוינט, די 8 סיבות וואס מהר"א זאגט ביים כינוס
1
די חברי כנסת המינים זענען אין אלעמען שילדיג
2
שילדיג אין אלעם איז רבי שמואל אויערבאך ווייל ער לאזט נישט גיין פאר התייצבות ווען נישט אים וואלטען אלע דגל התורה/ש"ס/אגודת ישראל פארפירט קעגן די הארבקייט פון גיין אין מיליטער, א דאנק רבי שמואל פארשווייגט מען עס.
3
די רבי'ס ווייסן אלעס נאר זיי האלטן נישט ביים גארנישט זאגן.
4
אין אמעריקא קען מען גארנישט העלפן די ארץ ישראלדיגע
5
די ראשי ישיבות און רבי'ס אין ארץ ישראל דארף מען איבערצייגן די אמת
7
שיקן א קאמיטע צו מאכן א מהפיכה ביי די וואס האלטן נישט ביים זאגן וועגן גיוס
8
די אלע רבי'ס האבן שוין געשריבן א בריוו וווי זיי זענען מסכים צו תיקון חק הגיוס פון די פארטייען.
מיטוואך יולי 05, 2017 6:37 pm#378001
"א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען..." דער ראש ישיבה איז הרב דוד שוסטל שליט"א

לדעתי האט רבי אהרן באזיגט אלע די פלג-סקריקין. ער האט די זעלבע משיכה ווי פרעזידענט טראמפ. ער רעדט באופן פשוט מאד און זייער ארויסגעזאגט. איך בין ווייט פון זיין א חסיד זיינער, אבער קבל האמת ממי שאמרו.

ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

הכי קשה איז די דורוכזיכטיקייט פון יעדעם'ס נגיעות.
1. רבי אברהם יהושע כאטש אז ער איז 100% גערעכט, איז ליידער נגוע מיט א פרעזענליכע שנאה קעגען אנשי הרב שך (ר' שמואל אויערבאך וכו') ווער האבן חרוב געמאכט זיין טאטע.
2. רבי אהרן איז כמובן נגוע מיט שנאת אחים.
3. רבי מלכיאל איז נאמן צו אנשי הרב שך שעמדו לימינו בעת צרת ביתו.
4. איך ווייס נישט פארוואס רבי אהרן שכטר און רבי אליהו בער האבען זיך געשטעלט ליד פלג.
מיטוואך יולי 05, 2017 6:41 pm#378002
ווען דו מיינסט אז דער נגיעה פון ר' מלכיאל איז צוליעב זיין ערשטע ווייב, ביסטו אין ארץ הדמיון. ער האט א היינטיגע פראקטישע נגיעה אין דער ענין, וואס האט גארנישט מיט זיין אשת נעורים. ער וויל איינמאל פאר אלעמאל זיך אפשאקעלען פון זיין מוזען זיין אונטערטעניגט אונטער בני ברק. יעדעס מאל מ'לויפט פון לעיקוואוד קיין בני ברק קעגען איהם, פארלירט ער. איין מאל פאר אלע מאל וויל ער זיך אפשאקעלען פון זיי. אז מ'זאגט איהם היינט 'הרב שטיינמן האט געזאגט', האט ער שוין דער תירוץ 'איך בין פון יענער זייט'. זאל גאנץ ארץ ישראל גייען אין מיליטער צוליעב זיין אומ'אחריות'דיגע שריטען, אבער ער האט זיך מציל געווען.
מיטוואך יולי 05, 2017 6:43 pm#378003
דער שווייג ווידיאו און רעקארדינג איז קלאר פאלש, עס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי באזונדערע פעלער. ר' אהרן האט געענטפערט פאר איינעם שווייג. מען האט צוזאמגעשעלט א ווידיאו עס זאל אויסקוקן ווי ער זאגט אז די רבנים אין ארץ ישראל שווייגן. ער האט יא געזאגט פאר איינעם שווייג!!
מיטוואך יולי 05, 2017 6:49 pm#378005
איש את רעהו האט געשריבן: 2
שילדיג אין אלעם איז רבי שמואל אויערבאך ווייל ער לאזט נישט גיין פאר התייצבות ווען נישט אים וואלטען אלע דגל התורה/ש"ס/אגודת ישראל פארפירט קעגן די הארבקייט פון גיין אין מיליטער, א דאנק רבי שמואל פארשווייגט מען עס.

ווער זאגט דאס. דו
מיטוואך יולי 05, 2017 6:51 pm#378006
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
חקרן האט געשריבן:ר' חיים לייביש ראטענבערג מפארשעי - ווען סאטמאר רב האט געשריבן דעם ויואל משה, האט ער גענומען הסכמות פון אגודיסט'שע רבנים? - ר' אהרן ענטפערט אים אז ניין.
ר' אהרן שרייט אויף איינעם "שווייג".

דאס איז נישט ר׳ חיים לייבוש ראטענבערג נאר זיין ברודער ר׳ מאיר יהוסף דער קאסאנ׳ער רבי פון בפ
מיטוואך יולי 05, 2017 7:01 pm#378007
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:"א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען..." דער ראש ישיבה איז הרב דוד שוסטל שליט"א

לדעתי האט רבי אהרן באזיגט אלע די פלג-סקריקין. ער האט די זעלבע משיכה ווי פרעזידענט טראמפ. ער רעדט באופן פשוט מאד און זייער ארויסגעזאגט. איך בין ווייט פון זיין א חסיד זיינער, אבער קבל האמת ממי שאמרו.

ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

הכי קשה איז די דורוכזיכטיקייט פון יעדעם'ס נגיעות.
1. רבי אברהם יהושע כאטש אז ער איז 100%, איז ליידער נגוע מיט א פרעזענליכע שנאה קעגען אנשי הרב שך (ר' שמואל אויערבאך וכו') ווער האבן חרוב געמאכט זיין טאטע.
2. רבי אהרן איז כמובן נגוע מיט שנאת אחים.
3. רבי מלכיאל איז נאמן צו אנשי הרב שך שעמדו לימינו בעת צרת ביתו.
4. איך ווייס נישט פארוואס רבי אהרן שכטר און רבי אליהו בער האבען זיך געשטעלט ליד פלג.

הער בעסער אויס, מהר''א זאגט נישט אז ס'נישטו קיין גזירה, ער זאגט נאר אז די וועג וויאזוי די ווילסט עס אפשטעלן גייסטו אן קין מהלך
מיטוואך יולי 05, 2017 7:11 pm#378010
איש את רעהו האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:מן הסתם איז די פאנטש פוינט אז מער רופט מען שוין נישט ר' אהרן צו א אסיפה...

די באנטש פוינט איז אז די נעץ איז געלונגען און זיי גייען עס טרייען נאכאמאל און נאכאמאל,

עמרם ט"ב איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל מיט א פונקטליכע פלאן און עס איז זיי געלונגען,

בלאף
עמרם איז געקומען פאר גאר א אנדערע מישען, ער איז בסוד געקומען צו ערשיינען ביי א כינוס פון פרוש מיט די ליטווישע, פרוש האט געהויבן פוס נאכן הערן וועלכע חברה עס ווארטן אים אפ דארט,
מען האט אין וויסטן חלום נישט געטראכט אז עמרם קומט פאר א פארמעסט מיט מהר"א.

בלאף, פרוש האט נישט קיין פראבלעם מיט עמרם ט''ב מער ווי א צווייטן אנטי גיוס אנהענגער, עמרם'ס געווער איז נישט זיין צינגעל, זיין געווער איז שטינק באמבעס, פאשקעווילן, נאכשרייען אא''וו
מיטוואך יולי 05, 2017 7:17 pm#378011
signout האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:"א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען..." דער ראש ישיבה איז הרב דוד שוסטל שליט"א

לדעתי האט רבי אהרן באזיגט אלע די פלג-סקריקין. ער האט די זעלבע משיכה ווי פרעזידענט טראמפ. ער רעדט באופן פשוט מאד און זייער ארויסגעזאגט. איך בין ווייט פון זיין א חסיד זיינער, אבער קבל האמת ממי שאמרו.

ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

הכי קשה איז די דורוכזיכטיקייט פון יעדעם'ס נגיעות.
1. רבי אברהם יהושע כאטש אז ער איז 100%, איז ליידער נגוע מיט א פרעזענליכע שנאה קעגען אנשי הרב שך (ר' שמואל אויערבאך וכו') ווער האבן חרוב געמאכט זיין טאטע.
2. רבי אהרן איז כמובן נגוע מיט שנאת אחים.
3. רבי מלכיאל איז נאמן צו אנשי הרב שך שעמדו לימינו בעת צרת ביתו.
4. איך ווייס נישט פארוואס רבי אהרן שכטר און רבי אליהו בער האבען זיך געשטעלט ליד פלג.

הער בעסער אויס, מהר''א זאגט נישט אז ס'נישטו קיין גזירה, ער זאגט נאר אז די וועג וויאזוי די ווילסט עס אפשטעלן גייסטו אן קין מהלך

עס איז מיר נישט אינטערסאנט אים גוט אויסצוהערען. די עיקר איז אז ער האט זיך אנגערופען אז די אנדערע זענען א באנדע בלאפערס.
דרך אגב, זיין satire וועגען די טלפון קאלל צווישען טרמפ און די ארץ ישראלדיגע פרימיער ווייזט קלאר אז ער האלט (אזוי ווי די אמת איז) אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום גזירה.
מיטוואך יולי 05, 2017 7:22 pm#378013
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:עס איז מיר נישט אינטערסאנט אים גוט אויסצוהערען. די עיקר איז אז ער האט זיך אנגערופען אז די אנדערע זענען א באנדע בלאפערס.
דרך אגב, זיין satire וועגען די טלפון קאלל צווישען טרמפ און די ארץ ישראלדיגע פרימיער ווייזט קלאר אז ער האלט (אזוי ווי די אמת איז) אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום גזירה.

הדא הוא דכתיב אז פאר א נער ווייסט מען נישט קיין האלבע ארבעט, זעהט אויס די האסט נאר געקוקט דעם קליפ פון א מינוט מיט אפאר סעקונדעס, ר׳ אהרן ברענגט נישט ארויס אז ס׳איז נישט דא קיין גזירה, פארקערט ער ברענגט ארויס אז אפילו עס איז דא א גזירה אבער די רבנים אין ארץ ישראל ווילן עס נישט מודה זיין, מיט׳ן טענה אז אזויפיל בחורים זענען נאך יא לומדי תורה וכו׳
מיטוואך יולי 05, 2017 7:29 pm#378015
יהודי פשוט האט געשריבן:

פארוואס באשייגעצט ער אזוי ר' עמרם ט''ב??

וזה לשון מרגליות: איך גלייב עם נישט קיין איין ווארט! סדא אין ירושלים א גרופע וואס הייסט סיקריקים! זיי דרייען איבער די גאנצע שטאט! איך גלייב נישט דער איד קיין איין ווארט! ווער עס קען ירושלים ווייסט פון וואס איך רעדט... עס איז דא אן הכחשה וואס זאגט פונקט פארקערט... פון ראשי ישיבות זיי זאגן אלעס איז בסדר גמור... ער! אז אלעס איז בסדר גמור! עס האט זיך געדרייט א בריוו פון די רבי'ס אויך... ר' עמרם ווייסט דערפון... ער ר' עמרם ווייסט... ער ווייסט יא!!
עד כאן לשונו הזהב...

ער זאגט קלאר אז ער גלייבט נישט די סיקריקים ( ליין: די וואס זאגן אז עס איז דא א גזירה ) און אז די ראשי ישיבות ואדמורים זאגן אז אלעס איז אין ארדענונג.
מיטוואך יולי 05, 2017 7:31 pm#378016

יעדע מאל איינער ברענגט ארויס די הארבקייט פון די גזירה לייקענט ער עס אפ. ער שרייט אז גיוס איז אסור אבער מען צווינגט קיינעם נישט לע"ע, און קיין ציידים זענען אויך נישט דא. ער לייקנט די גזירה מיסודו.
מיטוואך יולי 05, 2017 7:33 pm#378017
עמעזאן האט געשריבן:

נישט יעדער וואס זאגט אז ס'איז דא א גזירה איז א סקריק, אבער דער איז יא, לפי דעתו. לויט וואס מ'זאגט אויף איהם איז ער נישט קיין פרישער אין דער ביזנעס. ער האט שוין געטוהן אין אנדערע מערכות. דער ליטווישער וואס רעדט דארט איז אויך אן אלטע ביזנעסמאן.
מיטוואך יולי 05, 2017 7:50 pm#378023
עמעזאן האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:עס איז מיר נישט אינטערסאנט אים גוט אויסצוהערען. די עיקר איז אז ער האט זיך אנגערופען אז די אנדערע זענען א באנדע בלאפערס.
דרך אגב, זיין satire וועגען די טלפון קאלל צווישען טרמפ און די ארץ ישראלדיגע פרימיער ווייזט קלאר אז ער האלט (אזוי ווי די אמת איז) אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום גזירה.

הדא הוא דכתיב אז פאר א נער ווייסט מען נישט קיין האלבע ארבעט, זעהט אויס די האסט נאר געקוקט דעם קליפ פון א מינוט מיט אפאר סעקונדעס, ר׳ אהרן ברענגט נישט ארויס אז ס׳איז נישט דא קיין גזירה, פארקערט ער ברענגט ארויס אז אפילו עס איז דא א גזירה אבער די רבנים אין ארץ ישראל ווילן עס נישט מודה זיין, מיט׳ן טענה אז אזויפיל בחורים זענען נאך יא לומדי תורה וכו׳

פארוואס באשייגעצט ער אזוי ר' עמרם ט''ב??

וזה לשון מרגליות: איך גלייב עם נישט קיין איין ווארט! סדא אין ירושלים א גרופע וואס הייסט סיקריקים! זיי דרייען איבער די גאנצע שטאט! איך גלייב נישט דער איד קיין איין ווארט! ווער עס קען ירושלים ווייסט פון וואס איך רעדט... עס איז דא אן הכחשה וואס זאגט פונקט פארקערט... פון ראשי ישיבות זיי זאגן אלעס איז בסדר גמור... ער! אז אלעס איז בסדר גמור! עס האט זיך געדרייט א בריוו פון די רבי'ס אויך... ר' עמרם ווייסט דערפון... ער ר' עמרם ווייסט... ער ווייסט יא!!
עד כאן לשונו הזהב...

ער זאגט קלאר אז ער גלייבט נישט די סיקריקים ( ליין: די וואס זאגן אז עס איז דא א גזירה ) און אז די ראשי ישיבות ואדמורים זאגן אז אלעס איז אין ארדענונג.

די פרעגסט פארוואס ער ב'שגצ'ט אזוי עמרם ט''ב, פרעג דיך נאך אין א''י ווער ער איז נאכדעם קוק אפילו די פרייע פרעסע ווער ער איז וועסטו זעהן פארוואס ר' מלכיאל האט געדארפט רופן מהר''א זיך אנטשולדיגן פארן אים רופן, מהר''א שרייט אז ער איז א שקרן מיט דעם וואס ער זאגט אז די א''י ר''י האלטן שוין אז ס'דא א פראבלעם אויף דעם שרייט ער אז זיי שרייען אז אלעס איז בסדר גמור
מיטוואך יולי 05, 2017 7:51 pm#378024
איסר האטלקי האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:עס איז מיר נישט אינטערסאנט אים גוט אויסצוהערען. די עיקר איז אז ער האט זיך אנגערופען אז די אנדערע זענען א באנדע בלאפערס.
דרך אגב, זיין satire וועגען די טלפון קאלל צווישען טרמפ און די ארץ ישראלדיגע פרימיער ווייזט קלאר אז ער האלט (אזוי ווי די אמת איז) אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום גזירה.

הדא הוא דכתיב אז פאר א נער ווייסט מען נישט קיין האלבע ארבעט, זעהט אויס די האסט נאר געקוקט דעם קליפ פון א מינוט מיט אפאר סעקונדעס, ר׳ אהרן ברענגט נישט ארויס אז ס׳איז נישט דא קיין גזירה, פארקערט ער ברענגט ארויס אז אפילו עס איז דא א גזירה אבער די רבנים אין ארץ ישראל ווילן עס נישט מודה זיין, מיט׳ן טענה אז אזויפיל בחורים זענען נאך יא לומדי תורה וכו׳

יעדע מאל איינער ברענגט ארויס די הארבקייט פון די גזירה לייקענט ער עס אפ. ער שרייט אז גיוס איז אסור אבער מען צווינגט קיינעם נישט לע"ע, און קיין ציידים זענען אויך נישט דא. ער לייקנט די גזירה מיסודו.

קוק נישט נאר די געשטיקעלטע קליפס וואס דיין צד האט ארויסגעבן, פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט, הער אויס די גאנצע אסיפה, מ'קען נישט משקר זיין במילתא דעבודא לגלי'
מיטוואך יולי 05, 2017 7:52 pm#378025
פארוואס מען האט געדארפט רופן מהר"א איבערבעטן? פארן אים צונאר לייגן לעיני כל.

די ראשי ישיבות שרייען טאקע אז אלעס איז בסדר! קוק אויף זייערע בריוון וואס מען האט געשיקט פאר די רבנים.
מיטוואך יולי 05, 2017 7:54 pm#378026
איסר האטלקי האט געשריבן:פארוואס מען האט געדארפט רופן מהר"א איבערבעטן? פארן אים צונאר לייגן לעיני כל.

די ראשי ישיבות שרייען טאקע אז אלעס איז בסדר! קוק אויף זייערע בריוון וואס מען האט געשיקט פאר די רבנים.

אז ר''ש אויבערבאך רופט מהרז''ל צו אן אסיפת הרבנים אין ער שטעלט אויף צימערמאן אדער י' בראך רעדן האט ער געמאכט ליצנות פין אים? עמרם ט''ב איז אסאך ערגער ווי צימערמאן, ר' מלכיאל האט קלאר געזאגט פאר מהר''א אז ער האט נישט געוויסט זיין היסטארי
זונטאג יולי 16, 2017 12:34 pm#379164
איש את רעהו האט געשריבן:עקסטענשאן 1-2 אויף 718-362-8800

ס'אומגלויבליך אז די דיסקאשענס קומען ווירקליך פאר צווישן 2 וואס דארפן זיין ווארטזאגערס פאר טויזענטער אידן וואס לערנען תורת מרן האדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל.
זונטאג יולי 16, 2017 12:54 pm#379166
ניש לאנג צירוק האבן די סיקרוקין אנגעגריפן משפחת פרוש. סמקוים געווארן מגלגלין חובה ע"י חייב. ביים איינזעצן האטמען געכאפט פאלשע פטורים. און סגווארן סאך שווערע צובאקומען א פטור. הערטמען אז יעצט האבן זיי געטשעפעט סרה"ע ירושלים
זונטאג יולי 16, 2017 1:04 pm#379167
הקוזק הנגזל, זיי גרייפון אן. און פארלאנגען נאך שמוע בין אחיכם
זונטאג יולי 16, 2017 10:31 pm#379205
איש את רעהו האט געשריבן:
אלגעמיין האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:@ @

@אלגעמיין איר רעדט מיט סבלנות, אדרבה ברענגט ווי ערגעץ מען האט צום סאטמארען רבי'ן במשך ימי חיותו געברענגט אינפא אז אינעם כנסת טוט מען אויף דורכן זיצען ע"י איסורים חמורים לטובת ישראל און דער געדאנק זאל אקצעפטירט ווערן, ווידעראום די וואס טוען יא איבער די גזירה איז מען מיט שפאט און געלעכטער פארנימען זיי צו פארדאמען,
אדרבה ברענגט עס פון די היסטאריע מימי חיותו בשנות תש"ח-תשל"ט.

וועל איך דיר צוגעבן וויאזוי עס איז געווען "בשנות תש"ח-תשל"ט", מעגליך אז די ווייסט,
בשנת כ"ז איז אויך אויפגעשטאנען אזעלכע בקרב הקהילה וואס האבן גענומען די תורת קנאות אין די האנט אריין אן קיין מנהיג\דע"ת,
ס'איז געווען פון די גאר שווערע תקופות, האט מרן ז"ל זיי מזכיר געווען ביי די פתיחה דרשה פ' בחוקותי, אדרבה זיך דאס אפיר צו לערנען פון אינעווייניג,
אכ"פ ער ברענגט ארויס זייערע שמוציגע מעשים מיט וואס זיי ברענגן אינטער די מלחמת קודש און זאגט דאכט זיך בזה"ל: אויב וועלן זיי דאס נישט ענדיגן...אקום את נקמתי, הערסט ווערטער?!

@אלגעמיין, איין תורה האלט מען כסדר און איין חזר'ן ווי די כת השחורים זענען ביי מרן מ'סאטמאר געווען אפגעפרעגט, די נשא תורה, וואס די מהרא'ס זעהנדיג אין א שווערע ספאט שמירט מען עס אויף וועם זיי האבן באשלאסן עס שטייט זיי יעצט אין וועג
איר האט אבער א טעות ווייל אין וועג שטייט יעצט די פאקט אז אין א שמועס פון מהר"א מיט זיין נאנטע מענטש הערט מען זייער קלאר ווי מען רעדט מיט צופרידענהייט "אז די וואס זיצן אין כנסת זענען מבטל אלץ וואס עס איז אויפן טיש קעגן אידן"
די ווערטער הערט מען דארט זייער קלאר, א חוץ אז איר ווילט שפילן בת היענה, דאס לאכן פון אידן וואס זענען לוחם נגד הגזירות הערט מען אויך זייער קלאר דארט, און ביים זינטיג אסיפה בלק האט זיך אויך קלאר געהערט אז אויף די משלחים צום כנסת דארף מען זיין מקיים שמוע בין אחיכם און זיי אויסהערן אראפפארן לדון בדבריהם, אבער די וואס מען האט מבזה געווען דארט באופן מחפיר, איז נישט פארהאן קיין שמוע וכו'
אויב זענט איר שטארק פארקאכט נאכצוזאגן די ווערטער פון מרן מ'סאטמאר קעגן דיי וואס האבן געטון ווילדע זאכן צו שטיין לטובת די אראבער, קוקט נאך א מורא'דיגע תורה אין די שמות באנד דף צ"ג איבער די סוף ווי עס קומען אהן געוויסע מענטשן וואס ווערן גאר א הוספה צו די שונאים וואס שטערן דעם דרך הישן וואס אידן האבן מקובל מדור דור.

לעת עתה האסטו נאכאלץ נישט גענטפערט\אפגעפרעגט מיינע פריערדיגע ווערטער אבער טיפער פארדרייען, מיט א שטארקייט.
ניטאמאל די פרשת השבוע פון די דב"ק האסטו געפילט פאר וויכטיג צו שרייבן דאס זעלבע ווייל דאן קען דיין באקסל מעגליך צובויגן ווערן.
להערה בעלמא איז דאס געווען גענצליך א צווייטע פרשה וואס האט דייקא געצילט צו די זעלביגע ווי די היינטיגע סיקרוקים.
אלזא נאכאמאל, במחילת כבודך, צו פירן ווייטער דעם שמועס און איבערצייגן די ליינער אז איר זענט בגדר אן אדם בריא ומבוגר
ברויכסטו איבערליינען מיין פריערדיגע תגובות און ענטפערן דערויף דאן וועלמיר ממשיך זיין אונזער דייעלאג ביתר שעת.
זונטאג יולי 16, 2017 11:09 pm#379212
לעת עתה האסטו נאכאלץ נישט גענטפערט\אפגעפרעגט מיינע פריערדיגע ווערטער אבער טיפער פארדרייען, מיט א שטארקייט.
ניטאמאל די פרשת השבוע פון די דב"ק האסטו געפילט פאר וויכטיג צו שרייבן דאס זעלבע ווייל דאן קען דיין באקסל מעגליך צובויגן ווערן.
להערה בעלמא איז דאס געווען גענצליך א צווייטע פרשה וואס האט דייקא געצילט צו די זעלביגע ווי די היינטיגע סיקרוקים.
אלזא נאכאמאל, במחילת כבודך, צו פירן ווייטער דעם שמועס און איבערצייגן די ליינער אז איר זענט בגדר אן אדם בריא ומבוגר
ברויכסטו איבערליינען מיין פריערדיגע תגובות און ענטפערן דערויף דאן וועלמיר ממשיך זיין אונזער דייעלאג ביתר שעת.[/quote]
מאנטאג יולי 17, 2017 3:21 am#379248
אפשר איזעס טאקע א סארט דיסלעקציע. מזעט נאר וואס מוויל
מאנטאג יולי 17, 2017 12:20 pm#379278
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
איך מעג פרעגן א טעמישע קשיא?

אויב עס קומט היינט ארויס דער ראש הממשלה מיט א מעלדונג אז ער איז נאכגעקומען די פארלאנג פון די חרדישע חברי הכנסת צו אינגאנצן עלימינירן די גיוס פאר חרדישע יודן,
וואס וואלט געווען די רעאקציע פון
1)צד מהר"א
2) צד מהרז"ל
3)צד ר"ש אויערבאך

איך וועל זאגען צד מהר"א,
א דאנק פאר פלוני ופלוני (נישט ביים טיטול חבר הכנסת)
דאס נעמט נישט אוועק כי הוא זה פינעם איסור בחירות ווי רביה"ק זי"ע שרייבט אין ויו"מ אז אפילו מ׳ טוט אויף, און אפילו אלע חברי הכנסת זענן חרדישע יודן איז עס א איסור חמור
יעצט זענן די פארטרעטערס פון מהרז"ל און ר"ש אויערבאך מכובד צו זאגן וואס זייער צד׳ס רעאקציע וואלט געווען

Sent from my LG-K120 using Tapatalk
מאנטאג יולי 17, 2017 12:44 pm#379283
צו היסטאריקער! איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט, עס זעהט מיר אויס די רעדסט נאר פון צד מהר"א ווייל נאר זייער צד זאגסטו, ווייל דאס זעהט אויס ביי דיר זיייער פארשטענדליך!
לצד מהר"א, לכאורה איז נישטא קיין גזירה סוי ווי אזוי ווילסטו די ראש הממשלה זאל זאגען א זאך בשם חברי הכנסת וואס איז שקר מיסודו? סנישטא ס'דאך נאר א באבע מעשה פון די סיקרוקים!
נו אורבאך מיט זאלי זיי זאגען דאך שוין שקר! וואס איז נוגע ווען יענע שקר די זעלבע קענען זיי זאגען דעמלאץ אזוי ווי יעצט ניין? זיי האבען דאך אויסגטראכט די גזירת הגיוס ניין?
אלא מאי די האלסט אז סנישט ממש אויסגטראכט סדא עפעס נאר נישט קלאר וואס יא וואס נישט ווער קלאר דעמאלטס מיין איך וועסטו פיין פארשטיין אורבאך אויכעט זאלי סוועט דיר שווער ווערן די צד מהר"א
מאנטאג יולי 17, 2017 1:41 pm#379291
פ"וו ענפערסטע נישט וואס רפרעגט. אויפן טעיפ איז דא אן ענטפער
מאנטאג יולי 17, 2017 3:08 pm#379316
ימים ידברו האט געשריבן:צו היסטאריקער! איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט, עס זעהט מיר אויס די רעדסט נאר פון צד מהר"א ווייל נאר זייער צד זאגסטו, ווייל דאס זעהט אויס ביי דיר זיייער פארשטענדליך!
לצד מהר"א, לכאורה איז נישטא קיין גזירה סוי ווי אזוי ווילסטו די ראש הממשלה זאל זאגען א זאך בשם חברי הכנסת וואס איז שקר מיסודו? סנישטא ס'דאך נאר א באבע מעשה פון די סיקרוקים!
נו אורבאך מיט זאלי זיי זאגען דאך שוין שקר! וואס איז נוגע ווען יענע שקר די זעלבע קענען זיי זאגען דעמלאץ אזוי ווי יעצט ניין? זיי האבען דאך אויסגטראכט די גזירת הגיוס ניין?
אלא מאי די האלסט אז סנישט ממש אויסגטראכט סדא עפעס נאר נישט קלאר וואס יא וואס נישט ווער קלאר דעמאלטס מיין איך וועסטו פיין פארשטיין אורבאך אויכעט זאלי סוועט דיר שווער ווערן די צד מהר"א

פון ווי האסטו פארשטאנען אז ביי צד מהרא איז לכוארה נישט דא קיין גזירה ?

די באבע מעשה פון די סיקריקים האט ער זיך נישט באצויגן צו די עצם גזירה סתם לידיעתך
מאנטאג יולי 17, 2017 3:56 pm#379322
היסטאריקער האט געשריבן:איך מעג פרעגן א טעמישע קשיא?

אויב עס קומט היינט ארויס דער ראש הממשלה מיט א מעלדונג אז ער איז נאכגעקומען די פארלאנג פון די חרדישע חברי הכנסת צו אינגאנצן עלימינירן די גיוס פאר חרדישע יודן,
וואס וואלט געווען די רעאקציע פון
1)צד מהר"א
2) צד מהרז"ל
3)צד ר"ש אויערבאך
איך וועל זאגען צד מהר"א,
א דאנק פאר פלוני ופלוני (נישט ביים טיטול חבר הכנסת)
דאס נעמט נישט אוועק כי הוא זה פינעם איסור בחירות ווי רביה"ק זי"ע שרייבט אין ויו"מ אז אפילו מ׳ טוט אויף, און אפילו אלע חברי הכנסת זענן חרדישע יודן איז עס א איסור חמור
יעצט זענן די פארטרעטערס פון מהרז"ל און ר"ש אויערבאך מכובד צו זאגן וואס זייער צד׳ס רעאקציע וואלט געווען

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

@היסטאריקער דיר קומט זיך א מעדאל !
@אלגעמיין און גאנצל ווילן נישט רעאגירען צו דעם אז ס'איז דא א הודאה מפורשת פין די מנחילי השקפה בקהילת מהר"א אז זיי גלויבן אין די ווערטער און פעולות פון די חברי הכנסת, פאר די 2 הנ"ל איז ליבערשט אפירצוזיכן תורות וואס מרן זצ"ל מ'סאטמאר האט געזאגט פאר געוויסע וואס האבן געשטיצט אראבער.

@היסטאריקער שכוח פארן זאגן ברחל בתך אז יא דאס איז דער גאנג, און דער שיטה חדשה שפאנט פאראויס
מאנטאג יולי 17, 2017 4:17 pm#379324
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
ווי האב איך געזאגט? יא זיי רעדן צווישן זיך (אויב די שמועס איז אמת) אז ער האט געהערט אז א חלק פון תכלית הליבה איז בטל געווארן, און אז מאזעס האט אים פארציילט דערפון אז עס גייט געשען,
מהר׳א האט נישט גערעדט ברבים דערפון, נישט גיגעבן ברבים די האנט פאר א חבר הכנסת (ווער געדענקט לייזערסאן) און די סיקריקים האטליין מאכט שוין גאנצע צימעס דערפון, מיט ליגענט אז זיי האבן עס גענומען םון קול סאטמאר,

Sent from my LG-K120 using Tapatalk
מאנטאג יולי 17, 2017 4:41 pm#379328
@היסטאריקער וועסט זיך שנעל אויסלערנען אזוי ווי @אלגעממין אז מיט איינער וואס וויל נישט הערן וואס דו רעדסט איז זיך נישט שייך צו טענהן

עשה עצמו כאילו לא ידע א דעפינישען פון א סיקריק
מאנטאג יולי 17, 2017 4:44 pm#379329
היסטאריקער האט געשריבן:ווי האב איך געזאגט? יא זיי רעדן צווישן זיך (אויב די שמועס איז אמת) אז ער האט געהערט אז א חלק פון תכלית הליבה איז בטל געווארן, און אז מאזעס האט אים פארציילט דערפון אז עס גייט געשען

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

די שרייבסט צו פארשטיין געבן אז מהר"א האט קיין פראבלעים מיט אנערקענען אין די אקטיוויטעטן פין חברי כנסת
אין די שמועס זאגט ער אז אלע גזירות ווערן דורך די וואס זיצן אינעם כנסת בטל, די ווערטער פאסט פאר די וואס זענען מנגדים פינעם ספר הק' ויואל משה, און זענען נאר חסידים פון געוויסע טיילן פינעם ספר דברי יואל.
מאנטאג יולי 17, 2017 4:48 pm#379331
וואס זענען די אנדערע טיילן
מאנטאג יולי 17, 2017 4:54 pm#379336
@דיףף @גאנצל איר קענט פרעגן, זאגן, שעלטן, ס'נישטא אויף וואס צו האבן מיט אייך א משא ומתן.
מאנטאג יולי 17, 2017 4:58 pm#379337
איש את רעהו האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:ווי האב איך געזאגט? יא זיי רעדן צווישן זיך (אויב די שמועס איז אמת) אז ער האט געהערט אז א חלק פון תכלית הליבה איז בטל געווארן, און אז מאזעס האט אים פארציילט דערפון אז עס גייט געשען

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

די שרייבסט צו פארשטיין געבן אז מהר"א האט קיין פראבלעים מיט אנערקענען אין די אקטיוויטעטן פין חברי כנסת
אין די שמועס זאגט ער אז אלע גזירות ווערן דורך די וואס זיצן אינעם כנסת בטל, די ווערטער פאסט פאר די וואס זענען מנגדים פינעם ספר הק' ויואל משה, און זענען נאר חסידים פון געוויסע טיילן פינעם ספר דברי יואל.

שטייט נישט אין ערגעת אין ויאל משה אז מ'דארף פארלייקענען פאקטן

דער דברי יואל האט געווארט אויף מזרחיסטן זאלן פראבירן אליין אויפצוטאן און דאס איז געווען פארשטייט זיך מיט די רעגירונג

דער דברי יואל האט געהייסן מ'זאל נעמען א פטור פטור צו ווערן פון די מילטער דוכט זיך ער האט דאס נישט געהייסן נעמען ביים סאטמארן מקוה איד ........ און דוכט זיך אז די עצה פון פטור איז אויך נישט געקומען פון השתדלות דורך משה גדוד נידערמאן

איך ענטפער נישט פאר דיר איך ברענג נאר ארויס אביסל אמת
מאנטאג יולי 17, 2017 4:59 pm#379338
איש את רעהו האט געשריבן:@דיףף @גאנצל איר קענט פרעגן, זאגן, שעלטן, ס'נישטא אויף וואס צו האבן מיט אייך א משא ומתן.

הא הא שעלטן ? נישטא פארוואס מער ווי רחמנות האבן קען איך נישט
מאנטאג יולי 17, 2017 4:59 pm#379340
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
ווי זאגט ער דאס אינעם(פאלשן) שמועס?
אין ויו"מ שטייט אפילו די חברי הכנסת וועלן אויפטון איז די בחירות אסור, איז ער אויך א ציוני?

Sent from my LG-K120 using Tapatalk
מאנטאג יולי 17, 2017 5:02 pm#379344
היסטאריקער האט געשריבן:ווי זאגט ער דאס אינעם(פאלשן) שמועס?
אין ויו"מ שטייט אפילו די חברי הכנסת וועלן אויפטון איז די בחירות אסור, איז ער אויך א ציוני?

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

דיין צווייטע שאלה זאגט קלאר אז די פארשטייסט אז דא האבן די חכי"ם אויפגעטון פאר די גזירות, עס איז גענוג מיט די הודאה אינעם פירוש המילות פינעם שמועס.

אינעם שמועס זאגט איבער טעלער פין מאזעס מיט צופרידענהייט אז די אלע שלעכטע גזירות ווערן יעצט בטל דורך די וואס זיצן בלבוד חרדי אינעם כנסת, הערט עס איבער אויב איר האט עס נישט ביים ערשטן מאל געהערט.
מאנטאג יולי 17, 2017 5:05 pm#379345
להודעה בעלמא

חברי כנסת האבן אויך אויפגעטון מיט די פטור און דיחוי מיט וואס אלע קנאים באנוצן זיך
מאנטאג יולי 17, 2017 5:11 pm#379348
@היסטאריקער עי' בס' ויוא"מ מה שכתב בס' קט"ז אז ווען די רשעים ווילן די אידן מעביר זיין על הדת, [וואס איז קלאר די קעיס דא מיטן וועלן ווי מער בחורים אין זייער מיליטער] קענען די חברי כנסת נישט העלפן צו ראטעווען די דת,
ווען מען הערט זייערע פשרות וואס זיי מאכן דארט איז עס ברור לעין כל אז דאס איז די פאקט.
מאנטאג יולי 17, 2017 5:12 pm#379350
נעבעך די סיקריקים חומת הדת אלתר משה גאלדבערגער מיט זייער סלאגאנען יעדער לאכט פון זיי מ'פרעגט זיי איין קשיא און האבן נישט צו ענטפערן

פאקטן איז זייער ערגסטע שונא
מאנטאג יולי 17, 2017 5:14 pm#379352
איש את רעהו האט געשריבן:[וואס איז קלאר די קעיס דא מיטן וועלן ווי מער בחורים אין זייער מיליטער]
וויזוי איז קלאר

ווען מען הערט זייערע פשרות וואס זיי מאכן דארט איז עס ברור לעין כל אז דאס איז די פאקט.
וויזוי איז ברור
מאנטאג יולי 17, 2017 5:28 pm#379355
השקפה ברורה
פארשטייט זיך אז די השקפה ברורה דארף ארויסגעברענגט ווערן קלאר

אז אריין גיין אין כנסת איז יהרוג ואל יעבור ניט קיין נפק"מ צו מ'טוט עפעס אויף אדער נישט כמבואר בס' על הגאולה

אבער פארלייקענען פאקטן דארף מען ניט חוץ פאר פאלשע קנאות